א טרער אויף די אכטע מיליאן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

פאסיג ארויפצוברענגען דא חתם סופר שיר מעון די וואך פ' נשא
אטעטשמענטס
0287_001_Page_12.jpg
0287_001_Page_12.jpg (383.83 KiB) געזען 184 מאל
0287_001_Page_21.jpg
0287_001_Page_21.jpg (364.36 KiB) געזען 184 מאל
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
אוועטאר
איך בין מיט דיר
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 30, 2023 7:44 pm
לאקאציע: אידישע וועלט פארומס

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין מיט דיר »

פייבל שרגא האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 3:56 pm
א טרער אויף די אכטע מיליאן פון די קדושים ביים היטלעריסטישן חורבן.

געשריבן אין די איצטיגע וואכן, ווען עס ווערן אפגעצייכנט די יאהרצייטן פון די קדושים פונעם אונגארישן אידענטום.

אין די וועלט איז פאר א לענגערע צייט געוועהן אנגענומען אז זעקס מיליאן אידישע קרבנות האט דער גרויזאמער דייטשער פאלק פארטיליגט פון אונזער פאלק, ביי די פארשאלטענע וועלט מלחמה.

פיהל היסטאריקער זענען היינט ביי די מיינונג אז דער אמת׳ער ציפער איז נענטער צו זיבן מיליאן. זיבן מיליאן אידישע נפשות. מענער, פרויען און קינדער, זענען דורך די קאלטבלוטיגע מערדער פארוואנדלט געווארן אלס קדושים. הייליגע נשמות וואס זענען געפייניגט געווארן מיט שוידערליכע עינויים און זענען אומגעבראכט געווארן מיט מיתות משונות.

זייער איינציגסטע חטא איז געוועהן אז זיי זענען געוועהן א חלק פון דעם אידישן פאלק. נישט ווייל זיי האבן געשטעלט א געפאהר דעם עקזיסטענץ פונעם דייטשן פאלק, און אויך האבן זיי, מיט זייער שוואכן כח, בכלל נישט באדראעט די מיליטערישע מאכט פונעם דריטן רייך. זיי זענען ארויף מיטן רויעך ווייל די בלוט דארשטיגע חיות טורפות האבן קיין איד נישט געקענט קוקן אין פנים.

איך וויל זיך אבער באציען צו די אכטע מיליאן.

ניין דאס איז נישט קיין טעות הדפות אדער א פליטת פה. אז איר וועט אריינקלערן וועט איהר אויך מיטשטימען אז עס זענען געוועהן פיהל פיהל מער אידישע קרבנות/קדושים, ווי זעקס, זיבן און אפילו אכט מיליאן.

א בחור׳ל דרייט זיך פארלוירן איבער שטעט און לענדער, ער זיכט א פלאץ וואס ער זאל קענען אנרופן א היים. בלויז עטליכע יאהר צוריק האט ער געהאט א טאטע מיט א מאמע, באבעס און זיידעס און געשוויסטער. ביי זיי אין שטוב זענען שטענדיג געוועהן געסט און די שטעטלדיגע אידן פלעגן אויך קומען פארברענגען ביי זייער געשעפט.

די מלחמה האט זיך ערשט געענדיגט, און זיין מיליטערישע איינהייט, ווי ער האט בלית ברירה פארברענגט די לעצטע צוויי יאהר עקזיסטירט מער נישט. ער וואנדערט אהיים צו זיין שטעטל מיט א האפענונג אז ער וועט נאך עפעס טרעפן. ער קומט אן צו זיין שטעטל און טרעפט ״גארנישט״. נישט זיינע עלטערן און נישט קיין געשוויסטער. נישט קיין משפחה און נישט קיין באקאנטע. זייער הויז איז באזעצט מיט פרעמדע גויים און דאס שוהל איז חרוב. ער שפירט ווי ער וועט דאס נישט דורך טראגן.

ניין, היטלער ימ״ש האט אים נישט געהרג׳ט אבער ער איז נישט געבליבן ביים לעבן.

