נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ניין טאג נאך וואס סופרים קאורט ריכטער ניעל גארסוטש איז געווארן באשטעטיגט צום העכסטן געריכט האבן ער מיט צוויי שותפים באוויזן נאך א צוויי יאר פארזוך צו פארקויפן א וואקאציע פראפערטי

ריכטער גארסוטש האט ביי די קומענדיגע פיילינג באריכטעט די פארקויף אבער געלאזט ליידיג די פראגע וואס פרעגט ווער עס איז געווען די קונה

אצינד ווערן אויפגעדעקט קאונטי ריעל עסטעיט רעקארדס פון קאלאראדא וואס צייגן די אידענטיטעט פון ברייען דאפי און זיין פרוי אלץ די וועלכע האבן אפגעקויפט די פראפערטי

דאפי איז די עקזעקוטיוו פון א פראמינענטע געזעץ פירמע וועמען'ס אדוואקאטן האבן אפט ביזנעס אין העכסטן געריכט

לויט די געזעץ האט גארסוטש נישט געמוזט באריכטן די אידענטיטעט פונעם קויפער אבער קריטיקירער זאגן אז מען דארף טוישן די געזעץ ווייל עס ערלויבט ריכטער צו אורטיילן אין שטיצע אדער אפזאגן קעיסעס וועלכע לוינט זיך פאר פריינד מיט וועם זיי טוען ביזנעס

דאפי זאגט אז ער האט זיך קיינמאל נישט געטראפן מיט גארסוטש אוןער האט נישט ארגומענטירט קיין קעיס פארנט פון אים און אז ווען ער האט געמאכט די ערשטע אנבאט אפצוקויפן די פראפערטי האט ער נישט געוואוסט אז גארסוטש איז א שותף דערין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הויפט ריכטער ראבערטס שרייבט צו סענאט יורידישע קאמיטע פארזיצער דורבין אז ער זאל נישט ווארטן אויף אים

ער ווייזט אן ווי זעלטן עס פאסירט אז א הויפט ריכטער זאל ערשיינען צו א סענאט פארהער און אדרעסירט א רייע זארגן וואס זענען געווארן אויפגעברענגט מיט די ריכטער

ער זאגט אז עס איז שטייגערליך פאר ריכטער נישט צו וועלן פארעפנטליכן אלע דעטאלן פון רייזעס וואס זיי נעמען אונטער צוליב זיכערהייט אנגעלגנהייטן איבערהויפט אין די לעצטע צייט ווען די לעבן פון די ריכטער איז געווארן מער איינגעשטעלט

ער זאגט אויך אז פאר סופרים קאורט ריכטער זיך צו רעקיוזן פון א קעיס צוליב מעגליכע פריינדשאפט מיט מענטשן איז נישט אזוי איינפאך ווי עס קוקט אויס זינט די געריכט באשטייט פון ניין ריכטער און אנדערש ווי בייד נידריגע געריכטן קענען זיי נישט ערזעצט ווערן דורך אנדערע אויב זיי זאגן זיך אפ פון א קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דיזני טראגט אריין אנקלאגע אקעגן דעסאנטיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אלע 9 ריכטער אויפן סופרים קאורט האבן אונטערגעשריבן א פאראייניגטע בריוו אין וועלכע זיי נעמען זיך פאר אויסצופאלגן פונדאמענטאהלע עטיקס פארשריפטן און פרינציפן אבער טוען אנדייטן אז זיי האלטן נישט אז א פארמאלע אויפפירונג קאוד איז נויטיג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2023 12:10 pm
דיזני טראגט אריין אנקלאגע אקעגן דעסאנטיס
לאנדעט אויפן טישל פון פעדעראלע דיסטריקט ריכטער מארק וואלקער (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:38 am
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2023 12:10 pm
דיזני טראגט אריין אנקלאגע אקעגן דעסאנטיס
לאנדעט אויפן טישל פון פעדעראלע דיסטריקט ריכטער מארק וואלקער (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
מיינט עס א זיכערע געווינס פאר דיזני אדער לאו דווקא?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

כל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:24 am
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:38 am
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2023 12:10 pm
דיזני טראגט אריין אנקלאגע אקעגן דעסאנטיס
לאנדעט אויפן טישל פון פעדעראלע דיסטריקט ריכטער מארק וואלקער (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
מיינט עס א זיכערע געווינס פאר דיזני אדער לאו דווקא?
מעגליך
וואלקער האט שוין עטליכע מאהל געאורטיילט אקעגן דעסאנטיס/פלארידא אבער זיינע אורטייל זענען געווארן שפעטער איבערגעדרייט אין אפעלאט געריכט
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

סופרים קאורט ריכטער שמואל אליטא זאגט אז ער האט א גאר גוטע אנונג איבער ווער עס האט געליעקט די דאבס דרעפט דאקומענטן, און די מאטיוו איז געווען צו לייגן פרעשור אויף די ריכטער נישט צו באשטעטיגן דעם אורטייל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 3:20 pm
הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 03, 2023 9:46 am
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 5:06 pm
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 5:06 pm
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 1:27 pm
די סופרים קאורט האט אצינד באשלאסן אויסצוהערן אינעם קומענדיגן טערמין א קעיס וועלכע באהאנדלט די פראגע אויב סטעיט לעגיסלאטורן קענען ווערן דיקטירט דורך סטעיט געריכטן אנבאלאנגט פראגן איבער פעדעראלע וואלן ווי צום ביישפיל ווען עס קומט צו איבערשרייבן מאפעס

די צפון קאראליינע סטעיט לעגיסלאטור האט זיך פריער אין יאר געקריגט מיט די סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט גע'פסל'ט זייער מאפע און די לעגיסלאטור האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן צו לעזן די פראגע און געבעטן א זאפארטיגע סטעי פאר ווילאנג די קעיס איז פענדינג

האלטנדיג אזוי נאנט צו די וואלן האט די געריכט נישט געשאנקן קיין סטעי טראץ די ווילן פון טאמאס אליטא און גארסוטש

אצינד האט די סופרים קאורט געמאלדן אז זיי גייען אויסהערן די קעיס אינעם קומענדיגן סעסיע
די פראגן באציען זיך הויפטזעכטליך צו צוויי פראוויזיעס אין די קאנסטיטוציע

די ערשטע איז א זאץ וועלכע לויטעט אז "צייטן, פלעצער און אויסשטעל פון קאנגרעסיאנאלע וואלן זאלן ווערן באשטימט דורך איטליכע סטעיט דורך זייער אייגענע לעגיסלאטור"

א צווייטע פאראגראף שרייבט ענליכס אז "סטעיט זאלן באשטימען פרעזידענטליכע עלעקטארס פאר די עלעקטארעל קאלעדזש אין אזא וועג ווי די לעגיסלאטור וועט דירעקטירן

שטיצער פון די לעגיסלאטור מאכט טענה'ן אז די טרוקענע שפראך אינעם געזעץ איז קלאר אז לעגיסלאטורן פארמאגן די אויסשליסליכע רעכט און סטעיט געריכטן זענען נישט באפולמעכטיגט צו האבן איבערזיכט איבער די וועג ווי אזוי די לעגיסלאטורן פירן די וואלן פאר קאנגרעס אדער פרעזידענט

די קריטיקירער שלאגן עס אפ און זאגן אז קיינע פון די צוויי פאראגראפן ווערן נישט פארשטאנען און זענען נישט געווארן אויסגעטייטשט אפילו אין די צייט וואס זיי זענען געשריבן געווארן צו שענקן פאר די לעגיסלאטורן אויטאריטעט אן די מינדעסטע איבערזיכט

דורכאויס די יארן האט די טעאריע אז לעגיסלאטורן האבן אויסשליסליכע מאכט קיינמאהל געווארן באשטעטיגט דורך א מאיאריטעט אורטייל אינעם סופרים קאורט און איז בלויז געווארן ערווענט אין 2000 למספרם ווען ריכטער וויליאם רענקוויסט האט געשריבן מיינונג אין די בוש אקעגן גאור קעיס אין וועלכע די געריכט האט אפגעשטעלט דאס איבערציילן געוויסע בעלאטס אונטער פראגע צייכן אין פלארידא

סקאליא און טאמאס האבן זיך אנגעשלאסן אין די רענקוויסט מיינונג וועלכע האט געלויטעט אז די סטעיט געריכט איבערציילונג ארדער איז אין קאנפליקט מיט די דעדליין'ס פאר איבערציילונג באשטימט דורך די לעגיסלאטור און טוט פארלעצן די קאנסטיטוציאנאל באשטימטע אויסשליסליכע מאכט צוגעטיילט פאר די לעגיסלאטור

אין 2020 למספרם האט די סופרים קאורט זיך אנטזאגט אונטערצואיילן א אנקלאגע פון רעפובליקאנער אקעגן אן אורטייל פון די פענסילוועניע סופרים קאורט וועלכע האט זיך פארלאזט אויף די סטעיט קאנסטיטוציע צו פארלענגערן א דעדלייןפאר עבסענטי בעלאטס אין די אלגעמיינע וואלן
אין א שטעלונג פארעפנטליכט דורך ריכטער אליטא שרייבט ער אז די סטעיט סופרים קאורט האט ווארשיינליך פארלעצט די אויבנדערמאנטע קאנסטיטוציאנאלע לעגיסלאטור געזעץ און ריכטער גארסוטש און טאמאס האבן זיך צוגעשטעלט דערצו

אצינד צו אונזער קעיס וועלכע האט זיך אנגעהויבן אין פעברואר למספרם ווען די צופן קאראליינע סופרים קאורט וועלכע האט געהאט א 3-4 דעמאקראטישע מאיאריטעט האט געאורטיילט 3-4 א די נייע מאפע וועלכע די לעגיסלאטור האט געשריבן פארלעצט א פראוויזיע אין די סטעיט קאנסטיטוציע וועלכע פארשפרעכט פרייע וואלן נאך וואס א נידריגע געריכט איז געקומען צום אויספיר אז די שרייבער האבן בייזווייליג זיך באנוצט מיט פארטייאישע דזשערימענדערינג צו גיבן אן אויבערהאנט פאר רעפובליקאנע וויילער אויפן חשבון פון דעמאקראטן

די סטעיט סופרים קאורט האט דעריבער פארארדנט די אונטערשטע געריכט צו באשטעטיגן א נייע מאפע און די געריכט האט טאקע געשטעלט דריי דרויסנדיגע עקספערטן וועלכע האבן געשריבן א מאפע וועלכע האט צוטיילט די סטעיט מטטן גיבן 7 קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטן פאר איטליכע פארטיי און איז גענוצט געווארן ביי די 2022 למספרם מידטוירם וואלן

