מדינת ישראל געריכט רעפארם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

אזוי ווי ס'קומט יעצט (אום יוני 15) די וואלן צו די ריכטער ווי געשריבן אויבן, ווילעך דא אביסל געבן צו פארשטיין וועגן די קאמיטע וואס וועלט אויס די ריכטער (נישט אז ס'קומט ממש אריין אין די אשכול, כ'קען נאר נישט טראכטן וואו יא)
די אמת איז, אז כ'האב שוין אמאל געשריבן אביסל בתוך הדברים איבער דעם, אבער מ'האט עס געמעקט, כ'האף אז יעצט איז עס לעגיטים צו שרייבן, אז נישט זאלן עס די מעקער'ס מעקן, ואיתם הסליחה
די קאמיטע צו וועלן ריכטער ענטהאלט 9 רעפרעזענטיוון, דער יוסטיץ מיניסטער וואס ער איז דער פארזיצער פון די קאמיטע, דער פרעזידענט פונעם סופרים קאורט, נאך צוויי סופרים ריכטער (וואס די ריכטער וועלן אויס, על פי רוב די וואס זענען די לענגסטע אין קאורט), א מיניסטער, צוויי פארלאמענט מיטגלידער (עפ"ר איינס פון די קאאליציע און איינס פון די אפאזיציע - אסאך מאל וועט עס די קאאליציע געבן פאר איינער פון די אפאזיציע, אבער וואס האלט ענליך צו די קאאליציע), און צוויי לאיער'ס פון די 'לשכת עורכי הדין' (כ'בין נישט אינגאצן קלאר וואס דאס איז, אבער אזויפיל ווייס איך יא, אז זיי זענען זייער אריינגעמישט אין אלע יוסטיץ אנגעלעגנהייטן אין די מדינה - אנדערש ווי אנדערע פלעצער ווי למשל אמעריקע, וואס זיי האבן נישט קיין שום אפיציעלקייט - באשטייענדיג פון אלע לאיער'ס אין די מדינה (מ'קען נישט זיין קיין לאיער אן זיין א מעמבער אין די לשכה), וואס פון זיי ווערן אויסגעוועלט 28 לאיערס צו דינען אין די נאציאנאלע קאונסיל [מועצה ארצית] צוזאמען מיט נאך 16 מענטשן, דערונטער דער פארזיצער פון די לשכה (וואס ווערט אויך אויסגעוועלט דורך די לאיער'ס), דער דירעקטאר פון די יוסטיץ מיניסטעריום, דער אטוירני דזשענעראל, דער אטוירני פון די מיליטער, און נאך צוויי לאיער'ס פון יעדע פון די זעקס פרינסיקטן, וואס צוזאמען פארמען זיי די א"ד נאציאנאלע קאונסיל, וואס האבן א שטארקע אפיציעלע ווארט אין אסאך אנגעלעגנהייטן צווישן זיי טאקע די דאזיגע קאמיטע וואס מיר האלטן אינמיטן רעדן, און אזוי אויך אסאך געזעצן גייט זיי אדורך און זיי עדווייזן דעם יוסטיץ מיניסטער ביי כל מיני געלעגנהייטן וכדו').

קומט אויס אז די קאמיטע באשטייט בעצם פון צוויי אפטיילונגען: 1. די ערוועלטע (פאליטישע) פליגל, וואס דאס נעמט אריין דער יוסטיץ מיניסטער און נאך איין מיניסטער, און צוויי פארלאמענט מיטגלידער, 2. די נישט ערוועלטע (לעגאלע) פליגל, וואס דאס נעמט אריין די 3 ריכטער (פרעזידענט פון ס"ק און נאך צוויי סופרים ריכטער), און צוויי לאיער'ס

ביז אין די 90'יגער יארן האט געהערשט א שטארקע צוזאמארבעט צווישן די רעפרעזענטיוון אין די קאמיטע (און זיי האבן מיט דעם שטאלצירט) און ביים וועלן ריכטער איז נישט געווען קיין באזונדערע דראמעס (ווייסעך נישט פונקטליך וויאזוי - אויב מ'וועט אריינגיין אביסל אנאליזירן -, פשטות האבן די רעכטע אין די רעגירונגען נישט געכאפט ווי וויכטיג ס'איז צו האבן דארט אייגענע מענטשן, און זיי האבן צוגעשטימט צו די אנדערע מיטגלידער, וואס זענען עפ"ר לינק געשטימט, אויכעט איז מסתבר אז ס'איז וועגן ביז אין די שפעטע 90' יארן האט די קאורט זיך נישט אריינגעמישט אין פאליטישע ענינים, ביז די באוואוסטע מהפיכה פון ריכטער ברק אין 98', און וועגן דעם איז עס נישט געווען קיין נפק"מ וועלכע פאליטישע מיינונגען די ריכטער האבן)

שפעטער האט זיך אבער אנגעפאנגען רייבערייען ווען די רעכטע לאגער האט געטענה'ט אז זיי האבן נישט קיין ריכטיגע פארטרעטונג אין די קאורט, וואס איז עפ"ר לינק געשטימט, און זיי האבן געטענה'ט אז נישט נאר אינעם קאורט האבן זיי נישט קיין ריכטיגע פארטרעטונג, נאר זיי האבן ניטאמאל קיין שום וועג עס צו טוישן - אפי' ווען זיי זאלן ווען זיין די רוב פון לאנד, און פירן די לאנד האבנדיג א רוב אינעם פארלאמענט - וויבאלד ס'דא א רוב אין די א"ד קאמיטע פאר אזעלכע וואס ווערן נישט געוועלט דורך די מאסן (דהיינו די 3 ריכטער און די 2 לאיער'ס), און די פאלק האט נישט קיין שום וועג צו טוישן די ריכטער

אין 08' האט פארלאמענט מיטגלידער סער [במקור הייסט ער סארטשאנסקי] דורכגעפירט א הוספה צו די יוסטיץ געזעץ, וואס פארלאנגט אז ס'מוז זיין א 'ספעציעלע מאיאריטעט' אין די קאמיטע צו וועלן א ריכטער, דאס הייסט אז ס'פעלט זיך אויס אז זיבן פון די ניין אין די קאמיטע זאלן מסכים זיין, כדי צו וועלן א ריכטער, מיט דעם האט ער פארזיכערט אז די פאליטישע פליגל אין די קאמיטע האט די זעלבע ווארט איבער די ריכטער ווי די לעגאלע פליגל אינעם קאמיטע, און אנדערע ווערטער איז עס א פשוט'ע וועטא פאר ביידע זייטן, וויבאלד יעדע זייט וועט דארפן צוקומען צו די אנדערע זייט.
און אזוי איז טאקע במשך די לעצטערע יארן אריינגעקומען אפאר רעכטע, און אפי' גאר שטארקע רעכטע ריכטער אין די סופרים קאורט
הוספה: און קלארערע ווערטער, לויט מיין חשבון איז די סופרים קאורט היינטיגע צייטן צוטיילט כמעט האלב אויף האלב, 8 וואס זענען גענויגט אויף לינק און 7 וואס זענען גענויגט אויף רעכט! (כ'האב נישט קיין נערוון אריינצוגיין וויאזוי איך בין אנגעקומען צו די נאמבער ווען יעדער טענה'ט פונקט פארקערט, אויב איינער וויל דוקא, קענעך מסביר זיין איינס ביי איינס), דאס אבער יא, צווישן די 8 וואס זענען גענויגט אויף לינק זענען דא אזעלכע וואס זענען גאר שטערקער גענויגט אויף לינק, ווי די 7 וואס זענען גענויגט אויף רעכט, צודעם איז איינע פון די 8 די פרעזידענטין פון די סופרים קאורט


