איל משולש האט געשריבן:World Champion האט געשריבן:
טראמפ איז לכל הדיעות א אכטער.
וועלכע כל הדעות?
יעדער וואס רעדט פון די אניאגראם ניצט טראמפ פאר אן אכטער ביישפיל, און דאס איז נאך לאנג איידער ער האט געקלערט פון לויפן פאר פרעזידענט. ער האט אלע אכטער רעקווייערמענטס, ער האט דעם געשטעל, די וועג פון רעדן, זיין אינסטינקטיווע וועג פון פאסן באשלוסן ועוד.
זיין ווילדע טעמפער קען מען גרינג פארענטפערן מיט זיין 7 ווינג, אנדערש ווי דער אכטער מיט’ן 9 ווינג וועלכער וועט זיך האלטן מער אין די ראמען. זיינע קינדישע אטאקעס און נארישע אויסברוכן קומען צוליב א געוויסע חלק אין זיין מח וועלכע איז נישט געהעריג אנטוויקלט, ואכמ"ל.
_______
בנוגע דעם איינזערס קאנטראלירן;
בעצם איז יעדער א קאנטראלער, יעדער האט ערגעצוואו אין לעבן אויסגעפיגערט (אן א פינטל אינעם פ’) עפעס א מהלך ווי אזוי צו מאכן אנדערע מענטשן נאכקומען זיינע פארלאנגען, אויף סיי וועלכן אופן, יעדער אויף זיין שטייגער. לענינינו, ווען איך זאל זוכן א ווארט צו באצייכענען דעם איינזער וואלט איך נישט געניצט ’קאנטראלער’, ס’איז דא אנדערע טייפס אויף וועם ס’קלעבט בעסער.