שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

שארמאש 136
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:32 am

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארמאש 136 »

בערגשטיין האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 1:20 am
שארמאש 136 האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:36 am
בערגשטיין האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:27 am

מ׳עסט מכל הבא ליד.
זיי מסביר?
בערגשטיין האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:27 am


שבת פארוויילט מען אין ארמי בעיסעס מיט די צה״ל.
דהיינו? דו ביסט שוין אמאל געווען שבת אין א ארמי בעיס?
איך נישט, מיינע סאטמארע חברים יא
כ'האב מיר פארגעשטעלט...
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

שארמאש 136 האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 1:28 am
בערגשטיין האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:37 am
שארמאש 136 האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:36 am
בערגשטיין האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:27 am
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 9:45 pm
מ׳עסט מכל הבא ליד.


זיי מסביר?
זאכן ווערן

כשר
פרווה
מזונות
יאפ א בחור האט מיר אליין געזאגט אז ער האט א מאל געוואלט טרינקען א קאווע און היות אין ארץ ישראל קען מען טוהן וואס מ'וויל האט ער געמאכט א מזונות...
כ'מיין, שטותים האט אויך א שיעור...
שארף און צום פוינט.
א קוצקער
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

אין ארץ ישראל - חוץ וואס מ'איז מיילן ווייט פון עלטערן און משפחה וכו' פון וועם מ'האט נאטורליכע בושה - איז אלעס מיט אידישע אותיות. אלעס האט א הכשר, פון א רב מטעם וכדו', ממילא איינער וואס איז נישט גענוג שטארק, וועט גאנץ שנעל אנהייבן עס מכל הבא ליד.
וכן הדין לענין פארוויילונגען, רעסטוראנטן, וכו' וכו', דברים שהשתיקה יפה להם, אלע תאוות און עבירות זענען דארטן ליידער אויף אידיש (כ'מיין עברית), און מ'שפירט זיך נישט ווי א פרעמדער. אין א גויאישע קלאב פילט זיך א איד ווי א יון אין די סוכה, אבער דארטן איז ליידער נישט אזוי. בחורים דרייען זיך ליידער אין פילע פלעצער פון הוללות און געמיינקייט, וואס אין אנדערע מדינות וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגעקומען אהין.
השם ירחם
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע: צווישן ירושלים און בארא פארק...

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

ס'איז קלאר אז נישט יעדער מעג קומען לערנען אין ארץ ישראל, אבער א פיינע בחור פון 20+ וואס קומט וועט זיכער נאר שטייגן.

(כ'פלעג אמאל ארייננעמען בחורים צו מיר אינדערהיים פרייטאג צונאכטס. עכטע פיינע ערליכע חסיד'ישע בחורים. כ'געדענק אז אייביג סוף סעודה פלעגן זיי אנהייבן יאגן אז זיי ווילן נישט פארפאסן תולדות אברהם יצחק אדער תולדות אהרן רבי'ס טיש...)

די אלע שרעקעדיגע מעשות וואס מ'הערט פון חילול שבת חייבי כריתות וכד' רעדט מען פון די גרועים שבגרועים וואס זענען אין אמריקה נישט בעסער געווען... א"י האט זיי נישט מקלקל געווען, זיי זענען שוין פונלאנג מקולקלים ועומדים...

אלע פראבלעמען הייבן זיך אן 1) אדער ביי יונגע בחורים וואס זענען נאכנישט געהעריג אוועקגעשטעלט (סעטלד), 2) אדער ביי בינונים (עוורידזש) וואס זייער גאנצע ערליכקייט האט זיך שוין געוואקלט נאך פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל נאר דער טאטע/משגיח האט זיי אנגעהאלטן מיט כח... ווען די בחורים קומען אן קיין ארץ ישראל קענען זיי צומאל אלעס אראפווארפן למחצה לשליש ולרביע רחמנא ליצלן.
טייערע אידן אין אמעריקא! אויפמערקזאם!

די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!

פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.

