רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6753
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
ממש אומפארשעמט.
@שלמה יעצט דארפסטו זיין פריילאך, ברוגז נישט אזוי.

אגב וואו מיר שטייען היינט קוקט אויס וואו די דעם דזשערימענדער אין קאנעטיקוט, ניו דזשערסי, אילינויס, קאליפארניע, ניו יארק, ניו מעקסיקא נעוואדע האט זיי געברענגט צו די אומגלויבליכע 215 זיצן כאטש זיי דערלייגן די פאפולער וואוטס מיט איביר 4%.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די דעמאקראטן קלערן דאס טיילווייז צו קאנטערן אין מינעסאטע ווי זיי האבן באקומען א טרייפעקטע, און ארעגאן ווי מען האט געשטימט אין א רעפערענדום פאר נייע געזעצן בנוגע אנטלויפן צו צוברעכן א קווארום.

ביידע אינאיינעם איז 3 זיצן בערך.

האלט מען ר' פלאס פיר נעט. (אדער 2-3, ווענדט זיך ווי ווייט די רעפאבליקאנער גייען אין די צוויי אויבערדערמאנטע.)


נאכדעם איז דא פלארידע, וואס עס איז נישט 100% זיכער אז דער געריכט וועט נישט ארויסווארפן דעם דעסאנטיס דזשערימענדער, די זאך איז נאר, אז מיט די דינסטאג רעזולטאטן, האט עס למעשה מעגליך געהאלפן די דעמאקראטן...


נאכדעם איז דא די זאך מיט די אינדעפענדענט סטעיט לעגיסלאטור טעאריע, וואס אויב געווינען די רעפאבליקאנער אויף דעם, גייען די דעמאקראטן ווארשיינליך דזשערימענדערן וואשינגטאן מישיגן ניו יארק און קאליפארניע, וואס קען אינאיינעם זיין ים'ן זיצן. (2 אין וואשינגטאן 2 אין מישיגן 8 אין ניו יארק און 10~ אין קאליפארניע.) די זאך איז נאר, אז יעצט אז די רעפאבליקאנער האבן שוין עניוועי דעם סופרים קאורט אין נארט קאראליינע און אהייא, אפשר גייען זיי דראפן די קלאגע?

-------

די דעמאקראטן גייען פארלירן די פאפולערע שטימען מיט ארום 3%, האלב פון דעם צוליב אנקאנטעסטעד זיצן, וואס קאונט נישט.

די איבריגע איז ניו יארק און פלארידע, ווי עס האט טאקע געקאסט פאר די דעמאקראטן 5 זיצן אין ניו יארק, און געמאכט דעם דעסאנטיס דזשערימענדער מער ווייניגער אומרעלעוואנט דעם סייקל.


קאליפארניע איז נישט קיין דזשערימענדער, און קיינער ווייסט נישט וויפיל זיצן עס וועט זיך דארט ענדיגן עניוועי. און איך בין מבטיח אז קיין איין רעפאבליקאנער וויל נישט זעהן ווי אזוי א עכטע דזשערימענדער דארט קוקט אויס, אין פאל דער סופרים קאורט ווארפט ארויס אלע רעדיסטריקטינג קאמיטעען.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6753
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

אין מינעסאטא קען מען טוישן די מאפע ווען מען וויל? (און אפי' יא איז דאס איין זיץ), און ארעגאן ווייס איך נישט פון וואס דו רעדסט, אבער איך פארלאז מיר אויף דיר אז דו ווייסט וואס דו רעדסט (אבער צוויי זיצן הערט זיך עקסטרעם).

-------

די סקאטוס איז פארשטייט זיך אומרעלעוואנט אפי' צו חלום'ן דערפון.

------

פלארידע געהאלפן דעמאקראטן, אויב דו מיינסט ווייל דו האלסט אז בעצם גייט פלארידע צוריקבעקן מיט 10% לינקס, קען מען דאס דעבאטירן אין אן אנדערע אשכול.

-------

וואסערמאן רעדט פון 4%, אנקאנטעסטעד זיצן מיין איך אז מען רעדט נישט פון קיין סאך מער (אין קאליפארניע זענען דא אסאך זיצן מיט 2 רעפס, אין פלארידע איז דא א רויטע זיץ וואס איז נישט געווען אויפן בעלעט).
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13509
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

דעמאקראטן האבן נישט דערלייגט די פאפולער וואוט מיט איבער 4%. וואסערמאן און די אנדערע, ווי געווענליך, ווייסן נישט וואס זיי רעדן. עס זענען נאך דא שווערע מיליאנען אומגעציילטע שטימען אויפן מערב ברעג, ספעציעל אין קאליפארניע און רעשטלעך פארבליבענע שטימען איבערן גאנצן לאנד.

אקעי, איך בין מגזם איבער די ציפערן-מייסטערס. אבער זיי פראבירן פשוט צו מינימיזירן און פארווישן א פארשטענדליכע טעות זייערע, באזירט אויפן חשבון אז די פונדאמענטלס זענען זייער גונסטיג פאר רעפובליקאנער אין די 2022 מידטוירמס. (נעיט כהנ'ס דילאקס מאדעל, צום ביישפיל, האט געהאט רעפ 4+).

און פארשטייט זיך אז דאס נעמט נישט אריין אין חשבון די פערצן רעפובליקאנער אינקאמבענטס וואס זענען געלאפן אנע קעגנערס די יאר, צו בלויז דריי דעמאקראטן וואס זענען געלאפן אנאפאוזד.

(א גרויסע טיפשות פארוואס אין וויסקאנסין, למשל, זענען ווייניגסטנס צוויי רעפובליקאנער געלאפן אן א קעגנער, ווען די גאווערנאר און סענאט פארמעסטן זענען געווען אזוי שמאל.)

עניוועי, די אומפארשעמטקייט איז מער איבער פארטיי מענטשן וואס האבן געגאסן פעך און שוועבל אויף ניו יארקער דעמס און די ניו יארק סופרים קארט און די ניו יארק דעמס איגנארירן די ניו יארק סופרים קארט, וועלכע האבן געלאכט דעמאלט איבער נארט קאראליינע, פלארידע, וויסקאנסין און דרום סטעיטס, און לאכן יעצט נאך העכער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מינעסאטע איז יעצט 4-4, די געאגראפיע איז איבער גענוג פאולערייזד עס צו מאכן 6-2.

ארעגאן גייט כנראה ענדיגן מיט צוויי רעפאבליקאנער, ווען איינס איז איבער גענוג לויט די ארטיגע מאפע און וואויט.


