ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

מייקל איז געווען א גלענצנדע סטודענט. ער האט זיך אויסגעצייכנט אין זיינע שטודיעס און איז געווען באליבט ביי יעדן,
זיינע פראפעסארן האבן פארגעזאגט אויף אים גרויסע זאכן.

אין די זעלבע צימער פון מייקל איז געזעצן דשים. און אויב איז מייקל געווען א גוטע סטודענט איז דשים געווען די פארקערטע. דשים איז געקומען פון א ארימע משפחה און איז געגאנגען אנגעטוהן מיט אלטע אפגעשליסענע קליידער. אבער נישט זיין קליידער איז געווען די פראבלעם, זייענדיג א קינד פון אימיגראנטן האט ער נישט געקענט די שפראך אזוי גיט, און זיינע שטודיעס איז אים געגאנגען היפש זויער, און צוגאב צו דעם איז ער שטענדיג ארויסגעשטאנען פון צווישן זיינע חברים זייענדיג א אינטרעסאנטע טיפ.
בקיצור מען האט נישט פאראויסגעזאגט קיין גרויסע זאכן אויף אים.

ס'געווען אויף א גרינעם דינסטאג ווען מייקל האט זיך אנגעטראפן מיט דשים אינעם האלוועי, מיט א געשטיקטע שטומע האט ער אויסגעגאסן זיין צובראכענעם הארץ פארציילנדיג ווי שווער ס'גייט אים דא אינעם אוניווערסיטעט. מייקל, דו מוזט מיר העלפן, די פראפעסער האט מיר היינט געסטראשעט אז אויב איך וועל נישט אדורכמאכן די קומענדיגע פארהער וועט ער מיר ארויסווארפן פון דא, מייקל כ'בעט דיר, ס'איז מיין לעצטע טשאנס פאר א קאַריער, פירט ער אויס מיט טרערן אין די אויגן.

מייקל האט רחמנות באקומען אויף דעם שוואכן קינד און האט מסכים געווען צו לערנען מיט אים אין זיין איבריגע צייט.
ס'איז אריבער א שטיק צייט און די צוויי זענען געווארן נאנט באפריינדעט, אויף אזוי ווייט אז מייקל האט אים אפי' אויסגעלערנט אלע זיינע סודות און אייגענע געדאנקן וועלעכע ער איז אליין אויפגעקומען מיט.

ס'איז געווען סוף יאר און די אוניווערסיטעט האט געמאכט א גרויסע פארמעסט. ס'איז געגאנגען ווי פאלגאנד, יעדער סטודענט וועט האבן א געלעגנהייט ארויפצוקומען און ווייזן ערפינדונגען וואס ער איז אויפגעקומען מיט, און דערנאך וועט ווערן אפגעהאלטן וואלן צו זעהן וועמען'ס ערפינדונג איז די מערסטע אינטרעסאנט און דער וואס ציהט אן די מערסטע שטיצע, דער וועט דערקלערט ווערן אלץ געווינער.

די גאנצע קאמפוס האט גערידערט, יעדער וויל זיין די געווינער. ווייל חוץ פון די כבוד און פרעסטידש וואס דאס ברענגט וועט די געווינער אויך באקומען אז ער וועט קענען גיין שטודירן צו די בעסטע אוניווערסיטעט אין אמעריקא פריי פון אפצאל.
מייקל זייענדיג פון די בעסטע סטודענטן האט זיך געגרייט מיט אייפער, האפנדיג צו זיגן אינעם פארמעסט.

עס איז אנגעקומען די טאג פון די פארמעסט.
מייקל איז געווען נומער פופצן אין די רייע, אזוי זיצט ער רואיג אויף זיין פלאץ. אין די זעקל נעבן אים ליגט אלצדינג וואס ער ברויך אויף צו צייגן פאר די פארזאמלטע זיין פאטענעט.

נומער פערצן, רופט די אנפירער אויס הויעך.
דשים שטעלט זיך אויף און מיט א גראדע רוקן שפאצירט ער ארויף אויפן פאדיום.
מיט זעלבסט זיכערקייט עפענט ער אויף זיין זוטשקע און נעמט אפיר פארשידענע באשטאנדטיילן און ער הייבט אן צו פארארבעטן מעשים.
מייקל טראכט צו זיך, וואס קען ער שוין? איך ווייס דאך יא צו וואס ער טויג. אבער דאן איז ער געווארן געכאפט אין שאק.
דשים האט פארגעשטעלט א שיינע פאטענט, עפעס וואס איז געוועהן גוט באקאנט פאר מייקל. אבער נישט סתם, ס'איז געווען א פאטענט וואס ער וואלט געקענט זעהן מיט פארמאכטע אויגן אויך.
ווייל ס'איז פאקטיש געווען "זיין" אייגענע ערפינדונג! נישט דשים'ס, מיט בלויז געציילטע טוישונגען.
וואס? מייקל האט זיך געריבן די אויגן, ער האט נישט געקענט גלייבן וואס ער האלט דא מיט, אזא פארראט???
ווי נעמט דשים די חוצפה? נישט גענוג וואס איך האב אים געראטעוועט זיין קאריער און אים ארויפגעריקט צום העכסטן שטאפל קומט ער דא אקעגן מיר און נאך דערצו מיט מיין אייגענע פאטענט?
אזא כפוי טובה!!!

