יא! דו קענסט עסן פיצא און זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4058
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא אין זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

חיים זילבער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:43 pm
דרייטצעך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:30 pm
חיים זילבער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:27 pm
דרייטצעך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:23 pm
דער תוכן שטימט, דער קעפל נישט.

דינען דער באשעפער מיטן אכילה איז פשוט יסוד פון בכל דרכיך דעהו, אבער נישט זיך איינרעדן אז מיט תאוות דינט מען דעם אייבערשטן.
מסתמא האסטו נישט געליינט מיין צווייטע תגובה, וועל איך עס נאכאמאל ברענגען:

נאר אויסצוקלארן, איך זאג נישט מ׳זאל יעצט גיין זוכן צו עסן פיצה צי זאפטיגע פליישן אא״וו, דאס איז נישט דעם פונקט פונעם ארטיקל. נאר דער געדאנק איז אז דעם מהלך פון קרבת אלוקים לי טוב געפינט זיך אין יעדע טריט און שריט אין לעבן, ווען די שטייסט אויף אינדערפרי דאנק דער באשעפער מיט אן אמת׳ער נאנטקייט, וויסנדיג אז יעדע אטעם איז א מתנה, ווען די שמירסט אן דיין ברויט מיט פוטער טראכט אז דער אויבערטער גיט דיר אן א צאל עסן מיט וואס צו זעטיגן דיין זעל, און יא, אפילו ווען די עסט געשמאקע עסנס ווי פיצה, טראכט פון קרבת אלוקים לי טוב, און וועסט האבן אויף דעם עולם הבא, און אפילו שפירן א טעם פון קרבת אלוקים דא אויף אונזער וועלטל.

אויב אזוי פארוואס האב איך געניצט די משל פון פיינע זאפטיגע פלייש און פיצה?
זאג די מיר..
זעט אויס ווי האסט נישט געליינט מיין תגובה...

"דער קעפל שטימט נישט". אונטערן איינפלוס פונעם קעפל זעט אויס דער גאנצער ארטיקל ווי געשריבן לויט די היינטיגע לאוו יו האשעם מאוומענט.

אזויווי אבער די תוכן קוקט נישט אויס אזוי, נאר פשוט ווי צענומען א שטיקל חסידיש ספר בין איך דיר מייעץ פשוט צו טוישן קעפל.

ניין, די משל פון פיצא און סטעיק איז נישט גוט, ס'איז א גוטע קליקבעיט, אבער ס'טוישט די אויסקוק פונעם ארטיקל.
לאמיר געבן צו פארשטיין פארוואס איז עס א גוטע קליקבעיט, וועסטו שוין אויך פארשטיין פארוואס איך האב געשריבן דעם קעפל:
רוב ריבו פון אונז חברה עסן פיצה און פלייש ב״ה, יעצט, אלע געזונטע מענטשן האבן א געשמאק ווען עס קומט צו עסן בפרט ווען ס׳קומט צו פיצה און פלייש, און דא עקא, מ׳שפירט זיך נישט איינגענומען אז פון איין זייט עסט מען זיך גוט אן און פון דער אנדערע זייט איז עס תאוות.
יעדער אידיש קינד האט וויי פון דעם, און וויל א וועג ארויס, דערפאר האב איך געברענגט דאס קעפל, אבער אויך געברענגט דעם ריכטיגן תיקון - דעם קרבת אלוקים וואס ראט אויס אלע תאוות...

אויב איר האט א בעסערע קעפל, וועל איך בל״נ טוישן.
דאס פארשטיי ער. א בעסערע קעפל וואלט געווען "יא, דו קענסט זיין נאנט מיטן אויבערשטן און עסן פיצא"
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא אין זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

בניהו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:43 pm
מתעלם האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:49 pm
ס'איז א קאמפלעצירטע נושא, און ס'איז זיכער געווען מקומות אזוי און מקומות אזוי.

צד א'. דוקא ווי ווייניגער צו הנאה האבן פונעם עסן. עסן שנעל. זאלצן. אריינקוקן אין א ספר בשעת'ן עסן.

צד ב'. ואכלת ושבעת וברכת. עס די מינימום וואס דו דארפסט צו האבן כח צו דינען דעם אייבירשטן, אבער האב הנאה דערפון און דאנק דעם אייבירשטן.

לכו"ע טאר מען נישט עסן סתם לשם תאוה. מותרות. לשם זיך ענדזשויען. מ'ווערט מגושם. ס'איז אן הלכה מפורשת.

