נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 11:27 am
מארגן מיטוואך גיייט פעדעראלע דיסטריקט ריכטער מעטיו קאסמאריק אויסהערן א וויכטיגע רציחה קעיס

מיר אויף אייוועלט האבן שוין דערמאנט אנהויב פעברואר למספרם אז עס קומט און פארוואס עס איז אזוי רעלעוואנט ווער עס איז דער ריכטער אויפן קעיס viewtopic.php?p=4109397#p4109397

אבער די ברייטע מידיא האט זיך ערשט ערוועקט די פארלאפענע מאנטאג און זיך אנגעהויבן כאפן אז א גאר ערנסטע רציחה קעיס אנטוויקלט זיך איינגעשפאנט רציחה אקטיוויסטן פון איבערן גאנצן לאנד נאכצופאלגן די אנטוויקלונגען

די רעדע איז פון א מעדיצין וועלכע די FDA האט באשטעטיגט צוריק אין 2000 למספרם און עס ווערט ברייט באנוצט פאר רציחה צוועקן און עס ווערט געשאצט צו זיין פאראנטווארטליך פאר ארום האלב פון די סארט רציחות נאציאנאל

די אורטייל פונעם ריכטער -סיידן עס ווערט ארויפגעשטעלט א סטעי- וועט אימפאקטירן אלע סטעיטס אריינגערעכנט אזעלכע וועלכע ערלויבן רציחה
ריכטער געצייגט גרייטקייט צו אורטיילן אויף א נאציאנאלע פארבאט אויף די סארט מעדיצינען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 17, 2023 10:38 am
מיגועל פערעז איז א בלינדער געוועזענע סטודענט פון מישיגען וועלכע האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן זיין שולע דיסטריקט פארן אים נישט צושטעלן א קוואליפיצירטע איבערטייטשער אויף זיין שפראך און דערמיט אים איבערגעלאזט אויסגעשפיגן אקאדעמיש און פון די סאציאלע וועלט

פערעז איז היינט 24 יאר אלט און האט עמיגרירט פון מעקסיקא ביי די 9 יאר און די שולע האט אים אנשטאט א קוואליפיצירטע איבערטייטשער צוגעשטעלט בלויז א געהילף וועלכע איז נישט געווען טרענירט ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט בלינדע קינדער און נישט געקענט די בלינדע שפראך

פערעז וועלכע האט גראדע נאכאנאנד באקומען ספעציעלע גוטע אויסצייכענונגען איז געווען שאקירט ווען ביים גראדואירן הויך שולע האבן זיי אים געמאלדן אז צום ערשטן מאהל וועט ער נישט באקומען א דיפלאמע און ער האט באקומען בלויז א סערטיפיקאט צו באשטעטיגן אז ער האט געענדיגט די פארלאנגטע לערנונגען

פערעז האט געפיילט אן אדמיניסטראטיווע באקלאגעניש אקעגן די שולע דיסטריקט און זיי באשולדיגט פארן פארלעצן די אינדיווידואלן מיט דיסעביליטי ערציאונג אקט וועלכע פארלאנגט פון שולע דיסטריקטן צוצושטעלן א פרייע און פאסיגע ערציאונג פאר באגרעניצטע קינדער און באזונדער פארן פארלעצן די אמעריקאנער מיט דיסעביליטיס אקט וועלכע פארבאט צווישן אנדערן דיסקרימינאציע אקעגן באגרעניצטע קינדער אין שולעס

צו פארגרינגערן פאר די ליינער גייענדיג פאראויס וועלן מיר אנרופן די צוויי געזעצן בי די פאלגענדע נעמען:

די ערשטע געזעץ וועלן מיר רופן "אינדיווידואלע געזעץ" און די צווייטע געזעץ וועט הייסן די "דיסקרימינאציע געזעץ"

א סטעיט אדמיניסטראטיווע ריכטער האט ארויסגעווארפן די "דיסקרימינאציע קלאגע" שרייבנדיג אז ער פארמאגט נישט די יוריסדיקציע אויסצוהערן אזא סארט קלאגע און אז אזא סארט באקלאגעניש קען ווערן אויסגעהערט בלויז אין פעדעראלן דיסטריקט געריכט

איבער די "אינדיווידואלע קלאגע" האט זיך פערעז עווענטועל אויסגעגליכן מיט די שולע וועלכע איז איינגעגאנגען צו דעקן די קאסטן אז ער זאל קענען גיין לערנען אין א שולע ספעציעל דעזיגנירט פאר בלינדע

פערעז האט זיך דאן געוואנדן צום פעדעראלן געריכט און געברענגט די "דיסקרימינאציע קלאגע" וועלכע איז נאך דערווייל נישט באהאנדלט געווארן נאך וואס די אדמיניסטראטיווע ריכטער האט קלארגעשטעלט אז ער פארמאגט נישט קיין יוריסדיקציע איבער דעם

ריכטער פאול מעלאני (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער) האט אבער נישט געוואלט אננעמען די קעיס און ערקלערט אז וויבאלד פערעז קען עכט באקומען די זעלבע סארט אנטשעדיגונג וואס ער זוכט (אונטער די "דיסקרימינאציע געזעץ") אויך דורך קלאגן איבער די "אינדיווידואלע געזעץ" דארף ער צו ערשט פרובירן צו באקומען דאס זייניגע דורך די ערשטע געזעץ אין אדמיניסטראטיוון געריכט

איר זענט צומישט?

אביסל אויסצוקלארן איז גענוג צו אונטערשטרייכן אז לויט די "אינדיווידואלע געזעץ" דארף אזא סארט קלעגער פרובירן אלע זיינע מעגליכקייטן אינעם אדמיניסטראטיוון געריכט איידער יענער קען באלעסטיגן די פעדעראלע געריכט סיסטעם

עס איז וואר אז איבער די "דיסקרימינאציע געזעץ" קען מען עכט יא גראד גיין צום פעדעראלן געריכט צוליב וואס אויף יענע געזעץ פארמאגט נישט די אדמינסטראטיווע געריכט קיין יוריסדיקציע אבער ריכטער מעלאני טענה'ט אז טראץ וואס ער קען טאקע נישט ברענגן די "דיסקרימינאציע קלאגע" אלץ א קלאגע אינעם אדמינסטראטיוון געריכט וואלט ער אבער יא געקענט דארט ברענגן קלאגעס איבער די "אינדיווידואלע געזעץ" און אויפגעטוהן גענוי די זעלבע ווי וואס ער זוכט איצט אויפצוטוהן מיטן ברענגן די "דיסקרימינאציע געזעץ" און באקומען די זעלבע סארט אנטשעדיגונג

איי וועט איר פרעגן אז פערעז האט דאך יא געברענגט א קלאגע אויך איבער די "אינדיווידואלע געזעץ" נאר ער האט זיך שפעטער אויסגעגליכן מיטן די שולע דיסטריקט ווי אויבנדערמאנט

טענה'ט ריכטער מעלאני אז די אויסגלייכונג באדייט אז ער האט נישט ריכטיג אויספרובירט אלע זיינע אפציעס און ער וואלט געדארפט קעמפן אין געריכט איבער די "אינדיווידואלע געזעץ" און נישט איינגיין אויף אן אפמאך

אויב וואלט ער פארלוירן די קעיס וואלט ער עס געדארפט אפעלירן אינעם אדמיניסטראטיוון געריכט סיסטעם און בלויז אויב ער וואלט דאס אויך פארלוירן וואלט ער זיך געקענט ווענדן צום פעדעראלן געריכט

א דריי ריכטער פאנעל אויפן זעקסטן קרייז געריכט האט באשטעטיגט ריכטער מעלאני'ס אורטייל און פערעז האט עס אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע איז עס איינגעגאנגען אויסצוהערן

פערעז שרייבט צום סופרים קאורט אז די "אינדיווידואלע געזעץ" פארלאנגט טאקע אז איידער מען וויל מאכן א קעיס אין פעדעראלן געריכט וועלכע "זוכט אזא סארט אנטשעדיגונג ווי דאס וואס מען באקומט אונטער אינדיווידואלע געזעץ" דארף מען אויספרובירן אלע אנדערע מעגליכקייטן (אין אדמיניסטראטיוון געריכט) און לויט ווי ריכטער מעלאני שרייבט האט ער עס נישט געטוהן זינט ער איז איינגעגאנגען אויפן אפמאך

שרייבט אבער פערעז אז אין זיין פאל דארף ער נישט נאכקומען אט די פארלאנג אויסצופרובירן אלע מעגליכקייטן צוליב וואס זיין קלאגע איז איבער די
"דיסקרימינאציע געזעץ" און ער זוכט אנדערע סארט אנטשעדיגונג ווי וואס מען קען באקומען אונטער די "אינדיווידואלע געזעץ" און דאס איז געלט אנטשעדיגונג אויף די שאדן און ווייטאג וואס ער איז אריבער און דאס איז א סארט אנטשעדיגונג וואס מען קען נישט באקומען אונטער די "אינדיווידואלע געזעץ" און די "אינדיווידואלע געזעץ" פארלאנגט בלויז אויסצונוצן אלע אפציעס אין אדמיניסטראטיוון געריכט אויב מען זוכט "זוכט אזא סארט אנטשעדיגונג ווי דאס וואס מען באקומט אונטער אינדיווידואלע געזעץ"

והשנית טענה'ט פערעז אז לשיטתו האט ער גראדע יא אויסגענוצט אלע זיינע אפציעס אויך איבער די "אינדיווידואלע קלאגע" צוליב די צופרידנשטעלנדע אפמאך פארשלאג וואס ער האט באקומען

ער ווייזט אן אז די "אינדיווידואלע קלאגע" מוטיגט קלעגער צו אקצעפטירן אפמאכן אונטער וועלכע זיי באקומען געלט צו קענען משלים זיין פארפעהלטע לימודים און די גאנצע ציהל פונעם געזעץ איז טאקע צו פארזיכערן אז אלע סטודענטן באקומען א פאסיגע ערציאונג

פערעז זאגט אז אויב דאס אקצעפטירן אזא אפמאך באדייט אז מען האט נישט אויספרובירט אלע אפציעס וועט עס מיינען אז דיסעיבלד קלעגער וועלן זיין געצווינגען אפצוזאגן גוטע פארשלאגן פון סעטלמענטס אויב ווילן זיי נאך שפעטער קענען ברענגן אנדערע סארט קלאגעס (ווי די "דיסקרימינאציע קלאגעס" וועלכע זוכט געלט אנטשעדיגונג פאר די ווייטאג און שאדנס וואס מען איז אריבער)

