די פארגעסענע קאנטראקט...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
די פארגעסענע קאנטראקט...
גענוג איז גענוג! האט ער געקלאפט אויפן האלצערנעם טישל, איך דארף א פארלעסליכער סעקרעטאר!
איינער וואס זאל קעיר נעמען פון אלע דאקומענטן און פאפירן, און זיכער מאכן אז די ביזנעס קען זיך פארשפרייטן אויף די לענג און די דיק, הערסט? האט שמעלקא אויסגעגעבן זיין כעס אויף זיין נעבכדיגע שיתוף.
אומר ועושה, שמעלקא האט זיך גלייך גענומען צום ארבעט אפיר צו זיכן א געלינגענע דינסט. מען האט געלייגט מודעות אין אלע צייטונגען געהאנגען צעטלעך אויף אלע גאסן און פארשפרייט ליפטלען. אימעטום האט מען מפרסם געווען די קריטישע נייעס אז שמעלקא זיכט א סעקראטאר.
א טויגליכע סעקראטאר געזיכט! איז געשטאנען אין 'באָולְד', גאר גוט באצאלט פאר די ריטיגע קאנדידאטקע, פאר מער אינפארמאציע
רופט שוין; שמעלקא'ס שמעקלעריי.
ווי נאר די נייעס איז פארשפרייט געווארן אויפן גאס, האבן די טעלעפאנען נישט אויפגעהערט צו קלינגען, יעדער וויל דאך ארבעטן אינטער שמעלקא.
ס'איז נישט געווען קיין לייכטע ארבעט צו דורכזיפן אלע הונדערטע אנבאט צעטלעך וועלעכע האבן אריינגעשטראמט ווי שוואמען נאך א רעגן. די פאקס מאשין האט געהאלטן און איין אויסשפייען פרישע פאפירן אנגעפילט מיט דעטאלירטע אינפארמאציע איבער די יעניגער אפלעקאנט'ס טאלאנטן און עקספערטיזן.
און אזוי איז שמעלקא געזעצן שעות ארוכות איבערגעבויגן איבער די אלע צעטעלעך און שטודירט יעדער איינס באזינדער מיט א ערענסטקייט.
אה! איך האב עס, האט שמעלקא אויסגעשריגן מיט פרייד. דאס איז דאס, אזאנס האב איך געזיכט, האט ער געשריגן בשעת'ן צייגן מיט די האנט אויף איין ספיציפישע קוויטל, זי האט אלע מעלות וואס ס'פעלט זיך אויס פאר די דשאב, קלוג, צוזאמגענומען, גיטע סאציאלע סקילס, און זי האט אויך די נויטיגע עקספיריענס. וואו! איך מוז איר אויפנעמען!
שמעלקא האט גלייך באשטימט א זיצונג מיט איר אויף די קומענדיגע טאג. און כך הווה, מען האט זיך טאקע אוועק געזעצט אויף א לאנגע מיטינג און דיסקוסירט אלע איינצעלהייטן וואס ס'פעלט זיך אויס פארן ארבעט. און נאך א צוויי שעה'דיגע מיטינג איז מען זיך אדורכגעקומען אויף אלע פרטים און בס''ד געסיינט קאנטראקט. מארגן זיבן דרייסיג וויל איך דיר זעהן אין אפיס, פיין? פרעגט ער פון זיין נארוואס געווארנער ארבעטארין, יא האט זי צוגעשטימט. א שטיין איז אראפ פון שמעלקא'ס שווערן הארץ, פיינעלי וועל איך האבן איינער וואס וועט מיר העלפן.
די נעקסטע אינדערפרי זעקס אזייגער איז שוין שמעלקא געווען אין זיין אפיס, ער האט אנגעגרייט די אנדערע צימער פארן סעקרעטאר און זיך געזעצט ווארטן אויף דעם גליקלעכן מאמענט ווען זיין ביזנעס וועט זיך אויסברייטערן מיט א דריטל.
די אלטער האלצערנעם זייגער האט זיך געריקט שטייטליך און שווער געקרעכצעט בשעת'ן מאכן לאנגזאמער פארשריט. אה, ס'איז זיבן דרייסיג, שמעלקא'ס נאז האט יעצט פארמאגט עפעס א הימעלישע שיין. און ער האט זיך אויפגעשטעלט צו פארעכטן זיין שלייקעס. מיט ווארטענדע אויגן קוקט ער צום פענסטער צו זעהן ווען די סעקראטאר גיין שוין אנקומען.
נע, 'זי איז נישט אזא פונקליכער', האט ער זיך אויסגעדריקט נאך פינף לאנגע מינוט פון ווארטן. די גלאזערנע פענסטער איז שוין געווען פארהויכט פון זיינע פילע שווערע אטעמעס אבער דאס סעקרעטאר איז נישט צום געפינען.
שוין, ווי לאנג קען מען ווארטן. באין ברירה האט ער זיך אוועקגעזעצט און אנגעהויבן ווייטער צו גיין מיט זיין טעגליכע רוטין.
נאך א האלבע שעה איז פארביי און שמעלקא איז שוין געווארן פרוסטירט, איך פארשטיי נישט וואס זי טראכט, אונז האבן דאך עפעס אפגעמאכט, א מחוצפת! נאך א שעה און נאך שעה, און שמעלקא ווארט און ווארט,
שוין, ס'זעהט שוין נישט אויס ווי ס'גייט נאך עפעס ווערן.
אזוי זענען דורך טעג, און וואכן...
דער באשעפער איז ארומגעגאנגען און געזיכט א פאסיגע קאנדידאט וואס זאל ווילן מקבל זיין די הייליגע תורה,
די אראבישע רוצחים האבן עס אפגעזאגט, און די ראמעינישע וועקיום קלינערס האבן דאס אוועקגעמאכט. ענדליך האט די רבוש''ע אנגעטראפן די הייליגע אידן בני אברהם יצחק ויעקב וועלעכע האבן געשריגן נעשה ונשמה מיט עקסטאז, שוין מיט איין שמחה האט מען געשלאסן די קאנטראקט, צוגעזאגט א גוטע לוין און אפגעמאכט די טערמינען ארום דעם דיעל.
פיין, שבועות איז אריבער, מען האט געפראוועט סעודות און געפיירט די גרויסע שמחה. מען האט מקבל געווען די תורה! יעצט ווארט דער רבש''ע מען זאל זיך נעמען ארבעטן,
זיך נעמען צום לערנען...

( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
- מענדל וועבער
- שר חמש מאות
- תגובות: 714
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am
Re: די פארגעסענע קאנטראקט...
האסט א פיינעם פענע ! ( מארקער)- אבער אין די נקודת הדברים בין איך מחלוק !
כלל ישראל נאך אזויפיל יארן זיין און גלות זעמיר ווי א סעקרעטאר וואס איז זיך מוסר נפש פאר די קאנטראקט !!!
עס איז גארנישט אזא פארגעסנע קאנטראקט ב''ה אידענטום בליעט .....

- באשיינפערליך
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4764
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
- לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...
Re: די פארגעסענע קאנטראקט...
וועגן סאכדעס האט אראפגענומען זייער הכשר מיינט נישט אז מעגסט אראפרייסן כלל ישראל....
פיינע פעדער (ווי אייביג!) גוטע משל, אבער די נמשל איז נישט אזוי גוט געלונגען דאס מאל!!

- שלמה מולכו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4181
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
- לאקאציע: אין פעלד
Re: די פארגעסענע קאנטראקט...
זייער א שטארקע אין אמתע נקודה.
גיימיר לערנען.
גיימיר לערנען.
פון רעמסס קיין ניו יארק
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
Re: די פארגעסענע קאנטראקט...
זייער זיס און געשמאק. אן אייזענע פענע
[email protected]
אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן

- קענסט מיר נישט
- שר האלפיים
- תגובות: 2738
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
- לאקאציע: ביד השם
- פארבינד זיך:
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: די פארגעסענע קאנטראקט...
WOW!! ווי נעמט מען א בוטשער מיט אזעלכע השגות???
דאס איז פון טעגלאש??
ניין!! בימינו אלה, תשפ"ג. נו אויב אזוי, -- זיי ממשיך --
דאס איז פון טעגלאש??
ניין!! בימינו אלה, תשפ"ג. נו אויב אזוי, -- זיי ממשיך --
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: די פארגעסענע קאנטראקט...
הנה׀ ימים באים נאם אדני ה' והשלחתי רעב בארץ לא־רעב ללחם ולא־צמא למים כי אם־לשמע את דברי ה': (עמוס פרק ח פסוק יא)
- יעך פארשטיי
- שר חמש מאות
- תגובות: 568
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:19 am
- לאקאציע: אין הימעל
Re: די פארגעסענע קאנטראקט...
לא המשל העיקר אלא המעשה
יא לאמיר נישט לאזן ווארטען אונזער טאטע אין הימל

