הילף פארן קריעטיוו

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נפשי אבקש
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 04, 2022 1:43 pm

הילף פארן קריעטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי אבקש »

שוין א לענגערע צייט וואס איך האב אין פלאן צו עפענען דער אשכול, אבער דאס איז אויף פארשטופט געווארן אינעם בעק פענעל, צוזאמען מיט אלע אנדערע בלו-פרינטס, ניגונים, מיסלס, און וועב-סייטס.
דאס דארף בעצם א לענגערע אנאליז, ווי אזוי דער מוח שפרודלט מיט געדאנקען, און קומט כסדר אויף מיט שעפערישע חידושים און רעיונות, איבער די מחשבה'לע וואס שטעלט זיך אין די ברייט און האלט אפ די גאנצער מוח-פלוס פון שטראמען ווייטער, אראפמאלן ווי דער כח הדמיון בויעט אויף פון דעם א גאנצער געביידע כמעט צו א רעאליטעט, און נאכדעם ווען עס קומט לידי מעשה ווערט מען פארלוירן, ווי אזוי הייבט מען אן פון אל"ף אנצוקומען צו דעם עקזיסטירנדן בנין, און דעריבער זעצט מען זיך אוועק אויף אייוועלט און פאר פוילקיייט דריקט מען דא קליקט מען דארט, אבי נישט למעשה.
און דאס איז גענוי וואס האט מיט דעם פאסירט...

אזוי צו אזוי, וואס טוט מען מיט די אלע געדאנקען און בליצן, וואס זענען די טיפס פאר א קריעטיוו צו קענען אנגיין מיט א סדר היום און אויפטון זאכן אינעם טאג, איז כדאי זיך צו האלטן צו איין סארט פאך אדער קודם פרובירן פון אלעס אביסל, דאס און נאך פיל פראגעס וואס עגבערן מיר, און איך האף אז איינער דא קען אביסל ארויסהעלפן מיר און אנדערע אידן.

אמאל האב איך געמיינט אז דאס איז בלויז מיך, אבער שפעטער הער איך פון נאך מענטשן וואס פארמאגן די ענליכע אייגנשאפטן, איז אפשר טאקע יא כדאי צו מקיים זיין ותשועה ברוב יועץ.
לעצט פארראכטן דורך נפשי אבקש אום זונטאג אפריל 24, 2022 11:10 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: קריעטיוויטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

אוי האסטו אנגערירט א וויכטיגע טיפע פוינט. הלוואי זאל איינער אריינקומען קלאר...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: קריעטיוויטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

עס איז שווער צו גיבן ראט אין א פובליק פארום אויף פרטים. וואס איך וויל דיר יא זאגן. מ׳קען אויסטערליש מצליח זיין מיט די אייגנשאפטן, און דאס איז דורך זיך ארומנעמן סאציאליש מיט ׳מען-קען-יא׳ טיפ פערזאנען. און די ארבעט זיך צאמשטעלן/הייערן מענטשן מיט מער מסודר׳דיגע אייגנשאפטן און שטארקייטן (אזעלעכע וואס פארשטייען און רעספעקטירן דעם דיפערענץ) און אינאיינעם קען מען אנקומען גאר ווייטער און אפילו נאמער.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: קריעטיוויטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

דאס איז דאך א מפורש'ער פסוק אין קהלת: וְגַם לֹא לַחֲכָמִים לֶחֶם וְגַם לֹא לַנְּבֹנִים עֹשֶׁר
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
נפשי אבקש
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 04, 2022 1:43 pm

Re: הילף פארן קריעטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי אבקש »

זיך ארומנעמען מיט מענטשן איז נישט קיין עצה וואס מען קען געבן, דאס איז א פאל וואס אויב די מזל שפילט קען זיך צאמפארן א געוויסע סעט וואס קען ארויסקומען א שלימות, אבער דאס איז אויסדריקליך נישט א זאך וואס מען קען זאגן א מענטש גיי זיך דיך א חברותא. (און פונקט יעצט פאלט מיר טאקע ביי, אז איך האב זיך אלעמאל געמוטשעט צו אפירזוכן און אנהאלטן א גוטע חברותא).

וואס יא, זיך אויסצושטעלן א סדר היום איז זייער א וויכטיגע זאך, און אזוי אויך זיין אראפגעבינדן צו איין געוויסע זשאב (א קריעטיוו זשאב ווי גראפיקס, דעזיינינג), און נישט וואנדערן און פליען פון איין זאך צום אנדערן, און דאס זאל דייקא זיין מיט א שטארקע שיעבוד, אז נישט וועט מען זיך יעדן טאג טרעפן מיט פלענער און געדאנקען, און קיינמאל נישט אנקומען למעשה.