אין פלארידע, ווען דעסאנטיס פעקד ווען נישט די דעמאקראטן אזוי שטארק, יתכן אז זיי וואלטן דערלייגט נאך צוויי דריי זיצן, צווישן טעמפע בעי, ארלאנדא מעטרא, און דרום מזרח פלארידע.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13509
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
דעמאקראטן האבן נישט דערלייגט די פאפולער וואוט מיט איבער 4%. וואסערמאן און די אנדערע, ווי געווענליך, ווייסן נישט וואס זיי רעדן. עס זענען נאך דא שווערע מיליאנען אומגעציילטע שטימען אויפן מערב ברעג, ספעציעל אין קאליפארניע און רעשטלעך פארבליבענע שטימען איבערן גאנצן לאנד.

אקעי, איך בין מגזם איבער די ציפערן-מייסטערס. אבער זיי פראבירן פשוט צו מינימיזירן און פארווישן א פארשטענדליכע טעות זייערע, באזירט אויפן חשבון אז די פונדאמענטלס זענען זייער גונסטיג פאר רעפובליקאנער אין די 2022 מידטוירמס. (נעיט כהנ'ס דילאקס מאדעל, צום ביישפיל, האט געהאט רעפ 4+).

און פארשטייט זיך אז דאס נעמט נישט אריין אין חשבון די פערצן רעפובליקאנער אינקאמבענטס וואס זענען געלאפן אנע קעגנערס די יאר, צו בלויז דריי דעמאקראטן וואס זענען געלאפן אנאפאוזד.

(א גרויסע טיפשות פארוואס אין וויסקאנסין, למשל, זענען ווייניגסטנס צוויי רעפובליקאנער געלאפן אן א קעגנער, ווען די גאווערנאר און סענאט פארמעסטן זענען געווען אזוי שמאל.)

עניוועי, די אומפארשעמטקייט איז מער איבער פארטיי מענטשן וואס האבן געגאסן פעך און שוועבל אויף ניו יארקער דעמס און די ניו יארק סופרים קארט און די ניו יארק דעמס איגנארירן די ניו יארק סופרים קארט, וועלכע האבן געלאכט דעמאלט איבער נארט קאראליינע, פלארידע, וויסקאנסין און דרום סטעיטס, און לאכן יעצט נאך העכער.
גוט מארגן...
אטעטשמענטס
Screenshot_20221112-214044.jpg
Screenshot_20221112-214044.jpg (280.59 KiB) געזען 1802 מאל
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6753
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

גיי פארשטיי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 11:03 am
ווילאנג רעפובליקאנער וויינען אויף זייערע פארלוסטן, און קוקען צו מיט אנגסט אויב זיי גייען טאקע באקומען די האוז, איז פארהאן גאהר גוטע נייעס פאר רעפובליקאנער גייענדיג פאראויס צו 2024. און דאס איז, אז וואו ערווארטעד, האבן רעפובליקאנער באקומען קאנטראל אויפן העכסטע געריכט אין אהייא און אין נאארד קאראליינע.

אויף דאס צו פארשטיין געבן בעסער וואל איך ציטירן דא פון פריער.


גיי פארשטיי האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
Wow

די נארט קאראליינע סופרים קאורט ווארפט ארויס די רעפובליקאנער דזשערימענדער מאפע פאר קאנגרעסיאנאלע און לעגיסלאטיווע וואלן דעם נאוועמבער, פארן פארלעצן די סטעיט'ס קאנסטיטוציע.
די מאפע וואלט געגעבן עלף פון די סטעיט'ס קאנגרעס זיצן פאר רעפובליקאנער און בלויז דריי פאר סאוט קאראליינע דעמאקראטן.

אין 2020 האבן דעמאקראטן פאקטיש געוואונען איבער 50% פון די אפגעגעבענע שטימע אין די סטעיט'ס קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן, בשעת רעפובליקאנער האבן געווינען די פאפולערע שטימע אין 2018 מיט ווייניגער ווי אנדערהאלבן פונקטן.

די קאורט פארלאנגט א פארטייאישע אייניקייט מאפע, דאס מיינט אז די זיצן דארפן זיין ענליך צו די אפגעגעבענע שטימען. אין בעסטן פאל מיינט דאס א 7-7 איינטיילונג, פאר א נעט אכט זיצן סווינג לטובת דעמאקראטן, אבער א 8-6 איינטיילונג וואלט אויך געווען א נעט זעקס סווינג אין ריכטונג פון קאנגרעסיאנאלע דעמאקראטן. פארבלייבט צו זען צי די רעפובליקאנער ווילן פארשלאגן א 5-9 מאפע און ריזיקירן אז די געריכט שרייבט זייער אייגענע מאפע און ווי שווער די מידטוירמס אין אלגעמיין גייט זיין פאר דעמאקראטן.


למעשה, האט די סטעיט סענאט באשטעטיגט אויף פארטייאישע ליניעס א מאפע, וואס מאכט 6 העווי רויטע זיצן און 4 העווי בלויע זיצן. און לאזט איבער 4 סווינג דיסטריקט'ס, וואס וועלן גאנץ מסתבר גיין צו די רעפובליקענס אין 2022. אבער וועלן לכאורה כסדר סווינגען אהין און צוריק.
די מאפע גייט יעצט אריבער צום סטעיט אסעמבלי פאר א וואוט.

אויב ווערט דאס באשטעטיגט, גייט דאס אריינלייגן די קואארט אין א גרויסע נסיון.

אויף צו געבן אביסל הסבר. די נ. ק. סופרים קואארט איז צאמגעשטעלט פון 4 דעמס און 3 רעפס, אבער 2 דעמס דארפן לויפן נאכאמאהל די נאוועמבער, און זיי וועלן גאנץ ווארשיינליך פארלירן זייערע זיצן (אין 2020 האבן די דעמס פארלוירן 2 זיצן אויפן סופרים קואארט דארט).

און ווייל אין נארט קאראליינע איז א געריכט מאפע נישט גילטיג פאר מער וואו צוויי יאהר, און נאכדעם דארף די לעגיסלאטור מאכן א נייע מאפע. קומט אויס אז אויב די געריכט ווארפט ארויס די מאפע און מאכט א אייגענע מאפע, קענען די רעפס נעקסטע יאהר מאכן א אייגענע 11/3 דזשערימענדער. און מיט א רויטע סופרים קואארט קענען זיי גאנץ מעגליך געווינען אין געריכט, און בלייבן מיט א סעיף 11/3.

משא"כ אויב די קואארט לאזט די מאפע, קען די מאפע נישט ווערן איבערגעמאכט ביז די נעקסטע דעקעיט. און דעמאלטס קענען די דעמס גאנץ גרינג געווינען און א יאהר וואס איז פריינדליך צו זיי 8 פון די סטעיטס 14 קאנגרעס זיצן.די קאארט האט אין די ענד געמאכט א אייגענע מאפע וואס האט זיך היי יאהר געענדיגט מיט 7/7, צוליב א שוואכע רעפובליקאנער קאנדידאט.


