א שמועס מיט מיין התלהבות

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ער: וואס מאכסטו, וואס טראכסטו,
וויאזוי איז אריבער דיין טאג,
וואס קלערסטו, וואס הערסטו,
רעד ארויס דיין פיין און פלאג.

איך: וואס איך מאך? נישט דיין זאך,
מיין טאג איז גוט אז ס׳פאריבער,
וואס איך קלער, גייט נישט אן מער,
מיין הארץ צום גוף קוים מחובר.

ער: וואס טרעטסטו, וואס בעטסטו,
וויפיל וועסטו אין זיך איינעסן,
וואס ברענסטו, וואס קענסטו,
די הארצוויי אין דיר אלטגעזעסן.

איך: דו טרעט, אראפ פון מיר כ׳בעט,
עסן לאז מיר אליין זיך אינעווייניג,
איך ברען, ווייל נישט זאגן כ׳קען,
איך מיט דיר זענען נישט אייניג.

ער: איך בין דא, צו יעדע שעה,
ווען דו ווילסט רעדן אדער הערן,
אין רונדן, ענדלאזע שטונדן,
לאז נישט דיין ווייטאג יערן.

איך: כ׳הער נאָ-נאָ, כ׳בין אויך דא,
איך וויל הערן און זאגן,
א סעקונדע, אדער א שטונדע,
וועט נישט העלפן מיין פלאגן.

ער: איך גיי, אצינד פארביי,
כאפ מיר אן די לעצטע רגע׳ן,
נאך א מינוט, שטעל איך טריט,
ווער ווייסט צי כ׳וועל נאך קומען קעגן.

איך: אקעי גיי, איך פארשטיי,
דו ברענסט און טוסט פלאקערן,
דיינע טריטן, זענען צום גוטן,
מיין הארץ און נשמה אויפצואקערן,

ער: זיי געזונט, כ׳גיי מיטן ווינט,
זאלסט האבן משמיא די סייעתא, --
איך: אוי וויי! קום צוריק איך שריי!
טאטע! טאטע! טאטע! טאטע!

טאטע!
להבין ולהשכיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:29 am

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין ולהשכיל »

זייער שיין @טישטוך!
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

שיין שיין...
א דאנק
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ווען דער התלהבות וויל זיך צושמועסן, מאך נאר זיכער דיין פעדער טוט פליסן!

הערליך רוי!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
ווען דער התלהבות וויל זיך צושמועסן, מאך נאר זיכער דיין פעדער טוט פליסן!

הערליך רוי!
ס׳רוי!..
אלנתן
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 12:37 pm

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלנתן »

@טישטוך איך באטרעט אייוועלט'ס באדן בלויז זיך צו פאסמאקעווען מיט דיינע פאעזיעס. בארירט מיר דאס הארץ. שכ'ח!
מה אתה רוצה ממני, מה?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

אלנתן האט געשריבן:
@טישטוך איך באטרעט אייוועלט'ס באדן בלויז זיך צו פאסמאקעווען מיט דיינע פאעזיעס. בארירט מיר דאס הארץ. שכ'ח!
א דאנק!
די בני ברק'ער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 6:37 pm

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די בני ברק'ער »

שוין 2 טעג וואס איך האב נישט וואס צו עסן, כווייס נישט ווי אזוי פארצוזעצן, מיט אזא עסן מאנגל.
איך האב שוין פראבירט ביי אלע אדרעסן, עפעס צו ארויספרעסן, אפילו מיט א געראנגל.

אבער כהאב נישט געפונען אפילו, די מינומום אכילה.

אזוי טוט זיך א בער ארום גיין, ווען די צמאון און הינגער נעמט אים איין, ער לעכטץ נאך אן ערנערונג.
מיטאמאל א געדאנק עס פאלט אין אים אריין, ער ווייסט אז א זא דארף דא ערגעץ צו זיין, און דארט גיסט זיך דאך אלע מני עסנ'ס אנע שטערונג.