אין מערץ האבן רעפובליקאנער פארלאנגט פונעם סופרים קאורט אין וואשינגטאן א סטעי אויף די אורטייל און צוריקצושטעלן זייער אייגענע מאפע און אין יוני למספרם האט די געריכט אקצעפטירט אויסצוהערן די קעיס

די לעגיסלאטור מאכן זייערע ארגומענט צום געירכט זאגנדיג אז די פראוויזיע רעדט נוצט די ווערטער"די לעגיסלאטור" וואס באדייט אז בלויז זיי פארמאגן די מאכט

זיי שרייבן אז אויב וואלטן די גרונדער געוואלט לאזן פלאץ פאר אזעלכע קערפערשאפטן ווי די געריכט אריינצורעדן וואלטן זיי אנשטאט "די לעגיססלאטור" געקענט שרייבן די ווערטער "די סטעיט"

זיי ציטירן אויך פון א באקאנטע היסטארישע דאקומענט וועלכע אנטהאלט א דרעפט וועלכע די גרונדער האבן געהאט צוגעגרייט און דארט איז ווירקליך געשטאנען די ווערטער "די סטעיט" וואס וואלט געקענט איינשליסן אויך די סטעיט געריכט סיסטעם און ווי די לעגיסלאטור צייגט אן איז דאס א באווייז אז דאס טוישן ביים ענדגילטיגן דרוק צו די ווערטער " די לעגיסלאטור" האבן זיי קלאר געוואלט אויסשליסן אזא מעגליכקייט

די קעגנער און אזוי אויך אסאך היסטאריקער האן שוין פאר א לענגערע צייט אוועקגעמאכט אויב און וויפיל מען קען בויען אויף יענע אנגעבליכע היסטארישע דאקומענט און ווייזן אן אז עס איז ערשט געווארן צוגעלייגט צו די היסטארישע רעקארדס ארום 30 יאר נאך די קאנסטיטוציאנאלע קאנווענשאן

די לעגיסלאטור דערמאנט אויך אז אין די ערשטע צענדליגע יארן איז געווען אומדערהערט אזא ערשינונג אז סטעיט געריכטן זאלן באזירט אויף פראוויזיעס אין די סטעיט קאנסטיטוציע בלאקירן לעגיסלאטור געשריבענע מאפעס זינט 21 פון די 24 סטעיט וואס זענען דאן געווען האבן נישט אפילו נישט געהאט קיינע פראוויזיעס וועלכע וואלטן זיי ערלויבט (פון א סטעיט שטאנדפונקט) אריינצורעדן דערין

צפון קאראליינע ווארפט אבער אפ די לעגיסלאטור שטעלונג און שרייבט אז עס איז עקסטרעם און געפארפול אונטערשטרייכנדיג אז קיינמאהל בעפאר האט די סטעיט לעגיסלאטור נישט געזוכט צו דערקלערן אז זיי פארמאגן אזויפיל אויסשליסליכע מאכט וואס מיינט דאס באשטימען פעדעראלע וואל פארשריפטן וועלכע פארלעצן די סטעיט קאנסטיטוציע און זענען באשוצט אקעגן סטעיט געריכט איבערזיכט

זיי אנערקענען אז די גרונדער האבן טאקע געגעבן רעכט פאר "די לעגיסלאטור" אבער אין די צייט וואס מען האט געשריבן די קאנסטיטוציע איז געווען קלאר אז די סטעיט לעגיסלאטור ווערט אוועקגעשטעלט דורך די סטעיט קאנסטיטוציע און דעריבער קען די לעגיסלאטור בלויז באשטימען אזעלכע געזעצן וועלכע זענען אין איינקלאנג מיט די געזעצן פון די סטעיט קאנסטיטוציע וועלכע האט אהערגעשטעלט די לעגיסלאטור און סטעיט געריכטן קענען אינפארסירן די גרעניצן אוועקגעשטעלט דורך די סטעיט קאנסטיטוציע

אויך די סטעיט מאכט די ארגומענט אז היסטאריע איז אויף זייער זייט און דערמאנט אז אין די 25 יאר נאך וואס די קאנסטיטוציע איז געווארן באשטעטיגט האבן מיינסטנססטעיטס וועלכע האבן אדאפטירט אדער אמענדירט זייערע אייגענע קאנסטיטוציע דירעקט רעגולירט פעדעראלע וואלן אין איין וועג אדער א צווייטע

דאן ווענדט זיך די סטעיט צו סופרים קאורט היסטאריע און ווייזט אן אז די העכסטע געריכט האט איבערגעהיפט מער ווי איין געלעגנהייט צו אורטיילן אז די לעגיסלאטורן האבן אויסשליסליכע מאכט

צוריק אין 1932 למספרם האט די געריכט צוריקגעשטעלט אין פלאץ אין פלאץ א וועטא דורך די דאן מינעסאטע גאווערנאר אויף א לעגיסלאטור געשריבענע מאפע וועלכע די סטעיט סופרים קאורט האט געהאט ארויסגעווארפן

די סטעיט געריכט האט טאקע געמאכט די קעיס אז די לעגיסלאטור האט די אויסשליסליכע מאכט אבער די העכסטע געריכט האט געשריבן אז אפילו אויב די לעגיסלאטור האט אט די מאכט דארפן זיי נאכאלץ זיך צושטעלן צו באגרעניצונגען ארויפגעשטעלט דורך די סטעיט קאנסטיטוציע

אין 2015 למספרם האט די סופרים קאורט אפגעשפיגלט דאס ענליכע ווען זיי האבן אפגעווארפן אן אנקלאגע אקעגן א רעפערענדום אין וועלכע וויילער אין אריזאנא האבן אמענדירט די סטעיט קאנסטיטוציע און געשטימט צו שאפן א זעלבסשטענדיגע רעדיסטריקטינג קאמיסיע

ריכטערין גינזבורג האט דאן געשריבן אז גארנישט אין די קאנסטיטוציע טוט אנדייטן אז לעגיסלאטורן קענען רעגולירן פעדעראלע וואלן אין וועגן וועלכע זענען נישט איינקלאנג מיט די סטעיט קאנסטיטוציע

און צום לעצט איז עס געווען אין 2019 לספרם ווען מען האט זיך אויסגעקריגט איבער די ווערסיע פון די לעגיסלאטור מאפע פון דאן און א צוטיילטע געריכט האט געשריבן אז פעדעראלע געריכטן קענען נישט אריינרעדן אין פארטייאישע דזשערימענדערינג און זיי האבן גלייכצייטיג געשריבן אז סטעיט קאנסטיטוציאנאלע פראוויזיעס קענען צושטעלן סטאנדארטן און אנווייזונגען פאר סטעיט געריכט אין פארטייאישע דזשערימענדערינג קעיסעס

באזונדער קריגן זיך די צוויי זייטן אויף די פראגע צו א געזעץ פון די סטעיט לעגיסלאטור האט געמיינט צו ערלויבן פאר די סטעיט געריכטן צו באהאנדלען שטרייטן איבער דזשערימענדערינג און די לעגיסלאטור ווארפט אפ אזא באהויפטונג זאגנדיג אז די געזעץ האט דאס קיינמאהל נישט געמיינט און אפילו אויב יא איז אזא געזעץ נישט אויסגעהאלטן צוליב וואס לויט די קאנסטיטוציע באלאנגט עס אויסשליסליך צו די לעגיסלאטור

די סטעיט טענה'ט אויך אז עלעקשאן פראצעדורן זענען גאר קאמפליצירט אויסצוהאמערן און די לעגיסלאטור האט טאקע ערלויבט די עקספערטן פון די פראפעסיאנאלע עלעקשאן באאמטע

אבער אויב די לעגיסלאטור טעאריע זיגט אין געריכט וועט עס מיינען מיטאמאהל ארויפשטעלן א פרישע לאסט אויפן לעגיסלאטור וועלכע וועט מוזן זיי די קערפערשאפט וועלכע באשטימען אלע עלעקשאן פארשריפטן און אנגעלעגענהייטן אנגעהויבן פון וואו עס זאלן זיין די שטום בודקעס ביזן באשליסן די שטונדן ביז ווען מען קען שטימען אין פעלער וואס עס שאפט זיך אן עמורדזשענסי פראבלעם

זיי ברענגן אויך ארויס אז אויב א סטעיט געריכט וועט אורטיילן אקעגן א לעגיסלאטור באשטעטיגטע עלעקשאן געזעץ צוליב וואס עס איז אין קעגנזאץ צו די סטעיט קאנסטיטוציע וועט די אורטייל פונעם סטעיט געריכט חל זיין לחצאין, בלויז אויף סטעיט עלעקשאנס און נישט אויף פעדעראלע עלעקשאנס און זיי זאגן אזא פענאנעמאן קען עווענטועל איבערצייגן פאר עלעקשאן באאמטע אין די סטעיט אז די מערסט פראקטישע אויסוועג איז צו אפהאלטן צוויי באזונדערע עלעקשאנס, איינס פאר סטעיט און איינס פעדעראל און עס וועלן זיין באוזנדערע פארשריפטן פאר ביידע פון זיי

אויף הלכה למעשה איז מערקווירדיג אנצואווייזן צוויי פונקטן

איינס איז אז אפילו אויב די לעגיסלאטור פארלירט די קעיס האבן רעפובליקאנער זיך פארזיכערט מיט א מאיאריטעט אויפן סטעיט סופרים קאורט ביי די פארלאפענע מידטוירם וואלן און קענען זיך ווענדן צום געריכט צו באשטעטיגן זייערע מאפעס

צווייטנס ברענגן געוויסע עקספערטן ארויס אז אפילו אויב די לעגיסלאטור וועט געוואונען די איצטיגע קעיס קען עס נאך אלעם מער בענעפיטירן דעמאקראטן ווי רעפובליקאנער

זיי ווייזן אן אז אין די 19 סטעיטס אין וועלכע רעפובליקאנער קאנטראלירן די לעגיסלאטור האבן שוין א גרויס טייל פון זיי סייווי מאפעס אין פלאץ וועלכע איז אויסגעשטעלט פאר זייערע אינטערעסן און אויב די לעגילסטור טעאריע זיגט וועט עס גאר עפענען די וועג פאר מערערע בלויע און סווינג שטאטן וואו דעמאקראטן קאנטראלירן די לעגיסלאטור צו שרייבן פארטייאישע מאפעס וועלכע וועט אצינד זיין באשוצט אקעגן גאווערנאר וועטאס, סטעיט געריכטן אדער זעלבסשטענדיגע סטעיט קאמיסיעס

