נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 4:17 pm
הכל הבל האט געשריבן:
אין 2004 למספרם האבן מייקל און שאנטעל סאקעט האבן אפגעקויפט א ליידיגע שטח ביי א טייך נעבן די אמעריקאנע גרעניץ מיט קאנאדא

נאכן ערהאלטן די נוטיגע פערמיטן צו בויען דארט זייער היים האבן די סאקעט פארפאלק אנגעהויבן צוגרייטן די באדן פון די אומגעפער צוויי דריטל אקער לאנד און אויפגעגראבן דארט שטיינער און זאמד

קורצליך דערויף האבן זיי ערהאלטן א בוי אפשטעל ארדער פון די ענווייראמענטאלע באשיצונג אגענטור וועלכע האט ערקלערט אז די פלאץ זיצט אויף נאסע ערד און איז באשוצט אונטער די ריינע וואסער אקט געזעץ וועלכע פארבאט דאס גראבן דארט צוליב די שעדליכע פאלושן

די אגענטור האט זיי באפוילן צוריקצושטעלן די שטח צו איר ארגינעלע אויסקוק און ארויפגעשטעלט א שטראף פון 40 טויזנט דאלער פאר יעדע טאג וואס די ארדער ווערט איגנארירט

אין 2008 למספרם האט די סאקעט פארפאלק אריינגעטראגן אן אנקלאגע אין פעדעראלן געריכט וואו די צוויי זייטן האבן זיך צו ערשט אויסגעקעמפט אויב די סאקעט'ס קענען בכלל נעמען די קעיס גראד צום פעדעראלן געריכט אדער דארף צו ערשט דורכגיין אנדערע פראצעדורן

די פראגע האט געלאנדעט אין סופרים קאורט וועלכע האט אין 2012 למספרם איינשטימיג געשריבן אז זיי קענען זאפארט מאכן זייער קעיס אין פעדעראלן געריכט

זיך טרעפנדיג צוריק אין פעדעראלן דיסטריקט געריכט האט ריכטער עדווארד לאדזשע (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער ערשטער) אויסגעהערט די קעיס און געאורטיילט אין שטיצע פון די EPA שרייבנדיג אז די נאסע ערד פון זייער באדן אווערט פאררעכנט אלץ פארבונדן צום טייך וועלכע לויפט ביים גרעניץ און ווערט פאררעכנט אלץ אמעריקאנע וואסערן (וואער וואס באלאנגט צו די רעגירונג און קאנגרעס קען עס רעגולירן)

די פארפאלק האט אפעלירט די אורטייל צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם אונטערשטן געריכט און די סאקעט'ס האבן זיך ווידער געוואנדן צום העכסטן געריכט

די פארפאלק האט געבעהטן פונעם געריכט ווידער אריינצוקוקן אין א פריערדיגע סופרים קאורט אורטייל פון 2006 למספרם ווען א מאיאריטעט אויפן געריכט האט איינגעשטימט אז "די ריינע וואסער אקט טוט נישט רעגולירן יעדע סארט נאסע באדן" אבער יענע אורטייל האט נישט באוויזן צוזאמצושטעלן א מאיאריטעט וועלכע זאל אוועקשטעלן וואס עס זענען יא די קלארע סטאנדארטן אויף ווען יא און ווען נישט און דערמיט האבן זיי אפן געלאזט פאר די נידריגע געריכטן אליינס צו באשטימען די ריכטיגע צוגאנג דערצו

אין אונזער קעיס האט טאקע די ניינטע קרייז געריכט באשטימט די סטאנדארד לויט זייער געשמאק און אצינד איז די געריכט איינגעגאנגען איבערצוקוקן אויב זיי זענען צופרידן מיט די ניינטע קרייז געריכט אפטייטש

די סאקעט'ס שרייבן אז די געריכט דארף אדרעסירן צוויי צוויי הויפט פראגן וועלכע וועט דעצידירן די קעיס:

1) אויב די נאסע באדן אין זייער קעיס קען אפילו הייסן פארבונדן מיט די טייך אין די צייט וואס אין פאקט טוט זייער שטח נישט אנרירן די טייך נאר עס לויפט אריבער א שטיינערנע שטראז און א רייע הייזער וועלכע קוקן צום טייך און איז צווישן די סאקעט באדן אין די טייך און אפילו אויב עס פליסט וואסער פון אונטער די ערד איז עס פון די טייך צו זייער באדן און נישט די אנדערע וועג וואס דאס מיינט אז זייער באדן ווערט צומאל אויב מעגליך באשווענקט דורך די טייך אבער איז נישט טייל פון איר

די טענה לויטעט אז קאנגרעס האט ניטאמאהל אינזין געהאט אזא סארט נאסע ערד וואס איז נישט פאקטיש פארבונדן מיט די טייך אדער אקעאן

די אגענטור ווארפט אפ די באהויפטונגען זאגנדיג אז אפילו אויב עס איז נישטא א פיזישע מערקבארע פארבינדונג צווישן די נאסע באדן אין די טייך איז די צוועק פון די געזעץ צו באשוצן די וואסער און אויב טוט די בוי ארבעט שעדיגן די טייך דערנעבן איז דאס זעלבסט גענוג פארבינדונג אריינצושלעפן די באדן אונטער די רעגולאציע

זיי ווייזן אן אז אז זיין מיינונג אין די 2006 למספרם אורטייל האט ריכטער קענעדי געשריבן אז לויט אים טוט די געזעץ רעגולירן נאסע ערד אויב זי האט א ערנסטע פארבינדונג מיט די וואסער וועלכע ווערט געדעקט אונטער די געזעץ און אויב עס האט אן ערנסטע אפעקט אויף די קוואליטעט פונעם וואסער

2) אפילו אויב קאנגרעס האט עס יא אינזין געהאט איז די פראגע אויב קאנגרעס איז באפולמעכטיגט צו רעגולירן נאסע פריוואטע ערד בלויז ווייל זי איז פארבונדן מיט אזא שוואכע שייכות צו אמעריקאנע רעגירונג וואסערן

אין די מינוטן טוען די סופרים קאורט ריכטער אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס
אקעי, עטליכע נאטיצן ארויס פון געריכט

דאמיען שיף האט געמאכט די קעיס פאר די סאקעט פארפאלק און געמוטיגט די ריכטער צו באשטימען א סטאנדארד פאר ווען נאסע ערד קען ווערן אפעקטירט פון די ריינע וואסער אקט צו בלויז פעלער ווען די באדן מישט זיך צוזאם מיט א אדער פליסט די וואסער פון די באדן פליסט אריין אין א טייך אדער אקעאן וועלכע באלאנגט פאר די רעגירונג וועלכע איז א קאנאל פאר אינטערסטעיט האנדל

ער זאגט אז דאס איז די מערסטע איינפאכע אויסטייטש פון די געזעץ טעקסט און איז די מערסטע פראקטיש ווייל דורך דעם קען יעדע באדן אייגנטומער זעלבסט אפשאצן אויב עס פאלט אונטער די געזעץ

ריכטערין בראון האט אים געפרעגט ווי אזוי אזא סטאנדארד גייט אין איינקלאנג מיט די ציהל פון קאנגרעס וועלכע האט געוואטל באשוצן די רעגירונג וואסערן וועלכע קענען ווערן געשעדיגט פון ארבעט אויף ארומיגע נאסע באדן אפילו ווען זי פליסט נישט אריין דירעקט אינעם טייך

שיף האט פארטיידיגט זיין שטעלונג זאגנדיג אז ווען קאנגרעס האט געזוכט צו באשוצן די כענישע, פיזישע און ביאלאגישע צושטאנד פון די וואסערן האבן זיי לאו דוקא אינזין געהאט עס צו טוהן פאר יעדן פרייז ווייל אויב יא וואלטן אגענטור רעגולטארן פארוואנדלט געווארן אין פולשטענדיגע לאנד באנוץ אדמיניסטראטארן

ריכטער קעווענאו האט דערמאנט פאר שיף אז פאר נאנט צו 50 יאר האט שוין די אגענטור קלאר געמאכט אז לויט זיי זענען נאסע באדן טייל פונעם געזעץ אפילו אן קיין דירעקטע ניצוק חיבור צום ביישפיל ווען עז איז אפגעטיילט פונעם טייך דורך צוימען פון שטיינער זאמד אדער אנדערע זאכן

קעווענאו האט געוואלט פארשטיין פארוואס זאל די שטעלונג זיך טוישן נאך אזויפיל יאר אין די צייט וואס אלע לעצטיגע פרעזידענטן זענען מיטגעגאנגען מיט די אויבנדערמאנטע שטעלונג

דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל ברייען פלעכטער וועלכע האט רעפרעזענטירט די אגענטור האט ווידערהאלט קעווענאו'ס באהויפטונג זאגנדיג אז די קלעגער זוכן צו טוישן א אן אנגענומענע צוגאנג וואס איז שוין אלט 45 יאר

ראבערטס און אנדערע האבן פרובירט צו קוועטשן פלעכטער צו ערלקערן לשיטתו אז די באדנס מוזן נישט זיין דירעקט פארבונדן דורך וואסער פלוס צום טייך,וואס און וועלכע סארט פארבינדונג מוזן זיי יא האבן

גארסוטש האט געוואלט פארשטיין ווי אזוי א לאנד אייגנטומער דארף צוטרעפן אויב זיים באדן ווערט פאררעכנט אלץ פארבונדן מיט רעגירונג וואסער? איז דריי מייל אפגערוקט פונעם טייך גענוג ווייט? און וואס איז מיט צוויי מייל? און אויב די פעדעראלע רעגירונג איז נישט קלאר אויף אזעלכע פראגן, ווי אזוי זאל א טיפישע לאנד איינגטומער -וועלכע קען אויסשטיין טורמע צוליב דעם- יא וויסן?

שיף האט זיך צוגעכאפט דערצו און באשטעטיגט די גארסוטש זארג זאגנדיג אז פארלעצער פון אי פי עי פארארדענונגען האבן די מעגליכקייט אויסצושטיין נישט בלויז ציווילע שטראפן נאר אויך ווערן פארוויקלט אין פינאנציעלע פראבלעמען און קאסטן צוריקצושטעלן די באדן ווי בעפאר און אפילו קרימינאלע קלאגעס

פלעכטער האט פרובירט אראפצושפילן די זארגן זאגנדיג אז לאנד אייגנטומער קענען זיך ווענדן צו די ארמיי קארפס אוו אינזשענירן צו אנאליזירן אויב די באדן איז טאקע ווערט טאקע באצייכנט אלץ נאס און ער קען שפעטער פרוביר צו באקעמפן זייער באשלוס אריינגערעכנט אין געריכט און עס איז גאר זעלטן אז די אגענטור זאל גיין אזוי ווייט ווי ברענגן קרימינאלע קלאגעס פאר פארלעצונגען

ריכטערין קעיגען האט געוואלט הערן פון שיף אויב ער איז אפן צו א מיטל וועג ווען פון איין זייט וועט מען יא רעכענען אפילו נאסע באדן וועלכע איז נישט דירעקט פארבונדן מיט רעגירונג וואסער אלץ טיל פון די געזעץ אבער מען וועט אדרעסירן זיינע פארלאנגען אז די אגענטור דארף איבערצייגן אז די אפעקט פון ארבעט אויף אזא באדן האט אן ערנסטע אפעקט אויף די רעגירונג וואסער

ארגינעל האט שיף גאנץ קלאר אפגעווארפן אזא אויסוועג אבער ווען קעיגען האט אים איבערגעפרעגט האט ער בלויז געזאגט אז מען דארף באטראכטן די סאקעט קעיס

קעיגען האט געזעהן אז ער פלאנט נישט צו אינדארסירן איר געדאנק און האט רעאגירט: הייסט אז דיין ענטפער איז ניין. א דאנק

אויך ריכטערין סאטאמיאר האט שפעקולירט איבער א פשרה און אויסגעדרוקט צווייפל אויב די טעסט וועלכע אגענטור לייגט ארויס איז פראקטיש און געפרעגט פון פלעכטער אויב ער קען אויפקומען מיט עפעס א בעסערע סטאנדארד וועלכע איז קלארער און נישט אזוי רוי

פלעכטער האט רעאגירט זאגנדיג אז די אגענטור ארבעט אינאיינעם מיט די ארמיי קארפס אוו אינזשענירן אויף נייע פארשריפטן וועלכע זאל מער אויסקלארן אזעלכע סיטואציעס ווי די איצטיגע קעיס און זיי האפן עס ארויסצושטעלן ביים ענדע פונעם למספרם יאר

קעווענאו האט געהאט פיל ווינציגער אינטערעסע אין פרישע פארשפריטן אדער א מיטל וועג זאנגדיג אז נישט די אגענטור און נישט די סופרים קאורט דארפן אויסהאמערן די גענויע געזעץ נאר קאנגרעס דארף זיין די וועלכע באשטימען עס און די ארבעט איז איצט זיך צו דערגרונטעווען און פעסטשטעלן וואס זיי האבן ווירקליך געשריבן

אין אלגעמיין האט אויסגעקוקט ווי א מאיאריטעט ריכטער זענען סימפאטיש צו די סאקעט פארפאלק אבער עס איז נישט געווען די זעלבע קלאר אויב און ווי א גרויסע מאיאריטעט זענען גרייט מיטצוגיין פולשטענדיג פונקטליך מיט זייער שטעלונג
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין שטיצע פון די סאקעט פאמיליע

ריכטער אליטא האט געשריבן די אורטייל פאר אן איינשטימיגע געריכט

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 1:27 pm
דזשעראלדין טיילער איז א 94 יעריגע אלמנה פון מינעאפאליס מינעסאטא וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן פאר מער פון א יאר צענדליג אין אן איין שלאף צימער קאנדאמיניום וואס זי האט זיך איינגעהאנדלט אין הענעפין קאונטי איידער איר געזונט צושטאנד האט איר אין 2010 למספרם געצוואונגען זיך אריינצוציען אין א געביידע פון עלטערע לייט

פרוי טיילער האט אין יענע צייט אויפגעהערט צו באצאהלן די פראפערטי שטייער אויף די קאנדא און נאך 5 יאר אין וועלכע זי האט אויפגעטריבן א שטייער חוב פון 15 טויזנט דאלער האט די קאונטי פארכאפט די טייטל אויף די וואוינונג און עס פארקויפט פאר 40 טויזנט דאלער

טיילער טענה'ט אז די געלט וואס די קאונטי האט קאנספיסקירט איז מער פון תשלומי כפל פונעם חוב און איז אומקאנסטיטוציאנאל

איר אדוואקאט קריסטינא מארטין האט פארפירט אז אין מיינסטנס סטעיטס איז די צוגאנג אז די שטייער באאמטע וועלכע פארכאפן בלויז אזויפיל אייגנטום וויפיל דער שטייער צאהלער איז שולדיג און דאס נישט צוריקגעבן די 25 טויזנט דאלער רעשט איז נישט אויסגעהאלטן

די פראגע איז אויב אזא פארכאפונג פארלעצט די פיפטע אמענדמענט וועלכע פארלאנגט פון די רעגירונג צו גיבן אנשטענדיגע אנטשעדיגונג צו אייגגנטומער פון פראפערטי וואס זיי טוען קאנפיסקירן און אויב עס פארלעצט נישט די אכטע אמענדמענט וועלכע באשוצט אקעגן איבערגעטריבענע שטראפן

די דיסטריקט געריכט און דערנאך די אכטע קרייז געריכט האט אפגעווארפן איר טענה שרייבנדיג אז די שריט פון קאנפיסקירן די אפארטמענט איז "הויפטזעכטליך" נישט קיין "שטראף" אויף סיי וועלכע "קרימינאלע פארברעך" נאר ליבערשט איז עס א געצייג אין די באזיץ פון די רעגירונג צו פארזיכערן אז זי באקומט וואס עס קומט איר און וויבאלד עס פאלט נישט אריין אין די קאטעגאריע פון שטראף אויף פארברעכן פארלעצט עס נישט די פארבאט אקעגן איבערגעטריבענע שטראפן אבער טיילער טענה'ט אז טראץ וואס די קאנספיסקאציע קומט טאקע צו דעקן די שטייער לאך איז עס "אויך א שטראף" און נעמען מער ווי די חוב איז אן "איבערגעטריבענע שטראף" און אז אפילו אויב די הויפט סיבה פון די קאנספיסקאציע איז צו דעקן די רעגירונג קאסע איז גענוג אז טייל פונעם חשבון איז אויך איר צו באשטראפן אז די קאנפיסקאציע זאל פארלעצן אירע רעכטן

