דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג פארענדיגט ב”ה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שווארצע פאות
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2023 3:04 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארצע פאות »

קאנספיראציע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:55 pm
@רעגנדיג פּליז גיי ווייטער,
ווייל כ'הויב שוין אן חושד זיין די גוי אין מיין ביהמ"ד (דער מיט די פּאָוני) אז ארבעט פאר אבדול..
איך האב שוין אנגעהויבן באטראכטן יעדע 'יוהעל' טראק,

@רעגנדיג
ס'איז שרעקעדיג, אבער גאר שפאנענד;
"יהי רצון שמדינת ישראל תתבטל בלי שום צער ונזק ליהודי"
אוועטאר
אגד
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2020 11:32 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אגד »

שווארצע פאות האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:51 pm
קאנספיראציע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:55 pm
@רעגנדיג פּליז גיי ווייטער,
ווייל כ'הויב שוין אן חושד זיין די גוי אין מיין ביהמ"ד (דער מיט די פּאָוני) אז ארבעט פאר אבדול..
איך האב שוין אנגעהויבן באטראכטן יעדע 'יוהעל' טראק,

@רעגנדיג
ס'איז שרעקעדיג, אבער גאר שפאנענד;
Scary scary
I’m very scared of this truck
9916592D-2EFC-4D88-BD5A-14ED6421C58D.jpeg
9916592D-2EFC-4D88-BD5A-14ED6421C58D.jpeg (156.88 KiB) געזען 4891 מאל
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אוועטאר
דל ואביון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 1:10 am
לאקאציע: אינטער די שטיגן

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל ואביון »

viewtopic.php?p=4359491#p4359491

מחלוקת הפוסקים...

@רעגנדיג זאל ביטע ארויסהעלפן מכריע זיין
די פראבלעם פון די היינטיגע וועלט איז אז ס'איז דא צו ווייניג משוגעים, און די משוגעים זענען צו ווייניג משוגע

(-הרב א"מ פרענקל מב"ח)

[email protected]
שווארצע פאות
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2023 3:04 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארצע פאות »

@רעגנדיג
ביטע, כ'בעט דיר, 'קיפ איט אפ, באט פעסט'
"יהי רצון שמדינת ישראל תתבטל בלי שום צער ונזק ליהודי"
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

@רעגנדיג , ס'איז סיי ווי נישט דא קיין סאך פאליטישע נייעס יעצט...
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
יעך פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:19 am
לאקאציע: אין הימעל

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך פארשטיי »

@רעגנדיג מען דארף שוין באלד זאגן ענינו סאיז א בחינה פון עצירת גשמים
אַכָּבֵּ"י
הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה הָשָׁתָא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְנֹ"א
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

ווער דארף שיינע וועטערס אויב עס @רעגנדיג נישט??...??


אזוי שטארק האסטו אונז פארלאזט? קוים איין פארזעצונג פאריגע וואך און גארניש ביז יעצט??

מיר בעטן דיר פון די טיפענישן פון אונזער הארץ (יא? נעעע... יא יא וואדע אזוי!!) פליז שפרייט אויס א וואלקן פון 'מיסטעריע' און קום אראפ מיט א רעגן פון ווערטער... ווייל אונז פייגערן שוין צו וויסן ווער די 'פאררעטער' איז!!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

@רעגנדיג ???
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
הויז בחור
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 12:06 am

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויז בחור »

א גוט מארגן! @רעגנדיג עס איז אבאוט טיים!
איך בין נישט קיין הויז און נישט קיין בחור, עס איז סתם א אייוועלט ניק
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

היינט איז שוין טאקע @רעגנדיג ביי אונז...

