נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ישי כץ האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
א פעדעראלע ריכטער אין פלארידא באשטראפט טראמפ'ס אדוואקאט מיט 938 טויזנט דאלער צוליב וואס איינע פון די לאוסוטס וועלכע ער האט אריינגעטראגן איז געווען וואנזיניג וועלכע וואלט לויט אים נישט געווארן אריינגעטראגן דורך קיין איין ראציאנאלע אדוואקאט און איז געווען געטריבן בלויז פאראויסצושטופן א פאליטישע נאראטיוו
וועלכע לאוסוט?
הכל הבל האט געשריבן:
די אנקלאגע אריינגעטראגן אין סטעיט געריכט איז געווארן אריבערגעפירט אין פעדעראלן געריכט אויף די פארלאנג פון דזשעימס און אצינד האט עס געלאנדעט אויפן טישל פון ריכטער דאנאלד מידלברוקס (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן) וועלכע האט מיט בלויז עטליכע טאג צוריק באשטראפט טראמפ אדוואקאטן פארן ארויסרוקן לופטיגע באשולדיגונגען אקעגן עטליכע אין די אנקלאגע אקעגן הילערי קלינטאן
די איצטיגע שטראף פון ריכטער מידלברוקס איז אקעגן טראמפ און זיין אדוואקאט אלינא האבא פארן קלאגן ארום דריי צענדליג מענטשן אריינגערעכנט קלינטאן, קאומי, סטיעל און די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע פארן קאנספירירן אים צו פארשמירן מיט די רוסלאנד סקאנדאל
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

הכל הבל האט געשריבן:
ישי כץ האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
א פעדעראלע ריכטער אין פלארידא באשטראפט טראמפ'ס אדוואקאט מיט 938 טויזנט דאלער צוליב וואס איינע פון די לאוסוטס וועלכע ער האט אריינגעטראגן איז געווען וואנזיניג וועלכע וואלט לויט אים נישט געווארן אריינגעטראגן דורך קיין איין ראציאנאלע אדוואקאט און איז געווען געטריבן בלויז פאראויסצושטופן א פאליטישע נאראטיוו
וועלכע לאוסוט?
הכל הבל האט געשריבן:
די אנקלאגע אריינגעטראגן אין סטעיט געריכט איז געווארן אריבערגעפירט אין פעדעראלן געריכט אויף די פארלאנג פון דזשעימס און אצינד האט עס געלאנדעט אויפן טישל פון ריכטער דאנאלד מידלברוקס (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן) וועלכע האט מיט בלויז עטליכע טאג צוריק באשטראפט טראמפ אדוואקאטן פארן ארויסרוקן לופטיגע באשולדיגונגען אקעגן עטליכע אין די אנקלאגע אקעגן הילערי קלינטאן
די איצטיגע שטראף פון ריכטער מידלברוקס איז אקעגן טראמפ און זיין אדוואקאט אלינא האבא פארן קלאגן ארום דריי צענדליג מענטשן אריינגערעכנט קלינטאן, קאומי, סטיעל און די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע פארן קאנספירירן אים צו פארשמירן מיט די רוסלאנד סקאנדאל
איז פארבאטן אריינגעבן א קלאגע אין געריכט מיט בלויז פאליטישע מאטיוון? ווי אפט איז דא אזאנע שטראפן?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

הכל הבל האט געשריבן:
א דאנק!

דורכאויס דאס באשרייבן די קעיס בין איך נאכאנאנד געווען צוריסן אין מיך נישט וואוסנדיג אויב איך ערקלער זאכן גענוג קלאר אדער בין גאר צופיל מאריך איבערצושמועסן זאכן מערערע מאהל (אויס זארג אז עס איז נישט גענוג קלאר)

זייענדיג אויף די אנדערע זייט פנעם ליינער האף איך אז אז עס איז כאטש מער ווייניגער באלאנסירט און נישט אויסגעקומען איבערגעטריבן מפורש אדער גאר נישט גענוג קלאר
פון מיין פערספעקטיוו, זענען דיינע ארטיקלען פונקט גוט באלאנסירט, ביזט נישט מאריך, און געסט גענוג הסבר צו פארשטיין. יישר כח!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
שטופט אין ישיבה
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2023 10:38 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטופט אין ישיבה »

א ריכטער האט פארארדענט דאנאלד טראמפּ צו צאלן נאנט צו 1 מיליאן דאלער געלט שטראף פאר'ן אריינגעבן א פאלשע קלאגע קעגן פרוי קלינטאן איבער די 16' וואלן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הקולמוס שלי האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
א דאנק!

דורכאויס דאס באשרייבן די קעיס בין איך נאכאנאנד געווען צוריסן אין מיך נישט וואוסנדיג אויב איך ערקלער זאכן גענוג קלאר אדער בין גאר צופיל מאריך איבערצושמועסן זאכן מערערע מאהל (אויס זארג אז עס איז נישט גענוג קלאר)

זייענדיג אויף די אנדערע זייט פנעם ליינער האף איך אז אז עס איז כאטש מער ווייניגער באלאנסירט און נישט אויסגעקומען איבערגעטריבן מפורש אדער גאר נישט גענוג קלאר
פון מיין פערספעקטיוו, זענען דיינע ארטיקלען פונקט גוט באלאנסירט, ביזט נישט מאריך, און געסט גענוג הסבר צו פארשטיין. יישר כח!
הנאה צו הערן!

א דאנק!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט מארשאל זאגט אז אין לויף פון די ליעק אויספארשונג ביז אהער זענען די ריכטער זעלבסט אויך געווארן אויסגעפרעגט אבער אנדערש ווי די די קלוירקס און שטאב האבן זיי נישט געמוזט זאגן אונטער שבועה אז זיי זענען נישט געווען פארמישט
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

שטופט אין ישיבה האט געשריבן:
א ריכטער האט פארארדענט דאנאלד טראמפּ צו צאלן נאנט צו 1 מיליאן דאלער געלט שטראף פאר'ן אריינגעבן א פאלשע קלאגע קעגן פרוי קלינטאן איבער די 16' וואלן.
געמאלדן געווארן דאנערשטאג דורך אונזער באליבטע וואשינגטאן קארעספאנדענט.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

ענדליך געענדיגט ליינען ביז אהער.

א מחי' צו ליינען דאס, קיינמאל נישט לאנגווייליג. לייגסט עס אראפ אזוי געשמאק און קלאר אז א קינד קען פארשטיין.

א ריזן דאנק @הבל!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
וועטעראנען פון די אמעריקאנע מיליטער וועלכע האבן געליטן פון וואונדן סערווירנדיג דאס לאנד זענען בארעכטיגט צו דיסעביליטי בענעפיטן און בלויז אויב זיי גיבן זיך איין דערפאר אין די ערשטע יאר נאכן איבערלאזן די מיליטער באקומט די בענעפיטן אויך אויף צוריק אנגעהויבן פונעם טאג וואס מען איז ארויס פון דארט

אדאלפא ארעלאנא האט סערווירט אין די מיליטער פון 1977 ביז 1981 למספרם און בייגעוואוינט ווי זיינע קאלעגן אויף א נעיווי שיף ווערן פארוואונדעט און זענען שפעטער געשטארבן און ער זעלבסט איז אויך צוזעצט און כמעט פארשוועמט געווארן

ער האט זינט דאן אנגעהויבן ליידן פון ערנסטע גייסטישע פראבלעמען און טראומאטישע סטרעס דיסארדערס און צוליב זיין צושטאנד ניטאמאהל באגריפן אז ער קען זיך ווענדן צו די וועטעראן אפעירס דעפארטמענט פאר הילף מיט בענעפיטן

ערשט 30 יאר שפעטער האט אים זיין ברודער געהאלפן זיך איינגעבן פאר בענעפיטן און די וועטעראנען אפעירס האט צוגעשטימט אז זיינע פראבלעמען זענען דירעקט פארבונדן צו זיינע יארן אין דינסט און אנגעהויבן שיקן די בענעפיטן אבער בלויז אויף פון דאן און ווייטער און נישט אויף צוריק צוליב וואס ער האט געווארט צו לאנג ביז פיילן

ארעלאנא האט אפעלירט די באשלוס און פארלאנגט צו געניסן פון א דאקטרינע וועלכע ערלויבט געריכטן און אגענטורן זיך צו רעכענען אין פארשידענע אומשטענדן מיט קלעגער טראץ וואס זיי האבן פארפאסט דעדליינס און וויל באקומען די געלט וואס ער האט פארפאסט און גרייכט די סומע פון 600 טויזנט דאלער

די דאקטרינע איז נישט אדרעסירט נישט ספעציפיש וועטעראן בענעפיטן קלעימס נאר איז אן אלגעמיינע דאקטרינע פאר אלע סארט קלעימס און לויטעט אז מען זאל מאכן אזעלכע אויסנאמען אין פעלער וואס די קלעגער איבערצייגן אז די אורזאך פארן פיילן נאכן דעדליין איז צוליב גאר אויסנאמליכע אומשטענדן