אַכָּבֵּ"י
הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה הָשָׁתָא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְנֹ"א
הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה הָשָׁתָא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְנֹ"א
Re: די פארגעסענע קאנטראקט...
@מענדל וועבערמענדל וועבער האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 04, 2023 10:52 pmהאסט א פיינעם פענע ! ( מארקער)- אבער אין די נקודת הדברים בין איך מחלוק !
כלל ישראל נאך אזויפיל יארן זיין און גלות זעמיר ווי א סעקרעטאר וואס איז זיך מוסר נפש פאר די קאנטראקט !!!
עס איז גארנישט אזא פארגעסנע קאנטראקט ב''ה אידענטום בליעט .....
ווען מען מאכט א משל אז דער אייבערשטער איז די קעניג און כלל ישראל איז די פרינץ וגו וגו מיינט עס נישט אז די אייבערשטער איז טאקע די קעניד פון די מעשה...
דא האב איך נישט געמיינט צו ארויסברענגען אז כלל ישראל 'האט' פארגעסן, נאר כ'האב געוואלט ארויסברענגען וויאזוי ס'קוקט אויס איינער וואס לערנט נישט...
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
- מענדל וועבער
- שר חמש מאות
- תגובות: 714
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am
Re: די פארגעסענע קאנטראקט...
שבת תשובה דרשה ???בוטשער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 05, 2023 1:34 pm@מענדל וועבערמענדל וועבער האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 04, 2023 10:52 pmהאסט א פיינעם פענע ! ( מארקער)- אבער אין די נקודת הדברים בין איך מחלוק !
כלל ישראל נאך אזויפיל יארן זיין און גלות זעמיר ווי א סעקרעטאר וואס איז זיך מוסר נפש פאר די קאנטראקט !!!
עס איז גארנישט אזא פארגעסנע קאנטראקט ב''ה אידענטום בליעט .....
ווען מען מאכט א משל אז דער אייבערשטער איז די קעניג און כלל ישראל איז די פרינץ וגו וגו מיינט עס נישט אז די אייבערשטער איז טאקע די קעניד פון די מעשה...
דא האב איך נישט געמיינט צו ארויסברענגען אז כלל ישראל 'האט' פארגעסן, נאר כ'האב געוואלט ארויסברענגען וויאזוי ס'קוקט אויס איינער וואס לערנט נישט...
Re: די פארגעסענע קאנטראקט...
מענדל וועבער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 05, 2023 1:36 pmשבת תשובה דרשה ???בוטשער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 05, 2023 1:34 pm@מענדל וועבערמענדל וועבער האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 04, 2023 10:52 pmהאסט א פיינעם פענע ! ( מארקער)- אבער אין די נקודת הדברים בין איך מחלוק !
כלל ישראל נאך אזויפיל יארן זיין און גלות זעמיר ווי א סעקרעטאר וואס איז זיך מוסר נפש פאר די קאנטראקט !!!
עס איז גארנישט אזא פארגעסנע קאנטראקט ב''ה אידענטום בליעט .....
ווען מען מאכט א משל אז דער אייבערשטער איז די קעניג און כלל ישראל איז די פרינץ וגו וגו מיינט עס נישט אז די אייבערשטער איז טאקע די קעניד פון די מעשה...
דא האב איך נישט געמיינט צו ארויסברענגען אז כלל ישראל 'האט' פארגעסן, נאר כ'האב געוואלט ארויסברענגען וויאזוי ס'קוקט אויס איינער וואס לערנט נישט...
לצנות אחת דוחה...
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm
Re: די פארגעסענע קאנטראקט...
איך מיין אז לא הנמשל עיקר אלא המעשה.
די מעשה איז זייער שיין, עס איז גיט פאר א התעוררות. אבער בדרך כלל די אידן וואס דרייען זיך דא האבן פון דעם קאנטראקט נישט פארגעסן.
אז איך האב שוין די קיבארד אין די האנט וועל איך זיך ערלויבן צו פרעגן א נער׳ישע שאלה.
די מעשה וואס די פארציילסט אזוי שיין מיט דיין גאלדענעם פעדער, ווען האט דאס פאסירט? איך דענק אז ווען מען האט נאך גענוצט פאקס מאשינען האט מען אין די אידישע שפראך נישט גענוצט די ווארט ״דעטאלירטע״.
נו, איך וויל נישט פארדרייען די שמועס, פונקט ווי פון אלע דיינע ארטיקלען, האב איך פון דיע אויך זייער הנאה געהאט.

מיין טלית ווייבערעיט פון התעוררות מיין אויגן ציפט שוין פון האלטן אזוי לאנג אפן
זייער גוט געשריבן!
זייער גוט געשריבן!
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער