פון די בוטשער'ס טישל.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

פון די בוטשער'ס טישל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

ר' אלחנן איז אין א געיעג,
די זייגער צייגט שוין אויף צען צי אכט, אין אלחנן מוז זיין צייטליך! נישט דא קיין צווייטע אפציע, פין זיין פינף אין דרייסיג יאריגע קאריע קען ער ציילן אויפן פינגער ווי סאך מאל ער האט פארשפעטיגט,
א טיפישע יעקע,
א נערוועזער קלעטערט ער ארויף די טרעפ וואס פירט צום סאבוועי פלאטפארמע,
אנטשילדיגט, זאגט ער צום עלטערן פרוי וועלעכע ער האט שיעור נישט אומגעווארפן, איך יאג מיר, אין ער לויפט גלייך ווייטער,
א פארסאפעטער קומט ער אן אויבן, פארשטייט זיך אז פונקט היינט איז די עמ טי עי קארטל אויסגעלאפן פון פאנדינג, ער לויפט צו צום מאשין מיט אן זיך צו רעכענען מיט די לאנגע ליניע פון מענטשן וועלעכע ווארטן דארט, ער האט זיך נישט צוטוהן געמאכט פון זייער כעס'גע בליקן,
נו ווי איז שוין די באן? ער האלט אין איין קוקן אויף זיין זייגער וועלעכע גאלאפירט מיט אן קיין אפשטעל,
דיקע טראפן שווייס רעגנען אראפ פון זיין פארקנייטשטע שטערן, אין קול ואין טרעין.
נווו...
ער בליקט מיט פרעשור אויף זיין צוביסענעם האנט זייגער, עיט או טאא, שרייט די זייגער מיט חוצפה,
אלחנן האט שיעור נישט געכאפט א הארץ אטאקע,
אה, עפעס הערט ער שוין פון די ווייטענס, ער שלעפט זיך צו צום עק פון די פלאטפארמע אין בייגט זיך איבער צו זעהן אויב ער זעהט שוין די באן,
נאפס, ער זעהט נישט גארנישט, ער בייגט זיך איבער נאך מער, אפשר אזוי וועט די באן אנקומען,
נאדא,
נאך אביסל
ניקס,
נאך א טראפ,
אין דאן האט עס פארסירט, זייענדיג פארנומען צו קוקן צום נישט געשטויגענער באן האט ער זיך איבערגעבויגן אביסל צו סאך, נאר א טראפ.
ער האט פארלוירען זיין באלאנס...
הההעעעלללףףף.... האט זיך געהערט אלחנן'ס טויט דערשראקענע שטומע פון צווישן די שינעס אין האט אפגעהילכט איבער די גאנצע סטאנציע,

אין נאר אין יעצט האט זיך דערהערט די גערויש פון די אונקומענדע באן.

טאקאם טאקאם, די באן גאלאפירט מיט אימפעט מיט אן צו וויסן איבער די מענטשליכע קערפער וואס ליגט אויפן שינעס,
סטאפ!!! האבן די פארזאמעלטע געשריגן מיט ציטער צום אונקומענדע באן, אבער דעם אייזערנעם געביין רוקט זיך פאראויס מיט אן קיין פלאן צו קומען צו א אפשטעל.
אין די באן קומט נענטער
אין נאך נענטער, יעצט איז עס שוין נישט מער ווי צווי הונדרעט פיס אוועק פון דעם הילפלאזע אלחנן, די פארזאמעלטע האבן זיך ארומגעדרייעט אין פארשטאפט די אויערן נישט צו מיטהאלטן די טראגישע געשעהניש.
הונדרעט פופציג פיס...
אלחנן שעפשעט ווידוי, זיינע געפיעלן זענען ווי געלעהמט, זיינע הענט אויף די אויגן, אין זיין נשמה איז שוין נישט מיט אים...
הונדרעט צוואנציג פיס, די טראגעדיע זעהט שוין אויס צו זיין אימפארמיידבאר,
אבער דאן,
פון צווישן די המון לויפט ארויס א פערזאן, ער לויפט מיט א שנעלקייט אין ריכטונג פון די שינעס,
טאנץ.
דער שווארצע ארבעטער שפרינגט צו צו אלחנן, אין מיט א פלינקע מאנאוווערע שלעפט ער אריין אלחנן טיפער אין די שינעס, ער האלט אראפ זיין קאפ,
אין דער באן איז אונגעקומען,
אין די באן איז אוועקגעפארן,

א טראומעטעזירטע שטעלט זיך אלחנן אויף, אין צוזאמען מיט אים שטעלט זיך אויף זיין רעטער, זייער פענימער זענען פעך שווארץ ( אוקעי די שווארצע איז אייביג געוועהן שווארץ)
אבער גאנץ!!! אן א פעלער,,, די מענטש האט אים געשלעפט צו די פלאץ ווי די באן איז אביסל העכער, אין שינעס אביסל טיפער, אין אזוי ארום פארמיטן א צוזאמשטויס.