די פעדעראלע סירקוט געריכט האט זיך גראדע געשפאלטן אויף די פראגע אויב די אלגעמיינע "אויסנאם דאקטרינע" זאל דעקן וועטעראן בענעפיטן קלעימס ווען האלב פון די ריכטער האבן געהאלטן אז די איין יאר דעדליין ווערט פאררעכנט אלץ סטעטשו אוו לימיטעישאנס און די אנדערע האלב האט געהאלטן אז נישט און וויבאלד די סופרים קאורט האט שוין קלארגעשטעלט אז די דאקטרינע איז גיטיג פאר קלעימס וועלכע האבן פארפאסט א סטעטשו אוו לימיטעישאנס האט זיך די געריכט געשפאלטן אויב די דאקטרינע איז גליטיג אין אזעלכע קעיסעס

אבער טראץ די שפאלט איבער די פראגע אין אלגעמיין האט די פולע באנק איינגעשטימט אז ארעלאנא איז נישט בארעכטיגט צו מאכן אזא קלעים צוליב וואס אפילו לויט די דאקטרינע דארף מען איבערצייגן אז עס זענען געווען אויסנאמליכע אומשטענדן וועלכע האבן יענעם צוריקגעהאלטן פון פיילן באצייטנס און לויט די געריכט האט ארעלאנא פארפעהלט צו מאכן אזא קעיס

וויבלאנד וועטעראנען אפעירס קעיסעס קענען נאר ווערן אויסגעהערט אין אט די אפעלאט געריכט איז אזא שארפע שפאלט די נאנטסטע וואס אזא קעיס קען קומען צו א סירקוט שפאלט (זינט אנדערע קרייז געריכטן קענען נישט אריינרעדן אין אזעלכע קעיסעס) וואס מאכט אזא פראגע רייף פאר די סופרים קאורט אריינצוקוקן דערין

ארעלאנא האט ווירקליך אפעלירט זיין קעיס צום העכסטן געריכט אין לאנד מיט די טענה אז די איין יאר דעדליין איז דעזיגנירט וויא טיפישע סטעטשו אוו לימיטעישאנס און די סופרים קאורט זאל עס קלארשטעלן און צוריקשיקן די קעיס צום נידריגן געריכט וועלכע זאל בעסער מוזן אויסהערן זיין קעיס פארוואס ער האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו פיילן אין צייט

די רעגירונג טענה'ט אבער אז די איין יאר דעדליין איז נישט א סטעטשו אוו לימיטעישאנס וואס בלויז ביז דאן איז מען בארעכטיגט צו בענעפיטן נאר עס איז א צייט אפשניט וואס אויב פיילט מען אין יענע צייט קען מען באקומען "מער" בענעפיטן וואס דאס איז די בענעפיטן אויף למפרע

די דעפארטמענט ברענגט ארויס אז אויב קאנגרעס וואלט אינזין געהאט צו ערלויבן די "אויסנאם דאקטרינע" אין אזעלכע קעיסעס וואלטן זיי עס קלאר ארויסגעשריבן אין די וועטעראן בענעפיטן געזעץ ווי זיי האבן ווירקליך געטוהן ביים שרייבן אן אויסנאם פאר אזעלכע וועלכע האבן געליטן פון "פערמענאנטע און טאטאלע דיסעביליטיס" און פאר זיי האט קאנגרעס געשריבן אז די דעדליין זאל זיין 2 יאר

זיי פארפירן אז אויב זאל מען ערלויבן אזא דאקטרינע צו דעקן די דעפטארמענט וועט עס איבערשטרענגן די שוין אזוי אויך אנגעשטרענגטע אגענטור און אפילו אויב די געריכט האלט אנדערש איז זיכער אז ארעלאנא האט סייוויי נישט געמאכט א גענוג איבערצייגנדע קעיס אז ער קען געניסן פון אזא דאקטרינע און דעריבער זאל מען עס נישט צוריקשיקן צום אונטערשטן געריכט
אצינד האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס און דזשעימס בארני האט געמאכט די קעיס פאר ארעלאנא

ריכטערין בראון האט פרובירט אפצוטיילן צווישן געווענליכע סטעטשו אוו לימיטעישאנס און די וועטעראן געזעץ זאגנדיג אז א סטעטשו אוו לימיטעישאנס באדייט דאס נישט ערלויבן געוויסע מענטשן צו פיילן קלעימס צוליב וואס זיי האבן געווארט צו לאנג

ווידעראום די וועטעראן געזעץ ערלויבט פאר אלע צו פיילן קלעימס און די ערשטע טייל פון די געזעץ שרייבט אז די אנהויב פון ווען וועטעראנען קענען באקומען בענעפיטן איז פונעם טאג וואס זיי פיילן, נאר די געזעץ האט א נאכפאלגענדע סעיף וואס שענקט "מער בענעפיטן" (דאס הייסט בענעפיטן למפרע פונעם טאג וואס מען שרייבט זיך ארויס פון די מיליטער) פאר אזעלכע וואס פיילן אין די ערשטע יאר

בארני האט אבער גע'טענה'ט צו בראון אז מען זאל נישט קוקן אויף ביידע סעיפים ווי איין גרויסע בילד נאר אויף ביידע באזונדער און אויב מען באטראכט די צווייטע סעיף ווי א זאך פאר זיך הערט זיך עס ווי א סטעטשו אוו לימיטעישאנס

געהילף סאליסיטאר דזשענעראל סאפאן דזשאשי האט געמאכט די קעיס פאר די רעגירונג און ריכטערין קעיגען האט געפרעגט אויב א סטעטשו אוו לימיטעישאנס אין א געזעץ דארף האבן א ספעציפישע סארט שפראך אדער סיי וועלכע פאקטישע צייט באגרעניצונג וועלכע קלונגט ווי אזא לימיטעישאן איז גענוג

דזשאשי האט געענטפערט אז די דאזיגע וועטעראן געזעץ גייט נישט און קלונגט ניטאמאהל ווי א סטעטשו אוו לימיטעישאן און פונקציאנירט נישט ווי איינס און דעריבער פארלאנגט זיך עס נישט צו די איצטיגע צייט אויסצוקלארן די פראגע (פון קעיגען)

ריכטער ראבערטס האט ארויסגעברענגט אז די אגענטור איז אוועקגעשטעלט ארויסצוהעלפן דיסעיבעלד וועטעראנען און איז נישט אן אגענטור מיט קריציגע פארשריפטן א שטייגער ווי די איי אר עס און ער האט געוואלט פארשטיין אויב און פארוואס פארשריפטן זאלן זיין אנדערש פאר וועטעראנען ווי פאר מענטשן וועלכע פיילן קלעימס מיט אנדערע אגענטורן

ראבערטס האט אויך אנגעוויזן איבער די מערערע אויסנאמען וועלכע קאנגרעס האט יא געמאכט צו די געזעץ אבער נישט ארויסגעשריבן אז זיי ווילן נישט אז די דאזיגע "אויסנאם דאקטרינע" זאל חל זיין אויפן געזעץ

דזשאשי האט עס אפגעענטפערט זאגנדיג אז ווען מען קוקט אויפן פולן געזעץ איז קלאר אז אויב קאנגרעס וואלט געוואלט אז די דאקטרינע זאל זיין פעליג וואלטן זיי עס ארויסגעשריבן

שפעטער האט מען באהאנדלט די פראגע אויב עס איז אפילו פראקטיש פאר די אגענטור זיך אפצוגעבן מיט א פרישע פלוס פון שפעטע קלעימס און דעצידירן אויב זיי זענען געווען בארעכטיגט צו פיילן שפעט

דזשעקסאן האט דערמאנט אז געווענליך ווערן אזעלכע פראגן אויב מען איז בארעכטיגט פאר א שפעטע פיילינג עפעס וואס ווערט אויסגעהאמערט אין די געריכט סיסטעם און דא וועט אזא סארט לאסט פלוצלינג ארויפפאלן אויף די אגענטור

בארני האט רעאגירט זאגנדיג אז די דעפארטמענט טוט זיך שוין איצט אויך ספראווען מיטן אורטיילן אויף שפעט צעטלעך אין פעלער וואס די ארגינעלע קלעימס זענען יא געמאכט געווארן אין צייט אבער די אפליקאנטן גלייכן נישט די באשלוס און זוכן צו אפעלירן די באשלוס שפעטער ווי די געווענליכע אפעלאט דאטום אנגעבנדיג אויסריידן פארוואס זיי האבן נישט געקענט אפעלירן אין צייט

ריכטער אליטא האט געפרעגט פון די רעגירונג אויב די שטעלונג פון די רעגירונג וועט זיך טוישן אין פעלער וואס זיי די אנגעגעבענע אורזאך פארן פיילן שפעט איז צוליב מען האט זיי צוריקגעהאלטן פון פיילן מיט די פארלאנגע דעטאל צוליב וואס זייער אינפארמאציע אנטהאלט אנגעבליך קלאסיפיצירטע אינפארמאציע

דזשאשי האט רעאגירט אז עס זענען פארהאן א רייע אפציעס צוגענגליך פאר אזעלכע וואס ווילן פיילן אבער האלטן זיך צוריק פון ענטפערן אלע פראגן ביים אפליקאציע צוליב וואס טייל פון זענען נאך קלאסיפיצירט אבער ער האט אנערקענט אז די אפציעס טוען נישט פולשטענדיג אויסגלייכן די אישו נאר געזאגט אז קאנגרעס האט די מאכט צו שרייבן א נייע געזעץ קלארצושטעלן אז שפעט צעטלעך וועלכע זענען אנגעבליך פארבונדן צו אויסריידן איבער קלאסיפיצירטע אינפארמאציע זאלן יא קענען געניסן פון אן "אויסנאם דאקטרינע"
די סאמע ערשטע סופרים קאור אורטייל אינעם איצטיגן טערמין איז נארוואס ארויס