בעולם התיקון וועט מען יא דאס קענען טוהן. ובזמן שישראל שרויים על אדמתן זעט אויך אויס אז מ'האט געקענט הנאה האבן וויפיל מ'האט געוואלט, און נישט מגושם געווארן. ומתפנקי ורווי.
ווי האט מען געהאלטן פון עסן שנעל און זאלצן פאר אן אפיציעלע דרך?
אין אסאך פלעצער. ביי די בעלי מוסר זיכער, קוק אין מסילת ישרים. אבער ביי חסידיש'ע פלעצער טרעפט מען זיכער אויך אזוי. (הגם מ'טרעפט קלאר פארקערט אויך לגבי די נושא פון עסן במתינות - א זייטיגע ענין). אפגערעדט אז אפילו אויב כ'וועל עס נישט אלץ טרעפן געשריבן אלץ א כלליות'דיגע מהלך, איז זיכער אז אסאך צדיקים האבן עכ"פ פאר זיך אזוי געטוהן.

בראשית שנות החסידות ווען סיגופים, דרייערליך, משבת לשבת, איז געווען דער נארם, איז זייער שווער צו זאגן אז ס'איז געווען אן עבודה פון "הנאה האבן פון די עסן און לויבן דעם אויבערשטן". אז דער הייליגער קדושת לוי האט אויסגעגאסן די יוהך, אז גדולי הדורות האבן נישט צוגערירט קיין מאכל ווילאנג זיי האבן נאך געפילט א משיכה דערצו, שטימט שווערליך מיט די מהלך.

אדרבה, זאג דו מיר וואו אין "חסידות" ס'ווערט מבואר דוקא דער מהלך. כ'ווייס אז ר' אביגדור מיללער זצ"ל איז געגאנגען מיט די מהלך, און לכאורה רוב ראשונים זענען געגאנגען אזוי. אבער כ'רעד דוקא ביי חסידים. און איך מיין אמת'דיג מיין בקשה.

אוודאי, ווען א מענטש איז נישט דערביי, האט נישט קיין פשט ער זאל גיין העכער ווי זיין מדריגה און זיך פייניגן. און אוודאי איז דעמאלטס דא א מהלך פון הנאה האבן און לויבן דעם באשעפער. די שאלה איז צו דאס איז דער דרך שיבור לו האדם, אדער ער זאל צילן אויף נאך העכערס.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

תגובה דורך שלמה מולכו »

כפרה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 9:14 pm
איך האב נארוואס געזעהן א זאפטיגע שטיקל פלייש, און אנגעהויבן אריינקלערן טיפער ווער האט דאס אונז געגעבן, וואס דאס טייטשט קדושים תהיו ווי די רמב"ן טייטשט, און איך האב געלייגט די תאוה'לי אין דער זייט, איך קען אפילו נישט באשרייבן דאס קרבת אלקים, עס האט זיך געשפירט ווי א ריח נחוח חלבי ודמי הנמעט בצומי.

ייש"כ פאר ברענגן די מחשבות צום אויבערפלאך.
הערליך! ביזט א גיבור!

די שאלה איז וואס וואלסטו געטוען אויב וואלסט למעשה דורכגעפאלן,(איך מיין נישט ח״ו דיר פערזענליך, איך וויל נאר ארויסברענגען א נקודה) און יא אריינגעריקט די פלייש מיט אפעטיט, אויב ביסטו צאמגעשטעלט פון די בלוט מיט פלייש אינגרידיענטס האסטו מסתם עליות און ירידות.

די נקודה פון הרב זילבער איז, אז דער אויבערשטער איז איבעראל, און א מענטש קען זיין דבוק אינעם אויבערשטן אין יעדע מצב ווי ער איז, ווייל דער אויבערשטער איז דארט מיט איהם, און אונזער עבודה איז זיך צו מקשר זיין מיט גאט ברוך הוא אין יעדע מצב, אפילו ווען מרוקט פיצא, נישט דעמאלטס זיך אויספלאגן און אנטלויפן פונעם אויבערשטן.

אויב א מענטש נעמט דעם אויבערשטן אין זיין מחשבה, קען ער מאכן א נחת רוח פארן אויבערשטן ביים עסן פיצא אדער סטעיק אויך, אודאי איז דא הויעכע מדריגות, אבער מקען נישט דינען דעם אויבערשטן נאר ווען מאיז הויעך, ווייל מאיז נישט אלעמאל דערביי, מדארף זיין דבוק אין איהם אלעמאל.