נאך א זאך קען זיין, ארפאצושרייבן פונקטן, וואס מען וויל טון, איינמאל די זאך איז אויף פאפיר, פארנעמט עס נישט אזויפיל דאטא אינעם מוח, און מען קען מער פאוקעסן אויף עקזיסטירנדע זאכן.
אמעסידטשפארכללישראל
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm

Re: הילף פארן קריעטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמעסידטשפארכללישראל »

נפשי אבקש האט געשריבן:שוין א לענגערע צייט וואס איך האב אין פלאן צו עפענען דער אשכול, אבער דאס איז אויף פארשטופט געווארן אינעם בעק פענעל, צוזאמען מיט אלע אנדערע בלו-פרינטס, ניגונים, מיסלס, און וועב-סייטס.
דאס דארף בעצם א לענגערע אנאליז, ווי אזוי דער מוח שפרודלט מיט געדאנקען, און קומט כסדר אויף מיט שעפערישע חידושים און רעיונות, איבער די מחשבה'לע וואס שטעלט זיך אין די ברייט און האלט אפ די גאנצער מוח-פלוס פון שטראמען ווייטער, אראפמאלן ווי דער כח הדמיון בויעט אויף פון דעם א גאנצער געביידע כמעט צו א רעאליטעט, און נאכדעם ווען עס קומט לידי מעשה ווערט מען פארלוירן, ווי אזוי הייבט מען אן פון אל"ף אנצוקומען צו דעם עקזיסטירנדן בנין, און דעריבער זעצט מען זיך אוועק אויף אייוועלט און פאר פוילקיייט דריקט מען דא קליקט מען דארט, אבי נישט למעשה.
און דאס איז גענוי וואס האט מיט דעם פאסירט...

אזוי צו אזוי, וואס טוט מען מיט די אלע געדאנקען און בליצן, וואס זענען די טיפס פאר א קריעטיוו צו קענען אנגיין מיט א סדר היום און אויפטון זאכן אינעם טאג, איז כדאי זיך צו האלטן צו איין סארט פאך אדער קודם פרובירן פון אלעס אביסל, דאס און נאך פיל פראגעס וואס עגבערן מיר, און איך האף אז איינער דא קען אביסל ארויסהעלפן מיר און אנדערע אידן.

אמאל האב איך געמיינט אז דאס איז בלויז מיך, אבער שפעטער הער איך פון נאך מענטשן וואס פארמאגן די ענליכע אייגנשאפטן, איז אפשר טאקע יא כדאי צו מקיים זיין ותשועה ברוב יועץ.

יא, איך פארשטיי דיר.
די זאגסט אז דאס דארף א לענגערע אנאליז, אבער איך האלט נישט אזוי. די מענטשן וואס פארשטייען דיר פארשטייען דיר אויפן ווינק.
איך קען דיר זאגן לייג זיך אריין אין מוזיק (וויבאלד מוזיק איז א זאך וואס מען קען בויען אין דמיון און אראפשפילן אויף א געוויסע פארנעם)
אבער נישט דאס איז די פוינט. לאמיך הערן וואס דו זאגסט צו דעם.
אפשר קענען מיר ניצן די סארט קריעטיוו מח פארן טאג טעגליכן לעבן? ווער זאגט אז דאס דארף זיין אויף זאכן וואס וועלן אונז מאכן אויסזען אין פילן מעכטיג אין אידרויסן פונם באקס?
אפשר קען מען ניצן די קריעטיוויטי פאר זאכן וואס קימען אינטער אינם טאג טעגליכ'ן לעבן? צ.ב. ארבעט, לערנען, חברותא א.ד.ג.
אפשר קענסטו אויפקומען מיט עפעס א ביישפיל וויאזוי?
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: הילף פארן קריעטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

מרעד פון סתם א סדר היום אדער צו ברענגען פיין פרנסה?
אין עוד מלבדו
אוועטאר
נפשי אבקש
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 04, 2022 1:43 pm

Re: הילף פארן קריעטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי אבקש »

פרנסה ברענגט דער אייבערשטער, און מען מוז נישט זיין דוקא קריעטיוו פאר דעם, מען רעדט אז מען זאל פילן ווי דער קריעטיוויטי ווערט אויסגענוצט, און נישט שפירן ווי דער מוח וויל טראכטן און אויפקומען מיט זאכן, און דערווייל פליעט אלעס אין גארביזש.

