די לעצטע איז ר' יעקב יוסף טייטלבוים פון וויליאמסבורגAmazing האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 29, 2023 6:16 pm@גרינוויל תושב וואלט געווען אינטערסאנט אויב קענסטו אויסרעכענען נעמען וואס מען זעהט אויף די בילדער איך דערקען בן קרעטשניף סיגוט איך מיין מען זעהט אויף הרה''צ ר' יצחק פריעדמאן אזוי זייטיג בין איך גערעכט? און ווער איז די איד אויף דילעצטע בילד איינגעבויגן מיט א רענצל?
נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- גרינוויל תושב
- שר האלפיים
- תגובות: 2439
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
- לאקאציע: מאנטשעסטער
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
- פרישער בחור
- שר האלף
- תגובות: 1542
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
- לאקאציע: ביי די ספרים שאנק וואס איך דארף פסחדיג מאכן....
Re: אומאן ראש השנה תשפ"ד!
https://www.planitrite.com/group-trips/uman-2023גרינוויל תושב האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 17, 2023 6:54 pmקרעדיט: ברסלב סענטער
https://breslevcenter.com/
ערשטע פלענער פון פלען איט רייט פאר אומאן ראש השנה תשפ"ד פארעפענטליכט!
די שטארק ערווארטעטע נייעס איבער די בעפארשטייענדע אומאן ראש השנה פלענער זענען נארוואס ארויסגעקומען דורך וואויל באקאנטע "פלען איט רייט" טרעוועל אגענטור.
צוליב דעם וואס די מלחמה צושטאנד אין אוקראינע האלט נאך אלץ אן און די עירפארטס זענען נאך אלץ פארמאכט, האט פלען איט רייט איבער געפרישט די פלענער פון פאר א יאר, וואס וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף נעמען אנשי שלומינו אויף א געשמאקע רייזע קיין אומאן, אויף די בעסטע וועג וואס מעגליך.
איינע פון די פארבעסערונג פון פאריאר, וועלן זיין אז מען וועט בעז"ה פארן מיט "טשארטער" פליגערס קיין פוילן, וואס וועט זיכער שטארק לייכטער מאכן דעם שווערן רייזע, אז מען וועט נישט דארפן קומען במשך אסאך שעות פון פילע עירפארטס און באזונדער זיך דארפן צוזאם טרעפן, אזוי אויך וועט נישט זיין קיין סטאפס, נאר אלע וועלן אינאיינעם פארן אין א טשארטער פליגער מיט בלויז ערליכע אידן, מיט מענער סטוערדס, מיט היימשיע געשמאקע כשר'ע מאלצייטן צוגשעטעלט פאר אלעמען, אזוי ווי נאר "פלען איט רייט" קען.
די טשארטער פליגער (אדער פליגערס - זעט שפעטער) וועט פארן דירעקט פון EWR נוארק עירפארט, קיין RZE אין ריישא פוילן, ווי א גרויסע פלאטע פון באסעס וועלן אלעמען אפווארטן, און צופירן קיין ליזענסק ווי מען וועט מאכן א קורצע אפשטעל פאר א ווארימע מקוה, און א געשמאקע מאלצייט, פון וואו מען וועט נאך א קורצע צייט תיכף צופארן קיין פשעמישל צום 10 שעה'דיגע באן רייזע קיין אומאן.
לויט ווי עס הייסט יעצט וועט זיין צוגעשטעלט צוויי באזונדערע טשארטערס, דער ערשטער וועט אי"ה ארויספארן פון נוארק אום מאנטאג פאר ראש השנה און דער צווייטער וועט אי"ה פארן קומענדיגן טאג - דינסטאג, וואס דער פלייט איז מער געאייגענט פאר די וואס ווילן פארן שפעטער, ביידע וועלן בעז"ה אנקומען קיין אומאן גענוג פרי פאר ראש השנה וואס פאלט אויס דאס יאר שבת און זונטאג, אבער פארשטייט זיך אז דער מאנטאג פלייט וועט בעז"ה אנקומען מיטוואך, וואס וועט געבן א געלעגעהייט פאר די רייזענדע זיך נאך אביסל אפצורוען פאר יום טוב נאך דעם לאנגן אויסמאטערענדן רייזע.