א דאנק!
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

חוט של חסד האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 1:44 am
2) אדער ביי בינונים (עוורידזש) וואס זייער גאנצע ערליכקייט האט זיך שוין געוואקלט נאך פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל נאר דער טאטע/משגיח האט זיי אנגעהאלטן מיט כח... ווען די בחורים קומען אן קיין ארץ ישראל קענען זיי צומאל אלעס אראפווארפן למחצה לשליש ולרביע רחמנא ליצלן.
וויפל פראצענט גייט אריין אין די בינונים ‏דרגה?
איך זאג צווישן 60-70
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
תשפ''ב
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 10:47 pm

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשפ''ב »

עטס זאלסט מיך אלע אנטשולדיגן,
איך קום פון דארט
יא, די לעצטע צוויי און האלב יאר האב איך זוכה געווען צו לערנען אין א''י
ס'איז א לענגערע אריכות מסביר צי זיין און מגדיר צי זיין פונקטליך וואס גייט דארט פאר אבער אזוי פיל יא, אזוי ווי יעדע מטבע קען מען אנקוקן פון צוויי זייטען כך הדבר הזה, ס'ווענדט זיך וועלכע בחור מ'שיקט, ווי אלט, ווי מ'שיקט, און מיט וועמען מ'שיקט,
(איך האב מיך אסאך מתבונן געווען ווען איך בין דארט געווען אין די נושא, פון אלע זייטן און מצבים, קיינער זאל מיך נישט זאגען אז איך האב מיך נאר געדרייט מיט ערליכע און וואוילע און איך ווייס נישט באמת וואס גייט פאר, איך האב אלעס געזעהן און אפשר וועל איך נאך בס''ד אמאל ארויסשרייבן די אמת'ע אמת וואס איך האב אליין געזעהן, א גוטע נאכט)
תשפ"ב איז די יאר וואס איך האב מיך איינגעשריבען אין אייוועלט
וועגן שטעגן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועגן שטעגן »

ווערעצקי האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 1:34 am
אין ארץ ישראל - חוץ וואס מ'איז מיילן ווייט פון עלטערן און משפחה וכו' פון וועם מ'האט נאטורליכע בושה - איז אלעס מיט אידישע אותיות. אלעס האט א הכשר, פון א רב מטעם וכדו', ממילא איינער וואס איז נישט גענוג שטארק, וועט גאנץ שנעל אנהייבן עס מכל הבא ליד.
וכן הדין לענין פארוויילונגען, רעסטוראנטן, וכו' וכו', דברים שהשתיקה יפה להם, אלע תאוות און עבירות זענען דארטן ליידער אויף אידיש (כ'מיין עברית), און מ'שפירט זיך נישט ווי א פרעמדער. אין א גויאישע קלאב פילט זיך א איד ווי א יון אין די סוכה, אבער דארטן איז ליידער נישט אזוי. בחורים דרייען זיך ליידער אין פילע פלעצער פון הוללות און געמיינקייט, וואס אין אנדערע מדינות וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגעקומען אהין.
השם ירחם
אקוראט דאס געוואלט שרייבן, די זעלבע סארט בחור דא און די זעלבע דארט האט ווייניגער pear pressure, דא די זאכן וואס מען טוט ווייסט יעדער ,דאס די מציאות,
What comes around goes around,
משא"כ אין די פרעמד , ווייסן די פרעמדע, וואס איינמאל די קומט צוריק אויף אמעריקע גייסטו קיינמאל אין דיין לעבן מער נישט טרעפן די מענטשן
וועגן שטעגן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועגן שטעגן »

חוט של חסד האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 1:44 am
ס'איז קלאר אז נישט יעדער מעג קומען לערנען אין ארץ ישראל, אבער א פיינע בחור פון 20+ וואס קומט וועט זיכער נאר שטייגן.

(כ'פלעג אמאל ארייננעמען בחורים צו מיר אינדערהיים פרייטאג צונאכטס. עכטע פיינע ערליכע חסיד'ישע בחורים. כ'געדענק אז אייביג סוף סעודה פלעגן זיי אנהייבן יאגן אז זיי ווילן נישט פארפאסן תולדות אברהם יצחק אדער תולדות אהרן רבי'ס טיש...)

