פלאמבינג הילף

קאנסטראקשן, פלאמבינג און עלעקטריק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: היים רענאוואציעס - טוה עס אליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

איז דאס גרינג צו טוישן אליינס.
דאס צעברעכט זיך שווער צו דרייען און ס'שטעכט.
אטעטשמענטס
20230316_113936.jpg
20230316_113936.jpg (139.37 KiB) געזען 621 מאל
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: היים רענאוואציעס - טוה עס אליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

איך האב לעצטענס אליינס געטוישט די קראן אין וואנע, פאראכטן די פייפ אונטער מיין סינק, אויפגעשטאפט די פייפ פון די וואנע, איך שפיר זיך ווי א פלאמבער! געשפארט אפאר מאות!
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פלאמבינג הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

loyodea האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:59 am
איז דאס גרינג צו טוישן אליינס.
דאס צעברעכט זיך שווער צו דרייען און ס'שטעכט.
צו בייטן דארפסטו קענען פארמאכן די וואסער וכו'

די לייכסטע וועג איז צולייגן נאך א וועלוו 3/8" compression 3/8" x compression און עפענען די אלטע אינגאנצן.

אזוי ווי דאס
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: היים רענאוואציעס - טוה עס אליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

הימלישע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:11 am
גיימיר פרובירן. מיין ביהכ"ס רינט און רינט אפילו ווען דער טאנק איז שוין פול. כקען נישט כאפן וועלכע שטיקל ספעלט. ווער יא?
מסתמא די שטיקל וואס ברויך כאפן אז עס איז פיל, ווענד זיך וועלכע בית הכסא די האסט. (איך ווייס נישט ווי אזוי עס הייסט)
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: פלאמבינג הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

farshlufen האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 12:04 pm
loyodea האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:59 am
איז דאס גרינג צו טוישן אליינס.
דאס צעברעכט זיך שווער צו דרייען און ס'שטעכט.
צו בייטן דארפסטו קענען פארמאכן די וואסער וכו'

די לייכסטע וועג איז צולייגן נאך א וועלוו 3/8" compression 3/8" x compression און עפענען די אלטע אינגאנצן.

אזוי ווי דאס
אז איך לייג צו נאך א וועלוו, דארף איך שוין נישט פארמאכן די וואסער, איך לאז די אלטע העכצענס אייביג אפן.
קארעקט?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פלאמבינג הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

האסט רעכט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
כרם
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

Re: היים רענאוואציעס - טוה עס אליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

הימלישע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:11 am
גיימיר פרובירן. מיין ביהכ"ס רינט און רינט אפילו ווען דער טאנק איז שוין פול. כקען נישט כאפן וועלכע שטיקל ספעלט. ווער יא?
קוקט אויס ווי הימלישע וואסער :lol:
הימלישע וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 pm

Re: היים רענאוואציעס - טוה עס אליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הימלישע וואסער »

איש ציון האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 12:06 pm
הימלישע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:11 am
גיימיר פרובירן. מיין ביהכ"ס רינט און רינט אפילו ווען דער טאנק איז שוין פול. כקען נישט כאפן וועלכע שטיקל ספעלט. ווער יא?
מסתמא די שטיקל וואס ברויך כאפן אז עס איז פיל, ווענד זיך וועלכע בית הכסא די האסט. (איך ווייס נישט ווי אזוי עס הייסט)
שטארק מסתבר. איינער ווייסט וויזוי דאס הייסט?
אוועטאר
כ'קעניש דיסיידן
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2023 3:41 pm

Re: היים רענאוואציעס - טוה עס אליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'קעניש דיסיידן »

הימלישע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:47 pm
איש ציון האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 12:06 pm
הימלישע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:11 am
גיימיר פרובירן. מיין ביהכ"ס רינט און רינט אפילו ווען דער טאנק איז שוין פול. כקען נישט כאפן וועלכע שטיקל ספעלט. ווער יא?
מסתמא די שטיקל וואס ברויך כאפן אז עס איז פיל, ווענד זיך וועלכע בית הכסא די האסט. (איך ווייס נישט ווי אזוי עס הייסט)
שטארק מסתבר. איינער ווייסט וויזוי דאס הייסט?
Flapper
My comments are for illustration purposes only, they do not reflect the opinions of the author
נעגא נעגא נעגא-טיוויטי איז א נגע נגע נגע צרעת
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4066
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: היים רענאוואציעס - טוה עס אליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

הימלישע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:47 pm
איש ציון האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 12:06 pm
הימלישע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:11 am
גיימיר פרובירן. מיין ביהכ"ס רינט און רינט אפילו ווען דער טאנק איז שוין פול. כקען נישט כאפן וועלכע שטיקל ספעלט. ווער יא?
מסתמא די שטיקל וואס ברויך כאפן אז עס איז פיל, ווענד זיך וועלכע בית הכסא די האסט. (איך ווייס נישט ווי אזוי עס הייסט)
שטארק מסתבר. איינער ווייסט וויזוי דאס הייסט?
קען זיין עס ליעקט צום טוילעט שיסל, דארפסטו טוישן די פלעפער
https://www.supplyhouse.com/Korky-2001B ... et-Flapper
אדער בלייבט עס רינען אפילו עס איז פול און די וואסער רינט אריין אין טוילעט דורך די פייפ, דארפסטו טוישן די פיל וועלוו
https://www.supplyhouse.com/Fluidmaster ... Fill-Valve
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4066
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: היים רענאוואציעס - טוה עס אליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