בכלל איז גוט זיך איינחזרן, אז יא, איך בין א מענטש און איך קען דורכפאל, דאס איז די גאנצע סיבה פארוואס אונז זענען דא, צו טרעפן דעם אויבערשטן אפילו אין די דורכפאל, פארדעם איז דא א מצוה פון תשובה, ווייל א מענטש פאלט דורך, מקען זיך נישט אויספלאגן אין די לאו און גיין צום אויבערשטן נאר אין די היי, לא נתנה תורה למלאכי השרת.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

תגובה דורך נקודה למחשבה »

מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:10 am

די ביזט גערעכט אז עס זענען דא פיל מיט טייערע הייליגע ספרים וואס זענען פיל מיט גדרים וסיגים, צוריקהאלטן פון תעוות, א.א.וו.

איז עס א סתירה מיט די פילע גמרות, תוס', ראשונים, וואס רעדן פון הנאה האבן? קלאר אז נישט! דער ציל איז איינס, ווערן נאנט צום באשעפער און הנאה האבן פון דער גרעסטער הנאה, און דאס איז זיין נאנט צו איהם!

יעדער דארף זעהן אין זיין פלאץ, וואס ברענגט איהם נענטער צום באשעפער, און וואס דערווייטערט ח''ו.

איך מיין אבער אז דער ציל פונעם פותח האשכול איז נישט אזוי ווייט דורכצוגיין מהלכים אין עבודת השם, ווי דאס וואס ער וויל ארויסברענגן א ווייטאגליכער ערנסטער פראבלעם.

אסאך בחורים, אינגעלייט, דרייען זיך ארום מיט די געפיל אז אידישקייט איז א שוועריקייט אין זייער לעבן.
אלץ גוי וואלט דער לעבן געווען א גאד טיים, אבער וואס קען מען טוהן אז ער איז געבוירן א איד, און עס איז דא א גהינום...

דער וועג פון טראכטן איז א טראגעדיע, אין איז דער שורש צו זייער אסאך קאלטקייט.

דער עיקר פלאץ פון ווי דער געדאנגענגאנג ווערט געבוירן, זענען עלטערן, מחנכים, וואס לערנען די ספרים ווי מען רעדט פון צוברעכן די תעוות, און דאס איז וויאזוי זיי זענען ווייטער מחנך.

זיי כאפן אבער נישט אז מען קען נישט אוועקנעמען הנאה, אנדעם וואס עפעס אנדערש זאל עס ריפלעיסן. דער בל שם טוב'ס תלמידים האבן הנאה געהאט פון זייער רוחניות, וואס האט זיי ערמעגליכט צו ווערן אפגעשיידט פון גשמיות'דיגע הנאות.

ר' אביגדער מיללער זצ''ל איז געשלאפן אויף א האלץ אסאך יארן. אזוי אויך האט ער נישט גענאשט גארנישט אחוץ זיין אפיציעלע סעודות. דער איד האט בכלל נישט געלעבט מיט גשמיות.

ער האט אבער פארשטאנען אז מען דארף טרעפן דעם באשעפער פאר מען גיט אויף גשמיות, און דער וועג איז ווי חז''ל האבן אונז געלערנט. האב הנאה, און דאנק דער וואס האט עס באשאפען!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא אין זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

שלמה מולכו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 1:56 am
כפרה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 9:14 pm
איך האב נארוואס געזעהן א זאפטיגע שטיקל פלייש, און אנגעהויבן אריינקלערן טיפער ווער האט דאס אונז געגעבן, וואס דאס טייטשט קדושים תהיו ווי די רמב"ן טייטשט, און איך האב געלייגט די תאוה'לי אין דער זייט, איך קען אפילו נישט באשרייבן דאס קרבת אלקים, עס האט זיך געשפירט ווי א ריח נחוח חלבי ודמי הנמעט בצומי.

ייש"כ פאר ברענגן די מחשבות צום אויבערפלאך.
הערליך! ביזט א גיבור!

די שאלה איז וואס וואלסטו געטוען אויב וואלסט למעשה דורכגעפאלן,(איך מיין נישט ח״ו דיר פערזענליך, איך וויל נאר ארויסברענגען א נקודה) און יא אריינגעריקט די פלייש מיט אפעטיט, אויב ביסטו צאמגעשטעלט פון די בלוט מיט פלייש אינגרידיענטס האסטו מסתם עליות און ירידות.

