נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

הו הא! נישטא די ווערטער זיך צו באדאנקען פאר די שווערע ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט אהערצושטעלן די באריכטן אין דעם אשכול.

אזא הערליכע פראפעסיאנאלע ארבעט, אזוי זאפטיג און קלאר אראפגעלייגט! א ריזן דאנק!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פיפטע קרייז געריכט פרירט איין אויף דערווייל אן אורטייל פון א דיסטריקט ריכטער וועלכע האט געשטימט אקעגן אן אבאמאקעיר פראוויזיע וועלכע פארלאנגט פון אינשורער צו דעקן געוויסע באהאנדלונגען צו פארמיידן צוקונפטיגע געזונט פראבלעמען א שטייגער ווי וואקסינען, און אונטערזוכונגען פאר די ביטערע מחלה און דייעביטיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט זיך איצט אנטזאגט אויפצונעמען אן עמורדזשענסי אפעלאט אקעגן אפארבאט פון אילינאי אויף סעמי אויטאמאטישע ביקסן

די קלעגער האבן געוואלט אז מען זאל איינפרירן די פארבאט אין די צייט וואס די קעיס ווערט אויסגעהערט אבער קיינער פון די ריכטער זענען נישט ארויסגעקומען אפיציעל אין שטיצע פון אזא איינפריר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 12:01 pm
צוריק אין 2019 למספרם האט רודי דזשוליאני אויפגענומען נאועלע דאנפי צו סערווירן אלץ זיין דירעקטאר פאר ביזנעס אנטוויקלונג און מען האט אפגעשמועסט אז ער גייט איר באצאהלן א מיליאן דאלער יערליך אין צוגאב פון אירע ביזנעס אויסגאבן און אז ער גייט איר צושטעלן אומזיסטע פארטיידיגונג אין איר לעגאלע שטרייט וואס זי האט געהאט מיט עימיצן

דזשוליאני האט אבער דאן געהאלטן אינמיטן א ביטערע צושיידונג קאמף און ער האט קלארגעשטעלט פאר דאפי אז זי וועט מוזן אויסווארטן מיט באקומען באצאהלט און איר שטעלע וועט מוזן זיין א געהיימעניס אויף ביז נאך וואס די צושיידונג פראצעדור איז פארטיג

ער האט ערקלערט אז זיין געוועזענע און אירע אדוואקאטן האלטן א נאנטע אויג אויף זיין קעש פלוס און אז זי וועט אטאקירן און זיך נוקם זיין אין סיי וועלכע פרוי ער נעמט אויף אין זיין ביזנעס

ער האט איר פארזיכערט אז ווילאנג די סיטואציע איז אנגייענד וועט ער איר פרובירן צו באצאהלן אין קעש ווען ער וועט האבן די מעגליכקייט אז זי זאל קענען דעקן איר לעבן אויף דערווייל

דזשוליאני האט איר בארואיגט אז די זאך דארף ווערן געשליכטעט גאר אין קורצן און זי האט באשלאסן עס די גאלדענע גליקן איז עפעס וואס איז ווערד אויסצואווארטן מיט געדולד

דאנפי באשולדיגט אז דזשוליאני האט איר נישט באצאהלט איר געהאלט און אז ער האט איר פערזענליך אטאקירט און זיך באצויגן צו איר גאר געמיין דורכאויס די גאנצע צייט וואס זי האט געארבעט פאר איר איבערהויפט ווען ער איז געווען אויפן טעלעפאן מיט טראמפ און אנדערע

זי באשולדיגט אז טראץ וואס אפיציעל איז זי נישט געווען זיין ארבעטער (ווייל עס האט געזאלט זיין געהיים) האט ער איר געגעבן צוטריט צו אלע אימעיל אינפארמאציע פון זיינע פארבונדעטע און קליענטן אריינגערעכנט פריוואטע און קאנפידענשאל וואס ער האט איר נישט געמעגט ווייזן סיידן זי ארבעט פאר אים

זי באשולדיגט אז ער האט זיך אפט בארימט אז ער קען איבערהיפן די געזעץ צוליב זיין מאכט און איר אמאהל געפרעגט אויב זי ווייסט פון עימיצן וואס נויטיגט זיך אין א פארדאן ווייל ער קען עס ערלעדיגן מיט טראמפ (אזוי לאנג ווי עס גייט נישט דורך די געווענליכע וועג פון וערן פארלאנגט דורך די אפיס וואס פארפיגט איבער פארדאן פארלאנגען) פאר די פרייז פון 2 מיליאן דאלער וועלכע ווערט צוטיילט צווישן אים און טראמפ

דאנפי האט רעקארדירט גאר אסאך פון וואס דזשוליאני האט געזאגט און דאס איז געווען מיט זיין קלארע ערלויבעניש

ווען זי האט אנגעהויבן לייגן מער דרוק אז זי דארף שוין באקומען איר געהאלט האט ער איר ארומגעשלעפט און געווארנט נישט צו רעדן די די עף בי איי איבער אים און קלארגעשטעלט אז ער פארמאגט פראפעסיאנאלע אויספארשער און קען זיך נוקם זיין אין איר

זי באשולדיגט אז דזשוליאני האט געמאכט שענדליכע באמערקונגען איבער אידן און ביי איין פאל געזאגט אז זיי ווילן אז די יום טוב פסח זאל אנגיין אלעמאהל

דזשוליאני:עס האט פאסירט מיט 3 טויזנט יאר צוריק, די ים סוף האט זיך געשפאלטן, עס איז נישט פרעצעדענטלאז און נישט די ערשטע מאהל וואס עס האט פאסירט (עפרא לפומי')

אצינד האט דאנפי אריינגעטראגן א סעריע קלאגעס אין ניו יארק סטעיט געריכט וואו זי פארלאנגט אז דזשוליאני זאל איר באצאהלן 10 מיליאן דאלער אין אנטשעדיגונג
געוויסע שפעקולירן אויב די פולטאן קאונטי דיסטריקט אטוירני אדער דזשעק סמיט וועלן וועלן רעדן מיט איר צוליב וואס ווי זי זאגט האט דזשוליאני דיסקוסירט נאך איידער די וואלן די פלאן צו באשולדיגן איבער וואל פעלשערייען אין פאל וואס טראמפ פארלירט
נודניק
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 12:38 pm
.
א פינטל פין הכל קומט זיך אויך א לייק,
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשוליאני אונטער א פרישע לאוסוט


אצינד פון די שאפטרייט ארבעטער וועלכע איז געווארן באשולדיגט און דערלאנגען א זעץ פארן געוועזענעם מעיאר און ער באשולדיגט איצט אז מען האט אים פאלשערהייט באשמוצט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די דריי פאנעל ריכטער אויפן פיפטן קרייז געריכט האבן געשטעלט שארפע פראגן און אויסגעקוקט גרייט צו אורטיילן אקעגן די רציחה טאבלעט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 11:03 am
א לעגאלע שטרייט האט זיך אנטוויקלט צוריק אין 2014 למספרם צווישן צוויי פארמאסיוטיקעל ריזן ווען עמדזשען האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן סענאפי פארן פראדוצירן מעדיצינען וועלכע פארלעצן אירע פעטענט רעכטן

עמדזשען האט ארויסגענומען א פעטענט אויף אירע מאנאקלאנעל אנטיבאדיס וועלכע ארבעטן צו רעדוצירן קאלעסטראל שטאפלען מיטן נאכיאגן און בלאקירן א געוויסע פראטעין אינעם קערפער פון שטערן די פראצעדור וואס איז באאויפטראגט ארויסצושפייען קאלעסטאראל פונעם בלוט פלוס

די פעטענט איבער וועלכע מען קריגט זיך דעקט סיי וועלכע מאנאקלאנאל אנטיבאדי וואס ציהלט אט די ספעציפישע פראטעין און ערלויבט זיי נישט זיך אנטצושעפען אין די קערפערליכע רעסעפטארס וועלכע שיסן ארויס די קאלעסטאראל פונעם בלוט

די געדאנק פון א פעטענט ווי באקאנט איז צו מוטיגן אינאוואציע מיטן ערלויבן פאר אינציאטארן זיי צו גיבן א מאנאפאל אויף זייערע ערפונדונגען פאר לאנגע יארן אין אויסטויש פון דעם וואס זיי פארעפנטליכן אינפארמאציע ווי אזוי אנדערע קענען עס נאכמאכן איינמאהל די פעטענט דאטום לויפט אפ
איינע פון באדינגונגען גערופן "ערמעגליכן" וואס פארלאנגט אז דער פעטענט אייגנטומער מוז פארעפנטליכן געהעריג אלע אינפארמאציע וועלכע זאל ערמעגליכן צוקונפטיגע פראדוצירער צו ערצייגן ענליכע פראדוקטן אן דארפן דורכמאכן די פולע עקספערימענט פראצעדור וועלכע איז אנגעלייגט מיט שטרויכלונגען אין דורכפעלער

די פעטענט וועלכע עמדזשען האט ערהאלטן דעקט מיליאנען מעגליכע סארטן אנטיבאדיס וועלכע האבן די מעגליכקייט צו רעדוצירן קאלעסטאראל אויפן זעלבן וועג אבער אין די אינפארמאציע וואס זיי האבן ארויסגעשטעלט רעכענען זיי אויס די געדאנק ווי אזוי עס ארבעט און שטעלן צו אנווייזונגען ווי אזוי צו אונטערזוכן און אידענטיפיצירן אנדערע קאנדידאטן וואס קענען פארוואנדלט ווערן אין אזא סארט אנטיבאדיס אבער ספעציפירן בלויז 26 ביישפילן (פון מעגליכע טויזנטער אדער מיליאנען פון וועלכע פילע קענען זיך ארויסצושטעלן יא אדער נישט צו ארבעטן)

סענאפי האט ערצייגט זייער אייגענע ווערסיע (און איז נישט איינע פון די 26) און עמעגאן טענה'ט אז זיין פארלעצן די פעטענט וועלכע איז נאכנישט אפגעלאפן

סענאפי ווארפט עס אפ זאגנדיג אז די פעטענט איז נישט אויסגעהאלטן ווייל עס קומט נישט נאך די "ערמעגליכן" פארלאנג

סענאפי באקלאגט זיך אז עמדזשען איז מגלה טפח ומכסה טפחיים ווען פון איין זייט ווילן זיי נוצן א פעטענט וואס דעקט מיליאנען סארטן פאטענציאלע אנטיבאדיס פון דעם סארט (פיל מער פון די 26 ביישפילן) אבער פון די אנדערע זייט לאזן זיי איבער גאר אסאך ארבעט פאר פירמעס וועלכע דארפן דורפירן עקספערימענטן אויף ביישפילן צו זעהן וואס עס ארבעט און וואס נישט

עמדזשען באצייכנט די פראצעדור אלץ "אונטערזוכונג" און זאגן אז זיי האבן ארויסגעשטעלט די אנווייזונגען ווי אזוי דורכצופירן אזעלכע אונטערזוכונגען אבער סענאפי טענה'ט אז איבערצולאזן אזא ברייטע רויע פעלד פון ארבעט פאר צוקונפטיגע פראדוצירער וועלכע דארפן אנהויבן ביי יעדע ביישפיל באזונדער פון אלף און אויסשטיין זייער מעגליכע דורכפאל און פון די אנדערע זייט באקומען פעטענט דערויף אלץ אן ערפינדונג איז אבסורד

זיי טענה'ן אז עס איז נישט גענוג פאר פעטענט אייגנטומער צו האבן ערפונדן איין סארט זאך און דערקלערן מאנאפאל אויף ענליכע סארט ביישפילן וועלכע זענען נאך ניטאמאהל געווארן אויספרובירט אויב עס ארבעט

א טיפישע פעטענט דעקט געווענליך א האנדפול פון פראדוקטן אדער מעטאדן אבער דאן איז פארהאן א צווייטע סארט פעטענט וועלכע דעקט א גרעסערע אויסוואהל פון ענליכע און פארבונדעטע זאכן און דאס ווערט געווענליך גענוצט אין די פארמאסיוטיקעל, כעמישע און ביא טעכנאלאגישע פעלד וואו די ערפינדונג איז בעיקר איבער ווי אזוי א געוויסע זאך ארבעט און די עמדזשען פעטענט איז איין אזא סארט ביישפיל