די איינשטימיגע אורטייל איז געשריבן דורך ריכטערין בערעט אין שטיצע פון די רעגירונג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
די רעגירונג האט געעפנט א קרימינאלע אויספארשונג אויף א מאן וועמען'ס אידענטיטעט און די נאמען פון זיין ביזנעס ווערן נישט פובליצירט איבער פארדעכטיגטע אקטיוויטען אנבאלאנגט שטייער און פינאנציעלע מיסברויכן

די גרענד דזשורי וועלכע איז געווארן געזעצט אויף די קעיס האט באשטעטיגט א רייע סובפינעס פאר רעקארדס פון א געזעץ פירמע וועלכע ספעציאליזירט זיך אין אינטערנאציאנאלע שטייער געזעצן

דער באשולדיגטער האט גענוצט געהאט קאמיוניקירט מיט אן אקאונטענט וועלכע ארבעט פאר די פירמע אים צו העלפן צוצוגיירטן זיינע שטייער בויגנס זיי צו קענען פיילן

יענע אדוואקאטן פירמע האט צוגעשטעלט פאר די גרענד דזשורי מער פון 1700 דאקומענטן אבער נישט געוואלט ארויסגעבן די איבריגע מיט די טענה אז זיי זענען באשוצט אונטער די אדוואקאט קליענט פריווילעגיע וואס באשוצט קאמיוניקאציע צווישן אדוואקאטן און זייערע קליענטן

א פעדעראלע דיסטריקט געריכט האט אבער פארארדנט די פירמע אז 54 פון די פארבליבענע דאקומענטן מוזן יא ווערן איבערגעגעבן און ווען זיי האבן זיך אנטזאגט אז זיי די געריכט געהאלטן אין חוצפה פון געריכט

זיי האבן אפעלירט די אורטייל צום נייטן קרייז געריכט וועלכע האט גענומען די זייט פון די אונטערשטע געריכט און דאן האבן זיי אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט

די פראגע פארנט פון די געריכט איז נישט איבער דאס אויפדעקן אדער באשוצן קאמיוניקאציע צווישן אדוואקאטן און קליענטן וועלכע זענען ריין לעגאלע ראט נאר איבער דאקומענטן אין וועלכע זיי קאמיוניקירן איבער צוגרייטן שטייער רעקארדס זיי צו קענען פיילן

קאמיוניקאציע און הילף איבער צוגרייטן צו פיילן שטייערן פאר זיך איז נישט עפעס וואס איז באשוצט (עס איז אינפארמאציע וואס אויך עימיצער וואס איז נישט אן אטוירני קען צושטעלן און פאלט נישט אונטער די אטוירני קליענט פריווילעגיע אפילו ווען עס קומט פון עימציער וואס איז גראדע יא אן אטוירני) און איז אנדערש ווי ווען מענטשן ווענדן זיך צו אדוואקאטן צו באקומען ריין לעגאלע הילף

אין די איצטיגע קעיס ווערט באהאנדלט די פראגע וואס עס איז די געזעץ ווען דאקומענטן זענען א געמיש פון ביידע און די קאמיוניקאציע איז טייל פון די נישט באשוצטע קאטעגאריע (צום ביישפיל שטייער פיילינג הילף) אבער די מאטיוו פון די קאמיוניקאציע איז אויך געווען ווי אזוי זיך אמבעסטן אן עצה צו געבן מיט געזעצן

וויבאלד עס איז א צוזאמשטעל פון באשוצטע און אומבאשוצטע קאמיוניקאציע וואס איז טעכניש אוממעגליך אפצוטיילן און דאס ארויסגעבן די אינפארמאציע באדייט אז אויך די אינפארמאציע וואס וואלט געווען באשוצט ווען עס וואלט געווען בפני עצמו, איז די פראגע אויב מען דארף קוקן בלויז אויף די הויפט פאקטאר איבער וואס די קאמיוניקאציע איז געווען (אומבאשוצטע שטייער קאנסאולטינג אין אונזער קעיס) אדער אויך קוקן אויך די אנדערע פאקטארן וואס איז לויט די אדוואקאטן געווען באשוצטע לעגאלע לעגאלע ראט

לויט די אדוואקאטן קען מען נישט טענה'ן אז וויבאלד די טרוקענע שטייער אינפארמאציע וואלט געקענט קומען אפילו פון א נישט אטוירני מיינט עס אז עס איז אומבאשוצט אפילו ווען עס קומט פון אן אטוירני, ווייל ווען דו רעדסט מיט אן אטוירני וועט עס געווענליך זיין מער פון איינפאכע געזעץ אינפארמאציע און עס וועט אריינרעכענען געשפרעכן איבער ווי אזוי אויסצונוצן לעכער אינעם סיסטעם און אזעלכע ראט איז עפעס וואס איז יא באשוצט

די אדוואקאטן טענה'ן אז מען זאל נוצן די "ארבעט פראדוקט דאקטרינע" וועלכע איז א געזעץ וועלכע באשוצט דאקומענטן פון קאמיוניקאציע צווישן פירמעס און זייערע אדוואקאטן פון דארפן ווערן ארויסגעגעבן אין געריכט קאמפן אויב די פירמע וואס ווערט געקלאגט קען איבערצייגן אז די קלעגער קענען זוכן די אינפארמאציע וואס זיי זוכן, ערגעץ אנדערש (צום ביישפיל טרעפן עדות) און דורכדעם פארמיידן פון דארפן פארעפנטליכן אינערליכע פירמע אינפארמאציע

יענע געזעץ זוכט צו באשוצן פירמעס פון קאנקורענטן וועלכע קענען זיך ארויפכאפן אויף מינדערוויכטיגע באשולדיגונגען און דאדורך זיי צווינגען דורכאויס די געריכט פראצעדור מיטצוטיילן מיט זיי אינערליכע דאקומענטן וועלכע קען אויטאמאטיש אנטהאלטן אינפארמאציע איבער פראדוקציע

די טעסט צו אנטשיידן וועלכע דאקומענטן זענען באשוצט אונטער די "ארבעט פראדוקט דאקטרינע" ווערט גערופן די "צוליב דעם טעסט" אדער די ערנסטע אורזאך טעסט" און באדייט אז אפילו אויב די קאמיוניקאציע צוישן די פירמע און די אטוירני איז נישט געווען אויסשליסליך איבער לעגאלע ראט נאר הויפטזעכטליך איבער אנדערע זאכן, אבער אויב איז די אויסטויש געווען "צוליב דעם" וואס זיי האבן זיך געוואלט צוגרייטן צו מעגליכע לעגאלע פראבלעמען פאלן שוין די דאקומענטן אונטער די דאקטרינע און זיי זענען באשוצט וויבלאד אויך די לעגאלע ראט איז געווען אן "ערנסטע אורזאך" וואס האט געטריבן די קאמיוניקאציע

אין אונזער קעיס וועלכע איז איבער די אלגעמיינע "אטוירני קליענט פריווילעגיע" ווילן די אדוואקאטן אויך טענה'ן אז טראץ וואס אויבנאויף איז טאקע די אויסטויש געווען איבער הילף צוצוגרייטן שטייער רעקארדס וואס איז נישט באשוצט האט זיך אבער זייער קליענט געוואנדן צו זיי "צוליב דעם" וואס ער האט געוואלט אויסשמועסן וועלכע מיטלען צו נעמען זיך אן עצה צו גיבן מיט די געזעצן איבער וועלכע זיי אינפארמירן אים

די נידריגע געריכטן האבן אבער קלארגעשטעלט אז אנדערש ווי ביי די "ארבעט פראדוקט דאקטרינע" וואו מען באנוצט זיך מיט די "צוליב דעם" וועט מען ביי די אלגעמיינע "אטוירני קליענט פריווילעגיע" נוצן די הארבערע טעסט וואס ווערט גענוצט אפטער אין אלגעמיינעם געזעץ און ווערט גערופן די "הויפט אורזאך טעסט" וואס באדייט אז די געריכט וועט קוקן אויף די הויפט ציהל איבער וואס די קאמיוניקאציע האט זיך געדרייט און צוליב וואס די הויפט אורזאך פון אט די קאמיוניקאציע איז געווען איבער ווי אזוי זיך צו גרייטן ביים פיילן די שטייערן איז עס עפעס וואס איז נישט באשוצט

די אדוואקאטן ערקלערן אבער אז עס שוין היינט די נארמע פון קליענטן אז ביים רעדן מיט אדוואקאטן וועלן זיי נישט בלויז וועלן הערן טרוקענע אנווייזונגען וואס די געזעץ פארלאנגט וואס דאס פאר זיך ווערט פאררעכנט אלץ אומבאשוצטע קאנסאולטינג נאר אויך וועלן הערן ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט די געזעצן און טאקטיקן צו קענען אויסקוועטשן די מאקסימום בענעפיט אונטערן געזעץ

