נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מינעסאטע סטעיט סענאטאר קאלווין באר האט אפגעגעבן זיין שטימע ווירטואל אבער עס איז געווארן לעבעדיג געדעקט ווי ער איז נאך אין בעט צווישן פוקח עורים און די נאכפאלגענדע ברכה
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ארעגאן סעקרעטערי אוו סטעיט שעמיא פאגאן רעזיגנירט נאך וואס עס איז באקאנט געווארן אז א מאריוואנא פירמע וועלכע איז געווען אונטער אן אודיט פון איר דעפארטמענט האט איר באצאהלט 10 טויזנט דאלער פער מאנאט פאר ראט און הילף

זי זאגט אז זי איז זיכער אז די עטיקס אויספארשונג געעפנט דורך די סטעיט יוסטיץ דעפטארטמענט אויפן פארלאנג פון גאווערנאר קאטעק וועט איר ריינוואשן און באשטעטיגן אז אירע פארזוכן צו קענען שפייזן איר פאמיליע איז געווען אין איינקלאנג מיטן געזעץ אבער זי טרעט אפ צוריקצושטעלן צוטרוי פון די בירגער אין די סטעיט ווירטשאפט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פלארידא לעגיסלאטור באשטעטיגט א פארבאט אויף שינוי הבריות פראצעדורן פאר מינדעריעריגע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ארום 30 פראטעסטירער האבן זיך נעכטן באזעצט און אקופירט די אפיס פון גאווערנאר דעסאנטיס אין די סטעיט קעפיטאל

נאך ווארענונגען פון אויטאריטעטן צו פארלאזן די פלאץ זענען עטליכע ארעסטירט געווארן

אין די צייט וואס די פארזאמלטע זענען געזיצן אינעם אפיס האט איינע פון די גאווערנאר'ס שטאב אויסגענוצט די געלעגנהייט צו פראווען שלחנו הטהור פאר די פארזאמלטע ציבור און זיך אראפגעזעצט אויבנאן ביים טישל פון דעסאנטיס און טועם געווען אביסל מזונות

דערווייל האבן די פארזאמלטע מאסע געזונגען לידער און געמאכט זייערע צווישנרופן

די בילדער לייגער קענען עס דעקן אין בחצרות הקודש
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אינסורעקשאן בתפארתו.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

רעגנדיג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 6:19 pm
אינסורעקשאן בתפארתו.
הגם סיז נישט פעדעראל - אבער איך וואלט געווען סופער סורפרייזד אויב ביידען שפילט אויף ווידעאס דערפון ביי זיין ווידערוויילונגס קאמפיין...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פלארידא לעגיסלאטור האט איינשטימיג באשטעטיגט א געזעץ צו פארבאטן קינדער צו נוצן סעלפאן'ס אין שולע און פארלאנגט פון שולעס צו לערנען מיט סטודענטן איבער די שעדליכקייט פון די אינטערנעט
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

אין א אנגייענדע געפעכט צווישן סטעיטס איבער די רציחה טאבלעטן זאגט די FDA אז זארגן איבער די געזונט ריזיקע דערפון זענען געשטיגן, אנדייטענדיג א מעגליכע אויספארשונג.
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2023 2:49 am
רעגנדיג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 6:19 pm
אינסורעקשאן בתפארתו.
הגם סיז נישט פעדעראל - אבער איך וואלט געווען סופער סורפרייזד אויב ביידען שפילט אויף ווידעאס דערפון ביי זיין ווידערוויילונגס קאמפיין...
ניין, ער גייט סתם ארויסהייבן די אלע פראטעסטירער אין קאפיטאלן פון מערערע סטעיטס אלס דעפענדער פון רעכטן שונים אן זיי אנרופן ביים נאמען, ״אינערעקשאניסטן״.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

