'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך וויל נישט דא היידזשעקן דעם נושא, אבער איך בין איבערצייגט אז נאכ'ן איבערגיין די דריי חלקי הנפש לויט ווי דערמאנט אין די פריערדיגע קישורים, וועט מען עס קענען דיסקוסירן געשמאקער. און באמת, האבן אסאך נאך סחורה צו דיסקוסירן. סאו, איך ווארט נאכאלץ אויף דיר...
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

דאכט זיך אז צווישן די כמעט צוויי הונדערט בלעטער איז עס שוין דיסקוטירט געווארן.
א שנעלע זוך האט מיר געפירט צו א פאוסט פון @נשמה ממש אנהייב, אויף פעידזש 17, ווי ער רעדט פון א זעקסער אז ער איז פון די קאפ טרייאד.
א מער גרונטליכע זוך וועט מן הסתם טרעפן ווי מען האט עס אויפגעברענגט און אויסגעשמועסט.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אפילו דאס איז נישט מער ווי א רמז, און ברענגט נישט ארויס דעם פאקט אז סוכ"ס האט יעדער אביסל פון יעדע מידה (וואס דווקא שטייט נישט אינעם לינק אויך נישט, אבער נאכ'ן ליינען די לינקס זעט מען לענ"ד בפירוש אז ס'איז אזוי)
אוועטאר
שפעטער נישט יעצט
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:15 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער נישט יעצט »

ווי איז די מפתח פון אלעס?
פארשטאנען איז גוט און אויב נישט איז אויך גוט
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ווערט אריבערגעפירט צום נייעם אשכול.
אטעטשמענטס
triads.gif
triads.gif (251.49 KiB) געזען 817 מאל
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.

fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

וואס האלט דער עולם איז ליפא א זעקסער אדער א פירער?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

fiena nieas האט געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 11:32 pm
וואס האלט דער עולם איז ליפא א זעקסער אדער א פירער?
מען דיסקוטירט נישט קיין מענטשן דא.
סגולה לפארשפארן אשכול: דיסקוטירן מענטשן...
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איל משולש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 11:36 pm
fiena nieas האט געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 11:32 pm
וואס האלט דער עולם איז ליפא א זעקסער אדער א פירער?
מען דיסקוטירט נישט קיין מענטשן דא.
סגולה לפארשפארן אשכול: דיסקוטירן מענטשן...
ער איז א פאבליק פיגור וואס איז די פראבלעם ? איך זאג נישט צו ער איז א צדיק צו נישט איך פרעג פלעין זיין טייפ

אין אישי איז אויך גיט...
שמואל ק.
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 14, 2021 12:23 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל ק. »

איז דא אן אשכול איבער מייערס בריגעס?
הטוב כי לא כלו רחמיך
והמרחם כי לא תמו חסדיך
כי מעולם קיוינו לך!
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

שמואל ק. האט געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 11:38 pm
איז דא אן אשכול איבער מייערס בריגעס?
viewtopic.php?t=22677
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

fiena nieas האט געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 11:32 pm
וואס האלט דער עולם איז ליפא א זעקסער אדער א פירער?
4

פארוואס טראכסטו זעקס?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

Bissli האט געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 11:42 pm
fiena nieas האט געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 11:32 pm
וואס האלט דער עולם איז ליפא א זעקסער אדער א פירער?
4

פארוואס טראכסטו זעקס?
איך בין אויך נוטה צו פיר , זעקס איז די וועג וויזוי ער עקט האב איך געטראכט אולי א זעקסער
אוועטאר
בעלמא דביצתא
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2023 1:31 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלמא דביצתא »

וואס איז די וועג פאר א פירער צו וואקסן און שטייגן?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

בעלמא דביצתא האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 9:19 am
וואס איז די וועג פאר א פירער צו וואקסן און שטייגן?
1) צו כאפן אז ער איז א פירער, 2) אנערקענען אז ער צו שטארק איינגערעדט אז די פירקייט וועט אים העלפן צו..., 3) זען וויאזוי אנדערע מענטשן נוצן השתדלות'ן וואס קומען פון אנדערע מידות, און ס'ארבעט, 4) אויפארבעטן יענע מידות.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

בעלמא דביצתא האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 9:19 am
וואס איז די וועג פאר א פירער צו וואקסן און שטייגן?
ליין @נשמה'ס ארטיקלען אנהייב פון דעם אשכול.
דא האסטו א שטיקל מפתח עס צו קענען טרעפן לייכטער.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
עמאציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 2:20 pm
לאקאציע: ערגעצוואו אויבן...

