מצות מכונה או עבודת יד?

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

הצעיר באלפי האט געשריבן:סתם א שאלה :
פארוואס איז דער עולם מקיל בייי ציצית אין תפילין אז מען קיופט בתים מיט ציצית וואס זענען געמאכט מיט מאשינען ??

By מצות there is more issues then it’s not by hend
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

Belz123 האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:סתם א שאלה :
פארוואס איז דער עולם מקיל בייי ציצית אין תפילין אז מען קיופט בתים מיט ציצית וואס זענען געמאכט מיט מאשינען ??

By מצות there is more issues then it’s not by hend

איר קענט אפשר מער מסביר זיין?
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

נאך א שאלה האב איך, אוייב די וועלגער'ס הנ"ל, הייסט "מאשין", פאר וואס די "רעדלער" הייסט נישט "מאשין", דאס איז דאך טאקע א נייע המצאה, און דאס איז זיכער נישט געווען אין דער היים, און די מענטש מאכט נישט "בידיים ממש" די מלאכה, נאר עס איז "מאשין" פון "צבת בצבת עשויה", און מנוצט דאס אין האנד מצות ואין פוצה פה ומצפצף?
אמת, אז אין בריסק און צאנז, למשל, נוצט מען נישט מיט דעם, אבער אלע מאפיות נוצט מען עס יא, בהכשר חשובע רבנים מיט הכשרים?!
רעדלער.jpg
רעדלער.jpg (43.44 KiB) געזען 2843 מאל
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

דעת הרה"ק מהר"ש הראשון מ'באבוב להתיר, "לא זה הייתה כוונת הד"ח לאסור"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

יעצט כ'האב געפונען די בשרייבונג פון באבובער ספרא רבא, ר' חיים דוד באקאן, מח"ס שיר המעלות לשלמה ועוד רבים, וועגן די היתר פון כ"ק מהר"ש מ'באבוב, וויל "נישט דאס מיין זיידע האט געמיינט", און על פי התירו הם נאספים, אזוי האט מען געפירט אין א'סאך שטעטלעך אין גאליצי', ממש אזוי ווי אין "ברכת הפסח" (און לענ"ד נאך א סאך "ערגער", און כביכול "מאשין", ואכמ"ל)
(ער צייכנט אבער, אז אין באבוב אליין, דער מהר"ש מיט די חסידים האבן געבאקט אויפן די אלטע שטייגער, כדי מער "שוויצן" אויף די מצות וואס דאס איז גרויסע תיקון כידוע)

http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=109

"בשנת תר"נ נועצו לב יחדיו אנשים יראים לעשות ולהבטיח שדקות עיסת המצה תהיה בשוה בבל הצדדים, למען לא תתפח ולא תשרף במקומות מסויימים, ולפיכך אחר שגלגל כל אחד את בציקו מעט בעץ ועשאו עגול ושטוח, לקח אותו והטילו בין גלגלי מתכת שהיו סובבין כמכונה הנ"ל בזעיר אנפין, ונטלו בצד השני מרוקע ודק, ונתנו להמנקר ותיכך הוכנס לתנור. כ"ק אדמו"ר הקדוש [- מהר"ש מ'באבוב זיע"א] התיר להם לעשות כן, באמרו שהוא יודע ועד שלא על זה הייתה כוונת מאורו זקינו הדברי חיים באיסורו, וכיוון שאין בזה יותר שהיות מגלגלי יד, [ו]שאין כאן חיתוך העיסה והחזרה שניה, וכן אין דחיקת גלגלים על העיסה יותר מבידיים, כי העיסה קטנה וגם אינה מתרככת הרבה מכרגיל, הלכך אין לאוסרה ומותר אף לצאת ידי חובת מצות מצווה. אולם מובן מאליו שהוא בעצמו ועדתו לא השתמשו במכונה זו, רק עשו הכל בידים כקדם כדי שלא להפסיד יגיעות וזיעה ועמל יותר שהוא תיקון גדול, אבל אם לדין מותר הוא. וכן עשו על פיו בעיירות רבות, ומהן: קראקא, טרנא, אושפצין, וואדאוויץ, דאברא, טשחויב, ועוד
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: מצות מכונה או עבודת יד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: מאשין- ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