מילא קומט אויס, אז אויב רעפס וועלן טאקע גיין פול פארס קענען זיי פארדינען נעקסטע יאהר 7 פרישע זיצן אין די שטאטן אליין.
און וואו ערווארטעד, האט די נארד קאראליינע העכסטע געריכט ארויסגעווארפן די נארישע פשעטל פון די פריערדיגע געריכט, אז די ארטיגע קאנסטיטוציע פארבאט די לעגיסלאטור פון אליין מאכן זייער רידיסטריקטינג מאפע און געבט די ערלויבעניש פאר די ערוועלטע באאמטע צו מאכן זייער אייגענע מאפע.

עס איז ערווארטעד אז די רעפובליקאנער זאלן פארדינען דורך דעם 3/4 זיצן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אין א שאקינג מאוו, האט דער סופרים קאורט גע'פסק'עט פארן וואויטינג רייטס אקט, אורטיילנדיג אז די רעפאבליקאנער מוזן מאכן נאך א שווארצע זיץ אין אלאבאמע. מיט ראבערטס און קאוואנא שטימענדיג מיט די דריי ליבעראלן.

דאס קען אפעקטירן, חוץ אלאבאמע, אויך לוזיאנע, דרום קאראליינע, מעגליך דזשארדזשיע, און מעגליך אויך צוימען די דזשערימענדער פלענער אין צפון קאראליינע צו מאקסימום 3 נייע רעפאבליקאנער זיצן.

דאס מיינט אז דער פסק באלאנצירט מער ווייניגער די געפלאנטע רעפאבליקאנער דזשערימענדער אין צפון קאראליינע.

עס איז שאקינג, נישט נאר ווייל דער סופרים קאורט איז ביי די רעפאבליקאנער, נאר אויך ווייל בעבר האבן זיי ארויסגעוויזן שטארקע בייעס אין די נושא מיט סטעי'ס וכדו' פאר די 2022 וואלן, און דאס פארקערטע אין וויסקאנסין, וואס דאס האט יעדן געמאכט טראכטן אז סעקשאן צוויי פון דעם וואויטינג רייטס אקט וואס לאזט נישט דזשערימענדערן לויט ראסע, איז גאר נאנט צו פליען.

(ווען נישט די סטעי'ס פאר די פאריגע וואלן, האבן ווען די רעפאבליקאנער יעצט בלויז ארום 219 זיצן..)
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

די 'מאגא' קאורט..
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:50 am
אין א שאקינג מאוו, האט דער סופרים קאורט גע'פסק'עט פארן וואויטינג רייטס אקט, אורטיילנדיג אז די רעפאבליקאנער מוזן מאכן נאך א שווארצע זיץ אין אלאבאמע. מיט ראבערטס און קאוואנא שטימענדיג מיט די דריי ליבעראלן.

דאס קען אפעקטירן, חוץ אלאבאמע, אויך לוזיאנע, דרום קאראליינע, מעגליך דזשארדזשיע, און מעגליך אויך צוימען די דזשערימענדער פלענער אין צפון קאראליינע צו מאקסימום 3 נייע רעפאבליקאנער זיצן.

דאס מיינט אז דער פסק באלאנצירט מער ווייניגער די געפלאנטע רעפאבליקאנער דזשערימענדער אין צפון קאראליינע.

עס איז שאקינג, נישט נאר ווייל דער סופרים קאורט איז ביי די רעפאבליקאנער, נאר אויך ווייל בעבר האבן זיי ארויסגעוויזן שטארקע בייעס אין די נושא מיט סטעי'ס וכדו' פאר די 2022 וואלן, און דאס פארקערטע אין וויסקאנסין, וואס דאס האט יעדן געמאכט טראכטן אז סעקשאן פינעף פון דעם וואויטינג רייטס אקט וואס לאזט נישט דזשערימענדערן לויט ראסע, איז גאר נאנט צו פליען.

(ווען נישט די סטעי'ס פאר די פאריגע וואלן, האבן ווען די רעפאבליקאנער יעצט בלויז ארום 219 זיצן..)
viewtopic.php?p=4372536#p4372536
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@הכל הבל, לדאבוני קען איך נישט דרוקן לינקס צו יענעם אשכול, נישט ווייס צו מאכן אלעס וואס איך וויל נאך ליינען דארט..
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:02 pm
@הכל הבל, לדאבוני קען איך נישט דרוקן לינקס צו יענעם אשכול, נישט ווייס צו מאכן אלעס וואס איך וויל נאך ליינען דארט..
גא"מ איך האב נאך אסאך דארט וואס צו ליינען, מגיימיר נאך איה איין טאג אנקומען דערצו.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6753
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

די העכסטע געריכט אין די פאראייניגטע שטאטן האט אפגעווארפן די רעפובליקאנער טענה בייקאנט אלץ independent state legislature וועלכער דערקלערט אז סטעיט לעגיסלאטורן האבן די רעכט אפצומאכן סיי וואספארא עלעקשאן געזעץ און קיינער קען זיי נישט צוריקהאלטן דערפון.

אבער וואו מאדנע דאס הערט זיך איז די פסק א ריזיגער געווינס פאר די רעפובליקאנער גאהר, און לאמיר דאס אביסל מסביר זיין.

אין 2022 למס' האט די נארד קאראליינע העכסטע געריכט ארויסגעווארפן די רעפובליקאנער געשריבענע מאפע וואס וואלט געגעבן פאר רעפובליקאנער 11 זיצן, מיט די טענה אז פארטייאישע דזשערימענדער איז פארבאטן לויט די ארטיגע קאנסטיטוציע (עס ווערט בכלל נישט דערמאנט דארט אבער אויף אין משיבין על הדרוש) און געמאכט אנשטאד א מאפע וואס האט געגעבן פאר די רעפובליקאנער נאר 7 זיצן. איז געגאנען די ארטיגע לעגיסלאטור צום סופרים קואארט מיט די טענה אז די אמעריקאנער קאנסטיטוציע געבט די איינציגסטער מאכט פאר לעגיסלאטורן אפצומאכן אלעס ארום וויילן, און קיינער האט זיי נישט איינצוטיילן וואס צו טוהן. דערצו האט זיך אויך צוגעכאפט די פםענסילוועניע לעגיסלאטור וואס האט געשריבן א מאפע וואס וואלט געגעבן פאר רעפובליקאנער 10 זיצן, אבער היות די ארטיגע גאווערנטאר האט וויטוד די מאפע איז דאס געגאנגען צום ארטיגן העכסטע געריכט וואס האט געמאכט א מאפע וואס האט געגעבן פאר די רעפובליקאנער נאר 8 זיצן.

למעשה האט אבער פאסירט אין די 2022 עלעקשאן פארשידענע זאכן וואס מאכט אז די פארדינער פון אזא פסק, זאלן זיין נאר די דעמאקראטן און לאמיר דאס אויסמועסן.