לאמיר עס אבער אביסל צו נעמען, די גאנצע שמועס פריער איז אויב מ'וועט מאכן די הנחה אז די ריכטער און אזוי אויך די לאיער'ס זענען לינק, און די רעגירונג איז רעכט
אבער אויב למשל ס'וועט זיין א לינקע רעגירונג וועלן די לינקע האבן - לויט דעם - אסאך א שטערקערן רוב ווי ווען די רעכטע זענען אין די רעגירונג, וויבאלד ווען די רעכטע זענען אין רעגירונג דארפן זיי אבער צוקומען צו די (א"ג) לינקע לעגאלע פליגל, און דאס מאכט אז זיי זאלן נישט קענען וועלן ממש אלעס וואס זיי ווילן, ווייל די לעגאלע פליגל וועט לייגן א וועטא אויב ס'וועט זיי נישט שמעקן, אזוי אויך וועט די פאליטישע פליגל מוזן - פשטות - נאכגעבן פאר די לעגאלע פליגל, ווי למשל איין רעכטער ריכטער איין לינקער וכן הלאה, משא"כ ווען די לינקע זענען אין רעגירונג דארפן זיי נישט מורא האבן פון א וועטא פון די לעגאלע פליגל, אזוי אויך דארפן זיי נישט נאכגעבן פאר א רעכטער ריכטער, וויבאלד זיי האבן נישט קיינעם צו שטיין אין וועג (און די אפאזיציע - וואס אין די משל איז די רעכטע, האבן מאקסימום איין רעפרעזנטיוו אין די קאמיטע)
הוספה: נאך א זאך וואס די לינקע שטייען בעסער ווי די רעכטע (ווייטער מיט די הנחה אז די לעגאלע פליגל איז לינק), איז אז ווען די רעכטע ווילן איינעם אויסוועלן וועלן זיי דארפן טרעפן 3 אדער 4 (ווענדט זיך צו איינער פון די פארלאמענט מיטגלידער וועט טאקע זיין פון די אפאזיציע, און ער וועט זיין א לינקער) פון די אנדערע זייט זאלן מסכים זיין צו זיי, משא"כ די לינקע ווען זיי זאלן וועלן אויסוועלן איינעם (אפי' ווען זיי זענען נישט אין די רעגירונג), וועלן זיי נאר דארפן טרעפן 1 אדער 2 (ווענדט זיך כנ"ל) פון די אנדערע זייט וואס זאל מסכים צו זיי
די זעלבע זאך קען מען אויסשמועסן פארקערט, אויב ס'הייבט זיך נישט אן, און די ריכטער און די לאיער'ס זענען בכלל נישט לינק, נאר זיי זענען רעכט וכדו', ופשוט הוא
און אויב מ'וועט זאגן אז די לעגאלע פליגל איז נייטראל ווען ס'קומט צו פאליטיק (וואס איז מסתם כמעט אומ-מעגליך בפרט אין די טעג, ווי איבעראל - אין די גאנצע וועלט - איז פאליטיק אסאך מער ווי אמאל) וואס אזוי דארף עס ווען צו זיין, דעמאלט'ס קומט אויס אז ס'איז פונקט גלייך אויף גלייך, און ווען די רעכטע זענען אין רעגירונג, קענען זיי ענדערש אויסוועלן זייערע פעיוועריט ריכטער, און די לינקע ווען זיי זענען אין רעגירונג וועלן זיי וועלן זייערע פעיוועריט ריכטער, און די לעגאלע פליגל זיי זענען דא זיכער צו מאכן אז די ריכטער זענען - למשל - פאסיג, לעגאל, נישט צו עקסטרעם וכדו'

מ'דארף אויך צוצייכענען אז די זעלבע קאמיטע קען בעצם אויך אימפיטשן ריכטער מיט א רוב פון 7, און דאס איז א שטארקע סיבה, אז מ'זאל דארפן האבן די לעגאלע פליגל (אויב זיי זענען נייטראל כמובן), ווייל אז נישט וועט יעדע מאל די רעגירונג וועט זיך טוישן (וואס ס'טוישט זיך כמעט אזוי שנעל ווי 'סענדער' טוישט זיינע וועש, כידוע), וועלן זיי אימפיטשן די ריכטער וואס זענען נישט אויף זייער זייט, וואס די פריערדיגע רעגירונג האט געשטעלט, וואס איז פארשטייט זיך א חורבן



דאס איז אלעס איבער די ריכטער (סיי פשוט'ע ריכטער, און סיי סופרים קאורט ריכטער), אבער צו ווערן פרעזידענט פון סופרים קאורט איז דא א אנדערע צוגאנג, וואס ווערט גערופן "שיטת הסניוריטי", דאס הייסט אז דער ריכטער וואס איז דער לענגסטער ריכטער (מסתם אין די סופרים קאורט) עם וועלט מען אויס פאר פרעזידענט

קומט אויס אז די א"ד געזעץ פון סער העלפט (ביזדערווייל) נישט פארן פרעזידענטשאפט בענקל, וויבאלד דא וועלט מען נישט דורך די קאמיטע, און די עלטסטע אין קאורט זענען די וואס זענען געווען פאר סער'ס געזעץ, דאס הייסט = לינקע (עכ"פ לויט די רעכטע'ס טענה).


ביז דא איז בערך וויאזוי ס'ווערן געוועלט ריכטער אין די מדינה של גיהנום עד ימינו אלה ועד בכלל, אין א קומענדיגע מעסעדזש וועל איך בל"נ אריינגיין אין די יעצטיגע רעפארם, וואס מ'האט געוואלט טוישן, און וואס זענען די צדדים, אויף יא און ניין וכו', בלי נדר
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

וואו! שכויעך ר' יונה, קריסטאל קלאר!

ווילאנג די וועסט מיטגיין מיט די תקנות און שרייבן ריין פון ציוניזם און ריין פון מיינונגען נאר בלויז פאקטן גלויב איך נישט אז מען וועט דיר מעקן.

נאכאמאל א דאנק, כ'ווארט אויף א פארזעצונג!
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
חברונער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

חרבונא האט געשריבן: מוצ"ש יוני 03, 2023 7:23 pm
וואו! שכויעך ר' יונה, קריסטאל קלאר!

ווילאנג די וועסט מיטגיין מיט די תקנות און שרייבן ריין פון ציוניזם און ריין פון מיינונגען נאר בלויז פאקטן גלויב איך נישט אז מען וועט דיר מעקן.