כ'קעניש דיסיידן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 3:00 pm

Flapper
דאס איז די דעקל, נישט די וועלוו וואס כאפט ווען די וואסער איז גענוג הויעך
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7306
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: היים רענאוואציעס - טוה עס אליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

הימלישע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:47 pm
איש ציון האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 12:06 pm
הימלישע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:11 am
גיימיר פרובירן. מיין ביהכ"ס רינט און רינט אפילו ווען דער טאנק איז שוין פול. כקען נישט כאפן וועלכע שטיקל ספעלט. ווער יא?
מסתמא די שטיקל וואס ברויך כאפן אז עס איז פיל, ווענד זיך וועלכע בית הכסא די האסט. (איך ווייס נישט ווי אזוי עס הייסט)
שטארק מסתבר. איינער ווייסט וויזוי דאס הייסט?
ס"רינט איבער? אויב נישט איז נישט דאס די פראבלעים נאר די דעקל וואס הייבט זיך אויף ווען מ'פלאשט...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
הימלישע וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 pm

Re: היים רענאוואציעס - טוה עס אליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הימלישע וואסער »

רעים האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 5:35 pm
הימלישע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:47 pm
איש ציון האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 12:06 pm
הימלישע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:11 am
גיימיר פרובירן. מיין ביהכ"ס רינט און רינט אפילו ווען דער טאנק איז שוין פול. כקען נישט כאפן וועלכע שטיקל ספעלט. ווער יא?
מסתמא די שטיקל וואס ברויך כאפן אז עס איז פיל, ווענד זיך וועלכע בית הכסא די האסט. (איך ווייס נישט ווי אזוי עס הייסט)
שטארק מסתבר. איינער ווייסט וויזוי דאס הייסט?
ס"רינט איבער? אויב נישט איז נישט דאס די פראבלעים נאר די דעקל וואס הייבט זיך אויף ווען מ'פלאשט...
ניין סרינט נישט איבער אבער סעהאלט זיך פיל די טאנק סעבלייבט נאר פלעין רינען סאוי נישט מסתבר סאיז די פלעפער
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: היים רענאוואציעס - טוה עס אליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

הימלישע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 6:26 pm
רעים האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 5:35 pm
הימלישע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:47 pm
איש ציון האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 12:06 pm
הימלישע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:11 am
גיימיר פרובירן. מיין ביהכ"ס רינט און רינט אפילו ווען דער טאנק איז שוין פול. כקען נישט כאפן וועלכע שטיקל ספעלט. ווער יא?
מסתמא די שטיקל וואס ברויך כאפן אז עס איז פיל, ווענד זיך וועלכע בית הכסא די האסט. (איך ווייס נישט ווי אזוי עס הייסט)
שטארק מסתבר. איינער ווייסט וויזוי דאס הייסט?
ס"רינט איבער? אויב נישט איז נישט דאס די פראבלעים נאר די דעקל וואס הייבט זיך אויף ווען מ'פלאשט...
ניין סרינט נישט איבער אבער סעהאלט זיך פיל די טאנק סעבלייבט נאר פלעין רינען סאוי נישט מסתבר סאיז די פלעפער
נעם אראפ דעם דעקל און לייג א בילד דא

איבערינען מיינט מען נישט אז ס'רינט ארויס פונעם טאנק אויף דער'ערד נאר אינעם טאנק איז דא אזא פייפ וואס דארט רינט איבער די וואסער

ס'קען זיין אז
די פלעפער (Flapper) איז נישט גוט
די קייטל פון די פלעפער איז פארקניפט, אדער צו קורץ
די פיל וואלוו (Fill valve) איז אנגעשטעלט צו הויך
די פיל וואלוו איז סטאק (כמה פעמים געזעהן)
די פיל וואלוו איז שוין אפגעדינט

ס'דא נאך מעגליכקייטן אבער כאשויניש קיין געדולד

לייג א בילד און מ'וועט עס נעמען ווייטער אי"ה
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: פלאמבינג הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