ס'איז געווען אמאל א מענטש וואס האט געהייסן ראן דיסענטיס.
דער מיסטער דיסענטיס איז געלאפן פאר גאווערנער אין פלארידא, און ער איז געשטאנען אין א שווערע לאגע, די פאולס האבן אים נישט געגעבן קיין גרויסע אויסזיכטן צו זיגן.
און א פארצווייפעלטער פרואוו צו ראטעווען זיין קאמפיין האט ער זיך געוואנדן צו איינער פון די מאכטפולסטע פאליטיקאנטן אינערהאלב די רעפובליקאנע פארטיי. יא האסט גוט צוגעטראפן. ער האט זיך געוואנדן צו דאנאלד דשעי טראמפ, און אים געבעטן אז ער זאל אים אינדארסירן. טראמפ האט רחמנות באקומען אויף דעם ארימע'ן דיסענטיס און האט אים אינדארסירט, אבער נישט סתם אינדארסירט נאר האט פאקטיש זיך געשטעלט אויף זיין זייט און קאמפיינט פאר אים. און צוזאמען מיט אים. און אויפגעהייטערט די רעפאבליקאנע באזע און פלארידע.

און עס האט וואורקליך געארבעט ווי מעדשיק. ווי נאר טראמפ איז אריינגעקומען אינעם בילד האבן זיך זיינע נומערן געהויבן.
און ער האט באוויזן ארויס צו קוועטשן א זיג און די פארמעסט.

גייט אדורך עטליכע יאר און טראמפ לויפט פאר ווידערוויילונג, קומט דער חוצפה'ניאק, יא יא דער דיסענטיס וועמען טראמפ האט געשטעלט אויף די פיס, און נישט מער און נישט ווייניגער ער עפענט א קאמפיין אקעגן זיין רעטער. אקעגן דער מענטש וואס האט געראטעוועט זיין פאליטישע קאריער. אנשטאט זיך שטעלן אויף טראמפ'ס זייט און צייגן אביסל הכרת הטוב, טוט ער פונקט די פארקערטע. ווי טוהן זיך זיינע שטיצער אויף; ער האט טראמפ'ס פאליסי'ס אבער אן זיינע חסרונות.
און אנדערע ווערטער, ער האט נישט עפעס ניי צום טיש, ער האט טראמפ'ס ערפינדונגען און דאס ניצט ער פאר זיך...
#כפוי טובה

אויב וועסטו אפשטעלן סיי וועמען, און אים פרעגן, זאג נאר איז דיסענטיס א כפוי טובה? יענער וועט דיר מסתם אנקוקן מיט אזאנע צווי ריזיגע אויגן, א וואס? כפוי טובה? וואס עפעס? ער האט יעצט א שטארקע מאמענטום פארוואס זאל ער נישט לויפן? פונקט פארקערט, ער וועט אראפרייסן טראמפ פארן בכלל האבן טענות. טראמפ איז א דיקטאטור, ער פארלאנגט אז מען זאל זיין געטריי צו אים, אזוי שרייען די חכמים אין די מידיע.
דאס איז א גוי'שע קאפ. פארקערט פון נארמאלקייט.
אבער וואס מ'קען זיך ארויסלערנען איז, אז ווען דו טוהסט א טובה פאר א צווייטן זאל עס זיין שלא על מנת לקבל פרס. זאלסט גארנישט ערווארטן צו צוריקבאקומען, עס לוינט נישט די הארץ וויי.

יעצט געדענקסט ווען דיין רבי אין חדר האט געשריגן אז פאליטיק איז נידריג אין ביליג, אט דאס האט ער געמיינט. ווען א מענטש האלט מיט אזעלעכע זאכן טאג טעגליך ווערט די קאפ פארדרייט...
לעצט פארראכטן דורך בוטשער אום מאנטאג יוני 05, 2023 2:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

שיין געשריבן
קום נישט יעצט ענטפערן אז טראמפ איז די זעלבע כפוי טובה

ווייל די גאנצע זאך אויף וואס דעסענטיס קאמפיין איז געבויט איז אז ער איז נישט קיין טראמפ
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

באלאנגט אין קאך לעפל.
א גוטע פעדער, אבער כך הוא דרכו של פאליטיק, דיסאנטיס איז נישט שולדיג זיין עתיד פאר טראמפ.
טאטעלי מחולק.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
ס׳וועט אריבערגיין
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 31, 2021 4:19 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט אריבערגיין »

כאלעט'ל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:29 pm
באלאנגט אין קאך לעפל.
א גוטע פעדער, אבער כך הוא דרכו של פאליטיק, דיסאנטיס איז נישט שולדיג זיין עתיד פאר טראמפ.
טאטעלי מחולק.
טאטעלי מחולק. זיכער איז ער אים שולדיג. א מין גערעדעכץ.
כך הוא דרכם של כפויי טובה.
ס'וועט אריבערגיין. טראסט מיך. האלט אן.
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