נאכאמאל א דאנק, כ'ווארט אויף א פארזעצונג!
איך האב געשריבען דא לעצטענס בלויז פאקטען ריין פון ציונות און מיינונגען און מ'האט מיך געמעקט
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:38 am
די פאלעסטינע אויטאריטעט וועט באצאהלן פאר די פאמיליעס פון 1500 טויטע כאמאסיסטן וואס באטרעפט די סומע פון 27,89,430 פער מאנאט
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

ייש"כ פאר אלע 'דאנקער'ס' אי"ה בבוא העת וועלעך בל"נ ממשיך זיין

אגב: כ'האב געמאכט א טעות, 15 אין יוני גייט נישט זיין די וואלן צו די ריכטער, נאר די וואלן אין פארלאמענט ווער ס'זאל זיין אין די קאמיטע צו וועלן ריכטער
ווען די וואלן גייט זיין ווייסעך נישט פונקטליך, כ'ווייס נאר אז צוויי ריכטער ענדיגן בקרוב זייער דינסט, די פרעזידענטין חיות און ריכטערין ברוין בערך תשרי צייט (ריכטער רעטייערן ווען זיי ווערן 70 יאר אלט, דער פרעזידענט און זיין וויצע רעטייערן אדער ביי 70 יאר אלט, אדער נאך זיין 7 יאר אויף דעם בענקל, וועלכעס'קומט פריער), און פארשטייט זיך אז דאס עפנט א געיעג ווער ס'גייט עס פארכאפן, בפרט די פרעזידענט בענקל, וואס איז זייער וויכטיג און פרעסטיזשפול, און אין יעדע פארלאמענט דארף זיין די קאמיטע וואס זיי וועלן יעדע מאל א ריכטער רעטייערט, און יעצט 15 יוני גייט זיין וואלן אין פארלאמענט ווער ס'זאל זיין אין די קאמיטע

און די אמת איז אז טאקע די טאג 15 אין יוני, האט אסאך אויסגעמאכט איבער די גאנצע יוסטיץ רעפארם, וויבאלד די רעכטע האבן זיך דא ארומגעזען א געלעגנהייט ווען זיי האבן 64 פינגערס אין פארלאמענט, און ס'קומט יעצט וואלן פאר די פרעזידענט'ס בענקל, האבן זיי געוואלט פארזיכערן אז זיי גייען עס באקומען, און נישט דער ריכטער עמית (וואס ער וואלט עס ווען געדארפט באקומען לפי דעם אויבן דערמאנטן "שיטת הסניוריטי" (בעצם וואלט ריכטערין פוגלמן די היינטיגע וויצע פרעזידענטין געדארפט ווערן פרעזידענטין, נאר וויבאלד זי דארף מילא רעטיירן אין א יאר ארום האט זי מותר געווען פאר עמית, און אגב אמר"ש פוגלמן ווערט פארעכנט אלס א לינקע ליבעראלע ריכטערין, נישט ווי עמית (וואס האט געלערנט אין רעליגעזע סקולס) וואס ווערט פארעכנט אלס א לינקער, אבער וואס וועט זיך טיילמאל לייכט נויגן צו רעכטס און ניין! כ'האב עם נישט גערעכנט אויבן צווישן די 7 וואס זענען גענויגט צו רעכטס), וואס ווי פריער דערמאנט, אז אפי' מיט די טויש פון סער אין 08' האבן די רעכטע נאכאלס נישט געהאט קיין מעגליכקייט צו וועלן א פרעזידענט, און אזוי אויך האבן זיי געוואלט זיכער מאכן אז זיי באקומען די ריכטער בענקל וואס ווערט פריי (כאטשיג דאס וואלטן זיי בפשטות מילא באקומען).

אבער אז מ'האלט אינמיטן מו"מ געשפרעכן, איז פארשטייט זיך, אז איין זאך וואס די רעכטע האבן געוואלט לייגן א האנט וועט שוין זיכער נישט געשען, און אפי' אויב צום סוף וועט זיי געלונגען צו טוישן די אויסשטעל פון די קאמיטע, אבער די יעצטיגע געלעגנהייט האבן זיי שוין פארפאסט
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

פארוואס קענען זיי נישט שנעל אריבערפירן א געזעץ נאך פאר 15 אין יוני?
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

פארשידענע באריכטן אז די וואך וועט וועלן די צדדים אנקומען צו א פשרה, איבער דעם יוסטיץ רעפארם.
לויט די באריכטן וועט די פשרה זיין, אז די גאנצע רעפארם וועט גיין שלאפן אין די קאדענציע, חוץ פון צוויי געזעצן:
1 די רעגירונג איינגעשטעלטע וועלן מעגן האבן אייגענע אטוירני'ס [*]
2 סופרים קאורט וועט נישט קענען פסל'ן קיין רעגירונג'ס החלטות (אדער געזעצן?) מיט די טעם אז ס'מאכט נישט קיין סענס (עילת הסבירות)

די הויפט שטופער צום פשרה, דער פרעמיער און א חלק פון די ליכוד פארטיי, אזוי אויך גאנץ מיט זיין המחנה הממלכתי פארטיי
די וואס שטעלן זיך אקעגן יוסטיץ מיניסטער לוין און א חלק פון די ליכוד פארטיי, די פארטייען ציונות דתית און עוצמה יהודית, אזוי אויך לפיד מיט זיין יש עתיד פארטיי און די אנדערע אפאזיציע פארטייען

דער הויפט פארדינער פון די פשרה, איז דרעי פארזיצער פון ש"ס וואס איז געפסל'ט געווארן דורך קאורט צו זיין א מיניסטער מיט די א"ד טעם אז ס'מאכט נישט קיין סענס, וועט יעצט אפשר קענען צוריקגיין צום אויסגעגארטן מיניסטער בענקל, צווייטער צו פארדינען איז גאנץ וואס האט שוין אין די לעצטע שטיק צייט שטארק געשטיגן אין די פאולס, סיי אין די בענקלעך (25-31 ווען ביי די לעצטע בחירות האט ער באקומען 12 בענקלעך) און סיי אין ווער שטימט מער צו זיין פרעמיער וואס אפי' אין די רעכטע נייעס קאנאלן איז ער איבער געשטיגן דעם יעצטיגן פרעמיער, און יעצט מיט די פשרה וועט ער זיין די היראו וואס האט מצליח געווען צו אוועקנעמען די מורא'דיגע סכנה פון די רעפארם, און ער האט געברענגט צום טיש רעזולטאטן דורך די פשרה, וועט ער נאר מער פארדינען, דער דריטער צו פארדינען פון די פשרה איז דער פרעמיער וואס חליש'ט צו באקומען א הזמנה פון זיידי ביידן יר"ה צום ווייסן הויז, און אפשר יעצט וועט ער עס שוין ענדליך באקומען