זשארזשיע גאווערנער ברייען קעמפ באשטעטיגט א געזעץ צו שאפן די 'פראקורארן אטוירניס קוואליפיקאציע קאמיסיע' - וואס וועט קענען אפזאגן לאקאלע דיסטריקט אוירניס אין פאל זיי אנטזאגן זיך פון אינפאריסאן דאס געזעץ.
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-05-07 025214.png
Screenshot 2023-05-07 025214.png (91.57 KiB) געזען 1240 מאל
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

ישראל_הלוי האט געשריבן: זונטאג מאי 07, 2023 1:12 pm
כאטש זיבן מענטשן זענען אומגעקומען און 11 זענען פארוואונדעט געווארן ווען א אויטא איז בכוונה אריינגעפארן אין א גרופע מענטשן אינדרויסן פון א פליטים צענטער אין בראונסוויל, טעקסאס.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

הינגער האט געשריבן: זונטאג מאי 07, 2023 1:14 pm

- נעבן דעם אמעריקאנעם/ מעקסיקאו גרעניץ
- א עס יו ווי איז אריינגעפארן אין מענטשן ביי א באס סטאפ
- קוקט אויס ווי א היימלאזע שעלטער
- 14 מענטשן אפעקטירט 7 באשטעטיגט טויט
- דרייווער ארעסטירט

ישראל_הלוי האט געשריבן: זונטאג מאי 07, 2023 1:22 pm
הינגער האט געשריבן: זונטאג מאי 07, 2023 1:14 pm
ישראל_הלוי האט געשריבן: זונטאג מאי 07, 2023 1:12 pm
כאטש זיבן מענטשן זענען אומגעקומען און 11 זענען פארוואונדעט געווארן ווען א אויטא איז בכוונה אריינגעפארן אין א גרופע מענטשן אינדרויסן פון א פליטים צענטער אין בראונסוויל, טעקסאס.
- נעבן דעם אמעריקאנעם/ מעקסיקאו גרעניץ
- א עס יו ווי איז אריינגעפארן אין מענטשן ביי א באס סטאפ
- קוקט אויס ווי א היימלאזע שעלטער
- 14 מענטשן אפעקטירט 7 באשטעטיגט טויט
- דרייווער ארעסטירט
אטעטשמענטס
20230507_132715.jpg
20230507_132715.jpg (271.34 KiB) געזען 1157 מאל
20230507_132711.jpg
20230507_132711.jpg (236.18 KiB) געזען 1157 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 6:11 pm
ארום 30 פראטעסטירער האבן זיך נעכטן באזעצט און אקופירט די אפיס פון גאווערנאר דעסאנטיס אין די סטעיט קעפיטאל

נאך ווארענונגען פון אויטאריטעטן צו פארלאזן די פלאץ זענען עטליכע ארעסטירט געווארן

אין די צייט וואס די פארזאמלטע זענען געזיצן אינעם אפיס האט איינע פון די גאווערנאר'ס שטאב אויסגענוצט די געלעגנהייט צו פראווען שלחנו הטהור פאר די פארזאמלטע ציבור און זיך אראפגעזעצט אויבנאן ביים טישל פון דעסאנטיס און טועם געווען אביסל מזונות

דערווייל האבן די פארזאמלטע מאסע געזונגען לידער און געמאכט זייערע צווישנרופן

די בילדער לייגער קענען עס דעקן אין בחצרות הקודש
דעסאנטיס האט אדרעסירט די מעמד תערך לפני שולח"ן נג"ד צורר"י דעסאנטי"ס בשמן ראש"י געפראוועט דורך זיינס א געהילף פארנט פון די פארזאמלטע פראטעסטירער

ער וואונדערט זיך וויפיל פון די באטייליגטע זענען געווארן באצאהלט און באצייכנט די מעמד אלץ מעניופעקטשורד
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

הבל מיט זיינע מליצות 😂
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2021 10:14 am
דינסטאג שלח

ווען פיל מורפי איז ערוויילט געווארן אלץ גאווערנאר אין ניו דזשערסי האט ער געדארפט פאסן א באשלוס צו ער וויל רעגירן פון צענטער אדער פון לינקס און צו די פרייד פון ליבעראלן האט ער גענומען זייער ליניע מיט א שמוץ אריבער