דורכאויס די פארגאנגענע רידיסטריקטינג זענען געווען 12 שטאטן וואס האבן ניישט געמאכט זייער אייגענע מאפע

1 קאליפארניע וועלכער פארמאגט א רידיסטריקטינג קאמיטי, כעת עתה האבן די רעפובליקאנער 12 קאנגרעסמעמבערס אין קאליפארניע אויב זאל אבער די קאליפארניע לעגיסלאטור האבן די מאכט אליין צו מאכן א מאפע קען דאס קאסטן פאר רעפובליקאנער גאנצע 12 זיצן.

2 ניו יארק וואו די קואארט האט די לעצטע מינוט געמאכט א אייגענע מאפע, כעת עתה האבן די רעפובליקאנער 11 קאנגרעסמעמבערס אין ניו יארק אויב זאלן דעמאקראט מאכן אליין א מאפע קען דאס קאסטן די רעפובליקאנער 8 זיצן.

3. מישיגען וועלכער פארמאגט א רידיסטריקטינג קאמיטי, כעת עתה האבן די רעפובליקאנער 6 קאנגרעסמעמבערס אין מישיגען (מיט גאהר א שטארקע שאנס צו נעמען א זיבעטער נעקסטע יאהר) אויב זאל אבער די מישיגען לעגיסלאטור (וועלכער איז געגאנגען פון רעפובליקאנער צו דעמאקראטן אין די מידטורם) האבן די מאכט אליין צו מאכן א מאפע קען דאס קאסטן פאר רעפובליקאנער 3/4 זיצן.

4. ווירדזשיניע וועלכער פארמאגט א רידיסטריקטינג קאמיטי, כעת עתה האבן די רעפובליקאנער 5 קאנגרעסמעמבערס אין ווירדזשיניע אויב זאל אבער די ווירדזשיניע לעגיסלאטור (וועלכער וועט גאנץ ווארשיינליך אריבערגיין צו דעמאקראטן אין 2023) האבן די מאכט אליין צו מאכן א מאפע קען דאס קאסטן פאר רעפובליקאנער גאנצע 3 זיצן.

5. קאלאראדא וועלכער פארמאגט א רידיסטריקטינג קאמיטי, כעת עתה האבן די רעפובליקאנער 3 קאנגרעסמעמבערס אין קאלאראדא (מיט אן ערענסטער מעגליכקייט צו נעמען א 4טער אין 2024) אויב זאל אבער די קאלאדא לעגיסלאטור האבן די מאכט אליין צו מאכן א מאפע קען דאס קאסטן פאר רעפובליקאנער 2/3 זיצן.

6.אריזאנא וועלכער פארמאגט א רידיסטריקטינג קאמיטי, כעת עתה האבן די רעפובליקאנער 6 קאנגרעסמעמבערס אין אריזאנא אויב זאל אבער די אריזאנא לעגיסלאטור האבן די מאכט אליין צו מאכן א מאפע קענען די רעפובליקאנער זיך בלויז פארזיכערן זייערע צוויי אינקאמבענטס וועלכער האבן א מעגליכקייט צו פארלירן קומענדיגער יאהר.

7. נאארד קאראליינע וואו די קואארט האט געמאכט א אייגענע מאפע, כעת עתה האבן די רעפובליקאנער 7 קאנגרעסמעמבערס אין נאארד קאראליינע אבער היות די רעפובליקאנער האבן אין די מידטורם שוין באקומען קאנטראל אויף די ארטיגער סופרים קואארט קענען זיי עניוועי מאכן אן אייגענע מאפע וואו שטארק עס זאל זיי נאר נישט שמעקן.

8. אהייא וואו די קואארט האט געמאכט א אייגענע מאפע, כעת עתה האבן די רעפובליקאנער 10 קאנגרעסמעמבערס אין אהייא אבער היות די רעפובליקאנער האבן אין די מידטורם שוין באקומען קאנטראל אויף די ארטיגער סופרים קואארט קענען זיי עניוועי מאכן אן אייגענע מאפע וואו שטארק עס זאל זיי נאר נישט שמעקן.

9. פענסילוועניע וואו די קואארט האט געמאכט א אייגענע מאפע, כעת עתה האבן די רעפובליקאנער 8 קאנגרעסמעמבערס אין פענסילוועניע אבער היות די רעפובליקאנער האבן אין די מידטורם שוין פארלוירן קאנטראל אויף די ארטיגער סטעיט האוז קענען זיי עניוועי נישט מאכן אן אייגענע מאפע מילא האט קיינער גארנישט פון א לעגיסלאטור קאנטראל אויף די מאפע.

10. מאנטענע וועלכער פארמאגט א רידיסטריקטינג קאמיטי, כעת עתה האבן די רעפובליקאנער 2 קאנגרעסמעמבערס אין מאנטענע אויב זאל אבער די מאנטענע לעגיסלאטור האבן די מאכט אליין צו מאכן א מאפע קענען די רעפובליקאנער זיך בלויז פארזיכערן זייערע איין אינקאמבענטס וועלכער האט א ווייטע מעליכקייט צו פארלירן קומענדיגער יאהר.

11. מינעסאטא וואו די קואארט האט די געמאכט א אייגענע מאפע (היות קאנטראל אויף די לעגיסלאטור איז געווען צוטיילט), כעת עתה האבן די רעפובליקאנער 4 קאנגרעסמעמבערס אין מינעסאטא אויב זאל די ארטיגע לעגיסלאטור (וועלכער די דעמאקראטן האבן איבערגענומען אין 2022) מאכן אליין א מאפע קען דאס קאסטן די רעפובליקאנער 2 זיצן.

12 וויסקאנסין וואו די קואארט האט געמאכט א אייגענע מאפע (וויבאלד די גאווערנאר האט געוויטוד די מאפע), אבער היות די דעמאקראט'ס האבן איבערגענומען קאנראל אויפן וויסקאנסין סופרים קואארט איז דא אשטארקע שאנס אז 2 רעפובליקאנער קאנגרעסלייט וועלן פליען אין 2024. כעת עתה האבן די רעפובליקאנער 6 קאנגרעסמעמבערס אין וויסקאנסין אויב זאלן די לעגיסלאטור מאכן אליין א מאפע קען דאס העלפן די רעפובליקאנער נישט צו פארלירן די צוויי זיצן.

אין קורצן אויב וואלט די סופרים קואארט געגעבן גערעכט פאר רעפובליקאנער אז נאר די לעגיסלאטור קען מאכן א מאפע (אפי' אן א גאווערנאר'ס אונטערשריפט) און געריכטן האבן נישט וואס אריינצורעדן דערין, וואלטן זיי גאנץ ווארשיינליך פארלוירן דערוועגן 30 זיצן אינעם האוז און געהאט א מעגליכקייט ארויסצוהעלפן 5 אינקאמבענטס פון פארלירן זייערע בענקלעך.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

גיי פארשטיי האט געשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 9:43 pm
די העכסטע געריכט אין די פאראייניגטע שטאטן האט אפגעווארפן די רעפובליקאנער טענה בייקאנט אלץ independent state legislature וועלכער דערקלערט אז סטעיט לעגיסלאטורן האבן די רעכט אפצומאכן סיי וואספארא עלעקשאן געזעץ און קיינער קען זיי נישט צוריקהאלטן דערפון.