ווי ערווענט אינעם ענדע פונעם באריכט האבן די רעפובליקאנער באקומען א מאיאריטעט אויפן סטעיט סופרים קאורט וועלכע גרייט זיך טאקע אצינד אויסצוהערן די קעיס איבער די מאפע און רעפובליקאנער קענען מעגליך צובאקומען עטליכע קאנגרעסיאנאלע זיצן אין די סטעיט אין 2024 למספרם אויב די אורטייל גייט אין זייער וועג
אין ליכט פון די באשלוס פונעם סטעיט סופרים קאורט איבערצוהערן די קעיס האט די סופרים קאורט אין וואשינגטאן פארלאנגט פון ביידע זייטן אריינצושיקן מער איבער זייער שטעלונג אויב די געריכט האט יוריסדיקציע איבער די קעיס
די צפון קאראליינע סטעיט סופרים קאורט מיט די נייע רעפובליקאנע מאיאיריטעט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און ארויסגעוויזן גרייטקייט ארויסצואווארפן די אלטע אורטייל און יא ערלויבן די (רעפובליקאנע) לעגיסלאטור צו שרייבן זייער מאפע
די נייע רעפובליקאנע מאיאריטעט אויפן געריכט ווארפט ארויס די פריערדיגע אורטייל און ערלויבט יא די רעפובליקאנע לעגיסלאטור מאפע אריינצוגיין אין אפעקט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עפעס אנדערש האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:09 pm
סופרים קאורט ריכטער שמואל אליטא זאגט אז ער האט א גאר גוטע אנונג איבער ווער עס האט געליעקט די דאבס דרעפט דאקומענטן, און די מאטיוו איז געווען צו לייגן פרעשור אויף די ריכטער נישט צו באשטעטיגן דעם אורטייל.
אליטא שטעלט קלאר אז עס איז זיין מיינונג אבער ער קען עס נישט אונטערשטיצן מיט גענוג שטארקע גרונדן וואס זאל בארעכטיגן קלאגעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 9:24 pm
עפעס אנדערש האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:09 pm
סופרים קאורט ריכטער שמואל אליטא זאגט אז ער האט א גאר גוטע אנונג איבער ווער עס האט געליעקט די דאבס דרעפט דאקומענטן, און די מאטיוו איז געווען צו לייגן פרעשור אויף די ריכטער נישט צו באשטעטיגן דעם אורטייל.
אליטא שטעלט קלאר אז עס איז זיין מיינונג אבער ער קען עס נישט אונטערשטיצן מיט גענוג שטארקע גרונדן וואס זאל בארעכטיגן קלאגעס
סענאטאר טעד קרוז רופט אויף ריכטער ראבערטס צוריק צו עפענען די אויספארשונג און אנגאזשירן די עף בי איי און מיטטיילן מיט זיי די געפינסן פון די מארשאל'ס און אז די ביורא מיט זייערע געצייג זאלן זיך דערגרונטעווען און דערגיין די אידענטיטעט פונעם ליעקער און יענעם אנקלאגן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט געהאט ארויפגעשטעלט א סטעי אויף ביז נאך די אפעלאט פראצעדור אין די רציחה מעדיצין קעיס

די פיפטע קרייז געריכט גרייט זיך אויסצוהערן מונדליכע ארגומענטן אין די אפעלאט אום מאי 17 למספרם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשעראלדין טיילער איז א 94 יעריגע אלמנה פון מינעאפאליס מינעסאטא וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן פאר מער פון א יאר צענדליג אין אן איין שלאף צימער קאנדאמיניום וואס זי האט זיך איינגעהאנדלט אין הענעפין קאונטי איידער איר געזונט צושטאנד האט איר אין 2010 למספרם געצוואונגען זיך אריינצוציען אין א געביידע פון עלטערע לייט

פרוי טיילער האט אין יענע צייט אויפגעהערט צו באצאהלן די פראפערטי שטייער אויף די קאנדא און נאך 5 יאר אין וועלכע זי האט אויפגעטריבן א שטייער חוב פון 15 טויזנט דאלער האט די קאונטי פארכאפט די טייטל אויף די וואוינונג און עס פארקויפט פאר 40 טויזנט דאלער

טיילער טענה'ט אז די געלט וואס די קאונטי האט קאנספיסקירט איז מער פון תשלומי כפל פונעם חוב און איז אומקאנסטיטוציאנאל

איר אדוואקאט קריסטינא מארטין האט פארפירט אז אין מיינסטנס סטעיטס איז די צוגאנג אז די שטייער באאמטע וועלכע פארכאפן בלויז אזויפיל אייגנטום וויפיל דער שטייער צאהלער איז שולדיג און דאס נישט צוריקגעבן די 25 טויזנט דאלער רעשט איז נישט אויסגעהאלטן

די פראגע איז אויב אזא פארכאפונג פארלעצט די פיפטע אמענדמענט וועלכע פארלאנגט פון די רעגירונג צו גיבן אנשטענדיגע אנטשעדיגונג צו אייגגנטומער פון פראפערטי וואס זיי טוען קאנפיסקירן און אויב עס פארלעצט נישט די אכטע אמענדמענט וועלכע באשוצט אקעגן איבערגעטריבענע שטראפן

די דיסטריקט געריכט און דערנאך די אכטע קרייז געריכט האט אפגעווארפן איר טענה שרייבנדיג אז די שריט פון קאנפיסקירן די אפארטמענט איז "הויפטזעכטליך" נישט קיין "שטראף" אויף סיי וועלכע "קרימינאלע פארברעך" נאר ליבערשט איז עס א געצייג אין די באזיץ פון די רעגירונג צו פארזיכערן אז זי באקומט וואס עס קומט איר און וויבאלד עס פאלט נישט אריין אין די קאטעגאריע פון שטראף אויף פארברעכן פארלעצט עס נישט די פארבאט אקעגן איבערגעטריבענע שטראפן אבער טיילער טענה'ט אז טראץ וואס די קאנספיסקאציע קומט טאקע צו דעקן די שטייער לאך איז עס "אויך א שטראף" און נעמען מער ווי די חוב איז אן "איבערגעטריבענע שטראף" און אז אפילו אויב די הויפט סיבה פון די קאנספיסקאציע איז צו דעקן די רעגירונג קאסע איז גענוג אז טייל פונעם חשבון איז אויך איר צו באשטראפן אז די קאנפיסקאציע זאל פארלעצן אירע רעכטן

טיילער האט עס אפעלירט צום סופרים קאורט און ביי די מונדליכע ארגומענטן האבן די ריכטער אויסגעקוקט צו האבן היבשע סימאפטיע מיט די עלטערע פרוי

ריכטער ראבערטס האט יא געזאגט אז סטעיטס פארמאגן טיף איינגעווארצלטע רעכטן צו באשטימען געזעצן צו פארכאפןחובות וואס איינוואוינער זענען שולדיג געבליבן

אבער אנדערע ריכטער האבן יא געזאגט אז די געזעצן זאלן זייער מער באגרעניצט און איינגעצוימט

ריכטערין דזשעקסאן האט געזאגט אז אויב עימיצער האט א חוב מיינט עס נאכנישט אז די סטעיט בארעכטיגט פולשטענדיג צו באראבעווען אלע פראפערטי רעכטן וואס יענער באזיצט

ניעל קאטיאל, דער אדוואקאט פאר די קאונטי האט ארויסגעברענגט אז גי געזעץ צו קענען קאנפיסקירן פראפערטי צוליב א חוב גייט שוין צוריק גאר לאנג און איז אן אור אלטע טראדיציע פון בעפאר די גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן און עס איז אלעמאהל אזוי פארבליבן

אנדערש ווי געווענליך ווען די קאנסערוואטיוון צייגן ארויס רעספעקט פאר ארגומענטן איבער טראדיציאנעלע פירונגען איינגעוואצלט אין די לאנד'ס היסטאריע האבן טייל פון די ריכטער געשיינט אנצוקוקן די קעיס אביסל אנדערש

ריכטער גארסוטש האט רעאגירט זאגנדיג: איך פארשטיי נישט ואוס אויף די וועלט סיי וואס פון די היסטאריע האט צו טוהן מיט אט די קעיס און אז טיילער איז נישט א מאשקע וועם דער פריץ קען איינפאך ארויסטראסקען פון קרעטשמע פארן נישט קיין באצאהלן אין צייט

ריכטערין קעיגען האט געוואלט פארשטיין אויב עס זענען פארהאן כאטש עפעס באגרעניצונגען ווי צום ביישפיל אויב די רעגירונג קען קאנספיסקירן א פראפערטי אין די ווערד פון 5 מיליאן דאלער פאר א 5 טויזנט דאלער חוב אן צוריקגעבן די רעשט

קעיגען האט נישט אויסגעקוקט איבריג אנציקט ווען קאטיאל האט געזאגט אז די רעגירונג האט די רעכט דערצו

קאטיאל האט געענטפערט די זעלבע פאר גארסוטש ווען ער האט געפרעגט אויב די רעגירונג קען נעמען א מיילאן דאלער פראפערטי פאר א 5 דאלער חוב

ריכטערין בערעט האט פארגעשטעלט א ביישפיל פון עימיצער וואס איז שולדיג 20 דאלער אין א פארקינג טיקעט חוב און געוואלט פארשטיין אויב די סטעיט וועט זיין בארעכטיגט צו קאנפיסקירן יענעם'ס אויטאמאביל

קאטיאל האט געענטפערט אז עס איז נישט פארהאן קיין היסטאריע וואו מען קען געפונען די ענטפער אויף אזא סארט פראגע און בערעט האט ציניש רעאגירט: אה, עס זענען נאכנישט געווען קיין אויטאמאבילן אין יענע צייט

איינע פון די ארגומענטן פון די דיסטריקט געריכט איז אויך געווען אז וויבאלד לויט די סטעיט געזעץ באלאנגט אזא הויז אויטאמאטיש פאר די קאונטי (צוליב די חוב) ווערט עס דעריבער נישט פאררעכנט אלץ קאנפיסקאציע נאר ווי גלייך די קאונטי נעמט איבער זייער אייגענע פראפערטי

ריכטער גארסוטש און ראבערטס האבן נישט אויסגעקוקט סימפאטיש צו אזא ארגומענט און גע/טענה'ט אז א סטעיט קען נישט גלאט אזוי באשליסן צו "דערקלערן פראפערטי אייגנטום" און אז די פיפטע אמענדמענט פארלאנג צו גיבן קאנספיסקאציע פאר פראפערטי וואס זיי מוזן קאנספיסיקירן איז בלויז נאך א באווייז אז די רעגירונג קען זיך נישט אומגיין מיט פראפערטי ווי זייער אייגענע אייגנטום

טראץ וואס אין אלגעמיין איז די געריכט געווען היבש גענויגט אין שטיצע פון טיילער האבן די ריכטער זיך יא עטוואס געמוטשעט מיט די פראגע וויפיל די קאונטי וועט דארפן צוריקגעבן פאר די אלמנה און דיסקוסירט אויב מען זאל רעכענען וויפיל מער פונעם חוב די פראפערטי איז געווען ווערד אין די צייט פון די קאונטי פארקלאוזשער אוקשען אדער זאל מען עס אויסרעכענען לויט די צייט פון איר ווערד ביים קאנספיסקאציע און טייל ריכטער האט אויסגעקוקט גרייט צוריקצושיקן אזא פראגע צום דיסטריקט געריכט (וואס וועט זייער מעגליך מיינען אז די געלט וועט שוין גיין צו יורשים..)