אין מערסטנס קעיסעס פון אזעלכע סארט ברייטע פעטענאס וועלכע זענען אנגעקומען צו די פעדעראלע סיטריקט געריכט (וועלכע הערט אויס אלע פעטענט קעיסעס) האבן די פעטענט אייגנטומער פארלוירן איז עמדזשען איז די לעצטע ביישפיל

וויבאלד ביידע זייטן זענען מער ווייניגער איינשטימיג איבער די לעגאלע טעסט איבער פעטענטס נאר קריגן זיך מער ארום ווי אזוי צו נוצן די טעסט אין די קעיס האבן זיך עטליכע ריכטער אויפן סופרים קאורט הויך געוואונדערט פארוואס מען באדערט זיי מיט אזא נישט פונדעמענטאהלע פראגע

פאול קלעמענט וועלכע האט רעפרעזענטירט סענאפי האט זיך ארויפגעכאפט דערויף און פארגעשלאגן פארן געריכט ארויסצואווארפן די קעיס צוליב וואס עס איז געווען א גרייז עס צו אקצעפטירן פון די ערשטע מינוט
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אקעגן עמדזשען

ריכטער גארסוטש האט געשריבן די אורטייל פאר אן איינשטימיגע געריכט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 12:23 pm
הכל הבל האט געשריבן:
אין 1981 למספרם האט א פראמינענטע פאטאגראפירקע מיטן נאמען לין גאלדשמידט פילמירט א סעריע פון בילדער פון א גרויסע מוזיקאנט פון יענע צייט

מיט 3 יאר דערויף האט א באקאנטע מאגאזין אפגעקויפט די לייסענס צו פובליצירן איינע פון די שווארץ און ווייסע בילדער

זיי האבן דאן אויפגענומען אן ארטיסט מיטן נאמען ענדי ווארהאל איבערצוארבעטן די בילד און עס פארבן קאלירט וועלנדיג פרעזענטירן יענעם זינגער און גאלדשמיט איז געווארן צוגעטיילט קרעדיט פארן האבן טייל אין די אילוסטראציע זייענדיג די וועלכע האט פאקטיש געכאפט דאס בילד

זיצנדיג אויף יענעם בילד האט ווארהאל אין לויף פון זיינע יארן געמאכט אזויפיל ווי 16 סארט פארשידנארטיגע סעמפלס פון יענע בילד, אלע מיט אנדערע שטריכן און פארבן און די מאלערייען זענען פארבליבן אין זיין פריוואטע באזיץ און נאך זיין טויט איז עס אריבער צו זיין ווארהאל פאנדעישאן וועלכע האט זיי פרעזערווירט און פון צייט צו צייט פארגעשטעלט ביי מאלעריי מוזעאום פארשטעלונגען

אין 2016 למספרם ווען יענע זינגער איז געשטארבן האט די אויבנדערמאנטע מאגאזין געווידמעט זייער מאנאטליכע אויפלאגע אין זיין אנדענק און געשטעלט איינע פון די 16 איבערגעארבעטע בילדער פון די ווארהאל פאנדעישאן אויפן דעקל נאכן באקומען פאר די פרייז פון ארום 10 טויזנט דאלער פאר א לייסענס פון די פאנדעישאן עס צו מעגן פובליצירן

ביי יענע בילד האט די אויסגאבע בלויז קרעדיטירט די ווארהאל פאנדעישאן אבער נישט ערווענט גאלדשמידט וועלכע איז זעענדיג די דעקל געכאפט געווארן אין איבערראשונג נישט וואוסנדיג ביז דאן אז עס עקזיסטירן נאך בילדער אילוסטראציעס באזירט אויף די בילדער וועלכע זי האט גענומען און זי האט באלד אינפארמירט די רעדאקציע און זיך באקלאגט אז זי גלויבט אז דערמיט זענען פארלעצט געווארן אירע קאפירייטס

די פאנדעישאן האט איר געפעדערט און זיך געוואנדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט אוו א ריכטער האט אין 2019 למספרם בלאקירט גאלדשמידט פון קענען ברענגן קאפירייט קלאגעס

די "ערלויבטע באנוץ" דאקטרינע איז א געזעץ וועלכע מאכט אויסנאמען אויף קאפירייט געזעצן צו צו באלאנסירן די קעגנזייטיגע רעכטן פון רעכטן פון אינציאטארן פון איין זייט און פון פובליק אינטערעסע -וועלכע זוכן צו האבן ברייטערע צוטריט צו פראדוקטן און סערוויסעס ווי צום ביישפיל מידיא באריכטן און נאך- אויף די צווייטע זייט

עס ערלויבט צו נוצן יענעם'ס מאטריאל און אינאוואציע אן ערלויבעניש אין א רייע אומשטענדן אריינגערעכנט פאר נייעס באריכטן, ערציאונג, ריסוירטש און נאך

ווי פארשטענדליך איז אזא דאקטרינע קאמפליצירט און אין יעדע פאל וועט די געריכט דורכפירן א טעסט אויף די פאלגענדע 4 פאקטארן צו באשטימען אויב עס איז געדעקט אונטער די דאקטרינע:

1) איז די צוועק און כאראקטער פון די באנוץ פאר קאמערציאלע צוועקן אדער פאר נאן פראפיט וואוילטעטיגע מאטיוון צו בארייכערן די אינפארמאציע און געדאנקן פון מענטשן
2) באטראכטן די נאטור פון די קאפירטע ווערק
3) אפשאצן די קוואנטום און גרויס פון די ווערק
4) מעסטן די אפעקט פון די באנוץ אקעגן די ווערד פון די ארבעט וואס ווערט קאפירט

די פראגע אין אונזער קעיס איז אויב די נייע 2016 למספרם פארעפטליכטע איבערגעארבעטע בילד איז גענוג שטארק געטוישט פון די ארגינעלע בילד און שטעלט פאר א גענצליך נייע באדייט און מעסעדזש פאר די ליינער און ווי די פאנדעישאן זאגט אז די קאלירטע בילד טוט טראנספארמירן די ארגינעל שווארץ און ווייסע בילד אין וועלכע דער זינגער וועלכע האט געגעבן די איינדרוק ווי אן אומבאהאלפענע פארלוירענע מאן צו א מאכטפולע און שטארקע פיגור

די פאנדעישאן טענה'ט אז די גאנצע ציהל פון די קאפירייט געזעצן איז צו מוטיגן אינאוואציע אז מענטשן וועלן זיין גרייט צו אינוועסטירן אין נייע געדאנקן וואוסנדיג אז זיי וועלן זיין באשוצט פון ווערן קאפירט דורך אנדערע

זיי ווייזן אן אז אין די איצטיגע קעיס האט דער ארטיסט איבערגעמאכט די בילד צו א נייע משמעות און צוליב דעם איז עס נישט אין פארלעצונג פון די קאפירייט געזעץ נאר פונקט קאפויער, עס סערווירט די אינטערעסע וואס די געזעץ האט געוואלט באשוצן , נעמליך, צושטעלן פארן פובליק נייע סארט ווערק (די נייע בילד ווערסיע) אין אונזער פאל

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער דזשאן קאולטל (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן) האט געאורטיילט אין שטיצע פון ווארהאל אבער גאלדשמידט האט עס אפעלירט צום צווייטן סירקוט קאורט וועלכע האט איבערגעדרייט די אורטייל און ערלויבט פאר גאלדשמידט פאראויסצוגיין מיט איר קאפירייט קעיס

אין זייער אורטייל שרייבט ריכטער לינטש אז ווען מען באטראכט די הארטע דעטאלן פונעם בילד איז קלאר אז ווארהאל האט גענוצט א בילד פון גאלדשמידט און דאס איז די וויכטיגסטע טייל פון די בילד און די ארטיסטישע טוישונגען זענען מינדערוויכטיג פון א פיזישן זין

איבער דאס וואס די דיסטריקט געריכט האט געשריבן אז ארטיסטישע מאדיפיקאציעס שטעלן פאר דעם זינגער אין א גאר נייע ליכט און אז די מעסעדזש און באדייט זענען גענוג פריש עס צו פארוואנדלען אין א גענצליך נייע פראדוקט שרייבט די קרייז געריכט אז ריכטער זענען נישט קיין ארטיסטישע עקספערטן און ווייט נישט געאייגנט צו פאסן אזעלכע דעליקאטע באשלוסן און באשליסן לויט ווי אזוי זיי שפורן איבער מעסעדזשעס און כאראקטער וועלכע בילדער טראגן מיט זיך פון אן עמאציאנאלן זין

באזונדער שרייבט לינטש אז אפילו ווען די ריכטער זאל ווען פארשטיין צו די אויסדרוק און באדייט פון בילדער איז זיין מיינונג נישט באזירט אויף טרוקענע פאקטן נאר א סוביעקטיווע געפיל וואס מוז נישט זיין געבונדן צום מציאות נאר יעדער קען שפורן זייער אייגענע וועג איבער דעם

ווארהאל האט קריטיקירט די באשלוס און פארפירט אז די סירקוט קאורט איז היפאקריטיש פארן באשולדיגן די דיסטריקט געריכט פארן אריינרעדן אין אזעלכע קאמפליצירטע ארטיסטישע פראגן אין די צייט ואוס די קרייז געריכט איז גארנישט אנדערש ווען זיי האבן באשלאסן אז די בילד שטעלט נישט פאר קיין ערנסטע טויש פון די ארגינעלע בילד

ווארהאל האט אנגעוויזן אז פרעצעדענט פון די ניינטע קרייז געריכט גייט אין קעגנזאץ צו די צווייטע סירקוט אורטייל און שפיגלט אפ די צוגאנג פונעם דיסטריקט געריכט און אפעלירט די באשלוס צום סופרים קאורט וועלכע איז איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס
ראמאן מארטינעז האט רעפרעזענטירט די ווארהאל פאנדעישאן און געמאכט די ארגומענט אז די ניי קאלירטע בילד איז אזוי אנדערש און באדייט ווי די ארגינעלע שווארץ און ווייסע בילד אז ווארהאל איז נישט שולדיג סיי וועלכע קרעדיט פאר גאלדשמידט

די ריכטער האבן רעאגירט צום ארגומענט מיטן אים פארפלייצן מיט א שטראם פון היכי תמצי ביישפילן וועלכע וואלטן אויבנאויף געווען באשוצט די קאפי רעכטן פונעם ארגינעלן אייגנטומער אבער געווען היבש ענליך צו די איצטיגע פאל און די ריכטער האבן געוואלט הערן ווי אזוי מארטינעז ערקלערט די אונטערשיד צווישן זיי

ריכטערין קעיגען האט עס אונטערגעשטראכן די מערסטע פרעך זאגנדיג אז לויט די מארטינעז טעאריע וועט מעגליך איבערבלייבן פארן ארגינעלן אייגנטומער/אינציאטאר קוים עפעס הויט און ביין פון זיינע ווערק וועלכע זענען באשוצט

קעיגען האט אויפגעברענגט א ביישפיל אין וועלכע שפילער און האליוואד וועלן נעמען א ביכל און אראפשפילן די אינהאלט אין א מאווי און לויט די אנגענומענע סטאנדארטן וועלן זיי באצאהלן א געוויסע סומע פאר די שרייבער פונעם בוך

קעיגען האט אנגעוויזן אז די שפילער וועלכע געווענליך ארייננעמען אסאך טוישונגען, טיילמאהל נייע געדאנקן און אויסשטעל און פרישע כאראקטערס און זי האט געוואלט פארשטיין פארוואס לויט ווארהאל איז עס נישט קיין ניי טראנספארמירטע ווערק אויף וועלכע מען דארף נישט באצאהלן פארן שרייבער

ריכטערין בערעט האט גענוצט א ביישפיל פון א געוויסע ספעציפישע מאווי וועלכע באצאהלט פאר די עסטעיט פונעם שרייבער וועמענ'ס ווערק ווערט גענוצט אין די פארשטעלונג

מארטינעז האט צו ערשט פרובירט צו זאגן אז יענע מאווי טויט נישט עפעס ערנסט פון די ארגינעלע ווערק אבער ער האט שנעל צוריקגעצויגן דערפון און אנערקענט אז ער איז נישט גענוג באקאנט איבער יענע מאווי עס צו קענען אדרעסירן

ריכטער ראבערטס האט געפרעגט מער הומאריסטיש אויב נוצן די בילד פון די איצטיגע קעיס און בלויז טוישן די ערנסטע געזיכט צו א מער שמייכלדיגע וועט באדייטן א טראנספארמאציע פון די ווערק זינט עס ברענגט ארויס א מעסעדזש אז דער זינגער האט צומאל געקענט זיין פרייליך און אויפגעלייגט