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמאציע »

.
וויאזוי שפירסטו?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעלמא דביצתא האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 9:19 am
וואס איז די וועג פאר א פירער צו וואקסן און שטייגן?
ב"ה

איך וועל פרובירן צו שרייבן וויפיל איך שטעל מיך פאר. און געב א קוק צו ס'מאכט סענס, און וויפיל ס'מאכט סענס.

אנשטאטס וואס א פירער זאל זיין פארנומען מיט די עכטע וועלט, צו קער נעמען פון די עכטע לעבן, ווערט ער פארנומען צו קער נעמען, צו מסדר זיין א מציאות, וואס האט ווייניג שייכות מיט די עכטע מציאות.

אפילו ווען א פירער וועט ליינען וואס איך שרייב דא, קען ער ווייטער נוצן דאס וואס איך שרייב אלץ א וועג וויאזוי אז ער זאל זיך ענדליך טרעפן, און ענדליך מסדר זיין זיין אינערליכע וועלט, אז עס זאל זיך איינמאל פאר אלעמאל שטעלן אויפן פלאץ, אז ער זאל איינמאל פאר אלעמאל זיך טרעפן, און אוועקשטעלן זיין 'איך' אז ער זאל שוין ענדליך וויסן וואס דאס איז. ס'זאל שוין ענדליך אינגאנצן אוועקגיין זיין ווייטאג. ער כאפט נישט אז ער טוט עס. איז דערפאר איז אזוי שווער פאר א פירער צו שטייגן. ווייל פארוואס ווילסטו שטייגן? ווער לאזט דיך נישט שטייגן? און צי ווילסטו טאקע שטייגן? דו ווילסט דיך טרעפן. דו ווילסט שטייגן? דו ווילסט היילן דיין ווייטאג, דורך אריינקריכן אין דיין 'איך', און...

א פירער דארף זיך ארויסרייסן פון די עולם הדמיון. ס'דא ווען א פירער מיינט אז ער האט זיך ארויסגעריסן, אבער עכט חלומ'ט ער ווייטער. עכט האלט ער קאפ אז דארט אינעווייניג זאל זיך מסדר זיין.

די געפילישע געברויך זיך צו טרעפן, זיך אויסרעדן דאס הארץ, אז מ'זאל דיך פארשטיין, איז אזוי שטארק, אז איך קלער זייער שטארק אז די ערשטע זאך איז זיך מחבר זיין מיט אנדערע מענטשן און ארויסקריכן פון זיך. אזוי מיין איך. און נישט ווייל ענדליך גייסטו קענען אוועקשטעלן ווער דו ביסט, נאר ווייל ענדליך גייסטו טרעפן חלקי נפשך וואס ליגן דייקא דארט, דייקא אינעם חיבור צום כלל. אבער נישט ווייל דו ווילסט דאס אוועקשטעלן אלץ א געוויסע יחידיות, צו כאפן ווען דו ביסט אלץ יחיד.

דאס מיינט נישט אז דו גייסט באמת ארויסקריכן פון דיין דיך, און דו גייסט דיך פארלירן אויף אייביג. פונקט פארקערט, דאס מיינט אז דו גייסט דיך מער טרעפן, מער פילן. ווייל ווי מער דו ביסט אפגעהאקט, ווי מער דו קריכסט אריין אין דיר, כדי דיך צו טרעפן, אלץ מער ווערסטו אפגעהאקט פון דיין דיך. און אלץ מער פארלירסטו חיות. ווייל א מענטש איז באמת א חלק פון א גאנצע מציאות. נאר דער אייבערשטער איז אחד יחיד ומיוחד, א מענטש איז אבער א חלק. א חלק פון כנסת ישראל, א חלק פון די בריאה, א חלק פון באשעפער.

א פירער כאפט אפילו נישט אז ער דילט מיט מודס. ער כאפט אפילו נישט וויפיל ער ארבעט זיך צו טרעפן.

המברך יתברך האט גוט געענטפערט, איך צולייג עס נאר מער.

די אנהייב פון די שוועריגקייטן פון א פירער איז אז ער האקט זיך אפ פון די מענטשהייט ווייל ער וויל זיך טרעפן. איך קלער אז אנשטאטס דילן מיט די מחשבה וואס קומט אריין אין דיר "סאו, נאך די יעצטיגע שמועס, איז ווער בין איך..." אדער "סאו, נאך די יעצטיגע פארברענג, ווער בין איך..." "סאו, נאך אזא דאווענען, אפשר ווייס איך שוין ווער איך בין..." אדער "סאו, נאכ'ן ענדיגן ליינען וואס 'נשמה' האט געשריבן, האלסטו אז איך גיי מיך טרעפן..." דאס איז וואס דו טראכסט. קוק דיך גוט נאך, וועסטו זען אז דאס איז וואס דו טראכסט. דו ביסט פארנומען דיך צו טרעפן, און דיך צו דעפינירן. דו כאפסט נישט אז דאס איז וואס דו טראכסט. דו ביסט פארנומען דאס אויסצושטעלן.