אין די צייט וואס רוב אויב נישט רובם ככולם האבן אויסגעקקוט צו זיין מיט טיילער איבער די פיפטע אמענדמענט איז די פראגע איבער די אכטע אמענדמענט פארבאט אקעגן איבערגעטריבענע שטראפן יא געווען מער באלאנסירט צווישן די ריכטער און פון טייל ריכטער האט אויסגעקוקט אז זיי וועלן מעגליך וועלן איבערהיפן די פראגע אן עס אדרעסירן צוליב וואס טיילער גייט ארויס זיגרייך אן דעם אויך (צוליב די פיפטע אמענדמענט)

מערקווירדיג איז געווען אז סיי אין די שריפטליכע און סיי ביי די מונדליכע ארגומענטן האט קאטיאל פרובירט צו טענה'ן אז טיילאר מאנגלט סטענדינג אין די קעיס און עס געמאכט אלץ זיין ערשטע ארגומענט אין די צייט וואס געווענליך וועלן אפעלאט אדוואקאטן מאכן זייער ערשטע ארגומענט דאס וואס זיי גלויבן איז די שטארקסטע

אין פאקט איז די סטענדיג טענה געווען פון שוואכן קוואליטעט און די ריכטער האבן כמעט נישטגעשנאקן סיי וועלכע אויפמערקזאמקייט דערצו מיטן אויסנא פון ריכטער טאאמס וועלכע האט געזאגט אז ער וועט איבערהיפן די סטענדינג אישו ווייל לויט זיין פארשטאנד האט די קאונטי קאנפיסקירט טיילאר'ס פראפערטי און פארדינט ריוח דערויף וואס לויט איר ארגומענט באלאנגט עס פאר איר
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:38 am
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2023 12:10 pm
דיזני טראגט אריין אנקלאגע אקעגן דעסאנטיס
לאנדעט אויפן טישל פון פעדעראלע דיסטריקט ריכטער מארק וואלקער (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
די נייע באורד -וואס דעסאנטיס האט לעצטענס אריינגעשטעלט- האט היינט געשטימט צו קאנטער-קלאגן דיזני.
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-05-02 003721.png
Screenshot 2023-05-02 003721.png (59.65 KiB) געזען 914 מאל
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וויטאלי סמאגין, א רוסישע אינוועסטירער קלאגט אן אשאט יעגאזאריאן, א רוסישע בירגער וועלכע וואוינט היינט אין קאליפארניע מיט נאך עלף אנדערע

יעגאזאריאן איז אמאהל געווען איינע פון די גרעסטע באנקירן אין רוסלאנד און שפעטער א מיטגליד אין די דומא סערווירנדיג אלץ די דעפיוטי פארזיצער פון די בודזשעט און שטייערן קאמיטע

סמאגין וועלכע וואוינט נאך היינט אין רוסלאנד האט באשולדיגט אז יעגאזאריאן און די אנדערע האבן באשווינדלט די שעירס וועלכע ער האט געהאט אין א בשותפות'דיגע ריעל עסטעיט אינוועסטירונג אין מאקסווע אין די יוראפארק שאפינג צענטער און יעגאזאריאן האט עס גענוצט פאר א סעקיוריטי פאר דויטשע באנק פון וואו ער האט ארויסגענומען א 87 מיליאן דאלער הלואה וואס ער האט דערנאך גענוצט צו באקומען א 20% שותפות אין די מאסקווע האטעל

נאך וואס די אויספארשונג אקעגן יעגאזאריאן האט זיך געעפנט האט יעגאזאריאן אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן א רייע רוסישע פאליטיקאנטן און ביזנעסלייט אין א ציפרוס געריכט אקעגן א רייע רוסישע פאליטיקאנטן און ביזנעסלייט אריינגערעכנט סולימאן קערימאוו און זיי באשולדיגט צו קאנספירירן צו רויבן זיינע שעירס אין די מאסקווע האטעל

נאך וואס יעגאזאריאן און זיין ברודער ארטעם זענען געפונען געווארן שולדיג דורך א געריכט אין רוסלאנד זענען זיי אנטלאפן פון דארט קיין אמעריקא און באקומען אזיל רעכט זאגנדיג אז די פארפאלגונגען אין רוסלאנד אקעגן אים זענען פאליטיש מאטיווירט

די יעגאזאריאן'ס האלטן זיך היינט אויף אין בעווערלי הילס קאליפארניע ביי א היים פון זייער א קוזין

נאך די אורטייל אין רוסלאנד אין 2010 למספרם האט סמאגין פרובירט צו נעמען שריט אקעגן די צווויי אין א בריטישע געריכט און א פאנעל אין לאנדאן האט פארארדנט פאר יעגאזאריאן צו באצאהלן פאר סמאגין 84 מיליאן דאלער און צוליב די שטייגנדע אינטרעסט איז עס מיט די יארן ארויף צו 92 מיליאן דאלער

סמאגין האט זיך דאן געוואנדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט אין קאליפארניע און פארלאנגט אז זיי זאלן אינפארסירן די אנטשעדיגונג באפעל

די אמעריקאנע געריכט האט זיך גערעכנט מיט א געזעץ מיטן אקראנים "ריקא" וואס ווייזט אן פאר די געריכט צו אנערקענען און אינפארסירן אויסלענדישע געריכט שליכטונגען און די דיסטריקט געריכט האט איינגעפרוירן יעגאזאריאן'ס פארמעגן אין קאליפארניע

די געריכט וועלכע איז דאן געווען באוואוסטזיניג איבער די שטרייט וואס יעגאזאריאן האט מיט קערימאוו אין די ציפרוס געריכט און פון פאראויס איינגעפרוירן סיי וועלכע שליכטונג געלט יעגאזאריאן וועט מעגליך ערהאלטן אין יענע קעיס אז מען זאל קענען באצאהלן דערפון פאר סמאגין

אין 2015 למספרם האט טאקע יעגאזאריאן ערהאלטן 198 מיליאן דאלער פון יענע קעיס און סמאגין האט באשולדיגט אז זיך ארויסצודרייען פון דארפן אראפציפן נאנט צו האלב דערפון פאר אים האט יעגאזאריאן אויפגעשטעלט א נעץ פון באהאלטענע פירמעס און א קאמפליצירטע אייגנטומער סטרוקטור ארויסצוהאלטן די רייזע וואו יענע שליכטונג געלט פארט פון די ראדאר פונעם דיסטריקט געריכט און איר יוריסדיקציע

טייל פון די געלט איז געבליבן אין אויסלאנד זינט קערימאוו האט באצהלט דאס געלט פאר יעגאזאריאן'ס אדוואקאטן אין לאנדאן און עס אריינגעשטעלט אין א טראסט אין ליכטענשטיין און שפעטער אריינגעליפערט דאס געלט צו א באנק אקאונט אין מאנאקא און פרובירט צו פארדעקן אירע שפורן מיטן אפקויפן דערמיט א ביזנעס אויף אן אינזל אין די קאראביען

א טייל פון די געלט איז יא אנגעקומען קיין אמעריקא אבער יעגאזאריאן האט זיך אנגעבליך באנוצט מיט א רייע שאטן פירמעס וועלכע האבן באלאנגט צו זיינע פאמיליע פארבונדעטע און איינע פון זיי איז געווארן געעפנט דורך זיין קוזין אבער פאקטיש קאנטראלירט דורך יעגאזאריאן זעלבסט

סמאגין האט אויך באשולדיגט אז יעגאזאריאן האט אראנזשירט אז זיינע געהילפן זאלן פיילן פאלשע באקלאגענישן אקעגן אים (יעגאזאריאן) זעלבסט
אין אויסלענדישע יוריסדיקציעס אין א פארזוך אז זיי זאלן פארלאנגען אז ער יעגאזאריאן זאל דארפן אהינגעבן טייל פון די געלט צו יענע אזויגערופענע באשולדיגער (וועלכע וועלן עס דאן צוריקגעבן פאר אים) און אזוי ארום אפראטעווען דאס געלט וואס די קאליפארניע געריכט קען צוטיילן פאר סמאגין

אין אפריל 2020 למספרם האט די קאליפארניע דיסטריקט געריכט פארארדנט אז אלע טראנזאקציעס , אריינגערעכנט אין אויסלענדישע שליכטונגען וואס קענען פארשלעפן די מעגליכקייט פאר סמאגין צו איינקאסירן זיין געלט צו ווערן אפגעשטעלט און אין יולי 2020 למספרם האט דער ריכטער פארבאטן צו מאדיפיצירן די טראסט אדער אנדערע אקאונטס אן באקומען ערלויבעניש פון די געריכט פון פאראויס

אום סעפטעמבער 2020 למספרם האט דער ריכטער געאורטיילט אז יעגאזאריאן איז זיך מתחצף פארן געריכט צוליב וואס ער האט נישט אויסגעפאלגט זיינע צוויי פריערדיגע ארדערס נאר פארשטעקט זיין פארמעגן אין באהעלטעניש

אום דעצעמבער 2020 למספרם האט סמאגין געפיילט א ציווילע ריקא באקלאגעניש מיט די טענה אז מי דעם וואס יעגאזאריאן האט זיך אנטזאגט אויסצופאלגן די געריכט ארדער אויף אן ארגאנאזירטן שווינדלערישע וועג האט ער געשעדיגט זיין פראפערטי