נו, קום שוין אהער, וואס טוט זיך מיט שמוען????
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
די גוטע פעטער
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:02 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גוטע פעטער »

קוקט אויס אז מגייט מוזן אריינמושן חוני המעגל דא
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

אגד האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:42 am
שווארצע פאות האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:51 pm
קאנספיראציע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:55 pm
@רעגנדיג פּליז גיי ווייטער,
ווייל כ'הויב שוין אן חושד זיין די גוי אין מיין ביהמ"ד (דער מיט די פּאָוני) אז ארבעט פאר אבדול..
איך האב שוין אנגעהויבן באטראכטן יעדע 'יוהעל' טראק,

@רעגנדיג
ס'איז שרעקעדיג, אבער גאר שפאנענד;
Scary scary
I’m very scared of this truck
9916592D-2EFC-4D88-BD5A-14ED6421C58D.jpeg
איך האף אז דו ביסט שוין נישט אזוי דערשראקן, אבער די יוהעל טראק פון אבדול ליגט פארשטיפט ערגעץ אין געסל ארים גענומען מיט די FBI...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
זלמי זאלמענאוויטש
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 9:56 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלמי זאלמענאוויטש »

הויז בחור האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 8:23 am
א גוט מארגן! @רעגנדיג עס איז אבאוט טיים!
גא"מ
'ז'למי 'ז'למענאוויטש 'ז'אגט 'ז'ייער 'ז'יס
אוועטאר
שאפע
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2023 10:05 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאפע »

@רעגנדיג ???????
אוועטאר
יעך פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:19 am
לאקאציע: אין הימעל

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך פארשטיי »

ס' רעגענט ס'גיסט
דיין אשכול שטייט אבער וויסט
דער שירעם איז שין אפען
אבער @רעגנדיג האב איך נישט געטראפן
שרייב מיין קינד שרייב שוין
מיר ווארטען דאך קוים
פון דיינע טאלאנטן
טו עס נישט באהאלטן
מיר וועלען פון דעם געניסן
די טו עס נאר באגיסן
א לייק וועט נישט שפעטיגן
נאך וואס מיר וועלן זיך זעטיגן
אַכָּבֵּ"י
הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה הָשָׁתָא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְנֹ"א
אוועטאר
יעך פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:19 am
לאקאציע: אין הימעל

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך פארשטיי »

האב עך עהם געטראפן זיך רעגען אין דעם אשכול "אקטיווע ניקס וואס זענען הערשט נעלם געווארן"

יא @רעגנדיג דארט ביזטו אונז נעלם געווארן? קום שוין צורוק!
זייטיגע נאטיץ
רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 8:21 am
בניהו האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 1:03 am
יהודה אריה האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 10:57 pm
שוין לאנג נישט געהערט פון @נשמת השכל, איך בענק מיך נאך זיין געשמאקע תגובות מלא תוכן.
ער’ט אריינגעגעבן רעזיגנאציע פאפירן א צייט צוריק, ליידער
ליידער אין דירעקטן רעזולטאט פון די איבערגעטריבענע צענזור.
אַכָּבֵּ"י
הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה הָשָׁתָא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְנֹ"א
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

בקיצור המעשה, דער האלט נישט ביי גארנישט, איז נישט.
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

רעגנדיג זאג מיר נישט אז דו ביסט יעצט נמאס געווארן, עס מאכט נישט קיין סענס...

קום כאטשיג מעלדן וואס זענען די פלענער, אויפהענגען א גאנצע אייוועלט אויף א ציקער שטריקל???
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
שווארצע פאות
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2023 3:04 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארצע פאות »

דער @רעגנדיג איז פיינע נייעס,

לאזן דעם עולם געשפאנט מיט צעפלאצטע נערווען איז אויך א חכמה,

כ'ציטער וואסערע באמבע ווארט אונז אפ דא,

(אפשר גאר האלט נאך די מעשה אינמיטן געשען?
יעצט אין תש'23??)

מ'קען נישט וויסן!!!!
"יהי רצון שמדינת ישראל תתבטל בלי שום צער ונזק ליהודי"
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - איין און צוואנציגסטע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