די נקודה פון הרב זילבער איז, אז דער אויבערשטער איז איבעראל, און א מענטש קען זיין דבוק אינעם אויבערשטן אין יעדע מצב ווי ער איז, ווייל דער אויבערשטער איז דארט מיט איהם, און אונזער עבודה איז זיך צו מקשר זיין מיט גאט ברוך הוא אין יעדע מצב, אפילו ווען מרוקט פיצא, נישט דעמאלטס זיך אויספלאגן און אנטלויפן פונעם אויבערשטן.

אויב א מענטש נעמט דעם אויבערשטן אין זיין מחשבה, קען ער מאכן א נחת רוח פארן אויבערשטן ביים עסן פיצא אדער סטעיק אויך, אודאי איז דא הויעכע מדריגות, אבער מקען נישט דינען דעם אויבערשטן נאר ווען מאיז הויעך, ווייל מאיז נישט אלעמאל דערביי, מדארף זיין דבוק אין איהם אלעמאל.

בכלל איז גוט זיך איינחזרן, אז יא, איך בין א מענטש און איך קען דורכפאל, דאס איז די גאנצע סיבה פארוואס אונז זענען דא, צו טרעפן דעם אויבערשטן אפילו אין די דורכפאל, פארדעם איז דא א מצוה פון תשובה, ווייל א מענטש פאלט דורך, מקען זיך נישט אויספלאגן אין די לאו און גיין צום אויבערשטן נאר אין די היי, לא נתנה תורה למלאכי השרת.
הערליך שיין!

איך ווייס אבער נישט אויב מען דארף עס ריפן א דורכפאל. הנאה האבן פון דער באשעפער'ס וועלט מיט א ברכה און נאכן אריינטראכטן אין זיינע חסדים, איז א לכתחילה!
דער באשעפער פריידט זיך מיט דעם איד!

אויב מען לעבט נישט אזוי בשעת'ן עסן, קען מען נישט גיין ווייטער און ארבעטן אויף זיך אויפצוהערן.

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא און זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

א זיסע Q&A פון ר' אביגדער מיללער זצ''ל
Q:
What should be the attitude of an Orthodox Jew regarding glatt kosher Chinese restaurants?

A:
I think it’s superfluous to even speak about this. We’re definitely happy that they are glatt kosher. And if they would close down entirely it would be even better.
TAPE # 38 (November 1974)

Q:
Does Hakodosh Boruch Hu really mind if we enjoy ourselves once in a while by eating out in a restaurant?
A:
First of all, not only does Hashem not mind if you enjoy yourself once in a while, but He doesn’t mind if you enjoy yourself all the time. And not only does He not mind, but He wants you to enjoy yourself all the time. And you must get that into your head. If you would frequent these lectures regularly you would know that Hakodosh Boruch Hu wants us to be happy all the time, and whatever we do we should do with happiness.

But the question really becomes – what is happiness? Now, if you eat out, so for the moment it might seem like fun but when you come home at night and at 3 o’clock in the morning you have to start running because you don’t know what they served you in the restaurant, it’s not fun anymore. Look, it’s certainly not as wholesome as what you could eat at home. I told you once, a man once told me that he was in a restaurant and he peeked through the swinging doors into the kitchen. He saw a waiter spit onto a plate and wipe it clean with his apron – a true story!

There are better ways of enjoying life than eating out. What’s so great about eating out?! It costs less to eat at home. What it is really, is only imagination. Because people have put a premium on eating out so they think it’s fun. However, we’re not going to go into details now about this foolishness.

But there is no question that Hashem is happy when His children are happy – of course, if it’s all done in a good way, in a virtuous and kosher way.
TAPE # 272 (July 1979)
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא אין זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

נקודה למחשבה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 2:08 am
שלמה מולכו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 1:56 am
כפרה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 9:14 pm
איך האב נארוואס געזעהן א זאפטיגע שטיקל פלייש, און אנגעהויבן אריינקלערן טיפער ווער האט דאס אונז געגעבן, וואס דאס טייטשט קדושים תהיו ווי די רמב"ן טייטשט, און איך האב געלייגט די תאוה'לי אין דער זייט, איך קען אפילו נישט באשרייבן דאס קרבת אלקים, עס האט זיך געשפירט ווי א ריח נחוח חלבי ודמי הנמעט בצומי.

ייש"כ פאר ברענגן די מחשבות צום אויבערפלאך.
הערליך! ביזט א גיבור!