ס'טוט זיך א געלויפאכטץ, פאליציי, פאראמעדיקס, אויספארשער אין א גאנצע ארמיי פון רעפארטער,
וואס האט דיר באוואיגן צו נעמען די ריזיקאלישע שריט,אין אריינטאנצן אינפארענט פון א פארנדע באן צו ראטעעווען א פרעמדע מענטש וועמען די קענסט ניטאמאל?
פרעגט דער גויעשע רעפארטער פון די שווארצן העלד,
כ'וועל דיר זאגן די אמת, כ'האב געוויסט אז טאמער דער איד וועט ווערן דערהרג'עט וועט מען אפשטעלן די גאנצע סטאנציע, אין מען וועט מאכן גאנצנ'טע אויספארשונגען,
אין איך האב זיך זייער געיאגט צו מיין דשאב, פארענדיגט דער קליינער קאפ מיט א ערענסנקייט
קאמענטארן זענען איבריג,
ער האט זיך מוסר נפש געוועהן, זיך איינגעשטעלט זיין אייגן לעבן, ער וואלט געקענט צופיצלט ווערן! אבער נישט צו ראטעווען א מענטש, נאפס, דאס איז נישט וויכטיג גענוג,
אויך נישט פאר די כבוד, טראצדעם וואס ביי אונז אידן איז כבוד נישט אזא ארטיקל, אבער אין די אלגעמיינע וועלט איז עס א גאנגבארע זאך צו איינשטעלן די לעבן פאר אטענטשען, אבער ניין, נישט פארדעם אויך נישט,
נאר פארוואס יא???
ווייל ער גייט זיין שפעט צו די ארבעט...

די מעשה האט וואורקליך פארסירט, אבער די מוסר השכל איז אייזן, ווי סאך מאל טוהן אונז גוטע זאכן, מצות אין מעשים טובים וואס זייער ווערט איז אימשאצבאר!!!
אבער די סיבה פארוואס מיר טוהן עס איז פאר נערישע סיבות? ווי למשל,
מען גיבט צדקה,
פאר אביסל כבוד
מען טוט מצות
פאר אביסל פעער פרעשור
איז דעיס נישט משוגע?????????????
הצלחה מרובה
לעצט פארראכטן דורך בוטשער אום מאנטאג אפריל 03, 2023 3:06 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
מעקלער
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 3:56 pm

Re: פון די בוטשער'ס טישל,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעקלער »

ווי למשל,
די שרייבסט אויף אייוועלט פאר אביסל לייקס
וויצן אין א זייט געלייגט, זייער שיין געשריבן!
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

זעלזאטניק תקמ''ט לפ''ק

א אונגעצויגענע שטימונג הערשט אין די אידישע קווארטעל,
ס'איז שוין היפש נאנט צו יום טוב פסח, אין אזווי די גלח אין שטעטל איז דאך באוויסט אלטס א וויסטער שונא ישראל, ווייסן שוין די אידן וואס מען האט צו ערווארטן,
טאטי, פרעגט מאיר'ל מיט תמימות, פארוואס זענען אלע אידן אזוי דערשראקן אין אונגעצויגן? פסח איז דאך א יום טוב אין מ'דארף זיין פרייליך,
אוי מיין מאיר'ל, הלוואי ווען די ביסט גערעכט, זאגט ר' קלמן מיט קענטליכע ווייטאג, אבער וואס זאלן מיר טוהן אז מיר זענען נעבך אין גלות צווישן די שלעכטע גוים,. פירט ער אויס מיט א קרעכץ,

ביום ההוא יהי' ה' אחד ושמו אחד, האט די בעל תפילה צוגע'ענדיגט,
די דריי קלאפעס אויפן באלעמער האט געצויגן יעדעמ'ס אויפמערקזאמקייט, די שמש ר' מעכל איז געשטאנען אין צענטער פון בית מדרש מיט א ערנסטע געזיכט,
אככהעמממ, האט ער אויסגעקלארט זיין שטומע,
אזווי מיר שטייען דא ערב פסח, אין מיר אלע געדענקען נאך וואס האט פארסירט יענע יאר האט ער צוגעלייגט מיט א טרייסל,
האט די רב געבעהטן אויסרופען אז יעדער זאל זיין אויף די וואך, אין סיי וועלעכע פארדעכטיגטע אקט זאל מען זאפארט קומען פארציילן, אין אזוי אויך זאל מען מרבה זיין בתפילה ובתחנונים אין בעהטן ביים קל חי אז די יום טוב זאל אריבערגייען בשלום,,,
א שטילקייט האט ארומגענומען די גאנצע שוהל, אזש מען האט געקענט שניידן די לופט מיט א מעסער,
די עולם איז זיך שטילערהייט צוגאנגען, קיינער האט נישט גערעדט קיין ווארט.

