איך האב נישט קיין איין אמת'דיגע חבר

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע: ביים חצות מנין

Re: איך האב נישט קיין איין אמת'דיגע חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

והיא שעמדה האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 12:09 pm
תורה לשמה.. היינט איז די ראפשיצע רב'ס יארצייט זי"ע
למען האמת: כ'האב עס געשריבן אינטערן איינפלוס פונעם יארצייט...
ביידעוועי: ער האט אויך געהאט צוטון מיט א חבר...
זיין יוגנט פריינט האט אים געפרעגט: אונז זענען דאך אויפגעוואקסן אינאיינעם, ווי אזוי איז פון דיר אויפגעוואקסן דאס ווואס איז אויסגעוואקסן משא"כ איך?
האט ער גענטפערט אז די תשובה ליגט אינעם גלעזל ברוינפן...
דו קומסט פון א פשוטע שטוב, און נאך א לערנען עטליכע שעה און א דאווענען מיט א פלאקער, האסטו געשפירט אז עס קומט דיר דעם גלעזל ברוינפן
משא"כ איך ביים טרונקען דעם גלעזל ברוינפן האב איך געטראכט פון מיינע הייליגע אבות און ווי אזוי קוק איך נעבעך אויס... עס איז געווען אן אנדערע סארט טרונק...
-------------------
צוריק צום סאבדזשעקט...
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: איך האב נישט קיין איין אמת'דיגע חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

כמיין סאיז כדאי צו צונעמען און צוטיילען פארוואס זוכט מען אן ''אמת'דיגע'' חבר? סקוקט אויס ווי מען פארמאגט גענוג און נאך חברים און מען זוכט נאך אן אמת'דיגע? איינער האט שוין דא ערווענט אז ווען זיין חבר האט אוועקגעמופט האט זיך געסטאפט די קשר האט ער פארשטאנען אז סאיז נישט קיין אמת'דיגע קשר, דא דרייט זיך ארום אן היפשע עולם וואס סאיז משמע אז זיי זענען שוין טיף אריין אינעם פארהייראטן לעבן און זיי פילען זיך עפעס עלענד,
א שטארקע פאקטאר -טענה'ט דא איינער- איז טעכנעלאגיע, אמת אבער פון די אנדערע זייט איז אויך זייער איינגעגעסן די בלוטוט אין די שמועסן אויפן טעלעפאן נו אפשר גלייכט זיך עס אויס?

כמיין אז די מנינים פעקטעריס שפילען אביסעל א ראלע, אויב איינער פילט די עלענדע געפיל זאל ער זיך זיכען א קלענערע ביהמ''ד אזוי אז ער שטויסט זיך אן טאג טעגליך אין א קליינע ביהמ''ד מיט די זעלבע מענטשען איז דא מער שאנסען צו מאכן א קשר אזוי טראכט איך
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

Re: איך האב נישט קיין איין אמת'דיגע חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

בעניני חברים:

עיין פיה"מ להר"ם וקנה לך חבר.
עיי"ש רבינו יונה.
עיין במחר הפנינים: שער החברים, שער האוהבים: שער בחינת האוהבים.

וכן יש מאמר וקנה לך חבר בספר נתיבות שלום {סלונים - חסידות כמדומני בח"ב}
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: איך האב נישט קיין איין אמת'דיגע חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

אמת'ע אמונה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:25 am
מי אדיר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:33 am
עס זענען פאראן מענטשן וואס דארפן א אמת'דיגן גוטן חבר וועמען מען זאל קענען מגלה זיין מצפונות לבו אן ווערן אראפגעקוקט אדער געדזשאדזשד.
רוב מענטשן זענען נישט אזוי. אדער דארפן זיי נישט אזא טיפן חבר אדער קענען זיי נישט זיין אזוי אקצעפטירנד און נישט דזשאדזשן יענעם אויב זאכן זענען "פאני".
.........................
ער איז זייער deep, און ער זוכט א אח לדעה. מיט וועמען אויסצושמועסן נושאים וואס נאגט אין הארץ, זאכן וואס ער שעמט זיך דערמיט און פאר רוב מענטשן איז עס מלבא לפומא לא גליא. (א גוטע משל איז אזא קראש אשכול וואס האט איינגענומען אייוועלט אין די לעצטע טעג. שטעל דיר פאר דו ליידסט דערפון, און דו האסט א געטרייער חבר וואס הערט דיר אויס, פרובירט דיר צו פארשטיין, און קוקט בכלל נישט אראפ, אפילו אויב ער פארשטייט נישט דעם נסיון.)
.......................
א ווייב איז באמת נישט געמאכט פאר אזא סארט חברותא'שאפט, כאטש עס זענען מסתמא פאראן געציילטע פרויען וואס זענען יא אזוי אפן און אקצעפטירנד, און קוקן נישט אראפ זייערע מענער אפילו זיי הערן מאדנע זאכן, אבער ס'רוב פרויען ווילן דאס אפילו נישט הערן, ואשה בכל אלה לא מצאתי. אדער זענען זיי נישט גענוג טיף, אדער ווילן זיי שעצן זייער מאן און אזעלכע שמועסן קען שטערן די הערצה. מען מוז זיין נעקסט לעוועל נאן-דזשאדזשמענטל צו קענען הערן אלע פריוואטע ענינים און אפילו פחדים פון א מאן און נאך אלץ אים ארויפקוקן אלץ דער משפיע.