מוזיק וואלט נישט געווען די בעסטע אפציע, הגם איך האב שוין אויסגעשפיגן עטליכע ניגונים, אבער אלס שלא תמות כדרך, און אנדערע אנגעלעגנהייטן, קען איך נישט ארויסקומען אין פאבליק.

אויפן טאג טעגליכן לעבן קומט עס אלעמאל אריין, אין שטוב איז עס מיט איידיעס ווי אזוי צו סארטירן אוןפלאצירן, פראקטישע פאטענטן אויך טריט און שריט, ביים לערנען צו מחדש זיין חידושים, אויספיגערן א סוגיא, דערגרינטעווען א יוניק נושא, ארבעט געווענליך איז אויך שייך, אבער נאכאלץ איז דא געוויסע אפהאלט און צוריקגעצויגנקייט פון גיין ריזיג. און דאס וויל איך הערן צי איינער האט א סעלאשען.

אגב, ממש לעצטנס איז מיר בייגעפאלן אן איידיע פאר א געוויסע וועב-סייט סערוויס, אבער איך קען נישט קיין IT, און איך ווייס נישט וואס צו טון דערמיט.
אוועטאר
שוועבל
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 14, 2021 11:53 pm

Re: הילף פארן קריעטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועבל »

כ'קען נישט מער ווי מיטטיילן דיין ווייטאג!
ס'איז א פראבלעם וואס באגלייט מיך פון די מינוט וואס איך שטיי אויף, די איינציגסטע לעזונג וואס האט געארבעט ביי מיר - למחצה לשליש ולרביע - איז א גוטע שותף לדבר מצוה וואס טיילט נישט מיט מיין געדאנקן גאנג, אבער פארשטייט מיר.
באמת גלייב איך שווער אז עס איז דא א מהלך וואס וועט קונצליך טוישן די טעגליכע סדר היום, עס איז טאקע שווער אבער סקומט מיט מיט מורא'דיגע מעלות, דעריבער בעט איך כסדר פונעם מלך שוכן עד אז ער זאל מיר צו שיקן די ריכטיגע פערזאן וואס וועט מיר קענען העלפן ארויסברענגען די געדאנקן מכח אל בפועל.
נאך א גוטע טיפ איז א גוטע גרויסע קאלענדער אויפ'ן טיש און אויפ'ן טעלעפאן.
איך בין טאקע א נייע שרייבער אבער אן אלטע ליינער...
אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

Re: הילף פארן קריעטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין »

איך האב מיך געמיטשעט מיט דעי פראבלעם פאר יארן, איך האב א גוטע פרנסה און מאך שיין געלט, אבער עס האט נישט אויפגעהערט נאכלאזן די מחשבות, איך וואלט געווען מוירדיג ווען איך טוה ווען דעיס, עס איז מיר אגאנצן טאג אנגעפאלן מוירדיג ביזנעס איידעס וואס איז נאכנישט דא, און איך מיז עס עפענען ווי שנעלער, איי נאכן אויסרעכענען האב איך געזען אז מען קען נישט מאכן צופיל געלט דערפון, און איך דארף א מינימום פון איבער א מיליאן דאלאר צו אנפאנגען, אבער דאך, עס וואלט געווען מוירדיג ווען איך האב ווען אזא ביזנעס, און כלל ישראל וואלט מוירדיג הנאה געהאט........ עס האט מיר אסאך מאל געשטערט פון ארבעטן פאר וואכן.

א גוטע חברותא מיט וועמען זיך דערך צושמועסן איז א גוטע זאך, אבער עס העלפט נישט קיין סאך,

וואס האט געהאלפן איז, פארשטיין אז מיין וויכטיגסטע זאך אין לעבן, איז צו האבן נארמאל געלט, און נישט דארפן צוקומען צו קיינעם ווען איך מאך חתונה, יעדע איידער וואס קומט מיר אונטער, שרייב איך אראפ אויף א עקסעל שיט, און עס שטייט דארט אז ווען איך גיין אי'ה זיין א מיליאנער גיי איך צוריק קומען צו די אלע איידעס, און וואס עס גייט נאך זיין אינטערעסאנט גייט מען זיך אויספירן..
יעצט דארף איך זוכער מאכען איין זאך, איך מאך געלט, אסאך געלט, אויב טוישן איך וואס איך טוה קען זיין לאנג טערם קען איך מאכן מער, אבער ווען מען איז א מיליאנער איז עס אסאך גרינגער..
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: הילף פארן קריעטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

וואס איז זיכער @נפשי אבקש.