כאלעט'ל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:29 pm
באלאנגט אין קאך לעפל.
א גוטע פעדער, אבער כך הוא דרכו של פאליטיק, דיסאנטיס איז נישט שולדיג זיין עתיד פאר טראמפ.
טאטעלי מחולק.
זעהט אויס אז האסט נישט געליינט די גאנצע.
ווייל צום סוף האב איך געשריבן אז איך ווייס אז אויפן גוי'שע גאס ווייסט מען נישט פון קיין הכרת הטוב... דאס איז די פראבלעם :!:
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
שקר גמור
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

אבי געהאקט פלייש...
קאראוואן
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2023 4:15 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאראוואן »

שקר גמור האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:49 pm
אבי געהאקט פלייש...
calm down
אוועטאר
ס׳וועט אריבערגיין
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 31, 2021 4:19 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט אריבערגיין »

שקר גמור האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:49 pm
אבי געהאקט פלייש...
שקר גמור
ס'וועט אריבערגיין. טראסט מיך. האלט אן.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

געווען אמאל א דאקטאר וועלכע האט געהאט געוואלדיגע כוחות הנפש והגוף, ער האט געקענט זיין אין אפאראציע צימער פאר שעות על גבי שעות און נישט פארלירן פוקוס. ער האט געוויסט ווי אזוי צו היילן ווען אנדערע האבן שוין אויפגעגעבן. זיינע פאציענטן זענען ממש משוגע געווארן פאר זיין מענטשליכקייט און פערזענדליכקייט, יעדער האט געהאט ביי אים אן אפענעם טיר און אן אפענעם הארץ.

איין טאג איז אנגעקומען צו זיין טיר א סטודענט וועלכע האט זיך פראבירט אריינצושרייבן אינעם שפיטאל, צו קענען נעמען דארט זיין אינטערנשיפ. דער דאקטאר זעצט זיך אראפ ביים טישל מיטן סטודענט און כאפט מיט אים א שמועס און ווערט געוואר ביז געציילטע מינוט אז דער סטודענט איז ממש ווי א קאפי פון אים. געלערנט ביי די זעלבע פראפעסארן, שניידט די זעלבע וועג, האנדלט מענטשן די זעלבע וכו'. זאגט אים דער דאקטאר: הערט מיר אויס, קום ארבעטן אינטער מיר, און איך וועל דיר משלים זיין וואס פעלט דיר.

יארן זענען געלאפן און דער סטודענט איז אויסגעוואקסן גאר א גרויסע דאקטאר, און דער פארלאנג פאר אים איז געווארן גרעסער און גרעסער. משא"כ דער דאקטאר איז שוין עלטער געווארן, און מאנכע האבן גע'טענה'ט אז זיינע כוחות זענען שוין נישט געווען אזוי דערביי, אנדערע האבן גע'טענה'ט אז ער האנדלט שוין מיט מענטשן אנדערש וכו'. דער סטודענט האט אלעס איינגעטליך מיטגעהאלטן פון די נאנט, און ער האט אויך אנגעהויבן צו האלטן אז מ'האט (לשיטתו) געקענט ראטעווען פיל פאציענטן, ווען נישט דער אלטער דאקטער ווערט פארנאכלעסיגט.

ויהי היום, א פרעמדע דאקטאר איז אנגעקומען פון אן אנדערע שפיטאל און פארקויפט תורות לאקשן פאר די שפיטאל אדמעניסטראציע ווי טויגלעך ער איז און שרעקליכע סקאנדאלן אויפן אלטן דאקטאר. די שפיטאל איינגעשטעלטע האבן אלעס ליידער געגלייבט און ארויסגעטראקעט דעם אלטן דאקטאר פון זיין פאזיציע און געשיקט ליפטערן. נאך א שטיק צייט האבן זיי צוביסלעך איינגעזעהן אז דער פרישער דאקטאר איז איין שטיק זייפן בלאז, לא מינייהו ולא מקציהו. ניטאמאל א נורס קען ער זעהן. אלעס איין גרויסער בלאף.

דאס איז אמאל זיכער אז די שפיטאל וויל און גייט ארויסווארפן דעם פעלשער. אבער למען השם וואס טוט מען דא? אויב גייען זיי נעמען דעם אלטן דאקטאר וועלן זיי זיך אנשטויסן אין א פראבלעם מיט די אלע פאציענטן וועלכע ווילן נישט צוריק קומען צו אים. צו ווייל זייערע אמת'ע טענות צו צוליב די שטותים וואס מ'האט זיי געפיטערט פאר א שטיק צייט. און אויב נעמט מען דעם (געוועזענעם) סטודענט, קען עס ווייטער ברענגען פראבלעמען ווייל ער האט נאך נישט דעם גרויסן נאמען פונעם אלטן דאקטאר. ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה?

האט דער שפיטאל אדמיניסטראטאר אריינגערופן ביידע און געזאגט אזוי: לאמיר ארויסשיקן בריוון פאר די אלע פאציענטן וועלכע זענען געקומען דא די לעצטע פאר יאר, און זעהן אויב זיי גייען צוריק קומען אויב נעמט מען אויף דעם אלטן, אדער גייען זיי דווקא נאר צוריק קומען אויב נעמט מען אויף דעם אינגען.