און איך וועל אהין גיין און בעטן עסן פאר מיין חיות, און אז די פארוואלטער וועט מיר געבן יכול ליהות.

אומר ועושה, די בער די גרויסע, איז שוין אין די זא.
ער איז מסביר פאר די פארוואלטער די נושא, אז זיינע כוחות זענען לויזע, ווייל ער האט שוין נישט געגעסן פאר 48 שעה.

און דערפאר כבעט דיר, שענק עפעס צו עסן פאר מיר.

די פארוואלטער געבט פארן בער א זאג, יא כזע דיין ווייטאג, אז די האסט נישט וואס צו עסן.
אבער כקען נישט לינדערן דיין פלאג, נאר אויב די גייסט ארבייטן פאר מיר אגאנצן טאג, און אז נישט; פון אכילה צו באקומען דא קענסטו פארגעסן.

געזאגט און געטאן, די בער נעמט ארבייט אן.

די פארוואלטער ערקלערט אבער, אז דא אין זא איז שוין דא א בער, דערפאר איז א בער שוין נישט דא פאסיג.
אבער די מאנקי שטייג איז לער, דערפאר אויב די נעמסט אן די אפפער, פון שפילן מאנקי אנשטאט צו זיין א בער ביסטו ממש קלאסיג.

אין צייט פון נויט, טוט מען אלעס אבי נישט טויט.

די בער מיט מאנקי פעל אויסגעקליידט, זיצט אינעם מאנקי שטייג צוגעזיידט, אבער פוילעצט ווי די בערישן שטייגער.
פארן באזיכער פונעם זא האט די מאנקי נישט געברענגט פריידט, און צו זיך אליין האט ער געטראכט אז סאיז געווען א נארישקייט, אמער עסן האט מען מיר נישט געברענגט נאר באנענע'ס מיט א מאנקי'שע צולייגער.

די מאנקי/בער האט נאר באנענע'ס געטון באקריגן, וואס דאס האט זיין הינגער נישט געטון זיגן.

אזוי האט זיך די בער צוריק געטראפן, אנע שום אויסוועג און האפן, ווען די הונגער טוט אים באגריסן.
אמער מיטן בלאפן, זיין בער'ישן אינדעדיטעט פון וואס ער האט אנטלאפן, וועט ער נאר פון מאנקי'שע עסן טון געניסן.

מיטאמאל א פלאן עס פאלט אים, ער וועט גיין צום אמת'ן בער און בעטען ער זאל אים מיט בערישע עסן דערהאלטן.

ער גייט און פארציילט אים זיין עסן בראך, און זאגט אים די ביסט דאך, דער וואס קען מאכן מיין הונגער פארגרינגערט.
ווייל דורך שענקן עפעס מאכילתך, ווערט מיין הונגער יאך, אטאמאטיש געלינדערט.

די בער זאגט פארן מאנקי/בער נישט קיין פראבלעם, אבער כדארף פון דיר דיינע עסן פאר א באצאלדונג אלץ דעם.

די מאנקי/בער עפענט זיינע אויגן גרויס, אמער מיינע עסן זענען פאר מאנקי'ס בלויז, און די ביסט דאך א בער.
די בער טוט זיין פעל אויס, און אן עכטע מאנקי קומט ארויס, און דאן פארציילט די בער/מאנקי פארן מאנקי/בער די זעלבע מעשה ווי ביז אהער.

און יעצט ביסטו מיין ישועה, ווייל כהאב אויך געהאט אן עסן מניעה.

די צוויי מאכן א טויש, יעדער עסט די צווייטנס קויש, אבער דעם נעקסטן אינדערפרי איז די זאך געווארן קאמפלעצירט.
מען הערט א גערויש, פונעם פארוואלטער צוליב'ן אויפטויש, אמער איך האב דאס נישט געפירט.

און יעצט זאג איך קלאר און דאס פאלגן מ'מוז, אז צו בייטן שטייג אדער עסן כ'געב נישט רשות.