א אידישע משפחה איז געווארן פארטריבן פון זייער שטוב. נאכן זיין אריינגעשטיפט אין בהמה וואגאנען עטליכע טעג אן קיין ברויט און אן א שלינג וואסער אפילו, זענען זיי ענדליך אנגעקומען. אנגעקומען צום גהינום. ביז געציילטע מינוטען זענען די פרוי און אכט קליינע קינדער פארשריבן געווארן אין דעם דיקן קדושים בוך מיט גאז, רויעך און אש. ביז א קורצע וויילע האבן זייערע עלטערן און רוב געשוויסטער אויך מיטגעטיילט דעם זעלבן גורל. אים איז אבער נישט באשערט געוועהן צו נתעלה ווערן במעלת קדושים וטהורים אזוי גיך. דער רשע זעהט אז פון אים קען מען נאך ארויסקוועטשן דאס ביסל חיות אויף א מער פאמעליכן אופן. זיי ווילן ער זאל ארבייטן פאר זיי עבודת פרך, ארויסשלעפן פון אים זיין חיות צוביסלעך. און ערשט דאן, ווען ער וועט שוין זיין ביים שוועל פון טויט, און נישט קענען מער דינען זייערע אינטערעסן, וועלן זיי אים אויך פארוואנדלען אין א קדוש.

זייער פלאן האט געארבייט, כמעט אינגאנצען. זיי האבן אים צוגענומען אלעס וואס ער האט פארמאגט, אבער זיין לעבן האבן זיי אים נישט עספיעט ציצונעמען. זיי האבן געליטן זייער מפלה ווען ער האט נאך א טראפקעלע חיות געהאט אין זיך. ער איז געוועהן הויט און ביין, אויסגעזעהן ווי ער באלאנגט אין קבר. אויסגעמאגערט, אן קיין צורת אנושי און ביים שוועל פון טויט. אבער פארט האט ער דעם שוועל נאך נישט אריבערגעטרויטן. זיין הארץ האט נאך געקלאפט. געקלאפט האט עס טאקע שטיל און שוואך, אבער עס האט נאך געקלאפט.

ער איז פערציג יאהר, זיין בכור איז שוין נאך די בר מצוה, און איצט איז ער געבליבן מיט גארנישט. נישט קיין עלטערן, נישט קיין פרוי און ער איז נישט געבליבן מיט קיין איין איינציג קינד. פון זיינע אכט לעכטיגע, פרייליכע, הייליגע קינדער איז ער היינט א קינדערלאזער שאטן.

ער איז קינדערלאז, אן אלמן און א פרישער קיילעכיגער יתום.

ער דרייט זיך פון איין ארט צום צווייטן און זיכט א מקום מנוחה. א מקום מנוחה? איז אפילו שייך אזאנס פאר איינעם אין זיין מצב? די געשטאלטן פון זיינע קינדער קומט אים איינס ביי איינס כסדר ארויף אויפן געדאנק. דאס קליין פיצלס, קוים דריי חדשים אלט. דאס שמייכעלע באלייכט די גאנצע שטוב. זיין הארץ איז צושמעטערט, ער קען נישט דערטראגן די פיין. ער פיהלט ווי דער דייטש האט אים איצט געלעכערט זיין הארץ מיט צאללאזע קוילן. ער דערמאנט זיך ווי זיין זון קומט אהיים מיט א שיינענדיגן געזיכט, ווייל זיין מלמד האט געזאגט אז ער האט צוגעטראפן א קשיא פון תוספות. זיין געוויסן ווייזט אים איצט בילדער פון די אלע קינדער, ווי זיי קלאמערן זיך אויף די מאמע׳ס שויס מיט א געשטיקטן געוויין, א געוויין אן קיין קול, ווייל דאס גאז שטיקט זיי און זיי קענען נישט אטעמען. ווידער שפירט ער ווי מען שטעכט אים מיט שפיזן איינמאל און נאכאמאל.

זיינע חשוב׳ע עלטערן, די קרוין פון זיין קאפ. פון די שענסטע אידן אין שטאט. זיין פאטער, אזוי חשוב און דערהויבן. זיין מוטער, אוי, זיין טייערע מוטער. זיי האבן שוין דערגרייכט די עלטערע יאהרן און זיך געלעבט באשיידן און צופרידן. דער רשע האט אבער קיין נוצן נישט געהאט פון זיי. ער האט זיי גלייך געשיקט אויף לינקס און מיט די פלאמען זענען זיי ארויף לחסות תחת כנפי השכינה.

זיין מח קען דאס נישט אלעס באגרייפן אויף איינמאהל. זיינע אויגן זענען טיעף פארזינקען אין זייערע לעכער און קוקן ארום אן א באשטימטע ציהל. די וועלט איז אים פינסטער. מען ווייסט אז לאזן אפאר טרערן טוט אויסוואשן א נשמה, און עס מאכט לייכטער אויפן געוויסן. טרערן קען אבער נאר קומען פון לעבעדיגע אויגן, און לעבעדיגע אויגן געפינט זיך בלויז ביי לעבעדיגע מענטשן. ער פיהלט נישט אז ער איז נאך בין החיים.

