צינד אן forwerds!!! (בלינקערס)

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע: אין בעקעריי

צינד אן forwerds!!! (בלינקערס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

די גרויע suv טרעקל האט זיך האסטיג אפגעשטעלט ווען זיינע ברעיקס געבן ארויס א גראך וואס צושפרייט זיך בליץ שנעל אויף די גאנצע אומגעגנט, ביים דרייווער זיץ דערקענט זיך דער אלעמען באקאנטע יענקל, דער פארשוין און די הויעכע פערציגער יארן וואס האט שוין אויספרובירט אלע מיטלען צו פארוואנדלען זיין געשטעל אלס זיידע...

אנגעהויבן ביים טיילן ממתקים פאר די יונגווארג שבת אין סמעדרעש, געגאנגן ווייטער צו אנשרייען די קינדער מיט יאמערליכע געשרייען ווען א קינד וועט ארויסכאפן א קאצקע צוקער פונעם שאכטל, גענדיגט האט זיך עס מיטן מנדב זיין וועכענטליך די שאלעשידעס בילקעס...

חוץ פון די אלע זיידערישע שטיק וועט ער דיר מסביר זיין מיט א געניטע קלארקייט די טאלאנט וואס ער פארמאגט אין די נושא פון בדחנות מיט וואס ער קען זיך אויס אין אלע הינזיכטן דערפון, און מבינים ווערן ממש ערשטוינט פון די גלייך ווערטלעך וואס שפראצן ארויס פון צווישן זיין צוקנייטשטע ליפן, די געליטענע מתפללים וואס וועלן נהנה זיין (?) אויף א טעגליכע פארנעם פון דעם, און וועלן וויסן מעיד צו זיין אז ווען ר' יענקל'ס מויל עפענט זיך אויף נאך א לאנגע נאכט שלאף וועט מען זיין פארכאפט פאר לענגערע מינוטן און צומאל שעות! אזוי אויך וועט מען זעהן די אינטערעסאנטע פאסירונג א יעדן אינדערפרי ווען ער גייט נעמען א קאווע וועט זיך די קאווע שטיבל גענצליך אויסליידיגן...

צוריק צו אונזער געשיכטע, וואס פאסירט אויף איינע פון די פארנומענע גאסן אין וויליאמסבורג בשעת די שרעקעדיגע נאכמיטאג טראפיק, פארט די באקאנטע גרויע טרעקל, ?(וואס די שכנים געבן אן אלס גראז שניידער...) ר' יענקל זיצט דערין און ער ווערט געכאפט אין שאק ווען ער דערמאנט זיך די ווערטל וואס ער האט קוים נעכטן געהערט ביי זיין נעפיוס חתונה פון די בדחן וואס האט איהם טאקע געהאלטן געשפאנט פאר לאנגע מינוטן (אבער קומט פארט נישט צו צו זיין געשליפן צינגל...) און ער האט נאך פאר קיינעם נישט איבער דערציילט די ווערטל!!!

ער קוקט רעכטס און לינקס, פארט נאך עטליכע פיס, און אה... פונדערווייטנס זעט ער ר' שלום זיין ידיד פון ישיבה נאך פון סענז סטריט, ער פליעט אהין מיט אן אימפעט און דאן געמאכט דעם אויבענדערמאנטע אפשטעל, וואס האט פאראורזאכט א פאניק פארן קאר הונטער איהם וואס האט כמעט געקושט ר' יענקלס קאר

אנטקעגן איבער אויף די אנדערע זייט גאס שפאצירט ר' שלום געמיטלעך, ווען אינעם ווילדסטן חלום ווייסט ער נישט וואס עס ווארט איהם יעצט אפ... ווען פלוצלינג הערט ער א באקאנטע קול, עס ווערט איהם שווארץ פארן אויגן זעהנדיג אז יענקל זיצט דארט מיט די גרעסטע מאס רואיגקייט וואס איז פארהאן, פארמאגט א גארביטש בעג מיט צייט, און רופט איהם ביים נאמען אז ער זאל אהערקומען עמערדשענסי, און ר' יענקל געבט א פלאץ אויס מיט א שנארכעדיג געלאך בשעת ווען ער לייגט איהם אראפ די נעכטיגע ווערטל, שטייט דארט ר' שלום אומגעדולדיג האפענדיג אויף זיין נאנטע באפרייאונג...