דער הויפט פארלירער פון די פשרה, איז דער יוסטיץ מיניסטער וואס איז ארויס בקול תרועה גדולה איבער די יוסטיץ רעפארם, וואס ער האט שוין געגארט יארן צו אנקומען צו דעם, און ענדיגן ענדיגט זיך עס מיט אזא אנזעץ, און עוד חזון למועד אויסצושמועסן די אלע דורכפעלער און טעותים וואס זענען געמאכט געווארן פון די באמבאסטישע הכרזה ביזן ענדגילטיגן דורכפאל, דער צווייטער צו פארלירן איז לפיד מיט די אלע אפאזיציע פארטייען וואס האבן געמיינט און געהאפט אז דורך די רעפארם און די פראטעסטן קעגן דעם וועלן זיי קענען אראפווארפן די גאווערמענט און אפשר צוריקומען אין די רעגירונג, און וועגן דעם זענען זיי געווען גרייט צו טון אלעס, וואס האט עם צווישן אנדערע אראפגעברענגט די פאולס (15-18 ווען לעצטע בחירות האט ער באקומען 24), די דריטע צו פארלירן זענען די קאאליציע פארטייען ווי ציונות דתית און עוצמה יהודית, וואס האבן שוין געהאפט אויף דעם טאג יארן צו קענען אונטער ברענגען דעם קאורט, און יעצט ביי אזא געלעגנהייט מיט 64 פינגערס זענען זיי געווען זיכער אז זיי גייען דא קענען דורכפירן וואס זיי ווילן, אבער האבן באקומען א געזונטן פראסק אין פנים


[*]
יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:20 pm
יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:49 pm
ואני בער ולא אדע
יועץ משפטי איז טייטש אז ער איז מייעץ לפי די געזעץ
דער יועמ"ש זאגט פאר די פארלאמענט דאס איז יא אויסגעהאלטן ע"פ די געזעץ און דאס נישט, דאס הייסט געפירט די מדינה? ס'פונקט ווי דו וועסט זאגן אז די נארישע בוק וואס הייסט "ספר החוקים" דאס פירט די גאנצע מדינה ביי די נאז...
ער זאגט סה"כ דאס וועט אדורכגיין די בג"ץ ווייל ס'איז געזעצליך און דאס נישט ווייל ס'איז נישט געזעצליך, אז דו ווילסט זיך אנפייפן אויפן געזעץ גאו עהעד, קיינער האלט דיך נישט אפ, והא ראי' כמה פעמים וואס מ'טוט אנדערש ווי די יועמ"ש (דארפסט נישט מער ווי די יעצטיגע רעפארם וואס זי האט געזאגט אז ס'איז נישט געזעצליך און מ'גייט ווייטער, די זעלבע זאך חוק דרעי 1), סאו מיט וואס איז זי מושל?
באמת, איך קען עס נישט פארשטיין,
זייער דזשאב איז צו מייעץ זיין די ממשלה וואס איז געזעצליך און וואס נישט, און דאס טוט זי

און גיי נישט יעצט אריין אין די שמועס, אז וואס די ממשלה טוט, דאס איז יעצט די געזעץ, ווייל ס'נישט, ווי געשמועסט כמה פעמים אין די פארלאפענע בלעטער


איין זאך וואס די יועמ"ש האט יא א שטיקל כח איז אז זי איז די איינציגסטע וואס האט רעכט צו רעפרעזענטירן די ממשלה אין בג"ץ, קומט אויס אז אויב זי האלט אויף עפעס אז ס'איז נישט לעגאל וועט זי עס נישט גוט רעפרעזענטירן אין בג"ץ, דאס די איינציגסטע זאך וואס כ'קען טראכטן אז מיט דעם איז זי מושל בכיפה
איז קודם אויף דעם איז אויך דא א שטיקל עצה, אז מ'קען איר בעטן אז מ'וויל א צווייטער זאל יעצט רעפרעזענטירן אין בג"ץ (מ'דארף טאקע איר רשות)
אדער מאך א געזעץ אז מ'זאל מעגן נעמען א צווייטער וואס זאל רעפרעזענטירן ושלום על ישראל
לעצט פארראכטן דורך יונה פויגל אום דינסטאג יוני 13, 2023 6:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

אין די שעות טוט זיך אפ אין די פאליטישע קארידארן א איבערקערעניש איבער די וואלן צו די קאמיטע וואס וועלט ריכטער וואס דארף צו פארקומען היינט
נאך וואס דער פרעמיער וויל בעצם ס'זאל ווערן אויסגעוועלט איין רעפרעזענטיוו פון די קאאליציע און איינס פון די אפאזיציע אזוי ווי ס'איז געווען איינגעפירט ביז יעצט, אבער חלקים פון זיין פארטיי אין שפיץ פונעם יוסטיץ מיניסטער לעוין שטעלן זיך אקעגן און ווילן צוויי רעפרעזענטיוון פון די קאאליציע
פארלאמענט מיטגלידערין פון ליכוד פארטיי גוטליב וויל נישט אראפנעמען איר נאמען פון די וואלן, אויך נאך א מיטינג יעצט מיטן פרעמיער, וואס קען ברענגען אז א חלק פון די ליכוד פארטיי זאל אויך וועלן פאר איר, וויבאלד די וואלן זענען באהאלטן, ד"ה מ'ווייסט נישט ווער ס'וועלט פאר וועם, וואס דאס וועט ווייזן אז דער פרעמיער האט נישט די פולע קאנטראל איבער זיין פארטיי
יעצט ווערט נתפרסם אז די קאאליציע טראכט צו אראפנעמען אלע נעמען פון די וואלן, און אזוי וועט מען מוזן אפשטופן די וואלן מיט א חודש, וואס די קאאליציע האט לכתחי' געקענט באשטיין אזוי צו טון, נאר די אטוירני פון די רעגירונג האט געזאגט אז ס'איז קעגן די געזעץ אזוי צו טון, נאך וואס מ'האט שוין אויסגערופן אין פארלאמענט אז היינט מיטוואך וועט זיין די וואלן, אבער אויב נעמט מען אראפ אלע נעמען פון די קאאליציע, וועט אויסקומען אז נאר איין מענטש איז אויף די וואלן, וועט מען עס מוזן אפשטופן, און אזוי האפט די קאאליציע אז ביז א חודש, וועלן זיי שוין אנקומען צו א פשרה מיט די אפאזיציע איבער די יוסטיץ רעפארם, וועט זיין גרינגער צו קומען צו א פשרה איבער די קאמיטע

פארזיצער פון ש"ס פארטיי דרעי האט געזאגט אין פארשלאסענע שמועסן אז ער וועט שטימען פאר א רעפרעזענטיוו פון די אפאזיציע און אזוי וועלן אויך טון זיין גאנצע פארטיי

ס'ווערט נתפרסם א פאול וואס זאגט אז 52% פון די פאלק וויל אז ס'זאל זיין א רעפרעזענטיוו פון די קאאליציע און פון די אפאזיציע, און נאר 29% וויל ס'זאל זיין צוויי רעפרעזענטיוון פון די קאאליציע
צוטיילט אין די רעכטע פארטייען: %52 פון די ליכוד פארטיי ווילן ס'זאל זיין צוויי רעפרעזענטיוון פון די קאאליציע, %56 פון די ציונות דתית פארטיי, %65 פון די ש"ס פארטיי, %68 פון די עוצמה יהודית פארטיי, און %71 פון די יהדות התורה פארטיי.