די מאנקי/בער מיטן בער/מאנקי טוען פראטעסטירן, טא פארוואס קענען מיר זיך נישט אידענטיפיצירן, מיט אינזער אמת'ן כאראקטער.
סאיז אינז שווער זיך צו פירן, און א גאנצע טאג זיך רירן, ווי א בער ווען מאיז א מאנקי און א מאנקי ווען מאיז א בער.

אבער דער פארוואלטער בלייבט שטייף מיט עקשנות, און ווארנט נאך מיט פרענות.

סהאט אריבער וואכן, ווען נייעס האט אויסגעבראכן, אז די סעפציפיג זא איז געשלאסן.
סאיז פארשטענדליך און נישט אויסגעשפראכן, אז די פארשליסונג האט זיך געטון אפקאכן, צוליב אזאנע מעשות וואס האט דארט געפלאסן.

ווייל א זא קען נישט פונקצנירן אין אמט, נאר ווען יעדער דארט איז דאס פון וואס ער שטאמט.

***

ד' אמר אליכם, אם מקבלם מוטב לכם, ואם לאו שם תהא קבורתכם.

די וועלט דא, איז פונקט ווי די זא. יעדער האט זיין אייגענע שליחות, און פאר דעם טו-איך-עס.



שבת נאך יום טוב איז שבת נאך יום טוב... שמחה ותענוג לרוב!!!
משנה מקום משנה " מייזין"
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

טישטוך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 16, 2023 10:26 am
הערליך!

אבער איין קליינע שאלה, פארוואס איז דיין התלהבות א צווייטער און דיין מנוחה דו? אפשר פרוביר אמאל פארקערט, אז דיין התלהבות זאל זיין דו און דיין מנוחה א צווייטער מיט וועמען דו כאפסט א שיינע שמועס.

איך וואלט מער הנאה געהאט פון אזא שמועס!
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

זייער שיין טישטוך! (אשאד צי רעדן מער)
(און בני ברק'ער!)
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

טישטוך wowowo. פּיס אף ארט.
די בני ברק'ער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 6:37 pm

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די בני ברק'ער »

פון חיימ'ס הויז זיין וואוין, איז גאר קענטליך אז ער איז אן אני ואביון, נישט פון יעצט נאר פון לאנג שוין.

אבער אפי' ער פארמאגט נישט קיינע גראשן, איז זיין האפענונג נישט פארלאשן.

נאר ער זאגט שטענדיג אויפן קול, אז מקימי מעפר דל, דערפאר איז מעגליך אז אן עושר צו זיין איך זאל.

און טאקע ויהי היום, סאיז פארווירקליכט געווארן זיין עשירות טרוים.

די וועלט איז דאך א גלגל החוזר, די עניות שטריק איז ביי אים געווארן לויזער, און געווארן גרויס-איז-ער.

א גרויסע מיליאונער, געווארן האט ער.

אנגעהויבן צו לעבן ווי א גביר, געבויעט א פאלאץ מיט הערליכע שטאפיר, און פארשטייט זיך משרתים ביים טיר.

און אזוי אויך אלץ א ראש הקהל א נייעם, איז געווארן אויפגענומען אינזער נגיד ר' חיים.

חיים דארף שוין נישט טראכטן פון א נויט, אדער זיך מיטשענען נאך א שטיקל ברויט, נאר די עשירות בויט זיך וירבו ויעצמו במאד מאד.

מיטן עסן קומט דאך, די אפעטיט פאר נאך.

האט ער זיך געלאסט מאכן, א פאלאץ גאר א רייכן, מיט א גארטן פון פארענט בכלל נישט אן איינפאכן.

ווער סהאט נאר געכאפט איין בליק אויף די גארטן דארט, האט פון התפעלות ארויס אויפן ארט.

בלומען רויזן מיט ביימער, אויסגעשטעלט און שירות באזונדער יעדע איינער, צווישן הערליכע גראזן און שטיינער.