דריי וואכן פריער אין קלויסטער,
ברענג מיר א קינד!
אבער שוין!!! דו הערסט וואס איך רעד ???
קוק מיר נישט אן אזוי? האט דער גלח קארסאוויוס געליאמערט אויף זיין פרעזענדליכע דינער,
קיינער וויל נישט געבן זייער קינד, וואס זאל איך טוהן? פרובירט זיך די אומגליקליגע באדינער צו ארויסדרייען פון די שווערע פליכט
וועלעכע מען האט אויף אים
ארויפגעלייגט,
גייט מיר נישט אן! שרייט דער ברוטאלע גלח, ווען זיינע אויגן שפייען האס,
אפשר זאל מען נישט פאקטיש הארגענען די קינד? נאר אים באהאלטן ביז נאך די משפט? פרובירט דער באדינער נאכאמאל,
קומט נישט אין באטראכט! זאגט דער גערעגטער גלח איך קען די זאכן, ווילאנג מען זעהט נישט קיין טויטע קינד וועט קיינער עס נישט נעמען ערענסט,
מעגסט מיר גלייבן, איך בין פון די גרעסטע עקספערטן אין דעם געביט,
אבער וואס זאל איך טוהן? פרעגט די באדינער א פארצווייפעלטער, איך זאל פשוט פארכאפן א קינד?
יא! איז געקומען די אנטווארט פון די הארצלאזע גלח
בלוט זאל זיך גיסן אבער סדר וועט זיין!, האט דער ציושעטער גלח אויסגעפיערט מיט פאטאס" אין זיין דמיון האט ער שוין פאנטעזירט ווי די ווילדע המון לאזט זיך מיט א רציחה אויף א היציגע פראגראם איבער די אידישע קווארטעל,,,
הע העה הע האט ער געלאכט מיט א פולן מויל, נישט באמערקנדיג די שטיקעל פלייש וועלעכע האט זיך ארויסגעגליטשט פון זיין אפענע מויל אין זיך באקוועם געמאכט אויף זיין גלאנציגע קמץ בערדל,


ניו יארק תשפ''ג ערב בדיקת חמץ:

זיין דיקע האנט ליגט אויף די צענטער פונקט פון דעם סטערינג וויעהל אין ער שטופט עס אראפ מיט מאכט,
טאאאאאא......
האט א לאנגע אין שטעכעדיגע פייף אפגעהילכט איבער די גאס,. ריק דיר שוין די זיידע! שרייט זרח ארויס פון צווישן זיינע געלע ציין, ווי לאנג ברויך איך ווארטן? איך שטיי שוין אין טראפיק באלד צען מינוט שרייעט ער ווייטער צו זעך אליין, ביידע פענסטער פון זיין אלטע ניסאן זענען געוועהן ברייט צועפענט אין האבן עטוואס געהאלפן צו אפקילן דעם היציגער אטמאספערע,
מאמי, איך פאר שוין נישט צום גראסערי,
גייט מיך נישט אן,. ..... .... .... ...
העסט שוין שיקען די קינדער... ..... ...
ניין! דו ווייסט אז איך זיץ שוין אין טרעפיק פופצן מינוט?!
ביי! האקט ער אראפ די טרייבל.
זרח שטייט אין געשעפט מיט זיין נייע פענסי האריגע הגדה אין ער ווארט צו צאלן, ער גלעט די דשיראף האר מיט א חביבות וואס אפי' זיינע קינדער זענען נישט זוכה דערצו,.
נו אפשר גייט איר אביסל שנעלער? שרייט ער צום עלטערע איד וועלעכע שטייט אינפארענט פון אים,. נו...
האלאו שרייט ער מיט זיין הייזעריגע שטומע צום באזיצער פון די געשעפט,
די זעהסט נישט אז מענטשן ווארטן? ווי לאנג דארף איך שטיין דא צו צאלן פאר איין נארישע הגדה?
(מ'קען מיינען אז זרח איז א פארנימענע מענטש....
ער האט ניטאמאל קיין דשאב, ) אויך מיר סערוויס,