טיילער האט עס אפעלירט צום סופרים קאורט און ביי די מונדליכע ארגומענטן האבן די ריכטער אויסגעקוקט צו האבן היבשע סימאפטיע מיט די עלטערע פרוי

ריכטער ראבערטס האט יא געזאגט אז סטעיטס פארמאגן טיף איינגעווארצלטע רעכטן צו באשטימען געזעצן צו פארכאפןחובות וואס איינוואוינער זענען שולדיג געבליבן

אבער אנדערע ריכטער האבן יא געזאגט אז די געזעצן זאלן זייער מער באגרעניצט און איינגעצוימט

ריכטערין דזשעקסאן האט געזאגט אז אויב עימיצער האט א חוב מיינט עס נאכנישט אז די סטעיט בארעכטיגט פולשטענדיג צו באראבעווען אלע פראפערטי רעכטן וואס יענער באזיצט

ניעל קאטיאל, דער אדוואקאט פאר די קאונטי האט ארויסגעברענגט אז גי געזעץ צו קענען קאנפיסקירן פראפערטי צוליב א חוב גייט שוין צוריק גאר לאנג און איז אן אור אלטע טראדיציע פון בעפאר די גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן און עס איז אלעמאהל אזוי פארבליבן

אנדערש ווי געווענליך ווען די קאנסערוואטיוון צייגן ארויס רעספעקט פאר ארגומענטן איבער טראדיציאנעלע פירונגען איינגעוואצלט אין די לאנד'ס היסטאריע האבן טייל פון די ריכטער געשיינט אנצוקוקן די קעיס אביסל אנדערש

ריכטער גארסוטש האט רעאגירט זאגנדיג: איך פארשטיי נישט ואוס אויף די וועלט סיי וואס פון די היסטאריע האט צו טוהן מיט אט די קעיס און אז טיילער איז נישט א מאשקע וועם דער פריץ קען איינפאך ארויסטראסקען פון קרעטשמע פארן נישט קיין באצאהלן אין צייט

ריכטערין קעיגען האט געוואלט פארשטיין אויב עס זענען פארהאן כאטש עפעס באגרעניצונגען ווי צום ביישפיל אויב די רעגירונג קען קאנספיסקירן א פראפערטי אין די ווערד פון 5 מיליאן דאלער פאר א 5 טויזנט דאלער חוב אן צוריקגעבן די רעשט

קעיגען האט נישט אויסגעקוקט איבריג אנציקט ווען קאטיאל האט געזאגט אז די רעגירונג האט די רעכט דערצו

קאטיאל האט געענטפערט די זעלבע פאר גארסוטש ווען ער האט געפרעגט אויב די רעגירונג קען נעמען א מיילאן דאלער פראפערטי פאר א 5 דאלער חוב

ריכטערין בערעט האט פארגעשטעלט א ביישפיל פון עימיצער וואס איז שולדיג 20 דאלער אין א פארקינג טיקעט חוב און געוואלט פארשטיין אויב די סטעיט וועט זיין בארעכטיגט צו קאנפיסקירן יענעם'ס אויטאמאביל

קאטיאל האט געענטפערט אז עס איז נישט פארהאן קיין היסטאריע וואו מען קען געפונען די ענטפער אויף אזא סארט פראגע און בערעט האט ציניש רעאגירט: אה, עס זענען נאכנישט געווען קיין אויטאמאבילן אין יענע צייט

איינע פון די ארגומענטן פון די דיסטריקט געריכט איז אויך געווען אז וויבאלד לויט די סטעיט געזעץ באלאנגט אזא הויז אויטאמאטיש פאר די קאונטי (צוליב די חוב) ווערט עס דעריבער נישט פאררעכנט אלץ קאנפיסקאציע נאר ווי גלייך די קאונטי נעמט איבער זייער אייגענע פראפערטי

ריכטער גארסוטש און ראבערטס האבן נישט אויסגעקוקט סימפאטיש צו אזא ארגומענט און גע/טענה'ט אז א סטעיט קען נישט גלאט אזוי באשליסן צו "דערקלערן פראפערטי אייגנטום" און אז די פיפטע אמענדמענט פארלאנג צו גיבן קאנספיסקאציע פאר פראפערטי וואס זיי מוזן קאנספיסיקירן איז בלויז נאך א באווייז אז די רעגירונג קען זיך נישט אומגיין מיט פראפערטי ווי זייער אייגענע אייגנטום

טראץ וואס אין אלגעמיין איז די געריכט געווען היבש גענויגט אין שטיצע פון טיילער האבן די ריכטער זיך יא עטוואס געמוטשעט מיט די פראגע וויפיל די קאונטי וועט דארפן צוריקגעבן פאר די אלמנה און דיסקוסירט אויב מען זאל רעכענען וויפיל מער פונעם חוב די פראפערטי איז געווען ווערד אין די צייט פון די קאונטי פארקלאוזשער אוקשען אדער זאל מען עס אויסרעכענען לויט די צייט פון איר ווערד ביים קאנספיסקאציע און טייל ריכטער האט אויסגעקוקט גרייט צוריקצושיקן אזא פראגע צום דיסטריקט געריכט (וואס וועט זייער מעגליך מיינען אז די געלט וועט שוין גיין צו יורשים..)

אין די צייט וואס רוב אויב נישט רובם ככולם האבן אויסגעקקוט צו זיין מיט טיילער איבער די פיפטע אמענדמענט איז די פראגע איבער די אכטע אמענדמענט פארבאט אקעגן איבערגעטריבענע שטראפן יא געווען מער באלאנסירט צווישן די ריכטער און פון טייל ריכטער האט אויסגעקוקט אז זיי וועלן מעגליך וועלן איבערהיפן די פראגע אן עס אדרעסירן צוליב וואס טיילער גייט ארויס זיגרייך אן דעם אויך (צוליב די פיפטע אמענדמענט)

מערקווירדיג איז געווען אז סיי אין די שריפטליכע און סיי ביי די מונדליכע ארגומענטן האט קאטיאל פרובירט צו טענה'ן אז טיילאר מאנגלט סטענדינג אין די קעיס און עס געמאכט אלץ זיין ערשטע ארגומענט אין די צייט וואס געווענליך וועלן אפעלאט אדוואקאטן מאכן זייער ערשטע ארגומענט דאס וואס זיי גלויבן איז די שטארקסטע

אין פאקט איז די סטענדיג טענה געווען פון שוואכן קוואליטעט און די ריכטער האבן כמעט נישטגעשנאקן סיי וועלכע אויפמערקזאמקייט דערצו מיטן אויסנא פון ריכטער טאאמס וועלכע האט געזאגט אז ער וועט איבערהיפן די סטענדינג אישו ווייל לויט זיין פארשטאנד האט די קאונטי קאנפיסקירט טיילאר'ס פראפערטי און פארדינט ריוח דערויף וואס לויט איר ארגומענט באלאנגט עס פאר איר
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין שטיצע פון די אלמנה

ריכטער ראבערטס האט געשריבן די אורטייל פאר אן איינשטימיגע געריכט

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:08 am

די אורטייל איז טאקע געווען א 0-9 זיג פאר די סאקעט פאמיליע אבער קוקנדיג אויפן בייטערן בילד איז די זיג אקעגן די EPA געווען היבש קלענער

איבער די פראגע אויב אזעלכע סארט נאסע לאנד קען ווערן רעגולירט דורך די EPA איז די געריכט געווען צוטיילט 4-5 ווען ריכטער קעווענאו האט זיך אנגעשלאסן מיט די ליבעראלע בלאק

די פיר ריכטער בלאק האט אבער יא איינגעשטימט מיט די מאיאריטעט אז אפילו אויב די אגענטור קען עס רעגולירן קענען זיי אבער נישט באשטראפן פאר מידערוויכטיגע פארלעצונגען פון רוקן אביסל זאמד און דאס גלייכן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ראבערטא מעטא האט אריינגעטראגן א לאוסוט אין פעדעראלע דיסטריקט געריכט אין מאנהעטען אקעגן א לופטליניע נאך וואס א וועגעלע וועלכע די פליה מאנשאפט נוצט אויסצוטיילן די מאלצייטן האט אריינגעקלאפט אין זיין קניה אויפן וועג פון על סאלוואדאר צו די קענעדי לופטפעלד אין ניו יארק צוריק אין אוגסוט 27 2019 למספרם

די לופטליניע האט אריינגעטראגן א מאושען אז מען זאל ארויסווארפן די קעיס צוליב וואס די סטעטשו אוו לימיטעישאנס איז שוין אפגעלאפן אבער מעטא'ס אדוואקאט סטיווען שווארץ האט עס אפגענטפערט מיט א לענגערע רעאקציע ציטירנדיג פון מערערע פרעצעדענט קעיסעס אין וועלכע די געריכטן האבן ערלויבט אזעלכע קעיסעס פאראויסצוגיין

די אדוואקאטן פאר די לופטליניע האבן געשריבן צום ריכטער אז זיי האבן געוואלט מעיין זיין אין יענע קעיסעס אבער נישט געקענט סיי וועלכע אינפארמאציע דערוועגן

דער ריכטער האט פארלאנגט פון שווארץ צוצושטעלן קאפיס פון די ספעציפישע אורטיילן צו וועלכע ער האט זיך באצויגן און יענער האט צוגעשיקט קאפיס פון אכט קעיסעס מיט גענויע אינפארמאציע וועלכע האט אריינגענומען דאקעט נומערן, דאטומען און נעמען פון ריכטער

די לופטליניע אדוואקאטן האבן פרובירט עס נאכצוזוכן אבער ווי מאדנע עס הערט זיך האבן זיי נישט באוויזן צו געפונען סיי וועלכע שפור איבער די אנגעגעבענע קעיסעס

ווען דער ריכטער האט זיך ווידער געוואנדן צו שווארץ האט ער נאך א וויילע רעאגירט צום געריכט אויסדרוקנדיג טיפע אנטשולדיגונג איבער ד שרעקליכע גרייז וועלכע איז נישט נישט געווען בייזוויליג ערקלערנדיג אז ביים רעאגירן אויף די פארלאנג ארויסצואווארפן די קעיס האט ער צום ערשטן מאהל אין זיין קאריערע באשלאסן זיך צו באנוצן מיט AI וועלכע האט אים צוגעשטעלט די אלע פיקטיווע אינפארמאציע און ער האט עס אפגעקויפט אלס וואר און עס אומווילנדיג געפיטערט צום געריכט

ריכטער קעווין קעסטעל זאגט אז דאס איז א פרעצעדענטלאזע ערשיינונג און האט באשטימט א פארהער אויף יוני 8 למספרם צו דיסקוסירן אויב מען זאל ארויפשטעלן סאנקציעס און שטראפן אויף שווארץ אדער זיך רעכענען מיט זיין טענה אז ער האט עס געטוהן אומווילנדיג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 1:57 pm
א פעדעראלע ארבעטער יוניאן האט געפיילט א לאוסוט אקעגן די קאנגרעס געזעץ וועלכע צוימט די רעגירונג נישט צו בארגן פרישע געלטער נאכן גרייכן די חובות דאך

די גרופע טענה'ט אז די פערצנטע אמענדמענט צו די קאנסטיטוציע פארלאנגט פון די רעגירונג צו דעקן אירע אירע חובות און אז די קאנגרעס געזעץ איז דעריבער אומקאנסטיטוציאנאל

די קעיס האט געלאנדעט אויפן טישל פון פעדעראלע דיסטריקט ריכטער ריטשארד סטיערן (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן) וועלכע האט איצנד באשטימט אפצוהאלטן א פארהער אין די קעיס אויף מאי 31 למספרם
יוסטיץ דעפארטמענט בעהט פונעם ריכטער אפצושטופן די פארהער אין ליכט פון די אפמאך צווישן ביידען און מעקארטי
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

שומער פארדאמט די ״מאגא״ געפירטע סופרים קאורט אין די 9-0 רולינג אנטקעגן די ענווייערמענטואלע פראטעקשאן אגענטור איבער רעגולירן אמעריקאנע וואסערן.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אבזערוואציע האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 9:22 pm
שומער פארדאמט די ״מאגא״ געפירטע סופרים קאורט אין די 9-0 רולינג אנטקעגן די ענווייערמענטואלע פראטעקשאן אגענטור איבער רעגולירן אמעריקאנע וואסערן.
און דערמיט איז צוריק מותר געווארן צו אטאקירן די אינסטיטוציעס וועלכע האלטן די סטאביליטעט אין די אינגע אמעריקאנע דעמאקראטיע.

דעס אז דער עולם מוז האבן טראסט איז אונזער פארם אויף גאווערמענט אפגעזעהן צו אלעס איז ריכטיג, איז נאר גילטיג ווען ס'איז דא א 5-4 אורטייל לטובת די ליבעראלן, משא"כ ביי א 9-0 אורטייל לטובת די קאנסערוואטיוון דאן איז ארויסזאגן דעם אמת וויכטיגער ווי די רעספעקט פאר די לאנדס העכסטע געריכט, פאר די אינסטיטוציעס אין אלגעמיין און פאר די סטאביליטעט פון די איבערגעהיצטע עלעקטאראט.

פארוואס אין די וועלט קוק איך נאך אויף פאליטיק ווען ס'גרוילט מיר פון אויבן ביז אראפ?

ס'איז שקר מיסודו אז ס'קומט צו ברעכן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:42 pm
גלעישער נארטוועסט איז א סיעטל וואשינגטאן באזירטע קארפארעישאן וועלכע פארקויפט גרייט אויסגעמישטע קאנקריט פאר ביזנעסער אין די סטעיט און פארמאגט א פלאטע פון 80 ביז 90 צעמענט טראקס וואס דעליווערן די צעמענט

די לאקאלע יוניאן וועלכע פארטרעט אירע דרייווער האט אין 2017 למספרם נאך דורכגעפאלענע פארהאנדלונגען פאררופן א סטרייק אויף א באשטימטע צייט אין טאג ווען עס זאל אריינגיין אין קראפט

אין די באשטימטע צייט האבן אלע טראקס וועלכע זענען שוין געווען פול מיט צעמענט און נאכנישט באוויזן אויסצולערן די אינהאלט צו די קאנסומער זיך צוריקגעדרייט צום פארקינג לאט און איבערגעלאזט די טראקס אבער עס געלאזט אנגעצונדן אז די צעמענט זאל זיך נישט פארהארטעווען אינווייניג
נאך א וואך צייט איז מען זיך דורכגעקומען

אויף א נייע אפמאך אבער אין טייל טראקס זענען די צעמענט יא געווארן פארהארטעוועט און די טראקס זענען געגאנגען א גאנג

די פירמע איז נישט געווען גרייט צו פארציכטן אויף די שאדנס פון די צובראכענע טראקס און אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די יוניאן פארן שעדיגן זייער אייגנטום און באשולדיגט אז די צייט פאר די סטרייק אנהויב איז געווארן בייזוויליג באשטימט אויף א צייט ווען די טראקס זענען שוין פול צו שאפן מער שאדן מיטן רעכערונג אז עס וועט זיין שווער פאר די פירמע זיך צו ספראווען מיטן געמישטע צעמענט וואס קען נישט ווערן דעליווערט

די וואשינגטאן סטעיט סופרים קאורט האט ארויסגעווארפן די אנקלאגע זאגנדיג אז עס איז נישט פאסיג צו באהאדלען א סטעיט ארבעטער געזעץ אין א צייט וואס די שטרייט איז געדעקט אונטער די פעדעראלע געזעץ וואס איז די נאציאנאלע לעיבאר רילעישאנס אקט און קען ווערן באהאנדלט אין פעדעראלע געריכט

די יוניאן האט געפיילט א קלאגע פארנט פון די אגענטור וועלכע באשליסט אויב א יוניאן אויפפירונג איז אויסגעהאלטן (און דעריבער באשוצט אונטער די פעדעראלע געזעץ אקעגן סטעיט געזעצן) אז די פירמע האט געזוכט מיט די סטעיט קלאגע זיך נוקם צו זיין אין די ארבעטער איבער די סטרייק

די געריכט פרעצעדענט איז א אין מיינסטנס פעלער זענען יוניאן שטיק באשוצט פון קענען ווערן אנגעקלאגט אונטער סטעיט לעיבאר געזעצן סיידן ווען עס קומט צו סטעיט געזעצן וועלכע איז אזוי טיף איינגעווארצלט אין די געוויסן און פאראנטווארטליכקייט פון די סטעיט אינוואוינער אז עס איז נישט ראציאנאל צו זאגן אז מיט די פעדעראלע פרא יוניאן געזעץ האט קאנגרעס אינזין געהאט אוועקצונעמען פון סטעיטס צו קענען ארויפשטעלן אזא סארט געזעץ צו האלטן די ארבעטער אין די ראמען און אין אזא פאל איז דא אן "אויסנאם" צו די פעדעראלע געזעץ