אן הערליכע וואסער פאל, פליסט דארט אראפ ממעל.

די נאמען גינת ביתן המלך, האט זיך די גארטן פארדינט ערליך, ווייל צו געפונען אירס א גלייכן איז גאר שווערליך.

יא סאיז א חידוש אזא גארטן אבער אז אינדערפרי איז עס שיין מילא, די גארטן האט אבער געשיינט און געלאכטן אפילו בחשכת הלילה.

נישט פון לעמפן אדער בירנעס אזוי ווי, נאר פינת יקרים הוא יופי, הערליכע טייערע פערל און דיימאנט שטיינער האט געברענגט די ליכטיגקייט דערצו.

הערליכע זוילן און שטאנגן, האט די אויגן פון יעדעם געפאנגן.

אסאך מער-איז, די טייערקייט און יוקרת, פון פאלאץ מיט איר תפארת.

ווענט פון גין גאלד געפיצט, מיט מעבל פון טייער האלץ אויסגעשניצט, וואס אין דעם איידל שטיינער זיצט.

די טעפוכער איז געווען פון כרפת תכלת וארגמן, פון די בעסטע קוואליטעט און נאמען.

באדינער'ס ומשרתים שטייען אלץ גרייט, אין א יעדע צייט, צו טוען אלעס אפילו א קלייניקייט.

די מלכות'דיגקייט און מאיעסטעטישע רייכקייט ביי אחשורוש'ס סעודה, איז געווען ביי אים אין הויז שטענדיג בתמידה.

אזוי האט חיים דער ארימאן, אויסגעשטיגן אלץ גביר און רייכערמאן, וואס זיינס גלייכן איז נישט פארהאן.

מיטאמאל וועקט ער זיך אויף פון זיין חלום, און ער זעהט ער איז נאך חיים ארים.

איי נישט קיין פאלאצן פון כסף וזהב, די גאנצער חלום און האף, האט זיך גענדיגט מיט א בלאף.

***

יפה שעה אחת בעולם הבא, יותר מכל חיי עולם הזה אויף די וועלט דא.

טראכט און דמיון ווי גוט סקען זיין פאר א מענטש בעולם הזה, דעס אלעס איז צו א מינוט בעולם הבא א פלעי...

ודע מתן שכרו של צדיקים, לעתיד לבא בעת פקודים.


*מיותד על משניות מסכת אבות.
משנה מקום משנה " מייזין"
די בני ברק'ער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 6:37 pm

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די בני ברק'ער »

איר האט הנאה....? געב א לייק!
משנה מקום משנה " מייזין"
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

טישטוך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 8:07 am
אדרבה, שיקט מער דעטאלן און וואס מען דארף פארווישן.

דער רבש״ע זאל אייך אויפרעכטן אזוי ווי נאר ער קען!
מיט התלהבות האב איך זיך געגרייט
אויסגעפאקט פאר דיר מיין פריוואטקייט
איך ווארט נאך פון דאן
דאנערשטאג מארטש ניין
צו געבן
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
די בני ברק'ער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 6:37 pm

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די בני ברק'ער »

12 שעה אנע אויפהער, ארבייט שמואל גאר שווער, אונטער'ן אויג פונעם נאצישן אויפזעער.
אבער דאך ער דרייט זיך, אלץ מיט א שמייכל ער פריידט זיך, גוטמוטיג און פריש ער באווייזט זיך, ווי כאילו דער סאלדאט מיט'ן געווער, איז נישטא מער.

אין לאגער אין אלגעמיין, איז דער מצב פארזויערט געמיין, דער עולם איז פול מיט ווייטאג און פיין.
גארנישט זיי פארמאגן, די אטמאספער דארט איז דערשלאגן, דער המון האלט אינאיין קלאגן, אבער שמואל אליין, איז בשמחה ווי כאילו אלץ איז פיין.