דאס באדייט אז אין מיינסטנס אטוירני קליענט קאמיוניקאציע וועט אויטאמאטיש ליגן באשוצטע פריווילעגיע אינפארמאציע און די געריכט זאל נישט באגרעניצן די אטוירני קליענט פריווילעגיע מיטן דערקלערן אז אויב די "הויפט אורזאך" איז אויבנאויף געווען איינפאכע קאנסולטינג זאל אוועקפאלן די פריווילעגיע ווייל דאס וועט גיבן קאלטע פיס פאר מענטשן צו קענען רעדן אפן מיט אדוואקאטן זייענדיג באזארגט אז געריכטן וועלן נאך שפעטער האבן די רעכט צו באשליסן אז די הויפט אורזאך פון די קאמיוניקאציע מאכט די גאנצע אינפארמאציע אנטבלויזט צו אנקלאגעס

זיי ווייזן אן אז עס שווער פאר מענטשן ארויסצוהאבן אויב די "הויפט אורזאך" פון זייער קאמיוניקאציע איז אונטער די באשוצטע קאטעגאריע אדער נישט און די אומקלארקייט איבער דעם וועט זיי צוריקהאלטן פון קאמיוניקירן אפילו איבער באשוצטע זאכן מיט אדוואקאטן ווייל אויב א ריכטער באשליסט שפעטער אז די " הויפט אורזאך" איז געווען אומבאשוצט מיינט עס אז אלעס ווערן איבערגעגעבן און מען קען שוין גארנישט טוהן עס אפצוטיילן

די רעגירונג טענה'ט אז ערלויבן א "צוליב דעם" אדער אזויגערופענע "ערנסטע אורזאך" טעסט עפנט די וועג פאר מענטשן צו בלאקירן צוטריט צו אומבאשוצטע אינפארמאציע א שטייגער ווי בלויז קאנסאולטינג דורכדעם וואס זיי שטעלן צוזאם יענע קאמיוניקאציע אינאיינעם מיט עכטע לעגאלע ראט און קאמיוניקירן ספעציעל איבער ביידע צוזאמען מיטן ציהל אז די באשוצטע אינפארמאציע זאל מגין זיין אויך אויך די אינפארמאציע וואס וואלט ארגינעל נישט געזאלט זיין באשוצט

מענטשן וועלן אפילו קענען בלויז ציטירן געוויסע ראט וואס זיי באקומען פון זייערע אדוואקאטן אין זייער אומבאשוצטע קאמיוניקאציע און עס מיט דעם אפזיגלען אלץ באשוצט

די רעגירונג טענה'ט אויך אז געריכטן איבער'ן לאנד טוען אין אלגעמיין באצייכענען דאס צוגרייטן שטייערן דאקומענטן צום פיילן אלץ אן אקאונטינג סערוויס וואס איז נישט באשוצט און אויב די זעלבע סערוויס וועט זיין באשוצט בלויז ווען עס קומט פון אן אטוירני וועט עס מיינען אז אדוואקאטן וועלן באקומען אן אויבערהאנט איבער אלגעמיינע אקאונטענטס און די רייכע וועלכע וועלן זיך קענען ערלויבן צו צאהלן פאר אדוואקאטן וועלן פאר די זעלבע סערוויסעס באקומען באשוציינג וועלכע איינפאכע בירגער וועלן נישט האבן

די אדוואקאטן האבן אויך גע'טענה'ט אז אפילו די געריכט וויל נישט ערלויבן צו נוצן די גרינגערע "צוליב דעם טעסט" זאלן זיי כאטש קלארשטעלן אז די
"הויפט אורזאך טעסט" מיינט נישט אז מען דארף זיך דערגרונטעווען וואס עס איז געווען "די" הויפט אורזאך פון די קאמיוניקאציע נאר ענדערש וואס עס איז געווען "א" הויפט אורזאך

אויב קוקט מען אויף וואס עס איז געווען "די" הויפט אורזאך וועט עס מיינען אז מען קוקט בלויז אויף די איינע הויפט אורזאך אבער קוקן אויף "א" הויפט אורזאך וועט לאזן פלאץ צו נעמען אין באטראכט מער ווי איין אורזאך אפילו ווען מען נוצט די "הויפט אורזאך טעסט"

די אונטערשטע געריכטן האבן אנגעדייטעט אז זיי האלטן אז אפילו מען זאל שוין יא גיין מיט אן "א" הויפט אורזאך טעסט וועט יענעם'ס מאטיוו פאר מעגליכע צוקונפטיגע לעגאלע פראבלעמען ניטאמאהל ווערן פאררעכנט אלץ "א" הויפט אורזאך און דעריבער האבן זיי זיך אפילו נישט געוואלט אריינלאזן צו אדרעסירן די טענה נאר בלויז קלארגעשטעלט אז מען דארף נוצן די אנגענומענע טיפישע "הויפט אורזאך טעסט" אונטער וועלכע די אדוואקאטן פירמע מוז ארויסגעבן די דאקומענטן

די אדוואקאטן האבן אנגעוויזן אז אן אורטייל פונעם די סי קרייז געריכט אין א צווייטע קעיס האט יא גענוצט די "א" הויפט אורזאך טעסט

אבער ווי געזאגט האט די ניינטע קרייז געריכט נישט געהאלטן אז זיי דארפן עס אדרעסירן און זייער ערקלערונג איז געווען אז אפילו אויב מען וויל נוצן די ליכטערע "א" הויפט אורזאך טעסט וועט עס מיינען אז די צווייטע אורזאך וועלכע מען זוכט צו נוצן צו באשוצן די פולע קאמיוניקאציע מוז האבן געשפילט די זעלבע ערנסטע ראלע אינעם געשפרעך ווי די אפיציעלע הויפט אורזאך און וויבלאד איז די איצטיגע קעיס איז די אנגעבליכע לעגאלע ראט נישט געווען אן ערנסטע פאקטאר און עס איז בעיקר געווען די שטייער צוגרייטונג וואס האט געפירט צום געשפרעך וואלט עס סייווי נישט געווען באשוצט אפילו אונטער אן "א" הויפט אורזאך טעסט

ווי געשריבן האט די אדוואקאטן פירמע גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט וועלכע איז איינגעגאנגען צו באהאנדלען די הויפט פראגע צו מען זאל נוצן די "הויפט אורזאך טעסט" אדער די "ערנסטע אורזאך טעסט" ביים באשליסן אויב געמישטע קאמיוניקאציע פון לעגאלע און נישט לעגאלע ראט זאל ווערן באשוצט פון דארפן ווערן ארויסגעגעבן
די צווייטע אורטייל איז ארויס אבער איז נישט א געהעריגע אורטייל

די געריכט וועט דאסמאהל נישט אנטשיידן די פראגע וואס זיי האבן אויסגעהערט נאר ווארפן ענדערש ארויס די קעיס שרייבנדיג אז די באשלוס עס אויסצוהערן איז געווען גרייזיג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א גרופע ערשיינט מיט א פילם דאקומענטאציע וועלכע פארעפנטליכט פריש אויפגעדעקטע באשולדיגונגען וועלכע סופרים קאורט ריכטער ברעט קעווענאו איז אנגעבליך באגאנגען יארן צוריק (פון ענליכן סארט וולכע ער איז אויסגעשטאנען ביי זיין נאמינאציע פארהער) און באזונדער פרישע דעטאלן מיסברויכן דורך קעווענאו און זיינע געהילפן פון דורכאויס די נאמינאציע באשטעטיגונג

די פראדוצירער דרוקן אויס האפענונג אז עס וועט פירן צו פרישע אויספארשונגען און די באנוץ סובפינע מאכט
שטופט אין ישיבה
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2023 10:38 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטופט אין ישיבה »

דער געוועזענער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ האט נעכטן זיך אפּגעלאזט פון נאך א קלאגע וואס ער האט געהאט אריינגעגעבן קעגן ניו יארק אטוירני דזשענעראל דזשעימס.
פרעזידענט פרא-טעמפאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:22 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט פרא-טעמפאר »

הכל הבל האט געשריבן:
א דאנק!

דורכאויס דאס באשרייבן די קעיס בין איך נאכאנאנד געווען צוריסן אין מיך נישט וואוסנדיג אויב איך ערקלער זאכן גענוג קלאר אדער בין גאר צופיל מאריך איבערצושמועסן זאכן מערערע מאהל (אויס זארג אז עס איז נישט גענוג קלאר)

זייענדיג אויף די אנדערע זייט פנעם ליינער האף איך אז אז עס איז כאטש מער ווייניגער באלאנסירט און נישט אויסגעקומען איבערגעטריבן מפורש אדער גאר נישט גענוג קלאר
די בעסטע אויסליפטערונג איז ליינען דיינע ריפארטס דא!

די באריכן דא זענען מיט די פערפעק"ט בעלענ"ס. קורץ אבער קלאר אז יעדער זאל קענען פארשטיין די ביידע זייטן.