אין א זייטיגע אנאליז: פארוואס וויל דער יוסטיץ מיניסטער אזוי שטארק ס'זאל זיין צוויי רעפרעזענטיוון פון די קאאליציע פארטיי? ווען מ'מוז ממילא האבן 7 רעפרעזענטיוון פון די קאמיטע צו קענען אריינוועלן א ריכטער, ווי געשריבן אויבן, און דאס וועט ער נישט האבן אפי' מיט צוויי רעפרעזענטיוון פון די קאאליציע
נאר וועגן צו קענען וועלן דעם פרעזידענט פון סופרים קאורט דארף מען נאר 5 פון די קאמיטע, וואס נארמאל איז עס נישט געווען נוגע וויבאלד ס'געווען איינגעפירט די 'שיטת הסניוריטי' אז דער לענגסטער ריכטער ווערט פרעזידענט, אבער יעצט וויל עס לוין טוישן, און דאס איז קודם דורך האבן צוויי רעפרעזענטיוון פון די קאאליציע, נאכדעם, נעקסטע וואך דינסטיג קומט פאר וואלן פאר די לשכת עורכי הדין וואס האבן צוויי רעפרעזענטיוון אין די קאמיטע, ווי געשריבן אויבן, און ס'דא צוויי הויפט לאגערן וואס שלאגן זיך אויף די נאציאנאלע קאונסיל און אויף די פארזיצערשאפט פון די לשכה, די וואס געהערן מער צו די רעכטע פאליטישע לאגער, און די וואס געהערן צו די לינקע פאליטישע לאגער (אגב: איז אינטרעסאנט צו צוצייכענען, אז אפי' דער וואס לויפט פאר פארזיצערשאפט פאר די לשכה, האלט אויך אז מ'טאר נישט טוישן די אופן פון די קאמיטע (ווי די יוסטיץ רעפארם וויל), אבער בכלליות איז ער גענויגט רעכט, אגב: ס'איז אינטרעסאנט צו צוצייכענען, אז דער וואס לויפט אין שפיץ פון די רעכטע הויפט לאגער צו זיין פארזיצער פון די לשכה, איז א לאיער מיטן נאמען אפי נווה, וואס איז שוין געווען פארזיצער פון די לשכה אין די יארן 15' - 19', און ער האט זיך געמוזט אפזאגן נאך גאר א שטארקע קאנטערווערסיאל פרשה האט געפלאצט, ס'איז לעכערליך אז די רעכטע ווען זיי רעדן ווי וויכטיג ס'איז די יוסטיץ רעפארם, און ווי וויכטיג ס'איז צו טוישן די אויסשטעל פון די קאמיטע צו וועלן ריכטער, וועלן זיי אנכאפן דוגמאות פון וויאזוי מ'האט אריינגעוועלט ריכטער, פארגעסנדיג (אדער וועלנדיג פארגעסן) אז די שפיץ פון די היפאקראסי פון אויסוועלן ריכטער איז געווען טאקע ביי אט דעם לאיער ביי די פרשה, וואס איז גאר א שטארקער רעכטער, און ער איז געשטאנען אייביג אויף די רעכטע זייט, און יעצט איז ער גאר דער הויפט וואס לויפט פון די רעכטע לאגער, נאכמער איז וויכטיג צו צוצייכענען אז די ריכטערין וואס ער האט ערוועלט ביי די פרשה איז אויך א רעכטע...), און דער יוסטיץ מיניסטער האפט - פארשטייט זיך - אז די רעכטע לאגער וועט געווינען, אויב אזוי וועט ער שוין האבן 6 רעפרעזענטיוון אין די קאמיטע (4 פון די גאווערמענט - 2 מיניסטארן און 2 פארלאמענט מיטגלידער פון די קאאליציע, און נאך 2 פון די לשכת עורכי הדין), איז אפי' ער וועט נישט האבן א אבסעלוטע כח אריינצווועלן ריכטער, וויבאלד מ'דארף דאך האבן 7 רעפרעזענטיוון אריינצוועלן א ריכטער, אבער צו קענען וועלן דעם פרעזידענט פון די די סופרים קאורט איז גענוג 5, און דורך דעם וועט ער קענען אריינוועלן דעם פרעזידענט (וואס וועט לכאו' זיין ריכטער סאלבערג, וואס ער וואלט געדארפט - לפי די סעניאריטי - ווערן פרעזידענט נעקסט, ד"ה נאך וואס די יעצטיגע פרעזידענטין גייט ארויס, אין די קומענדיגע תשרי וואלט געדארפט ווערן ריכטער עמית, און נאכדעם דער סאלבערג וואס איז רעכט געשטימט).
איינמאל ער האט שוין דעם פרעזידענט, וועט ער נעקסטע מאל שוין האבן 7 וויבאלד דער פרעזידענט פון סופרים קאורט איז אויך א רעפרעזענטיוו אין די קאמיטע, איינמאל ער האט 7 קען ער שוין רואיגערהייט אריינוועלן וועלכע ריכטער ער וויל נאר!
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 5:43 am
יעצט ווערט נתפרסם אז די קאאליציע טראכט צו אראפנעמען אלע נעמען פון די וואלן, און אזוי וועט מען מוזן אפשטופן די וואלן מיט א חודש, וואס די קאאליציע האט לכתחי' געקענט באשטיין אזוי צו טון, נאר די אטוירני פון די רעגירונג האט געזאגט אז ס'איז קעגן די געזעץ אזוי צו טון, נאך וואס מ'האט שוין אויסגערופן אין פארלאמענט אז היינט מיטוואך וועט זיין די וואלן, אבער אויב נעמט מען אראפ אלע נעמען פון די קאאליציע, וועט אויסקומען אז נאר איין מענטש איז אויף די וואלן, וועט מען עס מוזן אפשטופן, און אזוי האפט די קאאליציע אז ביז א חודש, וועלן זיי שוין אנקומען צו א פשרה מיט די אפאזיציע איבער די יוסטיץ רעפארם, וועט זיין גרינגער צו קומען צו א פשרה איבער די קאמיטע
גאנץ פארזיצער פון די המחנה הממלכתי פארטיי סטראשעט די קאאליציע: אויב וועט מען אפשטופן די וואלן פאר די קאמיטע, וועלן אונז מער נישט זיין א חלק פון די מו"מ פארהאנדלונגען איבער די יוסטיץ רעפארם.