קוים זיבעציג יאר פארביי זינט אינזער זיידעס האבן געוואינט אין אייראפע, דארטן איז נישט געוועהן קיין געשעפטן ווי מען קען קויפן מכל טיב וטוב מיט איין סטאפ, ס'נישט געוועהן קיין שיך געשעפט מיט צענדליגע מאדעלן, הע בכלל נישט נאנט דערצו, די מערסטע וואס איז געוועהן איז אביסל מילך פון די יוסל די מעלקער, אין אפשר אויך אביסל אייער פון די פארמער, אבער דאס-איז-דאס,
ביי אינזער זיידעס איז די יום טוב פסח געוועהן ארומגענומען מיט פחד אין אנגסט פון די אלע צרות וואס זיי האבן געהאט צו אויסשטיין פון די גויאישע שכנים, זיי האבן געשפירט דעם בכל דור ודור עומדים עלינו לכלותנו אויף זייער אייגענע הויט, יעדער יאר א פרישע רשעות'דיגע גזירה, דא האט מען נישט געלאזט באקן מצות, אין דא א בלוט בולבול, וועלעכע האט נאכגעפאלגט מיט א פראגראם דורך די פרימעטיווע פויערן וועלעכע זענען געוועהן איבערגעפילט מיט א בלינדע שנאה צו עם ישראל, ה' ישמור,
זיצט זיך דער איד אין אמעריקע, ווי א ברייטע פריץ, דרייווט זיך א פענסי אוטא, אלעס גייט אים גיט, פארשטייט זיך אז ער האט זיך איינגעקויפט גאנצעטע בהמות אויף יום טוב, (עפעס וואס אפי' די גרעסטע באראן האט נישט געקענט חלום'ן) כ'מיין וואס איז בכלל די שאלה? עונג יו''ט,
אין דא זיצט ער אפאר מינוט אין טרעפיק אין ער איז אויס מענטש, גע'ענדיגט, דאס איז דאס, מער גייט ער נישט איינקויפן אויף יו''ט... פערטיג.
זאג מיר, ביסטו פארנער'ט אויפן קאפ?
ביסטו טאקע אזוי נאנט צום בהמה וועלעכע די עסט?
ר' איד בארואיג זיך,
ברויכסט נישט זיין אזא קבדן, ביסט נאכנישט אויף'ן מדרגה אז אלעס זאל מוזן גיין דיין וועג...
עניוועי האב א גוט יו''ט
לעצט פארראכטן דורך בוטשער אום דאנערשטאג מארטש 30, 2023 5:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

משולם אין כולל:
זיין פאון האלט שוין ביים דריטן קלינג אבער דער כראפעט נאך ווי א טראקטאר...
דרררר דרררר...
ענדליך ביי די פערדע מאל...
משולם עפענט אויף זיינע צוויי שטארק פארקלעפטע אויגן אין כאפט א בליק אויפן קלינגינדע טעלעפאן.
אויפן סקרין קומט ארויף.
'אשת חיל' דאנט פיק אפ.
ער פרובירט צו אויסקלארן זיין קול עס זאל זיך הערן וואך.
ער הייבט אויף דעם טרייבל נוו? אני בעמצע הלימוד...
אה סארי זאגט זיין תמימות'דיגע עקרת הבית.
כ'האב געמיינט אז ענק ענדיגען שוין איינס דרייסיג.
אממ. נייין ... היינט איז אביסל לענגער זאגט ער שנעל. ער לייגט צו עפעס א אומפארשטענדליכע פראז אין האקט שנעל אראפ די פאון. א מזל אז זי קעו נישט זעהן מייו רויטן באקן טראכט ער צו זיך מיט זיין צושפאלטענע ליפן...
מיט א געניטשאפט וואס קומט פין יארן עקספיריענס פליפט ער איבער די קישן אין נאך פאר וואס ווען הערט זיך הויכע אין גרידזשנדע שנארכערייען אזש ס'האט אויפגעוועקט די טויטע.
געציילטע רואיגע שעות זענען פארביי.
אבער דאן הערט ער עפעס גערידער פון די קאך,
יעעס דיס איז מיי קיטשען... הערט ער זיין ווייב'ס שטומע
ווואאאו. סאאא ניייס... פראם וועיר איז דיס טאווועל? הערט ער א פרעמדע קול.
אהה איי גאט איט ביי עי סעיל, ענפערט זיין ווייב,
אוי ווי,
באלד קומען זיי אן צום בעדרום,,,
א דיקע שיכט פין שווייס האט ארומגענומען זיין פעשן קערפער,
נאו וועי.. וואס טוה איך דא? זיין הארץ האט אונגעהויבן קלאפן האסטיג זוכנ'דיג א לאך ווי זיך צו פארשטעקן.. ער פרובירט זיך צו איינקוטשענען ביי די עק פין זיין בעט אבער זיין ברייטער געשטעל איז מגלה סוד..
ער פרובירט צו אריינקריכן אינעם קלאזעט. אבער אין הקומץ משביע את הארי.
ער הערט די פיס טריט זיך דערנענטערן... נענטער, אין דאן... נאך נענטער...
אוי ווי זי וועט מיר אט אט אנדעקן, ער שפירט ווי זיין קאפ זאל ווען באטראפן ווערן מיט טויזענט בליצן אויף איין מאל
אין דאן...
משולם הערט א שארפע קלינג. ער עפענט אויף זיינע אויגן אין קוקט אויפן אלארם קלאק וועלעכע צייגט אויף 8:45...
ער שפרינגט ארויס פין בעט מיט א פרישקייט.
מודה אני לפניך...
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

אויב ווילט איר מער דאן דריקט די A1 קנעפל
אויב איר ווילט נישט מער קאן קיך אייך נישט העלפן...
סארי
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

די ערשטע צוויי מילא ביסט אריין אין א מוסר מאוד...
וואסיז פשט פון די לעצטע??