גלעישער'ס ארגומענט איז צוויי פאכיג ווען פון איין זייט זאגן זיי אז אויסצורעכנען די צייט פונעם סטרייק פונקט נאכן אנלאדענען די צעמענט אבער איידער דאס אפלאדענען איז רויע סאבאטאזש מצד די יוניאנס און אזא אויפפירונג איז אזוי אומדערהערט אז עס ווערט גארנישט געדעקט אונטער די פעדעראלע געזעץ און דארף ניטאמאהל צוקומען צום "אויסנאם"

דאן לייגן זיי צו אז אפילו נניח אז עס איז יא געדעקט אונטער די פעדעראלע געזעץ איז עס געוויס אונטערן אויסנאם צוליב וואס עס איז גאר שטארק אין די סטעיט'ס אינטערעסן אז עס זאלן נישט זיין אנגעלייגט צובראכענע צעמענט פארהארטעוועטע טראקס

גלעישער האט געוואלט אנשרעקן די געריכט אז זיי זאלן מוזן ערלויבן זייער קעיס פאראויסצוגיין און קלארגעשטעלט אז זיי קענען מאכן א דריטע ארגומענט וועלכע וועט ווייניגער שמעקן פאר די ריכטער צו דארפן באהאנדלען און דאס איז א קאנסטיטוציאנאלע ארגומענט זאגנדיג אז אפילו אויב די פעדעראלע רעגירונג פארשטייט אז מען דארף באשוצן יוניאנס און צוליב דעם קען מען נישט זאגן אז די סטרייק איז נישט אויסגעהאלטן איז דאך אבער פארהאן די פיפטע אמענדמענט וועלכע רייבט אז אפילו אין פעלער וואס די רעגירונג האט גענוג א גוטע אויסרייד צו קאנפיסקירן/שאדן מאכן פריוואטע אייגנטום דארף מען צושטעלן פאר די אייגנטומער ארנטליכע אנטשעדיגונג

גלעישער פארשטייט גאנץ גוט אז די געריכט וועט נישט זוכן צו דארפן ענטפערן אזא פראגע און דעריבער פרובירט זי אריינצורוקן די געריכט אין ווינקל אז זי זאל זיי געבן גערעכט אויף די ערשטע צוויי ארגומענטן און אזוי ארום אויסמיידן די קאנסטוטציאנאלע פראגע

די ביידען אדמיניסטראציע איז איינשטימיג מיט גלעישער איבער די עצם טענה אז די יוניאן איז באגאנגען א וואנדאליסטישע סארט סטרקיי און דארף דעריבער נישט זיין באשוצט און אז די קעיס זאל ווערן צוריקגעשיקט צום סטעיט קאורט

איין שפאלט איז יא דא צווישן גלעישער און די רעגירונג פאזיציע איז איבער וואס זאל פאסירן איינמאהל מען גייט צוריק אין סטעיט געריכט

לויט גלעישער דארף מען צוריק אנהויבן פון אלף אבער די רעגירונג טענה'ט אז וויבאלד די די יוניאן האט געפיילט א קלאגע פארנט פון די אגענטור וועלכע באשליסט אויב א יוניאן אויפפירונג איז אויסגעהאלטן און יענע אגענטור פארמאגט די אויסשליסליכע יוריסדיקציע ארויסצוגעבן זייער אויסקוק איבער די פאקטן אין די קעיס דארף די סטעיט גערכיט אויסווארטן אז יענע אגענטור קאונסיל זאל פארטיגן זייער אויספארשונג און די סטעיט געריכט זאל אויסהערן זייער ווערסיע איידער זי אורטיילט אין די קעיס

ביי די מונדליכע ארגומענטן האבן ריכטערין סאטאמאיאר, קעיגען און דזשעקסאן פרובירט אויפצוקומען מיט א פאסיגע צווישנשייד צווישן שאדנס געשאפן צו אייגנטום וואס ווערט לייכט קאליע (א שטייגער ווי עסנווארג) אלץ קאנסקווענץ פון א סטרייק וואס זאל מעגליך יא ווערן באשוצט אונטער די פעדעראלע געזעץ און אקטיוויטעטן וועלכע פירן צו מער סארט ערנסטע וואנדאליזם און פערמענאנטע שאדן צו א פירמע'ס פלענט און געצייג זאל יא ארויספאלן פון די פעדעראלע באשיצונג

ריכטער ראבערטס האט פארגעשלאגן א ביישפיל און געפרעגט אויב אזא טעסט באדייט אז א יוניאן וואלט געמעגט פארארדענען זייערע מיטגלידער צו לאזן מילך זיך אויסגיסן אבער וואלט נישט געווען באשוצט אויב שיסן זיי אויס די קיען

איבער די פארלאנג פון די ביידען אדמיניסטראציע אז מען זאל צו ערשט לאזן די אגענטור וועלכע באשליסט אויב א יוניאן אויפפירונג איז אויסגעהאלטן ענדיגן זייער אויספארשונג האט ריכטער טאמאס געפרעגט פון גלעישער'ס אדוואקאט פארוואס ער איז דערקעגן און ריכטערין קעיגען האט אויך אויסגעדרוקט זארג וואס עס וועט פאסירן אויב די סטעיט קאורט הערט זאפארט איבער די קעיס און אורטיילט אין שטיצע פון די פירמע און שפעטער קומט די באורד ארויס מיט א באשלוס וועלכע גייט אין קעגנזאץ דערצו
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט 1-8 אין שטיצע פון די צעמענט פירמע

ריכטערין בערעט האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל און דערין אנגעשלאסן ריכטער ראבערטס, סאטאמאיאר, קעיגען, קעווענאו, טאמאסגארסוטש, אליטא

ריכטערין דזשעקסאן האט געשריבן די מינאריטעט שטעלונג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 4:32 pm
די געווענליכע וועג ווי אזוי פירמעס גייען פובליק אויפן סטאק מארקעט צו פארקויפן שעירס ווערט גערופן די ארגינעלע פובליק פארשלאג מיטן אקראנים IPO וואס ארבעט אז די פירמע דארף זיך רעגיסטרירן מיט די סעקיוריטי און עקטשעינדזש קאמיסיע און פובליצירן אינפארמאציע איבער די פירמע און אירע אקטיוויטעטן און איבער די פרייז וואס זיי שלאגן פאר פער שעיר

אין די לעצטע יאר צענדליג האט די ניו יארק סטאק עקטשעינדזש באשטעטיגט א נייע סארט וועג פון פארקויפן שעירס וואס ווערט אנגערופן דירעקט ליסטינג

דירעקט ליסטינג ארבעט אויף א וועג אז די פירמע זעלבסט פארקויפט נישט קיינע שעירס נאר די עקזיסטירנדע שעירהאולדער רעגיסטרירן זיך אינאיינעם מיט די קאמיסיע און לייגן ארויס אינפארמאציע און די פרייז וואס זיי רעכענען ווייטער צו פארקויפן די שעירס וואס זיי פארמאגן
די דירעקט ליסטינג אפציע מאכט אן אויסנאם פאר קלענערע שעיר האלדער און באפרייט פון פון זיך דארפן רעגיסטרירן

דאס באדייט אז אונטער די דירעקט ליסטינג אפציע קענען זיך צוזאמנעמען די גרעסטע שעירהאלדער וואס פארמאגן א גרויס טייל פון די שעירס אין א פירמע און זיך רעגיסטרירן און דערנאך קענען אלע שעירס ווערן ארויסגעלייגט צום פארקויף אריינגערעכנט די איבריגע שעירס געהאלטן דורך די איבריגע האולדער

די אמעריקאנע סאפטוועיר פירמע סלעק איז געווען איין אזא פירמע וועמען'ס שעירהאולדער האבן זיך באנוצט מיט די דירעקט ליסטינג אויסוואהל און
אירע גרעסערע שעירהאולדער וועלכע האבן אינאיינעם פארמאגט 40% פון די שעירס וועלכע איז געווען צו באקומען האבן רעגיסטרירט זייער שעירס מיט די קאמיסיע און די צייט וואס די קלענערע האולדער האבן עס נישט געטוהן איידע זיי האבן פארקויפט זייערע שעירס

סעקשאן 11 און 12 פון די סעקיוריטיס אקט ערלויבט צו ברענגן קלאגעס אויב א רעגיסטראציע סטעיטמענט צו די קאמיסיע איז געווען פאלש און פארפירעריש און אן מאן מיטן נאמען פיאז פיראני האט געברענגט אזא קעיס אקעגן סלעק מיט טענות איבער געוויסע אומריכטיגע אינפארמאציע אין די רעגיסטראציע סטעיטמענט

פיראני האט זיך איינהאנדלט שעירס וועלכע זענען פארקויפט געווארן אין די דירעקט ליסטינג אבער ער קען נישט געהעריג איבערצייגן אז די שעירס וועלכע ער האט געקויפט זענען געקומען פון די וועלכע זענען געווארן רעגיסטרירט

די פאקט אז ער האט מעגליך געקויפט בלויז אומרעגיסרירטע שעירס ברענגט אויף א פראגע צייכן אויב ער קען בררענגן קלאגעס איבער די רעגיסטראציע זינט ער איז נישט קיין קונד פון סעילס אונטער די רעגיסטראציע

סעקשאן 11 ערלויבט פאר "סיי ווער עס האט זיך איינגעהאנדלט אזעלכע שעירס צו ברענגן אזעלכע קלאגעס" און סעקשאן 12 שטעלט ארויף שטראפן אויף "סיי ווער עס פארקויפט שעירס דורך פארפירערישע אינפארמאציע און סטעיטמענטס און אז די געלט זאל גיין פאר דער וועלכע האט געקויפט די שעיר באזירט אויף די אינפארמאציע"

סלעק לערנט אפ די צוויי סעקשאן'ס אלץ גאנץ קלאר אז עס ערלויבט קלאגעס בלויז פון אזעלכע וואס האבן זיך איינגעהאנדלט שעירס וואס זענען געלאפן אונטער די רעגיסטראציע און נישט שעירס וועלכע זענען געווען אויסגעשלאסן דערפון

די דיסטריקט געריכט האט געגעבן די גרינע ליכט פאר פיראני פאראויסצוגיין מיט זיינע קלאגעס שרייבנדיג אז עס סעקשאן 11 און 12 ערלויבן עס און אז די סטרוקטור אונטער וועלכע די סטאק טראזאקציע פון די פארקויף איז פארגעקומען איז נישט רעלעוואנט

סלעק האט אפעלירט די קעיס צום ניינטן קרייז געריכט וואו א פאנעל האט באשטעטיגט די דיסטריקט געריכט אורטייל מיט 1-2

ביים אפעלירן די קעיס צום סופרים קאורט האט סלעק צווישן אנדערן אנגעוויזן אז ריכטער הענרי פרענדלי האט שוין אדרעסירט סעקשאן 11 און זיי אורטייל שטיצט אונטער זייער פאזיציע

ריכטער פרענדלי איז געשטארבן צוריק אין 1986 למספרם אבער זיין נאמען איז ברייט בארימט אין יורידישע קרייזן און ער ווערט באצייכנט אלץ דער סאמע איינפלוסרייכסטער ריכטער איבער סעקיוריטי און עקסטשעינדש געזעצן פונעם צוואננציגסטן יאר הונדערט למספרם

איבריג צו זאגן איז אין יענע צייט נאכנישט געווען אזא אפציע פון דירעקט ליסטינג און די פראגע איז געווען איבער די געווענליכע סטאק אפציע ווען א פירמע האט פארקויפט סטאקס וועלכע זיי האבן געהאט רעגיסטרירט בעפאר דעם

מיט יארן שפעטער האט די פירמע געזוכט ארויסצולייגן מער שעירס אויפן מארקעט און זיי האבן באנייעט די רעגיסטראציע צו קענען פארקויפן די פרישע שעירס אבער א גרופע קלעגער וועלכע האבן איינגעקויפט שיערס נאך וואס די נייע רעגיסטראציע איז געווארן באשטעטיגט האבן דאן געקלאגט אז די נייע רעגיסטראציע אנטהאלט פארפירערישע אינפארמאציע

די געריכט האט דאן געוואלט פארלאנגט אז מען זאל מוזן דורכגיין שעיר ביי שעיר און די קלעגער זאלן דארפן איבערצייגן אז די שעיר איז געווארן געקויפט אונטער די נייע רעגיסטראציע און נאר פאר אזעלכע שעירס וועלן זיי קענען פארלאנגען קאמפענצאסיע

די קלעגער האבן פארפירט אז סעקשאן 11 נוצט זייער א רויע שפראך און קוקט אויס צו דעקן אלע געקויפטע שעירס אריינגערעכנט אזלעכע וואס זענען שוין געווען אויפן מארקעט איידער די נייע רעגיסטראציע

זיי האבן ערקלערט די לאגיק פארוואס אויך יענע שעירס זאלן זיין געדעקט זאגנדיג אז איינמאל די נייע רעגיסטראציע מיט פאלשע אינפארמאציע ווערט פובליק טוט עס אפעקטירן די פרייזן אויך פון די שעירס וועלכע זענען שוין געווען צו באקומען בעפאר

אויך האבן זיי גע'טענה'ט אז עס איז זייער שווער נאכצוגיין איטליכער שעיר און מבחין זיין צו עס לויפט אונטער די נייע אדער אלטע רעגיסטראציע און דעריבער זאלן זיי באקומען אנטשעדיגונג אויף אלע ווי איידער אויף גארנישט

דריטנס האבן זיי אנגעוויזן אז מיינסטנס מענטשן וועלכע קויפן סטאקס גייען דורך בראוקער'ס וועלכע קימערן זיך גאנץ ווייניג איבער ווילאנג א שיער איז שוין אויפן מארקעט ווען עס קומט צו איינהאנדלען שעירס פאר זייערע קונדן און דעריבער איז עס נישט די שולד פון די קויפער אז דער בראוקער האט זיי פארקויפט שעירס וועלכע זענען אין אומקלארע טעריטאריע אין באצוג צו קענען ברענגן קלאגעס

ריכטער פרענדלי האט אבער אין זיין אורטייל זייער קלאר געשריבן אז בלויז אויף אזעלכע שעירס וועלכע זענען געלאפן אונטער די נייע רעגיסטראציע קען מען פארלאנגען אנטשעדיגונג

סופרים קאורט ריכטער ראבערטס איז געווען א קלוירק פאר ריכטער פרענדלי אוןן אזא פרעצעדענט וועט זייער מעגליך האבן אן אפעקט איבער ווי אזוי ער וועט שטימען אויף אונזער קעיס און סלעק האט פרובירט זיכער צו מאכן אז די ריכטער ציען די ריכטיגע שטריכן פון יענע אורטייל צו אונזער קעיס צו האלטן סעקשאן 11 באגרעניצט

פון די צווייטע זייט טענה'ט פיראני אז עס איז זייער פארשטענדליך אנצונעמען אז אפילו ביים קויפן אומרעגיסטרירטע סטאקס האט ער זיך פארלאזט אויף די אינפארמאציע פון די רעגיסטראציע אויף די רעגיסטרריטע סטארקס וועלכע האבן זיך פארקויפט אין די זעלבע צייט

פיראני ווייזט אן אז די פאקט אז די שעירס זענען געווען אומרעגיסטרירט מאכט נאך זיין קעיס שטארקער ווי ווען עס זאל ווען לויפן אונטער אן אלטע רעגיסטראציע (ווי אין די פרענדלי קעיס) ווייל טאקע די פאקט אז די סטאקס זענען געווען אומרעגיסטרריט האט אים נישט איבערגעלאזט מיט קיין קוואל וואו צו שאפן אינפארמאציע איבער זיי סיידן אין די רעגיסטראציע פון די רעגיסטרירטע סטאקס

פיראני ווארנט אוי די געריכט אז אויב אורטיילן זיי אין שטיצע פון סלעק וועט עס מטויגן פירמעס זיך צו באנוצן מיט די דירעקט ליסטינג אפציע אלץ א וועג צו פארמיידן צו ווערן געקלאגט אונטער סעקשאן 11 און 12