אבער וואו מאדנע דאס הערט זיך איז די פסק א ריזיגער געווינס פאר די רעפובליקאנער גאהר, און לאמיר דאס אביסל מסביר זיין.

אין 2022 למס' האט די נארד קאראליינע העכסטע געריכט ארויסגעווארפן די רעפובליקאנער געשריבענע מאפע וואס וואלט געגעבן פאר רעפובליקאנער 11 זיצן, מיט די טענה אז פארטייאישע דזשערימענדער איז פארבאטן לויט די ארטיגע קאנסטיטוציע (עס ווערט בכלל נישט דערמאנט דארט אבער אויף אין משיבין על הדרוש) און געמאכט אנשטאד א מאפע וואס האט געגעבן פאר די רעפובליקאנער נאר 7 זיצן. איז געגאנען די ארטיגע לעגיסלאטור צום סופרים קואארט מיט די טענה אז די אמעריקאנער קאנסטיטוציע געבט די איינציגסטער מאכט פאר לעגיסלאטורן אפצומאכן אלעס ארום וויילן, און קיינער האט זיי נישט איינצוטיילן וואס צו טוהן. דערצו האט זיך אויך צוגעכאפט די פםענסילוועניע לעגיסלאטור וואס האט געשריבן א מאפע וואס וואלט געגעבן פאר רעפובליקאנער 10 זיצן, אבער היות די ארטיגע גאווערנטאר האט וויטוד די מאפע איז דאס געגאנגען צום ארטיגן העכסטע געריכט וואס האט געמאכט א מאפע וואס האט געגעבן פאר די רעפובליקאנער נאר 8 זיצן.

למעשה האט אבער פאסירט אין די 2022 עלעקשאן פארשידענע זאכן וואס מאכט אז די פארדינער פון אזא פסק, זאלן זיין נאר די דעמאקראטן און לאמיר דאס אויסמועסן.

דורכאויס די פארגאנגענע רידיסטריקטינג זענען געווען 12 שטאטן וואס האבן ניישט געמאכט זייער אייגענע מאפע

...

7. נאארד קאראליינע וואו די קואארט האט געמאכט א אייגענע מאפע, כעת עתה האבן די רעפובליקאנער 7 קאנגרעסמעמבערס אין נאארד קאראליינע אבער היות די רעפובליקאנער האבן אין די מידטורם שוין באקומען קאנטראל אויף די ארטיגער סופרים קואארט קענען זיי עניוועי מאכן אן אייגענע מאפע וואו שטארק עס זאל זיי נאר נישט שמעקן.

...
און יא...

רעפובליקאנע געזעצגעבער האבן נעכטן באשטעטיגט א מאפע וואס געט זיי א אויבערהאנט אין 10 פון די 14 קאנגרעס זיצן.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך מיין אז דער אשכול איז דאס פלאץ אויסצושמועסן די נייע ניו יארקער מאפע.

האבעך נישט יעצט די צייט פאר א געהעריגן באריכט, אויף דערווייל קען מען זעהן אין דעם געלינקטן תגובה ווי ר' שלמה ברענגט ווי אזוי דער ארגינעלער דזשערימענדער האט אויסגעזען.

אויב געלונגט פאר די דעמאקראטן צו גיין אזוי ווייט, איז לאולער באמת אויף געהאקטע צרות, זיין באזע ווערט צופליקט, ער פארלירט א ריזיגע רוב פון זיינע קאנסטיטשוענטס, איז באקומט חלקים פון ארענדזש קאונטי, און גאנץ סאליווען קאונטי. אין אזא פאל וואלט דער סטליווען אידנטום געגאנגען פון דיסטריקט 19 מיט דעם היימיש אריינגעוועלטן מאלינארא, ביז דיסטריקט 17, אינאיינעם מיט חלקים פון מאנסי וואס וואלט געווארן צוטיילט, די שכונות פון קרית יוא' אין פאלם טרי בלומינג גראוו און וואדבערי וואלטן געבליבן אין 18טן דיסטריקט, די שכונות אין מאנרא וואלטן אריין אין דיסטריקט 17.

עס איז אבער יתכן אז עס וואלט נישט אויסגעקוקט ממש אזוי, אויך אויב דער געריכט וועט לאזן די דעמאקראטן גיין עד הסוף, ווייל עס איז בפשטות א גרעסערע פראיאריטעט צו באפעסטיגן פעט רייען'ס 18טע דיסטריקט, ווי צו לייגן לאולער אין אזא טונקל בלויען דיסטריקט.

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2022 10:35 pm
מאנסי והגלילות, סקווירא און קרית יואל, ניו יארק 17 (קלינטאן און ביידען 13+) און 18 (קלינטאן 1+, ביידען 8+).

20220130_222023.jpg
20220130_220920.jpg
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רייכמאן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 12:33 pm

די ריכטער האט געגעבן רשות שוין חדשים צוריק צו אנפאנגען מאכן די מאפע, אפילו נאך פאר די אורטייל, אלזו די דעמקראטן זענען גרייט מיט א +15 מאפע, און סייוואס די קאמישען וועט אפמאכן, האבן די לעגיסלעטארן אין אלבעני די לעצטע ווארט, און אויב געפעלט זיי נישט די קאמיסיעס מאפע, קענען זיי אליינס ארויפברענגען זייער אייגענע מאפע. פינטל.
1)

סוי, וויאזוי מסלייסט עס, דייסט עס, ספינט עס, די דעמקראטן גייען רוקן די NY 17 דיסטריקט צו +15.

און אזוי אויך די קרית יואל'ע דיסטריקט NY 18 פון פעט רייען, גייט ווערן געריקט צו דעמס בגדול.