עניוועי שטארק הנאה געהאט, גיי ווייטער!!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

באשיינפערליך האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 4:09 pm
די ערשטע צוויי מילא ביסט אריין אין א מוסר מאוד...
וואסיז פשט פון די לעצטע??

עניוועי שטארק הנאה געהאט, גיי ווייטער!!
לא זו ולא זו
@בין הזמנים
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

וואף!!!
האמיר דא א נייע אור אויפן וועלטל....
גיי אן ערעב בוטשער... בוסט מיר ממש מחיה!
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אנגעפאשעט
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 26, 2022 1:59 am

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעפאשעט »

דיין שפראך איז עפעס מורא'דיג
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

אנגעפאשעט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 4:47 pm
דיין שפראך איז עפעס מורא'דיג
טענקס פאר די פיעד בעק,,,
איך גלייך טאקע די פעדער, אבער די קאמפלימענטן איז די טינט
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
מעקלער
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 3:56 pm

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעקלער »

בוטשער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 3:44 pm
אויב ווילט איר מער דאן דריקט די A1 קנעפל
אויב איר ווילט נישט מער קאן קיך אייך נישט העלפן...
סארי
געליינט, הנאה געהאט, אין נישט געלייקט... :cry: :cry: :cry:


(שקר)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p-

דער בוטשער האקט פיינע שטיקער!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אנגעפאשעט
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 26, 2022 1:59 am

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעפאשעט »

בוטשער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 4:56 pm
אנגעפאשעט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 4:47 pm
דיין שפראך איז עפעס מורא'דיג
טענקס פאר די פיעד בעק,,,
איך גלייך טאקע די פעדער, אבער די קאמפלימענטן איז די טינט
נאדיר אביסל נאך טינט..

איך האב מורא'דיג הנאה פון דיין קאנטענט און דיי שפרייך...!
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

די חלום פון יעדער חתן (אין יעדעריינער)
לייקס {A1}
ווען געט איר א לייק פאר א צווייטע איד (ניק)?
ס'איז דא אלע מיני אידן, טייל אידן גייען מיט פערטל שיך אין טייל אידן טרינקען טיי,
לאמיר אדורך גיין אפאר ערליי סארטן אידן, אין העמיר זעהן וואס וועט אים מאטעווירן צו דרוקן דעם דאנ קנעפל,
#1
נאמען: בער אלי'
דיסקריפציע: 60 יאר גרייז\גרויער בערדל, געקניפט,
בעראלי' האט שוין חתונה געמאכט זיינע שאף, אבער ער האלט זיך יונג +פריש (זיין פרישקייט איז שוין תלוי במחלוקות)
ביי עמען איז אייוועלט א וויכטיגע פאארט פון זיין טאג, ער גייט טאקע נאך אריין אין נאפיס יעדער טאג, אבער ס'איז מער א מיטל אנא טיטל זיך צו האלטן יונג אין פארנומען,,,
יעדער טאג נאך זיין חק שיעור זעצט ער זעך אראען אויף אייוועלט פאר א קיימא לן פון צוויי שעה מיט א נעמנות.
פאר ר' ברעלי' צו געבן א דאנק איז פון די שווערסטע זאכן, מען ברויך עפעס דעליווערן, אה יע.
אויב קאנסטו אפשרייבן א ארטיקל פון מינימום 1200 קערעקטערס, אין אינקלאדן רייכע שטיקער היסטאריע אין אביסל רעבישער יוחס,
דאן איז דא א פיפטי פיפטי טשענס אז דער זאל זיך באמיען צו אויפהייבן דעם מייזל אין דריקן דעם לייק אייקאן,
עניטינג ווייניגער דאנט איווען טינק.
#2
נאמען: שמילא
דיסקריפציע: 18 יאר אלט, א פאר הארעלעך אויף זיין דאבל טשין, נארוואס א חתן געווארן.
הי איז העיר טא טשיל, דעטס איט!!!
ער ווארפט זיך מיט תגובות ווי הייסע לאווא, אין נישט דוקא ווייל ער האט אזוי סאך נאלידש, נאר פשוט ווייל ס'איז זיין טייפ,
פון אים צו באקומען א לייק איז זייער גרינג, אלל יא העוו טא דא איז שרייבן עפעס אויף זיינס א מעסעדזש, אין ער העט דיר ווארעם באגריסן
אפי' פאר א סמיילי אק''ג... אזוי לאנג ווי ער קריגט זיין אטענשאן, (ווען די ווינדערסט זיך ווער ס'האט געלייקט דער גרינע מענטשעלע =שמילא)
#3
נאמען: אליצפון (נ.ב. נישט דער צפון פון די הגדה.)(כאן צריך לצחוק:::)
דיסקריפציע: 45 יאר אלט, ליטוויש (רעדט נאר ענגליש) א 3 איטשיגע געקעמטע בארד אין קליינע פיאות
בעצם קען ער נישט קיין אידיש, ס'איז אים שווער צו ליינען לאנגע תגובות, אבער ווען איינער האר געשריבן א לאנגע תגובה וועט ער שיין באדאנקען,
נישט ווייל ער האט אזוי הנאה געהאט, נאר 'ביעקאעז איטס טעה רייט טינג טא דע'
ער וועט איידל אדורך ציילן די שירות אין אויב עס ריעטשט 12 וועט ער לייגן א לייק,
אמאל אמאל ווען ער איז אין א גיטע מאאד וואט ער זיין לפנים משורת הדין אין לייקען אפי' צען שירות (מיט א ברייטקייט)
#4
נאמען: הערש וואלף
דיסקריפציע: 28 יאר, לערנט אין כולל (ווייל די שווער האלט אים אויס\צווינגט אים,) דא דארט גייט ער אריין אין קיאסק צו כאפן א בליק אויפן וועלטל,
הערש וואלף אדער ווי מ'רופט אים הערש וואלווי, איז א טייערע אינגערמאן, הארעוועט אין כולל פון די חתונה,
ביז לעצטנס איז ער אפי' נישט געוועהן איינגעשריבן אויפן וועלטל, ער וויל נישט זיין צו ביזי דערמיט, אבער אין די בין הזמנים געגנט איז ער מער עקטיוו דא,
בכראי צו באקומען א לייק ברויך עס זיין ראי לאכילה, אבער דא דארט וועט ער אויך לייקן א קלענערע תגובה אויב ס'איז עפעס א שארף ווארט וכדו'