דאס וואס די סאליסיטאר דזשענעראל האט נישט אינטערווענירט אין די קעיס קען אויך זיין אן אנדייטונג פאר די ריכטער אז די רעגירונג האלט אז זיי קענען נישט פארטיידיגן פיראני ווייל די טעקסט אין די געזעץ איז צו קלאר אין שטיצע פון סלעק

קעווין ראסעל האט רעפרעזענטירט פיראני און ריכטער קעווענאו האט אים אויב ער באגרייפט ערלויבן זיין קליענט צו ברענגן קלאגעס אונטער סעקשן 11 וועט באדייטן אן אפנויג פון די לאנגיעריגע אפטייטש וואס פילע האבן אפגעלערנט אין סעקשאן 11 אריינגערעכנט די אורטייל פון ריכטער פרענדלי

ריכטער ראבערטס און קעיגען האבן זיך קאנצעטרירט אויף די טעקסט אין סעקשאן 11 און אנגעדייטעט פאר ראסעל אזפון די טרוקענע ווערטער איז משמע אז פיראני קען נישט קלאגן אונטער דעם

אנערקענענדיג אז מיט די גרופע ריכטער וועט ער נישט באווייזן צו איבערצייגן אז סעקשאן 11 ערלויבט אומרעגיסטרירטע סטאק קלאגעס האט ראסעל זיי פרובירט צו באאיינפלוסן אז די סטאקס זענען אין די רעגיסטרריט קאטעגאריע זאגנדיג אז אין דאקומענטן זעהט מען אז זיין קליענט האט פארלאנגט רעגיסטרירטע שעירס און טראץ וואס טעכניש איז זייער שווער צו איבערצייגן אויף א שעיר אויב עס איז פון די רעגיסטרירטע אדער נישט איז העכסט ראציאנאל פון א סטאטיסטישע שטאנדפונקט צו גלויבן אז די שעירס זענען אין גרויס טייל רעגיסטרירט

ריכטער גארסוטש האט גראדע אויסגעקוקט צו זיין צופרידן מיט די באהויפטונג און ער האט אויסגעקוקט מעגליך גרייט צו ערלויבן אז די אנקלאגע זאל פאראויסגיין באזירט אויף דעם אבער אנדערע ריכטער האבן עס נישט געוואלט אדרעסירן די פראגע אויב און ווי אזוי מען קען נאכגיין איטליכער סטאק און פעסטשטעלן צו עס איז רעגיסטרירט נאר געזאגט אז אין פאל זיי וועלן אורטיילן אז פיראני קען נישט קלאגן פאר אומרעגיסטרירטע סטאקס וועט ער דאך די קעיס ווערן צוריקגעשיקט צום אונטערשטן געריכט און דארט וועט פיראני קענען אנהויבן מיט נייע טענות אז די סטאקס זאל יא ווערן פאררעכנט אלץ רעגיסטרירט

ווען עס איז געקומען צו באהאנדלען סעקשאן 12 האבן מיינסטס ריכטער אפגעווארפן די באהויפטונג פון די אונטערשטע געריכט אז עס לויפט סינאנים מיט סעקשאן 11

ריכטער קעווענאו האט נאכאנאנד ארויסגעצייגט זיין קליינע אפעטיט צו אדרעסירן סעקשאן 12 זאגנדיג פאר טאמאס האגער וועלכע האט רעפרעזענטירט סלעק אז עס איז פארהאן אזוי ווינציג אנאליזן איבער סעקשאן 12 פון די אונטערשטע געריכטן און די סעקיוריטי און עקסטשעינדזש קאמיסיע פון זייער זייט האט זיך נישט געלאזט הערן איבער זייער אויסקוק אויף די קעיס אז ער וואלט געוואלט האבן מער ווארע צו די האנט איידער די סופרים קאורט קוקט אריין דערין

קעווענאו האט עס שפעטער געזאגט פאר ראסעל אויך זאגנדיג אז ער האט געמאכט א פיינע ארגומענט איבער סעקשאן 12 אבער אן די עקטשעינדזש קאמיסיע ביים טיש איז די פארציע צו מאגער עס צו נוצן א מאלצייט

גארסוטש האט אויסגעקוקט צו זיין אויפן זעלבן בלאט פרעגנדיג פון האנגער אויב די הימל וועט אראפפאלן אין רעאקצע צו א באשלוס פונעם געריכט צו אורטיילן בלויז אויף סעקשאן 11 אין שטיצע פון זיין קליענט און צוריקשיקן די קעיס צום אונטערשטן געריכט אן אדרעסירן סעקשאן 12

קעיגען האט גראדע יא אויסגעקוקט צו זיין באקוועם אין בקיאות איבער סעקשאן 12 און רואיג אפגעלערנט די טעקסט אין שטיצע פון פיראני זאגנדיג אז די ווערטער אין סעקשאן 12 וועלכע אדרעסירט א "פארקויף דורך א פארפירערישע סטעיטמענט" מיינט אויך אויב די פארקויף איז פארגעקומען אין די זעלבע "צייט" וואס שעירס אונטער די סטעיטמענט איז געווען אויף די מארקעט טראץ וואס די פארקויף זעלבסט איז מעגליך נישט געווען געדעקט אונטער די סטעימענט

קעיגען האט דערנאך געגעבן א שאנס פאר האנגער איר צו ערקלערן פארוואס זי איז גרייזיג ביים פונאנדערשיידן צווישן דיצוויי סעקשאנס (ווייל לויט איר איז די שפראך אין 11 גענויגט צו סלעק און אין 2 פאר פיראני)

קעיגען האט זיך דאן אריינגעלאזט אין א לענגערע אנאליז און פארגעלייגט 4 סיבות פארואוס זי זעהט סעקשאן 12 אנדערש ווי סעקשאן 11און ברייט דעאטאלירט אלע פון זיי (עס האט אויסגעקוקט ווי זי זאל ווען פארליינען א סך הכל פון אן אורטייל און עס וועט זיין אינטערסאנט צו זעהן אויב זי גייט עס טאקע שרייבן)

צום שלוס איז שווער צו זעהן אז די געריכט זאל ערלויבן אזעלכע קלאגעס אונטער סעקשאן 11 און קיינער פון די ריכטער וועכלע האבן געמאכט קאמענטארן איבער דעם האבן נישט אויסגעקוקט צו גיין אין יענע ריכטונג

ווען עס קומט צו סעקשאן 12 איז עס ווייניגער קלאר און צווישן די וועלכע האבן עס אדרעסירט האט קיינער נישט געגעבן שטארקע איינדרוקן פון פלענער צו אורטיילן אז מען קען נישט קלאגן אונטער דעם

וואס יא?

געוויסע האבן נישט געהאט קיין חשק עס צו אדרעסירן בעת וואס אנדערע ווילן ערלויבן קלאגעס אונטער דעם און אנדערע זענען גענויגט דערצו אבער אומזיכער

עס בלייבט צו זעהן אויב די געריכט וועט זיין פאראייניגט איבער 11 אבער צוטיילט איבער 12 אדער יא טרעפן א מיטל וועג איבער 12 אדער זיך גאר אויסדרייען פון ענטפערן דערויף
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין שטיצע פון סלעק אקעגן פיראני

ריכטער גארסוטש האט געשריבן די איינשטימיגע אורטייל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 3:46 pm
סופערוועליו איז א ריזיגע נעץ וועלכע אפערירט טויזנטער געשעפטן מיט הונדערטער פארמאסיס אינערהאלב אירע גרעניצן

צו בעסער קאנקורירן מיט אנדערע ווי וואלמארט וועלכע האט א פראגראם פון ביליגע דראג פרייזן האט סופערוועליו איינגעשטעלט א פרעסקריבשאן פרייז מעטשינג פראגראם אונטער וועלכע זי פארפליכט זיך נישט צו רעכענען מער ווי אירע קאנקורענטן

טרעסי שוטי און מייקל יארבערי זענען צוויי מוסרים אינערהאלב די פירמע האט באשלאסן אנצוקלאגן די פירמע פארן נישט באריכטן פאר מעדיקעיר און מעדיקעיד און די פעדעראלע ארבעטער העלט בענעפיט פראגראם איבער די פרייז מעטשינג פראגראם

די רעגירונג זעלבסט קלאגט נישט פירמע נאר די צוויי האבן אויסגענוצט א געזעץ וועלכע ערלויבט מוסרים צו ברענגן קלאגעס אין שטיצע פון די רעגירונג און עס אליינס אויסקעמפן אין געריכט און אויב איז מען סוקסעספול באקומען די מוסרים א טייל פון די שטראף געלט וואס די פארלעצער דארפן באצאהלן

די באשולדיגונג לויטעט אז סופערוועליו האט באוואוסטזיניג געפיילט פאלשע קלעימס מיט רעגירונג העלטקיער פראגראמען מיט אומריכטיג באריכטן זייערע דראג פרייזן

לויט די פארשריפטן פון די אויבנדערמאנטע רעגירונג העלט פראגראמען קענען פארמאסיסטן נישט רעכענען פון די רעגירונג מער וויפיל עס איז די געווענליכע פרייז פאר מעדיצינען וואס איז די געווענליכע קעש פרייז וואס די געשעפט רעכנט פאר מעדיצינען פון קאנסומער וואס האבן נישט קיין אינשורענס דעקונג נאר באצאהלן קעש פון טאש

די פראגראם פון סופערוועליו האט געארבעט אז אנשטאט אן אויטאמאטישע דיסקאונט פאר אלע זייערע קונדן האבן זיי געלאזט די אפיציעלע פרייז פונקט ווי פריער נאר אין פאל וואס א קאסטומער האט פארלאנגט די ביליגערע פרייז האבן די פארקויפער געטוישט די פרייז פאר יענעם צו די ביליגערע פרייז

דאס האט געמיינט אז אין זייער סיסטעם איז די פרייז פאר מענטשן אן אינשורענס געבליבן הויך און בלויז ווען פארלאנגט האבן זיי געגעבן פאר קאסטומער די נידריגע פרייז

אין רעזולטאט פון דעם האט די פירמע געקענט צייגן פאר די רעגירונג אז זייער געווענליכע קעש פרייז איז די הויכע פרייז און אזוי ארום באקומען פון די רעגירונג יענע פרייז פאר מעדיצינען געדעקט דורך רעגירונג אינשורענס

לויט די מוסרים וואלט די פירמע געדארפט באריכטן זייערע ביליגע פרייז פראגראם און עס נישט לאזן לויפן אונטער די ראדאר און דערמיט וואלט די רעגירונג זיך איינגעשפארט מיליאנען דאלארן זינט זיי וואלט בלויז באצאהלט פאר פעדעראלע אינשורענס געדעקט מעדיצין לויט די ביליגע פרייז

די דיסטריקט געריכט און דערנאך די זיבעטע קרייז געריכט האבן געאורטיילט אין שטיצע פון סופערוועליו שרייבנדיג אז די פארשפריפטן ווי אזוי צו האנדלען אין פאל פון אזא סארט פראגראם איז אין יענע צייט געווען גענוג אומקלאר און צומישט אז סופערוואליו האט געמעגט וויסן אז זיי פארדינען מער געלט מיטן נישט באריכטן די פראגראם אבער פארט נישט געדארפט וויסן אז זיי טוען דערמיט פארלעצן די געזעץ

די געזעץ וועלכע די פירמע האט מעגליך פארלעצט איז די פאלשע קלעימס אקט וועלכע איז די סאמע הויפט געזעץ וועלכע די רעגירונג נוצט שוין פאר לאנגע יארן צו באשטראפן ריזיגע פירמעס איבערהויפט אין די העלט קעיר און פארטיידיגונג קאנטראקט אינדוסטריעס

זינט 1986 למספרם האט שוין די רעגירונג ארויסבאקומען 70 ביליאן דאלער אין שטראפן נאכן באשולדיגן אזעלכע פירמעס פארן בייזוויליג מאכן פאלשע קלעימס

די פירמע טענה'ט אז צוריק אין 2007 למספרם האט שוין די סופרים קאורט געאורטיילט אז אפילו ווען עימיצער האט זיך אויפגעפירט אומפאראנטווארטליך מיט זיינע באריכטן אין באצוג צו די ארנטליכע קרעדיט רעפארטינג אקט און געוואוסט אז וואס ער טוט איז נישט ריכטיג קען מען אבער נישט יענעם קלאגן אזוי לאנג ווי די געזעץ זעלבסט איז נישט געווען קלאר און דייטליך אז עס איז נישט ערלויבט

יענע אורטייל איז געווען איינשטימיג אבער פון יענע באנק זענען פארבליבן בלויז ריכטער ראבערטס, אליטא און טאמאס

די מוסרים טענה'ן אז די פאלשע קלעימס אקט איז נישט די זעלבע ווי יענע געזעץ און איז דירעקט געשריבן געווארן מיט א ברייטע און נישט ספעציפישע שפראך צו דעקן מער קעיסעס

טראץ וואס די רעגירונג האט נישט אפיציעל אינטערווענירט אלס א קלעגער אין די קעיס האבן זיי צוגעשיקט א פריינד פון געריכט בריוו אין שטיצע פון די מוסרים און אויך אראפגעשיקט זייער אדוואקאט

אייאווע סענאטאר טשאק גרעסלי וועלכע איז א פראמינענטע מוסרים פארטיידיגער האט אויך געשיקט א בריוו אין זיער שטיצע שרייבנדיג אז די פאלשע קלעימס אקט איז די וויכטיגסטע אנטי פראוד געצייג אין די רעגירונג ארסאנעל און אויב לאזט מען די זיבעטע קרייז געריכט אורטייל אין פלאץ וועט עס פארוואנדלען די געזעץ אין אן אומנוצבארע פראדוקט

ביי די מונדליכע ארגומענטן האט ריכטערין סאטאמאיאר אנגעוויזן אז דער מאן וועלכע האט די גרעסטע האנט אין דרעפטן די געזעצן און ווייסט די בעסטע וואס קאנגרעס האט אינזין געהאט איז סענאטאר טשאק גרעסלי און ער איז אויפן עדות שטוהל זאנגדיג פארן געריכט אז די געזעץ גייט קלאר לחומרא

מען האט אויך ערווענט די פאקט אז באזירט אויף די באווייזן האט סופערוועליו אין פאקט געוואוסט אז די עכטע אויסטייטשש פון די געזעץ וואלט פאקטיש פארלאנגט פון זיי איינצומעלדן פאר די רעגירונג איבער די פראגראם אבער זייער פארטיידיגונג איז אז אזוי לאנג ווי די געזעץ אויף די ביכער איז גענונג צומישט אז געוויסע מענטשן וואלטן עס געקענט אויסטייטשן לקולא קען שוין דער באשולדיגטער טענה'ן אז ער האט טאקע פארשטאנען אז קאנגרעס האט עכט געמיינט צו גיין לחומרא אבער גלייכצייטיג אויף געזעהן אז זיי האבן פארפעהלט עס ארויסצושרייבן קלאר און דעריבער איז ער געווען ערלויבט זיך צו פיהרן לקולא און צו זיין א נבל ברשות החוק

ריכטעק קעווענאו האט געגעבן א ביישפיל פון עימיצער וואס האט א נסיון ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט א געזעץ אין וועלכע מען קען אויסטייטשן גאר האב, בלויז אביסל לחומרא אדער לקולא ממש און יענער לערנט אפ די געזעץ מיטן גרעסטן קולא אפטייטש

ריכטערין קעיגען האט אים איבערגעהאקט זאגנדיג אז די קעיס פארנט פון געריכט איז נישט איבער א פאל וואס דער באשולדיגטער האט עס עכט אפגעלערנט און פארשטאנען לקולא נאר גוט געוואוסט די עכטע כוונה נאר געוואלט אויסנוצן די אומקלארע שפראך פאר זיין בענעפיט

אין אנדערע ווערטער האט קעיגען נישט געוואלט אז די געריכט זאל אורטיילן וואס עס זאל זיין די געזעץ אין פאל עימיצער לערנט עפעס טאקע אפ לקולא און ליבערשט זיך געוואלט האלטן צו די אומשטענדן אין די קעיס און מאכן א שמאלערע אורטייל אויף בלויז ווען עימיצער וואס פארשטייט יא ריכטיג פשט נוצט אויס די שתי פנים פון א געזעץ

קעווענאו האט איינגעשטימט מיט קעיגען אז די קעיס איצט איז טאקע א שמעלערע אבער ריכטער אליטא האט יא געוואלט אדרעסירן אויך די ברייטערע פראגע און דן זיין אויך איבער אזעלכע וואס לערנען טאקע אפ א געזעץ לקולא זאגנדיג אז די סופרים קאורט אקצעפטירט קעיסעס אויסצוקלארן לעגאלע פראגן און נישט בלויז אורטיילן אויף א ספעציפישע קעיס (אין געווענליכע פעלער איז שווערע צו איבערצייגן אז דער באשולדיגטער האט קלאר אפגעלערנט די געזעץ לחומרא און זיך נוהג געווען לקולא)

