סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Waze
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2023 11:26 pm

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waze »

א נייעם אפטיילונג האט נארוואס געעפענט אירע טויערען אויף קול מבשר "סודות פון חדר - שמעון יואל קליין"

ב' שמיני - ג' דחול המועד פסח תשפ"ג

צווישן די חיות אין טירגארטן לכבוד חול המועד לאמיר זיך באקענען מיט די אפעראציעס פונעם טירגארטן: ווער האט געעפנט די ערשטע זא? - וואס האבן ארכעאלאגן געטראפן אין מצרים? - דער וועטערינאר און זיין ארבעט - איז דא איינער ביינאכט אין טירגארטן? - וויאזוי פירט מען אריבער אן העלפאנט פון אפריקע קיין אמעריקע? - וגר זאב עם כבש; גייט טאקע אזוי זיין בביאת הגואל? - און פיל מער.

https://www.yiddish24.com/miscellanies/205/81808
Waze
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2023 11:26 pm

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waze »

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין:

"היפנאסעס" ערפארענער היפנאזירער הרב יושע אליעזר טייטלבוים גיט ארויס סודות פון היפנאזע - וואס האט א מאגנעטן בוים מיט היפנאסעס? - שלאפט טאקע איינער וואס איז היפנאזירט? - איז היפנאסעס טעראפי א געצייג אדער היילונג? - וויאזוי נעמט דער היפנאזירער איבער דעם מח פונעם קליענט? - די פיזישע אפעקטן פון היפנאזירונג - ווען וועט היפנאזירונג נישט ארבעטן בשום אופן? - און פיל מער.

https://www.yiddish24.com/miscellanies/205/82103
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

ווען ר' שמעון יואל קומט אריין מיט זיין מאסיוון כח הדיבור לאז איך אלעס איבער און מען נעמט זיך איבער אים!
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

איינער מיט די נאמבער פון דעם היפנאסעס טערעפיסט הרב טייטלבוים?
ס'איז דער זעלבער וואס האט געגעבן די אינטערוויו אין קינדער שריפט יעצט פסח?
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מיט א פרישקייט האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 11:11 am
איינער מיט די נאמבער פון דעם היפנאסעס טערעפיסט הרב טייטלבוים?

ס'איז דער זעלבער וואס האט געגעבן די אינטערוויו אין קינדער שריפט יעצט פסח?
ניין
אטעטשמענטס
efefefffffffffffffffff.JPG
efefefffffffffffffffff.JPG (15.04 KiB) געזען 1876 מאל
ffffffffffffrrr.JPG
ffffffffffffrrr.JPG (52.75 KiB) געזען 1876 מאל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

גאר אינטערסאנט און אינפארמאטיוו די שמועס איבער היפנאוסיס.

טייטלבוים'ס נאמבער זאגט ער סוף פונעם שמועס.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
לאז זיך פירן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2023 8:00 am

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז זיך פירן »

צוליב די פרישע עפענוג פון די אפטיילונג "סודות פון חדר"
האב איך געטראכט אז ס'א גוטע צייט צו גרינדן א פרישן אשכול לרגל די פרישע שמועס "סודות פון חדר"
לדעתי איז עס זייער אינטרעסאנט אין קאלירפול נו! וואס זאגט עטץ???
אוועטאר
לאז זיך פירן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2023 8:00 am

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז זיך פירן »

לעצטע שמועס
וויאזוי פליט א פליגער?
ווער האט ערפינדן דעם 'עראפלאן'? - האבן טאקע די רייט ברידער דורכגעפירט די ערשטע עראפלאן רייזע? - די ריכטיגע אידישע ווארט פאר עראפלאן - ווען איז עס געווארן פובליק טראנספארטאציע? - און: דעטאלירטע שמועס מיטן היימישן פילאט ר' שמואל יוטקאוויטש וויאזוי א פליגער הייבט זיך, לאנדעט, און וואס עס מיינט צו זיין א פילאט
https://yiddish24.cmail19.com/t/y-l-pyh ... ikuwil-jj/
אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

