שאלות אין הלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
אויב עפעס איז עס א כלי שמלאכתו לאיסור און נישט מוקצה מחמת גופו
און עס איז א מחלוקה אויב ניטל הייבט זיך אן ביהש“מ אדער ביים צאה“כ און אויב עס הייבט זיך אן ביים צאת איז אויך נישט דא קיין מיגי דאיתקצאי ביהש“מ
נאופ, אויב ס'איז ס'איז מוקצה איז עס מוקצה מחמת גופו פונקט ווי עסן וואס איז נישט ראוי.

מלאכתו לאיסור מיינט די מלאכה איז אן איסור שבת, לערנען איז נישט קיין איסור שבת.
דעיס איז נאר ביי א זאך וואס איז אסור אויך אינדערוואכן אזוי ווי שעטנז
איך כאפ נישט.

שעטנז איז מוקצה מחמת גופו (דעיקר כדעה א' בשו"ע סעיף מז) ווייל ס'איז אויך אסור בחול. אין אנדערע ווערטער יעדע זאך וואס איז אסור מחמת עפעס אן אנדערע זאך, נישט וועגן שבת איז נישט קיין כלי בכלל. וה"ה אויב א ספר וואלט געווען מוקצה אום ניטל וואלט עס געווען מוקצה מחמת גופו נישט מלאכתו לאיסור, ווייל די איסור איז צוליב ניטל נישט וועגן שבת. (אויב ניטל איז אינמיטן די וואך איז עס פונקט אזוי אסור)

דאס איז נאר על צד א ספר וואלט געווען מוקצה אום ניטל...
די תניא איז מסביר שעטנז ווייל אזוי ווי עס איז אסור אינדערוואכן הייסט עס נישט קיין כלי
און דעיס איז נישט שייך דא
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אכילה וואס מ'איז מקצה נאר אויף שבת נישט אויף פרייטאג אדער זונטאג איז נישט מוקצה מחמת גופו?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

יעדער האט געשריבן:
די תניא איז מסביר שעטנז ווייל אזוי ווי עס איז אסור אינדערוואכן הייסט עס נישט קיין כלי
און דעיס איז נישט שייך דא
די זעלבע תניא, די זעלבע סימן, סעיף ט':
וּבִכְלַל מֻקְצֶה זֶה הוּא, כָּל מַאֲכָלוֹת הָאֲסוּרוֹת בַּהֲנָאָה, שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לְהַאֲכִילָן אֲפִלּוּ לַכְּלָבִים, וַאֲפִלּוּ אֵין אִסּוּרָן אֶלָּא מִדִּבְרֵי סוֹפְרִים, כְּגוֹן סְתָם יֵינָם, וְכַיּוֹצֵא בוֹ, וַאֲפִלּוּ אֵין אִסּוּרָן אֶלָּא בּוֹ בַיּוֹם בִּלְבָד, כְּגוֹן טֶבֶל, שֶׁיָּכוֹל לְתַקְּנוֹ בְּמוֹצָאֵי שַׁבָּת וּלְאָכְלוֹ, אֶלָּא שֶׁבְּשַׁבָּת אָסוּר לְתַקְּנוֹ מִדִּבְרֵי סוֹפְרִים, כְּמוֹ שֶׁיִּתְבָּאֵר בְּסִמָּן של"ט, וְכֵן כָּל כַּיּוֹצֵא בָזֶה – הוּא מֻקְצֶה מֵחֲמַת גּוּפוֹ, וְאָסוּר לְטַלְטְלוֹ אֲפִלּוּ לְצֹרֶךְ גּוּפוֹ וּמְקוֹמוֹ.
לויט דיר איז עס א שטיקל סתירה מיט שעטנז, ניין? לויט מיין פשט שטימען ביידע זייער פיין...