די קלעגער און די רעגירונג האבן אויך אויסגעדרוקט האפעננוג אז די געריכט וועט קלארשטעלן די ברייטערע פראגע וועלכע קעוונעאו האט פארגעלייגט

פון קעווענאו האט אויסגעקוקט אז ער וואלט בעפארצוגט אן אורטייל אקעגן סופערוועליו צוליב די באווייזן אז זיי האבן זעלבסט פארשטאנען די באדייט פון די געזעץ אבער נישט אין פאל וואס עימיצער האט טאקע אפגעלערנט די געזעץ לחומרא

עס איז נישט קלאר וועלכע וועג די געריכט וועט נעמען אבער אין פאל וואס די געריכט נעמט טאקע די מער באגרעניצטע צוגאנג וועט עס מעגליך פירן צו דעם אז גרעסלי זאל פרובירן אויפצוברענגן א טויש צום געזעץ אויסצוקלארן אז עס גייט אינגאנצן לחומרא
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין שטיצע פון סופערוועליו אקעגן די רעגירונג

ריכטער טאמאס האט געשריבן די אורטייל פאר אן איינשטימיגע געריכט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

זעקי ראהימי איז געווען אונטערא פארבאט פון קויפן געווער נאכן איבערפאלן א נאנטע און זיין פארמישט אין 5 שיסערייען

די פיפטע קרייז געריכט האט אבער געאורטיילט אראפצונעמען די באגרעניצונג זאגנדיג אז די געזעץ צו פארבאטן פאר דאמעסטישע איבערפאלער די רעכט פון באזיצן געווער גייט אקעגן די צווייטע אמענדמענט און איז אומקאנסטיטוציאנאל

צוליב די יוריסדיקציע פון די פיפטע סירקוט איז די אורטייל פעליג פארטעקסאס, מיסיסיפי, און לואיזיאנא די רעגירונג האט פארלאנגט א סטעי פון די סופרים קאורט און מאנכע שפעקולירן אויב האנטער ביידען קען בענעפיטירן פון א סופרים קאורט אורטייל אין שטיצע פון ראהימי וועלכע וועט מעגליך אויך אדרעסירן זיין קעיס פון באזיצן געווער טראץ זיין צוגעבונדנקייט צו דראגס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:26 am
כל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:24 am
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:38 am
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2023 12:10 pm
דיזני טראגט אריין אנקלאגע אקעגן דעסאנטיס
לאנדעט אויפן טישל פון פעדעראלע דיסטריקט ריכטער מארק וואלקער (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
מיינט עס א זיכערע געווינס פאר דיזני אדער לאו דווקא?
מעגליך
וואלקער האט שוין עטליכע מאהל געאורטיילט אקעגן דעסאנטיס/פלארידא אבער זיינע אורטייל זענען געווארן שפעטער איבערגעדרייט אין אפעלאט געריכט
דעסאנטיס האט געהאט פארלאנגט אז וואלקער זאל זיך רעקיוזן פון די קעיס צוליב פובליק קאמענטארן אין אנדערע אומפארבונדעטע קעיסעס אין וועלכע וואלקער האט אויף די רעקארד גענוצט דיזני אלס ביישפיל פון א פירמע וועלכע איז אויסגעשטאנען נקמה און דיסטעיט האט גע'טענה'ט אז דאס איז א באווייז אז וואלקער הויבט אן די קעיס מיט איינזייטיגקייט נאך איידער ער הערט אויס ביידע זייטן

די געריכט האט אפגעווארפן די טענה און געלאזט וואלקער אנפירן מיט די קעיס אבער וואלקער זעלבסט האט פריער געמאלדן אז ער רעקיוזד זיך פון די קעיס צוליב וואס ער פארמאגט דריטע גראד פארבינדונג צו סטאקס אין א פירמע וועלכע איז אונטער דיזני (דריטע גראד קען מיינען אז זיין ערשטע קוזין אדער עלטער זיידע, עלטער פעטער, עלטער מומע, אור פלומעניק אור פלומעניצע אדער אור אייניקל פארמאגן די סטאקס)

וואלקער שרייבט אז די דעסאנטיס מאושען איז לעכערליך און א בלויזע פארזוך פון קלייבן פריינטליכע ריכטער און אז זיין רעקיוזעל איז גענצליך אומפארבונדן צו יענע טענה און איז בלויז צוליב די סטאקס

די געריכט האט אצינד אריבערגעפירט די קעיס צו ריכטער אלען ווינסטאר (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ)
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:10 am
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 1:27 pm
דזשעראלדין טיילער איז א 94 יעריגע אלמנה פון מינעאפאליס מינעסאטא וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן פאר מער פון א יאר צענדליג אין אן איין שלאף צימער קאנדאמיניום וואס זי האט זיך איינגעהאנדלט אין הענעפין קאונטי איידער איר געזונט צושטאנד האט איר אין 2010 למספרם געצוואונגען זיך אריינצוציען אין א געביידע פון עלטערע לייט

פרוי טיילער האט אין יענע צייט אויפגעהערט צו באצאהלן די פראפערטי שטייער אויף די קאנדא און נאך 5 יאר אין וועלכע זי האט אויפגעטריבן א שטייער חוב פון 15 טויזנט דאלער האט די קאונטי פארכאפט די טייטל אויף די וואוינונג און עס פארקויפט פאר 40 טויזנט דאלער

טיילער טענה'ט אז די געלט וואס די קאונטי האט קאנספיסקירט איז מער פון תשלומי כפל פונעם חוב און איז אומקאנסטיטוציאנאל

איר אדוואקאט קריסטינא מארטין האט פארפירט אז אין מיינסטנס סטעיטס איז די צוגאנג אז די שטייער באאמטע וועלכע פארכאפן בלויז אזויפיל אייגנטום וויפיל דער שטייער צאהלער איז שולדיג און דאס נישט צוריקגעבן די 25 טויזנט דאלער רעשט איז נישט אויסגעהאלטן

די פראגע איז אויב אזא פארכאפונג פארלעצט די פיפטע אמענדמענט וועלכע פארלאנגט פון די רעגירונג צו גיבן אנשטענדיגע אנטשעדיגונג צו אייגגנטומער פון פראפערטי וואס זיי טוען קאנפיסקירן און אויב עס פארלעצט נישט די אכטע אמענדמענט וועלכע באשוצט אקעגן איבערגעטריבענע שטראפן

די דיסטריקט געריכט און דערנאך די אכטע קרייז געריכט האט אפגעווארפן איר טענה שרייבנדיג אז די שריט פון קאנפיסקירן די אפארטמענט איז "הויפטזעכטליך" נישט קיין "שטראף" אויף סיי וועלכע "קרימינאלע פארברעך" נאר ליבערשט איז עס א געצייג אין די באזיץ פון די רעגירונג צו פארזיכערן אז זי באקומט וואס עס קומט איר און וויבאלד עס פאלט נישט אריין אין די קאטעגאריע פון שטראף אויף פארברעכן פארלעצט עס נישט די פארבאט אקעגן איבערגעטריבענע שטראפן אבער טיילער טענה'ט אז טראץ וואס די קאנספיסקאציע קומט טאקע צו דעקן די שטייער לאך איז עס "אויך א שטראף" און נעמען מער ווי די חוב איז אן "איבערגעטריבענע שטראף" און אז אפילו אויב די הויפט סיבה פון די קאנספיסקאציע איז צו דעקן די רעגירונג קאסע איז גענוג אז טייל פונעם חשבון איז אויך איר צו באשטראפן אז די קאנפיסקאציע זאל פארלעצן אירע רעכטן

טיילער האט עס אפעלירט צום סופרים קאורט און ביי די מונדליכע ארגומענטן האבן די ריכטער אויסגעקוקט צו האבן היבשע סימאפטיע מיט די עלטערע פרוי

ריכטער ראבערטס האט יא געזאגט אז סטעיטס פארמאגן טיף איינגעווארצלטע רעכטן צו באשטימען געזעצן צו פארכאפןחובות וואס איינוואוינער זענען שולדיג געבליבן

אבער אנדערע ריכטער האבן יא געזאגט אז די געזעצן זאלן זייער מער באגרעניצט און איינגעצוימט

ריכטערין דזשעקסאן האט געזאגט אז אויב עימיצער האט א חוב מיינט עס נאכנישט אז די סטעיט בארעכטיגט פולשטענדיג צו באראבעווען אלע פראפערטי רעכטן וואס יענער באזיצט

ניעל קאטיאל, דער אדוואקאט פאר די קאונטי האט ארויסגעברענגט אז גי געזעץ צו קענען קאנפיסקירן פראפערטי צוליב א חוב גייט שוין צוריק גאר לאנג און איז אן אור אלטע טראדיציע פון בעפאר די גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן און עס איז אלעמאהל אזוי פארבליבן

אנדערש ווי געווענליך ווען די קאנסערוואטיוון צייגן ארויס רעספעקט פאר ארגומענטן איבער טראדיציאנעלע פירונגען איינגעוואצלט אין די לאנד'ס היסטאריע האבן טייל פון די ריכטער געשיינט אנצוקוקן די קעיס אביסל אנדערש

ריכטער גארסוטש האט רעאגירט זאגנדיג: איך פארשטיי נישט ואוס אויף די וועלט סיי וואס פון די היסטאריע האט צו טוהן מיט אט די קעיס און אז טיילער איז נישט א מאשקע וועם דער פריץ קען איינפאך ארויסטראסקען פון קרעטשמע פארן נישט קיין באצאהלן אין צייט

ריכטערין קעיגען האט געוואלט פארשטיין אויב עס זענען פארהאן כאטש עפעס באגרעניצונגען ווי צום ביישפיל אויב די רעגירונג קען קאנספיסקירן א פראפערטי אין די ווערד פון 5 מיליאן דאלער פאר א 5 טויזנט דאלער חוב אן צוריקגעבן די רעשט

קעיגען האט נישט אויסגעקוקט איבריג אנציקט ווען קאטיאל האט געזאגט אז די רעגירונג האט די רעכט דערצו

קאטיאל האט געענטפערט די זעלבע פאר גארסוטש ווען ער האט געפרעגט אויב די רעגירונג קען נעמען א מיילאן דאלער פראפערטי פאר א 5 דאלער חוב

ריכטערין בערעט האט פארגעשטעלט א ביישפיל פון עימיצער וואס איז שולדיג 20 דאלער אין א פארקינג טיקעט חוב און געוואלט פארשטיין אויב די סטעיט וועט זיין בארעכטיגט צו קאנפיסקירן יענעם'ס אויטאמאביל

קאטיאל האט געענטפערט אז עס איז נישט פארהאן קיין היסטאריע וואו מען קען געפונען די ענטפער אויף אזא סארט פראגע און בערעט האט ציניש רעאגירט: אה, עס זענען נאכנישט געווען קיין אויטאמאבילן אין יענע צייט

איינע פון די ארגומענטן פון די דיסטריקט געריכט איז אויך געווען אז וויבאלד לויט די סטעיט געזעץ באלאנגט אזא הויז אויטאמאטיש פאר די קאונטי (צוליב די חוב) ווערט עס דעריבער נישט פאררעכנט אלץ קאנפיסקאציע נאר ווי גלייך די קאונטי נעמט איבער זייער אייגענע פראפערטי

ריכטער גארסוטש און ראבערטס האבן נישט אויסגעקוקט סימפאטיש צו אזא ארגומענט און גע/טענה'ט אז א סטעיט קען נישט גלאט אזוי באשליסן צו "דערקלערן פראפערטי אייגנטום" און אז די פיפטע אמענדמענט פארלאנג צו גיבן קאנספיסקאציע פאר פראפערטי וואס זיי מוזן קאנספיסיקירן איז בלויז נאך א באווייז אז די רעגירונג קען זיך נישט אומגיין מיט פראפערטי ווי זייער אייגענע אייגנטום

טראץ וואס אין אלגעמיין איז די געריכט געווען היבש גענויגט אין שטיצע פון טיילער האבן די ריכטער זיך יא עטוואס געמוטשעט מיט די פראגע וויפיל די קאונטי וועט דארפן צוריקגעבן פאר די אלמנה און דיסקוסירט אויב מען זאל רעכענען וויפיל מער פונעם חוב די פראפערטי איז געווען ווערד אין די צייט פון די קאונטי פארקלאוזשער אוקשען אדער זאל מען עס אויסרעכענען לויט די צייט פון איר ווערד ביים קאנספיסקאציע און טייל ריכטער האט אויסגעקוקט גרייט צוריקצושיקן אזא פראגע צום דיסטריקט געריכט (וואס וועט זייער מעגליך מיינען אז די געלט וועט שוין גיין צו יורשים..)

אין די צייט וואס רוב אויב נישט רובם ככולם האבן אויסגעקקוט צו זיין מיט טיילער איבער די פיפטע אמענדמענט איז די פראגע איבער די אכטע אמענדמענט פארבאט אקעגן איבערגעטריבענע שטראפן יא געווען מער באלאנסירט צווישן די ריכטער און פון טייל ריכטער האט אויסגעקוקט אז זיי וועלן מעגליך וועלן איבערהיפן די פראגע אן עס אדרעסירן צוליב וואס טיילער גייט ארויס זיגרייך אן דעם אויך (צוליב די פיפטע אמענדמענט)

מערקווירדיג איז געווען אז סיי אין די שריפטליכע און סיי ביי די מונדליכע ארגומענטן האט קאטיאל פרובירט צו טענה'ן אז טיילאר מאנגלט סטענדינג אין די קעיס און עס געמאכט אלץ זיין ערשטע ארגומענט אין די צייט וואס געווענליך וועלן אפעלאט אדוואקאטן מאכן זייער ערשטע ארגומענט דאס וואס זיי גלויבן איז די שטארקסטע

אין פאקט איז די סטענדיג טענה געווען פון שוואכן קוואליטעט און די ריכטער האבן כמעט נישטגעשנאקן סיי וועלכע אויפמערקזאמקייט דערצו מיטן אויסנא פון ריכטער טאאמס וועלכע האט געזאגט אז ער וועט איבערהיפן די סטענדינג אישו ווייל לויט זיין פארשטאנד האט די קאונטי קאנפיסקירט טיילאר'ס פראפערטי און פארדינט ריוח דערויף וואס לויט איר ארגומענט באלאנגט עס פאר איר
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין שטיצע פון די אלמנה

ריכטער ראבערטס האט געשריבן די אורטייל פאר אן איינשטימיגע געריכט
@הכל הבל יישר כח פאר דיינע באריכטן.