דו שרייבסט ווי א באסס!!!!


דו האסט א געשמאקן פעדער.

שקויעך
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: הילף פארן קריעטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

קודם שטעל דיך אוועק אז ווען עס ווערט דיר שווער גיי נישט סתם קליקען אויף אייוועלט...
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: הילף פארן קריעטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

ייש''כ פארן ארויף ברענגען אזא וויכטיגע טעמע.
איך האב אויך די זעלבער פראבלעם
עס ליגט ביי מיר אין קעשענע כאטשיג 2-3 באמבאסטישע רעיונות און רעוואלוציעס, איך האב שוין באקומען עפראוועלס דורך אנדערע חכמים וואס האבן מיר גאישור'ט אז איך טראכט ריכטיג און איך קען מצליח זיין.
און דא שטייט עס יעצט.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
א גוטע תגובה
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 1:29 pm

Re: הילף פארן קריעטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע תגובה »

מען דארף וויסן אז פון עולם המחשבה ביזן עולם העשייה איז א ווייטע וועג
אפילו מען ווייסט קלאר און מוח וואס צוטון
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: הילף פארן קריעטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

א נארישע עצה, אפשר אפילו שלא מן הענין:

קודם זיי מכיר טובה דער מתנה וואס השי"ת האט דיר געגעבן, אז דיין מוח ארבעט פיין און אפילו בעסער פון פיין. און נאכדעם פאנג אן זען אז דו מענטשן וואס האבן נישט די מתנה, האבן אבער אן אנדערע מתנה פון רואיגקייט און פראקטישקייט.

און אנשטאט דעם וואס דו זאלסט טראכטן "אוי וויי! איך האב א פראבלעם!" ווייל דו האסט שוועריקייטן מיט'ן זיך אראפברענגען לידי מעשה, זאלסטו טראכטן "ברוך ה' איך האב א מעלה, אז מיין קאפ דרייעט זיך און שאפט מיר אסאך הנאות! טאקע קורצטערמיניגע, אבער דאך געשמאקע און ברייטע!".

און אנשטאט דעם וואס דו זאלסט באטראכטן יענעם ווי מצומצם וואס האט נישט קיין איידיעס, זאלסטו זען יענעמ'ס מעלה אלס איינער וואס איז אפשר אפילו גענוג עניו צו קענען הנאה האבן פון דיין קריעטיוויטי און דיר מכיר טובה זיין דערויף.

און וואס וועט זיין נאכדעם? ביטע זאג מיר וויאזוי ס'איז געווען...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: קריעטיוויטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג אפריל 24, 2022 3:59 pm
עס איז שווער צו גיבן ראט אין א פובליק פארום אויף פרטים. וואס איך וויל דיר יא זאגן. מ׳קען אויסטערליש מצליח זיין מיט די אייגנשאפטן, און דאס איז דורך זיך ארומנעמן סאציאליש מיט ׳מען-קען-יא׳ טיפ פערזאנען. און די ארבעט זיך צאמשטעלן/הייערן מענטשן מיט מער מסודר׳דיגע אייגנשאפטן און שטארקייטן (אזעלעכע וואס פארשטייען און רעספעקטירן דעם דיפערענץ) און אינאיינעם קען מען אנקומען גאר ווייטער און אפילו נאמער.
@נפשי אבקש איך נאר איבער קוואוטן וואס איך געשריבן דאן. יא, אויך נאכן ליינען די סברות פארוואס דו האלטס עס איז נישט פאר דיר.

פרוביר עס צו מאכן ארבעטן למחצה, לשליש ולרביע.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
גרינע קעטשאפ
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 12:28 am

Re: הילף פארן קריעטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע קעטשאפ »

עפעס האב איך געהערט לעצטנס אז ס'איז דא א סופארט גרופ פאר קריעטיווס, איינער ווייסט עפעס מער וועגן דעם?
גרינע קעטשאפ, מאכט מען פון צעקראכטע גרינע פיקלעך.
דער קעניג
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2023 2:47 pm

Re: הילף פארן קריעטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קעניג »

קודם שרייב אראפ יעדע איידיע שיק מיך עס אריין נאכדעם עמיר רעדן
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”