די תניא רעדט דארט פין א זאך וואס איז אסור בהנאה
שעטנז און ספרים ניטל איז נישט אסור בהנאה
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אבי געשאסן א חילוק...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

כפארשטיי נישט די גאנצע פלפול דא
מיר קומט פאר די גאנצע זאך דא ווי אזא ליטווישע אדער בריסקע טענה’רייען

אז דער עולם גלייכט די סארט סברות לאמיר אריינווארפן דא נאך אפאר שאלות לאמיר זען

מעג מען ליינען געווענליך פרייטאג צו נאכטס אינעם ספר תורה ביהש"מ? (*א געווענליכע וואך נישט עשרה בטבת שחל בערש"ק...)
אויב מ’טאר עס סתם אזוי נישט ארויסנעמען וויאזוי נעמט עס ארוס שבת צופרי עס ווערט דאך לשיטת המחמירים בניטל מוקצה?

וואס טוט זיך מיטן טשולענט? אז דער מענטש איז זיך מתנזר דערפון פרייטאג צו נאכטס ביהש’מ ...
ובכלל אלע מאכלים וואס ער איז זיך מתנזר דייקא עס נישט צו עסן ביינאכט ווערט עס עפעס שוין ווי גרוגרות וצמוקין?

ניטל אז מ'לערנט נישט ביינאכט אבער בייטאג יא וואס מאכט מען אפילו א שאלה כאילו ס'איז עפעס א הלכה'דיגע פולמוק

בקיצור יעדער פארשטייט אין כאן שאלה ואינו צריך תשובה אבל פלפול וסברא לקדחו במטרה אינו מן הישרה
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

די נקודה האט געשריבן:

די גאנצע אשכול איז נאר פאר יגדיל תורה ויאדיר, ווייל א הלכה'דיגע שאלה דארף מען סייווי פרעגן א דיין, נישט קיין ניק בלי שם

און אגב, פון דעם שמועס הנ"ל קומט ארויס אסאך נ"מ להלכה און יסודות אין הלכות מוקצה, דאס זעלבע מיט יעדע הלכה'דיגע פלפול.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

loyodea האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
loyodea האט געשריבן:
שיק מיר א לינק
די קארטרידזש איז די עצם פילטער
https://www.amazon.com/Glattwater-Water ... B01111FJLQ

וואס מיינט "פרי פילטער"?
די פילטערס וואס ארבעט 5 אדער 6 סטעידזשעס, ארבעט אז ס'איז דא 3 פרי PRE [בעפאר] פילטערס, נאכדעם איז די מעין מעמברעין פילטער, נאכדעם איז דא א פאסט POST [דערנאך] פילטער.

דיין לינק איז א סינטעטישע זאך
PRODUCT DESCRIPTION
Glattwater Premium 5 Micron Cold Water Replacement Filter Cartridge
For FH0-34SS
Completely removes Copepods
Also removes cladocera and all macroscopic organisms
Fits all standard 10" filter housings
Reinforced with endcaps
Top endcap with rubber seal
Thoroughly tested
Endorsed by the Vaad Kashrus Hamayim and the OU
Made by the producers of the EZ-Filter
Kosher for Passover
100% synthetic materials - no starch - no enzymes
For cold water applications only
Replace once a year
Full manufacturers warranty included
גלאט וואטער איז א היימישע פירמע.

א ליטוויש אידל א ת"ח וירא שמים.

מ'קען אים אליין פרעגן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

די נקודה האט געשריבן:
כפארשטיי נישט די גאנצע פלפול דא
מיר קומט פאר די גאנצע זאך דא ווי אזא ליטווישע אדער בריסקע טענה’רייען

אז דער עולם גלייכט די סארט סברות לאמיר אריינווארפן דא נאך אפאר שאלות לאמיר זען

מעג מען ליינען געווענליך פרייטאג צו נאכטס אינעם ספר תורה ביהש"מ? (*א געווענליכע וואך נישט עשרה בטבת שחל בערש"ק...)
אויב מ’טאר עס סתם אזוי נישט ארויסנעמען וויאזוי נעמט עס ארוס שבת צופרי עס ווערט דאך לשיטת המחמירים בניטל מוקצה?