די שאלה איז וואס וואלסטו געטוען אויב וואלסט למעשה דורכגעפאלן,(איך מיין נישט ח״ו דיר פערזענליך, איך וויל נאר ארויסברענגען א נקודה) און יא אריינגעריקט די פלייש מיט אפעטיט, אויב ביסטו צאמגעשטעלט פון די בלוט מיט פלייש אינגרידיענטס האסטו מסתם עליות און ירידות.

די נקודה פון הרב זילבער איז, אז דער אויבערשטער איז איבעראל, און א מענטש קען זיין דבוק אינעם אויבערשטן אין יעדע מצב ווי ער איז, ווייל דער אויבערשטער איז דארט מיט איהם, און אונזער עבודה איז זיך צו מקשר זיין מיט גאט ברוך הוא אין יעדע מצב, אפילו ווען מרוקט פיצא, נישט דעמאלטס זיך אויספלאגן און אנטלויפן פונעם אויבערשטן.

אויב א מענטש נעמט דעם אויבערשטן אין זיין מחשבה, קען ער מאכן א נחת רוח פארן אויבערשטן ביים עסן פיצא אדער סטעיק אויך, אודאי איז דא הויעכע מדריגות, אבער מקען נישט דינען דעם אויבערשטן נאר ווען מאיז הויעך, ווייל מאיז נישט אלעמאל דערביי, מדארף זיין דבוק אין איהם אלעמאל.

בכלל איז גוט זיך איינחזרן, אז יא, איך בין א מענטש און איך קען דורכפאל, דאס איז די גאנצע סיבה פארוואס אונז זענען דא, צו טרעפן דעם אויבערשטן אפילו אין די דורכפאל, פארדעם איז דא א מצוה פון תשובה, ווייל א מענטש פאלט דורך, מקען זיך נישט אויספלאגן אין די לאו און גיין צום אויבערשטן נאר אין די היי, לא נתנה תורה למלאכי השרת.
הערליך שיין!

איך ווייס אבער נישט אויב מען דארף עס ריפן א דורכפאל. הנאה האבן פון דער באשעפער'ס וועלט מיט א ברכה און נאכן אריינטראכטן אין זיינע חסדים, איז א לכתחילה!
דער באשעפער פריידט זיך מיט דעם איד!

אויב מען לעבט נישט אזוי בשעת'ן עסן, קען מען נישט גיין ווייטער און ארבעטן אויף זיך אויפצוהערן.
זיכער אזוי, די פיצא איז נאר די משל.

א מענטש דארף גוט וויסן ווי ער שטייט, אודאי דארף מען שטרעבן און מתפלל זיין זיך אינגאנצן אויסצולייטערן די חומריות אין זיך אפרייסן פון גשמיות מכל וכל, מדארף אבער אויך גוט וויסן ווי משטייט עכט, און וואס דער אויבערשטער וויל באמת יעצט פון מיר אין די פלאץ ווי איך בין יעצט.

רביה״ק מסאטמאר זי״ע שרייבט שוין אין ויואל משה, אז די צדיקים תלמידי בעש״ט זי״ע האבן געזאגט תורה פאר זייער תלמידים אין זייער דור, און זייער הויעכע מדריגה, און ווען מזעהט א בחינה אין א חסידיש ספר דארף מען זיך גוט איבערטראכטן וויפיל ס׳איז נוגע אויף למעשה פאר אונז.

ס׳איז ידוע די מעשה מיט די בחור וואס האט זיך ארומגעדרייעט אן א קאפ וויאזוי ער קען צוברעכן די תאוות אכילה, ביז איינער האט איהם געזאגט ״עס שוין אויף דארט דיין טעלער ביסטו געענדיגט מיט די גאנצע תאוה״, ס׳איז אויך באקאנט די ווארט פון צדיקים אז מצוברעכט א תאווה ווערט עס צוויי…

איך מיין אז אויב מוועט גוט אריינטראכטן וועט מען זעהן אז רוב פון אונזער התרשלות אין עבודת השם קומט פון וועלן צו סאך, פון וועלן גיין אין א מדריגה ווי מאיז נאכנישט, למשל א מענטש וויל אינזין האבן די גאנצע דאווענען מרישא ועד גמירא, און ווייל ער קען עס נישט באווייזן לאזט ער אינגאנצן נאך, ער קען נישט לערנען זעקס שעה רצופות, לערנט ער שוין נישט קיין פינף מינוט אויך נישט, ודו״ק.