הצעיר באלפי האט געשריבן: זונטאג מארטש 25, 2018 12:55 pm
סתם א שאלה :
פארוואס איז דער עולם מקיל בייי ציצית אין תפילין אז מען קיופט בתים מיט ציצית וואס זענען געמאכט מיט מאשינען ??
ווארטן מיר נאכאלס אויף א זאכליכע ענטפער
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מאשין- ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שאול ידידיה האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:34 pm
הצעיר באלפי האט געשריבן: זונטאג מארטש 25, 2018 12:55 pm
סתם א שאלה :
פארוואס איז דער עולם מקיל בייי ציצית אין תפילין אז מען קיופט בתים מיט ציצית וואס זענען געמאכט מיט מאשינען ??
ווארטן מיר נאכאלס אויף א זאכליכע ענטפער
וואו זעהסטו פונקטליך אז מען איז מקיל?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: מאשין- ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:53 pm
שאול ידידיה האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:34 pm
הצעיר באלפי האט געשריבן: זונטאג מארטש 25, 2018 12:55 pm
סתם א שאלה :
פארוואס איז דער עולם מקיל בייי ציצית אין תפילין אז מען קיופט בתים מיט ציצית וואס זענען געמאכט מיט מאשינען ??
ווארטן מיר נאכאלס אויף א זאכליכע ענטפער
וואו זעהסטו פונקטליך אז מען איז מקיל?
איז נישט די פשוטע ציצית אין די געשעפטן מאשין ציצית? נאר די וואלעס/גרינוואלד ציצית זענען עבודת יד. פארוואס דען קאסט עס מיט א הונדערטער מער.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: מאשין- ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

שאול ידידיה האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:34 pm
הצעיר באלפי האט געשריבן: זונטאג מארטש 25, 2018 12:55 pm
סתם א שאלה :
פארוואס איז דער עולם מקיל בייי ציצית אין תפילין אז מען קיופט בתים מיט ציצית וואס זענען געמאכט מיט מאשינען ??
ווארטן מיר נאכאלס אויף א זאכליכע ענטפער

ביי ציצית און תפילין קען מען אננעמען אז דאס הייסט עבודת יד - משא״כ ביי מצות וואס צאנזער רב זאגט קלאר אז ס׳איז חמץ גמור - קען מען גארנישט מצדד זיין להקל.
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: מאשין- ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

קיסריה האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 6:28 pm

דהיינו, ציצית וואס דער דברי חיים אסר'ט וויבאלד ער ווייסט נישט וואספארא מאשינען ס'וועט נאך ארויסקומען ממילא אסר'ט ער אלעס, יעצט ווען מיר האלטן שוין אפאר דורות שפעטער מיט די נייע מאשינען זענען מיר נוטה אז ס'איז עבודת יד? דאס וואלט דער דברי חיים נישט גע'אסר'ט??

איך פרעג ווייל איך וויל פארשטיין 😀
ביטע צוצייכענען תשובות ספרים וואס זענען דן אין דעם ייש''כ
pop
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2020 8:13 pm

Re: מצות מכונה או עבודת יד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pop »

moishy56 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 05, 2022 1:03 pm
וועלכע בעקרי איז דאס?
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: מאשין- ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

קיסריה האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 6:28 pm
שאול ידידיה האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:34 pm
הצעיר באלפי האט געשריבן: זונטאג מארטש 25, 2018 12:55 pm
סתם א שאלה :
פארוואס איז דער עולם מקיל בייי ציצית אין תפילין אז מען קיופט בתים מיט ציצית וואס זענען געמאכט מיט מאשינען ??
ווארטן מיר נאכאלס אויף א זאכליכע ענטפער

ביי ציצית און תפילין קען מען אננעמען אז דאס הייסט עבודת יד - משא״כ ביי מצות וואס צאנזער רב זאגט קלאר אז ס׳איז חמץ גמור - קען מען גארנישט מצדד זיין להקל.
פטפוטי מילי בעלמא (אנשולדיגס)

אויב דאס איז עבודת יד ביי ציצית איז עס עבודת יד ביי מצות, אין פארקערט אויכעט.
בדרך אגב ”חמץ גמור” מיינט נישט עכט חמץ, אזוי וויא א גוי גמור מיינט בעצם א איד ל”ע וואס איז נעבעך.....
אין אסאך פלעצער עסט מען נישט מאשין מצות, נישט צוליב די דברי חיים, נאר צוליב חסרון לשמה וכדו’, אבער ביי ציצית איז מען מקיל, די שאלה איז פארוואס .?
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: מצות מכונה או עבודת יד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