וואס טוט זיך מיטן טשולענט? אז דער מענטש איז זיך מתנזר דערפון פרייטאג צו נאכטס ביהש’מ ...
ובכלל אלע מאכלים וואס ער איז זיך מתנזר דייקא עס נישט צו עסן ביינאכט ווערט עס עפעס שוין ווי גרוגרות וצמוקין?

ניטל אז מ'לערנט נישט ביינאכט אבער בייטאג יא וואס מאכט מען אפילו א שאלה כאילו ס'איז עפעס א הלכה'דיגע פולמוק

בקיצור יעדער פארשטייט אין כאן שאלה ואינו צריך תשובה אבל פלפול וסברא לקדחו במטרה אינו מן הישרה
מען מעג מעביר סדרה זיין ליל שבת קודש אין די ספר תורה...
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

יעדער האט געשריבן:
די נקודה האט געשריבן:
כפארשטיי נישט די גאנצע פלפול דא
מיר קומט פאר די גאנצע זאך דא ווי אזא ליטווישע אדער בריסקע טענה’רייען

אז דער עולם גלייכט די סארט סברות לאמיר אריינווארפן דא נאך אפאר שאלות לאמיר זען

מעג מען ליינען געווענליך פרייטאג צו נאכטס אינעם ספר תורה ביהש"מ? (*א געווענליכע וואך נישט עשרה בטבת שחל בערש"ק...)
אויב מ’טאר עס סתם אזוי נישט ארויסנעמען וויאזוי נעמט עס ארוס שבת צופרי עס ווערט דאך לשיטת המחמירים בניטל מוקצה?

וואס טוט זיך מיטן טשולענט? אז דער מענטש איז זיך מתנזר דערפון פרייטאג צו נאכטס ביהש’מ ...
ובכלל אלע מאכלים וואס ער איז זיך מתנזר דייקא עס נישט צו עסן ביינאכט ווערט עס עפעס שוין ווי גרוגרות וצמוקין?

ניטל אז מ'לערנט נישט ביינאכט אבער בייטאג יא וואס מאכט מען אפילו א שאלה כאילו ס'איז עפעס א הלכה'דיגע פולמוק

בקיצור יעדער פארשטייט אין כאן שאלה ואינו צריך תשובה אבל פלפול וסברא לקדחו במטרה אינו מן הישרה
מען מעג מעביר סדרה זיין ליל שבת קודש אין די ספר תורה...
למעשה פירט מען זיך מזאל עס נישט טוען ופוק חזו מה עמא דבר והדרא לדוכתיה

אז מען טוהט עס נישט ווערט עס נישט מוקצה
צי זיין מוקצה א גאנץ שבת מען דארף עס נישט קענען ניצען בין השמשות אדער אלטס איסור אדער וועגן ס'נישט ראוי
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

ואידך, ספרים איז ראוי ניטל פאר ווער ס׳האלט דעם אנדערן ניטל
וראוי לא ראוי לא למדינן

ועוד הלא נקטינן לאיסור לטלטל הספר תורה שלא בשעת הקריאה…
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

loyodea האט געשריבן:
די אלע וואס לייגן די פילטערס, נעמען אויך קעיר דערפון צו טוישן, זיי אלע האבן עס.
לויט ווי איך פארשטיי שוין אז די שאלה איז מיט די קארטרידזש, דארף מען א פראפעשענעל דאס צו טוישן? איז עס מער ווי ארויסנעמען די נישט גוטע און אריינלייגן די אנדער סארט?

א דאנק אויף אייער געדולד. איך בין ניי צו די פילטערס.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איבער די גרענולאר פילטער, כפי ידיעתי נוצט די ווילעדזש אויך פיל פון די סארט פילטערס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3720
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

שווערדן מייסטער האט געשריבן:
װען ניטל געפאלט שבת איז מען זיך מקצה פון די ספרים פאר שבת ,בלײבט עס נישט מוקצה גאנץ שבת?
אויב ס'איז א חומש קען מען קוקן ביי סוף יעדע סדרא וויפיל פסוקים ס'האט
אויב ס'איז א גמרא קען מען אפציילן די בלעטער
אויב ס'איז א ספר קען מען קוקן די לע"נ בלעטער סוף פון די ספר, וואס איז דיין שאלה?
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

להודות האט געשריבן:
loyodea האט געשריבן:
די אלע וואס לייגן די פילטערס, נעמען אויך קעיר דערפון צו טוישן, זיי אלע האבן עס.
לויט ווי איך פארשטיי שוין אז די שאלה איז מיט די קארטרידזש, דארף מען א פראפעשענעל דאס צו טוישן? איז עס מער ווי ארויסנעמען די נישט גוטע און אריינלייגן די אנדער סארט?