די ריקא געזעץ אויטאריזירט סיי ווער מיט א ביזנעס אדער פראפערטי וואס ווערט געשעדיגט דורך א ריקא פארלעצונג צו פארלאנגען ציווילע אנטשעדיגונג און קאנגרעס האט אריינגעשטעלט מאכטפולע אינציאטיוון אין די געזעץ צו באשטראפן אזעלכע וואס ווערן געפונען שולדיג אין ריקא פארלעצונגען צו דארפן באצאהלן דריי מאהל די סומע פון די שאדנס זעלבסט אין צוגאב פון דעקן די לעגאלע קאסטן פונעם קלעגער

די דיסטריקט געריכט האט ארויסגעווארפן די קלאגע שרייבנדיג אז סמאגין האט פארפעהלט צו איבערצייגן אז ער האט געליטן דאמעסטישע שאדנס אין רעזולטאט פון די ריקא פארלעצונגען דורך יעגאזאריאן און לויט די סופרים קאורט פרעצעדענט פון 2016 למספרם קענען אזעלכע ריקא קלאגעס געברענגט ווערן אויך דורך אויסלענדער אבער בלויז אויב די ריקא פארלעצונגען פון די אנגעקלאגטע האבן געברענגט דאמעסטישע שאדנס צו די קלעגער'ס פראפערטי וואס איז אויף אמעריקאנע באדן

די סופרים קאורט האט אין יענע אורטייל אנערקענט אז זיי פארשטייען איז אינעם צוקונפט קען זיך אנטוויקלען וויכוחים וואס וועלן פאראלאנגען פון די געריכט קלארצושטעלן "וואס אלץ עס פאלט אונטער די טערמין שאדנס צו דאמעסטישע פראפערטי" און זיי האבן עס טאקע איבערגעלאזט פאר ווען עס וועט פאסירן

אצינד מיט די איצטיגע קעיס איז טאקע אנגעקומען צום געריכט אט אזא סארט קעיס וואו עס וועט באלד ווערן ברייטער אויסגעשמועסט

סמאגין האט אפעלירט די באשלוס צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט איבערגעדרייט די באשלוס און געאורטיילט אין סמאגין'ס שטיצע

די ניינטע קרייז געריכט שרייבט אז די עצם "אייגנטומערשאפט" וואס די געריכט האט געהאט געגעבן פאר סמאגין אויף יעגאזאריאן 'ס פארמעגן ווערט באטראכט ווי פראפערטי

זיי ערקלערן אז ווען די ריקא געזעץ דערמאנט "שאדנס צו דאמעסטישע פראפערטי" מיינט עס נישט בלויז פיזישע קרקע נאר אויך "רעכטן" און בעלות" איבער אינוועסטירונגען ווערט פאררעכנט אלץ "פראפערטי" טראץ וואס מען קען זיי נישט אנכאפן ממשות'דיג און דעריבער ווערט עס גערעכנט ווי סמאגין האט באקומען פראפערטי אין קאליפארניע (די דזשאדזשמענט פונעם געריכט) און יעגאזאריאן האט פרובירט צו שעדיגן אט די פראפערטי מיטן עס אויסבאהאלטן פון סמאגין

זיי שרייבן אז די טעסט צו קוקן וואס עס מיינט דאמעסטישע פראפערטי מייט אז מען דארף באטראכטן די פולע קאנטעקסט און אלע אומשטענדן ארום יעדע פאל באזונדער

צום ביישפיל אין דעם פאל איז די אנגעקלאגטע איז באגאנגען די פארלעצונג אין קאליפארניע און די דזשאדזשמענט פונעם ריכטער אין קאליפארניע איז א מאכט וואס קומט פון אינערהאלב אמעריקא און קען בלויז דארט ווערן אינפארסירט באדייט עס אז דארט געפונט זיך די פארמעגן אויב נישט פיזיש כאטש פראקטיש

אזא צוגאנג איז איין איינקלאנג מיט אורטיילן ארויסגעגעבן דורך די צווייטע און דריטע סירקוט קאורטס און גייט אקעגן אן אורטייל פון די זיבעטע קרייז געריכט

די זיבעטע קרייז געריכט האט געשריבן זייער אורטייל אין 2018 למספרם אין א קעיס געפיילט דורך א סינגאפור שיפינג פירמע אקעגן אינדיאנא בירגער און אמעריקאנע בירגער פון אילינאי און די געריכט האט דאן געאורטיילט אז אויב די שאדנס איז נישט צו פיזישע פראפערטי ווערט די אומ'ממשות'דיגע פראפערטי גערעכנט ווי לאקירט דארט וואו די אייגנטומער פון אט די פראפערטי וואוינט

יעגאזאריאן טענה'ט אז אין זייער פרעצעדענט מיט יארן צוריק האט די סופרים קאורט געשריבן אז אזעלכע קלאגעס קענען געברענגט ווערן בלויז אין פעלער פון "שאדנס געליטן אין אמעריקא" וואס מיינט לויט זיי אז די שאדנס זענען דארט געשפורט געווארן און לויט די טעסט פון די ניינטע קרייז געריכט רעכנט מען די "אין אמעריקא" באדינג באזירט אויף דארט ווי די אנגעקלאגטע האט אפגעטוהן זיין אקט צו שעדיגן דעם קלעגער אנשטאט וואס מען זאל קוקן וואו עס איז עפעס געשעדיגט געווארן

אצינד ווארט מען צו זעהן ווי אזוי די סופרים קאורט וועט אורטיילן איבער די פראגע
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

גאר דעשמאק און אינטערעסאנט!

יישר כח!!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ארחיקה נדד האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 10:08 pm
גאר דעשמאק און אינטערעסאנט!

יישר כח!!
א דאנק פאר די פידבעק!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרישע אויפדעקונגען קומען אצינד אריין איבער ריכטער טאמאס און זיינע פינאנצן וואס ער האט נישט באריכטעט

עס ווערט באקאנט אז הארלען קראו, דער זעלבער וואס האט געדעקט רייזעס פונעם ריכטער און אפגעקויפט א הויז האט אויך געדעקט די שכר לימוד פון אן אור פלימעניק פון טאמאס וועם טאמאס ציהט אויף ביי זיך אין שטוב ווי אן אייגן קינד

ווי מען הערט האנדלט זיך עס פון טויזנטער דאלארן ביז מעגליך 150 טויזנט דאלער און טראץ וואס א צווייטע טאמאס פריינד האט אויך בייגעשטייערט א בלויז 5 טויזנט דאלער צוריק אין 2002 למספרם פארן קינד'ס שכר לימוד און יענע ביישטייערונג האט טאמאס יא באריכטעט האט ער נישט באריכטעט די צאהלונגען פון קראו וואס ער וואלט געדארפט באריכטן אלץ א געשאנק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין א פרישע אויפדעקונג האט א באקאנטע קאנסערוואטיווע יורידישע אקטיוויסט אראנזשירט מיט יארן צוריק אז פרוי טאמאס זאל באקומען צענדליגער טויזנטער דאלארן באצהאלט פאר קאנסאולטינג ארבעט און אפגעשמועסט ארויסצוהאלטן איר נאמען פון די פאפירן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין די צייט וואס עס טריפט נאכאנאנד נעגאטיווע נייעס איבער פינאנציעלע האנדלונגען פון קאנסערוואטיווע ריכטער פרובירן די רעכטע צו גריבלען אויף די לינקע זייט

ווערט באשולדיגט אז סאטאמאיאר האט ערהלאטן נאנט צו 2 מיליאן דאלער אין א בוך דיעל און א יאר דערויף האט זי געהאלפן באשליסן אויב די געריכט זאל אויסהערן א קאפירייט קעיס אין וועלכע די זעלבע בוך פירמע איז געווען פארמישט

אויף וויפיל עס איז באקאנט איז עס געווען כאטש די צווייטע פאל וואס זי איז געזיצן אויף א קעיס אין וועלכע יענע בוך פובליצירער האט גערויבט געדאנקן און עס גענוצט אין אנדערע ביכער אדער פרעזענטאציעס

אין ביידע פעלער האט די געריכט נישט אקצעפטירט די קעיס (א באשלוס גינסטיג פאר די פובליצירער) אבער עס איז נישט קלאר אויב סאטאמאיאר האט געהאלטן אז מען עס יא אדער נישט אננעמען
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2023 10:54 am
אין ביידע פעלער האט די געריכט נישט אקצעפטירט די קעיס (א באשלוס גינסטיג פאר די פובליצירער) אבער עס איז נישט קלאר אויב סאטאמאיאר האט געהאלטן אז מען עס יא אדער נישט אננעמען
וואס הייסט עס איז נישט קלאר? קוק אריין אין די דאקומענטן פון די באשלוס ווער עס איז געווען דערקעגן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עפעס אנדערש האט געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2023 1:22 pm
הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2023 10:54 am
אין ביידע פעלער האט די געריכט נישט אקצעפטירט די קעיס (א באשלוס גינסטיג פאר די פובליצירער) אבער עס איז נישט קלאר אויב סאטאמאיאר האט געהאלטן אז מען עס יא אדער נישט אננעמען
וואס הייסט עס איז נישט קלאר? קוק אריין אין די דאקומענטן פון די באשלוס ווער עס איז געווען דערקעגן.
ביי באשלוסן אויב יא אדער נישט אנצונעמען קעיסעס ווערן נישט געווענליך געמאלדן די שטעלונגען פון ספעציפישע ריכטער סיידן א ריכטער רעקיוזט זיך פון ענטפערן אויף די פראגע ווערט עס געמאלדן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 18, 2023 3:27 pm
לעאן סאנטאס-זאכאריא איז געבוירן אין גוואטאמאלא אנטלאפן פון זיין היימשטאט ביי די 13 יאר נאכן אנגעבליך מיטמאכן רדיפות צוליב זיין געמיינע לעבנסשטייגער און ברי' משונה סטאטוס

ער איז צו ערשט אנטלאפן קיין מעקסיקא וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן עטליכע יאר און פון דארט זיך אריינגעשווערצט צו די פאראייניגטע שטאטן

אין 2008 און אין 2012 למספרם האט מען אים דעפארטירט פון אמעריקא נאכן שווערצן אומלעגאל אבער אין 2018 למספרם האט ער זיך צוריקגעקערט און דאסמאהל האט ער זיך געלאזט ארעסטירן אנגעבנדיג א פארלאנג פאר אזיל רעכט

זאכאריא האט פארציילט פארן אימיגראציע ריכטער אז מען האט אים פערזענליך איבערגעפאלן און באזונדער געסטראשעט מיטן טויט צוליב זיין לעבנסשטייגער און אויב שיקט מען אים צוריק איז זיין וואויזלזיין אין געפאר