העמיר ענדיגען מיט א תפילה אז דעי תגובה זאל אדורגיין אלע טשעקפאינטס,,,
ולא ישמע עוד בערי יהודה
לעצט פארראכטן דורך בוטשער אום דאנערשטאג מארטש 30, 2023 5:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

A1++++++++++++

פיינע נייעס דער בוטשער
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

ס'שטייט אז גרויסע צדיקים פלעגן גיין כסדר זיך אינטערהערן ביי עמעראצים צו זעהן וואזוי זיי פראווענען די יו''ט,
שוין האב איך מיר ארויפגעצויגן די שלייקעס אין באשלאסן צו טוהן די זעלביגע,
נאכן שפעקעלירן פאר א קורצע וויילע האב איך מיר דערמאנט פון מיין געוועזענער חבר פון ישיבה מתתי, אדער בעסער געזאגט 'מאָטאָש' ווי זיינע פרענדס ריפן אים בלשון חיבה, ער איז די ריכטיגע קאנדידאט,
מאָטאש איז נישט ממש אן עמעארץ אבער דאך א 'קאָאל גאֲאי',
פאר מיין עקרת הבית זאג איך אז 'כ'האב א חברותה' אין אזוי באקום איך די נויטיגע ערלויבעניש צו פארלאזן מיין שלאכט-זאנע אין די פארנימענע ערב פסח סעזאן.
אין אזוי שלעפ איך מיר אראפ די פאר גאסן ביז צו מאטאש'ס געצעלט,
איך שטעל מיר אינטער די טיר אין שפיץ אן מיינע אויגן אין אויערן צו מיטהאלטן פונקליך יעדער'ס ווארט.
האלא העריך מאטאש'ס אייעריגע שטומע, ( מאטאש פלעגט זיך אלטס האלטן פאר א שטיקעל זינגער, )
ברענג אהער די שטיין, שרייט ער צו זיין ווייבל, וועלעכע קומט צו וואקן מיט א שטיין וואס ער האט פריער אויפגעפיקט פון די סטריט,
מאטאש קומט צו וואקן מיט א ריזן קראק פאט פיל מיט הייס וואסער זיין הויזן איז אים שיעור נישט געפאלן אבער ער שרעקט זיך נישט, אין ער גרייט זיך צו כשר'ן,
הלכות האט ער נישט געלערנט סאו ער טוט וואס ער געדענקט פונדערהיים, כ'מיין ביפאר מען האט אים אריינגעיאגט אין בעט אריין,
דיקע טראפענעס שווייס פליסן אראפ פון זיין אויפגעבלאזענע באקן אין ס'מישט זיך אויס מיט זיין געדשעלטע בארד דערביי אוועקהארגענדיג שווערע שעות פון הארעוואניע וואס ער האט אין דעם אינוועסטירט,
אך, לאזט ער זיך ווידער הערן, מיין בארד ווערט צומעססט!
וואט די געהענום, שרייט ער א נערוועזער,
האלאו האסט שוין אויפגעפיקט די מצות פון דער שווער? פרעגט ער זיין עקרת'ל, ווי כאילו די גאנצע וועלט איז משובד צו עימען,
געלט האט ער נישט עכט, אפי' ער איז שוין לאנג נישט אין כולל האט ער פאר סאם ריעזאן נאכנישט געטראפן ווער ס'זאל זיין וויליג צו צאלן פעיראל פאר אזא טעלענטעד יונגערמאן ווי מאטאש,
ער נעמט ארויס זיין ריזן טעלעפאון, פארשטייט זיך א עפל דיווייס, ס'טייטש, מאטאש איז געוועהן פון די גרעסטע עפל פענס אפי' נאכפאר ער האט געוואיסט וויאזוי מ'טאטשט עס,
ער לייגט עס אראפ אויפן קאונטער מיט די סעלפי קעמרא אפען פעיסינג מאטאש'ס שיינעדגע נאז, אין פארשטייט זיך זיין ביאָטֶעפול בארד, וואס ביי דע וועי מאכט אים אויסקוקן ווי עפעס א אונגארישע גלח, באט על טעם וריח אין להיתווכיח אין פאאר שאר נאט מיט מאטאש'ן וועלעכע איז אגב פון די שטערקסטע דיבעיטערס, אזש זיינע חברים האבן אים גע'רעיט אלטס נאמער איינס נאך טראמפ,