איז, די רגע דו פילסט קאנעקטעד צו ארומיגע, און דו האסט הנאה פון זיין אין זייער חבורה, אנשטאטס דילן מיט "ווער בין איך..." און אויפקומען מיט א געוויסע ענטפער צום מיליאנסטן מאל ווער דו ביסט, דיל מיט "wow, אזוי חשוב און גוט זענען זיי, איך פריי מיך צו זיין מחובר צו אזא חברה..." און פיל די געפילן פון חלקי נפשך וואס קומען ארויף אין דיר, אין דעם יעצטיגן מינוט, אבער פרוביר אויפצוהערן צו אוועקשטעלן דיין 'יוניק'קייט'.

דאס מיינט נישט אז דו דארפסט זיי נאכלויפן. דאס מיינט נישט אז דו דארפסט יעצט באקומען זייער שמייכל, און זייער שאקל מיט די קאפ, און זייער אפראוועל. נארמאל אזוי ווי יעדע מענטש. דאס מיינט אז מצדך פילסטו מקושר ומחובר. און דו דילסט נישט מיט פראגעס ווי "האט געמיינט דער קרום מיט די נאז אז איך בין נישט ווערד, אז איך בין נישט אינטערעסאנט צו נעמען אין באטראכט, אז איך בין א שטיקל לופט..." אדער "אה, ער האט נישט געענטפערט מיט די ברייטסטע שמייכל, מן הסתם בין איך טאקע נישט ווערד. זעט אויס אז אזא מענטש ווי 'איך' איז נישט אינטערעסאנט צו נעמען פאר א חבר, צו נעמען פאר א חלק פון א חברותא, איך האב אלץ געהאלטן אז איך בין בערך אזוי ווי לופט וואס מ'זעהט נישט אן"

פרוביר נישט צו לאזן די אלע מחשבות וואקסן אין דיר. די רפואה פאר א פירער איז צו פילן די חיבור צו אנדערע, זיך נישט צו לאזן פילן געקלאפט אז "ווייל מ'האט מיך נישט געגעבן די טיפסטע שמייכל וואס זאל אויפוועקן מיין טיפסטטע סטרונעס, מיינט דאס אז מ'דארף מיך נישט" הער אויף דילן דערמיט. הייב אן פילן דיין קאנעקשאן צו ארומיגע. און הער אויף קוקן אויף סימנים ווי ווייט דו ביסט נישט אינטערעסאנט.

געדענק: עס האט גארנישט מיט יענעם. עס האט מיט דיך אליין. ווייל דיין 'איך' איז אזא וואס איז מחובר, און ווען דו פילסט מחובר, פילסטו דיך אליין.

ס'דא א חילוק צווישן "אוועקשטעלן ווער איך בין" און "פילן דיין נפש דורך חיבור מיט אנדערע". "אוועקשטעלן" מיינט אז דו הייבסט אן טראכטן און חשבונ'ען צו אויפקומען מיט א געוויסע 'איך'. אבער "פילן דיין נפש דורך חיבור מיט אנדערע" מיינט אז דו פילסט דיין 'איך', און צוזאמען מיט דעם פילסטו דיין חלק אינעם כלל, און צוזאמען מיט דעם פילסטו דיין 'איך', און דאס האלט אין איין קומען פרישע נפש. אבער אן חשבונ'ען, און אוועקשטעלן. דשאסט פיל.

לאז נישט מחשבות פון סימנים אז דו ביסט נישט אינטערעסאנט, לאז עס נישט וואקסן אין דיר.

ווען דו זיצט ביי שלוש סעודות מיט א ציבור יודן, הער אויף טראכטן פון דיר אליין. און דו גייסט אי"ה פילן דיך אליין מער און מער, ווייל ווען דו גייסט פילן ווי דו ביסט איינס מיט יעדן, און מחובר מיט ארום, און דו גייסט נישט לאזן מחשבות וואס ווענדן דאס אפ, גייסטו פילן גוט. ווייל עווענטואל וועסטו דיך איבערצייגן אז קיינער האט נישט געדרייט מיט די נאז, און קיינער האט דיך נישט געמיינט צו איגנארירן. ווייל די סיבה פארוואס דו טרעפסט סימנים אז מ'מיינט דיך צו איגנארירן, און אז דו ביסט נישט ווערד דיך צו נעמען פאר א חלק איז נאר ווייל דו זוכסט דיך. במילא זוכט דיין מח א וועג וויאזוי דו זאלסט ווערן אפגעהאקט. כדי דו זאלסט כאפן ווער דו ביסט.