צו איך פארשטיי דעם דאקטאר פארן זיין אנגעווייטאגט? מעגליך.
צו איך פארשטיי די שפיטאל פארן נישט וועלן פארלירן קאסטומערס און בסך הכול ירא הקהל וישפוט וועם זיי וועלן ענדערש? 100%
אבער וואס ערווארסטו פונעם סטודענט? ער האלט דאך באמת אז דער אלטער דאקטאר איז מער נישט ביי די כוחות. זאל ער לאזן יעדעם אויספייגערן ווייל דער אלטער דאקטאר האט אים אויסגעלערנט אפאר זאכן און אריינגענומען אינעם שפיטאל? ער גייט נישט ארויסריקן דעם אלטן דאקטאר! אדרבה, זאל די קליענטן זאגן וועלכע דאקטאר זיי ווילן ענדערש צוריקקומען צו, און וואס זיי גייען באשליסן גייט ער זיך צושטעלן צו.

עד כאן המשל.
אן אריינגיין אין דיין (הערליך געשריבענעם) אנאליז, איך וויל זיך דווקא נישט אפשטעלן אין פארשידענע נקודות וואס דו ברענגסט ארויס (לדוגמה אז טראמפ האט "אויסגעלערנט" דיסענטעס פאליטיק, וכו'). אבער לשיטת דיסענטעס איז טראמפ געווען אמאל גוט, אבער דער בחור פוטשט לעצטענס. ער האט נישט דערליווערט וואס ער וואלט געקענט, געווען פארנומען מיט זייטיגע הערינג אנטשטאט מיט די פלאנקן, ועוד ועוד. ער האלט באמת ביי זיך אז טראמפ לויפן נאכאמאל איז א סכנה פאר אמעריקא (אויב גייט די דעמאקראטן געווינען איז דאך א חורבן, אויב וועט טראמפ געווינען גייט לשיטתו ווייטער גארנישט אויפגעטוהן ווערן). אלס פאטריאט זאל ער לאזן אמעריקא פייפן ווייל טראמפ האט אים געהאלפן?
אוועטאר
שקר גמור
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

איך פיל עפעס ווי מ'זיכט דא אן איידעם און נישט קיין פרעזדענט... כ'מיין וואס גייט מיר אן אויב ער איז א כפוי טובה אן כעסן אדער א בעל גאוה? עפעס א נארישקייט וואס טראמפ האט אריינגעברענגט וואס איז נאר רעלעוואנט ווען מ'רעדט פון זיינע קעגענער... איי וועסטו זאגן 'נו... דאס זאג איך טאקע פאליטיק איז א שמיציגע שפיל' פיין מסכים. סא ווי קומט עס יעצט אריין? ביסטו סתם געקומען רעדן פון עפעס א גוי און פלארידע וואס האט שלעכטע מידות? איך הער... איך האלט אז סנישטא נאך אזא פינסטערע הויז ווי די ווייסע הויז, (אפפפס גאנץ א גוט ווארט...) און יעדע פאלטיקאנט איז א בעל גאוה און א בעל תאוה געלט גייציג א שקרן און צובע און מענ''י מא''ר
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

שקר גמור האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 5:05 pm

די ווערטל גייט נאך מער. יארן וואס די טראמפ חסידים שרייען אז א פרעזידענט מעג זיין מיט שלעכטע מידות, מ'דארף פארקיקן אויף דעם און קוקן אויף וואס ער טוט אויף. יעצט קומט די ניגון, קוק דעם אנדערנס מידות!!
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

.
אטעטשמענטס
ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט.pdf
ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?
הא ............
(121.56 KiB) געווארן דאונלאודעד 34 מאל
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 5:04 pm
געווען אמאל א דאקטאר וועלכע האט געהאט געוואלדיגע כוחות הנפש והגוף, ער האט געקענט זיין אין אפאראציע צימער פאר שעות על גבי שעות און נישט פארלירן פוקוס. ער האט געוויסט ווי אזוי צו היילן ווען אנדערע האבן שוין אויפגעגעבן. זיינע פאציענטן זענען ממש משוגע געווארן פאר זיין מענטשליכקייט און פערזענדליכקייט, יעדער האט געהאט ביי אים אן אפענעם טיר און אן אפענעם הארץ.

איין טאג איז אנגעקומען צו זיין טיר א סטודענט וועלכע האט זיך פראבירט אריינצושרייבן אינעם שפיטאל, צו קענען נעמען דארט זיין אינטערנשיפ. דער דאקטאר זעצט זיך אראפ ביים טישל מיטן סטודענט און כאפט מיט אים א שמועס און ווערט געוואר ביז געציילטע מינוט אז דער סטודענט איז ממש ווי א קאפי פון אים. געלערנט ביי די זעלבע פראפעסארן, שניידט די זעלבע וועג, האנדלט מענטשן די זעלבע וכו'. זאגט אים דער דאקטאר: הערט מיר אויס, קום ארבעטן אינטער מיר, און איך וועל דיר משלים זיין וואס פעלט דיר.

