ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

House arrest האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 10:52 pm
א מענטש וואס קעיר'ט נישט פאר זיין ווייב אין קינדער אויף נאכן שטארבן האט א אישו אין שלום בית,
נישט קויפן ווייל די עפארדסט עס נישט אי א נארישע תירוץ, פאר זאכן וואס איז וויכטיג שאפט מען געלט.
איך געב פאר מיין ווייב מער געלט ווי עס וואלט מיר געקאסט א טורם...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
מאטל שניידער
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

יקוש פייוויש האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 10:57 pm
סתם צו קלאר מאכן, וויכי טרייט שוין א גאנצן טאג עקפלעינען אז די אשכול איז ״נאר געמאכט פאר ווער ס׳וויל יא האבן״ לייפ אינשורנס, נאר ער איז אנדער-אינשורד וכו׳, אלל אטער פליז סטעי אוט אף היער,
נאכ'ן פיפטן מאל כאפט ער אויפ'ן ווינק(על)

א גוטע נאַכט
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

House arrest האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 10:52 pm
א מענטש וואס קעיר'ט נישט פאר זיין ווייב אין קינדער אויף נאכן שטארבן האט א אישו אין שלום בית,
נישט קויפן ווייל די עפארדסט עס נישט אי א נארישע תירוץ, פאר זאכן וואס איז וויכטיג שאפט מען געלט.
זאג נאר דו האסט עפשער שוין געקויפט א חלקה און בית החיים ???
האסט שוין באצאלט פון פאראויס די קאסטן וואס די חברה קדישה בעטן ?
וואס טוט זיך מיט אייער פאר די שבעה טעג ? שוין אפגעקאכט ???

ווער גייט דעס אלעס באצאלן ???

און א נארמאלע וועלד טראכט מען נישט אז מארגן גייט מען זיך אפשטארבן !
יעדער האפט אז ווען דער טאג זיינע וועט קומען וועט ער זיין א זיידע און נישט א אונגערמאן !

וויפיל פראצענט מענטשען גייען פון די וועלד און לאזן איבער א שטוב מיט קינדער ???

און אז איינער קויפט נישט לייף אינשארענס מיינט נישט אז ער איז משיגע !

איינער וואס קויפט יא קוקט מיך אויס ווי א איד וואס זארגט זיך מער ווי ער ברויך און עס איז נישטא אזא חיוב

איך מיין די פארשטייסט אז איינער וואס קויפט זונטאג זיין שבת ארדער און גראסרי ווייל עפשער גייט זיין א קריזעס סוף וואך האט אביסל פראבלעמען יא ???
ווען די קויפסט יעצט לייף אינשארענס ווייל וואס וועט זיין מיט דיין אלמנה ?!

המממממ נאר מיין מיינוג ............
אוועטאר
גפת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 4:41 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גפת »

House arrest האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 10:24 pm
ניין, איך בין נישט קיין לייף אונשורנס עידשענט, אבער איך האב א גוטע עידשענט.
איך האב אויך נישט ליב די איידיע פון צאלן פאר טערם אינשורענס, איך האב געמאכט א מהלך מיט מיין עידשענט אז איך זאל האבן גענוג קאווערידש און האל לייף אן אויסרייסן מיין טאש.
מיין ערשטע פאליסי איז געווען א קליינע האל לייף, היינט 5 יאר שפעטער האב איך אין האל לייפ 85% פון @וויכטיג מאכער'ס חשבון, אן זיך אונטערנעמען גרויסע פעימענטס,
+ איך האב ארויסגעבארגט געלט ווען איך בין געווען טייט.
פארשטייט זיך אז ביז דערווייל האב איך אויך א טערם פאליסי פאר די געפ.
It's about how you play the game.
טערם אינשורענס, איז אינשורענס, האל לייף אינשורענס איז א אינוועסטמענט
לאנג טערם סטאקס נמשל אין די s&p איז סאך א בעסערע אינוועסמענט
אוועטאר
holy yid
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

טעוועליך האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 9:23 pm
מענדל וועבער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 5:48 pm
זייער א שיינע זאך איבערצולאזן פאר די ווייב און קינדער געלט איך מיין ירישה!
אבער בסטו מחיוב צו אויסהאלטן דיין ווייב און קינדער נאך דיין טויט ?!
עס שטייט און דיין תנאים אדער כתיבה ?!

איך מאך עס נישט אוועק אינגאנצען עס איז זייער א שיינע זאך אבער האט עס עפעס א תורהדיגע מקור ?

א מקור כאולו מ'איז מחיוב ?

( איך פרעג נאר נישט ווערן ווילד......)
איך האלט מיר איין פון שרייען אויף דיר אויב ראבא קאלס איז א **** זאך דאן טריליאן מאל מער איז לייף אינשורענס די כ'וויל נישט זאגן וואס די ביסט

איך רעד פון דעם👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
מענדל וועבער אין די חתימה האט געשריבן:
ראבאקאלס איז א גוטע זאך
והוא רחום יכפר עון]
איך שטיץ אידן וואס גייען נאך געלט נישט קיין חלוק אויף וועלכע וועג !
איך בין אויך כמעט זיכער אז ווען מ’בעיט דיר געלט ביי א קרן יתומים קאמפיין גיבסטו נישט....
אז די ווילסט נישט מאכן א פאליסי דאן קענסטו גיין פלאטשקענען דיין צייט אין אנדערע אשכולות אדער קענסטו מאכן ראבא קאלס...
קיל נישט אפ די ארבייט פין וויכי....
איך מאך יעצט א פאליסי נישט ווייל ס’גוסט זיך איבריג געלט נאר מ’דארף האבן אחריות.
אז די ברענגסט אראפ קינדער אויף די וועלט נעם קעיר פין זיי בשלימות .
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

holy yid האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 11:45 pm
טעוועליך האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 9:23 pm
מענדל וועבער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 5:48 pm
זייער א שיינע זאך איבערצולאזן פאר די ווייב און קינדער געלט איך מיין ירישה!
אבער בסטו מחיוב צו אויסהאלטן דיין ווייב און קינדער נאך דיין טויט ?!
עס שטייט און דיין תנאים אדער כתיבה ?!