ענליך צו וואס ער האט געסטראשעט לעצטע וואך:
יונה פויגל האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 6:47 am
אין די טעג האט דער פארזיצער פון 'המחנה הממלכתי' פארטיי פארלאמענט מיטגלידער גאנץ, געמאלדן אז אויב וועט די קאאליציע נישט געבן איין רעפרעזענטיוו פאר די אפאזיציע, ביי די קאמיטע וואס וועלט אויס די ריכטער (וואס גייט פארקומען די קומענדיגע יוני 15), וועלן זיי אפהאקן אינגאנצן די מו"מ געשפרעכן וואס גייען אן צווישן די קאאליציע און די אפאזיציע לגבי די געריכט רעפארם
נאך די מעלדונג איז די קאאליציע איינגעגאנגען צו געבן א רעפרעזענטיוו פאר די אפאזיציע אין די קאמיטע
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

לפיד פארזיצער פון די אפאזיציע און פון די יש עתיד פארטיי, שטעלט זיך אויך צו מיט די סטראשערייען, זאגנדיג אז דער פרעמיער איז מער נישט אין קאנטראל פון זיין אייגענע פארטיי און רעגירונג, ער בייגט זיך צו די עקסטרעמיסטן, און איז גורם אז די מו"מ פארהאנדלונגען איבער די רעפארם זאל זיך אויפהערן, ער צורייסט די פאלק, די עקענאמיע, וכו' וכו' וכו'
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

א גוטן פורים.
ווי עס זעט אויס, טאמער ס'גייט היינט זיין בחירות פאר די ועדה למינוי שופטים, וועט ערוועלט ווערן איין פארשטייער פון די קאאליציע און נאך א פארשטייער פון די אפאזיציע. פינטל

וואס יא? ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז פיל חברי כנסת המינים פון די הליכוד פארטיי האבן אנגעפיפן נתניהו ווען זיי האבן געוועלט פאר א צווייטן פארשטייער פון די קאאליציע.

נתני' פרובירט פארמיידן די בושות, דערווייל אן ערפאלג.
ער ווערט צעדרוקט צווישן זיין ווילן ס'זאל נישט זיין קיין גרויסע פראטעסטן קעגן אים און זיין ווילן צו פארמיידן א בילד וואו פארשטייער פון זיין הליכוד פארטיי פייפן אים אן מיט א גרויסן פייפער.
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

מיניסטער דוד אמסלם פון די ליכוד פארטיי, אין א אטאקע אקעגן די פארלאמענט מיטגלידערן גוטליב: ס'נאך קיינמאל נישט געווען אז א איינצעלנע מיטגלידער זאל מחליט זיין אויף די גאנצע פארטיי, אויב יא וואלט צאמגעפאלן די רעגירונג אין א חודש
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

די וואלן פאר די קאמיטע וואס וואלט געדארפט פארקומען 11:30 (א"י זייגער), האט זיך יעצט - 2 שעה שפעטער - נאכנישט אנגעפאנגען
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

1:35 האט זיך אנגעהויבן די וואלן, ס'נאר דא צוויי קאנדידאטן איינס פון די קאאליציע - גאטליב, און איינס פון די אפאזיציע - אלהרר, אלע אנדערע קאנדידאטן האבן אראפגענומען זייערע נעמען פון די פארמעסט
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

די פארזיצערס פון קאאליציע האבן ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז זיי זענען נישט גרייט אנצונעמען א סיטואציע א פארלאמעט מיטגלידער זאל טון אויף די אייגענע האנט, אונז רופן צו די אפאזיציע צו ווייטער ממשיך זיין מיט די מו"מ פארהאנדלונגען איבער די יוסטיץ רעפארם

די ליכוד פארטיי וויל לייגן סאנקציעס אויף פארלאמענט מיטגלידערין גאטליב, וואס האט אנגעדרייעט די גאנצע סיטואציע אויף איר אייגענע האנט, אקעגן דער פארזיצער און רוב פון די פארטיי
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

פארלאמענט מיטגלידער טרופער פון המחנה הממלכתי פארטיי זאגט: דער פרעמיער האט היינט אויסגעוועלט נידריגע פאליטיק איבער די גוט'ס פון די מדינה, ער האט געטון א נידריגע שפיצל, און דורך דעם געברענגט אז די פארהאנדלונגען איבער די רעפארם זאלן אפגעשטעלט ווערן

רעכטער אנאליזערער ברדוגו זאגט: דער יוסטיץ מיניסטער האט געווינען היינט

האבעך נישט קיין אנונג פארוואס? ס'איז דאך נאר דא איין רעפרעזענטיוו פון די קאאליציע?
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

יונה פויגל האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 1:54 am

די וואס שטעלן זיך אקעגן ... אזוי אויך לפיד מיט זיין יש עתיד פארטיי און די אנדערע אפאזיציע פארטייען

דער צווייטער צו פארלירן איז לפיד מיט די אלע אפאזיציע פארטייען וואס האבן געמיינט און געהאפט אז דורך די רעפארם און די פראטעסטן קעגן דעם וועלן זיי קענען אראפווארפן די גאווערמענט און אפשר צוריקומען אין די רעגירונג, און וועגן דעם זענען זיי געווען גרייט צו טון אלעס, וואס האט עם צווישן אנדערע אראפגעברענגט די פאולס (15-18 ווען לעצטע בחירות האט ער באקומען 24),
ארי' זיסמאן פאליטישער שרייבער פון יתד נאמן צייטונג שרייבט: יתכן אז ס'וועט זיין א שפיצל גאר פארקערט, די פון די אפאזיציע וואס ווילן זייער אז די פראטעסטן זאלן ווייטער אנגיין, וועלן דוקא וועלן פארן צווייטן קאנדידאט פון די קאאליציע, כדי די פראטעסטן און די כאאס זאל ווייטער הערשן אין די מדינה

אבער יעצט איז עס שוין נישט נוגע, וויבאלד ס'מילא נאר דא איין קאנדידאט פון די קאאליציע, ווי געשריבן
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

אה! כ'מיין כ'האב געכאפט וואס טוט זיך דא.

די קאאליציע האט ארויסגעגעבן א ארדער אז אלע קאנדידאטן פון די קאאליציע זאלן זיך ארויסציען פון די פארמעסט אזוי וועט זיך מוזן אפשטופן די וואלן פאר א חודש, וויבאלד ס'וועט נאר זיין איין קאנדידאט (פון די אפאזיציע) ווען ס'דארף זיין צוויי, אלע אויסער פארלאמענט מיטגלידערן גאטליב האבן געפאלגט, פון דא קומט די כעס פון די אפאזיציע און די ווארט פון בארדוגו אז לוין האט געווינען

למעשה זענען יא דא וואלן, וויבאלד ס'יא דא צוויי קאנדידאטן, סאו למעשה - ווי ס'קוקט יעצט אויס - האט די אפאזיציע געווינען

אזוי מיינעך, אויב איינער ווייסט בעסער, ווערט ער געבעטן אריינצוקומען קלאר
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

ליבערמאן פארזיצער פון ישראל ביתנו פארטיי האט געזאגט אז ער וועט שטיצן די קאאליציע קאנדידאט, כדי זיכער צו מאכן אז די אפאזיציע קאנדידאט וועט אריינגיין אין די קאמיטע, און האט זיך געבעטן ביי אלע אפאזיציע פארטייען זאלן אזוי טון

גאנץ פארזיצער פון המחנה הממלכתי פארטיי האט פארארדנט זיין פארטיי נישט צו שטיצן די קאאליציע קאנדידאט פאר די קאמיטע, זאגנדיג אונז שפילן נישט קיין געימס, איינשטעלנדיג איר אויסצווועלן וואס קען שאטן צו אויסוועלן ריכטער
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