אח''כ עיינתי ומצאתי בשו''ת ויברך דוד מהרב הגאון ישראל דוד הארפענעס בסימן פ''ז שהאריך בזה ועיין גם בקובץ עץ חיים באבוב-45 קובץ י''א מאמר בענין זה. ויש להאריך
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: מאשין- ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

הצעיר באלפי האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 10:06 pm
קיסריה האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 6:28 pm
שאול ידידיה האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:34 pm
הצעיר באלפי האט געשריבן: זונטאג מארטש 25, 2018 12:55 pm
סתם א שאלה :
פארוואס איז דער עולם מקיל בייי ציצית אין תפילין אז מען קיופט בתים מיט ציצית וואס זענען געמאכט מיט מאשינען ??
ווארטן מיר נאכאלס אויף א זאכליכע ענטפער

ביי ציצית און תפילין קען מען אננעמען אז דאס הייסט עבודת יד - משא״כ ביי מצות וואס צאנזער רב זאגט קלאר אז ס׳איז חמץ גמור - קען מען גארנישט מצדד זיין להקל.
פטפוטי מילי בעלמא (אנשולדיגס)

אויב דאס איז עבודת יד ביי ציצית איז עס עבודת יד ביי מצות, אין פארקערט אויכעט.
בדרך אגב ”חמץ גמור” מיינט נישט עכט חמץ, אזוי וויא א גוי גמור מיינט בעצם א איד ל”ע וואס איז נעבעך.....
אין אסאך פלעצער עסט מען נישט מאשין מצות, נישט צוליב די דברי חיים, נאר צוליב חסרון לשמה וכדו’, אבער ביי ציצית איז מען מקיל, די שאלה איז פארוואס .?
ביי מצות שרייבט צאנזער רב משום טעם כמוס - און ס׳איז חמץ גמור. קענסט לערנען וויפיל פשטלעך און דרייען מיטן אגודל ישר והפוך. חמץ גמור שרייבט ער להלכה.

משא״כ ציצית קען מען מצדד זיין אז ס׳איז דאך עבודת יד.

אז איינער וויל דוקא נישט פארשטיין, וועל איך נישט צווינגען.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: מצות מכונה או עבודת יד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

די גרעסטע מחמירים אין אלע מצות שבתורה, קץ קוצו של יוד.
לאמיר נעמען אזעלכע מדקדקים במצות ווי בריסקער רב, דער חזו״א, דער סטייפלער גאון וכו׳ וכו׳ אלע האבן מתיר געווען מאשין מצות - רוב האבן עס נישט געגעסן אלץ מצות מצוה - אבער מתיר געווען האבן עס אלע בלי יוצא מן בכלל - שכשר למהדרין.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: מצות מכונה או עבודת יד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

די ציצית איז נישט פון מאשין, ס'איז מיט א רעדל. מ'האט נאר מחמיר געווען אויף א רעדל לגבי מצות, נישט ציצית וכדומה. א מאשין איז א פראבלעם ביי אלעס.
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: מצות מכונה או עבודת יד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 4:46 am
די ציצית איז נישט פון מאשין, ס'איז מיט א רעדל. מ'האט נאר מחמיר געווען אויף א רעדל לגבי מצות, נישט ציצית וכדומה. א מאשין איז א פראבלעם ביי אלעס.
טראכסט אזוי? א סברא? א ראיה?
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: מצות מכונה או עבודת יד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

קיסריה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:08 am
די גרעסטע מחמירים אין אלע מצות שבתורה, קץ קוצו של יוד.
לאמיר נעמען אזעלכע מדקדקים במצות ווי בריסקער רב, דער חזו״א, דער סטייפלער גאון וכו׳ וכו׳ אלע האבן מתיר געווען מאשין מצות - רוב האבן עס נישט געגעסן אלץ מצות מצוה - אבער מתיר געווען האבן עס אלע בלי יוצא מן בכלל - שכשר למהדרין.
דאכט זיך מיר אז עס איז דא בריוו פונעם חזון איש אז מען זאל נישט ניצן מאשין מצות
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: מצות מכונה או עבודת יד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

יעדער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:24 pm
קיסריה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:08 am
די גרעסטע מחמירים אין אלע מצות שבתורה, קץ קוצו של יוד.
לאמיר נעמען אזעלכע מדקדקים במצות ווי בריסקער רב, דער חזו״א, דער סטייפלער גאון וכו׳ וכו׳ אלע האבן מתיר געווען מאשין מצות - רוב האבן עס נישט געגעסן אלץ מצות מצוה - אבער מתיר געווען האבן עס אלע בלי יוצא מן בכלל - שכשר למהדרין.
דאכט זיך מיר אז עס איז דא בריוו פונעם חזון איש אז מען זאל נישט ניצן מאשין מצות

לא נכון. ער האט עס קלאר מתיר געווען לכתחילה.