אויב זאלן טאקע אזעלכע קלעגער דארפן פארציכטן אויף גוטע סעטלמענט פארשלאגן וועט עס מיינען אז זיי וועלן נישט באקומען די פאנדינג משלים צו זיין די לימודים אין די יארן וואס עס איז קריטיש וויכטיג און דאס גייט אקעגן די גאנצע גייסט פון די "אינדיווידואלע געזעץ" און דעריבער איז אבסורד צו זאגן אז דאס איז גאר וואס די געזעץ האט געמיינט ווען עס פארלאנגט אויסצונצן אלע אפציעס אין געריכט

אויף די ערשטע טענה ענטפערט די שולע סיסטעם אין זייער ארגומענט אז די "אינדיווידואלע געזעץ" אין אלגעמיין איז טאקע געציהלט צו פארזיכערן אז אלע סטודענטן באקומען א פאסיגע ערציאונג אבער די טייל וועלכע אדרעסירט וועלכע רעכטן קלעגער באקומען איז איז נישט באגרעניצט און מאטיווירט צו פארזיכערן אז די ערציאונג פון די בא'עולה'טע ווערט ערזעצט נאר איז מער א ברייטערע פארזיכערונג פאר זיי צו באקומען אנטשעדיגונג

דעריבער איז די אנטשעדיגונג וואס מען קען באקומען אונטער די "אינדיווידואלע געזעץ" (ערציאונג ערזאץ אנטשעדיגונג) און די וואס מען קען באקומען אונטער די "דיסקרימינאציע געזעץ" (שטראף אנטשעדיגונג) אין די זעלבע קאטעגאריע ווייל אין באצוג צו די רעכטן וואס קלעגער האבן צו קלאגן זוכט נישט די געזעץ מבחין צו זיין איבער וועכלע סארט אנטשעדיגונג עס האנדלט זיך ווייל די מאטיוו פון ביידע סארט אנטשעדיגונגען זענען ביידע די זעלבע און דאס איז צו פארגיטיגן די באגרעניצטע (לאפוקי פון די פערעז ארגומענט אז די ערזאץ אנטשעדיגונג איז מיטן בלויזן ציהל צו פארזיכערן אז זיי קענען משלים זיין די לימודים)

דעריבער ווען א קלעגער זוכט צו קלאגן אונטער די "דיסקרימינאציע געזעץ" (פאר שטראף אנטשעדיגונג) דארף מען זיך רעכנען מיט וואס עס שטייט אינעם "אינדיווידואלע געזעץ" אז ווען עימיצער זוכט "אזא סארט אנטשעדיגונג ווי דאס וואס מען באקומט אונטער אינדיווידואלע געזעץ" דארף מען צו ערשט אויסנוצן אלע אנדערע אפציעס

לויט די שולע הייסט די שטראף אנטשעדיגונג אויך אן אנטשעדיגונג וואס מען קען באקומען אונטער די "אינדיווידואלע געזעץ" טראץ וואס טעכניש קען מען באקומען דערונטער בלויז ערזאץ אנטשעדיגונג צוליב וואס לויט זיי איז די ערזאץ אנטשעדיגונג נישט בלויז צו פארריכטן די פארפאסטע לימודים שאדן נאר מער אלץ א שטראף אויף די באקריוודער און לויט דעם אז אויך די ערזאץ אנטשעדיגונג איז א שטראף סארט אנטשעדיגונג

לויט איז עס ווי די "אינדיווידואלע געזעץ" זאל ווען אפן שרייבן אז אויך צו קענען באקומען שטראף אנטשעדיגונג (אריינגערעכנט דאס וואס "דיסקרימינאציע געזעץ" שטעלט צו) דארף מען צו ערשט האבן אויספרובירט אלע אנדערע אפציעס

די שולע ווארנט אז אויב זאל פערעז אויספירן וועט עס מיינען אז עלטערן פון באקריוודעטע וועלן אויסקרויזן די ערשטע אפציע פון זוכן ערזאץ אנטשעדיגונג אונטער די "אינדיווידואלע געזעץ" און זיך גראד ווענדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט פאר שטראף אנטשעדיגונג אונטער די "דיסקרימינאציע געזעץ" און דערמיט וועט אויסקומען אז די באקריוודעטע קינדער וועלן נישט באציינטס באקומען זייער קריטיש וויכטיגע ערזאץ ערציאונג
די סופרים קאורט האט איצט איינשטימיג געאורטיילט אין שטיצע פונעם בלינדן סטודענט און געשריבן אז ער קען פאראויסגיין מיט זיין קלאגע

ריכטער גארסוטש האט געשריבן די אורטייל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 12, 2022 11:21 am
אקלאהאומא גאווערנאר קעווין סטיט וועט אונטערשרייבן א ביל צו באשטראפן רציחה סערווירער ביז צו א מאקסימום פון 10 יאר טורמע און 100 טויזנט דאלער שטראף
די סטעיט'ס סופרים קאורט שטימט אראפ די געזעץ און שרייבט אז די סטעיט קאנסטיטוציע בארעכטיגט חייך קודמין רציחה אין פאל וואס דאס לעבן וועלכע זוכט די סערוויס איז אין געפאר
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 9:38 am
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 12, 2022 11:21 am
אקלאהאומא גאווערנאר קעווין סטיט וועט אונטערשרייבן א ביל צו באשטראפן רציחה סערווירער ביז צו א מאקסימום פון 10 יאר טורמע און 100 טויזנט דאלער שטראף
די סטעיט'ס סופרים קאורט שטימט אראפ די געזעץ און שרייבט אז די סטעיט קאנסטיטוציע בארעכטיגט חייך קודמין רציחה אין פאל וואס דאס לעבן וועלכע זוכט די סערוויס איז אין געפאר
און דער א.ג. רודף האט נישט קיין קאנסטיטוציע און קיין גואל הדם, שיין דערלעבט.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:18 pm
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 9:38 am
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 12, 2022 11:21 am
אקלאהאומא גאווערנאר קעווין סטיט וועט אונטערשרייבן א ביל צו באשטראפן רציחה סערווירער ביז צו א מאקסימום פון 10 יאר טורמע און 100 טויזנט דאלער שטראף
די סטעיט'ס סופרים קאורט שטימט אראפ די געזעץ און שרייבט אז די סטעיט קאנסטיטוציע בארעכטיגט חייך קודמין רציחה אין פאל וואס דאס לעבן וועלכע זוכט די סערוויס איז אין געפאר
און דער א.ג. רודף האט נישט קיין קאנסטיטוציע און קיין גואל הדם, שיין דערלעבט.
דאס איז כדין תורה, וואס איז דיין פראבלעם?
פוצה פה ומצפצף
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 2:02 pm
ניו יארק סטעיט האט נישט לאנג צוריק באשטעטיגט א געזעץ וועלכע נעמט אראפ די סטעטשו אוו לימיטעישאנס צו קענען ברענגן געוויסע סארט איבערפאל קלאגעס פאר ציווילע קאמפענצאסיע

די געזעץ האט אפגעשפיגלט א געזעץ באשטעטיגט צוריק אין 2020 למספרם אבער יענע געזעץ איז געווען געווידמעט בלויז פאר איבערגעפאלענע קינדער וועלכע קומען שפעטער ארויס פארציילן כד הוינא טליא אינצידענטן און די נייע געזעץ נעמט עס א טריט ווייטער צו ערלויבן אויך אזעלכע וועלכע ווערן איבערגעפאלן אלץ ערוואקסענע צו ברענגן ציווילע קלאגעס מיט יארן שפעטער

פון די סאמע ערשטע אויסצונוצן די נייע געזעץ איז א געוויסע שרייבערין וועלכע באשולדיגט טראמפ אין אזא סארט אינצידענט צוריקגייענדיג מיט לאנגע יארן צוריק און האט געברענגט א קלאגע אקעגן אים

טראמפ האט זייער טראציג אפגעווארפן אירע באשולדיגונגען און זי האט אין רעאקציע אריינגעטראגן א פרישע קלאגע פון פארלוימדונג

טראמפ האט אצינד אריינגעטראגן א פעדעראלע אנקלאגע אין א פארזוך צו בלאקירן די געזעץ און זיין אדוואקאט אלינא האבא האט געזאגט פארן ריכטער אז אנדערש ווי די ערשטע געזעץ (וועלכע איז אויך אויסגעשטאנען קלאגעס אבער געפונען געווארן אלץ אויסגעהאלטן) וועלכע איז ספעציעלע דעזיגנירט צו באשוצן א מער אומבאהאלפענע קלאס פון איבערגעפאלענע (יוגנטליכע) איז די נייע געזעץ גאר ברייט און טוט אן קיין ערקלערונג עפענען אפגעלאפענע קלאגעס און איז אומגעזעצליך

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער לואיס קאפלאן האט רעאגירט זאגנדיג: איך וואלט נישט גערעכנט אויף דעם (ארגומענט)

די אדוואקאטן פון די שרייבערין האבן זיך ארויפגעכאפט אויף די באמערקונג און עס באצייכנט אלץ אנזאג פאר א טויט קלאפ אויף די טראמפ מאושען און ערווארטן אז דער ריכטער זאל שנעל ארויסווארפן די קעיס
דער ריכטער באשליסט אז צו נעמען אן אנאנימע דזשורי צושרייבנדיג זיין באשלוס צו "טראמפ'ס היסטאריע פון אטאקירן געריכטן, ריכטער, געזעץ אינפארסירער, פובליק באאמטע און אפילו אינדיווידועלע דזשורארס אין אנדערע קעיסעס"
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 9:32 am
הכל הבל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 2:02 pm
ניו יארק סטעיט האט נישט לאנג צוריק באשטעטיגט א געזעץ וועלכע נעמט אראפ די סטעטשו אוו לימיטעישאנס צו קענען ברענגן געוויסע סארט איבערפאל קלאגעס פאר ציווילע קאמפענצאסיע

די געזעץ האט אפגעשפיגלט א געזעץ באשטעטיגט צוריק אין 2020 למספרם אבער יענע געזעץ איז געווען געווידמעט בלויז פאר איבערגעפאלענע קינדער וועלכע קומען שפעטער ארויס פארציילן כד הוינא טליא אינצידענטן און די נייע געזעץ נעמט עס א טריט ווייטער צו ערלויבן אויך אזעלכע וועלכע ווערן איבערגעפאלן אלץ ערוואקסענע צו ברענגן ציווילע קלאגעס מיט יארן שפעטער