מורפי האט דערלאנגט פאר די לינקע באזע איין זיג נאך די אנדערע פון א מיליאנער שטייער ביז דרייווער לייסענס פאר אומלעגאלע און נאך פילע צוקערלעך אינדערמיט

עס קען שיינען ווי שטייגערליך פאר א דעמאקראטישע גאווערנאר אין א סטעיט ווי דעמאקראטן פארמאגן אן איבערוויגנדע מאיאריטעט אבער פאר ווער עס קען אביסל די אויסשטעל פון די סטעיט פאליטיק איז עס געווען גאר בולט אז די באשלוס איז נישט געווען אזוי איינפאך

די ריטעיל פאליטיק אין דזשערסי איז היבש קאמפילצירט און די דע פאקטא פירער אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי זענען פיל מער אין צענטער געשטימט ווי עס זענען די ליבעראלע יוגנט

איינע פון די סאמע מאכטפולסטע מענער אין סטעיט פאליטיק איז דזשאדזש נארקראס וועלכע איז שוין פארמישט אין אלץ וואס קומט פאר אין די רעגירונג פאר אריבער 30 יאר און טראץ וואס ער איז קיינמאל נישט געלאפן פאר א רעגירונג פאסטן שטייט ער אונטער אלץ און אלעמען און זיין אלטמאדישע צוגאנג פון זיך דורכקומען מיט מער צענטריסטישע לעגיסלאטארן איז געווען אנדערש ווי די לינקע שניט גענומען דורך מורפי

ביז עטליכע מאנאטן אריין אין זיין טערמין איז מורפי שוין געווען מער ווייניגער אין קריג מיט די עסטאבלישמענט און זיך איינגעקויפט אן ארכי פיינט אין נארקראס

גראדע איז מורפי נישט ערוועלט געווארן א דאנק ליבעראלע שטיצע נאר א דאנק יארן לאנגע ביישטייערונגען פאר קאונטי דעמאקראטישע פירער וועלכע זענען אים שולדיג געבליבן א טובה
די אלטגעזעסענע פארטיי פירער האט אים פון אנפאג נישט בעפארצוגט אבער ווען דזשערסי סיטי מעיאר סטיווען פילאפ וועלכע איז געווען די אויסוואל פון מערסטנס פארטיי פירער האט באשלאסן נישט צו לויפן האט מורפי אנדעקט די טיפע ריס צווישן די צפון און דרום דזשערסי פארטיי מאשינען און מאנעוורירט זיך צו פארזיכערן מיט גענוג שטיצע צו ווערן די פארטיי'ס נאמיני

אריינקומענדיג אין אפיס האט די מורפי אדמיניסטראציע זיך גענומען צו די ביינער פון די דרום מאשין וועלכע זענען שטארק צענטריסטיש און פלעגן נאנט מיטארבעטן מיט זיין פארגייער גאווערנאר קריס קריסטי אונטערנעמנדיג אן אויספארשונג אקעגן שטייער אינציאטיוון זייערע וועלכע האט געפירט צו א פעדעראלע אויספארשונג אקעגן נארקראס און זיין דרום דעמאקראטישע פארטיי וועלכע האט זיך געשלאסן אן קיין קלאגעס

די קריג האט זיך אויסגעברייטערט אויפן פינאנציעלן פראנט ווען די ערציאונג אסאסיאציע דורך א נאן פראפיט איז פארוואנדלט געווארן ווי א פאליטישע ארעם שטיצנדיג דעם גאווערנאר און זיינע אינדארסירטע קאנדידאטן איבערהויפט ביי א גאר קאסטבארע פארמעסט אין וועלכע סוויני וועלכע איז נאנט אליאירט מיט נארקראס האט געשטיצט דעם קעגנערישן קאנדידאט פון וועלכע מורפי האט אינדארסירט