ער האט ערקלערט אז עס זענען נישטא קיין דאטא אין די פאליציי ארכיוון ווייל ער האט נישט באריכטעט די אינצידענטן צוליב וואס ער האט נישט געהאלטן אז די פאליציי וועט עפעס טוהן דערוועגן

לויט די פארשריפטן דארף דער ריכטער אננעמען אז אן אימיגראנט איז אין געפאר אויב ער איז שוין אויסגעשטאנען געפארן אין די פארגאנגנהייט צוליב זיין ראסע אדער מיטגלידערשאפט אין אזא סארט סאציאלע גרופע ווי געמיינע אדער בריות משונות אבער די רעגירונג האט א רעכט צו איבערצייגן אז עס איז נישט אזוי און אז יענער קען רואיג צוריקגיין צו זיין היימלאנד צום ביישפיל דורך טרעפן א צווייטע געגנט וואו זיך צו באזעצן וואו עס לויערט נישט קיין געפאר אויף זיין לעבן

די רעגירונג האט טאקע געמאכט אזא ארגומענט און זאכאריא זעלבסט האט אנערקענט אז זייענדיג אין מעקסיקא איז ער שוין עטליכע מאהל פרייוויליג צוריקגעגאנגען קיין גוואטאמאלא צו אנדערע געגנטער און געמיינדעס וועלכע זענען מער אפן צו צו אקצעפטירן אזעלכע מענטשן ווי אים

ער האט אויך אנערקענט אז ער וויל דוקא זיין אין אמעריקא ווייל דארט האט ער א ברודער וועלכע קען אים ארויסהעלפן פינאנציעל

דער אימיגראציע ריכטער האט אפגעווארפן זיין פארלאנג און צוריקגעשטעלט די דעפארטאציע ארדער שרייבנדיג אז אפילו אויב זיינע געשיכטעס זענען וואר איז עס נישט גענוג צו קוואליפיצירן אלץ אשטאפל פון רדיפות איבער וועלכע מען קען באקומען אזיל רעכט

זאכאריא האט אפעלירט די באשלוס צו די אימיגראציע אפעלאט באורד וועלכע האט אויסגעהערט די קעיס און געקומען צום אויספיר אז גראדע וואלט אזא שטאפל פון רדיפות יא געווען גענוג אים צו שענקן אזיל רעכט אבער מיט דעם אלעם האבן זיי גענומען די זייט פון די רעגירונג וועלכע האט לויט זיי געמאכט א גוטע קעיס צו איבערצייגן אז די אינצידענטן פון רדיפות האבן שוין פאסירט מיט א שיינע פאר יאר צוריק, זענען קיינמאהל נישט באריכטעט געווארן און זאכאריא אנערקענט אז זי ווייסט נישט סיי וועלכע אינפארמאציע איבער די אטאקירער, ער האט זיך פרייוויליג אומגעקערט דארט עטליכע מאהל און ער אנערקענט אז ער קען דארט טרעפן פלעצער וועלכע אקצעפטירן מער אזעלכע מענטשן

צוליב דעם האט די באורד אנגענומען אז אויב וואלט געווען אן ערנסטע קלער אז ער וועט אויסשטיין אזא סארט אונטערדרוקונג וואלט ער באקומען אזיל רעכט אבער זיי האלטן נישט אז עס וועט פאסירן

זאכאריא האט אפעלירט די באשלוס פונעם באורד צו די פיפטע קרייז געריכט מיט די טענה אז די באורד איז נישט געווען באפולמעכטיגט אפצושאצן אויב די רדיפות בעבר מיינט אז זי וועט אויסשטיין רדיפות בעתיד

ער ווייזט אן אז וויבאלד די ארגינעלע אורטייל פונעם אימיגראציע ריכטער איז געווען אז די רדיפות בעבר איז נישט געווען גענוג ערנסט צו באקומען אזיל רעכט און די באורד איז געווען אומאיינשטימיג דערמיט האבן זיי בלויז געדארפט איבערדרייען זיין אורטייל און עס צוריקשיקן צום אימיגראציע ריכטער זאגנדיג אז הייסט יא גענוג שטארקע רדיפות אויף בעבר און איצט זאל "ער" אפשאצן אויב מען דארף זיין באזארגט אז עס וועט זיך איבערשפילן אינעם צוקונפט

ער ווייזט אן אז די פראגע אויב די רדיפות בעבר איז ערווארט צו פאסירן להבא איז עפעס וואס דער אימיגראציע ריכטער האט קיינמאהל נישט אדרעסירט (ער האט בלויז געשריבן אז אפילו אויב יא עס נישט גענוג ערנסטע רדיפות) און אן אפעלאט באורד קען נישט אורטיילן אויף אזא זאך איידער אן ארגינעלע אורטייל פון אן אימיגראציע ריכטער

א צוטיילטע פאנעל אויפן פיפטן סירקוט איז געוקמען צום אויספיר אז זיי מאנגלען יוריסדיקציע אריינצורעדן אין אזא קעיס צוליב וואס 1252 פון די אימיגראציע און נאציאנאליטעט אקט שרייבט אז פעדעראלע געריכטן קענען נישט איבערקוקן ענדגילטיגע דעפארטאציע ארדערס באשטעטיגט דורך אימיגראציע געריכטן סיידן די אימיגראנטן האבן צו ערשט פרובירט אלע אדמיניסטראטיווע אלטערנאטיוון

די פיפטע קרייז געריכט פרעצעדענט לויטעט אז דאס מיינט אז דער אימיגראנט מוז צו ערשט אויפמארקזאם מאכן די באורד אז ער האלט אז זיי זענען געווען גרייזיג און זיי גיבן א שאנס עס צו פארריכטן און וויבאלד ער האט עס נישט געטוהן איז די פעדעראלע געריכט נישט באפולמעכטיגט אריינצוקוקן אינעם קעיס

די מינאריטעט אורטייל האט געשירבן אז מען דארף זיך רעכענען מיט דעם וואס זאכאריא האט יא געבעטן פון די באורד צוריקצושיקן די קעיס צום אימיגראציע ריכטער צוליב אנדערע טענות וואס ער האט געהאט און דאס דארף שוין זיין גענוג

די טענה פון זאכאריא איז גאר ענליך צו א טענה וואס די סופרים קאורט באהאנדלט שוין אינעם איצטיגן טערמין און מיר האבן עס באשריבן אין צוויי באזונדערע קעיסעס און אצינד גייען זיי עס הערן א דריטע מאהל און דאסמאהל אין אן אימיגראציע קעיס

די טענה איז אז די שפראך אין סעקשאן 1252 דערמאנט נישט די ווארט "יוריסדיקציאנאל" און דעריבער קען עס בלויז ווערן אויסגעטייטשט ווי א געזעץ וועלכע "באגרעניצט" ווען און וויפיל געריכטן זאלן אריינרעדן אין אימיגראציע באשלוסן אויב עס זענען נאך פארבליבן אפציעס פארן אימיגראנט אינעם אימיגראציע געריכט סיסטעם אבער עס מוז בלייבן א וועג פאר די פעדעראלע געריכט צו מאכן אויסנאמען אין געוויסע פעלער ווען זיי קענען זיך רעזערווירן די רעכט יא אריינצוקוקן דערין צוליב וואס נאך אלעם ווערן עס אין ערגעץ נישט באצייכנט אלץ "יוריסדיקציאנאל" וואס וואלט געמיינט אז די געריכטן קענען אויף קיין פאל נישט אריינקוקן דערין איידער אלע אנדערע אפציעס זענען אויסגענוצט

זאכאריא דערמאנט אז אין עטליכע סעקשאנס פון די זעלבע געזעץ האט קאנגרעס יא אריינגעשטעלט די טערמין "יוריסדיקציאנאל" און זיי האבן בכוונה איבערגעהיפט סעקשאן 1252 אז עס נישט פאלן אונטער אזא קאטעגאריע

אויסער די פראגע צו די סעקשאן איז יוריסדיקאציאנאל קריגט מען זיך אויס אויף א צווייטע פראגע און דאס איז אפילו אין פאל די געזעץ ווערט פאררעכנט אלץ יוריסדיקציאנאל טענה'ט זאכאריא אז ער וואלט טאקע געקענט פארלאנגען פונעם באורד איבערצוהערן איר קעיס אין ליכט פון אירע טענות אבער לויט די אימיגראציע געזעץ איז עס אין די הענט פונעם באורד צו באשליסן אויב זיי זאלן אפילו אויסהערן וואס ער זאגט אדער עס ארויסווארפן און ניטאמאהל וועלן אויסערן

לויט זאכאריא פארלאנגט די געזעץ אז ער זאל צו ערשט אויסנוצן אלע "אלע רעכטן" אין די אימיגראציע געריכט און וויבאלד די באורד מוז אפילו נישט אויסהערן זיין טענה פארוואס איבערצוהערן די קעיס מיינט עס אז עס איז נישט "א רעכט" וואס ער האט און עס קומט אויס אז ער האט יא אויסגענוצט אלע זיינע רעכטן (ווייל אויב דאס וואלט געווען זיינס א רעכט וואלטן זיי דאך עס געמוזט אויסהערן)

די רעגירונג שלאגט עס אפ זאגנדיג אז די געזעץ באציהט זיך צו א רעכט וואס האט אין די קאנטעקסט פון אריינשיקן זיינע טענות און דאס ווערט פאררעכנט אלץ א רעכט אפגעזעהן אויב די רעגירונג באשליסט עס אויסצוהערן אדער נישט
די סופרים קאורט האט איצט איינשטימיג געאורטיילט אין שטיצע פון זאכאריא

ריכטערין דזשעקסאן האט געשריבן די אורטייל אז סעקשאן 1252 איז נישט יוריסדיקציאנאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 11:36 am
אין 2016 למספרם האט קאנגרעס אין רעאקציע צו א פינאנציעלע קריזיס אוועקגעשטעלט א באורד וועלכע זאל אין ארדענונג ברענגן פארטא ריקא'ס פינאנציעלע צושטאנד

נאך וואס די סופרים קאורט האט בלאקירט א פארזוך פון ארטיגע מוניציפאליטעטן צו פיילן פאר באנקראט האט קאנגרעס באשטעטיגט די פארטא ריקא איבערזיכט, מענעדזשמענט און עקאנאמישע סטאביליטעט אקט באקאנט מיט איר אקראנים "פראמעסא" וועלכע האט געגעבן פארן באורד ברייטע אויטאריטעט ווען עס קומט צו איבערזיכט און קאנטראל אויף די פיסקעל פירערשאפט אין די סטעיט