איך האב הנאה פון דעם אורטייל, ווייל דאס געט נישט יעצט א גרינע ליכט פאר די סטעיט אוועקצוכאפן פראפערטי און זאגן גוט שבת..
אויך פון די נאכפאלגענעדע אורטיילן האב איך איינגעזען אז עפעס יוסטיס איז נאך יא פארבליבן דא און אמעריקע.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סטיוו עלסטער האט געוואלט רעגיסטרירן אלס א טרעידמארק אן אויפשריפט וואס ער האט געלאזט דרוקן אויף העמדלעך מיט די פראזע "טראמפ איז צו קליין"

די טרעידמארק אפיס האט אבער אפגעווארפן די אפליקאציע זאגנדיג אז עס פארלעצט סעקשאן 2 פון די לענהעם אקט וועלכע פארבאט פעדעראלע טרעידמארק רעגיסטראציעס וועלכע אנטהאלטן די נעמען פון און אידענטיפיצירן ספעציפישע לעבעדיגע אינדיווידועלן סיידן מען באקומט זייער ערלויבעניש און אזוי דארף מען באקומען שריפטליכע ערלויבעניש פון די אלמנות פון פארשטארבענע פרעזידענטן

עלסטער האט אפעלירט די באשלוס צום אפעלאט באורד וועלכע איז געקומען צום זעלבן אויספיהר אבער נאכן אפעלירן די קעיס צום פעדעראלן סירקוט קאורט (וועלכע איז די קרייז געריכט וועלכע באהאנדלט אלע טרעידמארקס אישוס) האבן זיי צוריקגעדרייט די באשלוס שרייבנדיג אז סעקשאן 2 פון די קאנגרעס באשטעטיגטע לענהעם אקט גייט אקעגן די ערשטע אמענדמענט פרייהייט פון אויסדרוק קאנסטיטוציאנאלע רעכט און מען אז צו באגרעניצן אויסדרוק מוז מען קוקן אויף די אינהאלט אוןעס באזירן אויף וויכטיגע רעגירונג אינטערעסע אבער אין דעם פאל איז נישט דא סיי וועלכע אנדייטונג אז אזא פארבאט איז אין די אינטערעסן פון די רעגירונג

די געריכט שרייבט אז די רעגירונג האט נישט קיינע פריוואטקייט רעכטן אדער פובליסיטי אינטערעסן צו באגרעניצן אויסדרוק וועלכע קריטיקירט אירע באאמטע אדער פובליק פיגורן אין די טרעידמארק קאנטעקסט

ד ביידען אדמיניסטראציע האט אפעלירט די באשלוס צום סופרים קאורט וועלנדיג באשוצן אינסטיטוציאנאלע אינטערעסן און די מעגליכקייט פון קאנגרעס צו באשטימען אזעלכע געזעצן

איצט אינדערפרי האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן די קעיס אינעם קומענדיגן טערמין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 11:58 am
הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 9:37 am
פעדעראלע דיסטריקט ריכטער טאמאס קענט וועטערעל (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) בלאקירט אויף דערווייל א פלאן פון די ביידען אדמיניסטראציע ארויסצולאזן אימיגראנטן אויף די גאסן איינמאהל די פארהאלטונגס צענטערן ווערן איבערגעפולט

היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר מעיארקעס באצייכנט די ארדער אלץ שעדליך
יוסטיץ דעפארטמענט אפעלירט די ארדער
קרייז געריכט אורטיילט צו לאזן אין פלאץ די אורטייל פון וועטערעל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיאמי ביעטש האט געהאט אינסטאלירט א פאליציי קאמערא אינדרויסן פון בית המדרש בית ישעי' ד'קערעסטיר צו האלטן אן אויג אויף די טראפיק ארום און אריינגעטראגן אן באשולדיגונג אז צופיל מענטשן באנוצן זיך מיט די שוהל און איז פיל מער וויפיל זי קען דערהייבן

די סיטי האט אנערקענט אז זיי האבן פארלוירן די ווידעא און האבן בלויז פרעזענטירט בילדער פון מענטשן וועלכע גייען אריין אינווייניג און האבן געזאמלט בילדער פון אידיש אויסקוקנדע מענטשן און פאמיליעס אויף די גאס ארום דורכאויס אין אלע שטונדן פון טאג דורכאויס פסח

די סיטי האט פארלאנגט און באקומען אן ארדער פון א סיטי ספעציעלע מעדזשיסטרעיט צו פארבאטן דאס דאווענען אין די שוהל אבער האבן ארויסגעצויגן זייער פארלאנג בלויז נאך וואס קערעסטיר האט אריינגעטראגן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט וועלכע האט געזאלט אנהויבן די פראצעס די וואך מאנטאג

די שוהל האט געקלאגט די סיטי פארן פארלעצן זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן און דיסקרימינירן אקעגן די אידישע צענטער און צווישן אנדערן אנגעוויזן אז אינספעקטאר זענען געשיקט געווארן צו פילמירן די אקטיוויטעטן פון אינדרויסן און אינווייניג אזויפיהל ווי 126 מאהל אין לויף פון די לצעטע צוויי יאר

אצינד איז די סיטי איינגעגאנגען צו שליכטן די קעיס אינדרויסן פון געריכט און אונטער די טערמינען פונעם אפמאך איז די שוהל איינגעגאנגען טערמינען באגרעניצן פארקינג לענגאויס די 34 סטריט און פרעירי עוו און נישט ארויסצושטעלן ספיקערס אין די גאס און אין אויסטויש וועט די סיטי באצאהלן פאר די שוהל 1.3 מיליאן דאלער אין אנטשעדיגונג
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יוני 07, 2023 2:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע: ווי נישט?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:28 pm
מיאמי ביעטש האט געהאט אינסטאלירט א פאליציי קאמערא אינדרויסן פון בית המדרש בית ישעי' ד'קערעסטיר צו האלטן אן אויג אויף די טראפיק ארום און אריינגעטראגן אן באשולדיגונג אז צופיל מענטשן באנוצן זיך מיט די שוהל וועלכע איז מער וויפיל זי קען דערהייבן

די סיטי האט אנערקענט אז זיי האבן פארלוירן די ווידעא און האבן בלויז פרעזענטירט בילדער פון מענטשן וועלכע גייען אריין אינווייניג און האבן געזאמלט בילדער פון אידיש אויסקוקנדע מענטשן און פאמיליעס אויף די גאס ארום דורכאויס אין אלע שטונדן פון טאג דורכאויס פסח

די סיטי האט פארלאנגט און באקומען אן ארדער פון א סיטי ספעציעלע מעדזשיסטרעיט צו פארבאטן דאס דאווענען אין די שוהל אבער האבן ארויסגעצויגן זייער פארלאנג בלויז נאך וואס קערעסטיר האט אריינגעטראגן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט וועלכע האט געזאלט אנהויבן די פראצעס די וואך מאנטאג

די שוהל האט געקלאגט די סיטי פארן פארלעצן זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן און דיסקרימינירן אקעגן די אידישע צענטער און צווישן אנדערן אנגעוויזן אז אינספעקטאר זענען געשיקט געווארן צו פילמירן די אקטיוויטעטן פון אינדרויסן און אינווייניג אזויפיהל ווי 126 מאהל אין לויף פון די לצעטע צוויי יאר

אצינד איז די סיטי איינגעגאנגען צו שליכטן די קעיס אינדרויסן פון געריכט און אונטער די טערמינען פונעם אפמאך איז די שוהל איינגעגאנגען טערמינען באגרעניצן פארקינג לענגאויס די 34 סטריט און פרעירי עוו און נישט ארויסצושטעלן ספיקערס אין די גאס און אין אויסטויש וועט די סיטי באצאהלן פאר די שוהל 1.3 מיליאן דאלער אין אנטשעדיגונג
כ'וויל נישט זעהן קיין טשערידי קאמפיין פאר די שוהל די נעקסטע פינעף יאר....! געלט איז שוין דא געניג דארט! :lol:
דזשאסט Zיי פריילעך!
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:28 pm
מיאמי ביעטש האט געהאט אינסטאלירט א פאליציי קאמערא אינדרויסן פון בית המדרש בית ישעי' ד'קערעסטיר צו האלטן אן אויג אויף די טראפיק ארום און אריינגעטראגן אן באשולדיגונג אז צופיל מענטשן באנוצן זיך מיט די שוהל וועלכע איז מער וויפיל זי קען דערהייבן

די סיטי האט אנערקענט אז זיי האבן פארלוירן די ווידעא און האבן בלויז פרעזענטירט בילדער פון מענטשן וועלכע גייען אריין אינווייניג און האבן געזאמלט בילדער פון אידיש אויסקוקנדע מענטשן און פאמיליעס אויף די גאס ארום דורכאויס אין אלע שטונדן פון טאג דורכאויס פסח

די סיטי האט פארלאנגט און באקומען אן ארדער פון א סיטי ספעציעלע מעדזשיסטרעיט צו פארבאטן דאס דאווענען אין די שוהל אבער האבן ארויסגעצויגן זייער פארלאנג בלויז נאך וואס קערעסטיר האט אריינגעטראגן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט וועלכע האט געזאלט אנהויבן די פראצעס די וואך מאנטאג

די שוהל האט געקלאגט די סיטי פארן פארלעצן זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן און דיסקרימינירן אקעגן די אידישע צענטער און צווישן אנדערן אנגעוויזן אז אינספעקטאר זענען געשיקט געווארן צו פילמירן די אקטיוויטעטן פון אינדרויסן און אינווייניג אזויפיהל ווי 126 מאהל אין לויף פון די לצעטע צוויי יאר

אצינד איז די סיטי איינגעגאנגען צו שליכטן די קעיס אינדרויסן פון געריכט און אונטער די טערמינען פונעם אפמאך איז די שוהל איינגעגאנגען טערמינען באגרעניצן פארקינג לענגאויס די 34 סטריט און פרעירי עוו און נישט ארויסצושטעלן ספיקערס אין די גאס און אין אויסטויש וועט די סיטי באצאהלן פאר די שוהל 1.3 מיליאן דאלער אין אנטשעדיגונג
פשי - האבן זיך געבויגן ... (בייגן לייגן) נוסח קערעסטיר. ר' ישעיה בן ר' משה זי"ע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער טאמאס בעהט פאר מער צייט צו קענען פיילן זיין יערליכע פינאנציעלע דיסקלאוזשער
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

א געריכט אין מיניסאוטע האט געאורטיילט אין פעיווערד פון א טראנס דזשאנדאר פרוי ארעסטאנט וואס איז נעבעך אריינגעלייגט געווארן אין א מענער טורמע. און די געריכט האט געפסק'ט אז ער דארף באגנאדיגט ווערן מיט'ן באקומען באצאלט א "האלב מיליאן דאלאר", און מ'זאל אים אריבער-טרענספערן צו א פרויען אנלי טורמע.

און מיט דעם איז געקומען א ענדע צו די לאנגע קייט פון ליידן פון דעם פאראומגליקליכדיגן דזשאנדאר וואס האט נעבעך מיטגעמאכט אזויפיל אן א שיעור פייניגונגען און רדיפות פון ראסיזם און דעסקרימינאציע דורך די ארטיגע נאצי'שע באאמטע. און ס'איז צום האפן אז דעי קעיס וועט שוין איינמאל פאר אלעמאל ברענגען א אויפוואכונג צו די ליידן פון די פילע דזשאנדארן וואס דרייען זיך ארום איבער'ן לאנד און ווארטן אויף זייער ישועה.

#נאך אביסל, און די אמאזאן דזשונגלען וועט שוין זיין א מער מענטשליך ארט צו וואוינען ווי די אזוי-גערופענע ציוויליזירטע מערב וועלט מיט די פאראייניגטע שטאטן בראש.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

יער האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 10:27 pm
א געריכט אין מיניסאוטע האט געאורטיילט אין פעיווערד פון א טראנס דזשאנדאר פרוי ארעסטאנט וואס איז נעבעך אריינגעלייגט געווארן אין א מענער טורמע. און די געריכט האט געפסק'ט אז ער דארף באגנאדיגט ווערן מיט'ן באקומען באצאלט א "האלב מיליאן דאלאר", און מ'זאל אים אריבער-טרענספערן צו א פרויען אנלי טורמע.

און מיט דעם איז געקומען א ענדע צו די לאנגע קייט פון ליידן פון דעם פאראומגליקליכדיגן דזשאנדאר וואס האט נעבעך מיטגעמאכט אזויפיל אן א שיעור פייניגונגען און רדיפות פון ראסיזם און דעסקרימינאציע דורך די ארטיגע נאצי'שע באאמטע. און ס'איז צום האפן אז דעי קעיס וועט שוין איינמאל פאר אלעמאל ברענגען א אויפוואכונג צו די ליידן פון די פילע דזשאנדארן וואס דרייען זיך ארום איבער'ן לאנד און ווארטן אויף זייער ישועה.

#נאך אביסל, און די אמאזאן דזשונגלען וועט שוין זיין א מער מענטשליך ארט צו וואוינען ווי די אזוי-גערופענע ציוויליזירטע מערב וועלט מיט די פאראייניגטע שטאטן בראש.
זיס געשריבן!

#יומעניטי גייט סאוט
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)

בעצם האלט מען שוין דא...
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 4:16 pm
צוריק אין 1871 למספרם האט פרעזידענט גרענט אונטערגעשריבן די קו קלוקס קלען אקט וועלכע האט געגעבן פרעצעדענטלאזע מאכטן פארן פרעזידענט איבערצוהיפן א רייע רוטינע פראצעדורן אין א פארזוך צו קענען אונטערדרוקן און אויסראטן די קו קלוקס קלען און אנדערע

טעראריסטישע ארגאנאזאציעס וועלכע האבן דאן פארפעסטיגט די דרום שטאטן און צווישן אנדערן געגעבן די רעכט פארן פרעזידענט צו ארעסטירן אן קיין פראצעס אזעלכע וועלכע שטעלן א געפאר

געוויסע פראוויזיעס פון יענע געזעץ עקזיסטירן נאך ביזן היינטיגן טאג אריינגערעכנט די מערסט פראמינענטע סעקשאן 1983 פראוויזיע וועלכע ערלויבט פאר מענטשן צו קלאגן אין ציווילע געריכט אקעגן ציווילע רעכטן פארלעצונגען

די פעדעראלע נוירסינג היים רעפארם אקט איז א גענצליך אומפארבונדעטע געזעץ באשטעטיגט מיט יארן שפעטער אום 1987 למספרם און שטעלט אראפ א רייע מאסנאמען וועלכע נוירסינג היימען וועלכע געניסן פון פעדעראלע מעדיקעיד פאנדינג דארפן נאכקומען

די קאנסטיטוציע האט געשאנקן די רעכט פאר די פעדעראלע רעגירונג צו איינקאסירן שטייערן און אויסגעבן געלט פאר די אלגעמיינע וואוילזיין פון די באפעלקערונג און די רעגירונג שיקט טייל פון די געלט פאר סטעיט און לאקאלע רעגירונגען און פאר פריוואטע קערפערשאפטן וועלכע פירן אן מיט א רייע פראגראמען (א שטייגער ווי מעדיקעיד און מעדיקעיר) און די פעדעראלע רעגירונג באשטימט די פארשריפטן וואס זיי דארפן נאכקומען צו קוואליפיצירן פאר די פאנדינג

די פריער דערמאנטע נוירסינג היים געזעץ פארלאנגט פון צענטערן צו באשוצן און פאראויסשטעלן די רעכטן פון איטליכער רעזידענט/פאציענט אלץ א באדינג צו קענען געניסן פון די פראגראמען און די צענטערן טארן נישט נוצן פיזישע אדער כעמישע באהאנדלונג צו דיסציפלינירן זייערע פאציענטן און פאר אייגענע באקוועמליכקייט סיידן עס פאדערט זיך צו באהאנדלען מעדיצינישע סימפטאמען און גלייכצייטיג מוזן זיי האלטן א פאציענט אוין זייער צענטער און קענען אים אוועקפירן בלויז אונטער א רייע באגרעניצטע אומשטענדן

דזשאדזשי טאלעווסקי ווערט באהאנדלט פאר דיימענשא אין א רעהאביליטיאציע לאקאלע רעגירונג געפירטע צענטער אין אינדיאנא און ווען זיין צושטאנד האט זיך פארערגערט האבן זיי אים טראנספערירט און ארומגעפירט צווישן עטליכע צענטערן און ארומגעטוישט זיינע מעדיצינען טראץ די קעגנערשאפט פון זיין פאמיליע

די נוירסינג היים האט גע'טענה'ט אז זייער האנדלונג אין געווען אין רעאקציע צו א ווילדע און אגרעסיווע אויפפירונג פונעם פאציענט און אז זיי האבן אים נישט געקענט אנדערש קאנטראלירן אבער זיין פרוי זאגט אז זיי האבן אים אויסגעפייניגט

א סטעיט אדמיניסטראטיווע ריכטער האט געפונען אז איין טראנספער איז ווירקליך געווען אין פארלעצונג צום געזעץ און פארארדנט נאכצוגעבן א פארלאנג פון די פרוי צוריקצופירן אין מאן צום ארגינעלן צענטער אבער ביי יענע פונקט האט זי שוין אפגעטראטן און געוואלט אז מען זאל אים טראגן צו א צווייטע פלאץ

עווענטועל האט זיין פרוי האט אריינגעטראגן א לאוסוט אונטער די 1983 סעקשאן וועלכע ערלויבט צוברענגן ציווילע רעכט פארלעצונגען קלאגעס און זיך באקלאגט אז די נוירסינג היים האט פארלעצט די אויבנדערמאנטע נוירסינג היים אקט

די פראגע איז געווען אויב מען קען נוצן סעקשאן 1983 (די רעכט צו קלאגן פאר ציווילע רעכט פארלעצונגען) ווען די אנגעבליכע ציווילע רעכט איז עפעס וואס ווערט בלויז ערווענט אין די נוירסינג היים געזעץ

די רעכט וואס איז דא געווארן פארלעצט איז נישט א רעכט וואס די קאנסטיטוציע האט געגעבן פאר פריוואטע בירגער און זיי פארשפראכן אז אויב עס ווערט פארלעצט קענען זיי ברענגן קלאגעס נאר עס איז ענדערש א תנאי וועלכע די רעגירונג האט געשטעלט פאר קערפערשאפטן (אין די נוירסינג היים געזעץ וועלכע איז א ביזנעס סארט געזעץ איבער די רעגירונג מאכט פון איינקאסירן שטייער און עס אויסגעבן אויף פראגראמען) וועלכע געניסן פון פעדעראלע פאנדינג