מיט זיין דיקן מה-נשתנה פינגער דריקט ער די ריקארד באטען אין הייבט אן זיין מעסיוו פראפארמענטס,
האלא חברה, דא גיימער יעצט כשר'ן האלטס מיט לייוו, זאגט ער מיט זיין גריצלנדע שטומע,
חברה איך בין א ריעל פראו זאגט ווייטער צו זיינע נייגעריגע חברים, וועלעכע זענען מוראדיג פאראינטרעסירט צו זעהן וויאזוי דער אורח גייט כשר'ן,
מיט א פעסטע האנט מענאוורע הייבט ער אינטער זיין קראק פאט אין שפאנט צו צו זיין ברענד ניו גלאזערנע טיש,
דיס איז ריעלי קאָאל זאגט ער בשעת'ן פראבירן צו שיף מאכן דעם טשולענט טאפ,
א הייסע פארע איז געגאנגען פון די איבערגעהיצטע שיסל,
טייערע אידן אין א אמעריקא, כשר'ט ענקער הויז וועט אייך גיט זיין, זינגט זיך מאטאש אינטער זיין ברענד ניו קאמפעזישאן,
אוי גייט דעיס זיין א פריקן סטעטוס טראכט ער צו זיך מיט פרייד געמישט מיט סיפוק
אין אזוי דרייט דער חכם איבער די קראק פאט...
קראך!!!
טויזענטער פיצי שטיקער גלאז זענען זיך צופלויגן אין א יעדער ריכטונג,
וואס גייט דארט פאר? שרייט זיין דערשראקענע עקרת הבית פון איר צימער,
נאטינג, דשאסט די נעיבער האט אויסגעגאסן טויס,
מאטאש כאפט זיין דשעקעט אין לויפט צו צום טיר, ער עפענט די טיר מיט א שטורעם
אין טרעפט מיר שטיין אקעגן אים מיט א שמייכעל פון באק צו באק...
חג כשר ושמח
לעצט פארראכטן דורך בוטשער אום מאנטאג אפריל 03, 2023 2:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

;l;p- ;l;p- ;l;p- קומט אריין מיט פיעד בעק
אין ארדער צו פארזעצן מיט דעם אשכול
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

דער בוטשער האקט שטיקער👍👍
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

די ביסט פיין
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

וואס איז די געלעכטער אז יענער האט ציבראכן זיין טיש?!?
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 4:34 pm
וואס איז די געלעכטער אז יענער האט ציבראכן זיין טיש?!?
נא וואס טאקע?
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

פיינע שפראך! גיי אן
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4018
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

בוטשער, איך האב שטארק הנאה, שרייב נאך.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פון די בוטשער'ס טישל, חלק ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

היסטאריש האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 5:21 am
בוטשער, איך האב שטארק הנאה, שרייב נאך.
אין וואס איז מיט העלפן אינדערהיים???
:grin:
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פון די בוטשער'ס טישל, ביים דענטיסט ווארטזאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

