אינמיטן ליינען שאינו יודע'ס ריכטיגע ווערטער האב איך שוין געטראכט אז זיכער וועט איינער גלייך טראללן וועגן די דרייווערסמענדל וועבער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 10:38 amפון די אנדרע זייט איז עס אויך ליידער הימל שרייענדיג ווי אזוי דער עולם דרייוועט זייער אומפארזיכטיג איך האב זיך געדרייט און מאנסי פאר 15 יאר צוריק דעמאלסט איז נישט געווען אזא זאך אז מען זאל דרייווען אזוי ווילד!!! נישט אז עס געט רעכט אריינצלויפן אויפן ראוד אבער ביידע זייטן מיזן זיך פארבעסרען !שאינו יודע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 9:42 amעס וואלט געווען א גוטע זאך אנשטאט זיין פארנומען מיט רעפלעקטארס אויסצולערנען די קינדער אז א ראוד איז א מקום מסוכן
איך דרייוו לעצטנס אין מאנסי נאכן דרייוון אין די סיטי פאר לאנגע יארן. און צו זאגן די ווערי ליעסט, קינדער און אסאך פון זייערע מאמעס זענען טויט משוגע
למשל נעכטן ווען א צוויי יעריג קינד שפאצירט אין סענטער פון די ראוד און די מאמע 15 פוס אונטער דעם שמועסט און האט א גוד טיים
איך רעד אפילו נישט פון די עלטערע יונגלעך אדער קליינע בחורים וואס רוקן זיך נישט אפילו על פתחו של גיהנום ווייל זיי זענען מאבד עצמם לדעת ואטו בשופטני עסקינן
וואס עס גייט פאר אויף די ראודס אין מאנסי איז אומדערהערט און א עוון פלילי
ביידע עקסידענטס די וואך איז דא קלארע ווידיא ווי די קינדער לויפן אריין אין די קארס, און מען דארף מאכן א אויפוואכונג דערוועגן
וועגן ווילדע דרייווערס איז א עקסטערע פראבלעם וואס מען קען מאכן די אויפוואכונג גלייך ווען מען איז פארטיג מיט די קינדער