ריכטער טאמאס האט געבעטן פון מארטינעז און די ארומיגע צו פרובירן אויסצוברייטערן זייער פאנטאזיע טאלאנט און זיך פארשטעלן א ביישפיל אונטער וועלכע עס ווערט פארגעשטעלט ביי א פראמינענטע טאבע שפיל וואו עס נעמען אנטייל א שפילער גרופע וועמען'ס סימבאל קאליר איז אראנדזש א ריזיגע בילד פונעם זינגער אין די אראנדזשע קאליר (די קאליר וועלכע די מאגאזין האט פובליצירט פון ווארהאל) און אונטן בילד שרייט מיט ריזיגע בוכשטאבן די ווערטער "גיי אראנדזש"

זאגט טאמאס אז געוויס וועלן מענטשן ערווארטן אז די שפילער זאלן באצאהלן פארן נוצן די בילד טראץ וואס זיי קענען ווען זאגן אז די ווערטער אונטערן בילד טוישן גענצליך די מעסעדזש דערפון

ליסא בלאט האט געמאכט די ארגומענט פאר גאלדשמידט און דורכאויס איר אויפטריט האבן זיך די דיסקוסיעס בעיקר באצויגן צו די ווערטער אינעם קאפירייט געזעץ וועלכע שרייבט אז מען דארף קוקן אויף די צוועק און כאראקטער פון די ווערק און וואס די טויש האט געברענגט ווען פון איין זייט איז די איבערגעמאכטע בילד גענוצט געווארן פארן זעלבן צוועק ווי די ארגינעלע בילד און דאס איז פאר פובליקאציע אין א מאגאזין אבער פון די צווייטע זייט קען מען פונקט אזוי פונאנדערשיידן צווישן די צוויי בילדער און זאגן אז די ערשטע שווארץ און ווייסע בילד איז געווען צו פאראייביגן די ארגינעלע בילד און שטריכן פונעם זינגער אין די צייט וואס די איבערגעמאכטע איז געווען פארצושטעלן א געוויסע כאראקטער אין אים

ריכטער ראבערטס האט זיך נאכנאנאד געשטעלט אויף אט די לעצטע פונקט און ארויסגעברענגט אז די צוועק פונעם צווייטן בילד איז געווען גאר א צווייטע ווי די ארגינעלע בילד און איז נישט געקומען בלויז צו קאפירן די ערשטע בילד און פארשטעלן ווי אזוי די זינגער האט אויסגעקוקט ווייל אויב וואלט די מאגאזין בלויז געוואלט צייגן ווי אזוי די זינגער האט אויסגעקוקט וואלטן זיי נישט געלייגט א בילד אין וועלכע איין אויג איז טונקעלער ווי די צווייטע און אין וועלכע זיין האר פליעט ארום אין די לופט (דאס זענען טוישונגען וועלכע ווארהאל האט געמאכט)
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט מיט 2-7 אין שטיצע פון גאלדשמידט און די קאפי רעכט

סאטאמאיאר האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל און דערין אנגעשלאסן ריכטער טאמאס, גארסוטש, אליטא, קעווענאו, בערעט און דזשעקסאן

קעיגען האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל און דערין אנגעשלאסן ראבערטס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2023 2:48 pm
די נעשאנעל גארד איז באקאנט אלץ א קראפט וועלכע סערווירט מערערע סארט געברויכן, ציווילע ווי מיליטערישע און ווערט קאארדאנירט דורך א צוזאמענארבעט פון די פעדעראלע און סטעיט רעגירונגען

טעכניקער וועלכע ארבעטן פאר די נעשאנעל גארד טרעפן זיך דעריבער אונטער אן אינטערסאנטע פאראדאקס סטאטוס ווען זיי ווערן פאררעכנט ווי סטעיט מיליטערישע ארבעטער ווען זיי פירן אויס סטעיט מיליטערישע פליכטן און וועלן דאן טראגן די סטעיט מיליטערישע טראגע אבער אין די זעלבע צייט געניסן זיי אויך פון בענעפיטן און רעכטן וואס פעדעראלע ציווילע ארבעטער באקומען וויבאלד אין אנדערע צייטן טוען זיי אדמיניסטראטיווע און קלוירק ארבעט אדער אנדערע טעכנישע ארבעט פאר די נעשאנעל גארד

די טעכניקער אין אונזער קעיס זענען שוין מיטגלידער אין א יוניאן פאר די לעצטע 45 יאר אבער אצינד האט די גארד אפגעהאקט דאס האנדלען מיט די יוניאן

די קאנטראקט צווישן די נעשאנעל גארד מיט די יוניאן איז שוין אפגעלאפן אין 2014 למספרם און נאך פארצויגענע פארהאנדלונגען האבן די צוויי זייטן זיך נישט געקענט דורכקומען איבער טערמינען פאר א באנייטע קאנטראקט אבער טראץ וואס א נייע קאנטראקט איז נישט געווארן אויסגעהאמערט האט די גארד אנגעדייטעט אין א מעמאראנדום אז זיי וועלן זיך פארפליכטן וויייטער צו האלטן צו די פרינציפן פון די אפגעלאפענע אפמאך

טייל האבן פארשטאנען פון דעם אז די גארד האט נאכנישט גענצליך צוגעהאקט א די טיהר אויף די יוניאן און אז געשפרעכן זענען נאך מעגליך זיך צו באנייען אבער אין 2016 למספרם האט די גארד גענצליך אפגעהאקט צו האנדלען מיט די יוניאן

די גארד האט דאן געשריבן אז זיי זענען מער נישט געבונדן צו די באדינגונגען אינעם קאנטראקט און איינגעמאלדן פאר די יוניאן אז זיי פארמאגן מער נישט די פארלאנגטע אויטאריזאציע פארום פאר מערסטנס פון זייערע ארבעטער וועלכע האבן געצאהלט דיוס

די דאקומענט איז עפעס וואס פעהלט זיך לעגאל אויס צו האבן צו קענען אראפרעכענען פון די געהאלט פון די ארבעטער און עס שיקן צו די יוניאן אלץ דיוס

די גארד האט נישט ערקלערט ווי אזוי זיי האבן פארלוירן די פארום'ס און פארלאנגט פון די יוניאן אז זיי זאלן זעהן אז טעכניקער זאלן אדער שיקן א קאפי פונעם ארגינעלן פארום אדער נאכאמאהל אויספולן אזא פארום און אויב וועלן זיי נישט באקומען איינע פון די צוויי אין די נאכפאלגענדע 60 טאג וועט די גארד אליינס אויספולן פאר זיי א ספעציעלע פארום אין וועלכע עס ווערט דערקלערט אז עס זאל מער נישט ווערן אראפגערעכנט קיין דיוס פונעם פעיראל און די גארד וועט עס אונטערשרייבן אין זייער נאמען אן אפילו בעהטן ערלויבעניש

אין רעזולטאט פון דעם האט טאקע די גארד אויפגעהערט אראפצורעכענען די דיוס פון די געהאלט פון 89 ארבעטער אין יענע יאר

קורצליך דערויף האט די גארד ארויסגעשיקט בריוו צו אנדערע מעמבערס וועלכע האבן נאך יא געהאט די נויטיגע פארום'ס (וועלכע אויטאריזירט דאס אראפרעכענען דיוס פון זייער געהאלט) אויסגעפולט, און זיי רעקאמענדירט אפצוהאקן מיט די יוניאן זינט עס איז שוין סייווי מער נישט קיין פעליגע קאנטראקט

אין יענע צייט האט די גארד אויך מיטאמאהל געטוישט די טערמינען און באדינגונגען וואס זיי האבן מיט די טעכניקער און איבריג צו זאגן אז די טוישונגען וואלטן פארלעצט מערערע פון די פרינציפן אינעם קאנטראקט וואס האט שוין מער נישט עקזיסטירט

אין 2017 למספרם האט די יוניאן געפיילט ביי די פעדעראלע לעיבאר רילעישאנס אויטאריטעט אן אנקלאגע מיט באשולדיגונגען פון 4 אומ'יושר'דיגע ארבעט פראקטיצירונגען ביי די נעשאנעל גארד

אן אדמיניסטראטיווע ריכטער פאר די אויבנדערמאנטע אויטאריטעט מיטן אקראנים "פלרא" האט נאך אן איבערזיכט דעצידירט אז די גארד איז באגאנגען פארלעצונגען און זיי באשולדיגט מיטן נישט וועלן פארהאנדלען אויפריכטיג מיט די יוניאן און זייערע מיטגלידער צו ראטעווען די אפמאך
און פארן פארלעצן רייע לעיבאר רעכטן און ארויסגעגעבן א רייע פארארדענונגען אקעגן זיי אריינגערעכנט צוריקצושטעלן די דיוס אפצאהל
די גארד האט אפעלירט די באשלוס צו ערשט צו די פלר"א הויפטקווארטיר וואו א פאנעל האט באשטעטיגט די ארגינעלע אורטייל

דאן האט די גארד אפעלירט די אורטייל צום זעקסטן פעדעראלן קרייז געריכט מאכנדיג די ארגומענט וואס זיי האבן גענוצט אויך אין די אונטערשטע געריכטן זאגנדיג אז די 1978 למספרם ציווילע סערוויס רעפארם אקט אונטער וועלכע די פעדעראלע סערוויס לעיבאר געזעץ געפונט זיך דעקט בלויז פעדעראלע עקזעקוטיווע אגענטור ארבעטער

די גארד האט גע'טענה'ט אז וויבאלד זיי ארבעטן פאר די סטעיט ווערן זיי נישט פאררעכנט ווי אן אגענטור (וועלכע איז אונטער די פעדעראלע רעגירונג) און פלר"א פארמאגט נישט קיין יוריסדיקציע אקעגן זיי

זיי האבן אנגעוויזן אז אונטער די מיליצע געזען אין די קאנסטיטוציע קען קאנגרעס אריינרעדן אין די סטעיט נאשאנעל גארד ווירטשאפט בבלויז וועןעס קומט צו די טייל וואס זי סערווירט פאר די פאראיינגיטע שטאטן (פעדעראלע רעגירונג)

די גארד לערנט עס אפ אז קאנגרעס קען בלויז אריינרעדן אין זייערע אנגעלעגנהייטן (צום בישפיל מיטן גיבן פאר פלר"א יוריסדיקציע איבער די גארד) ווען עס האנדלט זיך פון א פאל וואס די גארד איז געווארן אקטיוויזירט אויסצופירן א מיסיע פאר די פעדעראלע רעגירונג

אויב אבער די גארד איז נישט געווען אקטיוו אין א פעדעראלע מיסיע וועטלן זיי אויטאמאטיש בלייבן באשוצט אונטער די 10'טע אמענדמענט וועלכע שרייבט אז די פעדעראלע רעגירונג האט נישט קיין מאכט אריינצורעדן איבער סטעיט אנגעלעגנהייטן סיידן די מאכטן דערמאנט אין די קאנסטיטוציע

פלר"א און שפעטער די זעקסטע קריג געריכט האבן געשריבן אז די גארד איז יא אן עקזעקוטיווע אגענטור וויבאלד זיי האלטן אויף ארבעטער וועלכע באקומען בענעפיטן און רעכטן וועלכע ווערן אין אלגעמיין געגעבן פאר פעדעראלע ארבעטער און וויבאלד זיי נוצן די ארבעטער אויך פאר ארבעט פאר די פעדעראלע רעגירונג

די זעקסטע קרייז געריכט שרייבט אז טראץ וואס אין פאקט איז יעדע נעשאנעל גארד יוניט א סטעיט אגענטור און אונטער סטעיט קאנטראל און אויטאריטעט איז אבער די אקטיוויטעט, צוזאמשטעל און פונקציע פון די גארד און גרויס טייל צוגעשטלט דורך די פעדעראלע רעגירונג
די גארד האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט וועלכע האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן

אהייא סאליסיטאר דזשענעראל בנימין פלאוערס האט געמאכט די קעיס פאר די גארד אז טראץ וואס די פעדעראלע טעכניקער אקט באצייכנט נעשאנעל גארד טעכניקער אלץ פעדעראלע ארבעטער טוט עס נישט אויטאמאטיש קלאסיפיצירן סטעיט אגענטורן (ווי די נעשאנעל גארד) אלץ א פעדעראלע עקזעקוטיווע אגענטור