די אלע שרעקעדיגע מעשות וואס מ'הערט פון חילול שבת חייבי כריתות וכד' רעדט מען פון די גרועים שבגרועים וואס זענען אין אמריקה נישט בעסער געווען... א"י האט זיי נישט מקלקל געווען, זיי זענען שוין פונלאנג מקולקלים ועומדים...

אלע פראבלעמען הייבן זיך אן 1) אדער ביי יונגע בחורים וואס זענען נאכנישט געהעריג אוועקגעשטעלט (סעטלד), 2) אדער ביי בינונים (עוורידזש) וואס זייער גאנצע ערליכקייט האט זיך שוין געוואקלט נאך פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל נאר דער טאטע/משגיח האט זיי אנגעהאלטן מיט כח... ווען די בחורים קומען אן קיין ארץ ישראל קענען זיי צומאל אלעס אראפווארפן למחצה לשליש ולרביע רחמנא ליצלן.
הלוואי הלוואי איז וואס די שרייבסט טאקע אזוי, אזאנע בחורים ווייס איך וואס ...שוין בקיצור, זיי זענען טאקע אלע פיינע אינגעלייט חתונה געהאט, אבער די יאר צוויי וואס זיי זענען געווען אין ארץ, איז יא בקיצור, יא יא אזאנע וואס זענען חסידיש און גייען צו טישן, נישט א היינטיגע פראבלעם, שוין 25 און 30 יאר צוריק געווען די זעלבע אדער ארגער, היינט האט א בחור מורא פון פיקטשערס סאשעל מידיע, 25 יאר צוריק איז נישט קיין אייוועלט ניטאמאל ווי עס צו דיסקוסירן , און קיינער האט נישט געוויסט וואס דארט קומט פאר ..מען רעדט פון די מציונים און געלונגענע בחורים, רובא דרובא זענען געבליבן פרום, אפגעבורדעט אפאר יאר און צוריקגעקומען כאחד האדם ווי גארנישט וואלט געווען, די ברייטע קאפ וואס א בחור האט וואס לערענט אין ארץ ישראל בלייבט פאר אייביג,וואס איז אויך פאר געוויסע א מעלה , אבער די וואס קומען פון א פארמאכטע חסידות, בלייבן אויפגעקלערט און אויבער חכמים פארן גאנצן לעבן, דאס איז די מציאות , ווען אין כאפ א שמועס מיט אינגערמאן אדער סתם א איד , געווענליך קענסטו כאפן אין 2 מינוט טאמער יענער האט געלערנט אין ארץ ישראל
צו די זאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו די זאך »

נשמתין חדתין האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 7:20 pm
טעם וריח האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 6:23 pm
כ"ק מרן מסאטמאר שליט"א מהרי"י, פירט שוין גאנץ לאנג א מערכה קעגן שיקן בחורים אין פרעמדע ישיבות.

פאריאר ביי די צענטראלע יארצייט סעודה כ"ו אב אין קרית יואל האט די רבי שליט"א שטארק געפאדערט מען זאל שיקן בחורים דוקא אין אונזערע ישיבות,

א איד האט מיר פארציילט ער האט 'דערהערט' די דרשה, און האבענדיג א קינד וואס ער האט געהאלטן אט פארן פארשיקן אין א פרעמדע ישיבה - גענוי ווי זיינע עלטערע ברודער - ער קומט אהיים און זאגט דעם אידענע, אונזער צדיק גייט אין ערגעץ! ער גייט לערנען דא אין ישיבה, ווייל אזוי האט דער רבי געזאגט!.

אקיצור, גוט אריין אין זמן, ווען איך האב געהאט א שמועס מיט דעם א.ד. אינגערמאן, זאגט ער מיר, איי, דער רבי האט נישט קיין אאהנוג ווי ווייט זיין דרשה האט אויפגעטוען! מיין בחור שטייגט לייק נעווער בעפאר!! און איך האב ביטער חרטה פאר'ן נישט טוען אזוי גענוי מיט מיינע פאריגע זיהן.