די פירער פון די פראטעסטן האבן מודיע געווען אויב אלהרר (אפאזיציע רעפרעזענטיוו) וועט נישט אויסגעוועלט ווערן צו די קאמיטע, וועלן זיי ארויסגיין היינט אין שטורמישע פראטעסטן

די פאליציי האט אנגעפאנגען זיך צוצוגרייטן, בפרט ארום די הויז פונעם פרעמיער (וואס מ'האט געשטורעמט ווען ער האט געפייערט דעם זיכערהייט מיניסטער דעם לעצטן מארטש 26).
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

3:30 האט זיך געענדיגט די וואלן, די רעזולטאטן דארפן צו ווערן מפורסם ביז א האלבע שעה

נאך די רעזולטאטן וועלן ווערן מפורסם, גייען לפיד פארזיצער פון די אפאזיציע און פון די יש עתיד פארטיי, און גאנץ פארזיצער פון המחנה הממלכתי פארטיי געבן א פרעס קאנפערענס.
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

די קאאליציע פארענטפערט זיך אז וויבאלד זיי האבן נישט קיין קאנטראל אויף גאטליב, און זי האט נישט געוואלט אראפנעמען איר נאמען פון די פארמעסט, האבן זיי בלית ברירה געמוזט אפשטופן די וואלן.
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 8:58 am
די קאאליציע פארענטפערט זיך אז וויבאלד זיי האבן נישט קיין קאנטראל אויף גאטליב, און זי האט נישט געוואלט אראפנעמען איר נאמען פון די פארמעסט, האבן זיי בלית ברירה געמוזט אפשטופן די וואלן.
איז געווען וואלן אדער נישט?
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

לאמיר עס קלאר מאכן, מיט די השתלשלות הדברים.

במשך די לעצטע וואך צייט, זייט מ'האט געמוזט אריינגעבן די נעמען פאר די וואלן, זענען געווען 8 קאנדידאטן פון די קאאליציע, און איינס פון די אפאזיציע. א חלק פון די קאאליציע וואס האט זייער שטארק נישט געוואלט אז די אפאזיציע זאל האבן א רעפרעזענטיוו ביי די קאמיטע (ובראשם דער יוסטיץ מיניסטער - וואס כאטש ער האט עס נישט קלאר געזאגט, האט אבער יעדער געוואוסט וואס ער האלט און וויל), האבן געוואלט דורך דעם זיכער מאכן אז די אפאזיציע מיטגלידערין ווערט נישט קיין חלק פון די קאמיטע, די וואלן גייען צו אז ס'איז דא די נעמען פון די קאנדידאטן אויפן צעטל און מ'דארף וועלן יא צו ניין אויף יעדן קאנדידאט, און זיי האבן געוואלט אז ס'זאל זיין מער ווי איין קאנדידאט פון די קאאליציע, אזוי וועט די קאאליציע שטעלן צוויי רעפרעזענטיוון פאר די קאמיטע, דער פרעמיער האט נישט קלאר געזאגט וואס ער וויל, מ'האט אבער פארשטאנען אז ער איז נישט גרייט זיך איינצורייסן מיט די אפאזיציע פאר דעם, מ'האט געוואוסט אז צום סוף וועט ער מאכן די החלטה - זיי האבן נאר פרובירט צו לייגן פרעשור אויף עם, אז ער זאל מוזן שטיצן צוויי קאנדידאטן פון די קאאליציע.
פון די אנדערע זייט מאפע, האבן די אפאזיציע פירער געסטראשעט אז אויב וועט נישט ווערן אויסגעוועלט א אפאזיציע מיטגלידער פאר די קאמיטע, וועלן זיי אויפהערן זיצן ביי די פארהאנדלונגען איבער די רעפארם, וואס די משמעות פון דעם איז, אז מ'וועט צוריק גיין צו מארטש 26 (וואס די לאנד האט זיך איבערגעדרייט מיט פראטעסטן און סטרייקס איבער די רעפארם).

אינמיטן איז אויך ארויף געקומען די אפציע אפצושטופן די וואלן פאר נאך א חודש ארום, אזוי - האט די קאאליציע געהאפט - ביז דעמאלטס וועט מען שוין אנקומען צו פשרות איבער די רעפארם, וועט שוין נישט זיין אזא גאנצע מערכה איבער די קאמיטע, אבער ווי געשריבן אויבן האט די אטוירני געזאגט אז ע"פ די געזעץ אויב האט מען שוין אויסגערופן אין פארלאמענט איבער די וואלן, קען מען עס שוין נישט אפשטופן

במשך די וואך האבן אפאר פון די 8 אראפ גענומען זייערע נעמען, היינט צופרי איז נאר איבער געבליבן אפאר נעמען, איינע פון זיי איז פארלאמענט מיטגלידערין גאטליב וואס זי האט געזאגט במשך די גאנצע וואך אז זי וועט לויפן ביזן סוף, און אפי' דער פרעמיער וועט איר הייסן אראפנעמען איר נאמען וועט זי עם נישט פאלגן, אויסער אז ס'וועט זיין צוויי אנדערע פון די קאאליציע.

היינט אינדערפרי ווען דער פרעמיער האט געוואלט מעלדן אז מ'זאל נאר שטיצן איין קאנדידאט פון די קאאליציע (איינער פון עוצמה יהודית פארטיי) האט אבער גאטליב ווייטער געזאגט אז זי נעמט נישט אראפ איר נאמען פון די פארמעסט, דא האט זיך דער פרעמיער געזען אין גרויס פארגעלעגנהייט, וויבאלד ער האט זיך נישט געוואלט איינרייסן מיט די קאאליציע און זאגן אז מ'זאל איר שטיצן, אבער האט א ודאי נישט געוואלט ס'זאל זיין איינע פון זיין פארטיי וואס זאל לויפן ווען ער לאזט נישט, און אפשר וועלן נאך זיין אפי' פון די קאאליציע וואס וועלן וועלן פאר איר ווייל די וואלן זענען שטילע - ד"ה מ'ווייסט נישט ווער ס'האט געוועלט וואס, נישט ווי ביי נארמאלע וואלן אין פארלאמענט וואס די וואלן גייען אן בקול רם, און יעדער ווייסט און האלט מיט ווער ס'האט געוועלט וואס, איז ער געפאלן אויף אן המצאה, ער וועט הייסן יעדן פון די קאאליציע קאנדידאטן זאל ארויסציען זייער נאמען פון די פארמעסט (ארויסציען קען מען ביז די וואלן ממש), אזוי וועט אויסקומען אז נאר איינע (פון די אפאזיציע) וועט לויפן, און וויבאלד ס'דארף דאך לויפן צוויי, וועט זיך ממילא אפשטופן די וואלן פאר א חודש ארום, ווי ער האט שוין מילא געוואלט, און שלום על ישמעאל, און אזוי האבן טאקע געטון די קאנדידאטן פון די קאאליציע זיי האבן אלע אראפגענומען זייערע נעמען, אויסער די קאנדידאטין גאטליב, פארוואס ווייסעך נישט, האט דער פרעמיער געהייסן אז אלע קאאליציע מיטגלידער זאלן וועלן אקעגן אלע קאנדידאטן, און אזוי ווי זיי האבן דאך די רוב = 64 פינגערס, וועלן זיי אראפווארפן אלע קאנדידאטן, וועט מען מילא מוזן איבערמאכן די וואלן אין די קומענדיגע חודש.