וויבאלד היי יאר וועט מען בעז"ה פארן מיט טשארטער פלייטס, קען מען אויסשטעלן די צייטן פון ארויספליען לויטן געברויך פון אנשי שלומינו, וואס כאטש געווענליך פארן נישט ארויס קיין פליגערס פון ריישא אריבער דעם אטלאנטיק אין די נאכט שעות, וועט אבער דער טשארטער מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף יא קענען ארויספארן צוריק קיין ניו יארק צום גדלי' ביינאכט נאכדעם וואס מען קומט אן קיין פוילן מיטן באן, און אזוי וועט מען בעז"ה נאך קענען זיין צוריק אינדערהיים צום גדלי' ביינאכט.
ווען מיר שרייבן איבער די גרויסע פלענער טארן מיר אבער נישט פארגעסן, אז גארנישט קען מען נישט באקומען אן דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן, בפרט ווען מען רעדט איבער אזא גרויסע זאך פון קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, אויף וואס דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן" פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם, צו שטעלן שטיינער אויף יעדן טריט, דארפן אנשי שלומינו געדענקען כסדר צו בעטן דעם אויבערשטן סיי אז די פלענער פון פלען איט רייט זאלן זיך אויסארבעטן בכלליות על צד היותר טוב, און סיי אז יעדער איינער באזונדער זאל קענען איבערקומען אלע פערזענליכע שוועריקייטן וואס שטייען אין וועג.
אויסער דעם האט פלען איט רייט נאך פילע אפציעס פון פילע פלייטס יעדער איינער לויט זיין געשמאק און בודשעט, אזוי אויך קען מען באשטעלן נאר די באן, אדער נאר די טשארטער, אזוי אויך קען מען באשטעלן טיקעט צו פליען מיט אנדערע עירליינס צו אנדערע עירפארטס אין די לענדער ארום אוקראינע, ווי פוילן, רומעניע, אונגארן, מאלדאווע און אזוי ווייטער.
פאר אלע טיקעטס קען מען רופן "פלען איט רייט" וואס איז גרייט צו סערווירן יעדעם בעז"ה מיט אלע אומאן ראש השנה רייזע געברויכן, איר קענט זיי רופן אויף 845-678-3555.
מיר ווילן קלארשטעלן אז די פלענער זענען נאך ממש די ערשטע ווערסיע, און זענען שטארק אומשטאנד זיך נאך טוישן, סיי וויבאלד מען האלט נאך יעצט עטליכע חדשים בעפאר ראש השנה, און סיי צוליב וואס זאכן אין אוקראינע קענען זיך נאך טוישן.
עס איז טאקע כדאי אז אנשי שלומינו זאל אויך בעטן און דאווענען אז די זינלאזע מלחמה אין אוקראינע זאל זיך שוין ענדיגן, און מען זאל קענען צופליען דירעקט קיין אוקראינע צו יעדעמ'ס צופרידנהייט.
מיר האפן אייך צו האלטן אינפארמירט דא אויף ברסלב סענטער מיט אלע טוישונגען - אויב עס וועט זיין, און איר קענט בעז"ה ערווארטן דא אין די קומענדיגע חדשים ביז ראש השנה נאך פילע אויסשליסליכע באריכטן און אפדעיטס איבער אומאן ראש השנה דא אויף ברסלב סענטער וועבסייטס.
מי יתן לי אבר כיונה אעיפה ציון הקדוש אומנה!
ראש השנה תשפ"ג איז אין 120 טעג ארום!
הילף! איינער וויל מיך ביטע העלפן? viewtopic.php?t=68506 ישר כח פון פאראויס.
