חסידות כתחילתו

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

.

געווען איז עס היינט צופרי, ביי שחרית, ערגעץ אינדערמיט,
כ'שמייס ס'טלית אויף די פלייצע, מיט א געהויבענע געמיט,
נאך עטליכע לענגערע קאוועס, און פילע ציגארעטלעך,
בארעדן אלע רבנים, ליינען פאשקעווילן און צעטלעך,
אהה, ווען איך האב זיך געשטעלט?
אז ס'איז געווען פארטאגס וואלט איך נישט געזאגט,
געווען מער צו די זייט ווען דער האלבער טאג שלאגט,
ווען אינמיטן פון עק פון אויג איך באמערק,
עמיצן, זעט אויס פון די היינטיגע יוגנט ווערק,
וועמען פונקטליך מיינט ער ער געפעלט?
פענסי קאלירפולע זאקן, און שטייף געפרעסטע העמד,
א טשופיקל, ווי ער וואלט ווען אויפגעוואקסן אין די פרעמד,
יא, ער דאווענט. אבער נעה, וואו איז די טלית קטן ברייט,
לכאורה האבן ער זיך אין שוואכע פלעצער געדרייט,
האט ער פארגעסן ווער פירט די וועלט?

.

מיט א מינע באטראכט איך די אידן, אוי, אזוי ווייט,
איך? איך א בין א רעכט חסידישער אינגערמאן,
פון מיינע חברים גיי די גרעסטע קאפל,
מיין אידישקייט אויפן העכסטן שטאפל,
אזוי ווי מיין חסידות, אלעמאל גיי איך אין שפאן,
און די טיש בעקישע נאר מיט די מאשני אין די זייט,

.

און דאן, האט עס מיר געכאפט ווי א בליץ אין מוח דירעקט,
ווען נעכטן האב איך זיך היבש נענטער צו חצות דערוועקט,
און די נאכט בעפאר ווען געווארן פארנומען ביז שפעט,
און דער איינזאמער מעריב שוין כמעט, דעם עלות זעט,
אבער פון מיין ברייטע הוט, אוי ווי גאט קוועלט.
א געשמאקער חסידישער אינגערמאן, מיט שטאלץ און פראכט,
איין חסידיש ווארט קען איך נישט, צו מיר איך טראכט,
שבת קודש, די גרעסטע קוגלען אלס נאר פארן הייליגן טאג,
וואס איז מיט אביסל פשוטע אידישקייט, הא, זאג.
נו, קוגל איז מסוגל פאר פרנסה, תורה איז געלט!
בעת ווען איך שלאף, זענען די אידן אין שול אין דאווענען,
ניין, זיי טוען נישט פונקטליך ווי מיר זייער לעבן פראווענען,
אבער נענטער ווערן צו גאט, ווילן זיי פונקט ווי מיר,
די חילוק איז, אז זיי טוען עס, ווען איך מיט מיין חיצוניות פארליר,
אוי טאטע, אין מיין זעל הערשט א קעלט.

.

מיט א קנאה באטראכט איך די אידן, א ניי באדייט,
בעטן זיך ביים באשעפער, כדל, ווי אן ארימאן,
שלאגן זיך און היטן, ווי אופן שווארצאפל,
און איך, צייט זיך ארויפצורוקן א שטאפל,
אויף צו זיין א איד, הייב איך אן מאכן א פלאן,
ווען איך דריי, די מאשני פון די בעקישע, צו די זייט,
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

יא יא....

אוי זאגסטו גוט....

וואס איך טראכט שוין לאנג - האסטו יעצט געזאגט...
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

גוט גוט!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

יוש איז דאס גוט!!!!
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4078
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

קרעזי!!!

די ביסט א גרויס שטיקל טאלאנט ארומקעוויקלט מיט א מאשני און אן טאפ א ברייטן ביבער היט!

צעדרייט צו בלייבן...
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

דזשאסט נאו ווארדס...
טאלאנט טאלאנט טאלאנט!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

טעמטי האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 3:14 pm
קרעזי!!!

די ביסט א גרויס שטיקל טאלאנט ארומקעוויקלט מיט א מאשני און אן טאפ א ברייטן ביבער היט!

צעדרייט צו בלייבן...
אזעלעכע פאני ווערטער דארף טעמטי שרייבן. איך שעם זיך נאך צו גיין מיט די פענסי זאקן...

אבער גא״מ אינטערשריפט וועלעך גיבן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

Wow!!
דער ציבור נעמט נישט אין אכט אז ווען @טינט שרייבט קוקט מען נישט נאר אויף די אינהאלט, מען דארף אויך קוקן בעיון אויף די א"ת ב"ש סטייל פון די גראמען ביים פזמון! ווי אויך אויף די שעיפ פון די שורות!
טאלאנט ווי צודרייט!!!