פון די סאמע ערשטע אויסצונוצן די נייע געזעץ איז א געוויסע שרייבערין וועלכע באשולדיגט טראמפ אין אזא סארט אינצידענט צוריקגייענדיג מיט לאנגע יארן צוריק און האט געברענגט א קלאגע אקעגן אים

טראמפ האט זייער טראציג אפגעווארפן אירע באשולדיגונגען און זי האט אין רעאקציע אריינגעטראגן א פרישע קלאגע פון פארלוימדונג

טראמפ האט אצינד אריינגעטראגן א פעדעראלע אנקלאגע אין א פארזוך צו בלאקירן די געזעץ און זיין אדוואקאט אלינא האבא האט געזאגט פארן ריכטער אז אנדערש ווי די ערשטע געזעץ (וועלכע איז אויך אויסגעשטאנען קלאגעס אבער געפונען געווארן אלץ אויסגעהאלטן) וועלכע איז ספעציעלע דעזיגנירט צו באשוצן א מער אומבאהאלפענע קלאס פון איבערגעפאלענע (יוגנטליכע) איז די נייע געזעץ גאר ברייט און טוט אן קיין ערקלערונג עפענען אפגעלאפענע קלאגעס און איז אומגעזעצליך

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער לואיס קאפלאן האט רעאגירט זאגנדיג: איך וואלט נישט גערעכנט אויף דעם (ארגומענט)

די אדוואקאטן פון די שרייבערין האבן זיך ארויפגעכאפט אויף די באמערקונג און עס באצייכנט אלץ אנזאג פאר א טויט קלאפ אויף די טראמפ מאושען און ערווארטן אז דער ריכטער זאל שנעל ארויסווארפן די קעיס
דער ריכטער באשליסט אז צו נעמען אן אנאנימע דזשורי צושרייבנדיג זיין באשלוס צו "טראמפ'ס היסטאריע פון אטאקירן געריכטן, ריכטער, געזעץ אינפארסירער, פובליק באאמטע און אפילו אינדיווידועלע דזשורארס אין אנדערע קעיסעס"
איז טא דזשורי אייביג אנאנים?
פוצה פה ומצפצף
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די הינט שפילצייג פירמע VIP איז בארימט מיט זייער איינפיר ארויסצושטעלן פראדוקטן מיט נעמען און אויפשריפטן אויפן לעיבל נאכגעמאכט פון באקאנטע ברענדס און סימבאלן אויף אן הומאריסטישע וועג

די מאדעל פון די ספעציפישע שפילצייג פון וועלכע מיר רעדן איז א נאכגעמאכטע פארעם פון די דזשעק דעניעלס וויסקי פלאש און איז אין די זעלבע מאס

עס איז באצירט מיטן זעלבן סארט לעיבל און בוכשטאבן דערויף נאר די ווערטער דערויף איז לייכט ארומגעטוישט און אהערגעשטעלט אין א ווערטער שפיל ווען אנשטאט אנשטאט די ווערטער "אלטע נומער 7 טענעסי צומאלענע וויקסי פארבריצירט דורך דזשעק דעניעלס (וואס שטייט אויפן וויסקי פלאש) איז די אויפשריפט אויפן שפילצייג "אלטע נומער 2 טענעסי קארפעט פאבריצירט דורך שלעכטע ספעניעלס (ספעניעלס איז הינט)

די דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אין שטיצע פון דזשעק דעניעלס און פארארדנט VIP אויפצוהערן עס צו פאבריצירן אבער זיי האבן עס אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט געאורטיילט אין שטיצע פון VIP

דזשעק דעניעלס האט אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלכע האט עס באוויליגט אויסצוהערן

די לעגאלע ארגומענטן קאנצעטרירן זיך אויף צוויי באזונדערע געזעצן גערופן די לענהעם'ס אקט און די דיילושען רעוויזשאן פראוויזיע (עס איז א פראוויזיע אונטער די לענהעם אקט)

די לענהעם אקט שרייבט אז נוצן א צווייטן'ס אויפשריפט אין א וועג וואס טוט ווארשיינליך שאפן צומישעניש איבער די ארגינעלע פראדוקט איז א טרעידמאק פארלעצונג

די לענהעם אקט האט אבער געלאזט ברייט אפן די פראגע וועלכע טעסט צו נוצן ווי אזוי אפצושאצן ווען עס נאכגעמאכטע מוסטער פאלט אריין אין די קאטעגאריע פון די פארבאט צוליב וואס עס צומישט קאנסומער

אין אלגעמיין טוען געריכטן זיך באנוצן מיט די "מולטי פאקטאר טעסט" וואס קוקט איבער אין יעדן פאל ווי אקוראט נאכגעמאכט די אויפשריפט איז און נאך א רייע דעטאלן אפצושאצן ווי ערנסט איז די שאנס צו שאפן צומישעניש

די ניינטע סירקוט איז אבער געקומען צום אויספיהר אז די וועג ווי אזוי אפצושאצן וועלכע פובליק אינטערעסע וועג איבער איז זיך צו צו באנוצן מיט א צוויי פראגן טעסט וועלכע די צווייטע סירקוט קאורט האט אוועקגעשטעלט אין א צווייטע ענליכע קעיס און עס ווערט גערופן די "ראדזשערס טעסט" אויפן נאמען פון יענע קעיס

די צוויי זאכן וואס אנגעקלאגטע דארפן קענען אויפווייזן זענען אז די נאכגעמאכטע מעסעדזש אויפן לעיבל איז נישט א טיפישע רעקלאמע פארן פראדוקט נאר ליבערשט אן ארטיסטישע וועג פון אויסדרוקן א מעסעדזש אדער סיי וואס און די צווייטע זאך איז צו איבערצייגן אז עס טוט נישט צומישן קאנסומער צווישן די צוויי פראדוקטן

די ניינטע קרייז געריכט שרייבט אז די סעריע פון ארטיסטישע מעסעדזשעס וועלכע VIP שטעלט ארויף אויף אירע פראדקטן איז באשוצט אלץ אן אויסדרוק אונטער די ערשטע אמענדמענט סיידן דזשעק דעניעלס קען איבערצייגן אז די אויפשריפט איז נישט ארטיסטיש פארבונדן צו די VIP אלגעמיינע סעריע פון הומאריסטישע אויפשריפן אדער אז עס טוט קלאר פארפירן קאנסומער איבער די אינהאלט אדער פאבריצירער פון די פראדוקטן

דזשעק דעניעלס שלאגט עס אבער אפ מיט א רייע ארגומענטן אריינגערעכנט אז די אויפשריפט אין די קעיס איז נישט אן ארטיסטישע מעסעדזש נאר א פארפירערישע איינדרוק איבער די ברענד און פארבריצירער און זיי פארלאנגען פונעם סופרים קאורט צו עלימינירן די "ראדזשערס טעסט" שרייבנדיג אז די לענהעם אקט דערמאנט נישט אפילו אומדירעקט אזא סארט טעסט און גלויבנדיג אז גייענדיג בלויז מיט די "מולטי פאקטאר טעסט" האבן זיי בעסערע שאנסן

VIP טענה'ט אבער אז די לענהעם אקט דערמאנט נישט ספעציפיש קיין איין סארט טעסט און אז געריכטן איבער'ן לאנד זענען אויפגעקומען מיט די צוויי סארט טעסטן אנצופירן די חלל וואס די לענהעם אקט האט געלאזט ליידיג און אז די פונקציע פון די"ראדזשערס טעסט" איז געציהלט צו דעקן עפעס וואס די "מולטי פאקטאר טעסט" האט אויסגעלאזט

זיי ברענגן ארויס אז זיך פארלאזן בלויז אויף די "מולטי פאקטאר טעסט" אפצושאצן ווי ענליך די נאכגעמאכטע אויפשריפט איז צו די ארגינעלע איז צו שטארק גענויגט צו שטיצן די ארגינעלע טרעידמארקס אבער די "ראדזשערס טעסט" קוקט נישט בלויז אויף די טרוקענע אויפשריפט נאר אויף איר מעסעדזש און באדייט און ווי אזוי זי ווערט פארשטאנען דורך קאנסומער

די דיילושען פראוויזיע ערלויבט צו ברענגן טרעידמארק קלאגעס אין פעלער וואס פראמינענטע ברענד אויפשריפטן ווערן נאכגעמאכט אין א וועג וואס קען פארשמירן/שעדיגן די רעפוטאציע פון די ברענד

די דיילושען פראוויזיע מאכט אבער אן אויסנאם אין פעלער וואס אויפשריפטן ווערט קאפירט אין א קאמישע וועג פאר נישט קאמערציאלע באנוץ אבער די אויסנאם איז באגרעניצט צו פעלער וואס די צוועק פון עס קאפירן איז נישט צו שטופן די פארקויף פון יענעם'ס אייגענע פראדוקטן

VIP האט גראדע גע'טענה'ט אז די פולע דיילושען פראוויזיע דארף ווערן ארויסגעווארפן צוליב וואס עס פארלעצט די ערשטע אמענדמענט פרייהייט פון אויסדרוק

זיי האלטן אז א פארבאט זיך צו באנוצן מיט אן אויפשריפט צוליב וואס עס ברענגט אראפ די פרעסטיזש פון די אריגנעלע אויפשריפט גייט אקעגן פרייהייט פון אויסדרוק

אבער די ניינטע קרייז געריכט איז נישט געגאנגען ביז אהין נאר שרייבנדיג אז אפילו מיט די פראוויזיע אין פלאץ איז דאך פארהאן די אויסנאם וואס ווערט געמאכט פאר נישט קאמערציאלע באנוץ און צוליב וואס די מעסעדזש און אויסדרוק פון VIP איז אין אן הומאריסטישע וועג איז עס נישט פאר קאמערציאלע באנוץ און עס טוט נישט שעדיגן די רעפוטאציע פון די דזשעק דעניעלס ברענד

די קרייז געריכט איז איינשטימיג מיט VIP אז ווען קאנגרעס האט געשריבן די נאן קאמערציאלע אויסנאם האבן זיי נישט געמיינט די אפטייטש פון יא אדער נישט קאמערציאל וואס מענטשן נוצן געווענליך (אז אויב האנדלט זיך עס איבער סעליס פאלט עס אויטאמאטיש אונטער א קאמערציאלע קאטעגאריע) נאר באזירט אויף לאנגיעריגע געריכט פרעצעדענט וואס לויטעט אז אויב איז די מעסעדזש "אויך" פאר אנדערעצוועקן (ארטיזם און דאס גלייכן) ווערט עס שוין באטראכט אלץ נישט קאמערציאל (און קוואליפיצירט דעריבער פארן אויסנאם) אפילו אויב עס איז פאקטיש אויך טייל פון א פראדוקט פארקויף