ער האט ארויסגעברענגט אז קאנגרעס האט אויסגערעכנט ביישפילן פון פעדעראלע קערפערשאפטן וועלכע פאלן אונטער די יוריסדיקציע פון פלר"א און די נעשאנעל גארד איז נישט איינע פון זיי

ריכטערין דזשעקסאן האט אנגעצייגט פאר פלאוערס אז פאר עפעס א סיבה האט קאנגרעס זיי באצייכנט אלץ פעדעראלע ארבעטער און געפרעגט אויב ער איז איינשטימיג אז די ריכטער קענען נישט באלשיסן אויף די אייגענע האנט וואס זיי ווילן אן נעמען אין רעכענונג וואס די מאטיוו פון קאנגרעס איז געווען

פלאוערס האט געזאגט אז ער שטימט צו אזוי לאנג ווי די מאטיוו פון קאנגרעס ווערט אפגעלערנט אין איינקלאנג מיט די געזעץ

טראץ וואס אויב מען זאל אפלערנען די געזעץ אינגאנצן טרוקן אן נעמען קוקן אויף וואס קאנגרעס האט געציהלט קען מעגליך בעסער שטיין פאר די גארד איז די טענה פון געוויסע ריכטער געווען אז די גארד טוט בענעפיטירן אויפן חשבון פון די טעכניקער

די טענה איז אז וויבאלד די געזעץ קלאסיפיצירט זיי אלץ פעדעראלע ארבעטער וועלכע געניסן פון פעדעראלע בענעפיטן אריינגערעכנט די רעכט צו זיין אנגעשלאסן אין א יוניאן טוט עס אויטאמאטיש צוציען ערנסט קוואליפיצירטע און פעאיגע טעכניקער וועלכע גלייכן די בענעפיטן אבער איינמהל זיי טרעפן זיך אינווייניג אין די גארד אנערקענען זיי אז וויבלאד די גארד דערקלערט זיך נישט אלץ פעדעראלע אגענטור זענען זיי נישט אונטערגעווארפן אונטער פולשטענדיגע פעדעראלע יוניאן געזעצן און עס קומט אויס אז די גארד נאגט אויס אלע בענעפיטן וואס עס לוינט זיי פון די געזעץ וועלכע מאכט די טעכניקער פעדעראלע ארבעטער און ווען עס קומט צו פארגינען עפעס דערפון פאר די טעכניקער קוקן זיי זיי אנדערע זייט

ריכטערין קעיגען האט אנגעוויזן אז קאנגרעס האט נאך אלעם צוגעטיילט פאר די טעכניקער די בענעפיט פון קענען זיין אנגעשלאסן אין א יוניאן און קענען פארהאנדלען פאראיינגטערהייט פאר זייערע רעכטן וואס געווענליך מיינט עס אז עס זיצט עימיצער וועלכע פארטרעט די ארבעטער און פארהאנדלט מיט די ארבעטסגעבער

אויב אבער די יוניאן פארמאגט נישט די מאכט צו קענען פארהאנדלען ווער איז עס יא

פלאוערס האט געענטפערט אז עס קען זיין די פארטיידיגונג דעפארטמענט וועלכע איז יא א פעדעראלע אגענטור און קען פארהאנדלען מיט די ארבעטער לויט די אנווייזונגען פונעם גארד

סאליסיטאר דזשענעראל ריוועס האט אבער געווארנט די ריכטער אז אריינברענגן די פארטיידיגונג דעפארטמענט אין בילד וועט איבערדרייען די אנגענומענע צוגאנג פון די לעצטע 50 יאר ווען גארד טעכניקער האבן פארהאנדלט דירעקט מיט מיט די סטעיט געשטעלטע גארד אנפירער און אז עס וועט מאכן ווייניגער אפעקטיוו די רעכט וואס די ארבעטער פארדינען (פון דירעקטע פארהאנדלונגען מיט די גארד) צוגעטיילט פאר זיי דרך די געזעץ וואס קלאסיפיצירט זיי אלץ פעדעראלע ארבעטער (וועלכע זענען בארעכטיגט פאר פעדעראלע בענעפיטן)

די גארד האט ארויסגעברענגט אז אפילו אויב קאנגרעס זאל צוואונגען די סטעיט געשטעלט גארד פארהאנדלער אז ער זאל דירעקט פארהאנדלען אבער אפיציעל אין נאמען פון די פארטיידיגונג דעפארטמענט וועט עס נישט העלפן פאר די ארבעטער אין זייער קעיס

וויבאלד נאך אלעם קען וועלן די עמטליכע פארהאנדלונגען פארקומען צווישן די ארבעטער און די פארטיידיגונג דעפארטמענט און אויב אן אפמאך ווערט אויסגעהאמערט און די גארד פארלעצט עס וועט פלר"א ווייטער נישט קענען האלטן די גארד פאראנטווארטליך זינט די גארד איז נישט אונטערגעווארפן

זיי ברענגן ארויס אז די איינציגסטע שטראף וואס די גארד וועט קענען אויסשטיין איז אויב די פעדעראלע רעגירונג באשליסט אפצוהאלטן פאנדינג פון די באטרעפנדע גארד יוניט אדער גאר זיי אויפהערן צו אנערקענען אלץ א לעגיטימע אפטיילונג

ריוועס האט עס אוועקגעמאכט זאגנדיג אז עס לייגט זיך נישט אויפן שכל די גארד שטעלונג אז די ארבעטער רעכט צו פארהאנדלען קען ווערן באגרעניצט צו פארהאנדלונגען מיט די פארטיידיגונג דעפארטמענט און די איינציגסטע וואפן צו פארזיכערן יושר'דיגע פארהאנדלנגען איז פאר די פעדעראלע רעגירונג צו נוצן די נוקלעארע אפציע פון צוריקהאלטן פאנדינג
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט מיט 2-7 אקעגן אהייא און אז די פעדעראלע פלר"א פארמאגט יא יוריסדיקציע איבער די נעשאנעל גארד

ריכטער טאמאס האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל און וועלכע עס האבן זיך אנגעשלאסן ריכטער ראבערטס, סאטאמאיאר, קעיגען, קעווענאו, בערעט און דזשעקסאן

ריכטער אליטא האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל און אנגעשלאןס דערין ריכטער גארסוטש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

.
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 2:16 pm
ווי פארשפראכן אין די נעכטיגע באריכט איבער די גאנזאלעז קעיס קערן מיר זיך היינט צוריק צו די צווייטע קעיס וועלכע די געריכט האט באהאנדלט די וואך

איידער מיט טרעטן צו צום קעיס ווילן מיר דערמאנען אז מער ווי איין אנפראגע איז אריינגעקומען אין אישי איבער דאס וואס מיר האבן געשריבן אין די גאנזאלעז קעיס אז די צוויי קעיסעס קענען זיין פארבונדן איינע מיט די צווייטע און ריכטערין בערעט האט טאקע גערעדט פון אזא מעגליכקייט

די ענטפער איבער ווי די אויסגאנג פון די דאזיגע קעיס קען יא אדער נישט אפעקטירן די גאנזאלעז קעיס וועט האפנטליך קלארער ווערן נאך די היינטיגע באריכט און מיר האפן צוריקצוקומען ביים ענדע פון די איצטיגע באריכט עס בעסער צו ערלקערן

די דאזיגע קעיס האט זיך אנגעהויבן מיט אן אנקלאגע אריינגעטראגן דורך די פאמיליע פון נאוראס אלאסאף, א בירגער פון ירדן וועלכע האט זיך געציילט צווישן די 39 אומגעקומענע אין די יונואר 2017 למספרם אייסיס טעראר אטאקע ביי א פארוויילונגס צענטער אין איסטאנבול טערקיי

די טאמנע פאמיליע האט געברענגט זייער קלאגע אונטער די אנטי טעראריזם אקט פון 1996 למספרם ערווענט אין די גאנזאלעז קעיס

יענע געזעץ ערלויבט אמעריקאנער צו ברענגן קלאגעס אקעגן סיי ווער וואס העלפט און שטיצט בייזוויליג מיר ערנסטע הילף אינטערנאציאנאלע טעראריזם

די פאמיליע טענה'ט אז טוויטער און אנדערע טעכנאלאזיגע ריזן (פעיסבוק אין גוגל) האבן געוואוסט אז זייערע פלאטפארמעס שפילן א וויכטיגע ראלע אין אייסיס אפעראציעס אבער טראץ ברייטע פרעסע באריכטן דערוועגן און דרוק פון די רעגירונג עס אפצושטעלן האבן זיי נישט גענומען קיין אגרעסיווע שריט אפצורוימען אייסיס אינהאלט פון זייערע פלאטפארמעס

די ניינטע קרייז געריכט האט ערלויבט די קעיס פאראויסצוגיין און אנערקענט אז טראץ וואס די פאליסי פון די פירמעס פארבאט פאר באנוצער ארויפצושטעלן אינהאלט וואס שטיצט טעראריזם און טוען רעגלמעסיג פארמעקן אייסיס פארבונדעטע מעסעדזשעס האט אבער די טאמנע פאמיליע געמאכט א צופרידנשטעלנדע קעיס אז די פירמעס טוען נישט גענוג און טוען אומדירעקט ערלויבן אייסיס אויסצונוצן די פלאטפארמע פאר זייערע צוועקן

די אנגעקלאגטע אין שפיץ פון טוויטער האט אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט און געשריבן אז די אנטי טעראריזם איז שפעטער געווארן אמענדירט צו ערלויבן קלאגעס בלויז אויב די שטיצע פאר טעראר איז געווען צו העלפן אויספירן א געוויסע ספעציפישע טעראר אקט (א שטייגער ווי די אטאקע אין טערקיי) און אין דעם פאל האבן די קלעגער נישט באוויזן צו ציען סיי ועולכע שטריכן פון אייסיס מעסעדזשעס אויף טוויטער צו יענע אטאקע

און די קלעגער האט ניטאמאהל גע'טענה'ט אז די טעראיסטן וועלכע דורכגעפירט די אטאקע האבן סיי ווען גענוצט די טוויטער פלאטפארמע

באזונדער טענה'ט טוויטער אז די פארלאנג אינעם געזעץ אז דער באשולדיגטער דארף האבן געוואוסט אז ער שטיצט טעראר צו קענען ברענגן קלאגעס אקעגן אים ווערט נישט נאכגעקומען אין אונזער קעיס

זיי ערקלערן אז עס איז נישט גענוג אז טוויטער האט געוואוסט אז טעראריסטן באנוצן זיך מיט טוויטער נאר צו קענען זיי אנקלאגן דארף טוויטער האבן געוואוסט פון ספעציפישע אקאונטס וועלכע פלאנירן אויס א געוויסע אטאקע און אז דאס נישט בלאקירן יענע אקאונטס וועט זיין ערנסט בייהילפיג צו די סוקסעס פון די אטאקע און דאס איז עפעס וואס די קלעגער טראכטן ניטאמאהל פון באשולדיגן

די ביידען אדמיניסטראציע איז איינשטימיג אז די געריכט זאל אראפשטימען די ניינטע קרייז געריכט אורטייל אבער נעמט אביסל א צווייטע גאנג איבער די פירמע'ס פאראנטווארטליכקייט

לויט זיי קען מען אין געוויסע אומשטענדן יא האלטן פירמעס פאראנטווארטליך אונטער די אנטי טעראריזם אקט אפילו אויב זי האבן נישט ספעציפיש געוואוסט פון א געפלאנטע אטאקע אדער אז די פלאטפארמע באנוץ איז א וויכטיגע געצייג עס אויסצופירן אבער פון די צווייטע זייט איז די אדמיניסטראציע נישט צופרידן פון די מעגליכקייט צו קענען קלאגן פארן איינפאך צושטעלן אלגעמיינע שטיצע פאר א טעראר ארגאנאזאציע דורך זיי ערלויבן זיך צו באנוצן מיט ברייט פארשפרייטע אלגעמיינע סערוויסעס פון וועלכע אלע קענען געניסן

די טאמנע פאמיליע שרייבט אז די אנטי טעראריזם אקט שטעלט צו גאר ברייטע רעכטן צו קלאגן פירמעס און ארגאנאזאציעס און אז די טעקסט אינעם געזעץ מאכט זייער קלאר אז קלעגער דארפן נישט קענען אידענטיפיצירן דירעקטע פארבינדונגען צווישן די הילף און א ספעציפישע טעראר אקט

