יוד האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 1:26 am
א גוט יאר ר' המברך יתברך איך האב יעצט די ערשטע מאל אריינגעוואנדערט אין דעם אשכול איך מיין אז היינט איז אויך דאס ערשטע מאל וואס איך זעה דיך שרייבען
ווי ס'שיינט פארמאגסטו אסאך צייט אין מאאט צי שרייבען, האלטענדיג שוין ביי טויזענטער תגובות אין בלויז א פאר חדשים.
יישר כח.
יוד האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 1:26 am
אויב איך מעג פרעגען אויב לייט איר פון א געוויסע דיעגנויזע אין איר טוט שוין יארען אין טערעפי וואלט איר לכאורה געדארפט וויסען וועלכע חלק ס'מאכט דעם עולם נערוועז? גראדע בין איך נישט נערוועז געווארען די 7 בלעטער איך האב בלויז הנאה געהאט, אבער בנוגע דיך לכאורה קומסטי שוין פון יארען עקספריענס אין די האסט שוין געהאלפען אסאך פאר אזעלכע וואס ליידען ( אויב ס'הייסט ליידען) ווי דיך... טא פארוואס ניצטי דא דעם צבור? פאר עפעס א ידיעה וואס פעהלט'טך? אדער די ניצט דעם צבור פאר דיין טעראפי??
1) יא ס'הייסט ליידן. ס'איז שרעקליכע יסורים, ווען איינער וויל קאמוניקירן מיט יענעם אויף א וועג אז יענער זאל זיין צופרידן, אבער ס'מאכט זיך צופיל מאל אז יענער פילט גאר געטשעפעט פון דעם. קיינער וויל נישט אזא זאך. אמאל איז דא איינער וואס איז אזוי בלינד אז ער כאפט בכלל נישט אז יענער ווערט גערעגט, דעמאלט פילט ער נישט אזוי שלעכט. אדער איז דא איינער וואס כאפט גלייך וואס שטערט יענעם, און ער ווייסט וואס צו פאררעכטן. דער מצב וויאזוי איך האב געפילט פונקט דעמאלט, איז געווען, אז איך האב ליידער אייביג מצליח געווען יענעם אויפצורעגן, אן צו כאפן וואס איך האב געטון שלעכט.
2) אין חבוש מתיר עצמו. ווען איך זיץ מיט יענעם, קען איך העלפן יענעם אויפכאפן וואס ער טוט שלעכט, אפילו ווען יענער האט דעם זעלבן פראבלעם ווי מיר! מה שאין כן ווען ס'איז איך. יעצט, איך בין געגאנגען צו אסאך טעראפי, אבער אפילו אזוי איז עס זייער שווער לגבי דעם חלק. דאס איינציגסטע פלאץ צו שטודירן לעבן, איז אין דער שולע וואס הייסט "לעבן"!!
יוד האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 1:26 am
ביידע וועגען זענען גוט ( לכאורה איז דא נאך א 30-40- וועגען ניין?) אזוי צי אזוי זעמער גרייט צי זיין א הילפ פאר א אידיש קונד! איך פרעג סתם פאר נייגער ישר כח פאר דיין תירוץ אין פאר דיין שרייבען דא בכלל חזק ואמץ...
טראצדעם וואס איך האב געטון עפעס אנדערש, וואס דאס האט מיר בכלל געהאלפן אנערקענען אין מיין פראבלעם, און האט גורם געווען שלא ברצוני אז איך זאל דארפן אריינקומען דא, דאך איז מיין מיטמאכעניש דא דווקא געווען א גרויס חלק פון מיין ישועה. ברוך השם און איך דאנק אייך אלע!! מיינע א"ג פיינט נאך מער ווי מיינע פריינט!!