-----
דיסקלעימער: נאטינג רילעיטעד, מיין מאשני איז גראד.
להבין ולהשכיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:29 am

Re: חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין ולהשכיל »

די טינט האט זיך צעגאסן, אויפן וועלטל זיך צעפלאסן.
גראמען איז נישט מיין שטארקייט, ממילא וועל איך סטאפן באלד ביים אנהייב.

הערליך געשריבן @טינט
אוועטאר
RockMusicMaven
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 6:37 pm

Re: חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך RockMusicMaven »

שוין לאנג געהאט די מחשבה

יענער שטייט מיט די אויגן שטארק פארמאכט
יענער שאקלט זיך דראסטיש ווי א לולב
יענער קוקט ארויס פון סידור יעדע מינוט
יענער עפנט זיין אויגן ווען ער מיינט מזעהט נישט
יענער מאכט מאדנע תנועות
יענער געט זיך א צוקלאטש
יענער שרייט הויך

אלע קענען זיין שטארק קאנעקטעד
אלע קענען זיין גרויסע בעלי דמיונות
קוק אריין אין דיין סידור פאוקעס ביי דיר און פערטיג
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

יאפ סשרייבט די קעניג, מיט א פענע שטארק טינטיג,
חכמתו מרובה ממעשו, על תדין את חבירו,
נפש כי נאנחה, בא שבת בא מנוחה.
אוועטאר
שוש תשיש
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2023 1:54 am

Re: חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוש תשיש »

משני בסתר רעהו

אע"פ שאין ראיה לדבר זכר לדבר
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

ישר כח אלע!
@שוש תשיש איך האב נישט זוכה געווען צו פארשטיין דיין תגובה, אויב קענסטו זיך מסביר זיין וואלט געווען א געוואלדיגע זאך!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
שוש תשיש
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2023 1:54 am

Re: חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוש תשיש »

טינט האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 11:04 am
ישר כח אלע!
@שוש תשיש איך האב נישט זוכה געווען צו פארשטיין דיין תגובה, אויב קענסטו זיך מסביר זיין וואלט געווען א געוואלדיגע זאך!
ודי לחכימא ..
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

נאופ. שטימט נישט. עפעס מאכט נישט קיין סענס דא.

טינט איז נישט קיין איין פון די צוויי.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.

אבער האסט געשריבן גוט, פליסיג און שארף אמת'ע געדאנקען, גוט געזעצט, און שניידנדיג שארף.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

Bissli האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 9:39 am
נאופ. שטימט נישט. עפעס מאכט נישט קיין סענס דא.

טינט איז נישט קיין איין פון די צוויי.
@Bissli ווי גוט קענסטו מיר, אז דו ווייסט איך בין נישט קיין איינס?...

ווי ווייט איך ווייס קענען מיר זיך נישט בכלל.

ווייסטו עפעס וואס איך ווייס נישט?

גראדע, מיין מאשני פון די טיש בעקישע איז באמת געריקט צו די זייט אלעמאל.

און נישט נאר אביסל, נאר ממש ביז די עק נעבן די לופ...
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: חסידות כתחילתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

טינט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 10:43 am
Bissli האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 9:39 am
נאופ. שטימט נישט. עפעס מאכט נישט קיין סענס דא.

טינט איז נישט קיין איין פון די צוויי.
@Bissli ווי גוט קענסטו מיר, אז דו ווייסט איך בין נישט קיין איינס?...

ווי ווייט איך ווייס קענען מיר זיך נישט בכלל.

ווייסטו עפעס וואס איך ווייס נישט?

גראדע, מיין מאשני פון די טיש בעקישע איז באמת געריקט צו די זייט אלעמאל.

און נישט נאר אביסל, נאר ממש ביז די עק נעבן די לופ...
קען איך גראדע באשטיין דיר צו קענען, אבער ווער איז דו? דו האסט מער ווי איין איידענטיטי.

דו ביזט א נשמה, דו ביזט א גוף, דו ביזט א נפש, עקטשעלי צוויי נפשות, אלוקי און בהמי, דו ביזט דיין עגאו אא"וו

די טינט וואס איך קען איז עלערדזשיק צו חיצוניות. גשמיותדיגע און רוחניות'דיגע צוגלייך, אויב איז עס בלויז חיצוניות פארשטייט זיך.

און אויב גייסטו מיט די ברייטע הוט און גארטל האט עס א ריזען, און דו פארשטייסט פארוואס דו טוסט עס, אויב נישט קראכט עס. עס ארבעט נישט מיט דיר.

סאו ביידע קען נישט זיין דו.

אויסע אויב דו ביזט א גוטע עקטער און 2 פעיסער. אבער דעיס שטימט ווייטער נישט מיט דיר...
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”