די מעשה ברענג איך צו באלענסירן מיין א.ד. תגובה,

און צו אילעסטרירן אז 'קאמפיין און אויפקלערונג' וועט בעז"ה העלפן, אויב די רבנים שליט"א זעען איין פאר נויטיג.
למעשה האט די קהילה נישט קיין ישיבה אוועגעשטעלט פאר א 18יעריגער בחור ,
און מענטשען שיקן אוועג פשוט בלית ברירה, א גרויסער ווייטאג .
די ישיבה האט א פיינעם שיעור ד׳, איך קען פערזענליך בחורים, וואס זענען ממש נהפך געווארן לאיש אחר אין שיעור ד׳, סאיז אויף א מורעדיגער חשובער פארנעם.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1439
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

Ozd האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:27 am
די סכנה פון בלייבן דא און גיין צו חברים'ס חתונה איז סאך ערגער.
:lol:
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

וועגן שטעגן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 2:36 am
[אבער די וואס קומען פון א פארמאכטע חסידות, בלייבן אויפגעקלערט און אויבער חכמים פארן גאנצן לעבן, דאס איז די מציאות
טאקע א סכנה. א בחור לערענט אין ארץ ישראל און ס'ווערט אים אביסל קלארער וויאזוי אן עובד ה' קוקט אויס, וואס א תלמיד חכם קען אלץ קענען, וויאזוי א פשוטע בן תורה לעבט, און אלץ וואס די פארמאכטע חסידות האט אין אים אריינגעפרעדיגט גייט לטמיון.
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1439
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

וועגן שטעגן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 2:36 am
ווען אין כאפ א שמועס מיט אינגערמאן אדער סתם א איד , געווענליך קענסטו כאפן אין 2 מינוט טאמער יענער האט געלערנט אין ארץ ישראל
די זאך אליין קעמען מפרש זיין אדער לגריעותא אדער למעליותא.
באט ווי נאר ווי וואלט געווען זייער אינטערסאנט צו מאכן אזא בחינה....
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1439
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

אמונה פשוטה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:04 am
Ozd האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:27 am
די סכנה פון בלייבן דא און גיין צו חברים'ס חתונה איז סאך ערגער.
:lol:
למעשה האסט גערירט זייער אשטארקע מעלה אין א"י, אז די בחורים קענען נישט זיין אין חברים'ס חתונה, וואס זיי קומען פאר געווענדליך אין ארה"ב

כהאף אז איינער האט געקלערט די רבנים אין אסיפה איבער דאס מעלה...
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1439
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

Ozd האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:05 am
וועגן שטעגן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 2:36 am
[אבער די וואס קומען פון א פארמאכטע חסידות, בלייבן אויפגעקלערט און אויבער חכמים פארן גאנצן לעבן, דאס איז די מציאות
טאקע א סכנה. א בחור לערענט אין ארץ ישראל און ס'ווערט אים אביסל קלארער וויאזוי אן עובד ה' קוקט אויס, וואס א תלמיד חכם קען אלץ קענען, וויאזוי א פשוטע בן תורה לעבט, און אלץ וואס די פארמאכטע חסידות האט אין אים אריינגעפרעדיגט גייט לטמיון.
דו שרייבסט שארף אבער איינזייטיג.

ס'דא מנהיגי ישראל און חסידותן וואס האלט אז די בחורים דארפן וואקסן פארמאכט, בפרט אין די יונגע יארן. דאס מיינט נישט נאר פארמאכט פון אומריינע זאכן, נאר אויך פארמאכט אין זיין דרך אין עבודת ה'.