ועל כגון דא אמר החכם, ווער עס פארשטייט פארשטייט...
כבוד הרב מי אדיר,

איר האט זייער גוט ארויסגעברענגט וואס עס מיינט צו זיין א נאנטע חבר און ס'איז אויך אמת וואס איר זאגט אז ס'איז דא ווייניג פרויען וואס וועלן דאס קענען זיין, אבער דער אמת'ער אמת איז, אז ס'איז א שאלה אויב ס'איז יא דא חברים וואס קענען דאס באווייזן.

איך קען איינער פערזענליך וואס איז אריבער געגאנגען א שוועריקייט, און זיינע "נאנטע" חברים האבן עם איבערגעלאזט ווי א מצורע, און נאר לכבוד דאס וואס ער האט געהאט א גוטע שלום בית, איז ער עס אריבער, און אויפגעשטעלט א משפּחה לשם ולתפארת! א גוטע ווייב איז דא פאר אייביג! א גוטער חבר אפשר…

אפשר דארף מען אױך האבן א מענטאר אדער א מורה דרך. אבער מ'דארף פראבירן צו מאכן די אייגענע ווייב פאר די נאנסטע, אויב דאס וועט געלונגען, דארף מען שוין גארנישט האבן, ווייל מ'קומט אן צו א צופרידנקייט און שלוות הנפש וואס מ'קען ניטאמאל אראפ מאלן אופן פאפיר!
כבוד הרב אמת'ע אמונה,
די מעשה קען זיין 100% אמת,
אבער מיטדעםאלעם איז דא צוויי מיני נאנטקייט, אנדערע סארט קשר, אזויווי הרב מי אדיר האט ארויסגעברענגט,
סאו, יא!
ארבעט צו האבן א גוטע קשר מיט די ב"ב , די סארט וואס איז געזונט צו האבן אין שטוב, און דאס וועט זיין א שטארקע הילף אחן לעבן בעז"ה.
און קנה לך חבר, גיי האנדל איין א חבר, א סארט וואס איז גוט צו האבן אינדרויסן פון שטוב.

אזוי ווי הרב טשעירמאן האט ארויסגעברענגט
זיי זענען צוויי מיני זאכן, מיט צוויי אנדערע בענעפיטן!
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
צײטען
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 2:09 pm

Re: איך האב נישט קיין איין אמת'דיגע חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צײטען »

װאס הײסט א גוטע חבר. ער איז נאר דײן חבר װײל ער בּאקומט עפּעס פין דיר .די רגע ער פילט ער בּאקומט עפּעס בּעסער פין א צװײטען' װערט ער אױס דײן בּעסטע חבר
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: איך האב נישט קיין איין אמת'דיגע חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

פאר אינפארמעישאן פורפעסעס.. איז דא איינער ר' פנחס לערנער און עדווערטייזטאז ער גיבט בשבילי הלב קורסעס, און די הקדמה זגאט ער אז ער טוט אויך ארויס העלפען די געפיל פון לאונלענס, מען פילט זיך ווי מען לעבט אליין אויף די וועלט
אגב איינער ווייסט מער אינפאו ועגן די קאורס? איז עס ווערט וכדו'? מען דערט דא ערגעץ וועגן די קורס?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
או אינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 8:05 pm

Re: איך האב נישט קיין איין אמת'דיגע חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך או אינו »

Amazing האט געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2023 1:53 pm
געהערט אמאל פון א קלוגע איד אז עס נישטא אזא זאך ווי א גוטע חבר נאר די אייגענע ווייב און מענטשען דארפן האבן די שכל נישט ווערן פארבלענט פון חברים און פארקוקען אויף די ווייב
א ווייב איז נישט א חבר.
פרעגט די הייליגער רש"י או אינו?

דיסקלעימער! איך פרעג ווייל איך וויל וויסן

או אינו האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:08 pm

און אגב, איז דאס פון די גרויסע פראבלעמען היינט, ווייל דאס איז א טעות אינעם יסוד וואס דער עולם האט היינט
פרעגט די הייליגער רש"י או אינו?