איך האב אויסגעהערט די ערשטע צוויי שמועסן, איך האב זייער הנאה געהאט ספעציעל די צווייטע שמועס איבער היפנאוסעס עס איז געווען זייער אינטערסאנט.
מיט א רואיגקייט
אוועטאר
twin towers
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 22, 2023 7:54 pm

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך twin towers »

אומר אני האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 6:13 pm
איך האב אויסגעהערט די ערשטע צוויי שמועסן, איך האב זייער הנאה געהאט ספעציעל די צווייטע שמועס איבער היפנאוסעס עס איז געווען זייער אינטערסאנט.
נו לייג ארויף די ערשטע צוויי שמעוסן...וועסט באקומען א ריזיגן שכויעח שטייצעך...
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

אז עס גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח
אוועטאר
קלאפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאפער »

נישטא דעי וואך?
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

קלאפער האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 1:47 pm
נישטא דעי וואך?
אלע סודות האבן ארויסגעליעקט. אדער אפשר האט זיך די חדר פארמאכט. אדער גאר איז שמעון יואל קליין גרויס געווארן.
Waze
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2023 11:26 pm

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waze »

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין:

וויאזוי פליט א פליגער? ווער האט ערפינדן דעם 'עראפלאן'? - האבן טאקע די רייט ברידער דורכגעפירט די ערשטע עראפלאן רייזע? - די ריכטיגע אידישע ווארט פאר עראפלאן - ווען איז עס געווארן פובליק טראנספארטאציע? - און: דעטאלירטע שמועס מיטן היימישן פילאט ר' שמואל יוטקאוויטש וויאזוי א פליגער הייבט זיך, לאנדעט, און וואס עס מיינט צו זיין א פילאט

https://www.yiddish24.com/miscellanies/205/82492
Waze
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2023 11:26 pm

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waze »

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין:

ג' אמור פ"ג

וואס פאסירט מיט אונזער מיסט? וויאזוי האט א פוילישער מעיאר אפגעשטעלט די מיסט-הפקירות אין זיין שטאט? - אין וועלכע לענדער נעמט מען נישט צוזאם די מיסט? - וואס פאסירט אין סינגאפאר ווען איינער ווארפט אראפ א שמוץ? - פארוואס מאכט מיסט-טראקס אזויפיל עקסידענטן? - וועלכע דריי קאטאגאריעס אין מיסט זענען דא? - וואו קומט אן אונזער מיסט? - פון וואס מאכט מען מיסט-ענערגיע, און וואס גייט צו די מיסט-פעלדער? און פיל מער.

https://www.yiddish24.com/miscellanies/205/82992
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין
ב' בהר פ״ג

ס'ברענט א פייער
וואס איז א פייער? - פארוואס ברענט האלץ אבער נישט קיין מעטאל? - פארוואס וועלן זיך פייערן צומאל נאטירליך פארלעשן? - די צען ערגסטע פייערן אין היסטאריע - וויאזוי פאסירט א וואלד-פייער? - א 'פייער-שטורעם' און איר שרעקליכע כח - היסטאריע פון 'פייערלעשער' - די ארבעט פון א פייערלעשער - פייערלעשער אין די לופטן און אין די וואסערן - און פיל מער

https://www.yiddish24.com/miscellanies/205/83349
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
מיבא
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2021 4:50 pm

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיבא »

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין: קאוקע קאולע א געטראנק אדער א מעדעצין? - וויפיל סארט געטראנקען פראדוצירט קאוקע קאולע בסך הכל? - איר געהיימע רעצעפט און די קלאנגען ארום איר - אויב איז די רעצעפט א געהיימניס, וויאזוי קען מען געבן א השגחה דערויף? - איז דא קאקעין-בלעטער אין די געטראנק? - א ליעק פון די געהיימע רעצעפט - די מאסיווע דורכפאל פון די 'נייע קאוק' וואס האט געפירט צו איר גרעסטע סוקסעס... - און פיל מער
https://www.yiddish24.com/miscellanies/205/83892
אייביג ביזי
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2023 7:41 pm