אויב לערנט איר דעם דף טעגליך, קליקט דא, איר וועט הנאה האבן
viewtopic.php?t=66242
אויב לערנט איר דעם דף טעגליך, קליקט דא, איר וועט הנאה האבן
viewtopic.php?t=66242
-
- שר האלף
- תגובות: 1928
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am
- גרינוויל תושב
- שר האלפיים
- תגובות: 2439
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
- לאקאציע: מאנטשעסטער
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
https://uz.gov.ua/en/passengers/timetable/
- יענץ פויגל
- שר האלפיים
- תגובות: 2451
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
נאכנישט געזעהן באריכטעט דא
די פראווינץ וואס נעמט אריין אומאן האט גרינגער געמאכט די באנאכט קירפיו אנשטאט פון 11 ביז 5 איז עס יעצט פון 12 ביז 4
דעיס וועט זיין גאר א גרויסע דערלייכטערונג פאר ברסלב'ער חסידים וואס קומען יערליך צו גרויסער קיבוץ אין אומאן אויף ראש השנה
די פראווינץ וואס נעמט אריין אומאן האט גרינגער געמאכט די באנאכט קירפיו אנשטאט פון 11 ביז 5 איז עס יעצט פון 12 ביז 4
דעיס וועט זיין גאר א גרויסע דערלייכטערונג פאר ברסלב'ער חסידים וואס קומען יערליך צו גרויסער קיבוץ אין אומאן אויף ראש השנה
- פרישער בחור
- שר האלף
- תגובות: 1542
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
- לאקאציע: ביי די ספרים שאנק וואס איך דארף פסחדיג מאכן....
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
קרעדיט https://breslevcenter.com/
אנשי שלומינו נעמען אויף מיט פרייד די בשורה טובה פון טשערקאסי אבלעסט (אין וואו אומאן געפונט זיך) אז די קורפיו וואס איז איינגעשטעלט געווארן זינט דער אנהייב פון די מלחמה אין דעם "אבלעסט" (עפעס ווי א סטעיט אדער קאונטי אין אמעריקע) איז שטארק דערלייכטערט געווארן. דאס איז גאר גוטע נייעס פאר די צענדליגע טויזנטער ברסלבע חסידים וואס טראץ די שוועריקייטן, טירחה און גרעסערע געלט הוצאות גרייטן זיי זיך מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה תשפ"ד.
ביז יעצט איז דער קופריו אנגעגאנגען יעדע נאכט פון 11 ביז 5, און אין די שעה'ן האט קיינער זיך נישט געמעגט געפונען אויפן גאס, וואס האט שטארק באגרעניצט די באוועגונגען פון אנשי שלומינו אין אומאן. אבער יעצט - ברוך השם - האט מען דאס געטוישט, און דער קורפיו וועט אנגיין יעדע נאכט פאר בלויז 4 שעה אנגעהויבן פון 12 חצות הלילה און געענדיגט 4 פארטאגס, א זאך וואס וועט זיכער פארגרינגערן פאר אנשי שלומינו וואס ווילן קומען צום הייליגן רבינ'ס ציון.
פילע פון אנשי שלומינו האבן שוין געבוקט טיקעטס און קוקן איבער די פאספארטן, טייל האבן גענומען די טשארטער פלייטס מיטן באן, אנדערע נעמען אנדערע פליגערס צו די פארשידענע עירפארטס אין די לענדער ארום אוקריינא ווי פוילן, רומעניע, אונגארן, און מאלדאווע. אבער נישט קיין חילוק וואס פארא וועג מען נעמט פארגעסט מען נישט אז דער עיקר איז תפלה.
ווי מיר אלע ווייסן מוז מען צוקומען צום אייבערשטן ביי יעדע זאך אין לעבן, בפרט ווען עס קומט צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה אויף וואס דער רבי האט געזאגט "קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן" פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם מיט אלע כחות צו שטערן און אפרעדן אידישע קינדער פון קומען צום הייליגן רבין, ביי יעדעם שיקט ער אנדערע שטארקע סיבות, דער פלאגט זיך מיט געלט, איינער קען נישט איבערלאזן דעם זשאב, אנדערע האבן שוועריקייטן מיט משפחה. דארף מען געדענקען אז תפלה איז שטארקער פון אלעם, און מען דארף בלויז בעטן און בעטן, ביז דער אויבערשטער העלפט.
ווען א מענטש ווייסט אז ער דארף פארן צו א דאקטער פאר זיין לעבן, וועט ער קוקן אויף געלט? וועט ער טראכטן פון זיין דזשאב? וועט אים איינער קענען אפרעדן? מיר דארפן צוקומען צום גרויסן דאקטאר דער הייליגער רבי וואס היילט אונז ברוחניות ובגשמיות; וואס איז שייך מניעות? וואס טוט נישט א מענטש פאר זיין לעבן? דא קומט מען צום הייליגן רבין וואס מאכט אונז טראכטן פון אייבערשטן, געבט אונז אריין א טעם אין אידישקייט, און געבט אונז נאך אומצאלגע מתנות פאר לעבן. דערפאר לאזן נישט אנשי שלומינו אפ דעם אויבערשטן און בעטן זיך ברחמים ובתחנונים זוכה צו זיין צו קומען צום רבין אויף ראש השנה.