קיע"פ אי"ט קאמינ"ג.
If you ever feel useless, remember that the U.N. still exists.
פרעזידענט פרא-טעמפאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:22 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט פרא-טעמפאר »

הכל הבל האט געשריבן:
לעאן סאנטאס-זאכאריא איז געבוירן אין גוואטאמאלא אנטלאפן פון זיין היימשטאט ביי די 13 יאר נאכן אנגעבליך מיטמאכן רדיפות צוליב זיין געמיינע לעבנסשטייגער און ברי' משונה סטאטוס

ער איז צו ערשט אנטלאפן קיין מעקסיקא וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן עטליכע יאר און פון דארט זיך אריינגעשווערצט צו די פאראייניגטע שטאטן

אין 2008 און אין 2012 למספרם האט מען אים דעפארטירט פון אמעריקא נאכן שווערצן אומלעגאל אבער אין 2018 למספרם האט ער זיך צוריקגעקערט און דאסמאהל האט ער זיך געלאזט ארעסטירן אנגעבנדיג א פארלאנג פאר אזיל רעכט

זאכאריא האט פארציילט פארן אימיגראציע ריכטער אז מען האט אים פערזענליך איבערגעפאלן און באזונדער געסטראשעט מיטן טויט צוליב זיין לעבנסשטייגער און אויב שיקט מען אים צוריק איז זיין וואויזלזיין אין געפאר

ער האט ערקלערט אז עס זענען נישטא קיין דאטא אין די פאליציי ארכיוון ווייל ער האט נישט באריכטעט די אינצידענטן צוליב וואס ער האט נישט געהאלטן אז די פאליציי וועט עפעס טוהן דערוועגן

לויט די פארשריפטן דארף דער ריכטער אננעמען אזאן אימיגראנט איז אין געפאר אויב ער איז שוין אויסגעשטאנען געפארן אין די פארגאנגנהייט צוליב זיין ראסע אדער מיטגלידערשאפט אין אזא סארט סאציאלע גרופע ווי געמיינע אדער בריות משונות אבער די רעגירונג האט א רעכט צו איבערצייגן אז עס איז נישט אזוי און אז יענער קען רואיג צוריקגיין צו זיין היימלאנד צום ביישפיל דורך טרעפן א צווייטע געגנט וואו זיך צו באזעצן וואו עס לויערט נישט קיין געפאר אויף זיין לעבן

די רעגירונג האט טאקע געמאכט אזא ארגומענט און זאכאריא זעלבס האט אנערקענט אז זייענדיג אין מעקסיקא איז ער שוין עטליכע מאהל פרייוויליג צוריקגעגאנגען קיין גוואטאמאלא צו אנדערע געגנטער און געמיינדעס וועלכע זענען מער אפן צו צו אקצעפטירן אזעלכע מענטשן ווי אים

ער האט אויך אנערקענט אז ער וויל דוקא זיין אין אמעריקא ווייל דארט האט ער א ברודער וועלכע קען אים ארויסהעלפן פינאנציעל
...
באמערקט אז דו דיסקרימענירסט נישט ח"ו אנטקעגן די געמיינע לעבנסשטייגער און צוגעטיילט אייניג די ביידע פראנאונס...:lol:

כ'בין אביסל שפעט מיט קאמענטירן אבער עס נעמט צייט דא אויפצוקעטשן דיינע באריכן. טענק"ס עיגע"ן הבל.
If you ever feel useless, remember that the U.N. still exists.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט פרא-טעמפאר האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
א דאנק!

דורכאויס דאס באשרייבן די קעיס בין איך נאכאנאנד געווען צוריסן אין מיך נישט וואוסנדיג אויב איך ערקלער זאכן גענוג קלאר אדער בין גאר צופיל מאריך איבערצושמועסן זאכן מערערע מאהל (אויס זארג אז עס איז נישט גענוג קלאר)

זייענדיג אויף די אנדערע זייט פנעם ליינער האף איך אז אז עס איז כאטש מער ווייניגער באלאנסירט און נישט אויסגעקומען איבערגעטריבן מפורש אדער גאר נישט גענוג קלאר
די בעסטע אויסליפטערונג איז ליינען דיינע ריפארטס דא!

די באריכן דא זענען מיט די פערפעק"ט בעלענ"ס. קורץ אבער קלאר אז יעדער זאל קענען פארשטיין די ביידע זייטן.

קיע"פ אי"ט קאמינ"ג.
א הערצליכן דאנק!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עטישע זארגן ווערן ארויסגערוקט אקעגן די פרוי פון הויפט סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס

די באשולדיגונגען לויטן אז נאך וואס ראבערטס איז אנגעקומען אויפן העכסטן געריכט האט זיין פרוי אויפגעגעבן איר קאריערע ארבעטנדיג פאר א געזעץ פירמע צו פארמיידן קאנפליקט אוו אינטערעסט און אנשטאט אנגעהויבן ארבעטן אלץ א רעקרוטירער צו פלאצירן אדוואקאטן אויף פאזיציעס אין געזעץ פירמעס

די באקלאגעניש צוגעשיקט צום יוסטיץ דעפטארמענט און צו קאנגרעס דורך א געוועזענע קאלעגע איז אונטערגעשטיצט מיט רעקארדס וועלכע צייגן אז פרוי ראבערטס פארדינט מיליאנען דאלארן אין קאמישאן פארן פלאצירן אדוואקאטן אין פירמעס אריינגערעכנט אזעלכע וועלכע האבן געהאט ביסנעס פארנט פונעם געריכט און ער וויל אז ריכטער זאלן דארפן צושטעלן מער אינפארמאציע איבער די ארבעט פון זייער פרויען זייענדיג באזארגט אז א פינאנציעלע פארבינדונג צווישן ריכטער (דורך זייערע פרויען) און געזעץ פירמעס קען באאיינפלוסן אורטיילן אין קעיסעס וועלכע ווערן געמאכט פארנט פון די ריכטער דורך די באטרעפנדע פירמעס

דער אדוואקאט וועלכע שטייט אונטער די באשולדיגונג איז קענדעל פרייס פון מאסאטשוסעטס און פלעגט ארבעטן אינאיינעם מיט פרוי ראבערטס ביים זעלבן רעקרוטינג פירמע ביז 2013 למספרם ווען ער איז געפלויגן פון דארט

פרייס האט דאן אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן די פירמע און פרוי ראבערטס מיט נאך אן עקזעקוטיוו פארן אים ארויסווארפן און טראץ וואס ער האט פארלוירן די קעיס האט ער דורכאויס די געריכטליכע פראצעדורן באקומען צוטריט צו דאקומענטן פון די ארבעט פון פרוי ראבערטס און ער האט דאס אצינד צוגעשיקט צום יוסטיץ דעפארטמענט און סענאט יורידישן קאמיטע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

און...

א פעדעראלע ריכטערין האט איינגעשטימט מיט א טענה אז טראץ סופרים קאורט אנטי רציחה אורטייל איז רציחה ווייטער באשוצט אונטער די קאנסטיטוציע

די סופרים קאורט איז געקומען צום אויספיהר אז די פערצנטע אמענדמענט שטעלט נישט צו א באשיצונג פאר רציחה אבער די איצטיגע קעיס זוכט צו טענה'ן אז ווערטער אין די דרייצנטע אמענדמענט באשוצן רציחה

די ריכטערין גייט סקעדזשועלן א פארהער צו באהאנדלען די פראגע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די נעשאנעל גארד איז באקאנט אלץ א קראפט וועלכע סערווירט מערערע סארט געברויכן, ציווילע ווי מיליטערישע און ווערט קאארדאנירט דורך א צוזאמענארבעט פון די פעדעראלע און סטעיט רעגירונגען

טעכניקער וועלכע ארבעטן פאר די נעשאנעל גארד טרעפן זיך דעריבער אונטער אן אינטערסאנטע פאראדאקס סטאטוס ווען זיי ווערן פאררעכנט ווי סטעיט מיליטערישע ארבעטער ווען זיי פירן אויס סטעיט מיליטערישע פליכאון און וועלן דאן טראגן די סטעיט מיליטערישע טראגע אבער אין די זעלבע צייט געניסן זיי אויך פון בענעפיטן און רעכטן וואס פעדעראלע ציווילע ארבעטער באקומען וויבאלדא אין אנדערע צייטן טוען זיי אדמיניסטראטיווע און קלוירק ארבעט אדער אנדערע טעכנישע ארבעט פאר די נעשאנעל גארד

די טעכניקער אין אונזער קעיס זענען שוין מיטגלידער אין א יוניאן פאר די לעצטע 45 יאר אבער אצינד האט די גארד אפגעהאקט דאס האנדלען מיט די יוניאן

די קאנטראקט צווישן די נעשאנעל גארד מיט די יוניאן איז שוין אפגעלאפן אין 2014 למספרם און נאך פארצויגענע פארהאנדלונגען האבן די צוויי זייטן זיך נישט געקענט דורכקומען איבער טערמינען פאר א באנייטע קאנטראקט אבער טראץ וואס א נייע קאנטראקט איז נישט געווארן אויסגעהאמערט האט די גארד אנגעדייטעט אין א מעמאראנדום אז זיי וועלן זיך פארפליכטן וויייטער צו האלטן צו די פרינציפן פון די אפגעלאפענע אפמאך

טייל האבן פארשטאנען פון דעם אז די גארד האט נאכנישט גענצליך צוגעהאקט א די טיהר אויף די יוניאן און אז געשפרעכן זענען נאך מעגליך זיך צו באנייען אבער אין 2016 למספרם האט די גארד גענצליך אפגעהאקט צו האנדלען מיט די יוניאן

די גארד האט דאן געשריבן אז זיי זענען מער נישט געבונדן צו די באדינגונגען אינעם קאנטראקט און איינגעמאלדן פאר די יוניאן אז זיי פארמאגן מער נישט די פארלאנגטע אויטאריזאציע פארום פאר מערסטנס פון זייערע ארבעטער וועלכע האבן געצאהלט דיוס