איך מאך עס נישט אוועק אינגאנצען עס איז זייער א שיינע זאך אבער האט עס עפעס א תורהדיגע מקור ?

א מקור כאולו מ'איז מחיוב ?

( איך פרעג נאר נישט ווערן ווילד......)
איך האלט מיר איין פון שרייען אויף דיר אויב ראבא קאלס איז א **** זאך דאן טריליאן מאל מער איז לייף אינשורענס די כ'וויל נישט זאגן וואס די ביסט

איך רעד פון דעם👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
מענדל וועבער אין די חתימה האט געשריבן:
ראבאקאלס איז א גוטע זאך
והוא רחום יכפר עון]
איך שטיץ אידן וואס גייען נאך געלט נישט קיין חלוק אויף וועלכע וועג !
איך בין אויך כמעט זיכער אז ווען מ’בעיט דיר געלט ביי א קרן יתומים קאמפיין גיבסטו נישט....
אז די ווילסט נישט מאכן א פאליסי דאן קענסטו גיין פלאטשקענען דיין צייט אין אנדערע אשכולות אדער קענסטו מאכן ראבא קאלס...
קיל נישט אפ די ארבייט פין וויכי....
איך מאך יעצט א פאליסי נישט ווייל ס’גוסט זיך איבריג געלט נאר מ’דארף האבן אחריות.
אז די ברענגסט אראפ קינדער אויף די וועלט נעם קעיר פין זיי בשלימות .
וויפעל געלט פלאנסטו צו צאלן און די נעקסטע צוואנציג יאר?
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

holy yid האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 11:45 pm
איך בין אויך כמעט זיכער אז ווען מ’בעיט דיר געלט ביי א קרן יתומים קאמפיין גיבסטו נישט....

אז די ברענגסט אראפ קינדער אויף די וועלט נעם קעיר פין זיי בשלימות .
[/quote]

צום אלעם ערשט האב איך א קליינע פראגע צו דיר

דו פלאנסט צו שטארבן ח''ו ווען דיינע קינדער זענען יונג ???
האלטסט אז דיינע זיידע'ס פאר די קריג האבן אויך געפילט פאר א מינומום אחריות צו מאכן א לייף אינשארענס ???

ווי קומט דא אריין א קרן יותמים קאמפיין ?!
וואס איז די כמעט זיכער אז איך געב נישט צדקה ?!?!
דא איז נישט די פלאץ צו רעדן וועגן געבן צדקה און איך וויל נישט פארדרייען די זאך דא אבער איך בין גרייט עס צו דיסקאסען !
נחלתי
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 11:36 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחלתי »

מאטל שניידער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 9:17 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 9:11 pm
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:25 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:23 pm
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:18 pm
איך בין א אונגערמאן מיט אפאר קינדערלעך און איך האב נישט קיין לייוו אונשורנס!!

אנדערשט נעם די געלט און לייג עס אריין אין לאנג טורם סטאקס פאר יעדע קינד עקסטער לאז עס וואקסן.

די ריטורן איז סאך גרעסער!!

נאכדערצו אויב מאכט איר א טורם פאלעסי, וואס דעמעלטס איז עס געלט און גארביטש... מיטן אויבערשטערס הילף.

דיסקלעימער: ביטע נישט נעמען קיין עדווייס פון דעם תגובה, רעדט עס דורך מיט א פענענשיל עדווייזער....
דו האסט נישט קיין טוירם אינשורענס ווייל דו קענסט מאכן מער געלט?

עם איי מיססינג סאמטינג?

סאו דו האלטסט אז דו האסט נישט קיין רעספאנסעבילעטי אויב עפעס געשעהט מיט דיר? כלל ישראל העצעך שוין זארגן פאר דיין משפחה?
כ'פארשטיי בכלל נישט וואס דו רעדסט, וואס האט מען געטוהן פאר 500 יאר צוריק? די אבי היתומים איז עפעס געגאנגען באנקראט?

איר זעהט אקעי???
איר נעמט אמאל טיילענאל? וואס האט מען געטוהן 500 יאר צוריק??? דער מלך רופא נאמן איז געגאנגען באנקראט???

וואו קומט אריין די אבי יתומים מיט אן אחריות פאר די אייגענע קינדער?
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4058
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

קרייסלער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 4:41 pm
עפעס א ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 4:38 pm
עס מאכט אויס צו די פאליסיס זענען האול אדער טוירם?
(כ'רעד לצורך אינשורענס נישט 'פאליסי')
די טערם גייט עקספייערן עט סאום פוינט, אבער נאכאלס בעסער ווי גארנישט
זאג פארקערט, דאס וואס יעדע נארמאלע מענטש מוז האבן איז א טערם פאלעסי, אז איינער קען זיך ערלויבן א האול לייף פאלעסי מה טוב ומה נאים, ער וועט עס קענען נוצן געזונטערהייט בעז"ה

אינשורענס איז עפעס וואס מען צאלט כדי אז ווען עפעס געשעהט ח"ו זאל מען זיין געדעקט, נישט א אינוועסמענט, די זעלבע מיט פייער, קאר און יעדע סארט אינשורענס
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4058
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:25 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:23 pm
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:18 pm
איך בין א אונגערמאן מיט אפאר קינדערלעך און איך האב נישט קיין לייוו אונשורנס!!