יארן זענען געלאפן און דער סטודענט איז אויסגעוואקסן גאר א גרויסע דאקטאר, און דער פארלאנג פאר אים איז געווארן גרעסער און גרעסער. משא"כ דער דאקטאר איז שוין עלטער געווארן, און מאנכע האבן גע'טענה'ט אז זיינע כוחות זענען שוין נישט געווען אזוי דערביי, אנדערע האבן גע'טענה'ט אז ער האנדלט שוין מיט מענטשן אנדערש וכו'. דער סטודענט האט אלעס איינגעטליך מיטגעהאלטן פון די נאנט, און ער האט אויך אנגעהויבן צו האלטן אז מ'האט (לשיטתו) געקענט ראטעווען פיל פאציענטן, ווען נישט דער אלטער דאקטער ווערט פארנאכלעסיגט.

ויהי היום, א פרעמדע דאקטאר איז אנגעקומען פון אן אנדערע שפיטאל און פארקויפט תורות לאקשן פאר די שפיטאל אדמעניסטראציע ווי טויגלעך ער איז און שרעקליכע סקאנדאלן אויפן אלטן דאקטאר. די שפיטאל איינגעשטעלטע האבן אלעס ליידער געגלייבט און ארויסגעטראקעט דעם אלטן דאקטאר פון זיין פאזיציע און געשיקט ליפטערן. נאך א שטיק צייט האבן זיי צוביסלעך איינגעזעהן אז דער פרישער דאקטאר איז איין שטיק זייפן בלאז, לא מינייהו ולא מקציהו. ניטאמאל א נורס קען ער זעהן. אלעס איין גרויסער בלאף.

דאס איז אמאל זיכער אז די שפיטאל וויל און גייט ארויסווארפן דעם פעלשער. אבער למען השם וואס טוט מען דא? אויב גייען זיי נעמען דעם אלטן דאקטאר וועלן זיי זיך אנשטויסן אין א פראבלעם מיט די אלע פאציענטן וועלכע ווילן נישט צוריק קומען צו אים. צו ווייל זייערע אמת'ע טענות צו צוליב די שטותים וואס מ'האט זיי געפיטערט פאר א שטיק צייט. און אויב נעמט מען דעם (געוועזענעם) סטודענט, קען עס ווייטער ברענגען פראבלעמען ווייל ער האט נאך נישט דעם גרויסן נאמען פונעם אלטן דאקטאר. ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה?

האט דער שפיטאל אדמיניסטראטאר אריינגערופן ביידע און געזאגט אזוי: לאמיר ארויסשיקן בריוון פאר די אלע פאציענטן וועלכע זענען געקומען דא די לעצטע פאר יאר, און זעהן אויב זיי גייען צוריק קומען אויב נעמט מען אויף דעם אלטן, אדער גייען זיי דווקא נאר צוריק קומען אויב נעמט מען אויף דעם אינגען.

צו איך פארשטיי דעם דאקטאר פארן זיין אנגעווייטאגט? מעגליך.
צו איך פארשטיי די שפיטאל פארן נישט וועלן פארלירן קאסטומערס און בסך הכול ירא הקהל וישפוט וועם זיי וועלן ענדערש? 100%
אבער וואס ערווארסטו פונעם סטודענט? ער האלט דאך באמת אז דער אלטער דאקטאר איז מער נישט ביי די כוחות. זאל ער לאזן יעדעם אויספייגערן ווייל דער אלטער דאקטאר האט אים אויסגעלערנט אפאר זאכן און אריינגענומען אינעם שפיטאל? ער גייט נישט ארויסריקן דעם אלטן דאקטאר! אדרבה, זאל די קליענטן זאגן וועלכע דאקטאר זיי ווילן ענדערש צוריקקומען צו, און וואס זיי גייען באשליסן גייט ער זיך צושטעלן צו.

עד כאן המשל.
אן אריינגיין אין דיין (הערליך געשריבענעם) אנאליז, איך וויל זיך דווקא נישט אפשטעלן אין פארשידענע נקודות וואס דו ברענגסט ארויס (לדוגמה אז טראמפ האט "אויסגעלערנט" דיסענטעס פאליטיק, וכו'). אבער לשיטת דיסענטעס איז טראמפ געווען אמאל גוט, אבער דער בחור פוטשט לעצטענס. ער האט נישט דערליווערט וואס ער וואלט געקענט, געווען פארנומען מיט זייטיגע הערינג אנטשטאט מיט די פלאנקן, ועוד ועוד. ער האלט באמת ביי זיך אז טראמפ לויפן נאכאמאל איז א סכנה פאר אמעריקא (אויב גייט די דעמאקראטן געווינען איז דאך א חורבן, אויב וועט טראמפ געווינען גייט לשיטתו ווייטער גארנישט אויפגעטוהן ווערן). אלס פאטריאט זאל ער לאזן אמעריקא פייפן ווייל טראמפ האט אים געהאלפן?
לאמיר קלאר מאכן אפאר נקודות
1 טראמפ האט געגעבן די גאווערנער פאזיציע פאר דיסענטיס . פינטל.
פאר טראמפ'ס אינדארסמענט וואלט ער נישט געווינען.
2 איך האב נישט געשריבן אז טראמפ האט אויסגעלערנט פאר דיסענטיס פאליטיק, נאר ליבערשט אז דיסענטיס לויפט אלץ א רואיגע טראמפ. דהיינו טראמפ'ס פאליסי'ס און אנשויאינגען.
3 דיסענטיס לויפט נישט ווייל ער זארגט זיך פאר אמעריקא, און ער האט מורא אז טראמפ איז נישט גוט. ער לויפט פאר זיין אייגענע אמביציעס, און טאקע אויפן חשבון פון זיין רעטער...