די דאקומענט איז עפעס וואס פעהלט זיך לעגאל אויס צו האבן צו קענען אראפרעכענען פון די געהאלט פון די ארבעטער און עס שיקן צו די יוניאן אלץ דיוס

די גארד האט נישט ערקלערט ווי אזוי זיי האבן פארלוירן די פארום'ס און פארלאנגט פון די יוניאן אז זיי זאלן זעהן אז טעכניקער זאלן אדער שיקן א קאפי פונעם ארגינעלן פארום אדער נאכאמאהל אויספולן אזא פארום און אויב וועלן זיי נישט באקומען איינע פון די צוויי אין די נאכפאלגענדע 60 טאג וועט די גארד אליינס אויספולן פאר זיי א ספעציעלע פארום אין וועלכע עס ווערט דערקלערט אז עס זאל מער נישט ווערן אראפגערעכנט קיין דיוס פונעם פעיראל און די גארד וועט עס אונטערשרייבן אין זייער נאמען אן אפילו בעהטן ערלויבעניש

אין רעזולטאט פון דעם האט טאקע די גארד אויפגעהערט אראפצורעכענען די דיוס פון די געהאלט פון 89 ארבעטער אין יענע יאר

קורצליך דערויף האט די גארד ארויסגעשיקט בריוו צו אנדערע מעמבערס וועלכע האבן נאך יא געהאט די נויטיגע פארום'ס (וועלכע אויטאריזירט דאס אראפרעכענען דיוס פון זייער געהאלט) אויסגעפולט, און זיי רעקאמענדירט אפצוהאקן מיט די יוניאן זינט עס איז שוין סייווי מער נישט קיין פעליגע קאנטראקט

אין יענע צייט האט די גארד אויך מיטאמאהל געטוישט די טערמינען און באדינגונגען וואס זיי האבן מיט די טעכניקער און איבריג צו זאגן אז די טוישונגען וואלטן פארלעצט מערערע פון די פרינציפן אינעם קאנטראקט וואס האט שוין מער נישט עקזיסטירט

אין 2017 למספרם האט די יוניאן געפיילט ביי די פעדעראלע לעיבאר רילעישאנס אויטאריטעט אן אנקלאגע מיט באשולדיגונגען פון 4 אומ'יושר'דיגע ארבעט פראקטיצירונגען ביי די נעשאנעל גארד

אן אדמיניסטראטיווע ריכטער פאר די אויבנדערמאנטע אויטאריטעט מיטן אקראנים "פלרא" האט נאך אן איבערזיכט דעצידירט אז די גארד איז באגאנגען פארלעצונגען און זיי באשולדיגט מיטן נישט וועלן פארהאנדלען אויפריכטיג מיט די יוניאן און זייערע מיטגלידער צו ראטעווען די אפמאך
און פארן פארלעצן רייע לעיבאר רעכטן און ארויסגעגעבן א רייע פארארדענונגען אקעגן זיי אריינגערעכנט צוריקצושטעלן די דיוס אפצאהל
די גארד האט אפעלירט די באשלוס צו ערשט צו די פלר"א הויפטקווארטיר וואו א פאנעל האט באשטעטיגט די ארגינעלע אורטייל

דאן האט די גארד אפעלירט די אורטייל צום זעקסטן פעדעראלן קרייז געריכט מאכנדיג די ארגומענט וואס זיי האבן גענוצט אויך אין די אונטערשטע געריכטן זאגנדיג אז די 1978 למספרם ציווילע סערוויס רעפארם אקט אונטער וועלכע די פעדעראלע סערוויס לעיבאר געזעץ געפונט זיך דעקט בלויז פעדעראלע עקזעקוטיווע אגענטור ארבעטער

די גארד האט גע'טענה'ט אז וויבאלד זיי ארבעטן פאר די סטעיט ווערן זיי נישט פאררעכנט ווי אן אגענטור (וועלכע איז אונטער די פעדעראלע רעגירונג) און פלר"א פארמאגט נישט קיין יוריסדיקציע אקעגן זיי

זיי האבן אנגעוויזן אז אונטער די מיליצע געזען אין די קאנסטיטוציע קען קאנגרעס אריינרעדן אין די סטעיט נאשאנעל גארד ווירטשאפט בבלויז וועןעס קומט צו די טייל וואס זי סערווירט פאר די פאראיינגיטע שטאטן (פעדעראלע רעגירונג)

די גארד לערנט עס אפ אז קאנגרעס קען בלויז אריינרעדן אין זייערע אנגעלעגנהייטן (צום בישפיל מיטן גיבן פאר פלר"א יוריסדיקציע איבער די גארד) ווען עס האנדלט זיך פון א פאל וואס די גארד איז געווארן אקטיוויזירט אויסצופירן א מיסיע פאר די פעדעראלע רעגירונג

אויב אבער די גארד איז נישט געווען אקטיוו אין א פעדעראלע מיסיע וועטלן זיי אויטאמאטיש בלייבן באשוצט אונטער די 10'טע אמענדמענט וועלכע שרייבט אז די פעדעראלע רעגירונג האט נישט קיין מאכט אריינצורעדן איבער סטעיט אנגעלעגנהייטן סיידן די מאכטן דערמאנט אין די קאנסטיטוציע

פלר"א און שפעטער די זעקסטע קריג געריכט האבן געשריבן אז די גארד איז יא אן עקזעקוטיווע אגענטור וויבאלד זיי האלטן אויף ארבעטער וועלכע באקומען בענעפיטן און רעכטן וועלכע ווערן אין אלגעמיין געגעבן פאר פעדעראלע ארבעטער און וויבאלד זיי נוצן די ארבעטער אויך פאר ארבעט פאר די פעדעראלע רעגירונג

די זעקסטע קרייז געריכט שרייבט אז טראץ וואס אין פאקט איז יעדע נעשאנעל גארד יוניט א סטעיט אגענטור און אונטער סטעיט קאנטראל און אויטאריטעט איז אבער די אקטיוויטעט, צוזאמשטעל און פונקציע פון די גארד און גרויס טייל צוגעשטלט דורך די פעדעראלע רעגירונג
די גארד האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט וועלכע האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן

אהייא סאליסיטאר דזשענעראל בנימין פלאוערס האט געמאכט די קעיס פאר די גארד אז טראץ וואס די פעדעראלע טעכניקער אקט באצייכנט נעשאנעל גארד טעכניקער אלץ פעדעראלע ארבעטער טוט עס נישט אויטאמאטיש קלאסיפיצירן סטעיט אגענטורן (ווי די נעשאנעל גארד) אלץ א פעדעראלע עקזעקוטיווע אגענטור

ער האט ארויסגעברענגט אז קאנגרעס האט אויסגערעכנט ביישפילן פון פעדעראלע קערפערשאפטן וועלכע פאלן אונטער די יוריסדיקציע פון פלר"א און די נעשאנעל גארד איז נישט איינע פון זיי

ריכטערין דזשעקסאן האט אנגעצייגט פאר פלאוערס אז פאר עפעס א סיבה האט קאנגרעס זיי באצייכנט אלץ פעדעראלע ארבעטער און געפרעגט אויב ער איז איינשטימיג אז די ריכטער קענען נישט באלשיסן אויף די אייגענע האנט וואס זיי ווילן אן נעמען אין רעכענונג וואס די מאטיוו פון קאנגרעס איז געווען

פלאוערס האט געזאגט אז ער שטימט צו אזוי לאנג ווי די מאטיוו פון קאנגרעס ווערט אפגעלערנט אין איינקלאנג מיט די געזעץ

טראץ וואס אויב מען זאל אפלערנען די געזעץ אינגאנצן טרוקן אן נעמען קוקן אויף וואס קאנגרעס האט געציהלט קען מעגליך בעסער שטיין פאר די גארד איז די טענה פון געוויסע ריכטער געווען אז די גארד טוט בענעפיטירן אויפן חשבון פון די טעכניקער

די טענה איז אז וויבאלד די געזעץ קלאסיפיצירט זיי אלץ פעדעראלע ארבעטער וועלכע געניסן פון פעדעראלע בענעפיטן אריינגערעכנט די רעכט צו זיין אנגעשלאסן אין א יוניאן טוט עס אויטאמאטיש צוציען ערנסט קוואליפיצירטע און פעאיגע טעכניקער וועלכע גלייכן די בענעפיטן אבער איינמהל זיי טרעפן זיך אינווייניג אין די גארד אנערקענען זיי אז וויבלאד די גארד דערקלערט זיך נישט אלץ פעדעראלע אגענטור זענען זיי נישט אונטערגעווארפן אונטער פולשטענדיגע פעדעראלע יוניאן געזעצן און עס קומט אויס אז די גארד נאגט אויס אלע בענעפיטן וואס עס לוינט זיי פון די געזעץ וועלכע מאכט די טעכניקער פעדעראלע ארבעטער און ווען עס קומט צו פארגינען עפעס דערפון פאר די טעכניקער קוקן זיי זיי אנדערע זייט

