נורא בי עמרם

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נפשי אבקש
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 04, 2022 1:43 pm

נורא בי עמרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי אבקש »

עס ברענט, עס פלאקערט,
קאכט און זידט,
עס גלוסט, עס ציט,
אפשר דאך?

פארלענדט, אויסאקערט,
דאס פינטעלע איד,
אומזיסט, אפגעבריט,
אין טיפן לאך.



א טויער, ברייט אפן,
קום קום אריין,
איינמאל, א בליק,
בלויז פרוביר.

קאפויער, געטראפן,
ביטער און פיין,
קיינמאל, צוריק,
טרעפט דעם טיר.



מיט פארדרוס, ער רופט,
עס וועט קאסטן,
א דילעמע, א קלער,
פרייז איז טייער.

זיין באשלוס, פארטיפט,
זיך פארמאסטן,
די טעמע, נישט מער,
א שפיל מיט פייער.


(חיזוק אפרישעטעד...)
לעצט פארראכטן דורך נפשי אבקש אום מיטוואך מארטש 29, 2023 7:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: נורא בי עמרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

יישר כח! א גיטן פעדער, אין א גיטע התחלה!!
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: נורא בי עמרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

מיין 250'סטע תגובה!
עפעס נישט נארמאל!
הערליך! ביוטי! ביז איך האב געכאפט וואס גראמט מיט וואס!
Wow wow wow !
גיי ווייטער אן! מיר גלייכן עס גאר שטארק!
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3559
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: נורא בי עמרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

א לייק איז נישט גענוג וועל איך שרייבן א תגובה
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: נורא בי עמרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

דזשאסט WOW! א שטיק קונסט!
אוועטאר
פה מפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: נורא בי עמרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

מאסיוו!

א שטיק הארץ
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע: צווישן ירושלים און בארא פארק...

Re: נורא בי עמרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

מעכטיג!
ס'האט מיר גענומען היבש לאנג צו כאפן וויאזוי די גראמען לויפן, אבער איינמאל איך האב עס געכאפט האב איך עס איבערגעליינט זעקס זיבן מאל ברציפות... כ'קען זיך נישט אפזעטיגן דערפון...
אייזן שטארק!!!
טייערע אידן אין אמעריקא! אויפמערקזאם!

די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!

פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.

א דאנק!
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: נורא בי עמרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

ארטיסטיש!

שטארקע נקודה

טאלאנט!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: נורא בי עמרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ברענגט טרערן.
אוועטאר
נפשי אבקש
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 04, 2022 1:43 pm

Re: נורא בי עמרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי אבקש »

א דאנק אייך אלע...
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: נורא בי עמרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

נייס!!!!!!!!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: נורא בי עמרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

העי העי העי..

מ'קען נישט סתם אזוי געבן א קום אריין און ארויסשמייסן אזאנס!

דעיס איז גוט!!!!!

גוטע גראמען, גוטע ווערטער, און גוט געבויעט!!!!!

די סטייל, די שעיפ, די פיל,. אלעס איז גוט;!!!!!!!!!

שרייב שרייב.

זיס זענען דיינע ווערק
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: נורא בי עמרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

איך גלייב ס'האט דיר גענומען צייט, צו זיצן און טרעפן די ריכטיגע גראם פאר די ריכטיגע ווארט, קודאוס פאר די ארבעט!!!!

און אויב שארט זיך עס דיר ארויס פון די ארבל, קאל מיר.

איך וויל מיט דיר רעדן. הערן וואס און וויאזוי דו טוסט עס.

דעיס איז באמת באמת גוט!!!!!!!!!!!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: נורא בי עמרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

חוט של חסד האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 8:22 pm
מעכטיג!
ס'האט מיר גענומען היבש לאנג צו כאפן וויאזוי די גראמען לויפן, אבער איינמאל איך האב עס געכאפט האב איך עס איבערגעליינט זעקס זיבן מאל ברציפות... כ'קען זיך נישט אפזעטיגן דערפון...
אייזן שטארק!!!
הונדערט פראצענט.

איך האב עס אויך איבערגעליינט עטליכע מאל
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: נורא בי עמרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

די גראמען צאמשטעל איז מייסטערהאפטיג!!!! איך גלייב נישט ביסט א בעגינער...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע: אונטערן באנק

Re: נורא בי עמרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

דיין וויפילטע ניק דא אויפן וועלטל ס'איז גייט מיר גאנץ קנאפע אן.
דיינע שורות: ווי א פידל, נאכנישט גענצליך געכאפט, אבער כ'בין געוועהן חאלעמויד האלט פאר אפאר מינוט ווען איך בין עס איבערגעגאנגען..
שכח און שרייב מער ביטע.
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”