נ.ב. איך האב נישט קיין פראבלעם מיט זיין כפוי טובה'שאפט, כ'וויל פשוט שטעלן די זאך גלייך. לדעתי
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

דעסענקטעמאניעס איז א פאררעטער

אבער טראמפ ברויך אים זאגן שכח
מיט זיין פוקחות אין נעסטי פערסענעליטי לעצטנס מאכט ער טראמפ אויסזעהן באזעסען
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
ס׳וועט אריבערגיין
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 31, 2021 4:19 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט אריבערגיין »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 5:04 pm
געווען אמאל א דאקטאר וועלכע האט געהאט געוואלדיגע כוחות הנפש והגוף, ער האט געקענט זיין אין אפאראציע צימער פאר שעות על גבי שעות און נישט פארלירן פוקוס. ער האט געוויסט ווי אזוי צו היילן ווען אנדערע האבן שוין אויפגעגעבן. זיינע פאציענטן זענען ממש משוגע געווארן פאר זיין מענטשליכקייט און פערזענדליכקייט, יעדער האט געהאט ביי אים אן אפענעם טיר און אן אפענעם הארץ.

איין טאג איז אנגעקומען צו זיין טיר א סטודענט וועלכע האט זיך פראבירט אריינצושרייבן אינעם שפיטאל, צו קענען נעמען דארט זיין אינטערנשיפ. דער דאקטאר זעצט זיך אראפ ביים טישל מיטן סטודענט און כאפט מיט אים א שמועס און ווערט געוואר ביז געציילטע מינוט אז דער סטודענט איז ממש ווי א קאפי פון אים. געלערנט ביי די זעלבע פראפעסארן, שניידט די זעלבע וועג, האנדלט מענטשן די זעלבע וכו'. זאגט אים דער דאקטאר: הערט מיר אויס, קום ארבעטן אינטער מיר, און איך וועל דיר משלים זיין וואס פעלט דיר.

יארן זענען געלאפן און דער סטודענט איז אויסגעוואקסן גאר א גרויסע דאקטאר, און דער פארלאנג פאר אים איז געווארן גרעסער און גרעסער. משא"כ דער דאקטאר איז שוין עלטער געווארן, און מאנכע האבן גע'טענה'ט אז זיינע כוחות זענען שוין נישט געווען אזוי דערביי, אנדערע האבן גע'טענה'ט אז ער האנדלט שוין מיט מענטשן אנדערש וכו'. דער סטודענט האט אלעס איינגעטליך מיטגעהאלטן פון די נאנט, און ער האט אויך אנגעהויבן צו האלטן אז מ'האט (לשיטתו) געקענט ראטעווען פיל פאציענטן, ווען נישט דער אלטער דאקטער ווערט פארנאכלעסיגט.

ויהי היום, א פרעמדע דאקטאר איז אנגעקומען פון אן אנדערע שפיטאל און פארקויפט תורות לאקשן פאר די שפיטאל אדמעניסטראציע ווי טויגלעך ער איז און שרעקליכע סקאנדאלן אויפן אלטן דאקטאר. די שפיטאל איינגעשטעלטע האבן אלעס ליידער געגלייבט און ארויסגעטראקעט דעם אלטן דאקטאר פון זיין פאזיציע און געשיקט ליפטערן. נאך א שטיק צייט האבן זיי צוביסלעך איינגעזעהן אז דער פרישער דאקטאר איז איין שטיק זייפן בלאז, לא מינייהו ולא מקציהו. ניטאמאל א נורס קען ער זעהן. אלעס איין גרויסער בלאף.

דאס איז אמאל זיכער אז די שפיטאל וויל און גייט ארויסווארפן דעם פעלשער. אבער למען השם וואס טוט מען דא? אויב גייען זיי נעמען דעם אלטן דאקטאר וועלן זיי זיך אנשטויסן אין א פראבלעם מיט די אלע פאציענטן וועלכע ווילן נישט צוריק קומען צו אים. צו ווייל זייערע אמת'ע טענות צו צוליב די שטותים וואס מ'האט זיי געפיטערט פאר א שטיק צייט. און אויב נעמט מען דעם (געוועזענעם) סטודענט, קען עס ווייטער ברענגען פראבלעמען ווייל ער האט נאך נישט דעם גרויסן נאמען פונעם אלטן דאקטאר. ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה?

האט דער שפיטאל אדמיניסטראטאר אריינגערופן ביידע און געזאגט אזוי: לאמיר ארויסשיקן בריוון פאר די אלע פאציענטן וועלכע זענען געקומען דא די לעצטע פאר יאר, און זעהן אויב זיי גייען צוריק קומען אויב נעמט מען אויף דעם אלטן, אדער גייען זיי דווקא נאר צוריק קומען אויב נעמט מען אויף דעם אינגען.