די איינציגסטע היימישע דיסטריקט וואס גייט לכאורה בלייבן אין רעפובליקאנע הענט איז 19 טע דיסטריקט וואס נעמט אריין די אידשע קעטסקילס ווי מארק מאלינערא וועט לכאורה אנהאלטן זיין זיץ.2).
1) אפשר איז דא רשות, אבער די קאמיסיע האט נישט גענוצט די רשות דערווייל, קיין זיצונג איז נאך נישט פארגעקומען. און אויב די קאמיסיע באווייזט ארויסצוגעבן א פאראייניגטע מאפע, א זאך וואס האט שטארקע שאנסן אויב די ארטיגע רעפאבליקאנער גייען מיט בוחר הרע במיעוטו, גייט לכאורה דער געריכט נישט ערלויבן די דעמאקראטן דאס אראפצושטימען, פינטל

2) פון וואנעט קומט די אינפא אז מאלינארא פליעט נישט? אפילו אויף זיין יעצטיגע זיץ מאפע, איז ער אויך א טאסאפ אדער שוואכער האבנדיג א ריעמעטש מיט דזשאש ריילי, וועם ער האט באזיגט מיט נישטיגע 1.6 אין דעם 2022 רעפאבליקאנער צונאמי אין ניו יארק. עס איז נישט מסתבר/שכל'דיג אז די דעמאקראטן וועלן נישט געבן קיין בוסט פאר אדער גאר אפשוואכן ארגועבלי זייער שטערקסטן קאנדידאט.

---------

בנוגע ניו יארק 17, ערנסט גערעדט, א ביידן פלאס 10 דיסטריקט וואס לאולער האט יעצט, איז אויך זייער בלוי, און איך האב נישט געהאלטן אז ער האט א גוטן שאנס, אבער ער האט געווינען.

און לגבי 2024, א פרעזידענט וואל יאר, איז ער ערנסט גערעדט, ממילא טעארעטיש עניוועי דער העווי אנדערדאג קעגן מאנדעיר דזשאונס אויף די יעצטיגע מאפע אויך. ובפרט אויב מען רעכנט אז כנראה וועט ער נישט באקומען די נויטיגע קרוב צו הונדערט פראצענט היימישע שטימען, טראץ זיין העלפן דעם כלל ופרט מיט אלעס שייך, ווייל אסאך אידן זענען נאך אנגעווייטאגט, צו אויף זיין שפילן פאליטיק ביים פייער, צי אויף דעם אנפרעצענטעד גרויליגן קאמפיין פון זיין אידישן חצר פאריגע מאל. אבער למעשה איז נישט דאס דער אנגענומענער ווייב, נישט דא, נישט אין די אידישע גאס, און אויך נישט אין די פארקעסטינג גאס.

און יעצט צום פוינט, לגבי די נייע מאפע, אויך אויב וועט עס טאקע זיין ביידן פלאס 15, אויב האלטסטו אז ער האט א בעסער ווי איווען שאנס צו געווינען א ביידן פלאס 10, ווערט נישט זיין שאנס זערא, אדער נאנט דערצו, אין א ביידן פלאס 15. הגם אודאי וואלט ער טאקע געווען אן אנדערדאג. (ער וואלט נאך עניטיים געהאט אזא שאט ווי עספאזיטא קעגן ריילי אויף די יעצטיגע מאפע.. דער חילוק צווישן די אינקאמבענסי פון לאולער פלאס רייען קעגן זייערע קעגנער, פלאס די קעגנזייטיגע בלאק וואויט פאקטארן, איז אבדזשעקטיוולי קלאר גרעסער ווי דער 7% חילוק פון רייען'ס איצטיגע ביידן +8 דיסטריקט און לאולער'ס פאטענשעל ביידן +15 דיסטריקט, ועין ערך אז דעספאזיטא האט געווינען א ביידן +14 דיסטריקט.)

-----------

וואסערמאן האט פריער ארויסגעלייגט א טעארעטישע מאפע אין פאל די דעמאקראטן באווייזן צו גיין ווי מען זאגט, כמעט אלל דע וועי.
20231214_113604.jpg
20231214_113604.jpg (259.6 KiB) געזען 926 מאל
אויף די מאפע גייט לאולער'ס 17טע דיסטריקט פון ביידן +10 צו +15, דעספאזיטא'ס 4טע גייט פון ביידן +14 צו +22, און בנוגע די אנדערע רעפאבליקאנער זיצן גייען לאלאטע'ס 1טע, (סאנטאס') [סוואזי'ס] 4טע, מאלינארא'ס 19טע, וויליעמס' 22טע, כאטש ביז ביידן+12, וואס איז העכסט ווארשיינליך גענוג ארויסצופאנטשן די אלע זעקס רעפאבליקאנער. (מיט לאולער'ן נאך האבנדיג ארגועבלי דעם בעסטען שאנס פון די אלע, און מאלינארא מיט דעספאזיטא מיט די שוואכסטע שאנסן.)

אויך דרייט עס איבער מאליאטאקיס' 11טע אויף א שמאלע ביידן זיץ, אבער נישט אויף א שטאפל ווי זי וואלט געווען טאוסטעט.

סאליווען גייט פון מאלינארא צו לאולער, גאנץ קרית יוא', דאס מיינט פאלם טרי, בלומינג גראוו, מאנרא און וואדבערי בלייבן ביי רייען.
Screenshot_20231214-113709_X.jpg
Screenshot_20231214-113709_X.jpg (157.47 KiB) געזען 926 מאל

אויב וואלטן די דעמאקראטן אינגאנצן נישט געדארפט מורא האבן פון געריכט, נאר געהאט א קלין גרין לייט, וואלטן זיי געקענט אפצו'שחט'ן אויך מאליאטאקיס אויף פארשידענע אופנים, איינס למשל וואלט געווען איר צוזאמשטעלן מיט גאלדמאן'ס לאוער איסט סייד אין א סאליד בלויע זיץ וואו גאלדמאן וואלט איר זיכער באזיגט. אבער עס איז אנגענומען אז דאס פרובירן צו שחט'ן מאליאטאקיס איז וואס האט שליסליך ארויסגעווארפן די אלטע מאפע, הגם דאס האט אריינגערעכנט דעם גרויליגן דזשערימענאדלער דיסטריקט, וואס פעלט מער נישט אויס, זינט נאדלער פארטרעט שוין היינט ביידע זייטן מידטאון.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6753
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:50 am
אין א שאקינג מאוו, האט דער סופרים קאורט גע'פסק'עט פארן וואויטינג רייטס אקט, אורטיילנדיג אז די רעפאבליקאנער מוזן מאכן נאך א שווארצע זיץ אין אלאבאמע. מיט ראבערטס און קאוואנא שטימענדיג מיט די דריי ליבעראלן.

דאס קען אפעקטירן, חוץ אלאבאמע, אויך לוזיאנע, דרום קאראליינע, מעגליך דזשארדזשיע, און מעגליך אויך צוימען די דזשערימענדער פלענער אין צפון קאראליינע צו מאקסימום 3 נייע רעפאבליקאנער זיצן.

דאס מיינט אז דער פסק באלאנצירט מער ווייניגער די געפלאנטע רעפאבליקאנער דזשערימענדער אין צפון קאראליינע.