באלד אין אנהויב פון די מונדליכע ארגומענטן איז קלאר געווארן אז VIP האט א פראבלעם מיט די דריי ליבעראלע ריכטער וועלכע האבן קאנקורירט צווישן זיך איבער ווער עס קען בעסער ארויסקוועטשן פון ליסא בלאט -וועלכע האט רעפרעזענטירט דזשעק דעניעלס- ערקלערונגען פארוואס די הינט שפילצייג אויפשריפט אין די קעיס זאל זיין א פראבלעם אפילו אויב האלט מען זיך צום ראדזשערס טעסט

ריכטערין קעיגען האט געזאגט אז די שפילצייג איז א געווענליכע קאמערציאלע פראדוקט וועלכע באנוצט זיך מיט אן לעיבל וועלכע ווערט אלעמהאל גענוצט צו אידענטיפיצירן די נאמען פון די פראדוצירער

זי האט זייער קלאר געזאגט אז זי האט נישט קיין אפעטיט לויז צו ווערן פון די ראדזשער טעסט צוליב וואס עס דעקט אנדערע קעיסעס וועלכע זענען אינגאנצן אנדערש פון די דאזיגע קעיס וואס דארט איז יא פאסיג פאר ריכטער זיך צו באנוצן מיט די טעסט

אויך די פראגן וואס זי האט געשטעלט צו בענעט קופער -וועלכע האט רעפרעזענטירט VIP- האט קלארגעשטעלט אז איר פאזיציע איז היבש צעמענטירט וועלנדיג בלייבן מיטן ראדזשערס טעסט אבער נישט גרייט צו גיבן די גרינע ליכט פאר VIP צו ווייטער פארקויפן די שפילצייג

קעיגען האט זיך אנטשולדיגט אז זי מעגליך מאנגלט אין הומאר (און באגרייפט נישט גענוג ווי קאמיש די מעסעדזש אויפן אויפשריפט איז) אבער אנגעוויזן פאר קופער אז די שפילצייג איז א סטאנדארד קאמערציאלע פראדוקט און נישט א פאליטישע העמדל אדער פילם און עס איז נישט קיין ארטיסטישע פאטאגראף

זי אנערקענט אז עס קען זיך מאכן געוויסע שווערע קעיסעס איבער זאכן וואס זענען אין גרויע זאנע און שוער צו באשטימען אין וועלכע קאטעגאריע זיי פאלן אבער הינט שפילצייג זענען נישט איינע פון זיי און דעריבער קען די פירמע זיך נישט שוצן אונטער די ערשטע אמענדמענט מאנטל

ריכטערין דזשעקסאן האט גראדע יא גענוצט אביסל אן אנדערע שפאקטיוו באטראכטנדיג די ראדזשערס טעסט זאגנדיג פאר בלאט אז די וועג ווי אזוי בלאט מאהלט אראפ די ראדזשערס טעסט איז אלץ עפעס וואס זוכט צו דעצידירן אויב אן אויפשריפט ווערט פאררעכנט אלץ ארט אבער זאגט אז אז אין איר אויסקוק איז די ראדזשערס טעסט מער א ריינערע און מער אפעקטיווע געצייג און מער אין איינקלאנג מיט די שפראך אין די געזעץ וואס זוכט צו פעסטשטעלן אויב די מעסעדזש אויפן לעיבל ווערט גענוצט אין א וועג צו פארשטעלן וועלכע פירמע עס שטייט אונטער די פראדוקציע און אויב די ענטפער אויף אזא טעסט איז נעגאטיוו דאן זאל מען נישט קענען קלאגן די פירמע

זי האלט אז די אישו איבער צומישעניש איז באגרעניצט צו א זארג אז קאנסומער זעען א לעיבל און פארלאזן זיך אויף יענע אינפארמאציע צו באשליסן ווער עס איז די פראדוצירער אבער אויב גייט מען פארבאטן צו קאפירן די אויפשריפט אפילו אין פאל וואס פון די לעיבל איז גענוג קלאר פאר די קאנסומער אז די רעדע איז פון עפעס אנדערש (בלויזע הומאר) ריזיקירט מען שוין מיטן טרעטן אויף ארטיסטישע ערשטע אמענדמענט רעכטן

אויך ריכטערין סאטאמאיאר איז געווען אומבאקוועם ארויסצושליידערן די ראדזשערס טעסט און ווען מעטיו גוארנערי האט אנגעהויבן זיין רעדע צו מאכן די קעיס פאר די פעדעראלע רעגירונג האט זי אים גראד איבערגעהאקט און געזאגט אז וויבאלד זי איז אלץ געווען גענויגט צו לאזן אין פלאץ פרעצעדענט קרייז געריכט אורטיילן וועלכע זענען שוין איינגעגעראבן אין די יורידישע סיסטעם און ווערן בריטי באנוצט איבערן לאנד וואלט זי געוואלט הערן פון אים ווי אזוי מען קען לאזן די ראדזשערס טעסט אין פלאץ אבער אויף א באגרעניצטע פארנעם (און נישט אויף א ברייטע פארנעם אזוי ווי VIP וויל)

טראץ וואס פון די אויבנדערמאנטע ריכטער האט אויסגעקוקט ווי זיי ווילן האלטן די ראדזשערס טעסט אין פלאץ אבער אויף א באגרענציטע פארנעם וואס קען מיינען אז VIP זאל דורכפאלן די טעסט האט די שפילצייט פירמע יא אנגעטראפן סימפאטישע אויערן מיט ריכטער אליטא וועלכע איז געווען זייער אומאיבערצייגט פון דזשעק דעניעל'ס ארגומענטן אז די נאכגעמאכטע לעיבל שאפט צומישעניש

ער האט נאכאנאנד געפרעגט צו סיי וועלכע ראציאנאלע פערזאן וועט מיינען אויף אן אמת אז דזשעק דעניעלס שטייט אונטער די לעיבל און האט באשטעטיגט עס צו דרוקן

אליטא איז געווען באזארגט אז אויב מען וועט פארבאטן אזזא שפילצייג לעיבל וועט נישט פארבלייבן צופיל פרייהייט פון אויזדרוק אין לאנד

בלאט האט געזאגט פאר אליטא אז די ריכטיגע טעסט דארף זיין עפעס וואס דער אלגעמיינער בירגער וואלט פארשטאנען און נישט ווי אזוי דער געווענליכער פעדעראלע ריכטער וואלט עס אנגעקוקט

בלאט צו אליטא: דו ביז געגאנגען אין געזעץ שולע און און גראדואירט פון יעיל, דו ביזט גאר קלוג אטון זייער אנאליטיש

אליטא האט רעאגירט אז ער איז טאקע דארט געווען אבער גארנשט געלערנט איבער געזעץ

אליטא האט אויך געזאגט אז ער איז די אייגנטימער פון א הינט און ווייסט צו זאגן איבער די טעמע

ריכטער גארסוטש האט איז אויפגעקומען מיט א פרישע געדאנק אז די געריכט זאל מעגליך צוריקשיקן די קעיס צום אונטערשטן געריכט אבער נישט צוליב וואס די סופרים קאורט זאל באשטעטיגן אז די ראדזשערס טעסט איז אויסגעהאלטן נאר זאל שרייבן אז די אונטערשטע געריכט איז געווען איבערגעאיילט מיטן קומען צום אויספיהר אז אונטער די מולטי פאקטאר טעסט איז VIP א פארלירער

גארסוטש וויל אז די דיסטריקט געריכט זאל בעסער אריינקוקן אין יענע טעסט און גרונטליכער אויפמערקן די דיפערענצן צווישן די אריגענעלע און נאכגעמאכטע לעיבלס און מעגליך קומען צו נייע מסקנות

קופער וועלכע האט רעפרעזענטירט VIP האט זייער נישט געשמעקט אזא אפציע נאר ער וויל אז מען זאל עס צוריקשיקן אויף שטארקערע גרונדן באזירט אז די ראדזשערס טעסט איז יא אויסגעהאלטן און גארסוטש האט אים אויסגע'מוסר'ט פארן נישט אקצעפטירן זיין פארשלאג

גארסוטש האט געהאלטן אז קופער זאל דארף זיין צופרידן אז ער איז אים גרייט צו גיבן א זיג און נישט זיין אזוי קלייבעריש אין וועלכע פאפיר איינצופאקן דאס געשאנק (טראץ וואס האלט אז די גארסוטש פארשלאג איז פיל שוואכער ווי א באשטעטיגוןנגפונעם ראדזשערס טעסט) און די דיסטריקט געריכט קען וויייטער באשליסן צו אורטיילן אקעגם זיין קליענט

גארסוטש האט געזאגט פאר קופער: מיינסטנס אדוואקאטן שטייען נישט ביי ברעטל צו ארגומענטירן אקעגן א געווינס (ווי צו זאגן: פריי זיך מיט וואס דו באקומסט)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 4:54 pm
צוריק אין 1962 האט די אמעריקאנע וואלד סערוויס ערהאלטן אן ערלויבעניש אז די ראבינס גאלטש ראוד וועלכע לויפט אויף א 60 פיס שטרעקע אין רורעל מאנטאנא זאל קענען דורכשניידן לאנד וועלכע באלאנגט צו לערי סטיווענס ווילקינס און דזשעין סטענטאן און די שטראז לויפט אריבער הארט אין פארנט פון זייערע היימען

אין 2006 למספרם האט די פארעסט סערוויס ארויפגעצויגן דארט א שילד וועלכע לייענט זיך: פובליק צוטריט אויף פריוואטע לאנד

ווילקינס און סטענטאן האבן זיך אנגעהויבן באקלאגן אז זינט די טראפיק דארט האט זיך פארמערט טוען מענטשן פארלעצן זייער פריוואטע פראפערטי רעכטן און רויבערייען, יאגד און שיסערייען אין ריכטונג פון זייערע הייזער זענען געווארן אן אפטע ערשיינונג דארט