אנדערשט נעם די געלט און לייג עס אריין אין לאנג טורם סטאקס פאר יעדע קינד עקסטער לאז עס וואקסן.

די ריטורן איז סאך גרעסער!!

נאכדערצו אויב מאכט איר א טורם פאלעסי, וואס דעמעלטס איז עס געלט און גארביטש... מיטן אויבערשטערס הילף.

דיסקלעימער: ביטע נישט נעמען קיין עדווייס פון דעם תגובה, רעדט עס דורך מיט א פענענשיל עדווייזער....
דו האסט נישט קיין טוירם אינשורענס ווייל דו קענסט מאכן מער געלט?

עם איי מיססינג סאמטינג?
נאכדערצו אויב מאכט איר א טורם פאלעסי, וואס דעמעלטס איז עס געלט און גארביטש... מיטן אויבערשטערס הילף.
1) וואו איז דא פאר $100 א חודש צו קאווערן $100,000 א יאר אין צוויי יאר ארום?

2) דו לייגסט אויך אוועק אין סטאקס $500 א יאר פאר פייער אינשורענס?
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

מאטל שניידער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 10:55 pm
House arrest האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 10:52 pm
א מענטש וואס קעיר'ט נישט פאר זיין ווייב אין קינדער אויף נאכן שטארבן האט א אישו אין שלום בית,
נישט קויפן ווייל די עפארדסט עס נישט אי א נארישע תירוץ, פאר זאכן וואס איז וויכטיג שאפט מען געלט.
ער פלאנט נישט צו שטארבן, ווייל א מענטש איז דא צו לעבן ואם בגבורות שמונים שנה, סיידן אויב דער באשעפער האט אנדערע פלענער פאר אים ברויך ער זיך סיי ווי נישט זארגן, די גאנצע קאנצעפט אז מ'דארף קויפן אינשורענס איז קריעיטעד געווארן דורך שארפע סעילס לייט. די סכום פון טשארידיס גייט נישט אראפגיין נישט קיין חילוק וויפיל פאליסיס דו גייסט פארקויפן
א דאנק פאר די עווערנעס.

קאם אן.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

מענדל וועבער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 11:00 pm
House arrest האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 10:52 pm
א מענטש וואס קעיר'ט נישט פאר זיין ווייב אין קינדער אויף נאכן שטארבן האט א אישו אין שלום בית,
נישט קויפן ווייל די עפארדסט עס נישט אי א נארישע תירוץ, פאר זאכן וואס איז וויכטיג שאפט מען געלט.
זאג נאר דו האסט עפשער שוין געקויפט א חלקה און בית החיים ???
האסט שוין באצאלט פון פאראויס די קאסטן וואס די חברה קדישה בעטן ?
וואס טוט זיך מיט אייער פאר די שבעה טעג ? שוין אפגעקאכט ???

ווער גייט דעס אלעס באצאלן ???

און א נארמאלע וועלד טראכט מען נישט אז מארגן גייט מען זיך אפשטארבן !
יעדער האפט אז ווען דער טאג זיינע וועט קומען וועט ער זיין א זיידע און נישט א אונגערמאן !

וויפיל פראצענט מענטשען גייען פון די וועלד און לאזן איבער א שטוב מיט קינדער ???

און אז איינער קויפט נישט לייף אינשארענס מיינט נישט אז ער איז משיגע !

איינער וואס קויפט יא קוקט מיך אויס ווי א איד וואס זארגט זיך מער ווי ער ברויך און עס איז נישטא אזא חיוב

איך מיין די פארשטייסט אז איינער וואס קויפט זונטאג זיין שבת ארדער און גראסרי ווייל עפשער גייט זיין א קריזעס סוף וואך האט אביסל פראבלעמען יא ???
ווען די קויפסט יעצט לייף אינשארענס ווייל וואס וועט זיין מיט דיין אלמנה ?!

המממממ נאר מיין מיינוג ............
ווי איינער האט שוין אויפגעברענגט פריער, קוקט אויס אז מ'האנדעלט דא מיט א בחור וואס גייט ליידיג...

סאררי.
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 4:45 pm
קרייסלער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 4:41 pm
עפעס א ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 4:38 pm
עס מאכט אויס צו די פאליסיס זענען האול אדער טוירם?
(כ'רעד לצורך אינשורענס נישט 'פאליסי')
די טערם גייט עקספייערן עט סאום פוינט, אבער נאכאלס בעסער ווי גארנישט
כ'וואלט זייער געוואלט אז די אשכול זאל נישט אריינגיין אין די טוירם ווס האלל לייף דיבעיט...

ענדערש זאל די אשכול זיין אן אויפוואכונג צו קויפן מאקסימום אינשורענס, נישט קיין חילוק טוירם צו האלל לייף...

לאמעך זעהן, ארויף אויף דיין חתימה...