לעצטענס טראפט וואסער פון מיין וואנע. מנהסתם איז עפעס א ראבער געווארן אפגעוועטשעט ווי הייב איך אן ?
מיין וואנע האט 1 דרייער אופן וואנט אין פון די קראן ציט מען ארויף א צינגעל צי עפענען די שאוער
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: פלאמבינג הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

maybeeynot האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 9:10 pm

א בילד פונעם דרייער ביטע

מענדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:56 pm

Re: פלאמבינג הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדי »

maybeeynot האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 9:10 pm
לעצטענס טראפט וואסער פון מיין וואנע. מנהסתם איז עפעס א ראבער געווארן אפגעוועטשעט ווי הייב איך אן ?
מיין וואנע האט 1 דרייער אופן וואנט אין פון די קראן ציט מען ארויף א צינגעל צי עפענען די שאוער
קוקט אויס ווי דו האסט א דעלטא ספאוט און זייער מעגליך די קארטרידזש גייט א גאנג. אויב איז דאס די פראבלעם דארף מען דאס טוישן.
https://a.co/d/0EwgIs7
computer expert
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 5:05 pm

Re: פלאמבינג הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך computer expert »

מיין סטיעם ווערט פיל מיט לופט אפילו נאכן בלידען?
וועלעכע פארטס דארף מען טשעקן אדער עס איז זיכער א ליעק אין די פייפ?
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4066
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: פלאמבינג הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

computer expert האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 11:38 pm

וועלכע סארט סטיעם? אויב מעגליך א בילד פון די בוילער
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: פלאמבינג הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

הענדימען האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 11:19 pm
maybeeynot האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 9:10 pm
לעצטענס טראפט וואסער פון מיין וואנע. מנהסתם איז עפעס א ראבער געווארן אפגעוועטשעט ווי הייב איך אן ?
מיין וואנע האט 1 דרייער אופן וואנט אין פון די קראן ציט מען ארויף א צינגעל צי עפענען די שאוער
א בילד פונעם דרייער ביטע
אטעטשמענטס
20230321_000134.jpg
20230321_000134.jpg (76.92 KiB) געזען 258 מאל
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4066
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: פלאמבינג הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

maybeeynot האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:03 am
הענדימען האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 11:19 pm
maybeeynot האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 9:10 pm
לעצטענס טראפט וואסער פון מיין וואנע. מנהסתם איז עפעס א ראבער געווארן אפגעוועטשעט ווי הייב איך אן ?
מיין וואנע האט 1 דרייער אופן וואנט אין פון די קראן ציט מען ארויף א צינגעל צי עפענען די שאוער
א בילד פונעם דרייער ביטע
viewtopic.php?p=3072647#p3072647
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: פלאמבינג הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

הענדימען האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 11:19 pm
maybeeynot האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 9:10 pm
לעצטענס טראפט וואסער פון מיין וואנע. מנהסתם איז עפעס א ראבער געווארן אפגעוועטשעט ווי הייב איך אן ?
מיין וואנע האט 1 דרייער אופן וואנט אין פון די קראן ציט מען ארויף א צינגעל צי עפענען די שאוער
א בילד פונעם דרייער ביטע
אטעטשמענטס
וויאזוי קען איך עס עפענען?
וויאזוי קען איך עס עפענען?
20230321_001955.jpg (36.13 KiB) געזען 228 מאל
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4066
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: פלאמבינג הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

maybeeynot האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:25 am
הענדימען האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 11:19 pm
maybeeynot האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 9:10 pm
לעצטענס טראפט וואסער פון מיין וואנע. מנהסתם איז עפעס א ראבער געווארן אפגעוועטשעט ווי הייב איך אן ?
מיין וואנע האט 1 דרייער אופן וואנט אין פון די קראן ציט מען ארויף א צינגעל צי עפענען די שאוער
א בילד פונעם דרייער ביטע
פראביר עס צו ציען שטייטלעך צוזאמען מין שאקלען און דרייען ביידע זייטן, אדער האט עס טרעדס און דארפסט עס אראפדרייען. אין אזא פאל איז מעגליך דא א קליינע נאָט וואס מען דארף אראפנעמען פון די זייט

וואס ווילסטו פארדינען פון עס אראפנעמען?
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
computer expert
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 5:05 pm

Re: פלאמבינג הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך computer expert »

לאנטש טיים האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 11:40 pm
computer expert האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 11:38 pm
מיין סטיעם ווערט פיל מיט לופט אפילו נאכן בלידען?
וועלעכע פארטס דארף מען טשעקן אדער עס איז זיכער א ליעק אין די פייפ?
וועלכע סארט סטיעם? אויב מעגליך א בילד פון די בוילער
דעס וואס די וואסער פארט ארים אין די פייפס
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: פלאמבינג הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

maybeeynot האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:03 am
הענדימען האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 11:19 pm
maybeeynot האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 9:10 pm
לעצטענס טראפט וואסער פון מיין וואנע. מנהסתם איז עפעס א ראבער געווארן אפגעוועטשעט ווי הייב איך אן ?
מיין וואנע האט 1 דרייער אופן וואנט אין פון די קראן ציט מען ארויף א צינגעל צי עפענען די שאוער
א בילד פונעם דרייער ביטע
דאס איז א דעלטא און האט א לייפטיים וואראנטי

רוף זיי אויף (800) 345-3358 און זיי וועלן דיר שיקן א נייע קארטרידזש

אדער אימעיל זיי https://www.deltafaucet.com/service-par ... il-support
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “קאנסטראקשן”