טייערע ר' יענקל: דא רעדט צו אייך גאנץ כלל ישראל! איהר ווילט זיך אפשטעלן אינמיטן גאס? קיין פראבלעם, צינד אן forwerds!!!

עס זיצן א שורה פון אזויפיל ווי דרייצן קארס אונטער דיר! אדער פאר אדער שטעל זיך אפ און א זייט מיט forwerds, אויב נישט טוט איהר אפהאלטן יודיש צייט, און טוט אפהאלטן צענדיגע מענטשן פון אנקומען ווי זיי דארפן ווען צומאל איז דאס אן עמערדזשענסי, מ'דארף אכטונג געבן נישט צו אוועקכאפן יענעמ'ס צייט, און ווען איהר ברויכט זיך אפשטעלן אינמיטן גאס צינד אן דעם forwerds מיט וואס איהר טוט א טובה טון פאר צענדליגע דרייווער!

יישר כח בשם כל תושבי ברוקלין
לעצט פארראכטן דורך זויער טייג אום פרייטאג יוני 02, 2023 6:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
SimchaCohen
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 12:12 pm

Re: צינד אן forwerds!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SimchaCohen »

זייער שיין געשריבן! אבער וואס מיינט forwerds? אלע קארס האבן עס? אדער נאר SUVs?
איך וואלט זייער געוואלט טוישן מיין ניק צו שמחה כהן... #יודיש
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: צינד אן forwerds!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

SimchaCohen האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 6:06 pm
זייער שיין געשריבן! אבער וואס מיינט forwerds? אלע קארס האבן עס? אדער נאר SUVs?
עשה טוב
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 21, 2023 5:56 pm

Re: צינד אן forwerds!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עשה טוב »

זייער גוט געשריבן, הומעריסטיש, און נאך מער פון אלעס א גוטע פוינט,

א גארביטש בעג מיט צייט :lol: :lol:
טו גוטס מיט דיר און אנדערע, סימפעל!
אוועטאר
א.ב.ג
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

Re: צינד אן forwerds!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א.ב.ג »

??forwerds
די מיינסט די ?four way flashers
לעצט פארראכטן דורך א.ב.ג אום פרייטאג יוני 02, 2023 6:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: צינד אן forwerds!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

ער מיינט לכאורה בלינקער'ס
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: צינד אן forwerds!!! (בלינקערס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

Hazard lights?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
Mr. President
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 12, 2023 8:58 am

Re: צינד אן forwerds!!! (בלינקערס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mr. President »

געזען אמאל א ליין פון קארס אראפ גיין א לאאאאנגע סטעיט ראוד און ס’רירט זיך נישט. מיין געדולד האט געפלאצט, און... כ’האב זיך געטראפן אויפן אפקאומינג לעין אויסקאטנדיג די גאנצע זאך, (don't try it at home) איך בין אנגעקומען אין פראנט פון די ליין וואס ציט זיך בערך א מייל (!) און געזען אז ס’איז א קאר וואס האט בטעות אריין געבאמט אין די קאר אינפראנט פון אים און געמאכט א קליינע דענט סאו מ’ווארט אויף פאליס אנצוקומען... שטייצעך אז זיי ווארטן אינמיטן די ראוד און קיין העזערד איז נישט אנגעצינדן און יעדער ווארט אין די ליין ווי שעפעלעך... לכאו’ אריין גערעכנט די פאליס, די קאר גראד אין בעק פון די קרעש האט נישט קיין וועג צו וויסן פארוואס דער suv ווארט, ער מיינט ס’איז וועגן א לאנגע רויט לייט, לחיים. ווען נישט מ’ווייזט זיי צו אויסקאטן ווארטן זיי נאך יעצט דארט
אוועטאר
טא די פוינט!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2022 3:58 pm