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייביג ביזי »

איך האב אויסגעהערט זיינע אלע שמעוסן ביז דערווייל, עס איז גאר רייך און תוכן'דיג, מען זעהט אז ער לייגט אריין גאר אסאך כוחות און אסאך ריסורטש אין דעם!
בנוגע די צוויטע שמועס איבער היפנאסיס, בין איך געבליבן מיט היפש אפאר פראגעס, און איך גלייב אז דער וואס האט אויסגעהערט דעם גאנצן שמועס, איז אויך געבליבן מיט אפאר. האב איך געפרעגט ר' שמעון יואל'ן אליינס (די קענסט אויך [email protected]) און איך ווארט נאך אויף א תשובה. אבער לתועלת הציבור וועל איך דא ארויפלייגן דעם אי-מעיל, און אדרבה, דער וואס וויסט און האט אביסל עקספיריענס און ידיעות און דעם געביט, זאל ענטפערן.
דאס איז דעם אי-מעיל:

"איך בין אייביג געווען זייער עמפינדליך צו די נושא פון היפנאזיע, (לכאורה וויל איך בין פון די מענטשן וואס היפנאזיע "ארבעט נישט") סיי ווען מען האט געפרעגט "ווער וויל זיך לאזן היפניטאזירן"? האב איך קיינמאל בשו"א נישט געוואלט, און אפי' ווען כ'האב מיט געהאלטן ווי מ'היפניטאזירט יענעם, האב איך און איין וועג מורא'דיג שטארק הנאה געהאט ווי מען לייגט יענעם צו נאר, אבער כ'האב אלס געהאט אזא קיצל, אפשר א געפיל פון רחמנות אביסל, אז מען נעמט א נארמאלע מענטש, וואס האט אייגענע דיעות, מיינונגען, סברות , שיטות, און מידות ווי בושה, גאוה, און נאך אזאנע זאכן, וואס מען נעמט פשוט אוועק פון איהם בע"כ (אזוי האב איך געמיינט ביז'ן שמועס)!! און דאס איז מיר ב"ה אויסגעקלארט געווארן ביים שמועס, אז דער "שלעפעריגע" גיבט זיך קיינמאל נישט "אונטער" פאר'ן "היפניטאזירער".

חוץ פון דעם גלייב איך אז עס וועלן זיין נאך אסאך הערות און שאלות פון די אלע צוהערער, און איך האף אז איר וועט נאכאמאל ארויפברענגען ר' יהושע אליעזר זאל פארענטפערן זיין איבערגעלאזטע שאלות. איך פארשטיי אז עס איז נישט די גרינגסטע זאך בשעת אן אינטערוויו צו פרעגן יעדע שאלה וואס עס קען זיך נאר מאכן ביי סיי וועם אין קאפ, אבער איך פערזענליך בין איבערגעבליבן מיט היבש אפאר פראגעס אין קאפ, אפי' אזאלעכע וואס איר זענט געווען א האר אוועק פון פרעגן! כ'האב שיער געפלאצט ווען איר (אדער ר' יהושע אליעזר) זענט פשוט אוועק פונע'ם נושא.

איך גיי שרייבן מיינע פראגעס שלא על הסדר פשוט ווייל כ'האב מיך עס נישט ממש אפגעשריבן פון פריער.

1) איר פרעגט איהם וועלעכע מעטאד ער נוצט "איינצוושלעפן" ענטפערט ער אז ער ניצט relaxation, איז משמע אז עס איז דא נאך וועגן, (אגב, איך מיין אז איר האט איהם געפרעגט וואס זענען די אנדערע) ער האט נישט גערעדט פון קיין אנדערע אפי' בערך. די סיבה פארוואס איך וויל וויסן איז ווייל כ'האב אמאל גערעדט מיט איינעם וואס איז היפניטאזירט געווארן, האט ער מיר פארציילט אז עס האט לכתחלה נישט געארבעט אויף איהם די פשוטע מעטאד, האט דער היפניטאזירער איהם אראפ גערופן פון סטעידז"ש, און איהם געגעבן עפעס א שאקל מיט די הענט, און וואס עס איז געשען דערנאך געדענקט ער שוין נישט, האב איך געוועלט וויסן אויב דאס איז טאקע א מעטאד.