ארויף אויף סטעטוס...
אפשר דאך!? איך וויל זאלסט אביסל אויסשמועסן די טערם ווס לייף.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 10:43 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 10:12 pm
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 9:28 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 9:11 pm
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:25 pm

נאכדערצו אויב מאכט איר א טורם פאלעסי, וואס דעמעלטס איז עס געלט און גארביטש... מיטן אויבערשטערס הילף.
סאו דו האלטסט אז דו האסט נישט קיין רעספאנסעבילעטי אויב עפעס געשעהט מיט דיר? כלל ישראל העצעך שוין זארגן פאר דיין משפחה?
די זאג מיר, איך מאך טורם, איך לעב איבער די צוואנציג/דרייסיג יאר, און איך האלט ווייטער ביי אלעף, פלאס אפאר געפלאשטע אלפים. וואס יעצט?
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט עס איבערלעבן... אבער אויב ח"ו נישט, אויף וועמענס חשבון לאזט מען איבער א שטוב מיט קינדער, אויב ח"ו?
איז עס טאקע אזא גרויסע פראצענט אז איך דארף מיר באווארענען?

וואס וועלן דיינע קינדער טון אויב די אינשורענס קאמפעני קראכט? אדער זיי האלטן נישט ביים באצאלן צוליב עקס וויי זי...

איי מיען ביז ווי ווייט דארף איך גיין זיך צו זארגן פאר מיינע זיסע קינדערלעך לאחר מהו"ע?

פלאס אויף קיין שום אידיש קינד אויב גייט איינער אוועק יונג האט די פרוי אדער מאן נאכאמאל חתונה וכו' און מען הייבט אן פון פריש... איז עס נישט" אזא" גרויסע לאך..

חוץ מזה אויב איינער פילט אז ער וויל עס יא טון, אדרבא
די מציאות ווייזט אז די לעצטע פאר יאר זענען געווען הונדערטער קרן יתומים קאמפיינס, און אינשורענס קאמפאניס האבן נישט געקראכט... סאו די צוויי זאכן באלאנגן נישט אינעם זעלבן פראגראף...

עכ"פ, ווי געשריבן איך בין נישט דא צו דיבעיטן די סובדזשעקט, איך בין גרייט צו דיבעיטן ערגעץ אנדערש...

דא האבעך איין ציהל, די וואס ווילן זיין אינשורד, זיי קויפן פאלעסיס זאלן וויסן אז פראטעקשן פוירסט! די ערשטע זאך זאלסטו וויסן וויפיל אינשורענס די דארפסט! נאכדעם קענסטו דעסיידן טוירם צו האלל לייף וכו'... נישט קויף א פאלעסי מיט מינימום קאווערידזש, און רעד דיך איין אז דו האסט אינשורענס...

אדער ווי געשריבן אין קורצן... דו האסט א פאלעסי אבער נישט קיין אינשורענס!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

גפת האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 11:06 pm
House arrest האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 10:24 pm
ניין, איך בין נישט קיין לייף אונשורנס עידשענט, אבער איך האב א גוטע עידשענט.
איך האב אויך נישט ליב די איידיע פון צאלן פאר טערם אינשורענס, איך האב געמאכט א מהלך מיט מיין עידשענט אז איך זאל האבן גענוג קאווערידש און האל לייף אן אויסרייסן מיין טאש.
מיין ערשטע פאליסי איז געווען א קליינע האל לייף, היינט 5 יאר שפעטער האב איך אין האל לייפ 85% פון @וויכטיג מאכער'ס חשבון, אן זיך אונטערנעמען גרויסע פעימענטס,
+ איך האב ארויסגעבארגט געלט ווען איך בין געווען טייט.
פארשטייט זיך אז ביז דערווייל האב איך אויך א טערם פאליסי פאר די געפ.
It's about how you play the game.
טערם אינשורענס, איז אינשורענס, האל לייף אינשורענס איז א אינוועסטמענט
לאנג טערם סטאקס נמשל אין די s&p איז סאך א בעסערע אינוועסמענט
דזשאסט פאר די רעקארד, האלל לייף אינשורענס איז נישט קיין אינוועסטמענט!

עכ"פ דאס איז א דעטאל וועלעכע מין אינשורענס מ'זאל קויפן... דא איז די פוינט" וויפיל" אינשורענס צו קויפן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 12:00 am
holy yid האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 11:45 pm
טעוועליך האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 9:23 pm
מענדל וועבער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 5:48 pm
זייער א שיינע זאך איבערצולאזן פאר די ווייב און קינדער געלט איך מיין ירישה!
אבער בסטו מחיוב צו אויסהאלטן דיין ווייב און קינדער נאך דיין טויט ?!
עס שטייט און דיין תנאים אדער כתיבה ?!

איך מאך עס נישט אוועק אינגאנצען עס איז זייער א שיינע זאך אבער האט עס עפעס א תורהדיגע מקור ?

א מקור כאולו מ'איז מחיוב ?

( איך פרעג נאר נישט ווערן ווילד......)
איך האלט מיר איין פון שרייען אויף דיר אויב ראבא קאלס איז א **** זאך דאן טריליאן מאל מער איז לייף אינשורענס די כ'וויל נישט זאגן וואס די ביסט