אויף די אנפראגע, פון שמואל'ס חברים אינעם זעלבן לאגע, פארוואס מ'דערקענט נישט אויף אים די מלחמה טראגע.
ענטפערט שמואל ווייל יעדעס מאל, ווען איך שפיר זיך ווי נומער נול, דערמאן איך זיך מיטאמאל, אז כ'ארבייט ביי די מיל בריגאדע, און זען צו דרייען די ראד איז מיין דאגה.

און דרייען די ראד פונעם מיל, האט דאך א ציל, צו ברענגען מעל פיל.
ס'איז טאקע א שאד, אז כ'שטיי נאר ביים ראד, און כ'זע נישט די מעל ארויסקומען גראד. אבער כווייס אז מעל קומט און מ'מאכט ברויט אזויפיל, און דאס געבט מיר די חיות און גוט געפיל.

און מיט דעם בלויז, פיל איך זיך נישט ווערדלויז.

די מלחמה איז פארביי, די אליאירטע ארמיי, האט יעדן געגעבן א באפריי.
מאשפות ירים אביון, די עק פונעם טונעל מ'זעט שוין, יעדער זוכט פון פריש א וואוין. יעדער איז בשמחה און דערביי, אנצוהייבן א לעבן פונדאסניי.

יעדער - אבער שמואל נישט; ער זיצט און טרערן ווישט, און ווערט נישט דערפרישט.
די וואונדער איז גרויס ביי יעדעם, אמער אז אפילו אין לאגער בעפארדעם, האט ער זיך געדרייט גוטמוטיג און באקוועם, און גאר יעצט ווען יעדער האט א בלעטל איבערגעמישט, האט ער טרויער דערווישט.

שמואל איז מסביר גערירט, אז א גאנצע צייט אין לאגער האב איך שטאלצירט, אז די מעל ווערט דורך מיר געפירט.
אבער אויפ'ן נאצישן באפעל, האב איך נישט געזען קיינמאל די מעל, ווייל אין די בנין האט נישט געמעגט זיך געפונען מיין געזעל, און דאס האט מיר בלאקירט, פון זען דאס מעל וואס האט אינעווייניג אפערירט.

אבער נאכדעם וואס פרייהייט האט זיך געטון אנריקן, האב איך געטאן אריינבליקן, וויאזוי עס זעט אויס אינעווייניג אין די פאבריקן.
עס שטעלט זיך ארויס אז די גאנצע זמן, איז דאן, בכלל נישט קיין מיל געווען פארהאן. זיי האבן מיר סתם געוואלט אונטערדריקן, און מיין כוח צעדריקן.

ס'מיינט אז איך האב יארן לאנג געארבייט ביטער שווער, אן גארנישט אויפגעטון מער.

***

די ענגלישע קעניגרייכע ארמייען, אין די שטאט לאנדאן ווי קלעץ זיי שטייען, אנע שום געוועג אדער דרייען.
אויב איינעם זיי וועלן גריסן, אדער זיי ווילן שמועסן, צום טויט מ'קען זיי שיסן. אבער דאך טוט זיי עס נישט ווייען, נאר פארקערט מיט דעם זיי טוען זיך פרייען.

לכאורה פארוואס שפירן זיי זיך נישט דערנידערט, אז אזוי זיי דארפן זיין א גאנצן טאג איינגעגלידערט.

נאר ווייל זיי ווייסן קלאר, אז א יעדע מאמענט.
א מינוט, א טאג צי א יאר, וואס צייט מ'ספענט.
פאר א קעניגליכע פיגור, איז נישט פארברענט.

מיט זיין קלאצן און שטיין, איז ער ווערד אליין, ווייל די קעניג רעכנט עס פונקט ווי אן איידל-שטיין.

***

איזהו עשיר השומח בחלקו,
פריי זיך ווייל ישראל עמו!!!
משנה מקום משנה " מייזין"
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

@טישטוך, באמת הערליך! איך גלייך דיזע ווערק. א דאנק.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: א שמועס מיט מיין התלהבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

א מייסטער שמועס!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”