וויבאלד די אפעראציעס פונעם באורד איז א גאר פראמינענטע טעמע וועלכע ווערט דיסקוסירט אין די ארטיגע נייעס צוליב וואס זיי אפעקטירן יעדע אספעקט פון די ארטיגע רעגירונג סטרוקטור איז איינע פון די גרויסע מידיא פירמעס געווארן פארמישט אין א לעגאלע געראנגל מיטן באורד נאכן פארלאנגען צוטריט צו דאקומענטן און רעקארדס פון די אנגייענדע ארבעט דורכ'ן באורד וואס די באורד האט זיך אנטזאגט ארויסצוגעבן

א מידיא פירמע מיטן נאמען סענטרא האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אין פעדעראלן דיסטריקט געריכט מיט די טענה אז דאס אנטזאגן פון ארויסגעבן דאקומענטן איז א פארלעצונג צו א פראוויזיע אין די ארטיגע קאנסטיטוציע וועלכע גאראנטירט צוטריט צו רעגירונג אינפארמאציע און מיינסטנס אויב נישט אלע קאטעגאריעס פון פובליק דאקומענטן

ביידע זייטן זענען איינשטימיג אז אזא קלאגע וואלט געקענט געברענגט ווערן אין פארטא ריקא געריכטן אבער סענטרא האט אויסגעקליבן עס צו ברענגן אין פעדעראלן געריכט צוליב וואס די אויבנדערמאנטע "פראמעסא" געזעץ וועלכע אדרעסירט די באורד ריכטעט כמעט אלע מעגליכע לעגאלע שטרייטן וועלכע קענען זיך מאכן איבער די באורד צו ווערן אויסגעהערט אין פעדעראלן געריכט ווי איידער אין די לאקאלע געריכטן און די פראגע איבער וואס מען קריגט זיך איז אויב מען קען זיי קלאגן אין פעדעראלן געריכט

די באורד הילט זיך איין אין די "זעלבסטשטענדיגע באשיצונג דאקטרינע" וועלכע פארבאט צו קענען ברענגן קלאגעס אקעגן א רעגירונג סיידן יענע רעגירונג געזעץ לויטעט אז זי ערלויבט צו ברענגן אזעלכע קלאגעס

די איינציגסטע אנדערע אפציע איבערצוקומען די "זעלבסטשטענדיגע באשיצונג דאקטרינע" איז ווען א ספעציפישע געזעץ ווערט באשטעטיגט דורך קאנגרעס און קאנגרעס שרייבט ארויס קלאר און דייטליך אז א פארלעצונג פון יענע געזעץ זאל יא קענען דורכלעכערן די פאנצער פון די "זעלבסטשטענדיגע באשיצונג דאקטרינע" און אפילו דאן זענען טייל פון די ריכטער ביי די מיינונג אז קאנגרעס פארמאגט נישט אזא מאכט

דאס מיינט אז די רעגירונג קען נישט אויסהערן אזעלכע סארט קלאגעס אקעגן א סטעיט אויב די סטעיט ערלויבט עס נישט און אין אונזער פאל האט די פארטא ריקא קאנסטיטוציע בלויז געשאנקן א רעכט אויסצוהערן אזעלכע קלאגעס פאר לאקאלע געריכטן

די באורד אנערקענט אז אין אונזער פאל איז דאך די פארהאן די "פראמעסא" וועלכע האט ווי פריער ערווענט קלאר געשריבן אז מיינסטנס סארט קלאגעס אקעגן די באורד זאלן ווערן אויסגעהערט אין פעדעראלן געריכט אבער לויט ווי זיי טענה'ן אז "פראמעסא" שרייבט נישט ארויס במפורש אז אלע סארט קלאגעס אקעגן די באורד זאלן איבערקומען די "זעלבסטשטענדיגע באשיצונג דאקטרינע" און די איצטיגע סארט קלאגע (פאר צוטריט דאקומענטן) ווערט ניטאמאהל דערמאנט אין "פראמעסא" דארף דעריבער די אינפארמאציע ווערן באשוצט אונטער די דאקטרינע

סענטרא מאכט זייער קאנטער ארגומענט שרייבנדיג אז אפילו אויב די דאקטרינע וואלט געווען פעליג אין אזא פאל איז עס בלויז גילטיג אויף א רעגירונג פון א "סטעיט" און פארטא ריקא ווערט פאררעכנט בלויז אלץ א טעריטאריע

זיי ווייזן אן אז די אונטערלאגע פון די דאקטרינע איז געציהלט צו פארזיכערן אז די פעדעראלע רעגירונג טוט נישט אונטערדרוקן די סטעיט און רעכנט זיך מיט די ערנסטע ראלע וואס זיי שפילן אין די פעדעראלע סיסטעם אבער טעריטאריעס וועלכע פארמאגן נישט קיין זעלבסטשטענדיגע קאנסטיטוציאנאלע מאכטן און זענען מער אונטערגעווארפן אונטער קאנגרעסיאנאלע קאנטראל פאלן נישט אונטער די דאקטרינע

די צווייטע טענה פון סענטרא לויטעט אז אפילו אויב די דאקטרינע איז פעליג אויך איבער א טעריטאריע האט פארטא ריקא אויפגעגעבן זייער באשיצונג מיט דעם וואס זייער קאנסטיטוציע ערלויבט צו ברענגן קלאגעס אקעגן די רעגירונג און די לאקאלע געריכטן

דריטנס ווייזן זיי אן אז אין "פראמעסא" האט קאנגרעס יא אויסגערעכנט עטליכע סארט קלאגעס וואס מען קען נישט ברענגן אקעגן די באורד (צום ביישפיל קען מען נישט קלאגן די באורד איבער זייערע פיסקעל סטראטעגיע) און אויב וואלט קאנגרעס געמיינט צו לאזן די דאקטרינע אין פלאץ וואלטן זיי אויך אויסגערעכנט אז מען קען נישט קלאגן צו פארלאנגען דאוקמענטן אין פעדעראלן געריכט
די סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט אז די באורד איז באשוצט פון פעדעראלע קלאגעס
די אורטייל אדרעסירט נישט די פראגע אויב פארטא ריקא איז ווייניגער באשוצט אקעגן די פעדעראלע קלאגעס וויבאלד זי איז א טעריטאריע און נישט קיין סטעיט
אבער די געריכט שרייבט יא אז די שפראך אין פרעמעסא זאגט נישט גענוג דייטליך אז קלאגעס אקעגן די באורד זאלן איבערקומען די זעלבסטשטענדיגע באשיצונג דאקטרינע

די אורטייל איז געווען 1-8 און ריכטערין קעיגען האט געשריבן פאר די מאיאריטעט און ריכטער טאמאס די מינאריטעט שטעלונג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 10:37 am
הכל הבל האט געשריבן:
אין 2018 למספרם האבן קאליפארניע וויילער באשטעטיגט אן אינציאטיוו וועלכע פארבאט צו פארקויפן אין די סטעיט רויע דבר אחר פראדוקטן אויב דער פארקויפער ווייסט אדער האט געזאלט וויסן אז עס קומט פון פארעמס וואו מען האלט זיי אין אוממענטשליכע אומשטענדן און פארלעצער פונעם געזעץ שטייען אויס ביז 180 טאג טורמע פאר יעדע אזא פארקויף

איינע פון די פארלאנגען פונעם געזעץ פארלאנגט צו גיבן פיל מער פלאץ פאר די באשעפענישן זיך ארומצודרייען ווי דאס וואס די קאמערציאלע אינדוסטריע נוצט און דאס באדייט אן ערנסטע קאפוויי פאר זיי

זיי האבן דעריבער אריינגעטראגן אן אנקלאגע אין געריכט מיט די טענה אז די געזעץ פארלעצט א קאנסטיטוציאנאלע דאקטרינע וועלכע ערלויבט נישט פאר סטעיטס צו באשטעטיגן געזעצן (אפילו אויב זיי זענען נישט אין דירעקטע קאנפליקט מיט א פעדעראלע געזעץ) וועלכע דיסקרימינירן אקעגן אינטערסטעיט אדער אינטערנאציאנאלע האנדל סיידן די סטעיט קען איבערצייגן די לאקאלע בענעפיטן פונעם געזעץ און סיי אז זיי האבן נישט געהאט אן אלטערנאטיוו עס צו דערגרייכן אן אפעקטירן די אינטערסטעיט האנדל

די פעדעראלע דיסטריקט געריכט און שפעטער די ניינטע קרייז געריכט האבן ביידע געאורטיילט אקעגן די קלעגער וועלכע האבן אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט די קעיס צוריק אין מערץ למספרם

די ארגומענט פון די קלעגער איז אז טראץ וואס די סטעיט געזעץ איז טעכניש בלויז פאר פארקויפער אינערהאלב די סטעיט וועט אבער די הויפט אפעקט דערפון שווער פאלן אויף די אינדוסטריע אינדרויסן פון די סטעיט צוליב וואס בלויז א צענטל פון א פראצענט פון די באשעפענישן ווערן געהאדעוועט אין די סטעיט און די איבריגע ווערן אימפארטירט פונדרויסן

נאכמער ווייזן זיי אן אז צוליב וואס מען צושניידט די פלייש פון אזעלכע באשעפענישן אויף מערערע טיילן און טיילן פונעם זעלבן באשעפעניש ווערן דערנאך צושפרייט איבער עטליכע סטעיטס וועט אויסקומען אז פראדוצירער קענען ניטאמאהל האלטן חשבון און טרעקן גענוי וואס עס גייט קיין קאליפארניע און וועלן דעריבער דארפן האדעווען אלע זייערע סטאדעס אין איינקלאנג מיט די קאליפארניע פארשריפטן וואס אזא זאך וועט האבן א דאמינא אפעקט אויף פלייש פרייזן איבערן לאנד און ארויסטראגן קלענערע פלייש פראדוצירער פון ביזנעס וואס דאס באדייט אז די סטעיט געזעץ דיסקרימינירט אקעגן אינטערסטעיט האנדל

זי דערמאנען אויך אז די סטאנדארטן איז נישט עפעס וואס בלויז קאליפארניע פארלאנגט און אנדערע סטעיטס אדרעסירן נישט נאר סטעיטס ווי אהייא שרייבן קלאר אז די אומשטענדן וועלכע קאליפארניע זוכט צו פארבאטן איז לויט זיי יא אויסגעהאלטן און אהייא פארמער וועלן אצינד מוזן אדאפטירן קאליפארניע געזעצן צוליב וואס טיילן פון די באשעפענישן קענען מעגליך גרייכן יענע מארקעט