איך מיין אז אין 30 יאר און אפילו ווינציג האט קיינער נישט פראבלעם מיט די ברייטקייט, באט יעצט רעדט מען פון די יונגע יארן און פארן חתונה.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

חוט של חסד האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:26 am
גדל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:25 am
חוט של חסד האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:23 am
אבנר בן-נר האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:21 am
חוט של חסד האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:18 am


די פשוט'ע טריקענע מציאות.
ביז 5 יאר צוריק איז נישט געווען קיין גאנצע מנין פון חוץ לארצ'דיגע בחורים פון מהר"א און ארץ ישראל.
היינט איז שוין לויט מיין שאצונג דא בפשטות ארום 100!!!
שרעקעדיג!!!
אה הבנתי אז ער רעדט מער VS אנדערע קהילות, גערעכט
מער קעגן 5 יאר צוריק.
קעגן אנגערע קהלות איז מהר"א פשטותפראצענטיש די ווייניגסטע
כן נראה לעניית דעתי...
סקווער האט סאך ווינעגער
פראצענטיש?
איך האב געלערנט אין ארץ ישראל זעקס יאר צוריק, עס זענען געווען אסאך סקווערער חסידים, נישט וואס וואוינען אין סקווער, רוב האבן געוואוינט אין מאנסי.
זיי זענען נאך היינט פייערדיגער סקווערער חסידים...

אסאך גייען לערנען אין ראחמיסטריווקא.
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

חוט של חסד האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:18 am
אבנר בן-נר האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:14 am
farshlufen האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 11:53 pm
גמרא ניגון האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 10:45 pm
די ערשטע וואס האט מעורר געווען איבער די ענין איז געווען האדמו"ר מסאטמאר מהר"א וואס שוין בערך 3-4 יאר צוריק אדער מער האט ער גערעדט קעגן דעם ווען עס איז נאך נישט געווען אזוי פאפולער און מען קען זאגן אז די גאס האט עס נאכנישט דערהערט
תלי"ת די פראצענטן פון קהלת סאטמאר מהר"א זענען גאנץ נידריג אינעם ענין פון שיקן בחורים
דריי פיר יאר?

דרייסיג פערציג יאר מיינסטו.

פארוואס ס'זעזענען היצט דא מער פון מהר"א אין אר"י איז נישט קיין סוד.

די תירוץ איז א לאנגע, דער פאפיר דאהי איז עס נישט סובל.

מ'קען עס אבער פריווענטן, כ'זע ר' הירצקא'ן אויפן בילד, מ'האף מיר אז ער וועט מצליח זיין צו טאן דערינען.
ס'זעזענען היצט דא מער פון מהר"א אין אר"י?? בעיסד אן?
די פשוט'ע טריקענע מציאות.
ביז 5 יאר צוריק איז נישט געווען קיין גאנצע מנין פון חוץ לארצ'דיגע בחורים פון מהר"א און ארץ ישראל.
היינט איז שוין לויט מיין שאצונג דא בפשטות ארום 100!!!
(אין מיר 30 40 און צווישן אלע אנדערע ישיבות ווי די 3 בריסק'ס, נייפעסט, טשעבין, דושינסקיא, קאוונע א.א.וו. נאך אזא 40 50...)
שרעקעדיג!!!
וואס מיינט פין מהר"א? פין מאנרא מתיבתא? איז היינט נישטא מער פין 15 בחורים וואלט איך געשאצט, אבער די "פין מהר"א" וואס איז שוין געווען אויפגעקלערט אין ישיבה קטנה אין געשיקט אין א ברענד נעים ישיבה, אזא איינער קומט אן קיין א"י ברצון או באונס. אבער נישטא צו סאך אויכעט פין זיי, ווייל רוב פרייוועט ישיבות באשטייען פין חסידי מהר"יי.
אין טשעבין איז לפי ידיעתי נישטא קיין איין סאטמאר קרית יואל'ע בחור וה"ה קאוונע וה"ה דושינסקיא.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

משה יוחנן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:22 am
ישראל_הלוי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 8:01 pm
קרית יואל פלייש האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 7:13 pm
האט איינער בילדער/באריכטן פון די היינטיגע אסיפה?
תמצית הדבר וואס איז געבליבן פון די אסיפה?
מ'האפט אז עטליכע אמעריקאנער קהילות / אדמורי''ם / ישיבות גייען אויפמערקזאם מאכן זייער עולם,
אז שיקן צו ישיבת מיר וכדו', איז א בדיעבד, צוליב די רוחניות פון אונזערע בחורים'לעך.