דער פרעזידענט וועלכער איז תיכף געווארן איינגעמאלדן איבער דעם קריזיס וואס האט זיך געשאפן, האט גלייך פאררופן אן עמערזשענסי זיצונג וואו מ'וועט דורכשמועסן די סיטואציע און פרובירן צו אויפקומען מיט א לעזונג צום קריזיס. עס זענען געלאדנט געווארן די דירעקטארס פון די עף בי איי, סי איי עי, און פון אלע שפיאנאזש אפטיילונגען אינערהאלב די אמעריקאנער רעגירונג, ווי אויך האט ראבערט, אלס פירער פונעם קעיס, זיך אויפגעהויבן און אראפגעפארן קיין וואשינגטאן כדי זיך צו באטייליגן פערזענליך אין דעם זיצונג, און אינאיינעם מיט אים זענען מיטגעגאנגען מארק, עדווארד, קארל, ענדרו, און נאך עטליכע אגענטן וועלכע שטייען אין שפיץ פון דעם קעיס. ארום דעם טיש זיצט דער פירער פון די פאראייניגטע שטאטן אינאיינעם מיט זיינע העכסטע קאבינעט מיטגלידער און פרובירן צו אויפקומען מיט א מהלך וויאזוי מ'זעט זיך ארויס פונעם פלאנטער, אבער אן ערפאלג, די מצב איז זייער נישט גוט און דערווייל האט קיינער נישט קיין קלארע מהלך וויאזוי ארויסצוקריכן דערפון. נאך א לענגערע וויילע ווען ס'איז קלאר געווארן אז דערווייל קומט מען נישט אן אין ערגעץ האט דער פרעזידענט באפוילן אז מ'זאל רופן דעם פארטיידיגונג סעקרעטאר, אפשר וועט ער האבן עפעס א גוטע געדאנק וויאזוי מען קען ראטעווען דעם מצב, אפשר זענען פארהאן פארשידענע טאקטיקן מיט וואס די מיליטער באנוצט זיך וואס קענען צוניץ קומען אינעם יעצטיגן סיטואציע. דער פארטיידיגונג סעקרעטאר האט זיך געאיילט אריבערצוקומען הערנדיג די אורזאך פארוואס דער פרעזידענט רופט אים, און אין קורצע ווערטער האט מען פאר אים פארגעשטעלט דעם פראבלעם און די קריזיס וואס איז אנטשטאנען, און די אנוועזנדע האבן געווארט מיט שפאנונג צו הערן אויב ער וועט האבן א לעזונג.

א לענגערע צייט איז ער געזיצן שטיל און זיך פארטיפט אין זיינע געדאנקען פרובירנדיג אויפצוקומען מיט א מהלך, נאך א לענגערע וויילע האט ער ענדליך געבראכן דעם שטילקייט און אנגעהויבן אויסשמועסן עטליכע מעגליכע אפציעס, זייער שנעל האט ער אויסגעשלאסן די אלטמאדישע אפציע פון פרובירן צו פארקירעווען אבדול'ס אויפמערקזאמקייט און אזוי ארויסראטעווען שמעון אן וואס ער זאל אים קענען שלעכטס טון, פארשטייענדיג אז אבדול איז קלוגער ווי דעם און ער וועט זיך נישט לאזן פארפירן. דאס דורכפירן א אויסגערעכנטע מיליטערישע אקציע ווי מ'וועט באפאלן אבדול פלוצלינג און איבערראשנד איז אויך שנעל אראפ פון טיש, ס'איז שווער צו גלייבן אז מ'וועט מצליח זיין דאס צו באהאלטן פון די אויגן פון דעם ראפינירטן טעראריסט ביז די לעצטע מינוט. בלייבט בלויז איבער אויפצוקומען מיט אן אלטערנאטיווע סטראטעגיע מיט וואס מ'באנוצט זיך אין קאמפליצירטע משכונות סיטואציעס צו אומשעדליך מאכן דעם פארכאפער. נאכן אויפברענגען און אפווארפן פארשידענע מעגליכע געדאנקען איז געבליבן אז מ'וועט אויספרובירן א נייע טעכנאלאגיע וואס איז נאך אין די אנטוויקלונג שטאפלען, אבער איז שוין גענוג אנטוויקלט אז מ'קען עס נוצן אין צייט פון א אויסערגעווענליכע קריזיס און זיך פארלאזן אז דאס וועט דינען איר צוועק. דאס וועט ווערן אויסגעפירט דורך דעם וואס א העליקאפטער וועלכע איז ספעציעל געאייגנט פאר דעם צוועק וועט זיך הייבן העכער דעם פארק, וויבאלד עס דרייען זיך שוין סייווי דארט עטליכע העליקאפטערס אין די לופטן וועט עס האפנטליך נישט ציען קיין עקסטערע פארדאכטן, און זי וועט ארומפליען אין די לופטן העכערן פארק, און ווען די העליקאפטער וועט דערגרייכן העכער אבדול וועט עס מיט א מורא'דיגע געצילטע פונקטליכקייט ארויסשפריצן א ספעציעלע כעמיקאל וואס איז נישט מעגליך פאר א מענטשליכע אויג דאס צו באמערקן און אויפכאפן, און ווי נאר די כעמיקאל וועט דערגרייכן און זיך פארשפרייטן אויף אבדול און זיינע מיטארבעטער וואס שטייען ארום אים וועלן זיי גלייך אוועקפאלן באוואוסטלאז פאר עטליכע מינוט, און אין די קריטישע מינוטן ווען זיי וועלן נישט זיין דאהי וועט מען פלינקערהייט ראטעווען שמעון און נעמען די טעראריסטן אונטער ארעסט. נאכן איבערגיין די דעטאלן פון די פלענער האט דער פרעזידענט געגעבן זיין צושטימונג און די אקציע איז געלאזט געווארן אין גאנג.

