"א סידי א נייע" פון די אונטערן חבריא - פסח

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איך האב נארוואס גענדיגט אויסהערן די ליצנות אויפ'ן צווייטן סידי, איך וואלט נישט געלאזט מיינע קינדער עס אויסהערן,

עס איז ליצנות געמאכט פון די הייליגע סדר נאכט.

צייטליך האט געשריבן:יעצט, איך פארשטיי אז פאר מאנכע מאכט א חילוק ווען זיי ליינען א פאני מעשה אויף אן עם הארץ אין די הגדה,


זאג, די זעהסט נישט קיין חילוק פון ליינען א מעשה פון א צדיק וואס איז געגאנגען צום עם הארץ, ביז 2 ליצים וואס שפילן עס אויף און חוזק'ן אפ פון די גאנצע סדר?
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

ווישעווער האט געשריבן:א שאד די געטענה'רייען איבער דעם... די שארפע דא וועלן בלייבן שארף, און די מעסיגע מעסיג....

ויש אומרים די מעסיגע וועלן בלייבען מעסיג .און די לויזערע וועלן בלייבען לויזער…
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

פאר די וואס זוכן א סידי מיט תוכן, קענען זיך איינהאנדלען די סידי פון הרב יואל קליין ׳איך האב ליב די הייליגע סדר נאכט׳
מיין צויי אהאלב יעריגס האט נאכגעזאגט אלע 4 קשיות ממש ווי א גרויס קינד
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

איך האב געקויפט דעם סידי, און איך ווייס ניט וואס מען טענה'ט דא
גאנץ פיין און איך זע ניט קיין שאדן.
אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרוץ מחומר »

zugurnish האט געשריבן:איך האב געקויפט דעם סידי, און איך ווייס ניט וואס מען טענה'ט דא
גאנץ פיין און איך זע ניט קיין שאדן.

סידי נאמבער 2 טרעק 1. מיר רעדן נאר פארטיקילערי פון דיזען טרעק. גראדע די איבעריגע זענען רובא דרובא גאר שיין, באלערנד און ציענד. נאר דאס צו מ'זאל קויפן אן ארטיקל און בורר זיין פסולת מתוך אוכל און עס אוועקווארפן, און בלייבן מיט דאס איבעריגס, ברויך א שאלת חכם.

איך האב גערעדט נעכטן מיט א גרופע מלמדים פון א חשוב'ע תלמוד תורה (ווייט נישט קיין עקסטרעמע) זיי קענען זיך נישט בארוהיגן פון די ליצנות והוללות וואס איז געווארן אנגעפיטערט פאר זייערע תלמידים.
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

איך האב איינגעהאנדלט דעם סידי און נאר געהערט די ערשטע טרעק. יעצט וועלן מיר זיך נעמען צו די צווייטע און זען צי יש דברים בגו
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

אלרייט!
איך מיין אז ס'גענוג געווען!!!

משוגע מטארע... וויפיל איז די שיעור צי שרייבען איינמאל און נאכאמאל "טרעק 1 סידי 2".... "טרעק 1 סידי 2"... "ט טר טרע טרעק טרעק2 ס...." וואטעווער.

איר זענט "ברוגז אויף די ביליגע ליצנות וואס איז לדעתכם פארהאנען אויפ'ן סידי. נו גוט, זאגט איינמאל אייער מיינונג, ודי בזה!!
ציוואס פעלט אויס אנציפילען 2 גאנצע בלעטער בלויז איבער'ן ליצנות וואס 'איר האלט' אז די סידי פארמאגט?

מנהלים, ביטע פארמעקן די "טאפעלטע מחאות". ס'נעמט פלעין אוועק פלאץ אויפ'ן סעורווער...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרוץ מחומר »

העי שמאטעלע!! וואס זוכט איר דא? איר דארפט זיך יעצט געפונען אין א פעסל טאפ דזשאב. אונזערע נשים צדקניות ווארטן אויף אייך..
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

איינגעהאנדעלט דעם סידי, גיימער עס אויסהערן,
@שמאטע, דאס הייסט אומדירעקט עדווערטייזמענט... (מין הסתם אפגעשמועסט)
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

קרוץ מחומר האט געשריבן:העי שמאטעלע!! וואס זוכט איר דא? איר דארפט זיך יעצט געפונען אין א פעסל טאפ דזשאב. אונזערע נשים צדקניות ווארטן אויף אייך..