נאכן דורכפאלן צו איבערצייגן די פארעסט סערוויס אין 2017 למספרם צו אדרעסירן די פראבלעם האבן די צוויי אריינגעטראגן אן אנקלאגע אין געריכט צו קלארשטעלן אויב די פארכאפונג פון זייער לאנד איז געווען אויסגעהאלטן שרייבנדיג אז צאהל מענטשן וועלכע באנוצן זיך מיט די שטראז איז פיל מער ווי דאס וואס די וואלד סערוויס האט געשאצט ביים אנאליסירן וויפיל עס וועט קענען פארטראגן און באזירט אויף דעם עס אנעקסירט פאר פובליק באנוץ

אין אלגעמיין איז דא א 12 יאר סטעטשו אוו לימיטעישאנס ווען עס קומט צו קלאגעס פון אן ערעור אויף די אייגנטומערשאפט פון פראפערטי
אין פאל פון ווילקינס און סטענטאן האט טאקע די אונטערשטע געריכט און שפעטער די ניינטע קרייז געריכט ארויסגעווארפן זייערע קלאגעס צוליב דעם

די קלעגער זוכן צו מאכן די ארגומענט אז אין זייער פאל איז גילטיג די "קלעימס פראסעסינג" פארשריפט וועלכע טוט באגרעניצן די פעלער ווען סטעטשו אוו לימיטעישאן געזעצן זענען "יוריסדיקציאנאל"

א סטעטשו אוו לימיטעישאן געזעץ וואס איז "יוריסדיקציאנאל" באדייט אז איינמאהל א קלעים איז נישט געמאכט געווארן אין צייט פארלירט דער קלעגער אויטאמאטיש און קאטעגאריש סיי וועלכע רעכט צו קענען ברענגן זיין באקלאגעניש אין געריכט

אויב אבער א לימיטעישאן סטעטשו ווערט נישט באצייכנט אלץ "יוריסדיקציאנאל" מיינט עס אז אין אלגעמיין קען מען טאקע בלויז קלאגן אין די באשטימטע צייט אבער קלעגער קענען בעהטן די ריכטער זיי צו גיבן נאך א שאנס אפילו נאך וואס די צייט איז אריבער אויב זיי קענען אנגעבן א צופרידנשטעלנדע ערקלערונג פארן זיך דערמאנען שפעט ווי צום ביישפיל טעכנישע אפהאלטן פון פיילן די קלעים אין צייט

מען דארף געדענקן אז אפילו אויב די קעיס איז נישט יוריסדיקציאנאל מוז נישט מיינען אז די געריכטן וועלן נאכגעבן די ארגומענטן פון די קלעגער וועלכע לויטן אז זיי פארמאגן טאקע ערנסטע אויסריידן פארן פיילן שפעט

די דיסטריקט געריכט און דערנאך די ניינטע קרייז געריכט האבן געאורטיילט אין שטיצע פון די רעגירונג און די קלעגער האבן עס גענומען צום סופרים קאורט

אט די אישו האט טאקע פארנומען היבש אביסל צייט ביי די מונדליכע ארגומענטן ווען טייל ריכטער האבן באהאנדלט אויב עס איז טאקע אזא גרויסע אונטערשיד אויב זיי וועלן דערקלערן די קעיס יוריסדיקציאנאל אדער נישט ווייל אפילו אוי זיי וועלן ערלויבן די קלעימס פראסעסינג רול איז נישט קלאר וואס עס זענען די שאנסן פון די קלעגער אז די געריכט וועלכע וועט טאקע קענען אויסהערן די קלעימס וועט עס אננעמען אלץ צופרידנשטעלנד

ריכטער ראבערטס האט געזאגט פאר דזשעפרי מקאי וועלכע רעפרעזענטירט די קלעגער : אפגעזעהן אויב דו ביזט גערעכט איבער יוריסדיקציאנאל אדער נישט וועסטו עווענטועל סייווי פארלירן די קעיס. ריכטיג?

אויך ריכטערין סאטאמאיאר האט געזאגט פאר מקאי: איך ווייס נישט ווי אזוי דו גייסט געווינען און איבערצייגן א ריכטער פארוואס די קלעים איז געקומען אזוי שפעט

די קאמענטארן פון די צוויי ריכטער עפנט די מעגליכקייט אז די געריכט קען נאך באשליסן אז זיי דארפן נישט קלאר אורטיילן אויף די יוריסדיקציאנאלע פראגע

ווען עס קומט אבער למעשה אראפ צו די פראגע אויב די שפראך אינעם טייטל אקט געזעץ איבער שפעטע קלעימס און ערעורים אויף פראפערטי האט די רעגירונג א פראבלעם צוליב וואס אנדערש ווי אין די פארגאנגענהייט פלעגט די געריכט פיל לייכטער דערקלערן געזעצן אלץ יוריסדיקציאנאל האן זיי אין די לעצטיגע צייט אנגעהויבן זיין פארזיכטיג און אין אן ענליכע קעיס האבן זיי פאריאר דערקלערט א געוויסע געזעץ אז עס איז נישט יוריסדיקציאנאל

באזירט אויף יענע אורטייל וואלט געווען העכסט ערווארטעט אז אויך אין די דאזיגע קעיס זאלן זיי קומען צום זעלבן אויספיר אז פון די שפראך אינעם טייטל אקט קוקט נישט אויס אז קאנגרעס האט געוואלט אז עס זאל זיין יוריסדיקציאנאל

די ארגומענט וואס די רעגירונג מאכט איז אז פון 2 אלטע סופרים קאורט קעיסעס איז יא משמע אז די געריכט האט עס אנגעקוקט אלץ יוריסדיקציאנאל און דאס דארף שאפן א פרעצעדענט

ריכטערין דזשעקסאן האט נישט ארויסגעקוקט זיך צופיל צו קימערן מיט די אלטע סופרים קאורט אורטיילן פרעגנדיג וואס עס דארף אונז אנגיין יענע אלטע אורטיילן ווען מיר האבן אין יענע צייט קלאר געקוקט אנדערש אויף אזעלכע פראגן?

זי האט אויסגעפירט אז די איינציגסטע זאך וואס איז רעלעוואנט אז אז היינט פארמאגן מיר א געוויסע טעסט ווי אזוי מיר קוקן דערויף און דאס איז וואס דארפן נוצן צו דעצידירן די קעיס און די אלטע צוגאנג איז עפעס וואס איז אויף אזויפיל גוט עס צו שופלאדירן אין די ארכיוון צו געדנעקן א פערספעקטיוו פון אמאהל

אויך ריכטערין קעיגען האט געזאגט אז זי איז נישט איבערצייגט אין די ארגומענט אז די אלע קעיסעס האט שוין צעמענטירט א פרעצעדענט ווייל טראץ וואס יענע אורטיילן נוצן טאקע די ווארט יוריסדיקציאנאל בדרך אגב איבער אזעלכע געזעצן טוען יענע קעיסעס נישט דירעקט אדרעסירן די טענות און ארגומענטן פארוואס עס זאל נישט הייסן יוריסדיקציאנאל און איז דעריבער נישט מאסגעבנד אין א קעיס וועלכע זוכט יא צו באהאנדלען אט אזא קעיס

קעיגען האט אנגעוויזן אז אין איינע פון יענע 1 "פרעצעדענט" קעיסעס ווערט בלויז באהאנדלט די פראגע אויב די סטעטשו איז פאר 12 אדער פאר 6 יאר און נישט אויב עס זאל זיין יוריסדיקציאנאל אדער נישט און בלויז ביים שילדערן די פאקטן ארום די קעיס איידער זיי טרעטן צו צום אורטייל האבן דארט די ריכטער גענוצט די ווארט יוריסדיקציאנאל און עס מער נישט איבערגענוצט אין די פאראגראפן פונעם אורטייל זעלבסט

ריכטער גארסוטש האט נישט אוועקגעמאכט די רעגירונג אזוי שארף ווי די צוויי ליבעראלן אבער האט אויך אויסגעקוקט צו נעמען די זעלבע צוגאנג

די איבריגע ריכטער האבן זייער ווינציג אריינגערעדט צו גיבן א שמעק וואו זיי שטייען אויף די קעיס אבער אז מען זוכט נאך א ריכטער וועלכע זאל מיטגיין אין די אליאנץ אקעגן די רעגירונג קען מען מעגליך רעענען כאטש אויף ריכטערין בערעט וועלכע האט געשריבן די איינשטימיגע אורטייל פאריאר איבער אן ענליכע קעיס אז עס איז נישט יוריסדיקציאנאל
די געריכט האט איצט געאורטיילט מיט 3-6 אין שטיצע פון ווילקינס אקעגן די רעגירונג

ריכטערין סאטאמאיאר האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל אין עס האבן זיך אנגעשלאסן דערין ריכטער קעווענאו, בערעט, קעיגען, דזשעקסאן און גארסוטש

ריכטער טאמאס האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל און האבן זיך אנגעשלאסן דערין ריכטער אליטא און ראבערטס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיט ארום 115 יאר צוריק האט די אמעריקאנע סופרים קאורט געשאפן די "ווינטער דאקטרינע" וועלכע פארזיכערט אז די אינדיאנא אמעריקאנע שבטים וועלכע פירן אייגענע רעגירונגען פאר זיך און זענען אנערקענט אונטער די פעדעראלע רעגירונג זענען בעפארצוגט צו באקומען די נויטיגע וואסער סופליי אנצוטרונקן זייערע מענטשן, באשעפענישן און לאנד

פילע פון די אפיציעלע אנערקענטע שבטים זענען קאנצעטרירט אין סטעיט מיט טרוקענע קלימאטן און צו פארזיכערן אז זיי פאלן נישט ארויס פון קאמפליצירטע מולטי סטעיט קאנקורענץ און אפמאכן פאר די וואסער פון ארטיגע טייכן האט די געריכט אנגענומען די צוגאנג אז מיט דעם וואס די פעדעראלע רעגירונג האט זיי אנערקענט אלץ א סעמי זעלבסשטענדיגע רעגירונג מיינט עס אז זיי מוזן קענען באקומען זייערע לעבנסוויכטיגע געברויכן אריינגערעכנט וואסער

צוליב וואס די שבטים געפונען זיך שוין דארט לאנג בעפאר די איבריגע איינוואוינער פון די סטעיט באקומען זיי דין קדימה און ביי יעדע גרויסע מי מריבה וועלכע ווערט אויסגעהאמערט צווישן די סטעיטס צווישן זיך ווערט די ערשטע פארציע צוגעטיילט פאר די שבטים אין די ראיאן און ערשט דאן קומען די סטעיטס