2) אויב איז אמת אז דער מענטש גיבט זיך טאקע נישט אונטער, פארוואס קען דער היפניטאזירער איהם הייסן עסן א צוויבל?, ער וואלט דאס קיינמאל נישט געטוהן ווייל עס האט א שלעכטן טעם, נישט ווייל ער האט בישה אדער אן אנדערע מידה וואס מען האט בייזייטיגט אויף די פאר מינוט.

3) וואס געשעהט מיט איינער וואס מען וועקט נישט אויף, ווי לאנג בלייבט ער און דעם מצב?

4) ער זאגט אז עס איז א שפיל מיט'ן מח און דערפאר וואלט ער געראטן איינער וואס ווייסט נישט וואס ער טוהט, זאל עס נישט טוהן. שפעטער זאגט ער אז מען זאל זיך אליין אריינלייגן אין דעם מצב, ער רעדט דוקא פון איינער וואס איז יא געלערנט אויף דעם?

5) און אויב יא, וואס טוהט זיך מיט א מענטש וואס וויל בלייבן אין "פאנטאזיע לאנד", לכאורה גייט ער נישט קענען אליין ארויסקומען פון דעם, וואס גייט פאסירן מיט איהם? ער גייט נעבעך בלייבן שטעקן אין קאר אויף ווי לאנג?

6) און לאמיר זאגן אז ער האלט אינמיטן, ער זיצט אין קאר מורא'דיג רילעקסט און זיין מח שלאפט, גייט איינער און בטעות גיבט יענער א קלאפ אויפ'ן פענסטער גייט ער זיך גיבן א וועק
אויף היסטעריש, אדער ער גייט בלייבן שלאפן, און יענער גייט גאר זיין און קאנטראל אויף איהם?

7) ביי די מענטשן וואס היפנאזיע ארבעט נישט, איז שייך עפעס צו טוהן בעל כרחו?

און צום לעצט נאך איין שאלה, איז עס שייך ארויסצונעמען סודות פון א מענטש בשעת'ן היפניטאזירן?"

און דאס איז וואס ער האט מיך צוריקגעשיקט א טאג שפעטער:

"א גרויסן שכח פאר דיין הערליכע אימעיל, פאר די גוטע ווערטער, און פאר די צייט וואס איר האט געשאנקען, מיר נעמען עס נישט פאר לייכט.
היות דער פראגראם איז נישט ווי צוויי אידן דריי דיעות וואס מ'קומט צוריק צו אלטע טאפיקס, וועלן מיר נישט נאכאמאל רעדן דערפון אויף קול מבשר.
אבער גוטע פראגעס פארלאנגען גוטע ענטפערס...
אלזא, כ'וועל שיקן די שאלות צו ר' יושע אליעזר בעז"ה, און כ'וועל אייך דא צוריק רעפלייען מיט זיינע תירוצים בסייעתא דשמיא פריוואט."
איך ווארט שוין אויף זיין תירוץ א 2-3 וואכן, ווען ער וועט ענטפערן וועל איך עס אי"ה ארויפלייגן
אייביג ביזי
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2023 7:41 pm

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייביג ביזי »

און דאס איז וואס כ'האב היינט באקומען פון איהם;

ר' יושע אליעזר זאגט אז עס איז שווער צו מסביר זיין בכתב די גאנצע נושא
איר קענט שפירן פריי אים צו רופן און ער וועט אייך אלעס ערקלערן
845-238-1387
מיט אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא!
אוועטאר
קלאפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאפער »

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין:
ארכעאלאגישע געפינסן
פארוואס האט א קאטוילישער קארדינאל געלייגט אין חרם די ארכעאלאגן? - ווען חז"ל האבן גענוצט ארכעאלאגיע צו פסק'נען הלכה למעשה - געטראפן די מתי מדבר - וויפיל חכמות דארף דער ארכעאלאג קענען? - ארכעאלאגישע געזעצן - טורמע פאר ארכעאלאגן? - די אבזערוואציע אויף ארכעאלאגישע שטחים - וויאזוי די ארבעט גייט צו - און פיל מער
https://www.yiddish24.com/miscellanies/205/84326
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי
אוועטאר
קלאפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאפער »

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין
ד' בהעלתך פ״ג
וואסער דאמבעס
ווען די נייעס איז פארנומען מיטן איבערגעבראכענעם דאמבע אין אוקראינע, לאמיר זיך באקענען מיט די וואסער דאמבעס - דאמבעס געבויט אין צייטן פון די אבות הק' - האלצערנע, שטיינערנע און זאמד דאמבעס - די חילוק פון גראוויטי, בויגן, בעראזש, און עמבאנקעמנט דאמבעס - וויאזוי מען מאכט דערפון עלעקטעריק - און פיל מער
https://www.yiddish24.com/miscellanies/205/85168
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די שמועסן פון ר' שמעון יואל, זענען גאר גוט. עס דערקענט זיך די ארבעט וואס ער לייגט אריין אין דעם פראגראם, זייער אינפארמאטיוו און באלערנד. יעדער שמועס פאר זיך איז עקסטער אינטערעסאנט.
קאפיטאן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:16 pm

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפיטאן »

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין
ד' קרח פ״ג
וויאזוי ארבעט א סובמארין?
אין די צייט וואס ים-טויכער און אונטערוואסער-שיפן זוכן העפטיג נאך די פארלוירענע 'סובּמירסיבּל' סובמארין וואס איז פארלוירן געגאנגען מיט 5 טוריסטן באזוכנדיג דעם טיטאניק, לאמיר זיך באקענען מיט דעם סובמארין - ווער האט דאס ערפינדן? - וויאזוי טוט עס זיך הייבן און נידערן? - פאר וועלכע צוועקן האט מען עס גענוצט? - וויאזוי האט דער פעריסקאפ געארבעט? - וואס אלץ איז די וועלט געוואר געווארן א דאנק סובמארינען? - און פיל מער.

https://www.yiddish24.com/miscellanies/205/86022
אוועטאר
מאטיסאווצער
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:32 am

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטיסאווצער »

דער געהיימער אמעזאן דזשאנגל
אין צייט וואס ניו יארק שפירט דעם קלימאט פון שטארקע היץ, פייכקייט און ווילדע רעגנס, שפאצירן מיר אריבער צום 'עמעזאן דזשאנגל' וואס דארט איז אייביג דער קלימאט וואס מיר שפירן יעצט - סודות פון די בריאה אויסגעשפרייט אויף איבער 6 מיליאן סקווער קילאמעטער - די וועלט'ס גרעסטע טייך - איר ביאָספערע און א לונג פאר די וועלט - די ריזיגע צאל פון באשעפענישן און געוויקסן - חושך און וואסער אומעטום - די מיסטעריעזע שבטים אינעם דזשאנגל - און פיל מער.
https://www.yiddish24.com/miscellanies/205/86410
קאפיטאן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:16 pm

Re: סודות פון חדר - שמעון יואל קליין - קול מבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפיטאן »

פארפלייצונגען
אין די צייט וואס געוויסע געגנטער אין ניו יארק זענען פארפלייצט געווארן, לאמיר זיך באקענען מיט די פארפלייצונג און אירע אפעקטן - די פראבלעמען פון פארפלייצונגען - האט עס עפעס פאזיטיווע חלקים אויך? - איז מעגליך צו וויסן פאראויס אז א פארפלייצונג קומט? - וויאזוי קען מען פארמיידן א פארפלייצונג? - די ערגסטע פארפלייצונגען אין היסטאריע - די שרעקליכע פארפלייצונג אין די פאראייניגטע שטאטן
https://www.yiddish24.com/miscellanies/205/87308
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”