Re: צינד אן forwerds!!! (בלינקערס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טא די פוינט! »

זייער א שטארקע פוינט!
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2316
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: צינד אן forwerds!!! (בלינקערס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

אין ק'י מאכט זיך עס עפטער ווען משטעלט זיך אפ געבן היטש'עס ווען איינער סטאפט אין צינדט נישט אן זיינע פלעשער'ס וועל איך פאפן מיטן גאנצן כח
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע: אין בעקעריי

Re: צינד אן forwerds!!! (בלינקערס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

latter האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 4:20 pm
אין ק'י מאכט זיך עס עפטער ווען משטעלט זיך אפ געבן היטש'עס ווען איינער סטאפט אין צינדט נישט אן זיינע פלעשער'ס וועל איך פאפן מיטן גאנצן כח
דאס איז אייגענטליך די איינציגסטע סעלושן, צו זיך נעמען פייפן...
נישט אז ס'טוט אויף, אבער דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מ'קען טון צו די מציאות אז מענטשן טראכטן נישט פון א צווייטן און פארקירן מיט א רואיגקייט בשעת ווען א לאנגע שורה קארס שלענגלען זיך הונטער איהם און פייפן...
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע: אין בעקעריי

Re: צינד אן forwerds!!! (בלינקערס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

היינט אליין האב איך זיך אויפגעכאפט צו א גערויש פון שרייעדיגע פאפערייען וואס האט ארויפגעהילכט ביז מיין שטוב אויפן פערטע שטאק,
אראפקוקנדיג מיט פארקלעבטע אויגן האב איך געזען ווי א קאר פון א אומטראכטענדע מענטש וואס לייגט אין מיסט יענעמס צייט, האט פארקירט זיין קאר ממש אינמיטן די ראוד,
ער האט טאקע געדארפט בלויז ארויסגיין פאר איין קורצע מינוט, אבער צוליב דעם וואס ער האט נישט אנגעצינדן זיינע בלינקערס און זיך גערוקט אביסל מער אין די זייט, האט ער אנגעזייעט אין איין מינוט א שווערע טרעפיק
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3019
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: צינד אן forwerds!!! (בלינקערס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

זויער טייג האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 6:15 pm
היינט אליין האב איך זיך אויפגעכאפט צו א גערויש פון שרייעדיגע פאפערייען וואס האט ארויפגעהילכט ביז מיין שטוב אויפן פערטע שטאק,
אראפקוקנדיג מיט פארקלעבטע אויגן האב איך געזען ווי א קאר פון א אומטראכטענדע מענטש וואס לייגט אין מיסט יענעמס צייט, האט פארקירט זיין קאר ממש אינמיטן די ראוד,
ער האט טאקע געדארפט בלויז ארויסגיין פאר איין קורצע מינוט, אבער צוליב דעם וואס ער האט נישט אנגעצינדן זיינע בלינקערס און זיך גערוקט אביסל מער אין די זייט, האט ער אנגעזייעט אין איין מינוט א שווערע טרעפיק
#בשבילי
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: צינד אן forwerds!!! (בלינקערס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך כאפ נישט, פארוואס קען מען נישט פעסן?

וואס אחילוק צי יענער בלינקט צי נישט?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע: אין בעקעריי

Re: צינד אן forwerds!!! (בלינקערס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 6:31 pm
איך כאפ נישט, פארוואס קען מען נישט פעסן?

וואס אחילוק צי יענער בלינקט צי נישט?
רוב מאל ווייסן נישט מענטשן צו פעסן,
מילא ווען די בלייבסט שטיין אינמיטן ראוד ווערט א גאנצע טרעפיק,
און דאס איז ווען מ'קען פעסן, ביי אסאך פעלער וועט די דרייווער ניטאמאל אריינרוקן זיין קאר צו מאכן פלאץ איהם צו פעסן
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”