צוריק אין 1952 למספרם אין א היציגע שטרייט צווישן אריזאנא און קאליפארניע און נאך שטאטן איבער וואסער סופליי פון די קאלאראדא ריווער האט די פעדעראלע רעגירונג רעפרעזענטירט אזויפיהל ווי 25 שבטים און געמאכט די קעיס פארוואס זיי צו גיבן זייער פארדינטע וואסער טייל און א סופרים קאורט געשטעלטע מייסטער אויסגעהאמערט אן אפמאך צווישן אלע צדדים און טאקע אדאפטירט די לאנגיעריגע ווינטער דאקטרינע פרעצעדענט אראפצוגעבן ביכורים (להבדיל) פאר די שבטים רעגירונגען

איין אויסנאם איז אבער די נאדזשאווא שבט וועלכע זיצט אויף א שטח וועלכע גרעניצט זיך מיט טיילן פון די קאלאראדא ריווער און איז די סאמע גרעסטע שבט ווען קומט צו טעריטאריע איבער וועלכע זיי רעגירן און די רעגירונג האט קיינמאהל נישט אינטערווענירט צו פארזיכערן אז זיי באקומען זייער וואסער פארציע פון די הויפט וואסער טייל נאר זיך באגנוגט מיטן זיי ערלויבן זיך צו באנוצן מיט א זייטיגע קאנאל/באסיין אבער די שבט פארמאגט נישט די נויטיגע אינפראסטרוקטור עס אויסצונוצן און גאר אסאך פראיעקטן פון אגריקולטור און נאך זענען געגאנגען שלאפן צוליב די פראבלעם

אין רעזולטאט מוטשען זיך די שבט מיטגלידער פאר לאנגע יארן מיט אן ערנסטע וואסער מאנגל און זענען אנגעוויזן אויף דעליוועריס פון געבאטלטע וואסער

די שבט האט שוין אריינגעטראגן אן אנקלאגע אין געריכט מיט ארום צוויי צענדליג יאר צוריק און נאך א לאנג פארצויגענע קאמף אין וועלכע די פעדעראלע רעגירונג און אריזאנא, קאלאראדא און נעוואדע וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין די קעיס נעמענדיג די זייט פון די רעגירונג האט די ניינטע קרייז געריכט געגעבן רעכט פאר די שבט

די פעדעראלע רעגירונג אינאיינעם מיט די סטעיטס האבן אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצעפטירט אויסצוהערן

די ביידען אדמיניסטראציע אינאיינעם מיט די מערב סטעיטס טענה'ן אז די סופרים קאורט אין 2011 למספרם האט אין אן אורטייל געשאפן א פרעצעדענט וועלכע שיינט צו זיין עטוואס אין קאנפליקט מיט די אור אלטע ווינטער דאקטרינע פרעצעדענט אדער טוט אמווייניגסטנס גאר שטארק אפשוואכן די פארפליכטונג פון די רעגירונג אונטער די ווינטער דאקטרינע

יענע אורטייל איז געקומען נאך אן אנקלאגע פון א שבט אין ניו מעקסיקא וועלכע האט געקלאגט די פעדעראלע רעגירונג פארן פארפאטשקען געלט און פינאנציעלע אינטערעסן געהאלטן אין א טראסט פון וועלכע די שבט רעגירונג איז געווען די בענעפיטירער

אין געווענליכע אומשטענדן דארף דער בענעפיטירער באקומען די רעכט צו זעהן קאמיוניקאציע צווישן די טראסטיס און אדוואקאטן און קענען נישט ווערן אפגעזאגט צוליב אטוירני קליענט פריווילעגיע אבער אין דעם פאל האט די סופרים קאורט אפגעווארפן די אורטייל פונעם פעדעראלן קלעימס קאורט און געקומען צום אויספיהר אז די טראסט אפמאך צווישן די שבט אין די רעגירונג איז אנדערש ווי א געווענליכע פריוואטע טראסט

ריכטער אליטא האט דאן געשריבן די 1-7 אורטייל אז די פעדעראלע רעגירונג איז נישט פארפליכטעט צו די אינטערעסן פון די בענעפיטירער ווי א געווענליכע טראסטי נאר געניסט פון מער זעלבסשטענדיגקייט צו אינפארסירן פעדעראלע געזעץ באזירט אויף אירע אייגענע אינטערעסן

ריכטערין סאטאמאיאר האט דאן געשריבן די מינאריטעט אורטייל און ריכטערין קעיגען האט נישט אנטייל גענומען אין יענע קעיס

די אדמיניסטראציע טענה'ט אז פון יענע אורטייל ווערט קלאר אז מען קען נישט האלטן די רעגירונג פאראנטווארטליך פאר אזעלכע סארט קאנטראקטן סיידן אויב עס שטייט ספעציפיש ארויסגעשריבן אין דייטליכע שפראך אז די רעגירונג מוז עס צושטעלן און אנדערש קען מען זיי קלאגן

די רעגירונג איז ביי די מיינונג אז די ווינטער דאקטרינע זאגט בלויז אז ווען די רעגירונג האט באשטעטיגט זייער אפמאך מיט די שבטים האט עס געמיינט אז זיי אנערקענען זיי אלץ א געהעריגע רעגירונג קערפערשאפט און ווי א היימלאנד/סטעיט וועלכע איז בארעכטיגט צו וואסער סופליי לויט זייער געברויך

פון דארט און ווייטער איז עס מער נישט די פליכט פון די רעגירונג צו פארזיכערן אז אין פאל פון א טרוקעניש זאל טאקע די שבט באקומען דאס וואסער און די שבט קען פרובירן צו קעמפן פונקט ווי יעדע אנדערע סטעיט ווען מען קריגט זיך אויס אויף וואסערן וואס לויפן אריבער עטליכע סטעיטס אבער נישט באשולדיגן די פעדעראלע רעגירונג פארן נישט ארבעטן זיי צו רעפרעזענטירן און פארזיכערן אז זיי באקומען וואס זיי ווילן

באזונדער טענה'ן זיי אז אפילו אויב די רעגירונג זאל זיך וועלן צושטעלן צו די פארלאנג פונעם שבט וועט עס גיין אויפן רוקן פון די סטעיט און גענצליך דעסטאביליזירן די ראיאן וועלכע מוטשעט זיך מיט א פארערגערטע טרוקעניש צושטאנד

זיי ברענגן ארויס אז די סופרים קאורט פארמאגט יוריסדיקציע אויף די ריווער מיט דעם וואס זיי האבן באשטימט די גענויע קוואנטום וואס יעדע פון די זיבן סטעיטס באקומען און מען קען דעריבער נישט פארלאנגען פון די פעדעראלע רעגירונג אריינצוקומען אין בילד און צוטראסקען די גאנצע אפמאך ווייל א פרישע קינד אין קלאס וועט צודרוקן אלע קינדער און מען וועט דארפן אנהויבן פון אלף אויב וויל מען אוועקנעמען וואסער פון איינע פון די סטעיטס עס צו קענען גיבן פאר די שבט

ווען עס איז געקומען צו די מונדליכע ארגומענטן האט די שבט געדאפט שאפן 5 ריכטער וועלכע זאלן זיין גרייט צו צואווארפן די קארטן און ריזיקירן מיטן דארפן איבערשרייבן א פרישע קאנטראקט צווישן די סטעיט צו קענען אריינברענגן די שבט אין בילד

די קאנסערוואטיוון וועלכע האבן זיך געהאט צוגעשטעלט צו די 2011 למספרם אורטייל אין שפיץ פון איר שרייבער ריכטער אליטא זענען זעלבסטפארשטענדליך געווען די איבער וועלכע די שבט האט געהאט די ווייניגסטע האפענונג און זיי האבן געדארפט אריבערשלעפן גענוג פון די איבריגע ריכטער אויף זייער זייט

סאטאמאיאר וועלכע האט געשריבן די 2011 למספרם מיינונג איז געווען די לייכטסטע אבער קעיגען און דזשעקסאן האבן אויך אויסגעקוקט צו סימפאטאזירן מיטן שבט

ווי די וועלכע זענען רעגלמעסיגע ליינער אין דעם אשכול וועלן מעגליך לייכט צוטרעפן ווער פונעם קאנסערוואטיוון בלאק מען קען די מערסטע פארדעכטיגן אין מאכן א יד אחת מיט די ליבעראלן ווען עס קומט צו באשוצן שבט רעכטן איז עס טאקע ריכטער גארסוטש וועלכע איז באקאנט מיט זיין פרא שבט שטעלונג אויך אין אנדערע קעיסעס

אויב זאל טאקע צושטאנד קומען אזא קאאליציע זענען איז די שבט נאך אלץ אונטערשטעליג מיט איין ריכטער און ריכטערין בערעט האט אויסגעקוקט צו זיין די קאנדידאט וואס קען זיין די שליסל שטימע צו באשליסן צו וועלכע זייט צו שלעפן דאס צינגל

ריכטער גארסוטש האט געפרעגט פון געהילף סאליסיטאר דזשענעראל פרעדריק ליו אויב די רעגירונג וואטל געקענט בקום ועשה בלאקירן וואסער פלוס פון פליסן אין ריכטונג פון די שבט

ליו האט אנערקענט אז די רעגירונג טאר נאר נישט אקטיוו בלאקירן דאס וואסער אבער דאס מיינט נישט אז זיי מוזן ארבעטן זיי צוצושטעלן דאס וואסער

ריכטערין קעיגען האט געוואלט פארשטיין ווי אזוי עס ארבעט אז די רעגירונג מאכט א קאנטראקט מיט א שבט און עס איז לעכעריג פון סיי וועלכע אינפארסירונג געצייג וואס פארזיכערט אז די אפמאך אונטער וועלכע די שבט באקומט וואסער ווערט אויסגעפירט אבער ליו האט זיך געהאלטן ביי זיינס זאגנדיג אז
די געריכט האט נישט די יוריסדיקציע איינצוטיילן פאר די רעגירונג אז זיי מזון אויספירן די זאכן וואס ווערן אויסגערעכנט אין אזא אפמאך

ריכטערין סאטאמיאר האט אויף דעם רעאגירט פרעגנדיג אז אויב איז די אפמאך ווערדלאז פאר די שבט קומט אויס אז זיי זענען אומזיסט איינגעגאנגען אויף אן אפמאך אויפצוגעבן גאר גרויסע שטחים לאנד (אונטער די אפמאך) אין אויסטויש פון ליידיג פארשפרעכונגען וועלכע קענען נישט ווערן אינפארסירט