ריכטערין קעיגען האט אנגעוויזן אז קאנגרעס האט נאך אלעם צוגעטיילט פאר די טעכניקער די בענעפיט פון קענען זיין אנגעשלאסן אין א יוניאן און קענען פארהאנדלען פאראיינגטערהייט פאר זייערע רעכטן וואס געווענליך מיינט עס אז עס זיצט עימיצער וועלכע פארטרעט די ארבעטער און פארהאנדלט מיט די ארבעטסגעבער

אויב אבער די יוניאן פארמאגט נישט די מאכט צו קענען פארהאנדלען ווער איז עס יא

פלאוערס האט געענטפערט אז עס קען זיין די פארטיידיגונג דעפארטמענט וועלכע איז יא א פעדעראלע אגענטור און קען פארהאנדלען מיט די ארבעטער לויט די אנווייזונגען פונעם גארד

סאליסיטאר דזשענעראל ריוועס האט אבער געווארנט די ריכטער אז אריינברענגן די פארטיידיגונג דעפארטמענט אין בילד וועט איבערדרייען די אנגענומענע צוגאנג פון די לעצטע 50 יאר ווען גארד טעכניקער האבן פארהאנדלט דירעקט מיט מיט די סטעיט געשטעלטע גארד אנפירער און אז עס וועט מאכן ווייניגער אפעקטיוו די רעכט וואס די ארבעטער פארדינען (פון דירעקטע פארהאנדלונגען מיט די גארד) צוגעטיילט פאר זיי דרך די געזעץ וואס קלאסיפיצירט זיי אלץ פעדעראלע ארבעטער (וועלכע זענען בארעכטיגט פאר פעדעראלע בענעפיטן)

די גארד האט ארויסגעברענגט אז אפילו אויב קאנגרעס זאל צוואונגען די סטעיט געשטעלט גארד פארהאנדלער אז ער זאל דירעקט פארהאנדלען אבער אפיציעל אין נאמען פון די פארטיידיגונג דעפארטמענט וועט עס נישט העלפן פאר די ארבעטער אין זייער קעיס

וויבאלד נאך אלעם קען וועלן די עמטליכע פארהאנדלונגען פארקומען צווישן די ארבעטער און די פארטיידיגונג דעפארטמענט און אויב אן אפמאך ווערט אויסגעהאמערט און די גארד פארלעצט עס וועט פלר"א ווייטער נישט קענען האלטן די גארד פאראנטווארטליך זינט די גארד איז נישט אונטערגעווארפן

זיי ברענגן ארויס אז די איינציגסטע שטראף וואס די גארד וועט קענען אויסשטיין איז אויב די פעדעראלע רעגירונג באשליסט אפצוהאלטן פאנדינג פון די באטרעפנדע גארד יוניט אדער גאר זיי אויפהערן צו אנערקענען אלץ א לעגיטימע אפטיילונג

ריוועס האט עס אוועקגעמאכט זאגנדיג אז עס לייגט זיך נישט אויפן שכל די גארד שטעלונג אז די ארבעטער רעכט צו פארהאנדלען קען ווערן באגרעניצט צו פארהאנדלונגען מיט די פארטיידיגונג דעפארטמענט און די איינציגסטע וואפן צו פארזיכערן יושר'דיגע פארהאנדלנגען איז פאר די פעדעראלע רעגירונג צו נוצן די נוקלעארע אפציע פון צוריקהאלטן פאנדינג
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

א הערצליכן דאנק פאר די געשמאקע באריכט!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
א הערצליכן דאנק פאר די געשמאקע באריכט!
גם אני מצטרף להנ”ל.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

הכל הבל האט געשריבן:
און...

א פעדעראלע ריכטערין האט איינגעשטימט מיט א טענה אז טראץ סופרים קאורט אנטי רציחה אורטייל איז רציחה ווייטער באשוצט אונטער די קאנסטיטוציע

די סופרים קאורט איז געקומען צום אויספיהר אז די פערצנטע אמענדמענט שטעלט נישט צו א באשיצונג פאר רציחה אבער די איצטיגע קעיס זוכט צו טענה'ן אז ווערטער אין די דרייצנטע אמענדמענט באשוצן רציחה

די ריכטערין גייט סקעדזשועלן א פארהער צו באהאנדלען די פראגע
גאר מאדנע..
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אויווען
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2023 2:19 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויווען »

A President Joe Biden judicial nominee who bungled questions about the Constitution at her confirmation hearing is getting Republican pushback as Democrats maintain support.

Charnelle Bjelkengren, a nominee to the US District Court for the Eastern District of Washington, failed to answer questions at the Jan. 25 hearing from Senate Judiciary Committee member John Kennedy (R-La.) about the scope of Articles V and II and a legal theory about statutory interpretation. Article V deals with amendments and Article II is about the executive branch.
Don't judge a book by its spelling. (אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טעקסאס אטוירני דזשענעראל קען פעקסטאן האט געפיילט א לאוסוט אקעגן א נייע פארשריפט פון די לעיבאר דעפארטמענט איבער אינוועסטירונגען אין פענסיע טראסטס

אנשטאט צו פיילן די לאוסוט אין די טעקסאס הויפטשטאט אוסטין אדער אין דאלאס וואו די לעיבער דעפארטמענט'ס ראיאנאלע אפיצירן זענען הויפטקווארטירט אדער אין סיי וועלכע אנדערע פלאץ וועלכע האט א דירעקטע פארבינדונג צו די קלעגער אדער אנקלעגער האט פעקסטאן אויסגעקליבן אמארילא טעקסאס

פארוואס אמארילא? די איינציגסטע פארשטענדליכע ערקלערונג איז אז יענע פעדעראלע געריכט דיוויזיע פארמאגט בלויז אן איינצלנע ריכטער און יענער הייסט מעטיו קאסמאריק און יענער איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ און פעקסטאן האט א 100% שאנס אז די קעיס לאנדעט אויפן טישל פון א טראמפ נאמינירטע ריכטער

די שטיק פון פעקסטאן איז די לעצטיגע אין א סעריע ווען קלעגער האבן אנגעהויבן נעמען די אלטע מאנעוורע פון פרובירן צו קלייבן "געריכטן" מיט בעסערע שאנסן און עס נעמען צום קומענדיגן שטאפל פון גאר אויסקלייבן ספעציפישע ריכטער לויטן אייגענעם געשמאק

אין נאוועמבער למספרם האט א פריוואטע גרופע געפיילט א לאוסוט אויך אין אמערילא טעקסאס און די פענדינג קעיס זוכט צוריקצודרייען א באשטעטיגונג פון די עסן און דראג אדמיניסטראציע פאר א געוויסע דראג גענוצט פאר רציחה סערוויסעס

פאר די וועלכע ווילן פארשטיין ווי אזוי די סיסטעם ערלויבט צו קלייבן ריכטער דארף מען אביסל צושטעלן אביסל אינפארמאציע איבער די פעדעראלע דיסטריקט געריכט אויסשטעל

עס איז באקאנט אז די פעדעראלע געריכט סיסטעם איז איינגעטיילט אין 94 דיסטריקטן לענגאויס די פאראיינגטע שטאטן און יעדע פון די דיסטריקטן פארמאגן אן אייגענעם דיסטריקט געריכט

קאנגרעס האט אבער געגעבן ערלויבעניש פאר איטליכער דיסטריקט געריכט זיך אויפצוברעכן אין עטליכע קלענער דיוויזיעס אינערהאלב זייער דעזיגנירטע דיסטריקט און געלאזט פאר די געריכטן זעלבסט צו באשליסן ווי אזוי איינצוטיילן וועלכע קעיסעס זאלן ווערן צוגעטיילט צו וועלכע דיוויזיעס

די פיהר פעדעראלע דיסטריקט געריכטן אין טעקסאס זענען אויסגעשפרייט אין 27 דיוויזיעס אבער זיי האבן באשלאסן נישט צו צוטיילן אירע ריכטער אייניג מיט די זעלבע צאהל ריכטער פער יעדע דיוויזיע נאר יעדע דיוויזיע איז אנדערש ווען צום ביישפיל 9 פון די 27 פארמאגן בלויז אן איינצלנע ריכטער און 10 אנדערע פארמאגן בלויז ריכטער

אן אנדערע סטעיטס איז איינגעפירט אז ריכטער ווערן ארומגעטוישט פון צייט צו צייט פון איין דיוויזיע צום צווייטן איינצוצוימען די ערשיינונג פון אדוואקאטן וועלכע זוכן זיך אויס בעפארצוגטע דיוויזיעס צוליב די ריכטער וואס זיצן דארט

טעקסאס האט אבער נישט אט די איינפיר און ווען עימיצער פיילט אן אנקלאגע אין אמארילא איז ער פארזיכערט אז אויב די קעיס ווערט אנגענומען וועט עס ווערן באהאנדלט דורך ריכטער קאסמאריק

די זעלבע וועט א קעיס אין וויטשיטע פאלס זיכער לאנדן אויפן טישל פון ריכטער ריעד א'קאנאר און א קעיס געפיילט אין וויקטאריא גיין צו ריכטער דרו טיפטאן

אמאהל איז נאך געווען א פעדעראלע געזעץ וועלכע האט פארלאנגט פון קלעגער צו ערקלערן פארוואס זיי האבן אויסגעקליבן א ספעציפישע דיוויזיע וואו צו ברענגן זייער קלאגע אבער קאנגרעס האט עלימינירט די געזעץ צוריק אין 1988 למספרם און היינט איז גענוג אז מען קען ערלערן פארוואס מען האט אויסגעזוכט די ספעציפישע דיסטריקט אן דארפן ערלקערן מער איבער די באטרעפנדע דיוויזיע