די סטעיט ווארפט אפ די קלאגע זאגנדיג אז די סופרים קאורט האט שוין קלארגעשטעלט אז די דאקטרינע איז בלויז גילטיג אין פעלער וואס סטעיט שטעלן ארויף באגרעניצונגען בלויז אויף אימפארטן פון אנדערע סטעיט אבער נישט אויף לאקאלע פראדוקציע מיט א ציהל צו בעפארצוגן אייגענע פראדוקטן און דיסקרימינירן אקעגן אימפארטן אבער איז נישט כולל געזעצן ווי וואס פאלן אויף אלעמען צוגלייך

איבער די אפעקט וואס די געזעץ וועט האבן אויף די אינדרויסן פון די סטעיט אינדוסטריע זאגן זיי אז אפילו אויב עס וועט זיין באדייטנד איז עס פארט נישט עפעס וואס איז געדעקט אין די דאקטרינע צוליב וואס די געזעץ גילט אויך פאר פלייש פראדוצירט אין די סטעיט און באזונדער האלטן זיי אז די פרישע לאסט וועט זיין מינימאל און אז פראדוצירער האבן אלע רעכטן צו פארקויפן פלייש וואס קומט נישט נאך די סטאנדארטן אין אנדערע סטעיטס

זיי פארפירן אז די אנקלאגע וויל פארבאטן פאר די סטעיט צו קאנטראלירן וואס עס ווערן פארקויפט אויף אירע געשעפט פאליצעס און ווילן אז די מארקעט אין אייאווע זאל איינטיילן פאר די סטעיט וואס זאל קאליפארניע איינוואוינער זאלן עסן
דורכאויס די מונדליכע ארגומענט האבן די ריכטער אויסגעקוקט צוריסן איבער די קעיס ווען פון איין זייט האבן טייל ריכטער אויסגעדרוקט זארג אז אראפקלאפן די סטעיט געזעץ וועט פירן צו א דאמינא אפעקט און צוטרייסלען א רייע געזעצן באשטעטיגט אין אנדערע סטעיטס און פון די צווייטע האבן האבן געוויסע ריכטער געהאט א גרעסערע פראבלעם מיט אן אורטייל אין שטיצע פונעם געזעץ וועלכע קען פירן צו דעם אז אנדערע סטעיטס זאלן אנהויבן באשטעטיגן זייער אייגענע געזעצן

טימאטי בישאפ האט געמאכט די קעיס פאר די קלעגער און גע'טענה'ט אז קאליפארניע זוכט צו טוישן האדעווען מעטאדן איבעראל און פארפירט אז לויט די דאקטרינע קענען נישט סטעיטס רעגולירן ווי אזוי צו פארקויפן פראדוקטן אין די סטעיט באזירט אויף ווי אזוי די ביזנעסער אינדרויסן פון די סטעיט אפערירן

ריכטערין קעיגען האט געפרעגט פון בישאפ אויב באזירט אויף זיין טעאריע וואלט ניו יארק נישט געקענט באשטעטיגן א געזעץ וועלכע פארלאנגט פון ביזנעסער וועלכע זוכן צו אימפארטירן האלץ פאר הייצונג צו באשפריצן די האלץ מיט געוויסע כעמיקאלן וועלכע עלימינירט די אינזעקטן וועלכע האבן זיך דארט באקוועם געמאכט

בישאפ האט צוגעשטימט אז לויט אים וואלט אזא געזעץ נישט געווען אויסגעהאלטן אויף וועלכע קעיגען האט געפרעגט אין אלגעמיין אויב סיי וועלכע סטעיט געזעץ וועלכע פארלאנגט אז דרויסן פון סטעיט ביזנעסער וועמען'ס פראדוקטן קומען אריין אין די סטעיט צום פארקויפן דארפן טוישן זייער פראדוקציע מעטאדן וואטל געווען פארבאטן און בישאפ האט איינפאך געענטפערט: יא

דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל עדווין נידלער האט רעפרעזענטירט די ביידען אדמיניסטראציע וועלכע האט אין די קעיס גענומען די זייט פון די קלעגער און ריכטערין האט מיטגעטיילט קעיגען'ס זארגן און געפרעגט פון נידלער אויב דאס אראפשטימען די סטעיט געזעץ וועט נישט באדראען א לאנגע רייע פון אנדערע סטעיט געזעצן

נידלער האט עס אפגעשלאגן זאגנדיג אז אן אורטייל אקעגן די קאליפארניע געזעץ דארף נישט אפעקטירן אנדערע געזעצן און ספעציפיש אפגעטיילט די קאליפארניע געזעץ פון די קעיגען ביישפיל פון ניו יארק וועלכע וואלט געזוכט צו קאנטראלירן האלץ אימפארטן זאגנדיג אז א סטעיט קען איבערצייגן א לעגיטימע אינטערעסע נישט צו וועלן פארפעסטיגן אירע אייגענע בוימער מיט קריכעדיגע אינזעקטן וועלכע מאכן זייער וועג אריין אין די סטעיט כאפנדיג היטשעס מיט האלץ אימפארטן אריינגעברענגט פונדרויסן

טראץ זייערע זארגן וואס קען פאסירן אויב מען שטימט אראפ די געזעץ האבן מער ריכטער, אריינגערעכנט קעיגען און בערעט זעלבסט געהאט ערנסטע רעזערוואציעס איבער וואס קען פאסירן אויב מען לאזט די געזעץ אין פלאץ

ריכטערין קעיגען האט געפרעגט פון קאליפארניע סאליסיטאר דזשענעראל מייקל מאנגען אויב לאזן די געזעץ אין פלאץ וועט נישט פירן צו אן אויפשטייג פון נייע געזעצן ווען סטעיטס מיט קעגנזייטיגע פאליסי שטעלונגען וועלן באשטעטיגן זייער אייגענע געזעצן אין סטעיט וועלן זיך ראנגלען ביי די העלזער

קעיגען האט געווארנט מאנגען אז קאליפארניע קען זוכן צו אימפלעמענטירן א געזעץ וועלכע פארלאנגט אז פראדוקטן מוזן ווערן ערצייגט דורך יוניאן ארבעטער אין די צייט וואס טעקסאס וועט באשטעטיגן א געזעץ וועלכע פארבאט פראדוקטן פארבריצירט דורך יוניאן ארבעטער

בערעט האט געצימבלט מאנגען אויב קאליפארניע קען באשטעטיגן א געזעץ וועלכע פארבאט דבר אחר אימפארטן וועלכע זענען געהאדעוועט דורך אומוואקסינירטע ארבעטער אדער דורך פירמעס וועלכע דעקן נישט שינו בריו פראצעדורן פאר זייערע איינגעשטעלטע

מאנגען האט זיך פארטיידיגט זאנגידג אז די סטעיט געזעץ איז נישט קאנצעטרירט איבער ווי אזוי די ביזנעסער אפערירן (און ווי אוי זיי באהאנדלען זייערע ארבעטער) און איבער זייערע פאליסיס נאר איבער די באהאנדלונג פון פראדוקטן אימפארטירט אין די סטעיט און ער האט אנערקענט אז סטעיטס קענען נישט רעגולירן ביזנעס אפעראציע אינדרויסן פון די סטעיטס וועלכע איז גענצליך אומרעלעוואנט צו די פראדוקציע וואס ווערט פארקויפט אין די סטעיט

ריכטער קעווענאו האט זיך ארויפגעכאפט דערויף און געזאגט אז די ווערטער "גענצליך אומרעלעוואנט" איז עפעס אויף וועלכע מען דארף זיך אפשטעלן און עס שטודירן

ער האט געוואלט וויסן אויב א געזעץ וועלכע פארבאט צו פארקויפן פרוכט געפלאנצט דורך אומלעגאלע אימיגראנטן קען זיין אויסגעהאלטן און אויב עס איז נישט אויסגעהאלטן, ווי אזוי איז דאס אנדערש פון די קאליפארניע געזעץ

ריכטער אליטא איז אריינגעקומען מיט זיין אייגענע היכי תמצי פרעגנדיג אויב עס וואלט געווען אויסגעהאלטן פאר די סטעיט וואו די באשעפענישן ווערן געהאדעוועט דורכצופירן קאנטער געזעצן אויס נקמה און פארבאטן אימפארטן פון פראדוקטן וועלכע ווערן פראדוצירט בעיקר אין קאליפארניע א שטייגער ווי מאנדלען וועלכע ווערן געפלאנצט אויב זיי וואקסן נישט פון נאטורליך פון רעגן וואסער רעגן נאר דארפן ווערן באוואסערט דורך פלאנצער אין א בית השלחין

ריכטערין בראון האט געפרעגט פון דזשעפרי לאמקען וועלכע האט רעפרעזענטירט די מענטשליכע געזעלשאפט גרופע אין שטיצע פון קאליפארניע פארוואס די סטעיט זאל קענען קאנטראלירן ווי אזוי אייאווע האדעוועט זייערע באשעפענישן

זי האט געוואלט פארשטיין פארוואס די סטעיט קענען זיך נישט באגענוגן מיט א פארלאנג אפצוטיילן צווישן דבר אחר וועלכע קומען פון אזעלכע סטעיט ווי אייאווע (ווי מען האדעוועט זיי אין קעגנזאץ צו די קאליפארניע ווירדן) באזונדער און פארלאנגען אז זיי זאלן ווערן אנגעצייכנט אלץ פלייש וועלכע ווערן געהאדעוועט אויף א ועוג וואס די סטעיט האלט פאר אומריכטיג אנשטאט א פולקאמע פארבאט אויף אזעלכע אימפארטן

ריכטער ראבערטס איז געקומען פון א גאר אנדערע ווינקל ביים שטעלן זיינע פראגן און זיך געוואונדערט וועלכע סטעיט זאל דאמינירן די מאראלישע ווירדן קארטל ווען פון איין זייט זוכן קאליפארניע זיך אהערצושטעלן ווי די באשוצער פון באקריוודעטע רעכטן (פון באשעפענישן) אבער מעגליך דארף מען עס באלאנסירן מיט די שטעלונגען פון אזעלכע סטעיט ווי אייאווע און צפון קאראליינע וועלן גלויבן אז פון א מאראלישן זין דארף מען ליבערשט זיך קאנצעטרירן צו פארזיכערן אז די פלייש אינדוסטריע האט די מעגליכקייט צו פראדוצירן פלייש פאר צוגענגליכע און ביליגע פרייזן פאר קאנסומער און דאס וועט ווערן געשטערט מיט די פארלאנגען פון קאליפארניע
די סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט אין שטיצע פון די געזעץ

ריכטער גארסוטש האט געשריבן די אורטייל
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”