מיר האפן אייך צו האלטן ווייטער אינפארמירט מיט אלע דעטאלן בנוגע אומאן ראש השנה מיטן אייבערשטנ'ס הילף.

היינט איז 100 טעג צו ראש השנה תשפ"ד!
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
סאיז דא א ספעציעלע עפפ אין די עפפ סטאר ukranian trailwaysגרינוויל תושב האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 04, 2023 4:38 pmhttps://uz.gov.ua/en/passengers/timetable/
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
This site can’t be reachedגרינוויל תושב האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 04, 2023 4:38 pmhttps://uz.gov.ua/en/passengers/timetable/
- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7216
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
- פרישוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1876
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
Update?
- גרינוויל תושב
- שר האלפיים
- תגובות: 2439
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
- לאקאציע: מאנטשעסטער
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
viewtopic.php?p=4373542#p4373542פרישוואסער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 4:08 pmUpdate?
- גרינוויל תושב
- שר האלפיים
- תגובות: 2439
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
- לאקאציע: מאנטשעסטער
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
ס'קען זיין אז די עירפארט אין לעמבערג וועט צוריק אנפאנגען פלי רייזעס
https://www.breslevnews.net/%d7%aa%d7%a ... %95%d7%91/
(זייט מיר מוחל, כ'האב נישט געהאט געדולד איבערצוטיישטן די גאנצע באריכט צו אידיש)
https://www.breslevnews.net/%d7%aa%d7%a ... %95%d7%91/
(זייט מיר מוחל, כ'האב נישט געהאט געדולד איבערצוטיישטן די גאנצע באריכט צו אידיש)
98 טעג צו ראש השנה תשפ"ד!
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 21100
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
די גאווערנאר פון לעמבערג האט ארויסגעשטעלט א ביטע צו קענען עפענען די עירפארט צו זיין א קארידאר פאר וויכטיגע סופליי, נישט פאר אינטערנאציאנאלע פלי רייזעס.גרינוויל תושב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 5:53 pmס'קען זיין אז די עירפארט אין לעמבערג וועט צוריק אנפאנגען פלי רייזעס
https://www.breslevnews.net/%d7%aa%d7%a ... %95%d7%91/
(זייט מיר מוחל, כ'האב נישט געהאט געדולד איבערצוטיישטן די גאנצע באריכט צו אידיש)
98 טעג צו ראש השנה תשפ"ד!
- גרינוויל תושב
- שר האלפיים
- תגובות: 2439
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
- לאקאציע: מאנטשעסטער
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
גערעכט, דאס שטייט אין די לינק וואס כ'האב געברענגטנארמאליזעם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 5:59 pmדי גאווערנאר פון לעמבערג האט ארויסגעשטעלט א ביטע צו קענען עפענען די עירפארט צו זיין א קארידאר פאר וויכטיגע סופליי, נישט פאר אינטערנאציאנאלע פלי רייזעס.גרינוויל תושב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 5:53 pmס'קען זיין אז די עירפארט אין לעמבערג וועט צוריק אנפאנגען פלי רייזעס
https://www.breslevnews.net/%d7%aa%d7%a ... %95%d7%91/
(זייט מיר מוחל, כ'האב נישט געהאט געדולד איבערצוטיישטן די גאנצע באריכט צו אידיש)
98 טעג צו ראש השנה תשפ"ד!
- קרעמניצער חסיד
- שר האלפיים
- תגובות: 2132
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm
- לאקאציע: שכונת זרע קודש
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
דאכט זיך 100 טעגגרינוויל תושב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 5:53 pmס'קען זיין אז די עירפארט אין לעמבערג וועט צוריק אנפאנגען פלי רייזעס
https://www.breslevnews.net/%d7%aa%d7%a ... %95%d7%91/
(זייט מיר מוחל, כ'האב נישט געהאט געדולד איבערצוטיישטן די גאנצע באריכט צו אידיש)
98 טעג צו ראש השנה תשפ"ד!