זענען די אפאזיציע פירער געווארן אין כעס אז מ'וויל אפשטופן די וואלן, האבן זיי געמאלדן אויב ווערט נישט די אפאזיציע מיטגלידערין אויסגעוועלט היינט פאר די קאמיטע, וועלן זיי נישט ממשיך זיין צו זיצן ביי די פארהאנדלונגען כנ"ל, אזוי אויך האבן די פראטעסטן פירער געמאלדן אז אויב ווערט זי נישט אויסגעוועלט היינט פאר די קאמיטע, וועלן זיי ארויסגיין אין גרויסע פראטעסטן, פארשטייט זיך אז ס'איז דא א גרויסע כעס אין די ליכוד פארטיי אויף די גאטליב וואס צוליב איר האט זיך אנגעקייקלט די גאנצע מצב, אויך איז געווען א מחלוקת אין די אפאזיציע וועגן די קאאליציע מיטגלידערין גאטליב, ליבערמאן פון ישראל ביתנו האט געזאגט אז מ'זאל איר וועלן און אזוי וועט שוין זיין א געהעריגע קאמיטע, אבער גאנץ און אנדערע האבן געזאגט אז זי איז צו עקסטרעם פאר די קאמיטע און האבן געזאגט מ'זאל וועלן ניין אויף איר.

אזוי איז אויך געווען היינט וואלן פאר די קאמיטע וואס וועלט דיינים אין די רבנות, דארט ווייסעך נישט פונקטליך וואס איז געווען, אבער כ'פארשטיי אז די קאאליציע האט אויך דא געזאגט מ'זאל נישט וועלן קיינעם, און די אפאזיציע האט ארויסגעשטעלט איינעם, אבער דא איז נישט געווען אזא איבערקערעניש ווי די קאמיטע צו וועלן ריכטער.

עכ"פ נאך די וואלן און ציילן די שטימען איז ארויסגעקומען די רעזולטאטן: 58 האבן געוועלט יא אויף די אפאזיציע מיטגלידערין, 56 האבן געוועלט ניין. און אויף גאטליב האבן 15 געוועלט יא, און - דאכט זיך - 56 ניין. ד"ה אז די אפאזיציע מיטגלידערין קארין אלהרר איז געווארן אויסגעוועלט צו די קאמיטע! און די קאאליציע האט נישט קיין רעפרעזענטיוו - ביזדערווייל - אין די קאמיטע
ס'איז אבער אויסגעקומען אז די אפאזיציע האט דאך נאר 56 פינגערס אין די פארלאמענט, און זי האט באקומען 58 וואויטס דאס איז טייטש אז כאטש 2 מיטגלידער פון די קאאליציע האבן געוועלט פאר איר, קעגן וואס די קאאליציע האט געהייסן! (די נייעס אגענטורן זאגן אז ס'איז געווען כאטשיג 4 פון די קאאליציע וואס האבן געוועלט פאר איר, ווייסעך אבער נישט ווי זיי זענען אנגעקומען צו די נאמבער) פארשטייט זיך אז די בושות פאר די קאאליציע איז גאר גרויס, פון די אנדערע זייט איז דא וואס טענה'ן אז ס'איז זייער מסתבר אז איינער פון די וואס האבן געשטימט פאר די אפאזיציע מיטגלידערין פון די קאאליציע, איז נישט מער ווי דער פרעמיער אליינס, פארשטייט זיך אז ס'איז נאר א השערה אבער ס'מאכט אביסל סענס, וויבאלד ער האט זייער שטארק נישט געוואלט אז מ'זאל אריינפאלן אין א כאאס אזוי ווי ס'געווען אין מארטש 26, און ער האט געוואלט די פארהאנדלונגען זאלן ווייטער אנגיין, האט ער געקענט באשטיין אז די אפאזיציע מיטגלידערין זאל ווערן א מעמבער אין די קאמיטע, אזוי צו אזוי דאס איז זיכער אז די אפאזיציע האט געהאט גאר א שטארקע נצחון היינט, און די קאאליציע נישט עפעס אייאייאיי...

אזוי אויך ביי די וואלן צו די קאמיטע וואס וועלט דיינים האט אויך די אפאזיציע געווינען זייער רעפרעזענטיוו וואס איז געווארן אויסגעוועלט אלס א חלק פון די קאמיטע.
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 15, 2023 1:53 am

ס'איז אבער אויסגעקומען אז די אפאזיציע האט דאך נאר 56 פינגערס אין די פארלאמענט, און זי האט באקומען 58 וואויטס דאס איז טייטש אז כאטש 2 מיטגלידער פון די קאאליציע האבן געוועלט פאר איר, קעגן וואס די קאאליציע האט געהייסן! (די נייעס אגענטורן זאגן אז ס'איז געווען כאטשיג 4 פון די קאאליציע וואס האבן געוועלט פאר איר, ווייסעך אבער נישט ווי זיי זענען אנגעקומען צו די נאמבער) פארשטייט זיך אז די בושות פאר די קאאליציע איז גאר גרויס
יעצט זעה איך אז ס'דא וואס זאגן אז ס'איז גאר געווען 5 פון די קאאליציע (חנוך מיליביצקי - ליכוד), און ס'דא וואס זאגן 6 פון די קאאליציע (מירב בן ארי - יש עתיד).

כ'ווייס אבער נישט דעם חשבון, קודם פעלט דאך 6 פארלאמענט מיטגלידער, נאר 114 האבן געוועלט, און דאס קען זיין זענען די אראבער'ס (חד"ש תע"ל, וואס האבן 5 בענקלעך), אויב אזוי האט די אפאזיציע נאר 51 מענטשן, און אז 58 האבן געוועלט פאר די אפאזיציע מיטגלידערין איז טייטש אז 6 פון די קאאליציע האבן געוועלט פאר איר, אבער נאכאמאל איך ווייס נישט די חשבון, איך זאג נאר א השערה
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 8:57 am
נאך די רעזולטאטן וועלן ווערן מפורסם, גייען לפיד פארזיצער פון די אפאזיציע און פון די יש עתיד פארטיי, און גאנץ פארזיצער פון המחנה הממלכתי פארטיי געבן א פרעס קאנפערענס.
ווי זיי האבן געמאלדן אז זיי שטעלן אפ די פארהאנדלונגען איבער די יוסטיץ רעפארם, ביז די קאמיטע צו אויסוועלן ריכטער וועט זיך צאמקומען.

דאס איז אפי' ס'איז געווארן אויסגעוועלט די אפאזיציע מיטגלידערין פאר די קאמיטע ווי זיי האבן געוואלט
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”