ער איז היינט דערהרג׳ט געווארן צענדליגער מאהל. ער שטייט טאקע מיט צוויי פיס אויף די בלוטיגע וועלט, אבער ער איז א נהרג על קידוש השם. פאר די פארבליבענע פופציג יאהר פון זיין לעבן ווערט ער הונדערטער מאהל א טאג א קדוש. זיין אייגענעם נאמען קען אליינס אנפילן גאנצע יזכור ביכער, און פארשריבן ווערן טויזענטער מאהל צווישן די קדושים וטהורים וואס זענען געגאנגען באש ובמים על קדושת השם.

א מיידל א יתומה, בלויז עטליכע אין די צוואנציג און שוין אזויפיהל געליטן. אין די ביטערע טעג האט זי זיך געהאלטן מיט איהר עלטערע שוועסטער ווילאנג עס איז מעגליך געוועהן. אין שטוב איז זי געוועהן די עלטערע און נאטורליך די מער געלונגענע. דא אין לאגער איז זי אבער נישט ביי די כוחות. זי איז אנגעשטעקט מיט א קראנקהייט און זי ווערט ווי א טאג אלץ שוואכער. די יונגערע שוועסטער טיילט מיט איהרע מאגערע שטיקל ברויט. אפשר אזוי וועט איהר געזונט זיך צוביסלעך צוריק קערן. דאס האט אבער נישט געהאלפן, און איהר טייערע שוועסטער האט זיך אנגעשלאסן מיט די מיליאנען קדושים און פארמאכט די אויגן אויף שטענדיג. זי איז געבליבן איינע אליין.

נאך די קריג, האט מען איהר פארשדכן׳ט מיט דעם אלמן וואס האט אויך פארלוירן זיין משפחה. ער איז צוואנציג יאהר עלטער פון איהר, און בלויז געציילטע משפחה מיטגלידער און באקאנטע באטייליגן זיך ביי די טרויעריגע חתונה. זיי פרובירן אינאיינעם צוריק אויפשטעלן וואס איז צוזאמענגעפאלן.

זיי רעדן קיינמאל נישט פון וואס איז אדורך אויף זיי און וואס זיי האבן פארלוירן. זיי בויען א נייע שטוב און א נייע דור. זי ווייסט אז זיין פיין און טרויער ווערט נישט פארגעסן. זי זעהט דאס אין זיינע אויגן. זי וועט אבער אויף קיין שום פאל נישט פרובירן אים מאכן רעדן דערפון. ער ווייסט אויך אז זי באהאלט איהר טרויער טיעף אינעווייניג, אבער ער איז אויך נישט אומשטאנד צו עפענען איהרע אומפארהיילטע און אומהיילבארע וואונדן.

אין איינע פון די יאהרצייט טעג פון זיינע אומפארגעסליכע געליבטע האט זי אים באמערקט זיצן ביים טיש זייער פארקלערט. זי זעהט א טרער זיך ארויסגנב׳ן פון זיין אויג. פאר א סעקונדע האט ער פארגעסן זיינע געפיהלן צו דערשטיקן. עס איז דאס ערשטע מאהל וואס זי זעהט אים אזוי. זי קלערט מיט ווייטאג. אויף וועמען וויינט ער, אויף זיינע קליינע קינדער? זיינע עלטערן און געשוויסטער? אדער אפשר קלאגט ער גאר אויף זיין אשת נעורים. ער כאפט זיך ווי ער איז, און ווי א נביא פארשטייט ער איהרע געפיהלן. ער פארווישט געשווינד דאס אנטלויפענדן טרער, און אן א ווארט לויפט אין ביהמ״ד.

זייער פיין איז נישט קיין אלטע, און די וואונדן זענען נאך פריש. אפילו נאך צענדליגער יאהרן קומען די קאשמארן שטענדיג ארויף. זיי זענען נאך אלץ פרישע קרבנות פון דעם חורבן. זיי זענען נישט געווארן באפרייט. די וועלט פייערט יערליך א נצחון טאג, אבער ביי זיי האט די מלחמה זיך נאכנישט געענדעגט. זיי ליידן נאך די צרות ביז היינט.