איך רעד פון דעם👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
מענדל וועבער אין די חתימה האט געשריבן:
ראבאקאלס איז א גוטע זאך
והוא רחום יכפר עון]
איך שטיץ אידן וואס גייען נאך געלט נישט קיין חלוק אויף וועלכע וועג !
איך בין אויך כמעט זיכער אז ווען מ’בעיט דיר געלט ביי א קרן יתומים קאמפיין גיבסטו נישט....
אז די ווילסט נישט מאכן א פאליסי דאן קענסטו גיין פלאטשקענען דיין צייט אין אנדערע אשכולות אדער קענסטו מאכן ראבא קאלס...
קיל נישט אפ די ארבייט פין וויכי....
איך מאך יעצט א פאליסי נישט ווייל ס’גוסט זיך איבריג געלט נאר מ’דארף האבן אחריות.
אז די ברענגסט אראפ קינדער אויף די וועלט נעם קעיר פין זיי בשלימות .
וויפעל געלט פלאנסטו צו צאלן און די נעקסטע צוואנציג יאר?
לאמער זאגן אז ער איז 30 יאר אלט, און ער איז א גוטע - נישט די בעסטע רעיט, קאסט אים 100 דאללער א חודש פאר 20 יאר... און לכבוד דעם איז ער געקאווערט פאר 2 מיליאון דאללער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לאנטש טיים האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 12:28 am
קרייסלער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 4:41 pm
עפעס א ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 4:38 pm
עס מאכט אויס צו די פאליסיס זענען האול אדער טוירם?
(כ'רעד לצורך אינשורענס נישט 'פאליסי')
די טערם גייט עקספייערן עט סאום פוינט, אבער נאכאלס בעסער ווי גארנישט
זאג פארקערט, דאס וואס יעדע נארמאלע מענטש מוז האבן איז א טערם פאלעסי, אז איינער קען זיך ערלויבן א האול לייף פאלעסי מה טוב ומה נאים, ער וועט עס קענען נוצן געזונטערהייט בעז"ה

אינשורענס איז עפעס וואס מען צאלט כדי אז ווען עפעס געשעהט ח"ו זאל מען זיין געדעקט, נישט א אינוועסמענט, די זעלבע מיט פייער, קאר און יעדע סארט אינשורענס
איך וועל אי"ה נאכאמאל מאכן אן אשכול פאר טוירם ווס האלל לייף!

די אשכול איז פאר סטעפ וואן, האסט אינשורענס? ווילסט זיין געקאווערט? טראכט א רגע, וויפיל געלט וויל איך האבן א יאר פאר מיין משפחה אויב ח"ו בין איך נישטא... און די זעלבע אויב ח"ו די ווייב איז נישטא... נאכדעם העט מען רעדן צו טוירם צו האלל לייף... קודם מאך אפ וויפיל קאווערידזש דו דארפסט האבן!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הויז בחור
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 12:06 am

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויז בחור »

מענדל וועבער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 11:00 pm
House arrest האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 10:52 pm
א מענטש וואס קעיר'ט נישט פאר זיין ווייב אין קינדער אויף נאכן שטארבן האט א אישו אין שלום בית,
נישט קויפן ווייל די עפארדסט עס נישט אי א נארישע תירוץ, פאר זאכן וואס איז וויכטיג שאפט מען געלט.
זאג נאר דו האסט עפשער שוין געקויפט א חלקה און בית החיים ???
האסט שוין באצאלט פון פאראויס די קאסטן וואס די חברה קדישה בעטן ?
וואס טוט זיך מיט אייער פאר די שבעה טעג ? שוין אפגעקאכט ???

ווער גייט דעס אלעס באצאלן ???

און א נארמאלע וועלד טראכט מען נישט אז מארגן גייט מען זיך אפשטארבן !
יעדער האפט אז ווען דער טאג זיינע וועט קומען וועט ער זיין א זיידע און נישט א אונגערמאן !

וויפיל פראצענט מענטשען גייען פון די וועלד און לאזן איבער א שטוב מיט קינדער ???

און אז איינער קויפט נישט לייף אינשארענס מיינט נישט אז ער איז משיגע !

איינער וואס קויפט יא קוקט מיך אויס ווי א איד וואס זארגט זיך מער ווי ער ברויך און עס איז נישטא אזא חיוב

איך מיין די פארשטייסט אז איינער וואס קויפט זונטאג זיין שבת ארדער און גראסרי ווייל עפשער גייט זיין א קריזעס סוף וואך האט אביסל פראבלעמען יא ???
ווען די קויפסט יעצט לייף אינשארענס ווייל וואס וועט זיין מיט דיין אלמנה ?!

המממממ נאר מיין מיינוג ............
ראנג אשכול אלערט
איך בין נישט קיין הויז און נישט קיין בחור, עס איז סתם א אייוועלט ניק
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 9:28 pm
איך מאך טורם, איך לעב איבער די צוואנציג/דרייסיג יאר, און איך האלט ווייטער ביי אלעף, פלאס אפאר געפלאשטע אלפים. וואס יעצט?
איך האב פייער אינשורנס, מיין הויז האט זיך נישט פארברענט, גייט אריבער 20 יאר און איך האלט ביי אלעף, פלאס אפאר געפלאשטע אלפים. וואס יעצט?

דיין טעות איז אז דו מיינסט אז לייף אינשורנס איז א אינוועסמענט. בכלל נישט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 2:27 am
לאמער זאגן אז ער איז 30 יאר אלט, און ער איז א גוטע - נישט די בעסטע רעיט, קאסט אים 100 דאללער א חודש פאר 20 יאר... און לכבוד דעם איז ער געקאווערט פאר 2 מיליאון דאללער...
12
X100
--------------
1200
X20
-------
24,000
פאר 20 יאר
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!

מענדל וועבער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 12:15 am
דא איז נישט די פלאץ צו רעדן וועגן געבן צדקה און איך וויל נישט פארדרייען די זאך דא אבער איך בין גרייט עס צו דיסקאסען !
די האסט עס שוין פארדרייט!!!!!
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 3:36 pm
בס"ד
*************
אויב ביסטו פון די וואס קעירן נישט, רעדעך נישט צו דיר, איך רעד צו די אידן וואס קעירן יא פאר זייערע קינדער, איך בעט ענק, פאר די טובה פון ענקערע קינדער, טראכטס איין מינוט, איך האב טאקע א פאלעסי, אבער האב איך אינשורענס?