בשעת די באטייליגטע ביים זיצונג אין ווייסן הויז זיצן מיט אנגעצויגענע געמיטער, ווען זיי האלטן מיט לעבעדיג אלעס וואס שפילט זיך אפ אויפן ארט אינעם פארק. שטייען פילע גרופעס אגענטן אויף זייערע פאזיציעס אינעם פארק און קוקן זיך צו מיט ציטער און האפענונג ביינעזאם, ביז געציילטע מינוטן דארף די העליקאפטער ערשיינען און האפנטליך וועט די אקציע טאקע זיין א סוקסעס און דאס וועט ענדגילטיג ברענגען אן ענדע צו די בייזוויליגע פלענער פון די פארשאלטענע טעראריסטן. ביים אריינגאג צום פארק שטייט מאיר און קוקט זיך צו צו די געשעענישן וואס שפילן זיך אפ פארנט פון זיינע אויגן בשעת זיינע פיס קלאפן זיך אריין איינס אין צווייטן פון גרויס שרעק און אנגעצויגנקייט, ער שטייט שוין אויף דעם זעלבן פלאץ שוין כמעט 24 שעה אבער ער קען זיך נישט ברענגען אוועקצוגיין פון דא, ער ווייסט אז זיין אנוועזנהייט וועט גארנישט צוגעבן אבער ער קען זיך נישט אוועקרירן פון ארט ווילאנג ער זעט שמעון'ס קאפ צוגעשמידט צום ביקס. ער האט מורא געהאט אריינצוגיין טיפער אינעם פארק וואו די אגענטן זענען געשטאנען, אלזא איז ער געבליבן שטיין פון הונטערוויילעכץ און האט נישט אראפגענומען קיין אויג פון שמעון, זיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר אים, ער האט געשפירט ווי ער וויל אריינלויפן און ארויסראטעווען שמעון פון דארט, ער האט געשפירט ווי ער טראגט עס נישט אריבער, וואס מער צייט ס'איז פארביי איז זיין שרעק און אנגעצויגנקייט געוואקסן צו העכערע שטאפלען, און טראץ וואס ער איז געווען שרעקליך מיד נאכן פארפאסן א נאכט שלאף האט ער נישט געקענט אפילו טראכטן פון כאפן א דרימל אין אזא צייט. אזוי שטייענדיג דארט מיט אנגעשפיצטע בליקן פילט ער פלוצלינג ווי צוויי פארשוינען כאפן אן זיינע הענט מיט א פעסטקייט און נאך איידער ער האט געקענט כאפן וואס דא גייט פאר האבן זיי שנעל אריינגעשטופט א שמאטע אין זיין מויל אז ער זאל נישט קענען שרייען פאר הילף, און אין א בליץ שנעלקייט האבן זיי אים אויפגעהויבן און אריינגעווארפן א קאר וואס איז געשטאנען דארט אין די זייט. ער האט פרובירט צו שרייען און רופן פאר הילף אבער קיין שטימע איז נישט ארויסגעקומען פון זיין מויל וועלכע איז געווען הערמאטיש פארשטאפט, ער האט געשפירט ווי די וועלט גייט אונטער, וואס אזוינס פאסירט דא צו אים? ער קען ממש נישט גלייבן אז דאס פאסירט אין רעאליטעט, ער האט זיך געווארפן פאר שרעק און זיך געגרייט אויפן ארגסטן, בשעת ער פרובירט צו דערגיין ווער זענען זיינע פארכאפער און וואס זענען זייערע מאטיוון. ער האט געהאפט אז איינער פון די אנוועזנדע עף בי איי אגענטן וועלן באמערקן וואס דא איז פארגעקומען און וועלן קומען צו זיין רעטונג, אבער זיין האפענונג איז געווען אומזיסט, זיי זענען אלע געווען קאנצענטרירט אויף אבדול און שמעון און די דראמאטישע געשעענישן וואס זענען ערווארטעט זיך אפצושפילן אין די קומענדיגע מינוטן, און קיינער האט נישט באמערקט וואס האט אקורשט פאסירט מיט אים.