עס איז שאקינג, נישט נאר ווייל דער סופרים קאורט איז ביי די רעפאבליקאנער, נאר אויך ווייל בעבר האבן זיי ארויסגעוויזן שטארקע בייעס אין די נושא מיט סטעי'ס וכדו' פאר די 2022 וואלן, און דאס פארקערטע אין וויסקאנסין, וואס דאס האט יעדן געמאכט טראכטן אז סעקשאן צוויי פון דעם וואויטינג רייטס אקט וואס לאזט נישט דזשערימענדערן לויט ראסע, איז גאר נאנט צו פליען.

(ווען נישט די סטעי'ס פאר די פאריגע וואלן, האבן ווען די רעפאבליקאנער יעצט בלויז ארום 219 זיצן..)
די רעפובליקאנער אנגעפיהרטע סטעיט סענאט אין לואיזיענע, האט דורכגעפיהרט א מאפע וואס וואלט צוגעשטעלט נאך א שווארצע זיץ פאר די דעמאקראטן (אנדערש וואו אסאך האבן געטראכט אז זיי וועלן מאכן א זיץ פאר קאנגרעספרוי לעטלאו פון ביידן +7% וואס זי וואלט געקענט געוואונען).

אין פאל די מאפע ווערט געזעץ, דערלייגן שוין די רעפובליקאנער צוויי זיצן דורך רידסטריקטינג נאך פאר ניו יארק און וויסקאנסין.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

* די רעפאבליקאנער זענען נאך בײ נעט פלאס וואן, זינט זיי האבן זיך גענומען 3 זיצן אין נארט קאראליינע. (און דאס דעקט דערווייל די ווארשיינליכע פארלוסט פון דעם סוואזי זיץ.)


די מעשה אין לוזיאנע פארוואס זיי שטעלן זיך צו אנע קונצן איז ווייל זיי ווילן זיכער מאכן אז גערעט גרעיווס איז דער וועם מען טראסקעט ארויס, וואס מיט א געריכט וואלט עס געקענט זיין לעטלאו. גרעיווס איז צו'הרג'עט מיט סקאליס און מיט דעם נייעם גאווערנאר לענדרי דאכציך, און צאלט די פרייז. ספיקער דזשאנסאן האט מוחה געווען אויף די מאפע, אבער עס זעהט דערווייל אויס אז ער קען עס נישט סטאפן.

--------

אז איך שרייב שוין דא שפיר איך פאר וויכטיג ארויסצוברענגן, אז אנדערש ווי טייל מיינען, זענען די זיצן פון די באוויסטע רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט, לאולער, מאלינארא, דעספאזיטא, וויליעמס, (און די סאנטאס זיץ) עניוועי כאטש עטוואס פעוואריט צו גיין בלוי אין די נעקסטע וואלן, געבנדיג מיט דעם א פעסטע שאנס פאר די דעמאקראטן צו פליפן דעם הויז. (מיט די מעגליך אומנויטיגע הילף פון נאך אזא 4/5 זיצן אין קאליפארניע, און נאך עטליכע צושפרייט איבער'ן לאנד.)


דער עיקר וואס די ניו יארקער נייע מעגליכע מאפע איז נוגע אויב מען גייט...

1) מאכן לאלאוטע'ס סאפולק זיץ העווי ביידן אנשטאט ראזיר דין ביידן און אים אויך ארויסטראסקענען.

2) מעגליך מאכן מאליאטאקיס זיץ פון רויט צו בלוי, און איר אויך ארויסטראסקענען, דאס איז א גרעסערע ספק אויב מען גייט קענען.

3) ערשט דערנאך, יא, דער פלאן איז אויך צו מאכן די פיר פינעף זיצן פון פאריגן פאראגראף סאליד בלוי, אז מען זאל ניטאמאל ברויכן אינוועסטירן די נאציאנאלע כוחות אויף זיי, און קענען אנשטאט פאוקעסן אויף קאליפארניע, ווי אויך אריזאנע קאלאראדא וכו'. אבער קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז אן א נייע מאפע זיצט איינער פון די אויף א באקוועם בענקל.



און, איך בין נאך ווייט פון איבערצייגט אז די נייע דזשערימענדער פלאן וועט זיך אויסארבעטן.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:43 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6753
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

איך האב נישט געמיינט צו פארלייקענען נארד קאראליינע פארקערט איך האב דאס שוין אויבן געשריבן.

יעצט רעד איך נאר פון רעפובליקאנער פארלוסטן.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6753
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:35 am
אז איך שרייב שוין דא שפיר איך פאר וויכטיג ארויסצוברענגן, אז אנדערש ווי טייל מיינען, זענען די זיצן פון די באוויסטע רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט, לאולער, מאלינארא, גאבריאנא, וויליעמס, (און די סאנטאס זיץ) עניוועי כאטש עטוואס פעוואריט צו גיין בלוי אין די נעקסטע וואלן, געבנדיג מיט דעם א פעסטע שאנס פאר די דעמאקראטן צו פליפן דעם הויז. (מיט די מעגליך אומנויטיגע הילף פון נאך אזא 4/5 זיצן אין קאליפארניע, און נאך עטליכע צושפרייט איבער'ן לאנד.)


דער עיקר וואס די ניו יארקער נייע מעגליכע מאפע איז נוגע אויב מען גייט...

1) מאכן לאלאוטע'ס סאפולק זיץ העווי ביידן אנשטאט ראזיר דין ביידן און אים אויך ארויסטראסקענען.

2) מעגליך מאכן מאליאטאקיס זיץ פון רויט צו בלוי, און איר אויך ארויסטראסקענען, דאס איז א גרעסערע ספק אויב מען גייט קענען.

3) ערשט דערנאך, יא, דער פלאן איז אויך צו מאכן די פיר פינעף זיצן פון פאריגן פאראגראף סאליד בלוי, אז מען זאל ניטאמאל ברויכן אינוועסטירן די נאציאנאלע כוחות אויף זיי, און קענען אנשטאט פאוקעסן אויף קאליפארניע, ווי אויך אריזאנע קאלאראדא וכו'. אבער קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז אן א נייע מאפע זיצט איינער פון די אויף א באקוועם בענקל.