א דאנק אויף אייער געדולד. איך בין ניי צו די פילטערס.
מ'דארף נישט קיין פראפעשענעל, יעדער קען עפענען און טוישן.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

צוויי בלעטער וועגען א ספר ניטל... כ'בין נישט קיין פוסק ווייס איך נישט... נאר אזוי כ'האב לעצטענס געלערענט ש"ח האב איך אביסל הערות אויף די תגובות... אמסארי פאר אלע ציטירטע...
קו הישר האט געשריבן:
היות מדינא דגמרא איז נישט דא קיין איסור צו לערנען, הגם מיר האלטן זיך אפ דערפון מתורת מנהג, ווערט נאכנישט די ספרים קיין כלי שמלאכתו "לאיסור".
ועוד, נאך דא גענוג זאכן וואס מען מעג בליקן אין א ספר אפילו אום ניטל. לדוגמא די הסכמות ועוד.
די ועוד איז לכאורה נישט קיין תריץ ווייל לויט די משנ"ב גייט מען נאך רוב תשמישו און אפי לויט די חולקים דארף עס זיין עכ"פ מיוחד לכך...
די ערשטע חלק איז לכבאורה לפי האמת (הגם שיש סוברים שאים הבעל הבית סובר שהדבר איסור מן הדין כגון קטניות בפסח שאסור, וא"ל שמנהג בכלל לא תסור)

אויך קען מען צולייגען אז לויט רוב פוסקים איז מיגו דאיתקצאי נאר שיין אז ס'איז מוקצה מחמת גופו משא"כ דא..
יעדער האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
אויב עפעס איז עס א כלי שמלאכתו לאיסור און נישט מוקצה מחמת גופו
און עס איז א מחלוקה אויב ניטל הייבט זיך אן ביהש“מ אדער ביים צאה“כ און אויב עס הייבט זיך אן ביים צאת איז אויך נישט דא קיין מיגי דאיתקצאי ביהש“מ
נאופ, אויב ס'איז ס'איז מוקצה איז עס מוקצה מחמת גופו פונקט ווי עסן וואס איז נישט ראוי.

מלאכתו לאיסור מיינט די מלאכה איז אן איסור שבת, לערנען איז נישט קיין איסור שבת.
דעיס איז נאר ביי א זאך וואס איז אסור אויך אינדערוואכן אזוי ווי שעטנז
איך כאפ נישט.

שעטנז איז מוקצה מחמת גופו (דעיקר כדעה א' בשו"ע סעיף מז) ווייל ס'איז אויך אסור בחול. אין אנדערע ווערטער יעדע זאך וואס איז אסור מחמת עפעס אן אנדערע זאך, נישט וועגן שבת איז נישט קיין כלי בכלל. וה"ה אויב א ספר וואלט געווען מוקצה אום ניטל וואלט עס געווען מוקצה מחמת גופו נישט מלאכתו לאיסור, ווייל די איסור איז צוליב ניטל נישט וועגן שבת. (אויב ניטל איז אינמיטן די וואך איז עס פונקט אזוי אסור)

