ניצן די בלינקערס. א שאד איך זאל ווארטען די זאלסט דורכפארן, אויב די גייסט דיר צום סוף סייווי זיך אוועקדרייען. ספעציעל זיך ארויפצודרייען אויף די 306, אסאך מאל האב איך אז איך ווארט א קאר זאל דורכפארן, און ער דרייעט זיך אוועק, און דערווייל קומט שוין נאך א קאר צו פארן, און איך פארפאס די געלגעגנהייט זיך צו דרייען.דניאל אויערבאך האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 11:07 pmגראדע ביי וועסט מעיפל און סעדל וואלט געמעגט קומען א לייט, בפרט די נאכמיטאג שעה'ן. די טרעפיק דארט איז איום ונורא.
הלואי קען איך מיט נאך אפאר יונגעלייט זיך אריינלייגן אין די טרעפיק (רעמעפא הייוועי) און פארבעסערן די מצב, הן מיט די ריזיגע צאל פאטהאולס והן מיט די טרעפיק לייטס.
אויסער לייגן (אדער אראפנעמען) טרעפיק לייטס און סטאפ סיינס אין דזשענעראל, דארף מען פארבעסערן געוויסע לעקטערס ווי די גרין זאל זיין לענגער, אדער לייגן "לעפט אנלי טורנס". א גוטע דוגמא פון א וויכטיגע לעפט טורן לעקטער איז ביי מעיפל/יוניאן. די קארס וואס דארפן מאכן א לינקס קענען ווארטן עד שיבא אליהו ועד בכלל. נאך א דוגמא איז ביי ספוק-ראק און הייוויאו. זייער אסאך קארס קומען ארויס פון ספאק-ראק (די זייט פון 59) און ווילן מאכן א לינקס אויף הייוויאו אויפ'ן וועג צום טראוועי. מען קען צומאל משוגע ווערן ווי לאנג מען דארף ווארטן, און עס פארמירט זיך א לאנגע שורה פון קארס אונטער יענעם.
אויף דערווייל, חברה, לאמיר נעמען אין קאפ עטליכע עצות צו פארגרינגערן לכה"פ א טראפעלע די מצב:
1. ווען איר שטייט ביי א רויט לייט, פרובירט צו שטיין ווי נאנטער צום קומענדיגן קאר, אזוי קענען מער קארס זיין גרייט צו פארן און די שלענגלעריי פון די קארס איז נישט אזוי ווייט.
2. אויב זעהט איר ווי א קאר וויל מאכן א לינקס און אונטער אים שטייט א לאנגע שורה פון קארס, מעגט איר אים אריינלאזן. עס קאסט אייך א נישטיגע 2-3 סעקונדעס און איר שפארט לאנגע מינוטן פאר אסאך אנדערע דרייווערס. (למשל ווען איר זעהט א דרייווער וויל זיך איינדרייען לינקס פון וועסט מעיפל צו וויאולע, ער וויל פארן צו שיינערס ביהמ"ד...)
3. אז איר ווילט מאכן א לינקס און זעט אז עס נעמט גאר א לאנגע צייט און איר האלט אויף א לאנגע שורה מיט אנדערע קארס (בפרט אויף א מעין גאס), רוב מאל איז גרינגער אויב איר מאכט א רעכטס און גלייך דערנאך א יו-טורן. אזוי קומט אויס אז דארפט טאקע 2 מאל זיך איינדרייען אבער יעדע מאל דארפט איר נאר טשעקן איין זייט פון קארס אנשטאט ביידע אויף אמאל. געווענליך וועט עס סך הכל זיין שנעלער.
4. פארקלאצט אייך נישט אין אייער פאון. תיכף ווי עס ווערט גרין, פארט! אויב זעהט איר איינעם פארקלאצט (אפילו פון א אנדערע לעין) גיטס אים א קורצע פייף צו דערמאנען.
5. אויב מאכט איר א טעות, למשל איר זענט אויף מעין סט. לעבן קעהר-365 אין די לעין צו פארן גראד (צו סעדל ריווער) און איר כאפט זיך אז איר האט דארפט מאכן א סטאפ ביי עווערגרין און איר האט באמת געוואלט אריינגיין אין די לעפט אנלי לעין, אסאך דרייווערס וועלן פרובירן זיך אריינצודרייען אינמיטן וואס אלע קארס פארן שוין, מען צינדט אן די בלינקערס כאילו דאס העלפט, און מען שטייט האלב אריינגעדרייעט ביז איינער איז זיך מרחם און לאזט אריין, אדער אפילו דאס אויך נישט און מען מוז ווארטן ביזן קומענדיגן גרין לייט, און אין די מיען טיים האסטו אויפגעהאלטן די גאנצע לעין פון פארן גראד... האלא דאס איז רשעות און סעלפישקייט! האסט געמאכט א מיסטעיק? טו בעד, גארנישט וועט פאסירן אז דו וועסט פארן גראד ווי א נארמאלער מענטש און קיינעם נישט אויפהאלטן, און זיך שפעטער אויסדרייען.
לייגט צו נאך עצות...
אויך איז עס וויכטיג ביי אלל וועי סטאפס. היינט האב איך געהאט א מעשה, ביי אן אלל וועי סטאפ, איך האב געוואלט פארן גראד, די קאר קעגן איבער מיר האט נישט געהאט קיין בלינקערס אנגעצינדען, האב איך נישט געווארט אויף עם, דערווייל זעה איך אז ער ווארט אויף מיר, מן הסתם האט ער געוואלט זיך דרייען, ווען ער האט ווען בלינקערס אנגעצינדען ווארט איך אויף עם, ס'איז געווען זיין רייע צו גיין.