זיי ברענגן ארויס אז טוויטער'ס אפטייטש פונעם געזעץ וואלט אפגעטיילט צווישן א ספעציפישע טעראר אקט און די ברייטע קאמפיין נעץ פון טעראר פון וועלכע די אקט איז אן וויכטיגע טייל און וועט פארלאנגען פון געריכטן צו איגנארירן די אפט לאנגע קייט פון פאסירונגען וועלכע ערמעגליכט אן אויסלענדישע טעראר ארגאנאזאציע צו ארקעסטרירן אזעלכע אטאקעס

ביידע זייטן ווארענען די געריכט איבער ווייטגרייכנדע נעגאטיווע קאנסקווענצן וואס אן אורטייל אקעגן זיי וועט האבן ווען טוויטער פון איר זייט מאכט קלאר אז א טאמנע זיג וועט עפענען א פלייץ פון נאכאנאנדע קלאגעס וואס קען באטרעפן אומשולדיגע הילף ארגאנאזאציעס אויב זיי שטעלן צו הילף פאר נויטבאדערפיגע און באטראפענע וועלכע קען אמאהל אנקומען צו די די הענט פון אייסיס און העלפט זיי אומדירעקט ארויס

די טאמנע פאמיליע זאגט אז אויב זאל מען אקצעפטירן די טוויטער צוגאנג וועט עס מאכן די געזעץ כמעט אוממעגליך צו ווערן גענוצט אקעגן פלאטפארמעס און די איינציגסטע פאל צו קענען ברענגן קלאגעס וועט זיין אויב עימיצער גיבט איבער געווער פאר א טעראריסט צו קענען אומברענגן מענטשן אבער אלע אנדערע סארט הילף ווי ביישטייערונגען, באנקינג סערוויסעס און סאציעל מידי רעקאמענדאציעס וועלן פון פראקטישן זין זיין אזוי שווער צו איבערצייגן זייער ראלע אין אטאקעס אז מען וועט עס קיינמאהל נישט קענען נוצן

סעט וואקסמאן האט רעפרעזענטירט טוויטער אין די מונדליכע ארגומענטן נעכטן און געזאגט פאר דיריכטער אז די טענה פון די פאמיליע אז די פירמע האט געזאלט טוהן מער צו באזייטיגן טעראר מעסעדזשעס איז נישט גענוג צו באשולדיגן די פירמע און ארויסהעלפן טעראר

טאמאס האט אנגעהויבן מיט זיינע פראגן און געוואלט וויסן וויפיל טוויטער דארף וויסן פון א ספעציפישע טעראר אקאונט, אטאקע צו קענען ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך

וואקסמאן האט געזאגט אז טוויטער דארף וויסן אז זיי שטעלן צו באדייטנדע הילף צו א טעראר אטאקע אבער נאכגעגעבן אז עס איז גענוג אויב זיי ווייסן אז עס ווערט גענוצט פאר אן אטאקע אפילו אויב זיי ווייסן נישט די גענויע ציהל און פלאן פון די אטאקע

ער האט אנגעוויזן אז די וועלכע האבן פראדוצירט די פליגער סטימיולעטאר וועלכע די סעפטעמבער 11 למספרם היידזשעקער האבן גענוצט זיך צו טרענירן האבן נישט געוואוסט אז די צווילינג טורמעס זענען א ציהל פאר אן אטאקע אבער אויב וואלטן די פראדוצירער געוואוסט אז עס גייט גענוצט ווערן פאר "אן" אטאקע וואלט עס געווען גענוג זיי צו קענען באשולדיגן

ריכטערין קעיגען האט געזאגט פאר וואקסמאן: מיר זענען געוואוינט צו בענק וועלכע שטעלן צו וויכטיגע סערווויסעס פאר טעראריסטן
מעגליך אז מיר זענען נישט אזוי געוואוינט צו הערן אזעלכע באשולדיגונגען איבער סאושעל פירמע פלאטפארמע אבער דאס מאכט עס נישט ווייניגער אמת

קעיגען האט געוואלט פארשטיין פארוואס די הילף ווערט נישט פאררעכנט אלץ ערנסטע טעראר הילף

וואקסמאן האט פרובירט אפצוטיילן די צושטעל זאגנדיג אז עס איז געוואנדן וויפיל אינפארמאציע די פירמע אדער קערפערשאפט באזיצט איבער די פאקט אז די הילף ווערט גענוצט פאר טעראר צוועקן

וואקסמאן האט ארויסגעברענגט אז אויב סאושעל מידיע פירמעס קענען געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך אויב טעראריסטן נוצן זייער פלאטפארמע צו רעקורוטירן מענטשן און פלאנירן אטאקעס גייט עס עפענען א וואג צו קלאגן פילע אנדערע סערוויס פראוויידער און זיך הויך געוואונדערט אויב א טעקסי פירמע גייט קענען ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך אויב טעראריסטן האבן זיי גענוצט פאר רייזעס

ריכטער אליטא האט אויסגעקוקט צו גלויבן אז עס איז זייער שווער אוריסצוגעבן א קלארע שווארץ און ווייסע ליניע איבער וואס ווערט פאררעכנט ווי בייזוויליגע שטיצע און אז עס איז עפעס וואס איז אזוי פארשינדארטיג אין יעדע קעיס באזונדער אז בלויז א דזשורי קען זיך עכט דערגרונטעווען צו אלע דעטאלן און באשליסן אויב עס פאלט אריין אין א קאטעגאריע פון קענען ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך

וואקסמאן האט פרובירט פארצושטעלן אביסל א ווייכערע צוגאנג און געבעטן אז ווען א פירמע ערלויבט אלע צו נוצן אלעגמיינע סערוויס צוגענגליך פאר יעדן זאלן זיי נישט קענען געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך סיידן אויב זיי האבן כאטש געוואוסט פון ספעציפישע אקואנטס אדער פאוסטס וועלכע ווערן גענוצט צו שטיצן טעראר אקטן

ריכטערין סאטאמאיאר האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז אין בעסטן פאל וואלט אזא טעסט געהאלפן אויסקלארן די פארשריפטן אין טוויטער'ס קעיס אבער נישט ווען עס קומט צו פעיסבוק און גוגל

ריכטער גארסוטש האט פארגעשלאגן עפעס ואס ער האט באצייכנט אלץ גרינגע לעזונג פאר די דילעמא פארנט פון די ריכטער

גארסוטש האט אנגעוויזן אז די שפראך אינעם אנטי טעראריזם אקט ערלויבט צו ברענגן קלאגעס אקעגן אזעלכע וואס העלפן ארויס "מענטשן" דורכצופירן טעראר אקטן

דאס באדייט אז הילף פאר אן "אטאקע" איז נישט געדעקט לויט די געזעץ און מען קען בלויז קלאגען פאר העלפן "א מענטש " (טעראריסט) אויסצופירן אן אטאקע

לויט דעם טענה'ט גארסוטש אז אין זייער באקלאגעניש האט די פאמיליע נישט געמאכט קיין ערנסטע קעיס צו באשולדיגן אז די אינדיווידועלן פאראנטווארטליך פאר די איסטאנבול אטאקע האבן געהאט סיי וועלכע פארבינדונג צו טוויטער

עריק שנעפער וועלכע האט רעפרעזענטירט די גאנזאלעז פאמיליע האט אויף פארטראטן די טאמנע פאמיליע און אפגעשלאגן די באהויפטונג אז טוויטער איז בלויז געווען פארמישט אין רוטינע ביזנעס פראקטיצירונגען און באשולדיגט אז זיי האבן גוט געוואוסט אז טעראריסטן באנוצן זיך מיט זייער פלאטפארמע און באצייכנט די פירמע'ס פאליסי פון באזייטיגן טעראר אינהאלט אלץ פארבלענדעניש און שיינע פרעזענטאציע וואס געשעפטן שטעלן ארויס אין די שוי פענסטער צו באאיינדרוקן דרויסנדיגע און פארהוילן די ווארהייט פון אינווייניג

שנעפער האט געמאכט זיין קעיס אז קלאגעס זאלן ווערן ערלויבט אויך אויב די שטיצע איז נישט געגאנגען דירעקט פאר אן אטאקע זאגנדיג אז ווען מען כאפט א נענטערע בליק אויף די פינאנץ אפעראציעס פון טעראר ארגאנאזאציעס שיילט זיך ארויס א בילד אז די דירעקטע קאסטן אויסצופירן די אטאקעס זענען בלויז א קליינע טייל פונעם בודזשעט פון וועלכע די גרעסעערע טייל גייט פאר אלגעמיננע אויסגאבן אריינגערעכנט געהאלט, פעלשן דאקומענטן און נאך און אז געריכטן מוזן באטראכטן סיי וועלכע שטיצע פאר טעראר אלץ פראבלעם ווייל עס וועט זיין זייער שווער נאכצופאלגן און אידענטיפיצירן די ספעציפישע באנקנאטן אדער אנדערע הילף וועלכע זענען געווען בייהילפיג פאר די אטאקעס דירעקט

ריכטערין קעיגען האט אויסגעקוקט סימפאטיש צו די פאמיליע און פארגעשטעלט א ביישפיל פראגע אין וועלכע אסאמא בין לאדען עפנט א באנק אקאונט און באנוצט זיך מיט די באנק'ס אלגעמיינע סערוויסעס אלץ טייל פון זיינע טעראר אקטיוויטעטן

קעיגען האט אויסגעפירט איר פראגע צו דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל עדווין נידלער וועלנדיג פארשטיין אויב די באנק וועט קענען ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך אונטער די אנטי טעראריזם אקט

ווען נידלער האט איינגעשטימט אז יא האט קעיגען אים געצימבלט צו ערקלערן די דיפרענעץ פון טעראריסטן וועלכע נוצן באנק סערוויסעס און אזעלכע וואס נוצן סאציאל מידיא פלאטפארמע סערוויסעס

קעיגען האט שפעטער אפגעשפיגלט די סענטימענטן פריער דערמאנט דורך אז אזלעכע סארט פראגן זענען אנדערש דעטאלירט אין איטליכער קעיס און קענען אמבעסטן באהאנדלט ווערן דורך א דזשורי אין יעדע קעיס באזונדער

צו ענדיגן מעין הפתיחה מיטן צוריקקומען צו די גאנזאלעז קעיס איז די אבזערוואציע פון געוויסע לעגאלע עקפסערטן וואס איז אויך דערמאנט געווארן דורך ריכטערין בערעט קען די געריכט באזירן זייער באשלוס אין די גאנזאלעז קעיס געוואנדן איבער די אורטייל אין די טאמנע קעיס

די פראגע אין ביידע קעיסעס איז עפעס וואס די געריכט וואלט געקענט באשטיין נישט צו דארפן ענטפערן און די גרינגסטע וועג ארויס וואלט געווען איינפאך נישט אורטיילן און דערקלערן אז זיי האבן חרטה פארן אקצעפטירן די קעיס און זענען נאכנישט גרייט דערפאר (זיי האבן שוין געטוהן אזאנס אין איינע פון די קעיסעס וועלכע מיר האבן באריכטעט אינעם איצטיגן סעסיע)

געוויס איז אזא ארדער נישט עפעס וואס פאסירט אזוי אפט און דעריבער איז די קומענדיגע לייכטע אפציע פארן געריכט צו אורטיילן אין די טאמנע קעיס אז אזלעכע סארט קלאגעס קענען נישט ווערן געברענגט אונטער די אנטי טעראריזם אקט

אויב פאסירט דאס וועט עס עפענען די מעגליכקייט פאר די ריכטער לויז צו ווערן פון די סעקשאן 230 פראגע אינעם גאנזאלעז קעיס און שרייבן אז אפילו אויב סעקשאן 230 באשוצט נישט יוטוב פון קלאגעס קען גאנזאלעז סייווי נישט ברענגן אזעלכע קלאגעס אונטער די אנטי טעראריזם אקט און זיי דארפן דערווייל ניטאמאהל אדרעסירן סעקשאן 230

קלאר צו מאכן אז דאס זענען בלויז טייל פון די אפציעס אבער די ריכטער קענען עווענטועל באשליסן יא צו מאכן גרעסערע אורטיילן און שרייבן זייערע טעסטס אין ביידע קעיסעס און קענען צום ביישפיל אורטיילן אקעגן טוויטער אבער אז סעקשאן 230 באשוצט יוטוב
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין שטיצע פון טוויטער