געזעהן מכתב מהגר״י פישר זצ״ל ווי ער שרייבט שיטת החזו״א שמותר למהדרין מן המהדרין.
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: מצות מכונה או עבודת יד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

מצלמה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:31 pm

מיר פארקריכן אביסל,
כפי היוצא כאן נמצא אז לגבי מצות האבן מיר אנגענומען די דברי חיים וויבאלד ער שרייבט שארף/כמוס/חמץ גמור וכו', משא''כ ביי ציצית נעמען מיר פשוט אן ווי די אנדערע פוסקים המתירים ודלא כהדברי חיים.

כ'האב נישט קיין נערווען זיך ארויסצוברענגען אין שריפט אבער עס מאכט נישט קיין סענס
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: מצות מכונה או עבודת יד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

מצלמה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:31 pm
יעדער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:24 pm
קיסריה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:08 am
די גרעסטע מחמירים אין אלע מצות שבתורה, קץ קוצו של יוד.
לאמיר נעמען אזעלכע מדקדקים במצות ווי בריסקער רב, דער חזו״א, דער סטייפלער גאון וכו׳ וכו׳ אלע האבן מתיר געווען מאשין מצות - רוב האבן עס נישט געגעסן אלץ מצות מצוה - אבער מתיר געווען האבן עס אלע בלי יוצא מן בכלל - שכשר למהדרין.
דאכט זיך מיר אז עס איז דא בריוו פונעם חזון איש אז מען זאל נישט ניצן מאשין מצות

לא נכון. ער האט עס קלאר מתיר געווען לכתחילה.

געזעהן מכתב מהגר״י פישר זצ״ל ווי ער שרייבט שיטת החזו״א שמותר למהדרין מן המהדרין.
Screenshot 2023-03-21 113605.jpg
Screenshot 2023-03-21 113605.jpg (27.72 KiB) געזען 365 מאל
דינים והנהגות חזון איש
Screenshot 2023-03-21 113829.jpg
Screenshot 2023-03-21 113829.jpg (49.72 KiB) געזען 365 מאל
דעת הרב פישר בשיטת החזון איש
חכמת התמימות
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 8:29 pm

Re: מצות מכונה או עבודת יד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכמת התמימות »

מצלמה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:31 pm
יעדער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:24 pm
קיסריה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:08 am
די גרעסטע מחמירים אין אלע מצות שבתורה, קץ קוצו של יוד.
לאמיר נעמען אזעלכע מדקדקים במצות ווי בריסקער רב, דער חזו״א, דער סטייפלער גאון וכו׳ וכו׳ אלע האבן מתיר געווען מאשין מצות - רוב האבן עס נישט געגעסן אלץ מצות מצוה - אבער מתיר געווען האבן עס אלע בלי יוצא מן בכלל - שכשר למהדרין.
דאכט זיך מיר אז עס איז דא בריוו פונעם חזון איש אז מען זאל נישט ניצן מאשין מצות

לא נכון. ער האט עס קלאר מתיר געווען לכתחילה.

געזעהן מכתב מהגר״י פישר זצ״ל ווי ער שרייבט שיטת החזו״א שמותר למהדרין מן המהדרין.
לויט ווי איך געדענק האט דער חזון איש קיינמאל מתיר געווען מצות מכונה.

אין אבן ישראל איז ער דן צו עס מתיר זיין על פי עפעס א תשובה פונעם חזון איש

ר חיים קניבסקי האט נאכגעזאגט בשם החזון איש אז מאשין מצות הייסט נישט לחם עוני
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: מצות מכונה או עבודת יד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

moishy56 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 05, 2022 1:03 pm
ווי איז דאס? איז דאס שנעלער ווי וועלגערן ביי א טיש? זעהט נישט אויס אזוי
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: מצות מכונה או עבודת יד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שאול ידידיה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:36 pm
מצלמה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:31 pm
יעדער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:24 pm
קיסריה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:08 am
די גרעסטע מחמירים אין אלע מצות שבתורה, קץ קוצו של יוד.
לאמיר נעמען אזעלכע מדקדקים במצות ווי בריסקער רב, דער חזו״א, דער סטייפלער גאון וכו׳ וכו׳ אלע האבן מתיר געווען מאשין מצות - רוב האבן עס נישט געגעסן אלץ מצות מצוה - אבער מתיר געווען האבן עס אלע בלי יוצא מן בכלל - שכשר למהדרין.
דאכט זיך מיר אז עס איז דא בריוו פונעם חזון איש אז מען זאל נישט ניצן מאשין מצות

לא נכון. ער האט עס קלאר מתיר געווען לכתחילה.