עס איז זייער מעגליך אז ער האט יא געוואלט זיך אויסוויינען, און ארויסרעדן זיינע ליידן. אפילו זיין צושפליטערטע נשמה לעכצט אויך נאך אביסל מנוחה. אבער ווי זאל ער גיין, צו וועמען זאל ער זיך ווענדן. זאל ער זיך אויסרעדן צו א גוטן פריינד? אלע זיינע חברים האבן דעם זעלבן גורל מיטגעטיילט, זיי באהאלטן אויך זייערע שלאפלאזע נעכט און פיינפולע חלומות. דער מנהיג פון זיין קהילה האט אויך עטליכע קינדער איבערגעלאזט אויף די פון בלוט דורכגעווייקטע ערד. זאל ער גיין צו א קבר און זיך אויסוויינען ביים קאלטן שטיין? ביי וועמענס קבר?? נישט נאר זענען זיי מער נישט דא, עס איז קיין זכר פון זיי געבליבן. קיין קבר און קיין מצבה. קיין מקום ווי צו צינדן א ליכטל אדער לאזן א טרער. די איינציגסטע פלאץ ווי זיי עקזיסטירן איז ביי אים אין הארץ. ער וועט אויף קיין שום פאל זיי נישט לאזן פארלוירן ווערן אויך פון דארט.

זייער באשלוס זיך צו האלטן שטארק מיט זייער אמונה איז די איינציגסטע זאך וואס גיבט זיי א נחמה. זיי ווייסן אז הקב״ה ווייסט זייערע ליידן און ער פארגעסט נישט. זיי ווייסן פון אנדערע, וואס חוץ זייער גוף, האבן זיי אויך זייער נשמה געלאזט שטארבן. די יעניגע פלאגן זיך נעבעך מיט א פיהל שווערערן פעקל. ווייל זיי נוצן אויס זייערע יסורים צו פרעגן פראגן און האבן טענות און פארווארפן. דאס באפרידיגט זיי נישט און גיבט זיי נישט זייער אזוי געגארטע נחמה.

זיי ווערן עלטער און זייערע נייע דורות וואקסן אינטער. די נייע דורות איז עפעס וואס שיינט אריין אביסל לעכטיגקייט און באלייכט זייער פינסטערניש. אין ביהמ״ד ווערן זיי פאררעכנט ווי די נערוועזע אידן, און דער יונגער דור שטייט אביסל ווייט. אפילו די אייגענע קינדער פארשטייען נישט אינגאנצן וואס דריקט זייערע עלטערן. ווען מען זאגט שוין יא אויף זיי אז זיי זענען ״מלחמה געליטענע״ איז דאס אפשר נאר אן אויסדריק זיי צו באצייכענען ווי אנגעצויגענע און אלטמאדישע לייט. עס וועט נאך נעמען א לאנגע צייט ביז ווען מען וועט אפילו פרובירן צו באגרייפן וואס די דאזיגע אידן זענען אדורך.

זיי ווייסן אז די איינציגע וועג צו ענדליך באזיגן דעם שונא איז טאקע דאס. נישט צו באלעסטיגן דעם נייעם דור מיט זייערע ליידן. באהאלטן און פארשטעקן דעם עבר, און בויען פון דאסניי. אפילו זיי אליינס ווערן פאררעכנט פון די קדושים, טאר מען אבער נישט לאזן אז די קריג זאל אומברענגען די צוקומפטיגע דורות אויך. זיי וועלן זייערע ליידן און זכרונות אין קבר מיטנעמען, און אויף די נייע דורות וועלן די רשעים קיין שליטה נישט האבן.
שכויאך, זייער שיין ארויסגעברענגט...
לאז נישט די וועלט טוישן דיין שמייכל,
נוץ דיין שמייכל צו טוישן די וועלט.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
הערליך הערליך! האסט גאר א געלונגענעם נאטורליכן פעדער. גאר שטארק הנאה געהאט.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
איך נוץ מיין JELLY
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך נוץ מיין JELLY »

אה''ו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 7:10 pm
;l;p- ;l;p- ;l;p-
הערליך הערליך! האסט גאר א געלונגענעם נאטורליכן פעדער. גאר שטארק הנאה געהאט.
גא"מ ;l;p- ;l;p-
קיינערניש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 31, 2023 12:48 pm

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינערניש »

ואוו ואוו זייער שיין ארויסגעברענגט, לעבן אויף קידוש השם.
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלף
תגובות: 1939
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע: אויפן ברוקלין ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

:cry: :cry: :cry: :-e;/ :-e;/ :-e;/
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”