בלויז עטליכע מינוט שפעטער האט זיך די העליקאפטער באוויזן העכערן פארק, די אגענטן האבן איינגעהאלטן דעם אטעם און מיט גרויס שפאנונג זיך געגרייט אויסצופירן די אקציע ווי נאר אבדול פאלט אוועק. אלעס איז געגאנגען ווי געפלאנט, דער העליקאפטער האט געמאכט עטליכע צירקלען ארום דעם שטח ביז ער האט דערגרייכט זיין ציל, די אגענטן זענען געשטאנען קאמפסגרייט און נישט אראפגענומען קיין אויג פון אבדול ווארטנדיג אויף די ריכטיגע מינוט, און טאקע בלויז א מינוט שפעטער זענען אבדול מיט זיינע מיטארבעטער שוין געליגן אויסגעשטרעקט אויף דער ערד. די אגענטן זענען געווען פולשטענדיג גרייט אויף דעם מאמענט, יעדער האט געוואוסט פונקטליך וואס ער האט צו טון, איין גרופע האט זיך א לאז געטון און אוועקגעשלעפט שמעון אין א בליץ שנעלקייט, בשעת א צווייטע גרופע האט זיך א לאז געטון אויף די טעראריסטן און געקייטלט זייערע הענט און פיס זיך גרייטנדיג זיי אריינצולייגן אין די קארס וואס זענען געשטאנען דארט גרייט פאר דעם צוועק. אינמיטן די ארבעט פון קייטלען און אוועקפירן די טעראריסטן האט זיך צוקלינגען די טעלעפאן פון ראלף, איינער פון די אגענטן וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיטן קייטלען אבדול, ער כאפט א שנעלן בליק צו זען ווער עס רופט אים, און זעט א אומבאקאנטע נומער ערשיינט אויפן סקרין. ער האט געקלערט נישט אויפצוהייבן זייענדיג פארנומען מיט דעם קריטישן אקציע, אבער צום סוף האט ער באשלאסן יא אויפצוהייבן, ער לייגט צו דעם טרייבל צום אויער ווען מיט די אנדערע האנט פרובירט ער צו באפעסטיגן די קייטלעך אויף אבדול'ס פיס, און ער הערט א אומבאקאנטע שטימע רעדט צו אים; "ענקער אידישע אגענט מאיר געפינט זיך יעצט דא נעבן מיר, אויב באפרייסטו נישט יעצט אבדול וועל איך אים ערמארדן אויפן פלאץ!" האט ער געווארנט מיט א שטרענגע שטימע און זאפארט אראפגעהאקט דעם טעלעפאן. ס'האט גענומען א מינוט פאר ראלף בכלל צו כאפן וואס יענער וויל, ער האט פרובירט צו איבערפרעגן און קלאר מאכן וואס יענער האט געזאגט, אבער דער מיסטעריעזער רופער איז שוין לאנג נישט געווען אויף די ליניע. א צומישטער האט ער אוועקגעלייגט דעם טעלעפאן און מיטגעטיילט מיט זיין קאלעגע דעם אינהאלט פונעם טעלעפאן רוף וואס ער האט נארוואס ערהאלטן, פאר א לאנגע מינוט זענען זיי ביידע געבליבן פארשטיינערט פון דעם מאדנעם און שרעקליכן פארלאנג, בשעת אבדול ליגט נעבן זיי אויף דער ערד, אינמיטן כאפט זיך ראלף אז מאיר איז דאך געשטאנען דורכאויס די גאנצע צייט ביים אריינגאנג צום פארק, אויב אזוי שטימט דאך בכלל נישט וואס יענער זאגט, ער האט שנעל געשיקט א צווייטע אגענט זאל גיין קוקן אויב מאיר איז נאך דארט, און ווען יענער איז צוריקגעקומען מיט א נעגאטיוון ענטפער, צולייגנדיג אז זיין קאר געפינט זיך נאך יא דארט, האט ראלף געמיינט אז די הימל פאלט אראפ אויף זיין קאפ, וואספארא מאדנע פאסירונגען קומען דא פאר? הייסט עס אז זיי האבן גענומען מאיר פאר א משכון אנשטאט שמעון?! אינגאנצן צומישט האט ער שנעל צוזאמגערופן עטליכע ארומיגע אגענטן און זיי מיטגעטיילט וואס עס גייט פאר, און צוזאמען האבן זיי פרובירט אויסצוקלארן די סיטואציע און באשליסן וואס מ'טוט ווייטער.