דיסקלעימער! איך פרעג ווייל איך וויל וויסן
אוועטאר
פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:21 pm

Re: איך האב נישט קיין איין אמת'דיגע חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין »

צײטען האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:21 am
װאס הײסט א גוטע חבר. ער איז נאר דײן חבר װײל ער בּאקומט עפּעס פין דיר .די רגע ער פילט ער בּאקומט עפּעס בּעסער פין א צװײטען' װערט ער אױס דײן בּעסטע חבר
נו... איינער האט א הסבר אויף דעם?
אז דו פארשטייסט נישט יענעם, כאטש האלט אייך ס'מויל.
--
דאס לעבן איז אסאך גרינגער ווען מ'פארשטייט א צווייטן. מ'פארשפאָרט זיך אסאך!
פלטרין של מלך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2023 2:00 pm

Re: איך האב נישט קיין איין אמת'דיגע חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטרין של מלך »

פארשטיין האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:43 pm
צײטען האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:21 am
װאס הײסט א גוטע חבר. ער איז נאר דײן חבר װײל ער בּאקומט עפּעס פין דיר .די רגע ער פילט ער בּאקומט עפּעס בּעסער פין א צװײטען' װערט ער אױס דײן בּעסטע חבר
נו... איינער האט א הסבר אויף דעם?
אזא איינער איז נישט "מיין בעסטע חבר", נאר "זיין אייגענע בעסטער חבר"...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: איך האב נישט קיין איין אמת'דיגע חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אויב דו פאדערסט פון דיין חבר אז ער זאל זיך מקריב זיין פאר דיר, דעמאלט ביסטו נישט קיין חבר פאר אים. דו ביסט א שוחט און דו זוכסט פשוט א קרבן...
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: איך האב נישט קיין איין אמת'דיגע חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

צײטען האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:21 am
װאס הײסט א גוטע חבר. ער איז נאר דײן חבר װײל ער בּאקומט עפּעס פין דיר .די רגע ער פילט ער בּאקומט עפּעס בּעסער פין א צװײטען' װערט ער אױס דײן בּעסטע חבר
אוי ווי גוט דו זאגסט. האמיר געהאט אזא 'בעסטע חבר'. דאס איז דער גיהנום אויף דער וועלט. סיי בשעת'ן זיין חברים, און נאכמער די סעפערשען אזוי צו זאגן.

פאר קיין שום איד נישט געווינטשן.
רצונינו לעשות רצוניך.
יוד
שר האלף
תגובות: 1463
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: איך האב נישט קיין איין אמת'דיגע חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

או אינו האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:09 pm
או אינו האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:08 pm
Amazing האט געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2023 1:53 pm
געהערט אמאל פון א קלוגע איד אז עס נישטא אזא זאך ווי א גוטע חבר נאר די אייגענע ווייב און מענטשען דארפן האבן די שכל נישט ווערן פארבלענט פון חברים און פארקוקען אויף די ווייב
א ווייב איז נישט א חבר.
און אגב, איז דאס פון די גרויסע פראבלעמען היינט, ווייל דאס איז א טעות אינעם יסוד וואס דער עולם האט היינט

עטס זענס גערעכט א ווייב איז נישט קיין חבר זי איז א חבר'טע...

מ'בעהט אין מ'ווינטשט ביי שבע ברכות אז די זוג זאל האבן אהבה ואחוה ושלום ו"רעות" וואס דאס איז חבר'שאפט!

יא אמת מ'זאגט אן פאר די חתונה דיין ווייב איז נישט דיין חבר-פון ישיבה, וואס דאס איז אמת, אזויווי ס'איז אויך אמת אז א ווייב איז נישט קיין בחור...
אבער נישט דעס איז דא די נושא!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: איך האב נישט קיין איין אמת'דיגע חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

דאס איז זיכער אז ס'מוז זיין א קשר, אבער אפילו ביים שוואכסטן שלום בית, איז עס מער פנימיות'דיג ווי אן אויבנאויפיגע חברותא'שאפט, און וועגן דעם איז אויך דא דערביי מער קאנטראל-רייבעריי.

און ממילא דארף עס נישט זיין קיין סתירה צו קיין חברותא'שאפט, מ'דארף אבער אכטונג געבן אז ס'זאלן זיך נישט בפועל שאפן קיינע סתירות. דאס ווייב איז ערשט! און אויב דו האסט אן אישו מיט איר, איז נישט דער חבר קיין אדרעס!!
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: איך האב נישט קיין איין אמת'דיגע חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

צ"ק

איך קען זיין דיין אמתע חבר
מיין מאמע האט מיר אבער אויסגעלערנט זיך נישט צו חבר'ן מיט מענטשן וואס איך ווייס נישט ווער זיי זענען...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”