די חופה שטייט און דער חתן זיצט...

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ר' אבנר
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 3:27 am
לאקאציע: אין צענטער פון מחאה

די חופה שטייט און דער חתן זיצט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' אבנר »

די חופה שטייט שוין ענדליך גרייט,
אבער דער חתן?!
ליידער, נישט ער שטייט און נישט ער גייט!

ווען משה'לע איז געבוירן געווארן אלס דריטע קינד למשפחת יארעסלאוויטש, איז געווען א שמחה אין אלע עולמות. קיין עין הרע א זיס קינד, בא'חנ'ט און באליבט, יעדער ווערט באצויבערט פון זיין זיסע שמייכל. אפילו זיין וויינען נערווירט נישט, נאר אדרבא! מ'האט הנאה צוצוקוקן וויאזוי השי"ת האט געשאנקען א ספעציעלן טאלאנט צו קענען באקומען זיינע באדערפענישן אויף זיין אייגנארטיגן אופן.
דער טאטע ר' יעקב איז א חשוב'ער כולל אינגערמאן וואס איז מער ווי אנגענומען צווישן זיינע באקאנטע. דער ווארט אויף זיין גריס און גוט ווארט, און יענער קומט צו אים איבערשמועסן א שטיקל תוספות. קיין עושר איז ער טאקע נישט, אבער ווי נישט ווי, איז ער מצליח אינאיינעם מיט זיין אשת חיל דורכצושטופן דעם טאג.
אפילו דער מינדערוויכטיגער געבורטס פעלער אין משה'לעס פוס, האט מען נישט באטראכט ווי עפעס א פראבלעם, נאר ווי א חלק פון די פיצי אותיות אונטן פון א דאקומענט, וואס דער דאקטאר דארף פשוט מוסר מודעה זיין פאר לעגאלע צוועקן, כדי צו פארמיידן אנקלאגעס.
ביז....
ווען משה'לע האט אנגעפאנגען צו וואקן, איז דאס הינקען געווען בלויז אקעגן עין הרע... נו, ער וואקט און פאלט, אזוי לערנט מען זיך. אבער ווען יארן זענען פארביי, איז דער פראבלעם נישט געווארן בעסער נאר ערגער. און וויפיל עסקנים האבן געהאלפן און דאקטוירים האבן פרובירט, דארף ער סוף כל סוף אנקומען צו די הילף פון א רעדער שטול. דאס בעסטע מיט וואס מ'האט אים געקענט העלפן, איז צו פארשאפן דעם פארגעשריטענעם סארט וואס מ'קען קאנטראלירן עלעקטעראניש.
טראץ דעם אלעם, האט דער בחור פארגעזעצט צו שטייגן אין אלע ענינים. דאווענען און לערנען און מידות טובות, פיל מער ווי מיר קענען ערווארטן פון איינעם וואס מוטשעט זיך אזוי שטארק. און אנדערש ווי אסאך אומפארגינערישע שווארצע נבואה-זאגערס, האט ער ב"ה זוכה געווען צו אן אויסנאם הערליכע שידוך!! וואס טייטש? א גאר ערליכע געראטן מיידל וואס האט זיך ליידער פארברענט איר אריגינאלע פוס און זי דארף נוצן א פאלשע.
נאך א זאך, ער דארף אריבערשפרייזן דעם אטלאנטיק כדי צו וואוינען מיט זיין באשערטער.
לאמיר אים העלפן! דער טאטע האט נאך קינדער אין שטוב וואס ער דארף זיי אויך חתונה-מאכן און ב"ה אז זאכן האבן זיך אנגעפאנגען צו רירן. און יעצט דארף מען בלויז געלט!!! ווארפט אריין א שיינע נתינה אין מיין פעידזש און לאמיר צוענדיגן דעם אזוי-וויכטיגן רעמפ ביי זיין דירה אינאיינעם מיט די איבעריגע הוצאות החתונה.

https://www.dryveup.com/mitzvatantz/
אוי באשעפער לייז אונז שוין אויס.......
אוועטאר
ר' אבנר
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 3:27 am
לאקאציע: אין צענטער פון מחאה

Re: די חופה שטייט און דער חתן זיצט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' אבנר »

פריוואט לינק אין אישי
אוי באשעפער לייז אונז שוין אויס.......
אוועטאר
ר' אבנר
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 3:27 am
לאקאציע: אין צענטער פון מחאה

Re: די חופה שטייט און דער חתן זיצט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' אבנר »

פליז לייגטס דא
https://www.dryveup.com/mitzvatantz/7997
אוי באשעפער לייז אונז שוין אויס.......
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”