אבער דער מיסטעריעזער רופער איז זעט אויס נישט גרייט געווען צו ווארטן, נאך עטליכע מינוט האט ער נאכאמאל גערופן און איבערגעגעבן די זעלבע מעסעדזש, אז אויב מ'באפרייט נישט יעצט אבדול וועט מאיר ווערן ערמארדעט אויפן פלאץ. זעענדיג אז מאיר איז טאקע פארשוואונדן געווארן, וואס באדייט אז דער פארשוין זאגט ווארשיינליך דעם אמת, האבן זיי מיט א שווערן געמיט באשלאסן אז ס'איז נישט דא קיין צווייטע ברירה נאר טאקע צו באפרייען אבדול. זיי האבן זיך שנעל פארבינדן מיט זייערע אויבערהארן מיטצוטיילן מיט זיי די פרישע אנטוויקלונגען און באקומען זייער באשטעטיגונג, און עטליכע מינוט דערויף איז אבדול שוין געווען צוריק אויף די פריי. ביי דעם פונקט האט ער זיך שוין געהאט אויפגעכאפט פון דעם באוואוסטלאזן מצב און איז שוין געווען פולשטענדיג וואך, און ווי נאר מ'האט אים באפרייט האט ער זיך גלייך אריינגעזעצט אינעם טראק וועלכע איז שוין געווען פולשטענדיג אנגעלאדנט מיט דעם גאנצן ליפערונג פון די באשטאנדטיילן וואס פעלן זיך אויס צוזאמצושטעלן די באמבעס, און מיט א זיגרייכן שמייכל האט ער פארלאזט דעם פארק צום ווייטאג און אנטוישונג פון די עף בי איי אגענטן וועלכע האבן אים שוין ענדליך געהאט אונטער זייערע הענט, און דא זענען זיי געצוואונגען געווארן אים צו לאזן גיין פריי. ווי נאר אבדול איז פארשוואונדן געווארן פון האריזאנט האבן זיך אלע אגענטן צוזאמענגעזעצט און פרובירט צו אויסקלארן וואס דא האט פאסירט, זיי זענען געקומען צום אויספיר אז ס'קען אנדערש נישט זיין בלויז אז דער זעלבער פאררעטער וואס האט זיי אונטערגעהאקט די פיס ביז אהער האט אויך דא אריינגעשטעקט זיינע לאפעס, "פון וואו האט יענער פארשאפט מיין סעלפאון נומער, און פון וואו האט ער געוואוסט אז פונקט איך וועל זיין דער וואס וועט זיך אפגעבן מיטן ארעסטירן אבדול?" האט זיך ראלף געוואונדערט הויך אויפן קול, "דער פאררעטער מוז זיין איינער וואס האט פולע צוטריט צו אלע אינפארמאציע אינערהאלב די עף בי איי, אנדערש פארשטיי איך נישט וויאזוי ער איז מצליח צו דערגיין די מערסט סענסיטיווע שפיאנאזש, און נאך איבער אלעם פון וואו ער האט פארשאפט מיין פריוואטע אינפארמאציע" האט ראלף געזאגט הויך וואס יעדער האט געטראכט. אלע האבן איינשטימיג צוגעשאקלט מיטן קאפ, נישטא וואס צו רעדן, אײנער מיט צוטריט צו אלע אינפארמאציע טוט זיי מיאוס פארראטן אויף טריט און שריט.

אריבער אין ווייסן הויז האבן דער פרעזידענט און די אנוועזנדע אלעס מיטגעהאלטן לעבעדיג, און ווי נאר דער פרעזידענט האט רעאליזירט וואס דא האט פאסירט האט ער זיך גאר שטארק אויפגערעגט און מיט גרויס כעס האט ער פארגעווארפן די פירער פון די עף בי איי אויף זייער אומקאפאטענץ און אויף דאס נישט מצליח זיין צו דערגיין ווער עס איז דער פאררעטער. "איינער גראבט אונז דא אונטער פון אינעווייניג! עס איז דא איינער וואס האלט אלעס מיט, ער ווייסט פונקטליך יעדע דעטאל פון אונזערע פלענער, יעדע קליינע שריט וואס מיר נעמען אונטער, און פארוואס זענען ענק נאכנישט דערגאנגען ווער דאס איז?!" האט דער פרעזידענט געשוימט פאר כעס. "וויאזוי מיינט עטס קען מען אפשטעלן די טעראר אטאקעס אויב יעדע איינציגסטע שריט וואס ווערט אונטערגענומען קעגן דעם טעראר באנדע ווערט גלייך איבערגעגעבן צום פיינט?" האט ער געשריגן אויף ראבערט און זיינע קאלעגן. נאך א מינוט האט ער זיך עטוואס בארואיגט פון זיין אויסברוך און מיט א פאדערנדיגן טאן האט ער פארלאנגט אז מ'זאל יעצט אלעס לייגן אין א זייט און פארלייגן אלע כוחות אויף צו דערגיין ווער עס איז דער פאררעטער, דער אבדול שפילט אונז אויס אויף טריט און שריט, עס איז קלאר ווי דער טאג אז ער באקומט אינערליכע אינפארמאציע און לויט דעם דרייט ער ארום מיט זיינע פלענער זיך ארויסצודרייען פון ווערן געכאפט און אפגעשטעלט, אלזא קען מען גארנישט טון ווייטער בעפאר מ'שטעלט אפ דעם פאררעטער. ס'איז טאקע א שרעקליכע זאך אז מאיר איז פארכאפט געווארן און מען מוז טאן אלעס מעגליך אים צו ראטעווען, אבער ווילאנג מ'מאכט נישט שטיל דעם פאררעטער איז פשוט א שאד אויף די ארבעט, ס'איז דאך גארנישט ווערט, דעריבער מוז מען קודם איינמאל פאר אלעמאל דערגיין די אידענטיטעט פון דעם פאררעטער און אים אפשטעלן, און דאן קען מען ווייטער ארבעטן צו ראטעווען מאיר און אפשטעלן די טעראר פלענער.


פארזעצונג קומט אי"ה
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
שעטנז
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

WOWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWWW!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
איין זאך האב איך הנאה אז יעצט זענען זיי (האפנטליך) שוין נישט חושד מאיר אז ער איז דער פאררעטער....
אז מען וויל וויסן וואס דעמאקראטן זענען זאל מען קוקן אין וואס זיי באשולדיגן ריפאבליקאנער.
קרעדיט: @פון אמעריקע
אוועטאר
שעטנז
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

אמאל (פאר די פארזעצונג) האב איך נישט ליב געהאט ווען עס איז רעגנדיג היינט יא.....
אז מען וויל וויסן וואס דעמאקראטן זענען זאל מען קוקן אין וואס זיי באשולדיגן ריפאבליקאנער.
קרעדיט: @פון אמעריקע
Low key
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:02 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Low key »

טאמער פארשטיי איך גיט איז שמעון באפרייט?!
עמער זעהן צו ער קען אפשר ארויסהעלפן די מצב דא,

אויב איינער קען מאכן א פי די עף ביז אהער וואלט איך אים דאנקבאר געווען.

און לכבוד דער שרייבער פונעם ארטיקעל,
דיין פעדער און דיין דמיון ווען עס קומט זיך צוזאם קומט ארויס אזא זאפטיגס וואס פארפלייצט גאנצעטע שטעט!!!
Low key
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:02 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Low key »

.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”