אויב ווילסטו דיך טרעפן, און דו ווילסט וויסן ווער דו ביסט, ווייס אז דו גייסט דיך טרעפן, ווען דו גייסט דיך פילן מחובר, ווייל דארט איז דיין איך וואס דו זוכסט אזוי שטארק. דיין 'איך' געפינט זיך דארט, דארט ביי די כלל, דארט צווישן יעדעם, דארט ביי כנסת ישראל. דיין איך געפינט זיך נישט אין דיך אליין, און דיין אפהאקעניש פון יעדעם און פון אלעם. אין דיך אליין גייסטו נישט טרעפן דיין 'איך' וואס דו זוכסט אזוי שטארק, אין דיך אליין וועסטו נישט טרעפן קיין שום נפש.

געדענק, איך רעד נישט פון פילן יעדעם אבער נישט דיין 'איך', איך רעד פון פילן דיין 'איך' מער און מער, דורך די התחברות, ווייל דארט געפינסטו דיך. דו ביסט א חלק פון א כלל.

די רגע א פירער הערט אויף דילן מיט טרעפן זיין 'איך, וועט ער אנהייבן טרעפן די ערשטע מציאות'דיגע שטאפל אויף א מציאות'דיגע לייטער, און פון דארט קען מען שטייגן. בעזרת השי"ת.

איך רעד נישט פון ווערן א ניינער. א ניינער פילט זיך גוט, ווען ער פילט זיך מחובר. אבער א ניינער אנטלויפט פון זיך. איך רעד נישט פון אנטלויפן פון זיך.

והשם הטוב עוזר ויעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום זונטאג אפריל 23, 2023 5:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

נשמה האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 5:03 pm
זייער גוט, געוואלדיג! איך האף אז ער פארשטייט עס.
אמר"ש, איך האב מיך שוין געזארגט וואו דו ביסט פארשוואונדן געווארן און כ'האב געהאפט אז אויף גוטע פלעצער.
יהא חזרתך לברכה.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אה, נשמה ווי אלעמאל.
א שטיק נשמה, אלעמאל דא ארויסצוברענגען קלאר די פארוויקלסטע חלקי הנפש מיט א קלארקייט.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 5:06 pm
נשמה האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 5:03 pm
זייער גוט, געוואלדיג! איך האף אז ער פארשטייט עס.
אמר"ש, איך האב מיך שוין געזארגט וואו דו ביסט פארשוואונדן געווארן און כ'האב געהאפט אז אויף גוטע פלעצער.
יהא חזרתך לברכה.
ב"ה

יו זאגסטו גוט. מ'מוז פארשטיין אז איך מיין נישט צו זאגן אז א פירער שטעלט זיך אפ און טראכט די ווערטער "ווער בין איך". וועסט פרעגן א פירער, זאג: דו טראכסט צומאל "ווער בין איך?" קען ער דיך ענטפערן "אפשר אפשר אמאל אמאל... איך בין אבער נישט זיכער..." ער כאפט נישט אז אפילו אויב ער טראכט נישט די ווערטער 1) ווער 2) בין 3) איך. טראכט ער עס אבער טאג און נאכט, 24 שעה, זיבן טאג א וואך. א קליין קינד וואס קען נאכנישט רעדן, טראכט אויך!

א טערעפיסט קען העלפן א פירער, דורכ'ן אים אנווייזן, וויאזוי ער פאלט אריין אין דאס זוכונג זיינע.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

נשמה האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 5:19 pm
המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 5:06 pm
נשמה האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 5:03 pm
זייער גוט, געוואלדיג! איך האף אז ער פארשטייט עס.
אמר"ש, איך האב מיך שוין געזארגט וואו דו ביסט פארשוואונדן געווארן און כ'האב געהאפט אז אויף גוטע פלעצער.
יהא חזרתך לברכה.
ב"ה

יו זאגסטו גוט. מ'מוז פארשטיין אז איך מיין נישט צו זאגן אז א פירער שטעלט זיך אפ און טראכט די ווערטער "ווער בין איך". וועסט פרעגן א פירער, זאג: דו טראכסט צומאל "ווער בין איך?" קען ער דיך ענטפערן "אפשר אפשר אמאל אמאל... איך בין אבער נישט זיכער..." ער כאפט נישט אז אפילו אויב ער טראכט נישט די ווערטער 1) ווער 2) בין 3) איך. טראכט ער עס אבער טאג און נאכט, 24 שעה, זיבן טאג א וואך. א קליין קינד וואס קען נאכנישט רעדן, טראכט אויך!

א טערעפיסט קען העלפן א פירער, דורכ'ן אים אנווייזן, וויאזוי ער פאלט אריין אין דאס זוכונג זיינע.
א געווענליכע טראפיסט, פארשטייט בכלל נישט צו קיין 4'רעריי.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”