דאס איז נאר על צד א ספר וואלט געווען מוקצה אום ניטל...
די תניא איז מסביר שעטנז ווייל אזוי ווי עס איז אסור אינדערוואכן הייסט עס נישט קיין כלי
און דעיס איז נישט שייך דא
גערעכט (נמשל יו"כ וועט שיך נישט ווערען מוקצה מחמת גופו...)... שעטנז איז עניוועי נישט קיין צוגלייך ווייל ס'דארף א מעשה אומן לתקנו... משא"כ נמשל פוסלע ציצית וכן אויב ס'איז נאר דא איין פאדעם שעטנז זענען די אחרונים מתיר
יצחק אייזיק האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
די תניא איז מסביר שעטנז ווייל אזוי ווי עס איז אסור אינדערוואכן הייסט עס נישט קיין כלי
און דעיס איז נישט שייך דא
די זעלבע תניא, די זעלבע סימן, סעיף ט':
וּבִכְלַל מֻקְצֶה זֶה הוּא, כָּל מַאֲכָלוֹת הָאֲסוּרוֹת בַּהֲנָאָה, שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לְהַאֲכִילָן אֲפִלּוּ לַכְּלָבִים, וַאֲפִלּוּ אֵין אִסּוּרָן אֶלָּא מִדִּבְרֵי סוֹפְרִים, כְּגוֹן סְתָם יֵינָם, וְכַיּוֹצֵא בוֹ, וַאֲפִלּוּ אֵין אִסּוּרָן אֶלָּא בּוֹ בַיּוֹם בִּלְבָד, כְּגוֹן טֶבֶל, שֶׁיָּכוֹל לְתַקְּנוֹ בְּמוֹצָאֵי שַׁבָּת וּלְאָכְלוֹ, אֶלָּא שֶׁבְּשַׁבָּת אָסוּר לְתַקְּנוֹ מִדִּבְרֵי סוֹפְרִים, כְּמוֹ שֶׁיִּתְבָּאֵר בְּסִמָּן של"ט, וְכֵן כָּל כַּיּוֹצֵא בָזֶה – הוּא מֻקְצֶה מֵחֲמַת גּוּפוֹ, וְאָסוּר לְטַלְטְלוֹ אֲפִלּוּ לְצֹרֶךְ גּוּפוֹ וּמְקוֹמוֹ.
לויט דיר איז עס א שטיקל סתירה מיט שעטנז, ניין? לויט מיין פשט שטימען ביידע זייער פיין...
מה ענין עסן וואס קען נישט זיין קיין "כלי' שמלכתו לאסור און אויב קען מען עס נישט עסן ציליב סיי וואס פארא הלכה איז עס מוקצה מחמת גופו צו שעטנז אדער ספרים...
אדם א מענטש האט געשריבן:
אויב ס'איז א חומש קען מען קוקן ביי סוף יעדע סדרא וויפיל פסוקים ס'האט
אויב ס'איז א גמרא קען מען אפציילן די בלעטער
אויב ס'איז א ספר קען מען קוקן די לע"נ בלעטער סוף פון די ספר, וואס איז דיין שאלה?
אם משום הא ווערט עס נישט קיין מלאכתו להיתר נאר מ'גייט נאך וואס ס'איז געמאכט פאר אפי' לשועה"ר (למשנ''ב גייט מען נאך רוב תשמשו)
[
די נקודה האט געשריבן:
כפארשטיי נישט די גאנצע פלפול דא
מיר קומט פאר די גאנצע זאך דא ווי אזא ליטווישע אדער בריסקע טענה’רייען

אז דער עולם גלייכט די סארט סברות לאמיר אריינווארפן דא נאך אפאר שאלות לאמיר זען

מעג מען ליינען געווענליך פרייטאג צו נאכטס אינעם ספר תורה ביהש"מ? (*א געווענליכע וואך נישט עשרה בטבת שחל בערש"ק...)
אויב מ’טאר עס סתם אזוי נישט ארויסנעמען וויאזוי נעמט עס ארוס שבת צופרי עס ווערט דאך לשיטת המחמירים בניטל מוקצה?

וואס טוט זיך מיטן טשולענט? אז דער מענטש איז זיך מתנזר דערפון פרייטאג צו נאכטס ביהש’מ ...
ובכלל אלע מאכלים וואס ער איז זיך מתנזר דייקא עס נישט צו עסן ביינאכט ווערט עס עפעס שוין ווי גרוגרות וצמוקין?