און, איך בין נאך ווייט פון איבערצייגט אז די נייע דזשערימענדער פלאן וועט זיך אויסארבעטן.
יא יא וואס דו שרייבסט איז פשוט (עטליעסט פאר ווער עס דמיון'ט נישט אז טראמפ געווינט ניו יארק אין 2024)

שטייצעך אז יעדער זאך פאר זיך קען זיך יא אדער נישט אויסארבייטן ממילא דארף מען ווארטן און זעהן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:54 am
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 10:52 am
צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:27 am

ביי אלאבאמע און לואיזיאנא האבן זיי געזאגט אז עס איז שוין צו שפעט, און ביי וויסקאנסין אז עס איז נאך דא גענוג צייט
די סופרים קאורט נעמט אראפ איר האלד אויף די לואיזיאנא רעדיסטריקטינג קעיס

די ארדער וועט ערלויבן איבערצושרייבן די מאפע און צולייגן א פרישע אפריקאנע אמעריקאנע מאיאריטעט דיסטריקט
דאנערשטאג האט די סופרים קאורט זיך אנטזאגט צו אינטערווענירן אין די קעיס וואס באדייט אז דאס איבערשרייבן די מאפע קען נאך מעגליך ווערן פארשלעפט אין די צייט וואס אדוואקאטן קעמפן נאך אקעגן די ארדער פון די נידריגע געריכט איבערצושרייבן מאפע אין א וועג וואס וועט שאפן א פרישע קאנגרעסיאנעלע דיסטריקט מיט א מאיאריטעט פון אפריקאנע אמעריקאנע

אויב אבער וועט נאך יא זיין א פרישע מאפע גייט עס שאפן ערנסטע קאפ ווייטאג פאר סטעיט רעפובליקאנער וועלכע גייען דארפן באשליסן ווער עס זאל זיין די שעיר לעזאזל וואס זאל פארלירן זיין זיץ

די שלאכט וועט זיך ווארשיינליך אנטוויקלען צווישן קאנגרעספרוי דזשוליא לעטלאו און גערעט גרעיווס (א נאנטע מעקארטי אליאירטער)

טראץ וואס גרעיווס ווערט פאררעכנט אוין וואשינגטאן אלס דער מיט פיל מער פראמינענץ און מאכט קען עס אראפקומען צו לאקאלע פאליטיק וועלכע קען אים אין די ענדע באגראבן פאליטיש

גרעיווס האט פריער אין יאר אינדארסירט סטיווען וואגוספעק וועלכע איז געלאפן אין די אנגעלייגטע גאווערנאר פריימערי אין וועלכע גאווערנאר לענדרו האט שטארק באזיגט זיינע אפאנענטן
און די אינדארסירונג האט נישט אויסגענומען איבריג גוט אין לענדרו'ס לאגער און מען דארף געדענקן אז די גאווערנאר וועט האבן היבשע איינפלוס אויף די לעגיסלאטור וועלכע וועט איבערשרייבן די מאפע אויב וועט די געריכט טאקע פארלאנגען עס צו טוהן

גרעיווס שפילט אראפ די וועלכע ווארענען אז ער דארף זיין באזארגט און זאגט אז עס איז שטייגערליך אין פאליטיק פאר פאליטיקאנטן צו אינדארסירן קאנדידאטן און ער איז נישט באזארגט אז עס וועט אים שעדיגן

א צווייטע פאקטאר קען זיין קאנגרעסמאן סטיוו סקאליס וועלכע איז א מאכטפולע שפילער אין לואיזאנא סטעיט פאליטיק און ער ער וויסט זייער גוט אז גרעיווס האט אינדארסירט דזשים דזשארדען פאר ספיקער אקעגן זיין ביד ווען די צוויי האבן זיך פארמאסטן אין די צייט וואס לואיזיאנא קאנגרעסלייט קלעי היגינס און מייק דזשאנסאן זענען אוועקגעשטאנען פון די פארמעסט און נישט גענומען קיין זייט
גאווערנאר שרייבט אונטער די מאפע וואס שאפט צוויי דיסטריקטן מיט אפריקאנע אמעריקאנע מאיאריטעט און וואקאציאנירט קאנגרעסמאן גרעיווס
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פאליטיקא באריכטעט אז די פשרה מאפע אויף וואס די קאמיסיע פלאנט צו שטימען מארגן מאכט ערנסטע טוישונגען צו בלויז 3 דיסטריקטן.


ניו יארק 18 געבט ארענדזש קאונטי (טראמפ +0, הונדערט עפעס שטימען, זעלדין +12 וואס איז 15 טויזנט שטימען) פאר ניו יארק 19, און נעמט אנשטאט דעם קאלאמביע קאונטי, (ביידן +17 וואס איז געווען זעקס טויזנט שטימען, האוקול +8 וואס איז 2 א האלב טויזנט שטימען) וואס דארף צו העלפן סיי דעם 18טן אינקאמבענט דעמאקראט פעט רייען און סיי דעם 19טן אינקאמבענט רעפאבליקאנער מארק מאלינארא. (מען גייט אויך מוזן טוישן נאך קאונטיס, ארענדזש איז פינעף מאל אזוי גרויס ווי קאלאמביע, אפשר רוקט מען נאר א רויטערע טייל ארענדזש?)

ניו יארק 22 פון ברענדאן וויליעמס ווערט 4% בלויער דורך אריינרוקן די שטאט אויבארן, העלפנדיג די דעמאקראטן אים צו ווארפן.

לאולער'ס ניו יארק 17 און אלע לאונג איילענד און סיטי זיצן בלייבט ווי אזוי עס איז אויף יענע מאפע.


יעצט ברויך מען מארגן זעהן אויב דער באריכט איז אמת, און נאכדעם אויב דער דעמאקראטישער לעגיסלאטור שלינגט עס אראפ.

(נאך סוואזי'ס זיג, ברענט נישט פאר די דעמאקראטן צו מאכן זיין זיץ מער בלוי. און אזוי אויך נישט צופיל פאר ניו יארק 04 און ניו יארק 17.)

----------

בייגעלייגט איז איינעמס שפעקולאציע בערך מאפע, גייט מיט די סברה אז מען רעדט פון א רויטע טייל ארענדזש וואס גרעניצט זיך מיט ניו יארק 19, וואס וואלט געלאזט אלע שכונות פון קרית יוא' ביי פעט רייען'ס 18טע.
אטעטשמענטס
20240214_160219.jpg
20240214_160219.jpg (52.55 KiB) געזען 292 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואסערמאן מיט אן אייגן השערה לויט יענעם ארטיקל.

(לויט דעם קוקט אויס אז איז פאלם טרי אינאיינעם מיט מאנרא אין ניו יארק 19, ווען וואדבערי מיט בלומינג גראוו בלייבן אין 18, זוי זעהט מיר אויס, קאן זיין אז איך כאפ נישט פונקטליך ווי די ליניע איז.)
אטעטשמענטס
20240214_161506.jpg
20240214_161506.jpg (261.23 KiB) געזען 280 מאל
מאראנצן
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:36 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראנצן »

ניו יארק פאסט מיט די נייע מעפ...

נישט קיין שטארקע טוישונג צו נ"י 17
אטעטשמענטס
NY 17.jpg
NY 17.jpg (137.36 KiB) געזען 127 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעדיסטריקטינג 2021 (צענזוס 2020 רעזולטאטן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גאנץ קרית יוא' בלייבט טיף אין פעט רייען'ס 18טע לויט די מאפע.

אלעס פון 17 און אראפ בלייבט פונקט ווי ביז יעצט.
אטעטשמענטס
20240215_134504.jpg
20240215_134504.jpg (102.58 KiB) געזען 114 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”