אויבנאויף איז די אפמאך צווישן די רעגירונג און די קערפערשאפטן נישט עפעס אין וואס די פובליק קען אריינרעדן און א געווענליכע בירגער קען נישט ברענגן קיין קלאגעס אויב אזא קערפערשאפט פארלעצט די תנאי ווייל זיי זענען נישט די בר פלוגתא פון די צענטערן ווען עס קומט צו פארלעצונגען פון זייער קנאטראקט מיט די רעגירונג און עס איז בלויז די רעגירונג וועלכע קען אפשטעלן די פאנדינג

קומט אבער די טאלעווסקי פאמיליע און טענה'ט אז איינמאהל די רעגירונג האט קלארגעשטעלט אין די נוירסינג היים אקט וואס עס זענען די רעכטן פון די פאציענטן קענען זיך די פאציענטן באנוצן סעקשאן 1983 זיך צו באקלאגן אז אט יענע געשאפענע רעכט איז געווארן פארלעצט

די פעדעראלע דיסטריקט געריכט האט ארויסגעווארפן די טענה אבער ווען טאלעווסקי האט עס אפעלירט צום זיבעטן קרייז געריכט האט די סירקוט קאורט יא אקצעפטירט איר טענה

זיי שרייבן אז סעקשאן 1983 בארעכטיגט דאס ברענגן ציווילע קלאגעס ווען רעכטן צוגעשטעלט דורך די קאנסטיטוציע און "געזעצן" ווערן פארלעצט
און "געזעצן" איז כולל אלע סארט געזעצן אריינגערעכנט רעגירונג ספענדינג געזעצן וואס כאטש עס איז נישט געשטעלט הויפטזעכטליך צו באשוצן רעכטן טוט עס אבער אומדירעקט שאפן א ציווילע רעכט סיידן קאנגרעס וטו קלאר אנדייטן אז אין יענע פאל זוכן זיי נישט צו עפענען א וועג אז פריוואטע מענטשן זאל עס קענען אויסנוצן צו ברענגן ציווילע קלאגעס

אין פאקט האט שוין די פערטע קרייז געריכט מיט יארן צוריק באשטעטיגט אזא הנחה צוויי מאהל אין די לעצטע 50 יאר מאהל אבער די העלט און שפיטאל קארפארעישאן זוכט איצט צוריקצודרייען יענע פרעצעדענט

זיי טענה'ן אז די געריכט מוז אנקוקן סעקשאן 1983 לויט ווי אזוי עס איז געווען ווען קאנגרעס האט באשטעטיגט די קו קלוקס קלען אקט און אז דאן האבן זיי נישט געזוכט צו גיבן א רעכט פאר פריוואטע בירגער וועלכע טוען געניסן פון געוויסע רעכטן אלץ דריטע פארטייען צו קענען אינטערווענירן אין פארלעצונגען פון קאנטראקטן אויסגעהאמערט צווישן די רעגירונג און אנדערע און עס צו אינפארסירן דורך ברענגן ציווילע רעכטן קלאגעס

זיי שרייבן אז קאנגרעס האט מיט די נוירסינג היים אקט געזוכט צו אינפארסירן די באדינגונגען דורך אדמיניסטראטיווע מיטלען און די געריכטן זענען נישט באפולמעכטיגט צוצולייגן נייע שיכט פון אינפארסירונג מעטאדן מיטן עפענען די טויער און אריינלאזן די פאציענטן צו אינפארסירן די געזעץ דורך די געריכטן ווייל דאס באדייט אז די געריכט איז מוסיף אויפן געשריבענע געזעץ און די יורידישע פליגל קען נישט דורכפירן קיין לעגיסלאטיווע ארבעט

זיי טענה'ן אויך אז ווען א סטעיט אדער צענטער אקצעפטירט פאנדינג ליינען זיי דורך די ספעציפישע נוירסינג היים געזעץ מיט אלע דעטאלן און אקצעפטירן די פאנדינג באזירט אויף די תנאים אויסגערעכנט און מיט די ערווארטונג אז זיי וועלן ווערן אינפארסירט דורך די גענויע מיטלען וואס ווערן דערמאנט אין די געזעץ און זיי דארפן נישט זיין גערישט אז די געריכט וועט אויסנוצן עפעס א גענצליך אומפארבונדעטע געזעץ און עס נוצן אלץ א מיטל מיט וועלכע פאציענטן וועלן זעלבסט קענען נוצן די געריכט צו אינפארסירן די קאנטראקט וואס די קערפערשאפטן האמערן אויס מיט די רעגירונג און אזא אינפארסירונג איז עפעס אויף וואס זיי זענען קיינמאהל נישט איינגעגאנגען ביים אונטערשרייבן

אפילו אויב די געריכט זוכט נישט איבערצודרייען די פרעצעדענט און וויל אנהאלטן די הנחה אז אין אלגעמיין קען מען נוצן סעקשאן 1983 צו ברענגן ציווילע קלאגעס איבער פארלעצונגען פון רעכטן געשאפן אין ביזנעס סארט געזעצן, טענה'ט די קארפארעישאן אז אין אונזער פאל האט קאנגרעס קלאר אויסגעשלאסן אזא רעכט מיט דעם וואס זי האט קלארגעשטעלט אין די נוירסינג היים אקט אז פאציענטן זענען בארעכטיגט צו אפעלירן באשלוסן זיי צו טראנספערירן און איבער באשלוסן צו גיבן מעדיצינען (ביידע פון די רעכטן האט טאלעווסקי אויסגענוצט) און דערמיט האט קאנגרעס ווי באשטימט די ראלע און רעכטן וואס פאציענטן און זייערע פאמיליעס קענען באקומען און דאס מיינט אז מער רעכטן (ווי צום ביישפיל צו קענען ברענגן ציווילע רעכטן קלאגעס) פון דעם האבן זיי נישט

די ארגומענט פון טאלעווסקי איז אז וויבאלד סעקשאן 1983 אדרעסירט רעכטן געגעבן דורך די "קאנסטיטוציע" און דורך "געזעצן" איז עס א באווייז אז קאנגרעס האט ארויסגעשריבן די ביידע ווערטער און אינזין געהאט אויך רעכטן וועלכע זענען נישט באשטימט דורך די קאנסטיטוציע נאר געשאפן געווארן אין שפעטערדיגע פעדעראלע געזעצן און וויבאלד קאנגרעס שרייבט שרייבט נישט קיין איין באגרעניצונג אויף די ווארט געזעצן נעמט עס אריין אלע סארט געזעצן אריינגערעכנט אזעלכע וואס קאנצעטרירן זיך נישט הויפטזעכטליך צו באשוצן רעכטן נאר ענדערש אוועקצושטעלן ווי אזוי רעגירונג ביזנעס זאל פונקציאנירן

טאלעווסקי זאגט אז מען וואלט נאך געקענט פארשטיין די נוירסינג היים פאזיציע אויב די אינפארסירונג שריט וועלכע קאנגרעס האט ספעציפירט אינעם געזעץ וואלט "זיך נישט פארשטאנען" מיט אינפארסירונג דורך פאציענטן דורך פעדעראלע ציווילע קלאגעס אבער אין פאקט קענען ביידע אינפארסירונג מהלכים ארבעטן האנט ביי האנט אן וואס איינע פון זיי זאל שטערן די צווייטע אדער שאפן קאמפליקאציעס

די אינפארסירונג וואס קאנגרעס שטעלט צו בפירוש אין די נוירסינג היים אקט איז סטעיט און פעדעראלע אינפארסירונג דורך שטראפן און אוועקנעמען מעדיקעיד פאנדינג

די אינפארסירונג דורך פאציענטן וועלכע די אקט דערמאנט אויך איז אפעלאטן אין סטעי געריכטן וועלכע זענען נישט אלעמאהל צו סוקסעספול און אדמיניסטראטיווע אפעלאטן וועלכע זענען בעיקר געמאכט פאר באלדיגע אפהאלטן פון גיבן מעדיצינען אדער טראנספערירן די פאציענטן (א אישו וואס נוגע אויפן הוה) און עס איז בכלל נישט אין קאנפליקט מיט באזונדערע ציווילע קלאגעס אונטער סעקשאן 1983 געברענגט אין פעדעראלן געריכט וואס איז ענדערש געווידמעט צו באשטראפן אויף אומפאסיגע שריט וואסאיז שוין געטוהן געווארן און ארויפשטעלן ווארנעוננגען און בלאקאדעס צו באגיין ענליכס אינעם צוקונפט (אישוס וואס נוגע אויפן עבר און עתיד)

די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט מיט 2-7 אין שטיצע פון טאלעווסקי

ריכטערין דזשעקסאן האט געשריבן די מאיאריטעט ארוטייל און דערין אנגעשלאסן ריכטער ראבערטס, סאטאמיאר, קעיגען, גארסוטש, קעווענאו און בערעט

ריכטער אליטא און טאמאס זענען געווען אין די מינאריטעט
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 1:14 pm
די הינט שפילצייג פירמע VIP איז בארימט מיט זייער איינפיר ארויסצושטעלן פראדוקטן מיט נעמען און אויפשריפטן אויפן לעיבל נאכגעמאכט פון באקאנטע ברענדס און סימבאלן אויף אן הומאריסטישע וועג

די מאדעל פון די ספעציפישע שפילצייג פון וועלכע מיר רעדן איז א נאכגעמאכטע פארעם פון די דזשעק דעניעלס וויסקי פלאש און איז אין די זעלבע מאס

עס איז באצירט מיטן זעלבן סארט לעיבל און בוכשטאבן דערויף נאר די ווערטער דערויף איז לייכט ארומגעטוישט און אהערגעשטעלט אין א ווערטער שפיל ווען אנשטאט אנשטאט די ווערטער "אלטע נומער 7 טענעסי צומאלענע וויקסי פארבריצירט דורך דזשעק דעניעלס (וואס שטייט אויפן וויסקי פלאש) איז די אויפשריפט אויפן שפילצייג "אלטע נומער 2 טענעסי קארפעט פאבריצירט דורך שלעכטע ספעניעלס (ספעניעלס איז הינט)

די דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אין שטיצע פון דזשעק דעניעלס און פארארדנט VIP אויפצוהערן עס צו פאבריצירן אבער זיי האבן עס אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט געאורטיילט אין שטיצע פון VIP

דזשעק דעניעלס האט אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלכע האט עס באוויליגט אויסצוהערן

די לעגאלע ארגומענטן קאנצעטרירן זיך אויף צוויי באזונדערע געזעצן גערופן די לענהעם'ס אקט און די דיילושען רעוויזשאן פראוויזיע (עס איז א פראוויזיע אונטער די לענהעם אקט)

די לענהעם אקט שרייבט אז נוצן א צווייטן'ס אויפשריפט אין א וועג וואס טוט ווארשיינליך שאפן צומישעניש איבער די ארגינעלע פראדוקט איז א טרעידמאק פארלעצונג

די לענהעם אקט האט אבער געלאזט ברייט אפן די פראגע וועלכע טעסט צו נוצן ווי אזוי אפצושאצן ווען עס נאכגעמאכטע מוסטער פאלט אריין אין די קאטעגאריע פון די פארבאט צוליב וואס עס צומישט קאנסומער

אין אלגעמיין טוען געריכטן זיך באנוצן מיט די "מולטי פאקטאר טעסט" וואס קוקט איבער אין יעדן פאל ווי אקוראט נאכגעמאכט די אויפשריפט איז און נאך א רייע דעטאלן אפצושאצן ווי ערנסט איז די שאנס צו שאפן צומישעניש

די ניינטע סירקוט איז אבער געקומען צום אויספיהר אז די וועג ווי אזוי אפצושאצן וועלכע פובליק אינטערעסע וועג איבער איז זיך צו צו באנוצן מיט א צוויי פראגן טעסט וועלכע די צווייטע סירקוט קאורט האט אוועקגעשטעלט אין א צווייטע ענליכע קעיס און עס ווערט גערופן די "ראדזשערס טעסט" אויפן נאמען פון יענע קעיס

די צוויי זאכן וואס אנגעקלאגטע דארפן קענען אויפווייזן זענען אז די נאכגעמאכטע מעסעדזש אויפן לעיבל איז נישט א טיפישע רעקלאמע פארן פראדוקט נאר ליבערשט אן ארטיסטישע וועג פון אויסדרוקן א מעסעדזש אדער סיי וואס און די צווייטע זאך איז צו איבערצייגן אז עס טוט נישט צומישן קאנסומער צווישן די צוויי פראדוקטן

די ניינטע קרייז געריכט שרייבט אז די סעריע פון ארטיסטישע מעסעדזשעס וועלכע VIP שטעלט ארויף אויף אירע פראדקטן איז באשוצט אלץ אן אויסדרוק אונטער די ערשטע אמענדמענט סיידן דזשעק דעניעלס קען איבערצייגן אז די אויפשריפט איז נישט ארטיסטיש פארבונדן צו די VIP אלגעמיינע סעריע פון הומאריסטישע אויפשריפן אדער אז עס טוט קלאר פארפירן קאנסומער איבער די אינהאלט אדער פאבריצירער פון די פראדוקטן

דזשעק דעניעלס שלאגט עס אבער אפ מיט א רייע ארגומענטן אריינגערעכנט אז די אויפשריפט אין די קעיס איז נישט אן ארטיסטישע מעסעדזש נאר א פארפירערישע איינדרוק איבער די ברענד און פארבריצירער און זיי פארלאנגען פונעם סופרים קאורט צו עלימינירן די "ראדזשערס טעסט" שרייבנדיג אז די לענהעם אקט דערמאנט נישט אפילו אומדירעקט אזא סארט טעסט און גלויבנדיג אז גייענדיג בלויז מיט די "מולטי פאקטאר טעסט" האבן זיי בעסערע שאנסן

VIP טענה'ט אבער אז די לענהעם אקט דערמאנט נישט ספעציפיש קיין איין סארט טעסט און אז געריכטן איבער'ן לאנד זענען אויפגעקומען מיט די צוויי סארט טעסטן אנצופירן די חלל וואס די לענהעם אקט האט געלאזט ליידיג און אז די פונקציע פון די"ראדזשערס טעסט" איז געציהלט צו דעקן עפעס וואס די "מולטי פאקטאר טעסט" האט אויסגעלאזט

זיי ברענגן ארויס אז זיך פארלאזן בלויז אויף די "מולטי פאקטאר טעסט" אפצושאצן ווי ענליך די נאכגעמאכטע אויפשריפט איז צו די ארגינעלע איז צו שטארק גענויגט צו שטיצן די ארגינעלע טרעידמארקס אבער די "ראדזשערס טעסט" קוקט נישט בלויז אויף די טרוקענע אויפשריפט נאר אויף איר מעסעדזש און באדייט און ווי אזוי זי ווערט פארשטאנען דורך קאנסומער

די דיילושען פראוויזיע ערלויבט צו ברענגן טרעידמארק קלאגעס אין פעלער וואס פראמינענטע ברענד אויפשריפטן ווערן נאכגעמאכט אין א וועג וואס קען פארשמירן/שעדיגן די רעפוטאציע פון די ברענד

די דיילושען פראוויזיע מאכט אבער אן אויסנאם אין פעלער וואס אויפשריפטן ווערט קאפירט אין א קאמישע וועג פאר נישט קאמערציאלע באנוץ אבער די אויסנאם איז באגרעניצט צו פעלער וואס די צוועק פון עס קאפירן איז נישט צו שטופן די פארקויף פון יענעם'ס אייגענע פראדוקטן

VIP האט גראדע גע'טענה'ט אז די פולע דיילושען פראוויזיע דארף ווערן ארויסגעווארפן צוליב וואס עס פארלעצט די ערשטע אמענדמענט פרייהייט פון אויסדרוק

זיי האלטן אז א פארבאט זיך צו באנוצן מיט אן אויפשריפט צוליב וואס עס ברענגט אראפ די פרעסטיזש פון די אריגנעלע אויפשריפט גייט אקעגן פרייהייט פון אויסדרוק