ווי געזאגט איז פעקסטאן נישט די ערשטע אויסצונוצן די לופהאול און ריזיגע קארפארעישאנס באנוצן זיך דעמריט ווען נויטיג, צום ביישפיל האט פארדאו פארמא געפייטל פאר באנקראט אין די ווייט לעינס דיוויזיע אין דרום ניו יארק וועלכע האט בלויז אן איינצלנע ריכטער ווי איידער אין מאנהעטען וואו זיי וואלטן ריזיקירט מיט אן א גורל פון א ליסטע ריכטער פון וועלכע מער ווי א האלב טוץ קענען זיין פיינטליך געשטימט אקעגן זיי

פעקסטאן האט אבער יא גענומען די טאקטיק צום שטאפל פון עס נוצן אויף א רעגלמעסיגע פארנעם ווען פון די 26 פון זיינע אנטי ביידען אנקלאגעס זענען 7 געברענגט געווארן אין אמארילא און 7 אין וויקטאריא

אן אנאליז צייגט אז טראץ וואס דעמאקראטן קלייבן אויך זייער דיסטירקט געריכט ווי צום ביישםיל סאן פראנציסקא און האנאלולו האבן זיי דערווייל נישט עכט פרובירט די דיוויזיע שפיל

אין 2021 למספרם האט הויפט סופרים קאורט ריכטער ראבערטס אומדירעקט אדערמאנט די פראבלעם פון ריכטער קלייבונג אדרעסירנדיג א ספעציפישע ריכטער פון וואקא טעקסאס וועלכע האט צוגעצויגן צו זיך א גאר גרויסע ציפער פון פעטענס קעיסעס פון איבער'ן גאנצן לאנד וועלכע האבן געפונען אויסריידן פארוואס זיי ברענגן אהין זייערע קעיסעס ווען די עכטע אורזאך איז געווען אז ער האט סימפאטיזירט מיט אזעלכע סארט קלעגער און זיי אקעגנגעקומען מיט פריינטליכע לאגיסטישע און פראצעדורעאלע אראנזשירונגען

אין יענע פאל האט די הויפט ריכטער אויפן מערב דיסטריקט געריכט עווענטועל איינגעפירט א טויש איבער ווי אזוי די קעיסעס ווערן אויגעטיילט און באשטימט אז סיי וועלכע נייע פעטענס קעיס עס קומט אן צום וואקא דיוויזיע גייט פאר א גורל פון 12 ריכטער וועלכע זענען אויסגעשפרייט לענגאויס די פולע דיסטריקט אינדרויסן פון די וואקא דיוויזיע

די פראגע איז אויב דיג געריכט סיסטעם וועט זיין גרייט צו אדרעסירן די פראבלעם אויך ביי פראמינענטע פאלטיטישע קעיסעס אזוי ווי זי האט געטוהן ביי די פעטענס קעיס פראבלעם

ביי די אנטי ביידען אימיגראציע קעיס וועלכע איז געווארן אריינגעטראגן אין וויקטאריא טעקסאס צו ריכטער טיפטאן האט די אדמיניסטראציע טאקע פארלאנגט אז ריכטער טיפטאן זאל שיקן ווייטער די קעיס צו א צווייטע ריכטער אינעם דיסטריקט געריכט
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 1:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פראקטיש האט געשריבן:
איבער "אפירמיטיווע אקציע" זעה איך אז א גרויס טייל פון די ארגומענט איז צו מ'קען ווען נוצן אלטערנאטיווע מעטאדן אדער נישט, דאס טייטש אז כו"ע מודה אויב קען מען נישט ערייכן דעם ציל בלויז מיט די מעטאדן איז די פאליסי יא קאנסטיטוציאנעל.

דאס איז מיר א חידוש אז די געזעץ ערלויבט די שולעס צו דיסקרימינירן קעגן ווייסע דורכן בעפארצוגן אפריקאנער אמעריקאנער אדער אנדערע מיניריטעטן בלויז צוליב ראסע און הויט קאליר. וויאזוי קען די קאנסטיטוציע ערלויבן אזוינס?

טראץ וואס איך קען פארשטיין אז אויב א פילם פרודאקציע פירמע וועט דארפן האבן טונקל הויטיגע צו שפילן אן אקט, דאן פארשטייט איך אז ווייסע וועלן נישט קריגן די דזשאב. ס'איז נישט מעגליך זיי זאלן טוהן די דזאב וואס פארלאנגט זיך, דארטן איז פארשטענדלעך ס'זאל אויסגעהאלטן געזעצליך.

אבער א שולע וועלכע האט איז געבויט אויסצולערנען מענטשן פארשידנס, האט א סעט סטאנדארטן אויף צו קענען אנגענומען ווערן זאל פלוצלינג אפזאגן עימיצן צוליב מאנגל אין פלאץ טאקע דערפאר צוליב וואס א טונקל-הויטיגס איז בעפארצוגט געווארן טראץ וואס ער קומט נישט נאך די זעלבע סטאנדארטן ווי די ווייסע?

ריגארדלעס ווי נאבעל די ציל פון די פאליסי זאל נאר נישט זיין, זעה איך נישט וויאזוי די מעטאדן קענען זיין קאנסטיטוציאנעל אפילו אויב דאס איז די איינציגע ווירקזאמע מיטל.

עניוואן?
סארי פאר די שפעטע ענטפער

געריכטן קענען פילמאל באשחיסן נישט צו אוטיילן קעגן געוויסע געזעצן - כאטש זיי זענען אין פרינציפ אומקאנסטיטוציעל - אויב וועט עס מאכן צי גרויסע שאדן - להבדיל אזא מין בחינה פון עת לעשות לה' הפרו תורתיך

מען האט עס געקענט זען ביי קאוויד, וואס בשעת מעשה האבן אלע געריכטן אין אלע לענדער צוגעלאזט די לאקדאונס, און נאר נאך עס האט זיך אנגעהויבן פארציען און מען האט מער נישט אזוי מורא געהאט דערפון האבן זיי עס אנגעהויבן פארבאטן
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
איבער "אפירמיטיווע אקציע" זעה איך אז א גרויס טייל פון די ארגומענט איז צו מ'קען ווען נוצן אלטערנאטיווע מעטאדן אדער נישט, דאס טייטש אז כו"ע מודה אויב קען מען נישט ערייכן דעם ציל בלויז מיט די מעטאדן איז די פאליסי יא קאנסטיטוציאנעל.

דאס איז מיר א חידוש אז די געזעץ ערלויבט די שולעס צו דיסקרימינירן קעגן ווייסע דורכן בעפארצוגן אפריקאנער אמעריקאנער אדער אנדערע מיניריטעטן בלויז צוליב ראסע און הויט קאליר. וויאזוי קען די קאנסטיטוציע ערלויבן אזוינס?

טראץ וואס איך קען פארשטיין אז אויב א פילם פרודאקציע פירמע וועט דארפן האבן טונקל הויטיגע צו שפילן אן אקט, דאן פארשטייט איך אז ווייסע וועלן נישט קריגן די דזשאב. ס'איז נישט מעגליך זיי זאלן טוהן די דזאב וואס פארלאנגט זיך, דארטן איז פארשטענדלעך ס'זאל אויסגעהאלטן געזעצליך.

אבער א שולע וועלכע האט איז געבויט אויסצולערנען מענטשן פארשידנס, האט א סעט סטאנדארטן אויף צו קענען אנגענומען ווערן זאל פלוצלינג אפזאגן עימיצן צוליב מאנגל אין פלאץ טאקע דערפאר צוליב וואס א טונקל-הויטיגס איז בעפארצוגט געווארן טראץ וואס ער קומט נישט נאך די זעלבע סטאנדארטן ווי די ווייסע?

ריגארדלעס ווי נאבעל די ציל פון די פאליסי זאל נאר נישט זיין, זעה איך נישט וויאזוי די מעטאדן קענען זיין קאנסטיטוציאנעל אפילו אויב דאס איז די איינציגע ווירקזאמע מיטל.

עניוואן?
סארי פאר די שפעטע ענטפער

געריכטן קענען פילמאל באשחיסן נישט צו אוטיילן קעגן געוויסע געזעצן - כאטש זיי זענען אין פרינציפ אומקאנסטיטוציעל - אויב וועט עס מאכן צי גרויסע שאדן - להבדיל אזא מין בחינה פון עת לעשות לה' הפרו תורתיך

מען האט עס געקענט זען ביי קאוויד, וואס בשעת מעשה האבן אלע געריכטן אין אלע לענדער צוגעלאזט די לאקדאונס, און נאר נאך עס האט זיך אנגעהויבן פארציען און מען האט מער נישט אזוי מורא געהאט דערפון האבן זיי עס אנגעהויבן פארבאטן
איך קען נישט זאגן איך בין דיר מוחל אויף די שפעטע ענטפער.... אבער שוין, זאל זיין.

מיך באדערט דאס טאקע, די ריכטער האבן נישט וואס צו פירן דאס לאנד, זיי זאלן פסק'נן צו די געזעצן טרעטן אויף די קאנסטיטוציע אדער נישט. פאליסי זאלן זיי לאזן פאר די ערוועלטע באאמטע.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”