12+29+30+29
אנהייב יאר קען מען זיך בעסער אוועקשטעלן! (שפת אמת)
טיף ווארט: עס קומט א צייט אין לעבן וואס מען אנערקענט, אז ”ענוה” איז נישט קיין מידה, נאר א מציאות!(לעצט פארראכטן (דורך מיר) ה’ תשרי תשפ”ד)
- גרינוויל תושב
- שר האלפיים
- תגובות: 2439
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
- לאקאציע: מאנטשעסטער
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
מער פונקטליכערקרעמניצער חסיד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 6:01 pmדאכט זיך 100 טעגגרינוויל תושב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 5:53 pmס'קען זיין אז די עירפארט אין לעמבערג וועט צוריק אנפאנגען פלי רייזעס
https://www.breslevnews.net/%d7%aa%d7%a ... %95%d7%91/
(זייט מיר מוחל, כ'האב נישט געהאט געדולד איבערצוטיישטן די גאנצע באריכט צו אידיש)
98 טעג צו ראש השנה תשפ"ד!
12+29+30+29
98 טעג, 18 שעות, 47 מינוט
לויט ווען די זמן הדלקות הנירות איז אין אומאן.
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
זעהט אויס זיי האבן א פראבלעם מיט זייער סייט: https://downforeveryoneorjustme.com/uz. ... ttps&www=1פאטאש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:24 pmThis site can’t be reachedגרינוויל תושב האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 04, 2023 4:38 pmhttps://uz.gov.ua/en/passengers/timetable/
Clever code does not necessarily create clever Software
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
מ'קען עס נאר עפענען און אוקריינא אדער מיט אוקריינא סים קארד אויך דא.. ס'איז דווקא אזוי אוועקגעשטעלטnodeJS האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 7:28 pm
זעהט אויס זיי האבן א פראבלעם מיט זייער סייט:
Screenshot 2023-06-08 192643.png
https://downforeveryoneorjustme.com/uz. ... ttps&www=1
- גרינוויל תושב
- שר האלפיים
- תגובות: 2439
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
- לאקאציע: מאנטשעסטער
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
אינטערסאנט וואס איר זאגט, ווייל איך בין אין ענגלאנד און איך קען געהעריג עפענען דעי סייטיהק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 8:54 pmמ'קען עס נאר עפענען און אוקריינא אדער מיט אוקריינא סים קארד אויך דא.. ס'איז דווקא אזוי אוועקגעשטעלטnodeJS האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 7:28 pm
זעהט אויס זיי האבן א פראבלעם מיט זייער סייט:
Screenshot 2023-06-08 192643.png
https://downforeveryoneorjustme.com/uz. ... ttps&www=1
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
האסט לכאורה די עפפ אראפ גענומען פאר יאר. עכפ אזוי איז עס און אמעריקע. מ'קען דא אויך יעצט אראפ נעמען די עפפ אבער זיי שיקן א קוד נאר צו אוקריינא טעלגרינוויל תושב האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 3:48 am
אינטערסאנט וואס איר זאגט, ווייל איך בין אין ענגלאנד און איך קען געהעריג עפענען דעי סייט
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
זייער וועבסייט איז געווענליך געהעריג אפן. מענטשן קויפן כסדר פון איבעראל, זעהט אויס ווי א צייטווייליגע פראבלעם. וועגן די עפפ ווייס איך נישט.
Clever code does not necessarily create clever Software
-
- שר חמישים
- תגובות: 67
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2023 4:51 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
מען קען שוין באשטעלן יעצט אויפן סייט טיקעטס פאר די באן פאר ראש השנה?
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
ניין נאר 60 טעג פריערbrachashalom האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 2:25 pmמען קען שוין באשטעלן יעצט אויפן סייט טיקעטס פאר די באן פאר ראש השנה?
- יענץ פויגל
- שר האלפיים
- תגובות: 2451
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
די טרעוועל אגענטור "דרך צדיקים" (נאר פאר בני א"י) האט שוין ארויסגעלייגט די טיקעטס קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ד הבעל"ט
https://www.zadikimtours.com/%D7%98%D7% ... 7%A0%D7%94
https://www.zadikimtours.com/%D7%98%D7% ... 7%A0%D7%94