צו איך פארשטיי דעם דאקטאר פארן זיין אנגעווייטאגט? מעגליך.
צו איך פארשטיי די שפיטאל פארן נישט וועלן פארלירן קאסטומערס און בסך הכול ירא הקהל וישפוט וועם זיי וועלן ענדערש? 100%
אבער וואס ערווארסטו פונעם סטודענט? ער האלט דאך באמת אז דער אלטער דאקטאר איז מער נישט ביי די כוחות. זאל ער לאזן יעדעם אויספייגערן ווייל דער אלטער דאקטאר האט אים אויסגעלערנט אפאר זאכן און אריינגענומען אינעם שפיטאל? ער גייט נישט ארויסריקן דעם אלטן דאקטאר! אדרבה, זאל די קליענטן זאגן וועלכע דאקטאר זיי ווילן ענדערש צוריקקומען צו, און וואס זיי גייען באשליסן גייט ער זיך צושטעלן צו.

עד כאן המשל.
אן אריינגיין אין דיין (הערליך געשריבענעם) אנאליז, איך וויל זיך דווקא נישט אפשטעלן אין פארשידענע נקודות וואס דו ברענגסט ארויס (לדוגמה אז טראמפ האט "אויסגעלערנט" דיסענטעס פאליטיק, וכו'). אבער לשיטת דיסענטעס איז טראמפ געווען אמאל גוט, אבער דער בחור פוטשט לעצטענס. ער האט נישט דערליווערט וואס ער וואלט געקענט, געווען פארנומען מיט זייטיגע הערינג אנטשטאט מיט די פלאנקן, ועוד ועוד. ער האלט באמת ביי זיך אז טראמפ לויפן נאכאמאל איז א סכנה פאר אמעריקא (אויב גייט די דעמאקראטן געווינען איז דאך א חורבן, אויב וועט טראמפ געווינען גייט לשיטתו ווייטער גארנישט אויפגעטוהן ווערן). אלס פאטריאט זאל ער לאזן אמעריקא פייפן ווייל טראמפ האט אים געהאלפן?
האסט פארגעסן א טייל פון די מעשה. דער סטודענט האט גראדע געהאלטן אז דער דאקטער איז גאר געלונגען און ער האט אפילו געשיקט זיין זון זיך היילן ביי אים. (דעסענטיס האט ארויסגעלייגט א ווידיאו אין 2020 ווי ער פרעדיגט טראמפיזם פאר זיין קליין קינד)

לאחר הודאת בעל דין קען מען נישט צוריקדרייען און שטויסן דעם דאקטער מיטן זיך אנטוען א כלומר'שטע שלייער פון געטריישאפט צו אמעריקא.
ס'וועט אריבערגיין. טראסט מיך. האלט אן.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

איינער געדענקט נאך ווען קריס קריסטי איז געווען די ערשטע צי אינדארסן טראמפ ווען ער איז געלאפן, אין עם געגעבן א ריזן בוסט, אפשר דארף טראמפ עם גאר שטיצען…
האט נישט טראמפ געהאלפן דיסענטיס ווייל ער האט געהאלטן אז דיסענטיס איז גוט ?
סוי קיין איינעם וועם טראמפ האט געבוסט אלץ פירער פין די פארטי טאר נישט לויפן ? אפשר אויך נישט דיסעגריען ? טראמפ איז דיקטאטור וואס האט עם אריינגעלייגט אין אפיס? אדער געזאגט פאר די וויילער אז ער איז מיט אינז? האט דען נישט דיסענטיס געבעקט טראמפ אלל עלאנג?
טראמפ האט פארלוירן אין ביי נאה איטס ען אפען פיעלד.
שטעל דיך פאר טראמפ לויפט אין פארלירט נאכאמאל אין לויפט נאכאמאל אין פיר יאר ארום מעג אויך דיסענטיס נישט לויפן ?
ניקי העלי אויך נישט ווייל זי איז געווען אמבאסאדאר ?
לעצט פארראכטן דורך בא שבת בא מנוחה אום דאנערשטאג יוני 01, 2023 5:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

בוטשער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 5:16 pm

2 איך האב נישט געשריבן אז טראמפ האט אויסגעלערנט פאר דיסענטיס פאליטיק, נאר ליבערשט אז דיסענטיס לויפט אלץ א רואיגע טראמפ. דהיינו טראמפ'ס פאליסי'ס און אנשויאינגען.
אדרבה, אפשר רעכנט איר מיר אויס וואס איז "טראמפס" פאליסיס? (נישט קיין ריפאבליקאנע אדער קאנסערוויטיווע פאליסיס, נאר טראמפ'ס אייגענע)
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

אין דער לעצטער וואס זאל רעדן פין מידות איז טראמפ…
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