ווי געזאגט זענען עטליכע יאר פארביי

קומענדיג נענטער צו די וואלן ווען מורפי גרייט זיך צו זוכן א צווייטע טערמין האט מורפי געמאכט א 180 גראד יו טוירן און איינגעפעדימט אליאנצן מיט זיינע געוועזענע פיינט פארשטייענדיג אז ער איז אנגעוויזן אויף זייער הילף און קאאפעראציע צו פירן א געשמירטע קאמפיין

מורפי איז ארויסגעקומען אין שטיצע פון די סטעיט איינגארטיגע פריימערי בעלאט סיסטעם וועלכע ערלויבט פארטיי אינדארסירטע קאנדידאטן צו באקומען א בעסערע ארט אויף די בעלאטס
אויך מורפי'ס אטוירני דזשענעראל האט געשריבן פארן געריכט אקעגן א פארזוך צו עלימינירן די קאנטערווערסיאלע בעלאט סיסטעם איבער וועלכע ליבעראלן ברויזן אז די ביים שפיץ פון מאכט מיט טיפע עסטאבלישמענט פארבינדונגען פארזיכערן זיך אזוי צו בלייבן ביי די מאכט

פראמינענטע לינקע אקטיוויסטן רייסן שוין עפנטליך ארונטער דעם גאווערנאר פארן טאנצן צום טאקט פון די עסטאבלישמענט פידל שפילער און אז ער זוכט זייער שטיצע און גלייכצייטיג פארזיכערן אז אין א פריימערי וועט זיין נאמען זיין די ערשטע אויף די בעלאט

די נייע ווינטן אינעם גאווערנאר'ס אפיס האט געכאפט ליבעראלן אין שאק ווען ער פרובירט עס ניטאמאל צו באהאלטן און די נארקראס שטייער אינציאטיוון וועלכע זענען פאר יארן געבליבן שטעקן האבן מיטאמאל אנגעהויבן באקומען וויכטיגע באשטעטיגונגען פון סטעיט עקאנאמישע דעוועלאפמענט אויטאריטעטן ווען אין די זעלבע צייט האבן זיך סטעיט אויספארשונגען אקעגן נארקראס פארמאכט

א נייע ביל אונטערגעשריבן דורכ'ן גאווערנאר קען גיבן פאר ביזנעסער ביליאנען דאלארן מער און סטעיט געשטיצט שטייער קרעדיטס

די פרידליכע וואסערן פליסן אין ביידע ריכטונגען און די נארקראס אפאראט קומט אקעגן דעם גאווערנאר מיט אן איילבירט צווייג ווען אויספארשונגען דורך סענאט פרעזידענט סוויני, א נארקראס אליאירטער -איבער די באשלוס פון די אדמיניסטראציע צו האלטן א שטאב איינגעשטעלט וועלכע איז געווארן באשולדיגט מיט אומארנטליכע אויפפירונג אקעגן א צווייטע באאמטע און אזוי אויך איבער די ווירוס רעאקציע- האבן נאכגעלאזט

טראץ די קלארע טויש דרוקן געוויסע ליבעראלן אויס האפענונג אז עס איז בלויז קורץ טערמיניג און שטאמט פון מורפי'ס אנערקענען די רעאליטעט אז ער מוז זיך אונטערווארפן די פארטיי מאשין צו באקומען א צווייטע טערמין אבער איינאמל ווידער ערוועלט וועט ער צוריקגיין צו די ביזנעס פון אויפשאקלען א קארופטירטע פארטיי סיסטעם

אין פאקט, אויך איצט ווען מורפי פרובירט צו לעבן בעסער מיט די פירערשאפט זענען פארבליבן עטליכע אישוס איבער וועלכע זיי זעען זיך נישט אויג צו אויג און מורפי לאזט נישט נאך פון זיינע רופן אויף געזעצגעבער צו באשטעטיגן א חוק רציחה אין די צייט וואס סענאט פרעזידענט סוויני און הויז ספיקער קרעג קאהלין אנטזאגן זיך צו סקעדזשועלן אן אפשטימונג אויף די ליבעראלע ביל נישט וועלנדיג אריינשטעלן א רייע סווינג דיסטריקט לעגיסלאטארן און סטעיט סענאטארן אין א פלאנטער