**************
פאר מער, שיק אן אימעיל אדער קום אין אישי...
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4058
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

טעוועליך האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 8:43 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 2:27 am
לאמער זאגן אז ער איז 30 יאר אלט, און ער איז א גוטע - נישט די בעסטע רעיט, קאסט אים 100 דאללער א חודש פאר 20 יאר... און לכבוד דעם איז ער געקאווערט פאר 2 מיליאון דאללער...
12
X100
--------------
1200
X20
-------
24,000
פאר 20 יאר
:lol:
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

טעוועליך האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 8:43 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 2:27 am
לאמער זאגן אז ער איז 30 יאר אלט, און ער איז א גוטע - נישט די בעסטע רעיט, קאסט אים 100 דאללער א חודש פאר 20 יאר... און לכבוד דעם איז ער געקאווערט פאר 2 מיליאון דאללער...
12
X100
--------------
1200
X20
-------
24,000
פאר 20 יאר
יעצט מאך די חשבון מיט פייער אינשורנס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איינס האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 9:30 am
טעוועליך האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 8:43 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 2:27 am
לאמער זאגן אז ער איז 30 יאר אלט, און ער איז א גוטע - נישט די בעסטע רעיט, קאסט אים 100 דאללער א חודש פאר 20 יאר... און לכבוד דעם איז ער געקאווערט פאר 2 מיליאון דאללער...
12
X100
--------------
1200
X20
-------
24,000
פאר 20 יאר
יעצט מאך די חשבון מיט פייער אינשורנס
134*20=

פאר 20 יאר 2,680
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

מענדל וועבער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 11:00 pm
House arrest האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 10:52 pm
א מענטש וואס קעיר'ט נישט פאר זיין ווייב אין קינדער אויף נאכן שטארבן האט א אישו אין שלום בית,
נישט קויפן ווייל די עפארדסט עס נישט אי א נארישע תירוץ, פאר זאכן וואס איז וויכטיג שאפט מען געלט.
זאג נאר דו האסט עפשער שוין געקויפט א חלקה און בית החיים ???
האסט שוין באצאלט פון פאראויס די קאסטן וואס די חברה קדישה בעטן ?
וואס טוט זיך מיט אייער פאר די שבעה טעג ? שוין אפגעקאכט ???

ווער גייט דעס אלעס באצאלן ???

און א נארמאלע וועלד טראכט מען נישט אז מארגן גייט מען זיך אפשטארבן !
יעדער האפט אז ווען דער טאג זיינע וועט קומען וועט ער זיין א זיידע און נישט א אונגערמאן !

וויפיל פראצענט מענטשען גייען פון די וועלד און לאזן איבער א שטוב מיט קינדער ???

און אז איינער קויפט נישט לייף אינשארענס מיינט נישט אז ער איז משיגע !

איינער וואס קויפט יא קוקט מיך אויס ווי א איד וואס זארגט זיך מער ווי ער ברויך און עס איז נישטא אזא חיוב

איך מיין די פארשטייסט אז איינער וואס קויפט זונטאג זיין שבת ארדער און גראסרי ווייל עפשער גייט זיין א קריזעס סוף וואך האט אביסל פראבלעמען יא ???
ווען די קויפסט יעצט לייף אינשארענס ווייל וואס וועט זיין מיט דיין אלמנה ?!

המממממ נאר מיין מיינוג ............
שלום עליכם.

איך האב הנאה אז דו שרייבסט דאס וויל איך שפיר ס'איז דא מענטשן וואס טראכטן אזוי און ס'וויכטיג אז די פראגעס ווערן ארויסגעברענגט אז מ'זאל דאס קענען אויסשמועסן.

איך האב געקאנט ערליכע אידן מדור הקדום וואס האבן אוועקגעלייגט געלט פאר די הוצאות הקבורה און אלעס ארום און געלאזט צוואה מ'זאל דייקא דאס נוצן. זיי האבן נישט געספענד פאר זיך א איבעריגע גרייצער בחייהם, געשפארט יעדע פעני, נישט אויסגעהאלטן ווען נאך א סעודות יו"ט אדער א שמחה פאלט אוועק עסן אין מיסט (אדער סתם א נאכטמאל) . אבער ביי שמחות פון די אייניקלעך האבן זיי געטיילט שיין געלט און מתנות, צו די קבורה האבן זיי זיך אוועק געלייגט געלט און ביי די שבעה זענען די גבאי כולל שומרי החומות געקומען פארציילן אז די אידן האבן געקויפט א קרן אז מ'זאל לערנען פאר זיי משניות און זאגן קדיש לאחר פטירתם טראץ וואָס זיי האבן געהאט קינדער, יא מ'האט געטראכט פון דעם מארגנדיגער טאג.

צו עפ"י הלכה מעג מען אבער מ'טאר נישט קויפן לייף אינשורענס אדער חתונה פאליסי זאלט איר פרעגן א מורה הוראה (זאגט אים אז דארפט בהירות צו שמועסן אויף אייוועלט) אדער עפענען א שמועס אין 'ידיעות התורה' פארום.

צום ענין, קיינער זאגט נישט אז איר מוזט, מיר ווייסן אפילו נישט וואס דאס ווארט 'מוז' באדייט.

דא רעדט מען צו מענטשן וואס נאטורליך קערן זיי פאר זייערע קינדער ברוחניות ובגשמיות נאר צוליב וואס דאס ענין שפירט מען נישט די צער בחיים און צוליב וואס ס'געשהט טאקע נישט יעדן טאג (וכן יעזור ה' להלאה) , כאפט מען זיך נישט ווי פאר א נישטיגע פאר דאלאר קען מען אזויפיל צער איינשפארן פאר די אייגענע ווייב אין קינדער.