ריכטערין בערעט האט געפרעגט פון ליו אויב ער קען אפטיילן צווישן די ווינטער דאקטרינע פרעצעדענט און די 2011 למספרם פרעצעדענט און ער האט צו ערשט פרובירט עפעס אויסצוארבעטן אבער ווען בערעט האט אים איבערגעהאקט זאגנדיג אז ווען עס קומט צו א קאנטראקט איז געווענליך ערווארטעט אז מען נעמט אין רעכענונג וואס די פארטייען וועלכע פארליכטן זיך דערצו ערווארטן זאל פאסירן און אין אונזער פאל האט די שבט אונטערגעשריבן די אפמאך ערווארטנדיג אז די רעגירונג גייט פארזיכערן זייער וואסער סופליי

ביי די פונקט האט ליו אויסגעטוהן זיינע זיידענע הענטשקעס און גאנץ אפן אנערקענט אז די ווינטער דאקטרינע איז א פראבלעם פון וועלכע די רעיגורנג דארף לויז ווערן און געזאגט פאר בערעט אז ער בעהט פונעם געריכט ענדערש צו אדאפטירן די 2011 למספרם פרעצעדענט וועלכע שטעלט קלאר אז געריכטן דארפן בלויז קוקן אויף די רעכענונג פון די פעדעראלע רעגירונג איבער די אפמאך און אז די ערווארטונגען פון די שבט ביים אונטערשרייבן די אפמאך איז אומרעלעוואנט

ריכטער אליטא האט געהאמערט שעי דבורעצקי וועלכע האט רעפרעזענטירט די שבט און געוואלט פארשטיין ווי אזוי עס וועט ארבעטן די לאגיסטיקס אויב זאל זיין קליענט זיגן אין געריכט

ער האט אויסגעדרוקט זארג איבער די קאנסקווענצן וועלכע וועט גייט אויפן חשבון פון די סטעיטס און צושאקלען די קאמפליצירטע אפמאך און גאר עפענען א קאנע מיט ווערים ווען אנדערע שבטים וועלן אנהויבן פארפלייצן די געריכט מיט ענליכע פארלאנגען

אויך ריכטער קעווענאו האט אויסגעקוקט צו זיין אומרואיג מיט די קייט פון פראבלעמען וואס א זיג פארן שבט קען פאראורזאכן פארן ברייטערן מולטי סטעיט אפמאך

דבורעצקי האט זיך פארטיידיגט דערמאנענדיג א פונקט וועלכע ריכטער גארסוטש האט בעפאר געזאגט פאר ריטא מגווייער וועלכע האט רעפרעזענטירט אריזאנא און די אנדערע סטעיטס אז די שבט פארלאנגט נישט ביים איצטיגן פונקט אז די געריכט זאל פארארדענען פאר די פעדעראלע רעגירונג אז זיי מוזן זאפארט צושטעלן וואסער און אז מען זאל טאקע אוועקנעמען טייל וואסער דעזיגנירט פאר די סטעיט און זיי עס אהינגעבן נאר אלעס וואס זיי בעהטן איז אז די רעגירונג זאל אנערקענען אז זיי דארפן ארבעטן צו פארזיכערן אז זיי באקומען וואסער און זאלן צו ערשט כאטש זיך אראפזעצן און אפשאצן די סיטואציע און אריינקוקן אין אלע מעגליכע געדאנקן פון וואו צו נעמען דאס וואסער און נישט זיך גלאט ארויסדרייען פון זייער פאראנטווארטליכקייט
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

הבל הבל, איך קען אפשר קומען מיטהאלטן דיין סדר?
עפעס אזוי מין קלאר, איך גלייב אז ביי דיין סדר איז דא וואס צו הערן...

יישר כח פאר דיינע געשמאקע און קלארע באריכטן.
קיפ איט אפ!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
פרעזידענט פרא-טעמפאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:22 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט פרא-טעמפאר »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 12:01 pm
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 4:54 pm
צוריק אין 1962 האט די אמעריקאנע וואלד סערוויס ערהאלטן אן ערלויבעניש אז די ראבינס גאלטש ראוד וועלכע לויפט אויף א 60 פיס שטרעקע אין רורעל מאנטאנא זאל קענען דורכשניידן לאנד וועלכע באלאנגט צו לערי סטיווענס ווילקינס און דזשעין סטענטאן און די שטראז לויפט אריבער הארט אין פארנט פון זייערע היימען

אין 2006 למספרם האט די פארעסט סערוויס ארויפגעצויגן דארט א שילד וועלכע לייענט זיך: פובליק צוטריט אויף פריוואטע לאנד

ווילקינס און סטענטאן האבן זיך אנגעהויבן באקלאגן אז זינט די טראפיק דארט האט זיך פארמערט טוען מענטשן פארלעצן זייער פריוואטע פראפערטי רעכטן און רויבערייען, יאגד און שיסערייען אין ריכטונג פון זייערע הייזער זענען געווארן אן אפטע ערשיינונג דארט

נאכן דורכפאלן צו איבערצייגן די פארעסט סערוויס אין 2017 למספרם צו אדרעסירן די פראבלעם האבן די צוויי אריינגעטראגן אן אנקלאגע אין געריכט צו קלארשטעלן אויב די פארכאפונג פון זייער לאנד איז געווען אויסגעהאלטן שרייבנדיג אז צאהל מענטשן וועלכע באנוצן זיך מיט די שטראז איז פיל מער ווי דאס וואס די וואלד סערוויס האט געשאצט ביים אנאליסירן וויפיל עס וועט קענען פארטראגן און באזירט אויף דעם עס אנעקסירט פאר פובליק באנוץ

****

ריכטער גארסוטש האט נישט אוועקגעמאכט די רעגירונג אזוי שארף ווי די צוויי ליבעראלן אבער האט אויך אויסגעקוקט צו נעמען די זעלבע צוגאנג

די איבריגע ריכטער האבן זייער ווינציג אריינגערעדט צו גיבן א שמעק וואו זיי שטייען אויף די קעיס אבער אז מען זוכט נאך א ריכטער וועלכע זאל מיטגיין אין די אליאנץ אקעגן די רעגירונג קען מען מעגליך רעענען כאטש אויף ריכטערין בערעט וועלכע האט געשריבן די איינשטימיגע אורטייל פאריאר איבער אן ענליכע קעיס אז עס איז נישט יוריסדיקציאנאל
די געריכט האט איצט געאורטיילט מיט 3-6 אין שטיצע פון ווילקינס אקעגן די רעגירונג

ריכטערין סאטאמאיאר האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל אין עס האבן זיך אנגעשלאסן דערין ריכטער קעווענאו, בערעט, קעיגען, דזשעקסאן און גארסוטש

ריכטער טאמאס האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל און האבן זיך אנגעשלאסן דערין ריכטער אליטא און ראבערטס
גארסוטש איז א שטיקל חידוש פארן זיך אוועק ברעכן פון די קאנסערוויטיווע ריכטער.

ש'כוח הבל פאר דיינע באריכטן. זייער קלאר. איך האף די ריכטער האבן אויכט ארויס אזוי קלאר די אלע קעיסעס ווי דיר...
If you ever feel useless, remember that the U.N. still exists.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דאנק פאר די פידבעק און לייקס!

עס מוטיגט פארצוזעצן
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

נארוואס אפגעליינט די לעצטע צוויי קעיסעס, רבי יעקב דניאל און די מי מריבה.

ישר כח יישר כח!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די אפיס פון אלאבאמא סענאטארשע קעטי בריט האט ערהאלטן דאקומענטן פון א וויסלבלאוער וועלכע צייגן אנגעבליך אז מארשאל'ס וועלכע וואכן אויף סופרים קאורט ריכטער זענען געווארן אנגעזאגט נישט דורכצופירן קיין ארעסטן אונטער די אנטי פראטעסט געזעצן סיידן אין פאל וואס די ריכטער/זייערע פאמיליעס ווערן פיזיש באדראעט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער אקעגן אן אבאמאקעיר פראוויזיע וועלכע פארלאנגט פון העלט אינשורענס פירמעס צו דעקן געוויסע אונטערזוכונגען פאר געזונטע מענטשן אויפצוכאפן באצייטנס אויב ליידט אויף א קרענק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 03, 2023 9:49 am
טענעסי ווערט די ערשטע סטעיט אין לאנד צו פארבאטן שפילער ביי פובליק קאנצערטן צו פארלעצן דעם לא ילבש
שטונדן איידער די פארבאט האט געזאלט אריינגיין אין קראפט האט א פעדעראלע ריכטער עס איינגעפרוירן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פעדעראלע ריכטער פארארדנט אז 12 ביכער וועלכע זכענען געווארן באזייטיגט פון פובליק ביבליאטעקן דורן באאמטע פון א קאונטי אין טעקסאס צוליב ראסע און געמיינע אינהאלט זאלן ווערן צוריקגעשטעלט אויף די פאליצעס ביז 24 שטונדן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רעמא פאלסעלי האט פאר מער פון א יאר צענדליג אונטערגעצאהלט זיינע שטייערן פאר די איי אר עס און אנגעזאמלט א באלאנס פון העכער 2 מיליאן דאלער

אין א פארזוך איינצוקאסירן דאס געלט און האבנדיג א פארדאכט אז פאלסעלי באהאלט זיין געלט פון די אויטאריטען האט די אגענטור פארלאנגט פון די בענק צוטריט צו די אקאונטס פון פאלסעלי'ס פרוי און זיינע אדוואקאטן און זיי האבן עס נישט איינגעמאלדן פאר די באטרעפנדע אייגנטומער פון די אקאונטס זיך פארלאזנדיג אויף א פארשריפט אין די אגענטור וועלכע שרייבט אז טראץ וואס אין געווענליכע אומשטענדן דארף די רעגירונג איינמעלדן פון פאראויס פאר דירעקטע פארטייען אז די רעגירונג פארלאנגט צוטריט צו קענען זעהן זייערע אקטיוויטעטן איז אבער ערלויבט אין געוויסע פעלער צו פארלאנגען אזעלכע אינפארמאציע פון דריטע פארטייען (בלויז רעמא פאלסעלי איז דער דירעקטע פארטיי וועם זיי ציהלן) אן עס איינמעלדן אזוי לאנג ווי עס איז דירעקט געציהלט איינצוקאסירן שטייערן