מורפי אמפערט זיך אויך ארום מיט סוויני און סטעיט סענאטאר ניקאלאס סעקא וועלכע איז זעלבסט א פארטיי פירער און צפון ניו דזשערסי איבער א קאנטערווערסיאלע ביל באקאנט אלץ די סעקא ביל וועלכע זוכן אפצושפאן די מענדעטארי מינימום סענטענסינג פאר פאליטישע קארופציע און סעקא האט אן אינטערעסע דערין נאך וואס א זוהן פון זיינס א גאר נאנטע פאמיליע מיטגליד שטייט אויס א פאליטישע קארופציע קלאגעס
דזשארדזש נארקראס ציהט זיך ארויס פון פאליטיק
אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2675
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

אין די פרישע בודזשעט טוט ניו יארק פארבאטן געז סטאווס פאר נייע הייזער
◄ ווייז ספוילער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29331
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אלטרא האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 3:44 pm
אין די פרישע בודזשעט טוט ניו יארק פארבאטן געז סטאווס פאר נייע הייזער
◄ ווייז ספוילער
נישט געוויסט אז ביידן איז דער גאווערנאר פון ניו יארק
אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2675
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

צל עובר האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 5:47 pm
אלטרא האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 3:44 pm
אין די פרישע בודזשעט טוט ניו יארק פארבאטן געז סטאווס פאר נייע הייזער
◄ ווייז ספוילער
נישט געוויסט אז ביידן איז דער גאווערנאר פון ניו יארק
די פוינט וואס איך ברענג יענע שמועס איז די פשטות דארט אז אזא זאך וואלט קיינמאל נישט געשען און עס איז א רעפובליקאנער אויפגעמאכטע סקאנדאל. איז נאך ניו יארק איינשטעלן די געזעץ זעט מען וואס דעמאקראטן ווילן בעצם טון און עס איז נישט נאר איין באורד מיטגליד נאר פון פרעשור איז עס נאכנישט געווארן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רעפובליקאנער סטעיט לעגיסלאטור פון טעקסאס ברייען סלעטאן רעזיגנירט נאך פערזענליכע סקאנדאלן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פלארידא גאווערנאר ראן דעסאנטיס שרייבט אונטער א רייע ערציאונג בילס אריינגערעכנט איינס וואס פארבאט דאס אויטמאטיש אראפרעכענען יוניאן אפצאהלן פון די געהאלט פון לערער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער אן טעקסאס פאראורטיילט מאן וועכלע האט אומגעברענגט א פראטעסטירער ביי א אפריקאנע אמעריקאנע לעבנס מאכן אויס מארש צו 25 יאר טורמע

טעקסאס גאווערנאר גרעג אבאט האט געהאט גערעדט פון א פארדאן
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן די באדייט פון "אפריקאנע אמעריקאנע לעבנס מאכן אויס מארש"...

ש'כח הבל פאר אלעס!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רעגנדיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 2:25 pm
האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן די באדייט פון "אפריקאנע אמעריקאנע לעבנס מאכן אויס מארש"...

ש'כח הבל פאר אלעס!
יישר!

אנטשולדיגט פארן רויבן דיין צייט
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 3:39 pm
רעגנדיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 2:25 pm
האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן די באדייט פון "אפריקאנע אמעריקאנע לעבנס מאכן אויס מארש"...

ש'כח הבל פאר אלעס!
יישר!

אנטשולדיגט פארן רויבן דיין צייט
:lol:

דו מיינסט אז נאר די איין מינוט רויבסטו פון מיר? דו ווייסט וויפיל צייט איך געב אוועק צו ליינען דיינע ווערק?...
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”