אויך האפט מען. אז עטליכע זאלן עפענען ישיבות אין אמעריקע, פאר עלטערע בחורים.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אן אייניקל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:43 am
גדל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:21 am
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 9:00 pm
פיינע אסיפה געווען היינט פאררופן דורך ר’ יצחק שטערן אינטערן נאמען פון וויענער רב שליט”א

בקיצור נמרץ, 3 עסקנים בני ארץ ישראל האבן אויפגעטרעטן מיט קולי קולות אז סקומען פאר דארטן חייבי כריתות.
הגאון ר’ ישראל דוד הארפענעס שליט”א האט אויפגעטרעטן און געטייטלט אויף די ישיבות דאהי אין חוץ לארץ, אן פורש בשם זיין, אז ממאכט ענג פאר די עלטערע בחורים און דאס מאכט אז די עלטערע כיתות זאלן זיך אויסליידיגן און אזוי ארום בלייבט ארץ ישראל די איינציגסטע אפציע פאר א בחור פון 19 און ארויף.
ווען סאיז געקומען צו פארשלאגן פאר א מעגליכע לעזונג איז מען זיך ציגאנגען.
פארווטס דארף עס ר’ יצחק שטערן מאכן אינטערן נאמען פון וויענער רב שליט”א ?
ווארעמע ליגנט ארויס פון אויוון.
וויענער רב זז"ג האט פאררופן די אסיפה (געהערט פון גבאים), ער האט שוין פאראיאר זוממער פארפירט דערויף
ניין, נישט קיין ליגנט.

פאר מיין מקור קענט איר קומען אין אישי
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

יידישע קהילות האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 1:21 am
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 9:00 pm
פיינע אסיפה געווען היינט פאררופן דורך ר’ יצחק שטערן אינטערן נאמען פון וויענער רב שליט”א

בקיצור נמרץ, 3 עסקנים בני ארץ ישראל האבן אויפגעטרעטן מיט קולי קולות אז סקומען פאר דארטן חייבי כריתות.
הגאון ר’ ישראל דוד הארפענעס שליט”א האט אויפגעטרעטן און געטייטלט אויף די ישיבות דאהי אין חוץ לארץ, אן פורש בשם זיין, אז ממאכט ענג פאר די עלטערע בחורים און דאס מאכט אז די עלטערע כיתות זאלן זיך אויסליידיגן און אזוי ארום בלייבט ארץ ישראל די איינציגסטע אפציע פאר א בחור פון 19 און ארויף.
ווען סאיז געקומען צו פארשלאגן פאר א מעגליכע לעזונג איז מען זיך ציגאנגען.
אין אמעריקא אינישטא קיין חייבי כריתות, דא איז בלויז אשם שפחה חרופה?
כ'מיין טוה מיר א טובה! איבעראל איז פאראן מכשול, דער בעל דבר איז נישט מקפיד ארויסצופארן פון ארץ ישראל לצורך פרנסה...
איר פרעגט מיר? כהאב אסאך צו זאגן.. איר האט היבש רעכט הגם גיין קיין אר"י איז לענ"ד פארט ערגער. אני כשלעצמי בלעים ביידע סאטמארע ישיבות גדולות ואכמ"ל.

איר פרעגט דעם אר"י עסקן? איך פרעג זיי גארנישט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

moishy56 האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 8:08 am
משה יוחנן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:22 am
ישראל_הלוי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 8:01 pm
קרית יואל פלייש האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 7:13 pm
האט איינער בילדער/באריכטן פון די היינטיגע אסיפה?
תמצית הדבר וואס איז געבליבן פון די אסיפה?
מ'האפט אז עטליכע אמעריקאנער קהילות / אדמורי''ם / ישיבות גייען אויפמערקזאם מאכן זייער עולם,
אז שיקן צו ישיבת מיר וכדו', איז א בדיעבד, צוליב די רוחניות פון אונזערע בחורים'לעך.