פאר דער וואס קען זיך נישט מצייר זיין יענעםס צער בכלל אפילו נישט פון די אייגענע ווייב און קינדער, ספעציעל ווייל ער גייט שוין נישטא זיין ביי די צער, צו די ווענד מען זיך נישט, דאס איז אן אנדערע מין סוג בכלל.

דא רעדט מען צו מענטשן וואס אויב זייער דיין האלט אז מען טאר נישט קויפן לייף אינשורענס גייען זיי זיך בייסן די ליפן און נישט קויפן, אבער ס'גייט זיי ביטער שווער אנקומען דאס פאלגן. ס''קען אפילו זיין זיי וועלן צוליב די גרויסע נסיון זאגן אז אויף די זאך פארלאז איך מיך אויף א צווייטן דיין.

פארוואס? ווייל די נאטור פון מענטשן איז צו קערן אויף קינדער און אייניקלעך, אזוי זענען געזונטע מענטשן באשאפן געווארן לטובת הבריאה. רוב מענטשן ווילן אז זייער קינדער זאלן גיין אין גוטע וועגן ווען זיי זענען שוין אלט, ווען זיי קאלכען שוין און אפילו לאחר פטירתם. רוב מענשטן ווילן אז זייער קינדער און אייניקלעך זאלן האבן א גליקלעך רואיג לעבן, רוב מענשטן ווילן בחייהם אז לאחר פטירתם זאָל מען האבן פון זיי גוטע זכרונות, נישט יעדער איז אזוי שטארק ווי דיר וואס דו קענסט דיך איצט גובר זיין ווייל דו ווייסט אז דעמאלטס גייט מען זיי ווי נישט האבן די געפיל. ס'איז לטובת הבריאה אז מ'קערט אויף שפעטער, אזוי זענען רוב געזונטע מענשטן באשאפן געווארן דורך דעם באשעפער אליין.

איצט וויל איך פלעין וויסן ווען ביסט לעצטע מאל געווען אינוואלווד ביי א קרן יתומים קאמפיין, נישט צו די האסט געגעבן צו נישט, נאר צו די ביזט אינוואלווד און מיטגעהאלטן וואס דאס מיינט.

קאמפיין האב איך געזאגט? די קאמפיין איז א קלייניקייט. דו ווייסט וואס ס'טוט זיך לפניו ולאחריו, האסט אן איינוג וואס הארץ עסענישן, די עסקנים, רבנים, נאנטע קרובים און די אלמנה ויתומים דירעקט גייען דורך?

איך האב שוין געהאט די זכיה צוויי מאל צו זיין אינוואלווד אין קרן יתומים'ס, דו האסט אן איינונג וויפיל שעות דאס קאסט? וויפיל מיטינג דאס פארנעמט? וויפיל הארץ עסענישן דאס עסט? וויפיל טרערן פליסט פון די אלמנה און די קינדער? וויפל בושות זיי גייען דורך ווען יעדע באשלוס איבער זייער בודזעט ווערט אויס געשמוסט ביי א וועד וואס דארף זיך ספראווען ציט די גרויסע אחריות מיט הקדש געלט וואס ליגט פאר זייערע אויגן, די עוון פלילי פון טוהן עפעס נישט ריכטיג מיט יתומים געלט, מיט די פאקט אז ס'איז נישט אריינגעקומען וויפיל מ'האט זיך גערישט אבער ביי די חתונה גייט זיין שווער נאכאמאל צו גיין נאך געלט? מיט די זודיגע טרערן פון די אלמנה וואס קרויזט אויס איר קרובי המשפחה וואָס זענען אינואלוולד און רופט אן דירעקט דעם קאלטן אויסגערעכנטן עסקן וואס פרובירט צו האלטן די קאסע אין די ראמען אים מיטצוטיילן איר גורל'דיגע צער, וואס זי איז אלץ דורך אין די תקופה וואס איר בעל נעוריה איז געווען נישט געזונט, וואס זיי גייט דורך זייט ער האט איר איבערגעלאזט מיט א שטוב מיט קינדער, וויאזוי די קינדער זענען טראמעטייזט און צעחושט, וויפיל זי וויינט צוזאם אליין צו די פיר ווענט אז איינער זאל זיך אומקוקן. "פאר קיינעם האב איך נאכנישט געזאגט אבער פאר אייך העלעך זאגן, איר זענט דאך א קלוגער און בעל אחריות, איך שפיר מ'קען אייך טראסטן. מיין 10 יעריגע איז אייביג געווען אזוי און אזוי, זייט מיין מאן איז נישט געזונט געווארן האט עס אים ממש אפעקטירט, נאכן פטירה איז דאס אינגאנצן ארויס פון קאנטראל. מומחים זענען אינוואלווד, חי' לייפליין טוט א געוואלדיגע ארבעט, איך זעה ווי זאכן גייען זיך צוביסלעך סעטלען אבער אינדערצווישן שפיר איך נישט ווי ער איז מיין קינד, ער צו ווארפט מיר נאך אלץ די הויז, ס'אפעקטירט די איבעריגע קינדער, מיר איז די גרינגסטע צו זיין אין לאנדרי און זיך מאכן ווי איך וואש וועש און למעשה וויינען ווי איידער שפילן מאמע בשעת איך קען סיי ווי נישט הענדלן, ס'איז קצתי בחיי.

איך ווייס איר ווילט אוועק לייגן אויף שפעטער און איך פארשטיי דאס אבער איך מוז האבן אפאר עקסטערע דאלאר צו קאנעקטן מיט מיינע קינדער, זיי אריינברענגען ליבלעכקייט און פרייליכקייט, זיי זאלן שפירט עטוואס ווי כאטשיג א מאמע האבן זיי.