ביסטו צודרייט טראמפ האט געווינען וועגן קריסטי האט אים אינדערסירט די מאכט א וויץ

דעסענקטעמאניעס איז געווען א גארנישט פאר טראמפ האט אים אינדארסירט
ער איז געווען א 0 עס איז נישט אז ער איז געווען א שטארקע קאנדידאט אין טראמפ האט אים געגעבן א שטיפ
ער איז געווען אין די אדמה טראמפ האט אים אינדעסירט אין שוין דער האט געווינען
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 5:27 pm
אין דער לעצטער וואס זאל רעדן פין מידות איז טראמפ…

די גאנצע זאך אויף וואס דעסענטיס קאמפיין איז געבויט איז אז ער איז נישט קיין טראמפ
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 5:27 pm
ביסטו צודרייט טראמפ האט געווינען וועגן קריסטי האט אים אינדערסירט די מאכט א וויץ

דעסענקטעמאניעס איז געווען א גארנישט פאר טראמפ האט אים אינדארסירט
ער איז געווען א 0 עס איז נישט אז ער איז געווען א שטארקע קאנדידאט אין טראמפ האט אים געגעבן א שטיפ
ער איז געווען אין די אדמה טראמפ האט אים אינדעסירט אין שוין דער האט געווינען
א. דו האסט א שארטקאט צו שרייבן דעסענקטעמאניעס?
ב. ער איז געווען א 0 פארדעם? איר האט געזעהן די אנקעטעס פארדעם?
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

על דאטפת אטפוך ולבסוף מטיפיך יטופון (אבות).

וואס האט טראמפ געטאהן מיט רוב פון זיינע ידידים? יעדעס שטיק צייט באשייגעצט ער נאך ידידים און גוטע פריינד וואס זענען אים צוגעשטאנען צו האנט, היינט דאנערשטאג נשא ב' איז עס פרוי מעקענעני סתם פארגארנישט באשמוצט צוליב א נארישע עגא.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 5:29 pm
קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 5:27 pm
ביסטו צודרייט טראמפ האט געווינען וועגן קריסטי האט אים אינדערסירט די מאכט א וויץ

דעסענקטעמאניעס איז געווען א גארנישט פאר טראמפ האט אים אינדארסירט
ער איז געווען א 0 עס איז נישט אז ער איז געווען א שטארקע קאנדידאט אין טראמפ האט אים געגעבן א שטיפ
ער איז געווען אין די אדמה טראמפ האט אים אינדעסירט אין שוין דער האט געווינען
א. דו האסט א שארטקאט צו שרייבן דעסענקטעמאניעס?
ב. ער איז געווען א 0 פארדעם? איר האט געזעהן די אנקעטעס פארדעם?
?
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
לכשיפוצו
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2023 3:53 pm

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכשיפוצו »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 5:24 pm
איינער געדענקט נאך ווען קריס קריסטי איז געווען די ערשטע צי אינדארסן טראמפ ווען ער איז געלאפן, אין עם געגעבן א ריזן בוסט, אפשר דארף טראמפ עם גאר שטיצען…
האט נישט טראמפ געהאלפן דיסענטיס ווייל ער האט געהאלטן אז דיסענטיס איז גוט ?
סוי קיין איינעם וועם טראמפ האט געבוסט אלץ פירער פין די פארטי טאר נישט לויפן ? אפשר אויך נישט דיסעגריען ? טראמפ איז דיקטאטור וואס האט עם אריינגעלייגט אין אפיס? אדער געזאגט פאר די וויילער אז ער איז מיט אינז? האט דען נישט דיסענטיס געבעקט טראמפ אלל עלאנג?
טראמפ האט פארלוירן אין ביי נאה איטס ען אפען פיעלד.
שטעל דיך פאר טראמפ לויפט אין פארלירט נאכאמאל אין לויפט נאכאמאל אין פיר יאר ארום מעג אויך דיסענטיס נישט לויפן ?
ניקי העלי אויך נישט ווייל זי איז געווען אמבאסאדאר ?
קריסטי האט גארנישט געברענגט פאר טראמפ, קריסטי איז געווען אינטער 1 פראצענט אין די אנקעטעס ביים פארשליסן זיין קאמפיין (אביסל העכער וויפיל ער איז יעצט), סאו קאם אן אזא אינדארסמענט איז ווערדלאז (אפשר האט עס גאר געשאדט)
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: ראן דיסענטיס, ווי שעמסטו זיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 5:29 pm
קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 5:27 pm
ביסטו צודרייט טראמפ האט געווינען וועגן קריסטי האט אים אינדערסירט די מאכט א וויץ

דעסענקטעמאניעס איז געווען א גארנישט פאר טראמפ האט אים אינדארסירט
ער איז געווען א 0 עס איז נישט אז ער איז געווען א שטארקע קאנדידאט אין טראמפ האט אים געגעבן א שטיפ
ער איז געווען אין די אדמה טראמפ האט אים אינדעסירט אין שוין דער האט געווינען
א. דו האסט א שארטקאט צו שרייבן דעסענקטעמאניעס?
ב. ער איז געווען א 0 פארדעם? איר האט געזעהן די אנקעטעס פארדעם?
0 מיין איך לגבי די טשענסן צו געווינען די פריימערי דעמאלט
עס שטערט דיר ווען איך שרייב דעסענקטעמאניעס
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”