12:30 שארף,
שפאציר איך אריין צום ציין דאקטער'ס אפיס.
מער קום איך נישט שפעט,
נאך וואס איך האב זוכה געוועהן צו אן ווילדע פסק פון דעם נערוועזען סעקרעטאר פאריגס מאל ווען כ'האב זיך אנגעריקט ווי א חסיד,
די ווארט זאל איז איבערגעפילט אין אלע בענקלעך זענען פארנימען מיט אנדערע פאציענטן, בלית ברירה שטעל איך מיר ביים וואנט
נעבן א חסידישע אידל וועלעכע האט שוין דריי מאל בטעותַ אויסגעלאשן די לעקטער,
איך כאפ א שנעלע בליק ארום די צימער אין פרוביר צו אנעלעזירן די מצב,
די סיטואציע אין צימער איז היפש איבערגעשטרענגט מיט איבערמוטיגע קליינווארג וועלעכע זענען איבערגעשראקן צום טויט,
אין פאריאגטע ביזנעסלייט וועלעכע יאגן זיך צירוק צום ארבעט.
ביים ווינקל זיצט א חסידישע בחור מיט לאנגע געקראזעלטער פיאות וועלעכע באצירן זיין שיינעדיג פנים,
זיין אויערן זענען פארשטאפט מיט צוויי ווייערלעס עיר פאונס וועלעכע שפייען ארויס חידישי תורה גראד אריין צו זיין אויער
אין זיין אויגן שטייף פארמאכט חלילה נישט זעהן וואס מ'ברויך נישט אשרי לו!
גראד נעבן אים זיצט דער געוועזנער ראש הקהל פון וויען,
איך ווייס נישט אויב ער איז טאקע געוועהן א ראש הקהל אבער במחשבה איז ער זיכער געוועהן,
ער טראגט אזא שיינע האמבורגער היטל אין א קורץ געשניטענע עלעגאנטע רעקל אין זיין גאנצע באנעמונג ריפט ארויס כבוד,
אבער סיידן וואס ער פלעגט זיין איז ער יעצט שוין פאר זיכער פענסיאנירט, מילא איז נישט קיין גרויסע אינטערשייד ווי ער זיצט,
צו אין בית מדרש ביים תיקון אדער ביים שיעור אדער ביים ציין דאקטער,
ער איז פארנימען צו איבערקוקן די בילדער וואס די איינעקלעך מעבר לים האבן אריינגעשיקט,
זיין שטערן איז פארקנייטשט א אנדייטונג אז ער איז אין א ערענסטע גיסטע
אזש מ'קען מיינען אז ער קוקט איבער די מלחמה פלענער פטן דשארדזש וואשינגטאן,
שווערע קלעפ איז געגאנגען צווישן די צוויי אינגע ערלים וועלעכע האבן זיך נישט געקענט אדורכקומען
איבער ווער ס'האט די בעלות אויף די מאמע'ס סעלפאון,
אפי' די מאמע'ס בייזע סטראשערייען האט געהאט א קנאפע וואורקונג אויף די קליינע מחוצפים,
אביסל ארויפצוה זיצט דער ערענסטע כולל אינגערמאן, ער יאגט זיך נישט, זעהט אויס אז זיין חברותה איז נישט געקומען היינט,
זיין סעלפאון זיצט אים ביי די אויער אין ער הערט אויס ר' וועלוול שמעלצער מיט א נאמנות,
אין פונקט אינדערמיט זיץ איך, מיין פיס טרייסלען פאר פחד אין איך ווארט אויף מיין ביטערע גורל,
עס ליגט מיר נאך אין די ביינער די פאריגע באגעגניש מיט דעם טעראריסט,
אין איך געדענק נאך גוט ווי ער האט פון מיר געשניטן שטיקער,
אין אלטס מיט א געמאכטע העפליכקייט,
דיקע טראפענעס פון שווייס האבן געמאכט זייער וועג אראפ מיין אנגעבלאזענע באקן ווען כ'האב מיר נאר דערמאנט
פון די שארפע שפיזן מיט וואס דעם בארבאר באניצט זיך,
די לעגאנדעס זאגן אז דער דאקטער האט גענימען זיין טול קיט דיירעקט פון די שפאנישע אינקוויזיציע,
איך בין זיכער אז ווען ער לעבט ווען אין יענע יארן וואלט ער גאר געוועהזן די הויפט אינקוויזיטאר!
מיינע פינגער קלאפן מיט א טרענירטע פינקטליכקייט אויף מיין קליינע קיובאורד אין שרייבן ארויס אלעס וואס קומט מיר אויפן מחשבה.
בוטשער? רום וואן,
האט די שטומע פון די סעקרעטאר איבערגעהאקט מיינע מחשבות,
נו, מיט וואקלדיגע טריט שלעפ איך מיר צום אנגעגעבענע קעמערל,
מיט א הייסע תפילה צום קל חי,
הצילנו נא מיד אחי מיד עשו...
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”