אבער די ניינטע קרייז געריכט איז נישט געגאנגען ביז אהין נאר שרייבנדיג אז אפילו מיט די פראוויזיע אין פלאץ איז דאך פארהאן די אויסנאם וואס ווערט געמאכט פאר נישט קאמערציאלע באנוץ און צוליב וואס די מעסעדזש און אויסדרוק פון VIP איז אין אן הומאריסטישע וועג איז עס נישט פאר קאמערציאלע באנוץ און עס טוט נישט שעדיגן די רעפוטאציע פון די דזשעק דעניעלס ברענד

די קרייז געריכט איז איינשטימיג מיט VIP אז ווען קאנגרעס האט געשריבן די נאן קאמערציאלע אויסנאם האבן זיי נישט געמיינט די אפטייטש פון יא אדער נישט קאמערציאל וואס מענטשן נוצן געווענליך (אז אויב האנדלט זיך עס איבער סעליס פאלט עס אויטאמאטיש אונטער א קאמערציאלע קאטעגאריע) נאר באזירט אויף לאנגיעריגע געריכט פרעצעדענט וואס לויטעט אז אויב איז די מעסעדזש "אויך" פאר אנדערעצוועקן (ארטיזם און דאס גלייכן) ווערט עס שוין באטראכט אלץ נישט קאמערציאל (און קוואליפיצירט דעריבער פארן אויסנאם) אפילו אויב עס איז פאקטיש אויך טייל פון א פראדוקט פארקויף

באלד אין אנהויב פון די מונדליכע ארגומענטן איז קלאר געווארן אז VIP האט א פראבלעם מיט די דריי ליבעראלע ריכטער וועלכע האבן קאנקורירט צווישן זיך איבער ווער עס קען בעסער ארויסקוועטשן פון ליסא בלאט -וועלכע האט רעפרעזענטירט דזשעק דעניעלס- ערקלערונגען פארוואס די הינט שפילצייג אויפשריפט אין די קעיס זאל זיין א פראבלעם אפילו אויב האלט מען זיך צום ראדזשערס טעסט

ריכטערין קעיגען האט געזאגט אז די שפילצייג איז א געווענליכע קאמערציאלע פראדוקט וועלכע באנוצט זיך מיט אן לעיבל וועלכע ווערט אלעמהאל גענוצט צו אידענטיפיצירן די נאמען פון די פראדוצירער

זי האט זייער קלאר געזאגט אז זי האט נישט קיין אפעטיט לויז צו ווערן פון די ראדזשער טעסט צוליב וואס עס דעקט אנדערע קעיסעס וועלכע זענען אינגאנצן אנדערש פון די דאזיגע קעיס וואס דארט איז יא פאסיג פאר ריכטער זיך צו באנוצן מיט די טעסט

אויך די פראגן וואס זי האט געשטעלט צו בענעט קופער -וועלכע האט רעפרעזענטירט VIP- האט קלארגעשטעלט אז איר פאזיציע איז היבש צעמענטירט וועלנדיג בלייבן מיטן ראדזשערס טעסט אבער נישט גרייט צו גיבן די גרינע ליכט פאר VIP צו ווייטער פארקויפן די שפילצייג

קעיגען האט זיך אנטשולדיגט אז זי מעגליך מאנגלט אין הומאר (און באגרייפט נישט גענוג ווי קאמיש די מעסעדזש אויפן אויפשריפט איז) אבער אנגעוויזן פאר קופער אז די שפילצייג איז א סטאנדארד קאמערציאלע פראדוקט און נישט א פאליטישע העמדל אדער פילם און עס איז נישט קיין ארטיסטישע פאטאגראף

זי אנערקענט אז עס קען זיך מאכן געוויסע שווערע קעיסעס איבער זאכן וואס זענען אין גרויע זאנע און שוער צו באשטימען אין וועלכע קאטעגאריע זיי פאלן אבער הינט שפילצייג זענען נישט איינע פון זיי און דעריבער קען די פירמע זיך נישט שוצן אונטער די ערשטע אמענדמענט מאנטל

ריכטערין דזשעקסאן האט גראדע יא גענוצט אביסל אן אנדערע שפאקטיוו באטראכטנדיג די ראדזשערס טעסט זאגנדיג פאר בלאט אז די וועג ווי אזוי בלאט מאהלט אראפ די ראדזשערס טעסט איז אלץ עפעס וואס זוכט צו דעצידירן אויב אן אויפשריפט ווערט פאררעכנט אלץ ארט אבער זאגט אז אז אין איר אויסקוק איז די ראדזשערס טעסט מער א ריינערע און מער אפעקטיווע געצייג און מער אין איינקלאנג מיט די שפראך אין די געזעץ וואס זוכט צו פעסטשטעלן אויב די מעסעדזש אויפן לעיבל ווערט גענוצט אין א וועג צו פארשטעלן וועלכע פירמע עס שטייט אונטער די פראדוקציע און אויב די ענטפער אויף אזא טעסט איז נעגאטיוו דאן זאל מען נישט קענען קלאגן די פירמע

זי האלט אז די אישו איבער צומישעניש איז באגרעניצט צו א זארג אז קאנסומער זעען א לעיבל און פארלאזן זיך אויף יענע אינפארמאציע צו באשליסן ווער עס איז די פראדוצירער אבער אויב גייט מען פארבאטן צו קאפירן די אויפשריפט אפילו אין פאל וואס פון די לעיבל איז גענוג קלאר פאר די קאנסומער אז די רעדע איז פון עפעס אנדערש (בלויזע הומאר) ריזיקירט מען שוין מיטן טרעטן אויף ארטיסטישע ערשטע אמענדמענט רעכטן

אויך ריכטערין סאטאמאיאר איז געווען אומבאקוועם ארויסצושליידערן די ראדזשערס טעסט און ווען מעטיו גוארנערי האט אנגעהויבן זיין רעדע צו מאכן די קעיס פאר די פעדעראלע רעגירונג האט זי אים גראד איבערגעהאקט און געזאגט אז וויבאלד זי איז אלץ געווען גענויגט צו לאזן אין פלאץ פרעצעדענט קרייז געריכט אורטיילן וועלכע זענען שוין איינגעגעראבן אין די יורידישע סיסטעם און ווערן בריטי באנוצט איבערן לאנד וואלט זי געוואלט הערן פון אים ווי אזוי מען קען לאזן די ראדזשערס טעסט אין פלאץ אבער אויף א באגרעניצטע פארנעם (און נישט אויף א ברייטע פארנעם אזוי ווי VIP וויל)

טראץ וואס פון די אויבנדערמאנטע ריכטער האט אויסגעקוקט ווי זיי ווילן האלטן די ראדזשערס טעסט אין פלאץ אבער אויף א באגרענציטע פארנעם וואס קען מיינען אז VIP זאל דורכפאלן די טעסט האט די שפילצייט פירמע יא אנגעטראפן סימפאטישע אויערן מיט ריכטער אליטא וועלכע איז געווען זייער אומאיבערצייגט פון דזשעק דעניעל'ס ארגומענטן אז די נאכגעמאכטע לעיבל שאפט צומישעניש

ער האט נאכאנאנד געפרעגט צו סיי וועלכע ראציאנאלע פערזאן וועט מיינען אויף אן אמת אז דזשעק דעניעלס שטייט אונטער די לעיבל און האט באשטעטיגט עס צו דרוקן

אליטא איז געווען באזארגט אז אויב מען וועט פארבאטן אזזא שפילצייג לעיבל וועט נישט פארבלייבן צופיל פרייהייט פון אויזדרוק אין לאנד

בלאט האט געזאגט פאר אליטא אז די ריכטיגע טעסט דארף זיין עפעס וואס דער אלגעמיינער בירגער וואלט פארשטאנען און נישט ווי אזוי דער געווענליכער פעדעראלע ריכטער וואלט עס אנגעקוקט

בלאט צו אליטא: דו ביז געגאנגען אין געזעץ שולע און און גראדואירט פון יעיל, דו ביזט גאר קלוג אטון זייער אנאליטיש

אליטא האט רעאגירט אז ער איז טאקע דארט געווען אבער גארנשט געלערנט איבער געזעץ

אליטא האט אויך געזאגט אז ער איז די אייגנטימער פון א הינט און ווייסט צו זאגן איבער די טעמע

ריכטער גארסוטש האט איז אויפגעקומען מיט א פרישע געדאנק אז די געריכט זאל מעגליך צוריקשיקן די קעיס צום אונטערשטן געריכט אבער נישט צוליב וואס די סופרים קאורט זאל באשטעטיגן אז די ראדזשערס טעסט איז אויסגעהאלטן נאר זאל שרייבן אז די אונטערשטע געריכט איז געווען איבערגעאיילט מיטן קומען צום אויספיהר אז אונטער די מולטי פאקטאר טעסט איז VIP א פארלירער

גארסוטש וויל אז די דיסטריקט געריכט זאל בעסער אריינקוקן אין יענע טעסט און גרונטליכער אויפמערקן די דיפערענצן צווישן די אריגענעלע און נאכגעמאכטע לעיבלס און מעגליך קומען צו נייע מסקנות

קופער וועלכע האט רעפרעזענטירט VIP האט זייער נישט געשמעקט אזא אפציע נאר ער וויל אז מען זאל עס צוריקשיקן אויף שטארקערע גרונדן באזירט אז די ראדזשערס טעסט איז יא אויסגעהאלטן און גארסוטש האט אים אויסגע'מוסר'ט פארן נישט אקצעפטירן זיין פארשלאג

גארסוטש האט געהאלטן אז קופער זאל דארף זיין צופרידן אז ער איז אים גרייט צו גיבן א זיג און נישט זיין אזוי קלייבעריש אין וועלכע פאפיר איינצופאקן דאס געשאנק (טראץ וואס האלט אז די גארסוטש פארשלאג איז פיל שוואכער ווי א באשטעטיגונג פונעם ראדזשערס טעסט) און די דיסטריקט געריכט קען וויייטער באשליסן צו אורטיילן אקעגן זיין קליענט

גארסוטש האט געזאגט פאר קופער: מיינסטנס אדוואקאטן שטייען נישט ביים ברעטל צו ארגומענטירן אקעגן א געווינס (ווי צו זאגן: פריי זיך מיט וואס דו באקומסט)
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין שטיצע פון דזשעק דעניעלס

ריכטערין קעיגען שרייבט די איינשטימיגע אורטייל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:42 pm
דעיוויד דובין איז געווען א שותף אין א פירמע וואס זיין פאטער וויליאם דזשאסעף האט געגרונדעט אין טעקסאס צוצושטעלן גייסטישע אונטערזוכונגען פאר יוגנטליכע אין עמורזשענסי שעלטערס

זייער אפיס איז געווען ענראלד מיט מעדיקעיד וואס מיינט אז זיי זענען אונטערגעווארפן אונטער די מעדיקעיד פארשריפטן און רעגולאציעס

די פעדעראלע רעגירונג האט געקלאגט פאטער און זוהן פארן איבעררעכענען מעדיקעיד פאר א באהאנדלונג וועלכע ער האט געגעבן פאר א פאציענט און טראץ וואס זיי לייקענען נישט אז מען האט יענעם באהאנדלט טענה'ן זיי אז זיי האבן צוגערעכנט פאר געוויסע סערוויסעס וועלכע זיי האט נישט צוגעשטעלט

די געזעץ פארלעצונג איבער וועלכע זיי קלאגן די דובין'ס איז אידענטיטעט רויב וועלכע פארלאנגט א מינימום סענטענס פון 2 יאר טורמע פאר ווער עס ווערט געפונען שולדיג אין "בייזוויליג טראנספערירן אדער נוצן אן קיין געזעצליכע אויטאריטעט א באדייטפולע אידענטיפיקאציע פון א צווייטן בעת וואס מען פירט אויס א פארברעך"

מענטשן זענען מער געוואוינט צו זעהן די טערמין "אידענטיטעט רויב" ווען פארברעכער רויבן און נוצן יענעם'ס אינפארמאציע אבער דאסמאהל פרובירט די רעגירונג צו טענה'ן אז אינעם פאקטישן געזעץ וועלכע אדרעסירט אידענטיטעט רויב ווערט אפילו נישט דערמאנט די טערמין "אידענטיטעט רויב" און קען דעריבער גענוצט ווערן אפילו צו קלאגן מיטן פארלעצן אט די געזעץ עימיצער וועלכע וועט אומלעגאל צושיקן אינפארמאציע פון א פאציענט צו א רעגירונג אגענטור ווי מעדיקעיד און וויבאלד עס ווערט דאדורך באגאנגען א פארברעך פון איבעררעכענען פאר סערוויסעס וועלכע מען האט נישט צוגעשטעלט באדייט עס אז מען האט אומגעזעצליך טראנספערירט א צווייטן'ס (פאציענט) אינפארמאציע דורכפירנדיג א פארברעך

די דובין'ס האבן געטענה'ט אז די שפראך אינעם געזעץ וועלכע רעדט פון "נוצן" א צווייטן'ס אינפארמאציע "אין פארבינדונג צו א פארברעך" מיינט אז די צוויי אויסדרוקן מוזן גיין אינאיינעם און אז די רעגירונג דארף איבערצייגן אז דאס "נוצן" די אינפארמאציע איז געווען דירעקט "פארבונדן" און געווען א צענטראלע טייל פונעם עצם פארברעך און לויט אים האט ער טאקע גענוצט די נאמען פונעם פאציענט אבער די נאמען איז נישט די אינסטרומענטאהלע טייל פון די פארברעך נאר א זייטיגע זאך

באזונדער טענה'ן זיי אז די ווערטער "אן געזעצליכע אויטאריטעט" מיינט נישט בלויז אז עס ווערט גענוצט צו ברעכן די געזעץ נאר אויך א באדינג אז עס ווערט גענוצט אן יענעם'ס צושטימונג (ווייל לויט די געזעץ דארף יענער גיבן זיין צושטימונג) און די רעגירונג האט נישט פרובירט צו זאגן אין די קעיס איז דער פאציענט האט נישט געוואוסט דערפון און ווי דובין זאגט האט דאך דער פאציענט אים ערלויבט צו נוצן זיין נאמען צו רעכענען מעדיקעיד (אבער טראץ וואס יענער האט אים נישט געזאגט צו רעכענען מער ווי ערלויבט איז די עצם רעכענען מעדיקעיד געווען מיט יענעם'ס ערלויבעניש)

די רעגירונג טענה'ט אבער אז מען דארף קוקן אויב דובין האט "גענוצט" יענעם'ס אידענטיטעט און אויב די באנוץ דערפון איז געווען אומגעזעצליך

א דריי ריכטער פאנעל אויפן פיפטן סירקוט האט געאורטיילט אז דובין'ס אקט ווערט געדעקט אונטער די אידענטיטעט רויב געזעץ און ריכטערין דזשעניפער עלראד (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער) האט געשריבן אז זי אורטיילט די זעלבע ווי אירע צוויי קאלעגן בלויז וויבאלד זי איז געבונדן צו פריערדיגע פיפטע קרייז געריכט פרעצעדענט אבער אויב וואלט זי געהאט אן אויסוואהל צו שרייבן איר מיינונג אויף א ליידיגע בלאט אן פריערדיגע פרעצעדענט וואלט זי געוארטיילט אין שטיצע פון דובין

דובין האט אפעלירט די אורטייל צום פולן באנק אויפן פיפטן סירקוט און די אורטייל איז געווען שארף געשפאלטן ווען 9 פון די ריכטער באשטעטיגן די פאנעל אורטייל, איין ריכטער האט נישט געהאלטן אז די קעיס איז נישט געווארן ריכטער פארגעשטעלט פארן געריכט און אכט ריכטער האבן געגעבן רעכט פאר דובין שרייבנדיג אז טראץ וואס די מאיאריטעט קען מעגליך האבן א גוטע ארגומענט אז קוקנדיג אינעם לעקסיקאן אויף די אפטייטש פון די ווארט "גענוצט" קען עס שטימען מיט וואס דובין האט געטוהן האט שוין די סופרים קאורט געשריבן אז ווען עס קומט אפצולערנען א קרימינאלע געזעץ דארף מען ענדערש אפלערענען א ווארט שמעלער ווי ברייטער און עס איז פיל מער שכל'דיג צו זאגן אז קאנגרעס האט זיך באצויגן צו די לשון בני אדם וואס ווערט גענוצט אינעם קאנטעקסט פון געווענליכע אידענטיטעט רויב

דובין האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט און עטליכע ריכטער זענען געווען היבש סקעפטיש מיט די רעגירונג פאזיציע אריינגערעכנט סאטאמאיאר, דזשעקסאן, גארסוטש, בערעט און קעווענאו
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין שטיצע פון די דובין'ס

ריכטערין סאטאמאיאר שרייבט די איינשטימיגע אורטייל
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”