געזעהן מכתב מהגר״י פישר זצ״ל ווי ער שרייבט שיטת החזו״א שמותר למהדרין מן המהדרין.
מיר פארקריכן אביסל,
כפי היוצא כאן נמצא אז לגבי מצות האבן מיר אנגענומען די דברי חיים וויבאלד ער שרייבט שארף/כמוס/חמץ גמור וכו', משא''כ ביי ציצית נעמען מיר פשוט אן ווי די אנדערע פוסקים המתירים ודלא כהדברי חיים.

כ'האב נישט קיין נערווען זיך ארויסצוברענגען אין שריפט אבער עס מאכט נישט קיין סענס
ניין ס'איז א טעות, זע קובץ עץ חיים וואס איז פריער צוגעצייכנט געווארן, וועט דיר נתברר ווערן, און אויב דו האסט נאך קושיות, וועל איך עס בעז"ה פארענטפערן. און אויב איך בין נישט גערעכט, זע מיין חתימה...
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: מצות מכונה או עבודת יד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 3:06 pm
שאול ידידיה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:36 pm
מצלמה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:31 pm
יעדער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:24 pm
קיסריה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:08 am
די גרעסטע מחמירים אין אלע מצות שבתורה, קץ קוצו של יוד.
לאמיר נעמען אזעלכע מדקדקים במצות ווי בריסקער רב, דער חזו״א, דער סטייפלער גאון וכו׳ וכו׳ אלע האבן מתיר געווען מאשין מצות - רוב האבן עס נישט געגעסן אלץ מצות מצוה - אבער מתיר געווען האבן עס אלע בלי יוצא מן בכלל - שכשר למהדרין.
דאכט זיך מיר אז עס איז דא בריוו פונעם חזון איש אז מען זאל נישט ניצן מאשין מצות

לא נכון. ער האט עס קלאר מתיר געווען לכתחילה.

געזעהן מכתב מהגר״י פישר זצ״ל ווי ער שרייבט שיטת החזו״א שמותר למהדרין מן המהדרין.
מיר פארקריכן אביסל,
כפי היוצא כאן נמצא אז לגבי מצות האבן מיר אנגענומען די דברי חיים וויבאלד ער שרייבט שארף/כמוס/חמץ גמור וכו', משא''כ ביי ציצית נעמען מיר פשוט אן ווי די אנדערע פוסקים המתירים ודלא כהדברי חיים.

כ'האב נישט קיין נערווען זיך ארויסצוברענגען אין שריפט אבער עס מאכט נישט קיין סענס
ניין ס'איז א טעות, זע קובץ עץ חיים וואס איז פריער צוגעצייכנט געווארן, וועט דיר נתברר ווערן, און אויב דו האסט נאך קושיות, וועל איך עס בעז"ה פארענטפערן. און אויב איך בין נישט גערעכט, זע מיין חתימה...
איך בין דער וואס האט צוגעצייכענט יענע קובץ עץ חיים, איך קום פון דארטן. ער וויל מחדש זיין אז דער דברי חיים האט נאר גע'אסרט א מאשין וואס האט בכלל נישט קיין כח גברא נאר עס ארבעט דורך וואסער וכדומה, אבער אויב ארבעט די מאשין דורך כח גברא איז עס כשר אפילו לויטן דברי חיים.

ער איז עס מדייק פונעם תשובה אין דברי חיים, אויך האט ער א - לכאורה א שטארקע - ראיה פון א הכשר פון הגה''ק מהר''ש הראשון מבאבוב זצ''ל - א רעכטע צאנזער אייניקל - אויף מאשין ציצית וואס דער מאשין ארבעט בכח גברא.

אבער מאידך גיסא, איז משמע פון אנדערע פוסקים - וואס ער אליינס צייכנט דארטן צו - וביניהם הגה''ק מונקאטשער רב זצ''ל וואס האבן געהאלטן אז דער דברי חיים אסר'ט א יעדער סארט מאשין, וכן משמע פונעם ערשטן חלק פונעם תשובה אין דברי חיים.

והבן אף שקצרתי
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”