חח!

די פראבלעם איז אבער אז קליין און גרויס שטייען ארום די סידי פלעיער און האלטן אן די 'פארווארד - ריוויינד' באטען צו אויסהערן טרעק 1 סידי 2 ישר והפוך צו קענען שפעטער טענה'ן בנוגע די חומר פונעם טרעק1 סידי2... און דערווייל ווער איך פארפרוירען פון די 'קאלט געווארענע' וואסער געמישט מיט מיסטער קליען... :wink:
פארשטייסט?

(בררר.... איך שוויגער פאר קעלט...)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שמאטע האט געשריבן:אלרייט!
איך מיין אז ס'גענוג געווען!!!

משוגע מטארע... וויפיל איז די שיעור צי שרייבען איינמאל און נאכאמאל "טרעק 1 סידי 2".... "טרעק 1 סידי 2"... "ט טר טרע טרעק טרעק2 ס...." וואטעווער.

איר זענט "ברוגז אויף די ביליגע ליצנות וואס איז לדעתכם פארהאנען אויפ'ן סידי. נו גוט, זאגט איינמאל אייער מיינונג, ודי בזה!!
ציוואס פעלט אויס אנציפילען 2 גאנצע בלעטער בלויז איבער'ן ליצנות וואס 'איר האלט' אז די סידי פארמאגט?

מנהלים, ביטע פארמעקן די "טאפעלטע מחאות". ס'נעמט פלעין אוועק פלאץ אויפ'ן סעורווער...

זינט טרעק פייוו איז נישט געווען אזא איבערדרייעניש אויף א טרעק.......
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שטותים
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטותים »

סך הכל ביז אהער:
ברויך איך שוין קויפן 5 סי די'ס, אנצוקומען צו טרעק 1 סי די 5,
וואס קויפט מען ערשט?
יואל קליין "איך האב ליב די ....." אדער אונטערן?

מיין פראבלעם וועט זיין, אז נאכ'ן טרינקען די שטארקע לכתחילה אריבער וויין, און די קינדער וועלן נאכמאכן די אמעראצעם פונעם סי די, וועל איך דאך שוין מיטלאכן, אבער זיי וועלן וויסן אז מ'טאר נישט לאכן פון מענטשן, און איך וועל קרוץ מחומר'ן אויף די קינדער, און אנ'שמאטע'נען מיר אליין, וועט מען עס באהאלטן פאר אפיקומן און שלום על ישראל.
אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרוץ מחומר »

חחחח.....
כזע אז איך בין טאקע דער אדווערטייזער פאר'ן אונטערן סידי (זאלן זיי מיר כאטש געבן קאמישן).
מנהלים, נעמטס טאקע אראפ אלע מחאות, און שוין. איי גיוו אפ..
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

קרוץ מחומר האט געשריבן:חחחח.....
כזע אז איך בין טאקע דער אדווערטייזער פאר'ן אונטערן סידי (זאלן זיי מיר כאטש געבן קאמישן).
מנהלים, נעמטס טאקע אראפ אלע מחאות, און שוין. איי גיוו אפ..


נע נע נע...

דאס איז געווען אן אויסגערעכנטע פלאן פון די ארויסגעבער אריינצוכאפן די מוחים אין פאסטקע און טאקע זיי זעלבסט ניצן פאר די עדווערטיייזער. מיר טוען זיך אנטשולדיגען פאר די אומאיינגענעמליכקייט וואס דאס קען אייך שאפן.