ריכטער טאמאס האט געשריבן די איינשטימיגע אורטייל

ד געריכט אנטזאגט זיך צו אדרעסירן די קלעגער אין די גוגל קעיס שרייבנדיג אז אין ליכט פון זייער אורטייל אין די טוויטער קעיס פארלירן די גוגל קלעגער פאר די זעלבע אורזאך און די געריכט דארף נישט איצט אדרעסירן סעקשאן 230 און שיקן צוריק די קעיס צום ניינטן סירקוט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 12:43 pm
רעמא פאלסעלי האט פאר מער פון א יאר צענדליג אונטערגעצאהלט זיינע שטייערן פאר די איי אר עס און אנגעזאמלט א באלאנס פון העכער 2 מיליאן דאלער

אין א פארזוך איינצוקאסירן דאס געלט און האבנדיג א פארדאכט אז פאלסעלי באהאלט זיין געלט פון די אויטאריטען האט די אגענטור פארלאנגט פון די בענק צוטריט צו די אקאונטס פון פאלסעלי'ס פרוי און זיינע אדוואקאטן און זיי האבן עס נישט איינגעמאלדן פאר די באטרעפנדע אייגנטומער פון די אקאונטס זיך פארלאזנדיג אויף א פארשריפט אין די אגענטור וועלכע שרייבט אז טראץ וואס אין געווענליכע אומשטענדן דארף די רעגירונג איינמעלדן פון פאראויס פאר דירעקטע פארטייען אז די רעגירונג פארלאנגט צוטריט צו קענען זעהן זייערע אקטיוויטעטן איז אבער ערלויבט אין געוויסע פעלער צו פארלאנגען אזעלכע אינפארמאציע פון דריטע פארטייען (בלויז רעמא פאלסעלי איז דער דירעקטע פארטיי וועם זיי ציהלן) אן עס איינמעלדן אזוי לאנג ווי עס איז דירעקט געציהלט איינצוקאסירן שטייערן

די בענק האבן אבער יא איינגעמאלדן דערוועגן פאר פרוי פאלסעלי און די אדוואקאטן פירמע וועלכע האבן זיך געוואנדן צום געריכט עס אפצושטעלן מיטן ארגומענט אז די אגענטור האט זיי נישט איינגעמאלדן אז זיי פארלאנגען די אינפארמאציע פון די בענק

די דיסטריקט געריכט און שפעטער די זעקסטע קרייז געריכט האבן איינגעשטימט מיט די רעגירונג און געשריבן אז די אגענטור האט נישט געמוזט איינמעלדן פאר פרוי פאלסעלי און די פאמיליע'ס אוואקאטן איבער זייערע פארלאנגען צו די בענק

די קלעגער האבן אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלכע האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן

שעי דבורעצקי (יא, האסט שוין מעגליך אמהל געזעהן אזא נאמען נישט לאנג צוריק ביים ליינען איבער די קעיס פון די אינדיאנא שבט וואסער רעכטן און דער זעלבער אדוואקאט וואס האט רעפרעזענטירט יענע שבט) האט פארטרעטן די קלעגער און געהילף סאליסיטאר דזשענעראל אפרים מקדאועל האט געמאכט די קעיס פאר די איי אר עס

די ארגומענט פון די רעגירונג איז אז די פארפאלק איז גאר נאנט פארבונדן ווען עס קומט צו א ביזנעס שטאנדפונקט פארמאגנדיג אינאיינעם עטליכע קארפארעישאנס און אזוי אויך איז די אדוואקאטן פירמע גאר נאנט פארבונדן צו פאלסעלי וועלכע באנוצט זיך שוין מיט זיי פאר לאנגע יארן און אז די רעגירונג וויל קענען זעהן ווי אזוי און פון וואו פאלסעלי האט געצאהלט פאר די פירמע און דאדורך מעגליך אידענטפיצירן זיינע אקאונטס פון וואו זיי קענען איינמאנען דאס געלט

זיי טענה'ן אז וויבאלד די הויפט ציהל פון די רעגירונג איז צו קענען איינמאנען די שטייער דארפן זיי קענען נאכקוקן די אקאונטס אפילו אויב זיי באלאנגען נישט פאר רעמא פאלסעלי און עס נישט איינמעלדן פאר די באטרעפנדע אקאונט אייגנטומער

די קלעגער טענה'ן אז אויב זאל מען ערלויבן די רעגירונג צו באשליסן ואיבער אזעלכע פעלער וועלן זייאלעמאהל טרעפן אן אויסרייד ווי אזוי צו קלאסיפיצירן סיי ווער עס האט אמאהל געהאנדלט מיט עימיצער וואס איז שולדיג שטייערן צו קענען נאכקוקן יענעם'ס אקטיוויטעטן אן עס איינמעלדן פאר יענעם

ריכטערין דזשעקסאן האט אויסגעקוקט אומצופרידן מיט די פאקט אז די איי אר עס האט פארלאנגט פון די בענק צוטריט צו אלע פינאנציעלע אקטיוויטעטן פון די געזעץ פירמע פון צוויי יאר צייט און נישט בלויז אנטבאלאנגט זייערע טראנזאקציעס מיט פאלסעלא

דזשעקסאן: מיר זוכן צו לייגן א האנט אויף זיינע (פאלסעלא'ס) פארמעגן און מיר פארלאנגען צוויי יאר פון די פירמע'ס בענק רעקארדס וואס נעמט אריין אזויפיל אנדערע מענטשן און אלעס צו קענען טרעפן פאלסעלי'ס אינפארמאציע

ריכטער טאמאס האט געדרוקט אויף מקדאועל קלארצושטעלן וואס עס זענען די גרעניצן ביז ווי די רעגירונג וועט גיין צו פארלאנגען אינפארמאציע אומאיינגעמאלדן אבער טאמאס איז נישט געווען צופרידן מיט קיינע פון זיינע ענטפערס

טאמאס: די פלאץ ביז וואו די ווילסט גיין שיינט צו זיין איבריג ווייט, אויב דו קענסט זוכן אינפארמאציע איבער די שטייער צאהלער'ס רעקארדס וואס גייט דיך אפהאלטן פון נאכקוקן אינפארמאציע פון די פירמע'ס אנדערע קליענטןאון צו אנדערע פירמעס וועלכע ארבעטן צומאהל צוזאמען מיט די פירמע?

מקדאועל האט נאכאנאנד זיך ארויסגעדרייט מיטן בלויז ענטפערן אז ער פארשטייט אז די אויסנאם וועלכע די געזעץ מאכט צו קענען נאכקוקן דריטע פארטייען איז טאקע בלויז אויב עס איז געציהלט איינצוקאסירן שטייער און אז אויך דאס איז באגרענציט און דעריבער דארף מען נישט זיין באזארגט אז די רעגירונג קען טאקע נאכקוקן אומגעמאלדן יעדן וועם זיי ווילן נאר

ריכטער גארסוטש האט אים אבער פארגעהאלטן זאגנדיג אעס איז נישט גענוג בלויז צו זאגן אז עס האט גרעניצן נאר די אויסנאם מוז האבן עפעס ערנסטע באדייט און זיין שטארק באגרעניצט צו פעלער וואס עס איז טאקע פארהאן א דירעקטע פארבינדונג צווישן די אינפארמאציע וואס די רעגירונג זוכט וואס זאל זיי פירן צו די געלט וואס זיי זוכן איינצוקאסירן און מען קען נישט אפלערנען אזא באדינג גאר ברייט

מקדאועל האט אויך פרובירט צו בארואיגן די ריכטער פון א פראקטישן שטאנדפונקט זאגנדיג אז געווענליך וועלן בענק און אנדערע פינאנציעלע אינסטיטוציעס סייווי איינמעלדן די דריטע פארטייען אז די רעגירונג פארלאנגט אינפארמאציע איבער זיי אזוי ווי עס האט טאקע פאסירט אין די דאזיגע קעיס

דזשעקסאן איז אבער נישט געפאלן פאר דעם זאגנדיג פאר מקדאועל אז עס מאכט נישט אויס וואס מען קען יא אדער נישט ערווארטן פון די בענק פרייוויליג צו טוהן און אים אומדירעקט געצימבלט מקדאועל אז די פאקט אז ער באזירט זיין ארגומענט אויף דעם צייגט אז עכט פארשטייט ער אז די דריטע פארטייען דארפן מעגליך יא ווערן איינגעמאלדן וואס איז אין קאנפליקט מיט זיין ארגינעלע אקגומענט אז די דריטע פארטייען פארדינען נישט צו באקומען קיין מעלדונג

אויך ריכטער ראבערטס האט אויסגעדרוקט סקעפטיציזם מיט די פאזיציע פון די איי אר עס און און אלגעמיין האט די אגענטור געהאט א היבש שווערן טאג ביי די ארגומענטן אבער עס פארבלייבט צו זעהן וואס די אורטייל וועט זאגן
די געריכט האט נארוואס געאורטיילט אין שטיצע פון די איי אר עס

ריכטער ראבערטס האט געשריבן די איינשטימיגע אורטייל
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ניו דזשערסי גאווערנאר פיל מורפי זאגט אז אויב זאל די סופרים קאורט אורטיילן אקעגן רציחה טאבלעטן זענען אלע אפציעס אויפן טיש אריינגערעכנט די מעגליכקייט זיך נישט צו רעכענען מיט די אורטייל און פארזעצן עס אויסצוטיילן פאר איינוואוינער אין זיין סטעיט
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:50 am
ניו דזשערסי גאווערנאר פיל מורפי זאגט אז אויב זאל די סופרים קאורט אורטיילן אקעגן רציחה טאבלעטן זענען אלע אפציעס אויפן טיש אריינגערעכנט די מעגליכקייט זיך נישט צו רעכענען מיט די אורטייל און פארזעצן עס אויסצוטיילן פאר איינוואוינער אין זיין סטעיט
און איצט גייען די דעמס זיין בעד "סטעיט רייטס", פרינציפלאז!
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 1:17 pm
און איצט גייען די דעמס זיין בעד "סטעיט רייטס", פרינציפלאז!
דא קומט אבער ניטאמאל אריין סטעיט רייטס, דא רעדט מען פון פשוט און פראסט אנפייפן דאס געריכט.

פרוביר דיך נאר פארצושטעלן די רעאקציע וואס וואלט געקומען ווען גאווערנאר דעסאנטיס אדער נאעם דערקלערט אפן אז מ'פלאנט אנצופייפן דאס געריכט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

רעגנדיג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 2:08 pm
פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 1:17 pm
און איצט גייען די דעמס זיין בעד "סטעיט רייטס", פרינציפלאז!
דא קומט אבער ניטאמאל אריין סטעיט רייטס, דא רעדט מען פון פשוט און פראסט אנפייפן דאס געריכט.