איך בעט אייך זאגטס עס נישט נישט איבער ביי די מיטינג ווייל דער אנדערע פון די וועד, זיין ווייב איז געגאנגען מיט מיר אין קלאס, זי איז געווען מיין כמו קאמפעטישן און איך האב איר אייביג געוויזן אז איך בין א שטארקע, אין פאקט ביי די שבעה האט זי פרובירט מיך צו מחזק זיין אבער איך האב נישט ארויסגעוויזן קיין איבעריגע הרגשים ווייל פאר איר מוז איך ווייזן אז איך קען עס הענדלן. איך ווייס אז איר זענט דא פאר מיר און מיין משפחה, מיין פון אויבן וועט זיכער זיין א מליץ יושר, טרעפטס א וועג צו משכנע זיין דעם וועד אז מ'זאל מיך לאזן האבן אפאר עקסטערע דאלאר (שווערע טויזנטער) איבערצוקומען די שוועריקייטן".

בשעת די וועד אין די רב פלאגן זיך צו טרעפן די ריכטיגע באלאנס, דארף מען הערן פון מענטשן וואס האבן געגעבן געלט צום קאמפיין און פרעגן מיט רעכט, נישט פון שלעכטקייט "איך האב נישט טענות און איך פריי מיך אז איינער טוט אבער וואס דארף איך זאגן פאר מיין ווייב אז איך האב געגעבן אזא סכום עצום בשעת דארט איז דא א שיף אן א רודער, איך האב נישט דעס און יענץ, איך נאך די וואך אפגעזאגט אין שטוב ווייסעך וואס אבער דארט הער איך אז די טאכטער איז געפארן אין די מרחקים און דער זוהן פון צען יאר קויפט איין אין גראסערי לייק דער איז "נאו טומארוא". איך פארשטיי די מצב איז פארווייטאגט אבער מ'האט מיך איינגערעדט אז ס'איז א פאראנטווארטליכע טיעם וואס נעמט קער פון יעדע פעני, איך ווילט פשוט וויסן צו איר ווייסט וואס דארט גייט פאר".

פאר איינעם האב איך געענטפערט,"מה דאך ביי דיר אינדערהיים איז שווער צו האלטן די לייצעס פון די בודזשעט, קל וחומר ווען ס'איז א פרעמדע אלמנה וואס איז ענלד און פארווייטאגט און זי דארף הערן פון א פרעמדע מענטש וועלכע סקוטער פאר איר פארוויינטע יתומ''ל איז שוין טו מאטש און וועלכע אייזקרים אדער שווימען-גאגלס איז פון די טייערע מיני, רוב קינדער קויפן די ביליגערע. איך אלץ עסקן האט שוין געספענד שעות על גבי שעות צו שאפו געלט און אויפצושטעלן דעם קרן אבער מיר זוכן נאך איינער וואס זאל וואלנטירן איר צו זאגן פונטליך אז צוליב די באגרעניצט קאסע איז נישט אחריות'דיגע קויפן רעדי אויפגעשניטענע פרוכט, נאכמער איך ווייס אפילו נישט צו זי מוז קויפן א מתנה צו איר נעפיוס בר מצווה, יעדער ווייסט אז זי איז די אלמנה, מ'האט נארוואס צוזאם געשטעלט געלט, ס'איז נאך געבליבן שווער חובות אנגעזאמלט, וועט זי נישט קויפן א מתנה, ביג דיעל. ווילסט איר עס זאגן? דו ווילסט זיין דער דעדיקעיטעט מענטש ממונה צו טאהן וואס א מאן איז אויך נישט אינגאנצן מצליח צי טוהן מיט זיין אייגענע ווייב? "

איצט איז שוין יענער באליידיגט כאילו כ'האב אים אריינגעפליקט, פערצופאל האט ער מיר געגעבן שענער ווי געראכטן צום קאמפיין און נאך משכנע זיין חבר אויך צו געבן שיין, ער איז געקומען מיט א בארעכטיגטע ווייטאג און כ'וואלט עס געדארפט אפשר שענער באהאנדלען.

אבער איך בין פעד אפ.

ווער מיינסטו האט געמאכט ערבים? עסקנים, עשירים און רבנים וואָס זענען דאס דורכגעגאנגען נישט איינמאל און נישט צוויי מאל צו טרעפן א וועג וואס זאל עטוואס לינדערן די שוועריקייטן פון די נותנים, די משפחה, און די עסקנים. ערבים איז א קוגל וואס מ'האט עס אויסגעשטעלט אויף אזוי אופן ס'זאל אביסל שטימען.

אבער ווי וויכי זאגט איז דאס גאר ווייט פון גענוג.

דער אויבערשטער האט געהאלפן אז פאר נארישע פאר דאללער א יאר וואס מאכט נישט קיין גרויסע דענט אינעם בודזשעט קען מען פארגרינגערן פאר די אייגענע בלוט און פלייש אז אויב ח"ו עפעס פאסירט זאל זיין אפאר דאלאר מיט וואס צו ארבעטן, מיט וואס צו שפילן ביז מ'טרעפט א זיווג שני און טאקע דאס קען אסאך מאל אויסמאכן צו מ'האט עפעס געלט ס'זאל נישט פאלן די לאסט אויפן נייעם מאן.

איך בין נייגעריג צו ס'איז דא איין עסקן אדער רב וואס איז געווען אינוואלווד אין קרן יתומים'ס וואס שטעלט א ספק צו צ' מעג קויפן פאליסיס.

און דיין שאלה איז?
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”