אויך האפט מען. אז עטליכע זאלן עפענען ישיבות אין אמעריקע, פאר עלטערע בחורים.
עפענען דאהי ישיבות האט מען שוין פראבירט, ס'האט נישט געהאלפן מפני כמה סיבות,

די עצה איז עפענען א ישיבה אזוי ווי ישיבות מיר נאר פאר חסידישע בחורים,
אן א פריוואטע דאמדארי,
בקיצור פונקט ווי מיר,
אבער אלעס זאל ווערן געפירט מיט א היימישע סביבה,
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7927
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

זעט מיר אויס אז די וועלכע פארשטייען נישט די פראבלעם, האבן אדער נישט געלערנט דארט, אדער לערנען נאך יעצט דארט...
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

דעת בעל הבית האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 8:51 am
זעט מיר אויס אז די וועלכע פארשטייען נישט די פראבלעם, האבן אדער נישט געלערנט דארט, אדער לערנען נאך יעצט דארט...
דו האסט יא געלערנט אין ארה"ק?
אדער האסט/געהאט א זוהן לערנען דארט?
אדער דו ווייסט פון דעם און יענעם.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מקובל אלוקי האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 8:32 am
moishy56 האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 8:08 am
משה יוחנן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:22 am
ישראל_הלוי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 8:01 pm
קרית יואל פלייש האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 7:13 pm
האט איינער בילדער/באריכטן פון די היינטיגע אסיפה?
תמצית הדבר וואס איז געבליבן פון די אסיפה?
מ'האפט אז עטליכע אמעריקאנער קהילות / אדמורי''ם / ישיבות גייען אויפמערקזאם מאכן זייער עולם,
אז שיקן צו ישיבת מיר וכדו', איז א בדיעבד, צוליב די רוחניות פון אונזערע בחורים'לעך.

אויך האפט מען. אז עטליכע זאלן עפענען ישיבות אין אמעריקע, פאר עלטערע בחורים.
עפענען דאהי ישיבות האט מען שוין פראבירט, ס'האט נישט געהאלפן מפני כמה סיבות,

די עצה איז עפענען א ישיבה אזוי ווי ישיבות מיר נאר פאר חסידישע בחורים,
אן א פריוואטע דאמדארי,
בקיצור פונקט ווי מיר,
אבער אלעס זאל ווערן געפירט מיט א היימישע סביבה,
אויך אן קיין אפיליאציע צו א געוויסע חסידות און אן קיין "בנשיאות", נאר פשוט א פלאץ וואס איז אוועקגעשטעלט צו זיצן אין לערנען אן קיין זייטיגע חשבונות, אז אן ערנסטע בחור זאל האבן א געשמאק דארט.

נ. ב. איך ערווארט נישט אז דאס זאל ווערן געשטיצט דורך די גרעסערע קהילות, אבער טאמער יא איז היטן אראפ פאר זיי
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 8:11 am
אן אייניקל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:43 am
גדל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:21 am
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 9:00 pm
פיינע אסיפה געווען היינט פאררופן דורך ר’ יצחק שטערן אינטערן נאמען פון וויענער רב שליט”א

בקיצור נמרץ, 3 עסקנים בני ארץ ישראל האבן אויפגעטרעטן מיט קולי קולות אז סקומען פאר דארטן חייבי כריתות.
הגאון ר’ ישראל דוד הארפענעס שליט”א האט אויפגעטרעטן און געטייטלט אויף די ישיבות דאהי אין חוץ לארץ, אן פורש בשם זיין, אז ממאכט ענג פאר די עלטערע בחורים און דאס מאכט אז די עלטערע כיתות זאלן זיך אויסליידיגן און אזוי ארום בלייבט ארץ ישראל די איינציגסטע אפציע פאר א בחור פון 19 און ארויף.
ווען סאיז געקומען צו פארשלאגן פאר א מעגליכע לעזונג איז מען זיך ציגאנגען.
פארווטס דארף עס ר’ יצחק שטערן מאכן אינטערן נאמען פון וויענער רב שליט”א ?
ווארעמע ליגנט ארויס פון אויוון.
וויענער רב זז"ג האט פאררופן די אסיפה (געהערט פון גבאים), ער האט שוין פאראיאר זוממער פארפירט דערויף
ניין, נישט קיין ליגנט.

