אקדמות.

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

אקדמות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

אקדמות מילין..... ושריות שותא.

די הייליגע אקדמות, וואס מען האט געליינט מיט ציטער און פארכט, יעצט צוויי טאג צוריק, יעדער, בכל מקום שהי', סהאט געפלאמט! סהאט געקאכט! די הארץ רוישט נאך.

קודם די חרוזים, ווי מען דערציילט די גרויסקייט פון מרי שמיא, לא סיפק פרישותא סאיז נישט מעגליך מסביר צוזיין, אפילו ווען די זאלסט אנהייבן שרייבן אויף הימלען מיט ביימער, איז נישט שייך צו באשרייבן, ווער און וואס איז מרי שמיא, נאכדעם גייט עס א טריט ווייטער, אויכט העכער אונזער השגות, צו די מלאכים, ווי אזוי זיי גיבן כבוד פארן מלך מלכי המלכים.

און דערנאך נעמט מען זיך צו אונזערע ביינער, יא! דו אידל! וואס דו דאווענסט דריי מאל א טאג, די מעגסט זאגן קדוש דריי מאל יעדן טאג, די ביסט גרויס, די לייגסט תפילין, דו מעגסט און קענסט דאווענען דריי מאל א טאג, די ביסט גרעסער פון די מלאכים.

און נאכדעם נעמט מען זיך צום שאלת העמים ווי זיי וואונדערן זיך וואס גייט פאר מיט ענק מישט ענק אויס מיט אונז אבער שטייפערהייט ענטפערט מען זיי אונז פלאגן זיך טאקע אבער סווארט אונז אפ סאך א גרעסערע שכר וואס סאיז אומבאגרייפבאר קעגן די נארישע צייטווייליגע הנאות וואס די וועלט שטעלט פאר מיט זיך.

די אקדמות איז די מנהג צוזאגן טאקע ווען מען איז ברום המעלה, נאכן אויף זיין א גאנצע נאכט,און פארן קריאה פון קבלת התורה, דעמאלטס איז געמאכט עס צוהערן און זאגן, אבער היינטיגע צייטן אין יאר 2023 דארף אונז דאס באגלייטן יעדן טאג, טאג נאך טאג, מינוט נאך מינוט, און דאס איז מוראדיג א שטארקע חיזוק, מען זאגט עס טאקע שבועות ווייל דעמאלטס אין אזא געהויבענע צייט גייט עס אונז לייכטער אריין אין די ביינער.

אבער יעצט ווען מען גייט צוריק, איש על כרמו ואיש על זיתו, קלינגט נאך אין די אויערען די זיסע אקדמות ניגון, און ווען נאך ווי יעצט ווען סאיז אזוי גילטיג די פראגע פון די גויים יקרא ויאה את אין תערבי למרוותא מיט די אלע היינטיגע נסיונות און די גאס איז ליידער אזוי ציענד איז די אור אלטע לעכטיגע תירוץ סאך שטערקער און גילטיג ווי סיי ווען, זאל עס זיין .A.I, זאל עס זיין סיי וואספארא טעכנאלאגיע, זאל עס זיין סיי וואספארא נסיון, גארנישט אבער גארנישט קומט נישט צו צו א שטיקלע לויתן מיט גלאז וויין פון בראשית אונעם סוכה צווישן די צדיקים.
סווארט אונז א לעכטיגע צוקומפט וואס ווערט געבויעט דייקא פון אונזערע נסיונות.
לפומיה דעבידתא עבידן מטללתא.....
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
טראגער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראגער »

יא יא, א געוואלדיגע צוזאמשטעל די אקדמות מיט די חיזוק פאר ניסיונות, ווען מען דערמאנט זיך די שכר וואס עס ווארט אונז אפ פארן זיך שטארקן אין די גרויסקייט פון באשעפער פאר וועם אונז שטארקן זיך
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”