די בענק האבן אבער יא איינגעמאלדן דערוועגן פאר פרוי פאלסעלי און די אדוואקאטן פירמע וועלכע האבן זיך געוואנדן צום געריכט עס אפצושטעלן מיטן ארגומענט אז די אגענטור האט זיי נישט איינגעמאלדן אז זיי פאטרלאנגען די אינפארמאציע פון די בענק

די דיסטריקט געריכט און שפעטער די זעקסטע קרייז געריכט האבן איינגעשטימט מיט די רעגירונג און געשריבן אז די אגענטור האט נישט געמוזט איינמעלדן פאר פרוי פאלסעלי און די פאמיליע'ס אוואקאטן איבער זייערע פארלאנגען צו די בענק

די קלעגער האבן אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלכע האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן

שעי דבורעצקי (יא, האסט שוין מעגליך אמהל געזעהן אזא נאמען נישט לאנג צוריק ביים ליינען איבער די קעיס פון די אינדיאנא שבט וואסער רעכטן און דער זעלבער אדוואקאט וואס האט רעפרעזענטירט יענע שבט) האט פארטרעטן די קלעגער און געהילף סאליסיטאר דזשענעראל אפרים מקדאועל האט געמאכט די קעיס פאר די איי אר עס

די ארגומענט פון די רעגירונג איז אז די פארפאלק איז גאר נאנט פארבונדן ווען עס קומט צו א ביזנעס שטאנדפונקט פארמאגנדיג אינאיינעם עטליכע קארפארעישאנס און אזוי אויך איז די אדוואקאטן פירמע גאר נאנט פארבונדן צו פאלסעלי וועלכע באנוצט זיך שוין מיט זיי פאר לאנגע יארן און אז די רעגירונג וויל קענען זעהן ווי אזוי און פון וואו פאלסעלי האט געצאהלט פאר די פירמע און דאדורך מעגליך אידענטפיצירן זיינע אקאונטס פון וואו זיי קענען איינמאנען דאס געלט

זיי טענה'ן אז וויבאלד די הויפט ציהל פון די רעגירונג איז צו קענען איינמאנען די שטייער דארפן זיי קענען נאכקוקן די אקאונטס אפילו אויב זיי באלאנגען נישט פאר רעמא פאלסעלי און עס נישט איינמעלדן פאר די באטרעפנדע אקאונט אייגנטומער

די קלעגער טענה'ן אז אויב זאל מען ערלויבן די רעגירונג צו באשליסן ואיבער אזעלכע פעלער וועלן זייאלעמאהל טרעפן אן אויסרייד ווי אזוי צו קלאסיפיצירן סיי ווער עס האט אמאהל געהאנדלט מיט עימיצער וואס איז שולדיג שטייערן צו קענען נאכקוקן יענעם'ס אקטיוויטעטן אן עס איינמעלדן פאר יענעם

ריכטערין דזשעקסאן האט אויסגעקוקט אומצופרידן מיט די פאקט אז די איי אר עס האט פארלאנגט פון די בענק צוטריט צו אלע פינאנציעלע אקטיוויטעטן פון די געזעץ פירמע פון צוויי יאר צייט און נישט בלויז אנטבאלאנגט זייערע טראנזאקציעס מיט פאלסעלא

דזשעקסאן: מיר זוכן צו לייגן א האנט אויף זיינע (פאלסעלא'ס) פארמעגן און מיר פארלאנגען צוויי יאר פון די פירמע'ס בענק רעקארדס וואס נעמט אריין אזויפיל אנדערע מענטשן און אלעס צו קענען טרעפן פאלסעלי'ס אינפארמאציע

ריכטער טאמאס האט געדרוקט אויף מקדאועל קלארצושטעלן וואס עס זענען די גרעניצן ביז ווי די רעגירונג וועט גיין צו פארלאנגען אינפארמאציע אומאיינגעמאלדן אבער טאמאס איז נישט געווען צופרידן מיט קיינע פון זיינע ענטפערס

טאמאס: די פלאץ ביז וואו די ווילסט גיין שיינט צו זיין איבריג ווייט, אויב דו קענסט זוכן אינפארמאציע איבער די שטייער צאהלער'ס רעקארדס וואס גייט דיך אפהאלטן פון נאכקוקן אינפארמאציע פון די פירמע'ס אנדערע קליענטןאון צו אנדערע פירמעס וועלכע ארבעטן צומאהל צוזאמען מיט די פירמע?

מקדאועל האט נאכאנאנד זיך ארויסגעדרייט מיטן בלויז ענטפערן אז ער פארשטייט אז די אויסנאם וועלכע די געזעץ מאכט צו קענען נאכקוקן דריטע פארטייען איז טאקע בלויז אויב עס איז געציהלט איינצוקאסירן שטייער און אז אויך דאס איז באגרענציט און דעריבער דארף מען נישט זיין באזארגט אז די רעגירונג קען טאקע נאכקוקן אומגעמאלדן יעדן וועם זיי ווילן נאר

ריכטער גארסוטש האט אים אבער פארגעהאלטן זאגנדיג אעס איז נישט גענוג בלויז צו זאגן אז עס האט גרעניצן נאר די אויסנאם מוז האבן עפעס ערנסטע באדייט און זיין שטארק באגרעניצט צו פעלער וואס עס איז טאקע פארהאן א דירעקטע פארבינדונג צווישן די אינפארמאציע וואס די רעגירונג זוכט וואס זאל זיי פירן צו די געלט וואס זיי זוכן איינצוקאסירן און מען קען נישט אפלערנען אזא באדינג גאר ברייט

מקדאועל האט אויך פרובירט צו בארואיגן די ריכטער פון א פראקטישן שטאנדפונקט זאגנדיג אז געווענליך וועלן בענק און אנדערע פינאנציעלע אינסטיטוציעס סייווי איינמעלדן די דריטע פארטייען אז די רעגירונג פארלאנגט אינפארמאציע איבער זיי אזוי ווי עס האט טאקע פאסירט אין די דאזיגע קעיס

דזשעקסאן איז אבער נישט געפאלן פאר דעם זאגנדיג פאר מקדאועל אז עס מאכט נישט אויס וואס מען קען יא אדער נישט ערווארטן פון די בענק פרייוויליג צו טוהן און אים אומדירעקט געצימבלט מקדאועל אז די פאקט אז ער באזירט זיין ארגומענט אויף דעם צייגט אז עכט פארשטייט ער אז די דריטע פארטייען דארפן מעגליך יא ווערן איינגעמאלדן וואס איז אין קאנפליקט מיט זיין ארגינעלע אקגומענט אז די דריטע פארטייען פארדינען נישט צו באקומען קיין מעלדונג

אויך ריכטער ראבערטס האט אויסגעדרוקט סקעפטיציזם מיט די פאזיציע פון די איי אר עס און און אלגעמיין האט די אגענטור געהאט א היבש שווערן טאג ביי די ארגומענטן אבער עס פארבלייבט צו זעהן וואס די אורטיל וועט זאגן
אוועטאר
עקזיט טיר
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2023 2:32 am
לאקאציע: [email protected]

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקזיט טיר »

שכח הבל! זייער קלאר
פארדינט ביז 100K ווערטפולע פוינטס, פלאס נוצט די לינק אין מאכט נאך 100$

[email protected]
(פאר סיי וועלכע הילף איר דארפט צו אפלייען קומט אריין אין אישי אדער אימעיל)
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

זייער אינטרעסאנט. יישר כח!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פלארידא ביזנעסמאן וועלכע איז געווארן פאראורטיילט צו 20 יאר טורמע פאר א מעדיקעיר שווינדל און געווארן פארדאנירט דורך פרעזידענט טראמפ

פראקורארן האבן אבער פארלאנגט ער זאל באצאהלן 40 מיליאן דאלער און ער האט פארלאנגט אן עמורזשענסי אפיעל צום סופרים קאורט

ריכטער טאמאס האט עס איצט אפגעווארפן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אלען דערשאוויץ האט געהאט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן סי ען ען פארן אנגעבליך מיסכאראקטעריזירן זיינע ארגומענטן דורכאויס די טראמפ אימפיטשמענט פראצעדור

ער האט אצינד פארלוירן די קעיס

דער ריכטער איז געווען ראג סינגאהל (נאמינירט דורך פרעזידענטראמפ)
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

עעענדליך האמיר געענדיגט ליינען אלע קאמפליצירטע קעיסעס ביז אהער, ווי א פיש אין וואסער זעמיר דורכגעשווימען די קאמפליצירסטע קעיסעס, פון סעקשאן 230 און די אנטי טעראריזם אקט, דערנאך קלאר געווארן אין די סטודענט חובות פארגעבונג קלאגעס און ארויסגעהאט מיט א ברירות די שבטים וואסער קאנפליקט, א.א.וו.

א ריזיגן דאנק הבל פאר דיין איבערמידליכע צייט און כח וואס דו לייגסט אריין דאס אהערצושטעלן! ס'לאזט זיך נישט זאגן וואספארא מייסטער שטיקל יעדע באריכט עקסטער איז.

דאס איז מיין פעיוואריט אשכול, ווען כ'האב א ליידיגע 15 מינוט שפאציר איך דא אריין און שווים אריין אין די לעצטיגע קעיסעס פארגעסנדיג פונעם ארום, און דאן שווימען מיר ארויס גענצליך אויסגעקלארט אין קאמפליצירטע געזעצן, דאקטערינעס, און ארגומענטן, ווי נאר הבל קען, מיט זיין זעלטן זאפטיגע, געשמאקע, קלארע שפראך און גאלדענע פעדער. און איבער אלעם, זיין זעלטן גוט הארץ!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין ליכט פון אן אויפדעקונג אז סופרים קאורט ריכטער טאמאס פארברענגט אויף טייערע לוקסוזיערע וואקאציעס געדעקט דורך רעפובליקאנע ביישטייערער הארלאן קראו ווארנט קאנגרעספרוי קארטעז אז אויב וועט זיך זיך נישט אינגיכן יאווען עימיצער פארצושלאגן אימפיטשמענט ארטיקלען אקעגן טאמאס וועט זי עס טוהן
סענאטארן קארנין און לי באצייכענען די פרישע קריטיק אין ריכטונג פון טאמאס אלץ א בלויז קאמפיין צו באשמוצן די רעפוטאציע פונעם ריכטער
אין א פרישע אויפדעקונג ווערט אויך באקאנט אז קראו האט אפגעקויפט פראפערטי פון טאמאס אין א דיעל וואס איז נישט געוארן געמאלדן ביז איצט

קאנגרעסמאן דאן בייער (ד) רופט אויף טאמאס זאפארט צו רעזיגנירן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”