ניטל אז מ'לערנט נישט ביינאכט אבער בייטאג יא וואס מאכט מען אפילו א שאלה כאילו ס'איז עפעס א הלכה'דיגע פולמוק

בקיצור יעדער פארשטייט אין כאן שאלה ואינו צריך תשובה אבל פלפול וסברא לקדחו במטרה אינו מן הישרה
סארא צוגלייך א זאך וואס איז דא א איסור הייסט דחו בידיים משא"כ דאנע מאסעס...
די נקודה האט געשריבן:
ואידך, ספרים איז ראוי ניטל פאר ווער ס׳האלט דעם אנדערן ניטל
וראוי לא ראוי לא למדינן
מקצה ווענט זיך און די בעלים אדער די וואס באניצען זיך געווענטליך מיט די חפץ כממבואר בסי' שח
די נקודה האט געשריבן:
ועוד הלא נקטינן לאיסור לטלטל הספר תורה שלא בשעת הקריאה…
ווער נעמט אן? אדרבה א ספר תורה איז און די כלל פון כתבי קודש וואס איז אפי' גרינגער ווי מלאכתו להיתר.. (אם לא אז די רעדטס א ס"ת וואס האט גלעקלעך)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

רעים האט געשריבן:
צוויי בלעטער וועגען א ספר ניטל... כ'בין נישט קיין פוסק ווייס איך נישט... נאר אזוי כ'האב לעצטענס געלערענט ש"ח האב איך אביסל הערות אויף די תגובות... אמסארי פאר אלע ציטירטע...

גערעכט (נמשל יו"כ וועט שיך נישט ווערען מוקצה מחמת גופו...)... שעטנז איז עניוועי נישט קיין צוגלייך ווייל ס'דארף א מעשה אומן לתקנו... משא"כ נמשל פוסלע ציצית וכן אויב ס'איז נאר דא איין פאדעם שעטנז זענען די אחרונים מתיר
שיך יום כיפור ווערט טאקע נישט מוקצה אבער נישט ווייל ס'איז מותר בחול נאר ווייל ס'איז ראוי פאר א חולה אדער במקום וואו ס'איז מותר צו טראגן. אזוי זאגן אלע פוסקים
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אמרי חי
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:50 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמרי חי »

ארגז הספרים שאדם משתמש בהם משך כל ימות השנה ומכר החמץ שבהם לנכרי ובודאי התנזר מהספרים בביהמ״ש ויש כאן מיגו על משך כל ימי החג ואח״כ נמלך ורוצה לעיין באיזה ספר נחוץ (ונניח שכשנמכר לנכרי נשאר לו רשות לעיין בו) יש לחוש שנקטינן שהוא מוקצה משום מיגו?
אוועטאר
אברהם העיברי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם העיברי »

להודות האט געשריבן:
loyodea האט געשריבן:
די לעצטע פילטער post carbon וואס קומט פונ'ם טאנק דארף צו זיין block
פון די ערשטע 3 פילטערס קען אויך זיין די זעלבע פראבלעם, אויב מ'האט די קליינע שטיינער קארבאן, איז אויך דא צו באקומען אנדערע מין
ייש"כ.
וואס מיינט בלאק?
קען איינער שרייבן מער קלאר און פונקטליך די נעמען פון וואס איז גוט און וואס נישט.
מ'רעדט פון פילטערס אונטער די סינק?
קויף דעיס. זייער גרינג צי טוישן.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

loyodea האט געשריבן:
באראטונג האט געשריבן:
די לעצטע פילטער post carbon וואס קומט פונ'ם טאנק דארף צו זיין block
פון די ערשטע 3 פילטערס קען אויך זיין די זעלבע פראבלעם, אויב מ'האט די קליינע שטיינער קארבאן, איז אויך דא צו באקומען אנדערע מין
פסק'ן נישט פון מיין תגובה, אבער לויט ווי איך האב געהערט פון מיין חבר וואס איז געווען ביי די אסיפה ביים דיין, האט ער געזאגט אז נאר די פיפטע פילטער דארף מען טוישן און נישט די אנדערע 4.