בכבוד והערצה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרוץ מחומר »

אומאיינגענעמליכקייט??? נייהויז האט מיר נארוואס געשיקט א טשעק פאר'ן אנפירן די מארקעטינג..
מי האיש
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 22, 2010 6:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי האיש »

אויף דעם סידי קאן איך נישט אריינרעדן ווייל כ'האב אים נישט געהערט, אבער איין זאך וויל איך יא זאגען אז ס'דארף נישט אייביג זיין טייער און אינגאנצן פראפעשינעל, לדוגמא כ'האב זיך פונקט איינגעהאנדלט פאר נישטיגע 2 טאלער א סידי מיט'ן נאמען די בלוט בלבול פון באדהיים פון קרן שמואל ישעי', ס'איז איבער 70 מינוט דערציילט שפאנענד און דראמאטיש, מיינע קינדער זיינען שוין שעות צוגעבינדען דערצו און מאכען עס נאך
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

הב'עך געקויפט דעם סידי אויף מאסטלי, אבער די בוק קומט נישט מיט.
קען איינער זיך מנדב זיין און אהער לייגן????
שכויח
manyh
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2012 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך manyh »

I bought the CD (can send you a picture) but now its completely scratched can someone PLEASE send me a link to download it . thanks
חוות דעת
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2019 10:15 am
לאקאציע: ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוות דעת »

תואר האט געשריבן:
קרוץ מחומר האט געשריבן:
פשוט'ער אידל האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס, אבער אויסהערנדיג דעם סידי האט זיך עס געהערט היבש פראסט, מילד גערעדט,
פאר א פורים סידי וואלט אזא סטייל נאך מיטגעגאנגען, אבער נישט אראפצולייגן די געהויבנסטע ליל התקדש חג. ליל האמונה וליל שמורים


איך האב געקויפט דעם סידי פאר די קינדערלעך. בעצם די סידי איז געוואלדיג, א הערליכע ארבעט מלא תוכן, ציענד, פראפעשענל וכו'.
וואס דריקט מיר יא גאר שטארק, איז חלק ב' פונעם סידי די ערשטע טרעק. עס רעד זיך מכלומר'שט פון א טאטע און א זון וואס האבן זיך געשטעלט אונטערהערן די סדר פון אן עם הארץ.
האסטו דארטן דעם לאנגזאם וואס שפילט אלץ דער עם הארץ, ווי ער טרייבט ליצי ליצנות פונעם הגדה איבער 20 מינוט. דאס, איז לענ"ד זייער זייער נישט אויסגעהאלטן. כ'העל נישט לייקענען דעם פאקט אז כ'האב זיך געקאטשעט פאר געלעכטער און זיך גוט אונטערגעהאלטן, אבער צו דען מעג מען נעמען דאס דערהויבנסטע וואס יעדע אידישע משפחה האט, און מאכן אזא געלעכטער דערפון און נאך געבן פאר די קינדערלעך זיך צו באשעפטיגן דערמיט?

דאס, אז צדיקים (און טאקע נאר צדיקים וואס האבן געוואוסט בתורת הבחנה, און ארויסנעמען די גוטע חלקים דערפון) זענען געגאנגען אונטערהערן די סדרים פון עם הארצים איז איין זאך, אבער צו מעג מען מאכן א שפיל דערפון פון איבער 20 מינוט, וואס דער פראבירט אריינצולייגן דערין ווי מער עם הארצות, ליצנות און דזשאוקס? (דאס עקספעקט מען דאך פון לאנגזאם'ען, פאר דעם איז ער דא, ניין?). יא, ווען דאס קינד לאכט אויס דעם עם הארץ איז די טאטע טאקע מוחה "שעפעלע מ'טאר נישט לאכן, דער אויבערשטער האט גרויס נחת רוח פון זיין תמימות וכו' וכו'". צו די קינדער וואס הערן דאס אויס נעמען טאקע די מוסר השכל ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער, אז מ'האט גענומען דעם הייליגן ליל התקדש החג און געמאכט דערפון א קאמידיעם און עס אריינגעפיטערט אין אונזערע קינדערלעך....

ממש אזוי ? נו ווארף עס ארויס פון הויז שוין, און מאך זיכער אז דיינע קינדער זעען ווי דו צוברעכסט עס און זאג זיי דעם טעם פארוואס דו טוסט עס.

אפשר קען איינער ארויפלייגן דעם טרעק דא. כדי איך זאל זיך קענען באיינדרוקן אליין וועגן דעם טרעק, און מחליט זיין צו עס קויפן פאר די קינדער?
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”