פאר מיין מקור קענט איר קומען אין אישי
למאי נפק''מ ווער עס האט פאריפערן די אסיפה? אויך מיר דערגרייכונג איך מיין ווער קען דען נישט צוזאמרופען עטליכע רבנים, עטליכע וואכן צוריק איז געווען א 'ריזיגע' אסיפת רבנים וועגען קדושת הבית איינער זעהט עפעס שינויים?

לאמיר זעהן ווער עס וועט טון עפעס אויף למעשה - איך רעדט נישט פון א קול קורא וואס טוט זילטש אויף -
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 9:45 pm
די געוואלדיגע מעלות פון לערנען אין א"י,

א) פון א סאטמערען פראספעקטיוו קען מען זאגן אז רוב מערכות ווערן געפירט דורך מענטשן וואס האבן געלערנט אין א"י די סיבה איז פשוט ווייל זיי האבן צוגעזען מיט זייערע אויגן די קליפת הציונית במילא האבן זיי באקומען א מורא'דיגע געפיל פאר די ערליכע אידן דארט אין א איינגעגעסענע שנאה צו די מינים,

ב) די אלע בחורים האבן פשוט נישט די מעגלעכקייט צו בלייבן אינדערהיים פאר ווער עס פארשטייט וואס מיינט האלטן א בחור פון 20 יאר אין שטוב ווייסט וואסערע פראבלעם דאס איז, אין עס איז א גרויסע ישועה דאס האבן ווי צו פארן,

ג) עס איז א מוראדיגע געזינטע זאך פאר היינטיגע נפשות וואס וואקסן אין שאטן פון די אמעריקאנער פעיר פרעשאר אין די צודרייטע ישיבה סיסטעם זיך אויסצוליפטערן אין די געזינטע ארץ ישראל'דיגע אוויר,

ד) ובפרט זיין אוועק פון די עלטערן א גאנצע זמן שטעלט אוועק א בחור זיך צו קענען, אין זיין אליין אחראי אויף זיך, אין וויסען ווער ער איז, אין ווי ער שטייט אויף דער וועלט,

ה) די עיקר אין די פראכט פון כלל ישראל וואוינען אין א"י, אזויפיל דערהויבענע אידן תלמידי חכמים עובדי השם וכו' קיין פארגלייך צו אמעריקע,

ו) צוזעהן וואס מיינט זיין צופרידן און פרייליך אפילו מ'האט נישט די אלע אמעריקאנער תאוות,

ז) ובעיקר צוזעהן וואס מיינט א עכטע רעליגיעזע איד לעבט מיטן שלחן ערוך אן א מאנקי ביזנעס,
(לדוגמא עס איז לכאורה נישט דא דארט א חרדישער איד העכער די 13 וואס זאל פארשלאפן קרי"ש של שחרית אם לא באונס גדול,
משא"כ דא וואס וואוילע אינגעלייט פארפאסען קרי"ש במזיד)

יא עס איז אמת אז עס איז אסאך מאל שרעקעדיג ווען די טאפ טאפ בחור פון ישבת ..... וואס לערנט כלמפערשט אין בריסק....
לייגט תפילין ביים שקיעה וכו'
אבער די פראבלעם שטעקט נישט דא! פשוט דא איז עס ארויס געקומען!
די פראבלעם איז אז אין אמעריקע האט ער אלעס געטאן נישט ווייל ער האט אזוי געוואלט!
נאר ווייל ער האט געמוזט זיין א גוטע בחור! אין דארט אין א"י זעהט נישט די שדכן, סא איז נישט דא פארוואס צו לערנען אין דאווענען!

סא מאכט'ס א אסיפה אויף די ברענדיגע נושא אז עס איז נישט דא א בחור דא אין אמעריקע וואס ווייסט פארוואס מלערנט, דאווענט, אין בכלל זיין א איד,

מען מוז מדחיק זיין אז די תגובה איז געשריבן געווארן ע"ד הקבלה...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”