פרוביר דיך נאר פארצושטעלן די רעאקציע וואס וואלט געקומען ווען גאווערנאר דעסאנטיס אדער נאעם דערקלערט אפן אז מ'פלאנט אנצופייפן דאס געריכט.
יאפ
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בילי רעימאנד קאונטערמאן איז געווארן ארעסטירט און אנגעקלאגט מיטן שיקן א סעריע פעיסבוק מעסעדזשעס צו שאנטאזירן א לאקאלע מוזיקאנט און ער האט צווישן אנדערן געשריבן אז ער וויל איר זעהן שטארבן אדער ווערן אומגעברענגט

קאונטערמאן האט זיך פארטיידיגט אז עס זענען נישט געווען קיין עכטע סטראשונקעס און דעריבער זאל עס זיין באשוצט אונטער די ערשטע אמענדמענט פרייהייט פון אויסדרוק

א דזשורי האט אים אבער געפונען שולדיג און די קלאראדא אפעלאט געריכט האט באשטעטיגט די אורטייל וועלכע קאונטערמאן האט אפעלירט צום פעדעראלן סופרים קאורט

קאונטערמאן טענה'ט אז ווען עס קומט אפצושאצן אויב א סטראשע איז עכט דארף די רעגירונג אויפווייזן אז דער וועלכע האט עס געמאכט האט עס עכט אנגעקוקט אזוי און פארשטאנען אז ביי געווענליכע מענטשן ווערט דאס פאררעכנט אלס סטראשע און אז עס קען אנשרעקן מענטשן

קאלאראדא טענה'ט אז עס איז גענוג אז א געווענליכע ראציאנאלע פערזאן וואלט עס אזוי אפגעלערנט טראץ וואס דער סטראשער האלט נישט אזוי

דזשאן עלוואד האט רעפרעזענטירט קאונטערמאן און אפגעשלאגן די טעסט וואס קאלאראדא האט גענוצט צו פאראורטיילן זיין קליענט זאגנדיג אז זיך באנוצן א טעסט וואס קוקט אויב א פארשטענדליכע פערזאן וואלט באטראכט אזא סטעיטמענט אלץ דראאונג וואלט געהאט א נעגאטיווע אפעעקט אין א וועלט אין וועלכע אזויפיהל קאמיוניקאציע גייט דורך סאציאלע מידיא וועלכע ברענגט צוזאם פרעמדע אין אן ענווייראמענט וועלכע נעמט אוועק גאר אסאך קאנטעקסט וועלכע גיבן באדייט צו ווערטער און אויסדרוקן און מענטשן קענען פארשטיין ווערטער אין מערערע סארט וועגן

ער זאגט אז מענטשן וועלן זיך אפהאלטן פון נוצן לעגאל ערלויבטע שפראך נישט ווענלדיג ריזיקירן מיט טורמע טערמינען אין פאל וואס עימיצער וועט עס אויסטייטשן אלץ סטראשע

קאלאראדא אטוירני דזשענעראל פיליפ ווייזער האט אפגעשלאגן די באהויפטונג זאגנדיג אז די קאונטערמאן טעסט וואס פארלאנגט צו קוקן אויף וואס די סטראשונקער האט געהאט אין קאפ וועט גיבן די גרינע ליכט פאר מענטשן וועלכע זענען לייכטזיניג צו באדראען אנדערע אין זיי ערלויבן צו טעראריזירן מענטשן וואוסנדיג אז זיי קענען אלעמאהל זיך ארויסדרייען און זאגן אז זיי האבן עס נישט אנגעקוקט ווי אן עכטע סטראשע

ביי די מונדליכע ארגומענטן האט ריכטער אליטא געפרעגט פון עלוואד פארוואס עס וואלט נישט בעסער געווען א טעסט וואס פאלט ערגעץ אינצווישן זיין טעסט און די טעסט פון קאלאראדא

אליטא האט פארגעשלאגן א פשרה פון א דריטע סארט טעסט וואס ער באצייכנט אלס "לייכטזיניגקייט טעסט" אונטער וועלכע די רעגירונג דארף איבערצייגן אז דער וואס מאכט די סטעיטמענט האט געוואוסט אז יענער קען שפורן באדראעט

אזא טעסט וואלט געווען הארבער (פאר די רעגירונג) זינט זיי מוזן אויפווייזן אז דער סטראשער האט פארשטאנען אז יענער קען שפורן געסטראשעט אבער עס איז גרינגער ווי די קאונטערמאן טעסט זינט עס ערלויבט צו קלאגן אפילו דער סטראשער פאר זיך האט עס נישט אנקוקט און נישט געמיינט צו נוצן אלס א סטראשע

עלוואד האט אנערקענט אז אזא טעסט וואלט געווען בעסער ווי די קאלאראדא טעסט זינט עס קאנצעטרירט זיך איבער וואס עס איז געליגן אין קאפ פונעם סטראשער אבער אויסגעפירט אז עס איז נישט פארהאן קיין טראדיציע פאר אזא סארט טעסט אין די אמעריקאנע געזעץ צו רעגולירן דראאונגען באזירט אויף לייכטזינגיקייט

ריכטער קעווענאו האט אויך אויסגעקוקט סימפאטיש צו די "לייכטזיניגקייט טעסט" זאגנדיג פאר ווייזער אז דאס וואלט אדרעסירט טייל פון זיינע זארגן אין די צייט וואס עס לאזט איבער פלאץ פאר פרייע אויסדרוק

קעווענאו האט אויך ארויסגעברענגט מיטן אונטערדרוקן יעדע מעגליכע רמז פון א סטראשע קען פירן צו גרעסערע פראבלעמען זינט מענטשן מיט עכטע בייזוויליגע פלענער וועלכע זיין גאר פארזיכטיג און עס אויספירן אן סיי וועלכע ווארענונג פון פאראויס

ריכטערין סאטאמאיאר האט אויסגעקוקט סימפאטיש צו קאונטערמאן אבער ווייניגער אין שטיצע צו אדאפטירן די "לייכטזיניגקייט טעסט"

זי ווייזט אן אז אונטער אליטא'ס טעסט וועט טאקע די דזשורי דארפן באטראכטן ווי אזוי קאונטערמאן האט אנגעקוקט זיינע מעסעדזשעס אבער קאונטערמאן האט נישט סיי וועלכע באווייזן צו איבערצייגן פאר די דזשורי איבער וואס עס האט זיך אפעגעשפילט ביי אים אין געדאנק און דעריבער וועט א דזשורי קענען לייכט באשליסן אז זיי גלויבן נישט אז ער האט עס נישט אנגעקוקט אלס סטראשע

דעריבער איז די איינציגסטע פראגע לויט סאטאמאיאר אויב די קאלאראדא טעסט גענצליך צו איגנארירן די כוונה פונעם מעסעדזש שיקער איז אויסגעהאלטן אדער נישט

אליטא איז גראדע נישט געווען דער וועלכע איז אויפגעקומען מיט די פשרה טעסט נאר עס איז געווען די פעדעראלע רעגירונג וועלכע האט אין זייער פריינד צום געריכט געשטיצט קאלאראדא אין אלגעמיין און פארגעשלאגן די "לייכטזיניגקייט טעסט" אלס א מיטלוועג אבער סאטאמאיאר זאגט אז עס איז די פעדעראלע רעגירונג און נישט איינע פון די צוויי זייטן וועלכע מאכן די קעיס פאר אזא טעסט און אס איז נישט גענוג פארן געריכט

ריכטערין קעיגען איז געווען פיל ווייניגער אין שטיצע פון קאונטערמאן זאגנדיג אז אין פעלער פון פרייהייט פון אויסדרוק קעיסעס פון פובליק פיגורן איז די געריכט געווען פיל גאר סענסיטיוו גלויבנדיג אז עס עקזיסטירט א גאר דינע ליניע צווישן אויסדרוק וועלכע האט גאר א גרויסע ווערד און די וועלכע זענען ליידיג פון אינהאלט

אבער אין די דאזיגע קעיס פארשטייט זי נישט די איבריגע פארזיכטיגקייט וואס די געריכט צייגט ארויס צו באשוצן פרייהייט פון אויסדרוק

קעיגען וואונדערט זיך וועלכע סארט אויסדרוק פון ערנסטע ווערד וואס קען ווערן אונטערדרוקט אויב גייט מען מיט די קאלאראדא טעסט פרעגנדיג וועלכע סארט אויסדרוקן קומען נאנט צו זיין אן עכטע דראאונג אבער איז גלייכצייטיג עפעס וואס איז אזוי שטארק ווערד אז מען דארף זיין פארזיכטיג עס צו באשוצן

ריכטער ראבערטס איז געווען באזארגט אז אויב וועט מען גיין מיט די קאונטערמאן טעסט וועט עס שווער ווירקן אויף געליטענע פון דאמעסטישע איבערפאל און קאמפליצירן זייער מעגליכקייט צו באקומען ציווילע באשיצונג ארדערס וועלכע פארלאנגט אפט באווייז אז מען איז באגאנגען א פארברעכן אקעגן זיי

ראבערטס איז אבער אויך געווען באזארגט מיט די קאלאראדא טעסט און געצווייפלט אין די פארזיכערונגען פון ווייזער אז עס איז גענונג קלאר נישט צו באטרעפן אזעלכע וואס מאכן סטעיטמענטס וועלכע איז נישט קיין קלארע סטראשונקעס

ראבערטס האט אנגעוויזן אז איינע פון די סטראשונקעס אין וועלכע קאונטערמאן איז געפונען געווארן שולדיג איז א מעסעדזש אין וועכלע ער שרייבט:
דאס בלייבן אין די סייבער לעבן גייט דיך אפטויטן, קום ארויס פאר א קאווע

ראבערטס האט געוואלט פארשטיין ווי אזוי אזא מעסעדזש קען באצייכנט ווערן אלס סטראשע און ווייזער האט ערלקערט אז עס איז ווירקליך געווען א דראאונג אויב קוקט מען אויף די קאנטעקסט

ריכטער גארסוטש האט אבער צוריקגע'טענה'ט אז אויב וויל מען קוקן אויף די קאנטעקסט דארף מען אויך ארייננעמען די כוונה פון די שרייבער אינעם קאנטעקסט

ווייזער האט עס אפגעשלאגן זאגנדיג אז ווען מען שאצט אפ אויב עימיצער איז געווארן טעראריזירט קען מען נישט ארייננעמען די פאקטאר פון די כוונה פון שרייבער ווייל עס איז נישט רעלעוואנט צו די שרעק וואס נעמט ארום די געסטראשעטן אין פאל וואס א געווענליכע מענטש שורט זיך באדראעט פון אזא מעסעדזש

גארסוטש האט אבער זיך געהאלאן ביי זיינס זאגנדיג אז אויב זאל מען בלויז קוקן אויף די זייט פונעם מקבל און נישט פונעם שרייבער ווערט עס מער פראבלעמאטיש זינט מענטשן ווערן מער סענסיטיוו ווי אמאהל און טייטשן אויס צופיל מעסעדזשעס אלס סטראשע

ריכטער טאמאס האט אויך געזאגט פאר ווייזער אז מענטשן ווערן היינט הייפערסענסיטיוו איבער פארשידענע זאכן און יעדער שפורט זיך באדראעט פון עפעס אנדערש

ריכטערין בערעט האט אויך געצימבלט ווייזער וועלכע וויל א טעסט אין וועלכע "א ראציאנאלע מענטש" וואלט עס אנגעקוקט ווי א סטראשע

בערעט האט געפרעגט ווער עס קען באצייכנט ווערן אלס א ראציאנאלע פערזאן און געגעבן א ביישפיל פון א קאלעדזש פראפעסאר וואס אלס טייל פון זיין לעקציע שטעלט ארויף א בילד פון א ברענענדיגע שתי וערב וואס פלעגט ווערן גענוצט אין די פארגאנגנהייט אלס סימבאל פון די ראסע קאמף אקעגן אפריקאנע אמעריקאנע און אנדערע מינאריטעטן

דער פראפעסאר אינעם ביישפיל רעכנט אויס די סטראשונקעס וועלכע פלעגן דאן ווערן געמאכט און טראץ וואס ער טוט עס בלויז מיטן ציהל צו לערנען די סטודענטן איבער היסטאריע קען עס ווערן אויסגעטייטשט דורך אן אפריקאנע אמעריקאנע סטודענט אלץ דראאונג

דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל עריק פייגין האט געמכט די קעיס פאר די פעדעראלע רעגירונג אקעגן די קאונטערמאן טעסט אנווייזנדיג אז אזא טעסט וואלט פארשווערט די ארבעט פאר פרארקורארן צו קענען מאכן קעיסעס אין פעלער פון עכטע סטראשונקעס ווייל מען וואלט געדאפרט ווארטן פיל לענער אויפצובויען א קעיס און שאפן באווייזן איבער די כוונה פונעם סטראשער

עלוואד האט עס אפגעווארפן זאגנדגי אז מער פון 20 סטעיטס האבן געזעצן וועלכע באנוצן זיך מיט די קאונטערמאן טעסט און עס זענען נישט דא קיין אנדייטונגען אז עס פירט צו סיי וועלכע פראבלעמען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פעדעראלע ארבעטער יוניאן האט געפיילט א לאוסוט אקעגן די קאנגרעס געזעץ וועלכע צוימט די רעגירונג נישט צו בארגן פרישע געלטער נאכן גרייכן די חובות דאף

די גרופע טענה'ט אז די פערצנטע אמענדמענט צו די קאנסטיטוציע פארלאנגט פון די רעגירונג צו דעקן אירע אירע חובות און אז די קאנגרעס געזעץ איז דעריבער אומקאנסטיטוציאנאל

די קעיס האט געלאנדעט אויפן טישל פון פעדעראלע דיסטריקט ריכטער ריטשארד סטיערן (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן) וועלכע האט איצנד באשטימט אפצוהאלטן א פארהער אין די קעיס אויף מאי 31 למספרם
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 1:57 pm
א פעדעראלע ארבעטער יוניאן האט געפיילט א לאוסוט אקעגן די קאנגרעס געזעץ וועלכע צוימט די רעגירונג נישט צו בארגן פרישע געלטער נאכן גרייכן די חובות דאף