א שיעור אין די נושא איז געווען די וואך אין מבצר הכוללים אין קרית יואל דורך הרה"ג ר' יעקב יצחק גארדאן, מען קען עס הערן אויף קול יושבי אוהל 7183030110 דערנאך 1-2-2 #283
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
אברהם העיברי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם העיברי »

טראק דרייווער האט געשריבן:
loyodea האט געשריבן:
באראטונג האט געשריבן:
די לעצטע פילטער post carbon וואס קומט פונ'ם טאנק דארף צו זיין block
פון די ערשטע 3 פילטערס קען אויך זיין די זעלבע פראבלעם, אויב מ'האט די קליינע שטיינער קארבאן, איז אויך דא צו באקומען אנדערע מין
פסק'ן נישט פון מיין תגובה, אבער לויט ווי איך האב געהערט פון מיין חבר וואס איז געווען ביי די אסיפה ביים דיין, האט ער געזאגט אז נאר די פיפטע פילטער דארף מען טוישן און נישט די אנדערע 4.

א שיעור אין די נושא איז געווען די וואך אין מבצר הכוללים אין קרית יואל דורך הרה"ג ר' יעקב יצחק גארדאן, מען קען עס הערן אויף קול יושבי אוהל 7183030110 דערנאך 1-2-2 #283
פשוט אז נישט. סאיז נישט קיין פסיק רישיה [סאיז בעפאר דעם טאנק].
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

אברהם העיברי האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
loyodea האט געשריבן:
באראטונג האט געשריבן:
די לעצטע פילטער post carbon וואס קומט פונ'ם טאנק דארף צו זיין block
פון די ערשטע 3 פילטערס קען אויך זיין די זעלבע פראבלעם, אויב מ'האט די קליינע שטיינער קארבאן, איז אויך דא צו באקומען אנדערע מין
פסק'ן נישט פון מיין תגובה, אבער לויט ווי איך האב געהערט פון מיין חבר וואס איז געווען ביי די אסיפה ביים דיין, האט ער געזאגט אז נאר די פיפטע פילטער דארף מען טוישן און נישט די אנדערע 4.

א שיעור אין די נושא איז געווען די וואך אין מבצר הכוללים אין קרית יואל דורך הרה"ג ר' יעקב יצחק גארדאן, מען קען עס הערן אויף קול יושבי אוהל 7183030110 דערנאך 1-2-2 #283
פשוט אז נישט. סאיז נישט קיין פסיק רישיה [סאיז בעפאר דעם טאנק].
עס הייסט נישט קיין ספק פסיק רישיה?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

יעדער האט געשריבן:
אברהם העיברי האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
loyodea האט געשריבן:
באראטונג האט געשריבן:
די לעצטע פילטער post carbon וואס קומט פונ'ם טאנק דארף צו זיין block
פון די ערשטע 3 פילטערס קען אויך זיין די זעלבע פראבלעם, אויב מ'האט די קליינע שטיינער קארבאן, איז אויך דא צו באקומען אנדערע מין
פסק'ן נישט פון מיין תגובה, אבער לויט ווי איך האב געהערט פון מיין חבר וואס איז געווען ביי די אסיפה ביים דיין, האט ער געזאגט אז נאר די פיפטע פילטער דארף מען טוישן און נישט די אנדערע 4.

א שיעור אין די נושא איז געווען די וואך אין מבצר הכוללים אין קרית יואל דורך הרה"ג ר' יעקב יצחק גארדאן, מען קען עס הערן אויף קול יושבי אוהל 7183030110 דערנאך 1-2-2 #283
פשוט אז נישט. סאיז נישט קיין פסיק רישיה [סאיז בעפאר דעם טאנק].
עס הייסט נישט קיין ספק פסיק רישיה?
פארוואס איז נישט קיין פראבלעם
יעדעס מאל דו נוצט וואסער פון טאנק, קומט אריין נייע וואסער צו די ערשטע פילטערס.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”