די גרופע טענה'ט אז די פערצנטע אמענדמענט צו די קאנסטיטוציע פארלאנגט פון די רעגירונג צו דעקן אירע אירע חובות און אז די קאנגרעס געזעץ איז דעריבער אומקאנסטיטוציאנאל

די קעיס האט געלאנדעט אויפן טישל פון פעדעראלע דיסטריקט ריכטער ריטשארד סטיערן (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן) וועלכע האט איצנד באשטימט אפצוהאלטן א פארהער אין די קעיס אויף מאי 31 למספרם
קען ער ארויפלעגן א סטעי אויף די געזעץ, אז סזאל זיין געפרוירן אויף די דעדליין, אדער סאיז א לענגערע פראסעס?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשאן ראבערטס זאגט אז די באשלוס צו באריקאדירן די געריכט קאמפלעקס צוריק אין 2022 למספרם איז געווען די שווערסטע וואס ער האט געדארפט פאסן זינט ער איז געווארן הויפט סופרים קאורט ריכטער
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 12:04 pm
דזשאן ראבערטס זאגט אז די באשלוס צו באריקאדירן די געריכט קאמפלעקס צוריק אין 2022 למספרם איז געווען די שווערסטע וואס ער האט געדארפט פאסן זינט ער איז געווארן הויפט סופרים קאורט ריכטער
ממש אזוי??? הארגענען מענטשן איז גרינגער?
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופערוועליו איז א ריזיגע נעץ וועלכע אפערירט טויזנטער געשעפטן מיט הונדערטער פארמאסיס אינערהאלב אירע גרעניצן

צו בעסער קאנקורירן מיט אנדערע ווי וואלמארט וועלכע האט א פראגראם פון ביליגע דראג פרייזן האט סופערוועליו איינגעשטעלט א פרעסקריבשאן פרייז מעטשינג פראגראם אונטער וועלכע זי פארפליכט זיך נישט צו רעכענען מער ווי אירע קאנקורענטן

טרעסי שוטי און מייקל יארבערי זענען צוויי מוסרים אינערהאלב די פירמע האט באשלאסן אנצוקלאגן די פירמע פארן נישט באריכטן פאר מעדיקעיר און מעדיקעיד און די פעדעראלע ארבעטער העלט בענעפיט פראגראם איבער די פרייז מעטשינג פראגראם

די רעגירונג זעלבסט קלאגט נישט פירמע נאר די צוויי האבן אויסגענוצט א געזעץ וועלכע ערלויבט מוסרים צו ברענגן קלאגעס אין שטיצע פון די רעגירונג און עס אליינס אויסקעמפן אין געריכט און אויב איז מען סוקסעספול באקומען די מוסרים א טייל פון די שטראף געלט וואס די פארלעצער דארפן באצאהלן

די באשולדיגונג לויטעט אז סופערוועליו האט באוואוסטזיניג געפיילט פאלשע קלעימס מיט רעגירונג העלטקיער פראגראמען מיט אומריכטיג באריכטן זייערע דראג פרייזן

לויט די פארשריפטן פון די אויבנדערמאנטע רעגירונג העלט פראגראמען קענען פארמאסיסטן נישט רעכענען פון די רעגירונג מער וויפיל עס איז די געווענליכע פרייז פאר מעדיצינען וואס איז די געווענליכע קעש פרייז וואס די געשעפט רעכנט פאר מעדיצינען פון קאנסומער וואס האבן נישט קיין אינשורענס דעקונג נאר באצאהלן קעש פון טאש

די פראגראם פון סופערוועליו האט געארבעט אז אנשטאט אן אויטאמאטישע דיסקאונט פאר אלע זייערע קונדן האבן זיי געלאזט די אפיציעלע פרייז פונקט ווי פריער נאר אין פאל וואס א קאסטומער האט פארלאנגט די ביליגערע פרייז האבן די פארקויפער געטוישט די פרייז פאר יענעם צו די ביליגערע פרייז

דאס האט געמיינט אז אין זייער סיסטעם איז די פרייז פאר מענטשן אן אינשורענס געבליבן הויך און בלויז ווען פארלאנגט האבן זיי געגעבן פאר קאסטומער די נידירגע פרייז

אין רעזולטאט פון דעם האט די פירמע געקענט צייגן פאר די רעגירונג אז זייער געווענליכע קעש פרייז איז די הויכע פרייז און אזוי ארום באקומען פון די רעגירונג יענע פרייז פאר מעדיצינען געדעקט דורך רעגירונג אינשורענס

לויט די מוסרים וואלט די פירמע געדארפט באריכטן זייערע ביליגע פרייז פראגראם און עס נישט לאזן לויפן אונטער די ראדאר און דערמיט וואלט די רעגירונג זיך איינגעשפארט מיליאנען דאלארן זינט זיי וואלט בלויז באצאהלט פאר פעדעראלע אינשורענס געדעקט מעדיצין לויט די ביליגע פרייז

די דיסטריקט געריכט און דערנאך די זיבעטע קרייז געריכט האבן געאורטיילט אין שטיצע פון סופערוועליו שרייבנדיג אז די פארשפריפטן ווי אזוי צו האנדלען אין פאל פון אזא סארט פראגראם איז אין יענע צייט געווען גענוג אומקלאר און צומישט אז סופערוואליו האט געמעגט וויסן אז זיי פארדינען מער געלט מיטן נישט באריכטן די פראגראם אבער פארט נישט געדארפט וויסן אז זיי טוען דערמיט פארלעצן די געזעץ

די געזעץ וועלכע די פירמע האט מעגליך פארלעצט איז די פאלשע קלעימס אקט וועלכע איז די סאמע הויפט געזעץ וועלכע די רעגירונג נוצט שוין פאר לאנגע יארן צו באשטראפן ריזיגע פירמעס איבערהויפט אין די העלט קעיר און פארטיידיגונג קאנטראקט אינדוסטריעס

זינט 1986 למספרם האט שוין די רעגירונג ארויסבאקומען 70 ביליאן דאלער אין שטראפן נאכן באשולדיגן אזעלכע פירמעס פארן בייזוויליג מאכן פאלשע קלעימס

די פירמע טענה'ט אז צוריק אין 2007 למספרם האט שוין די סופרים קאורט געאורטיילט אז אפילו ווען עימיצער האט זיך אויפגעפירט אומפאראנטווארטליך מיט זיינע באריכטן אין באצוג צו די ארנטליכע קרעדיט רעפארטינג אקט און געוואוסט אז וואס ער טוט איז נישט ריכטיג קען מען אבער נישט יענעם קלאגן אזוי לאנג ווי די געזעץ זעלבסט איז נישט געווען קלאר און דייטליך אז עס איז נישט ערלויבט

יענע אורטייל איז געווען איינשטימיג אבער פון יענע באנק זענען פארבליבן בלויז ריכטער ראבערטס, אליטא און טאמאס

די מוסרים טענה'ן אז די פאלשע קלעימס אקט איז נישט די זעלבע ווי יענע געזעץ און איז דירעקט געשריבן געווארן מיט א ברייטע און נישט ספעציפישע שפראך צו דעקן מער קעיסעס

טראץ וואס די רעגירונג האט נישט אפיציעל אינטערווענירט אלס א קלעגער אין די קעיס האבן זיי צוגעשיקט א פריינד פון געריכט בריוו אין שטיצע פון די מוסרים און אויך אראפגעשיקט זייער אדוואקאט

אייאווע סענאטאר טשאק גרעסלי וועלכע איז א פראמינענטע מוסרים פארטיידיגער האט אויך געשיקט א בריוו אין זיער שטיצע שרייבנדיג אז די פאלשע קלעימס אקט איז די וויכטיגסטע אנטי פראוד געצייג אין די רעגירונג ארסאנעל און אויב לאזט מען די זיבעטע קרייז געריכט אורטייל אין פלאץ וועט עס פארוואנדלען די געזעץ אין אן אומנוצבארע פראדוקט

ביי די מונדליכע ארגומענטן האט ריכטערין סאטאמאיאר אנגעוויזן אז דער מאן וועלכע האט די גרעסטע האנט אין דרעפטן די געזעצן און ווייסט די בעסטע וואס קאנגרעס האט אינזין געהאט איז סענאטאר טשאק גרעסלי און ער איז אויפן עדות שטוהל זאנגדיג פארן געריכט אז די געזעץ גייט קלאר לחומרא

מען האט אויך ערווענט די פאקט אז באזירט אויף די באווייזן האט סופערוועליו אין פאקט געוואוסט אז די עכטע אויסטייטשש פון די געזעץ וואלט פאקטיש פארלאנגט פון זיי איינצומעלדן פאר די רעגירונג איבער די פראגראם אבער זייער פארטיידיגונג איז אז אזוי לאנג ווי די געזעץ אויף די ביכער איז גענונג צומישט אז געוויסע מענטשן וואלטן עס געקענט אויסטייטשן לקולא קען שוין דער באשולדיגטער טענה'ן אז ער האט טאקע פארשטאנען אז קאנגרעס האט עכט געמיינט צו גיין לחומרא אבער גלייכצייטיג אויף געזעהן אז זיי האבן פארפעהלט עס ארויסצושרייבן קלאר און דעריבער איז ער געווען ערלויבט זיך צו פיהרן לקולא און צו זיין א נבל ברשות החוק

ריכטעק קעווענאו האט געגעבן א ביישפיל פון עימיצער וואס האט א נסיון ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט א געזעץ אין וועלכע מען קען אויסטייטשן גאר האב, בלויז אביסל לחומרא אדער לקולא ממש און יענער לערנט אפ די געזעץ מיטן גרעסטן קולא אפטייטש

ריכטערין קעיגען האט אים איבערגעהאקט זאגנדיג אז די קעיס פארנט פון געריכט איז נישט איבער א פאל וואס דער באשולדיגטער האט עס עכט אפגעלערנט און פארשטאנען לקולא נאר גוט געוואוסט די עכטע כוונה נאר געוואלט אויסנוצן די אומקלארע שפראך פאר זיין בענעפיט

אין אנדערע ווערטער האט קעיגען נישט געוואלט אז די געריכט זאל אורטיילן וואס עס זאל זיין די געזעץ אין פאל עימיצער לערנט עפעס טאקע אפ לקולא און ליבערשט זיך געוואלט האלטן צו די אומשטענדן אין די קעיס און מאכן א שמאלערע אורטייל אויף בלויז ווען עימיצער וואס פארשטייט יא ריכטיג פשט נוצט אויס די שתי פנים פון א געזעץ

קעווענאו האט איינגעשטימט מיט קעיגען אז די קעיס איצט איז טאקע א שמעלערע אבער ריכטער אליטא האט יא געוואלט אדרעסירן אויך די ברייטערע פראגע און דן זיין אויך איבער אזעלכע וואס לערנען טאקע אפ א געזעץ לקולא זאגנדיג אז די סופרים קאורט אקצעפטירט קעיסעס אויסצוקלארן לעגאלע פראגן און נישט בלויז אורטיילן אויף א ספעציפישע קעיס (אין געווענליכע פעלער איז שווערע צו איבערצייגן אז דער באשולדיגטער האט קלאר אפגעלערנט די געזעץ לחומרא און זיך נוהג געווען לקולא)

די קלעגער און די רעגירונג האבן אויך אויסגעדרוקט האפעננוג אז די געריכט וועט קלארשטעלן די ברייטערע פראגע וועלכע קעוונעאו האט פארגעלייגט

פון קעווענאו האט אויסגעקוקט אז ער וואלט בעפארצוגט אן אורטייל אקעגן סופערוועליו צוליב די באווייזן אז זיי האבן זעלבסט פארשטאנען די באדייט פון די געזעץ אבער נישט אין פאל וואס עימיצער האט טאקע אפגעלערנט די געזעץ לחומרא

עס איז נישט קלאר וועלכע וועג די געריכט וועט נעמען אבער אין פאל וואס די געריכט נעמט טאקע די מער באגרעניצטע צוגאנג וועט עס מעגליך פירן צו דעם אז גרעסלי זאל פרובירן אויפצוברענגן א טויש צום געזעץ אויסצוקלארן אז עס גייט אינגאנצן לחומרא
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

:lol: :lol: :lol: א נבל ברשות החוק.

שוין גארנישט אזוי נישטיג @אלץ-איז-נישטיג.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א ברעקעלע שכל האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 4:03 pm
:lol: :lol: :lol: א נבל ברשות החוק.

שוין גארנישט אזוי נישטיג @אלץ-איז-נישטיג.
א דאנק פאר די פידבעק!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”