בקיצור מדארף קענען צוטיילן פון די שאיפות, בענקען און האפן און מתפלל זיין אויף די גרעסטע, און אויף למעשה דארף מען טוען וואס מקען יעצט ווייל דאס איז יעצט מיין עבודה, דאס וויל דער אויבערשטער פון מיר יעצט, אינזין האבן צו מאכן א נחת רוח פארן אויבערשטן און זיך פרייען מיט די זכי׳ פון די ביסל וואס מטוט יא.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא און זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

די זעלבע נושא אין א צווייטע אשכול

מיינע צוויי צענט מיט אביסל א צווייטע סגנון, כמיין אז מיין תגובה גייט מיט @שלמה’ס מהלך
viewtopic.php?p=4190641#p4190641
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא און זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 2:57 am
די זעלבע נושא אין א צווייטע אשכול

מיינע צוויי צענט מיט אביסל א צווייטע סגנון, כמיין אז מיין תגובה גייט מיט @שלמה’ס מהלך
viewtopic.php?p=4190641#p4190641
יישר כח פאר'ן ברענגן. די שרייבסט גאר גוט!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא און זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

נקודה, שלמה און מסתמא, טריפל-לייק אויף יעדע ווארט
אני הוא הנער, נער המדבר
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא אין זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:10 am
בניהו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:43 pm
מתעלם האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:49 pm
ס'איז א קאמפלעצירטע נושא, און ס'איז זיכער געווען מקומות אזוי און מקומות אזוי.

צד א'. דוקא ווי ווייניגער צו הנאה האבן פונעם עסן. עסן שנעל. זאלצן. אריינקוקן אין א ספר בשעת'ן עסן.

צד ב'. ואכלת ושבעת וברכת. עס די מינימום וואס דו דארפסט צו האבן כח צו דינען דעם אייבירשטן, אבער האב הנאה דערפון און דאנק דעם אייבירשטן.

לכו"ע טאר מען נישט עסן סתם לשם תאוה. מותרות. לשם זיך ענדזשויען. מ'ווערט מגושם. ס'איז אן הלכה מפורשת.

בעולם התיקון וועט מען יא דאס קענען טוהן. ובזמן שישראל שרויים על אדמתן זעט אויך אויס אז מ'האט געקענט הנאה האבן וויפיל מ'האט געוואלט, און נישט מגושם געווארן. ומתפנקי ורווי.
ווי האט מען געהאלטן פון עסן שנעל און זאלצן פאר אן אפיציעלע דרך?
אין אסאך פלעצער. ביי די בעלי מוסר זיכער, קוק אין מסילת ישרים. אבער ביי חסידיש'ע פלעצער טרעפט מען זיכער אויך אזוי. (הגם מ'טרעפט קלאר פארקערט אויך לגבי די נושא פון עסן במתינות - א זייטיגע ענין). אפגערעדט אז אפילו אויב כ'וועל עס נישט אלץ טרעפן געשריבן אלץ א כלליות'דיגע מהלך, איז זיכער אז אסאך צדיקים האבן עכ"פ פאר זיך אזוי געטוהן.

בראשית שנות החסידות ווען סיגופים, דרייערליך, משבת לשבת, איז געווען דער נארם, איז זייער שווער צו זאגן אז ס'איז געווען אן עבודה פון "הנאה האבן פון די עסן און לויבן דעם אויבערשטן". אז דער הייליגער קדושת לוי האט אויסגעגאסן די יוהך, אז גדולי הדורות האבן נישט צוגערירט קיין מאכל ווילאנג זיי האבן נאך געפילט א משיכה דערצו, שטימט שווערליך מיט די מהלך.

אדרבה, זאג דו מיר וואו אין "חסידות" ס'ווערט מבואר דוקא דער מהלך. כ'ווייס אז ר' אביגדור מיללער זצ"ל איז געגאנגען מיט די מהלך, און לכאורה רוב ראשונים זענען געגאנגען אזוי. אבער כ'רעד דוקא ביי חסידים. און איך מיין אמת'דיג מיין בקשה.

אוודאי, ווען א מענטש איז נישט דערביי, האט נישט קיין פשט ער זאל גיין העכער ווי זיין מדריגה און זיך פייניגן. און אוודאי איז דעמאלטס דא א מהלך פון הנאה האבן און לויבן דעם באשעפער. די שאלה איז צו דאס איז דער דרך שיבור לו האדם, אדער ער זאל צילן אויף נאך העכערס.
על דרך עבודה, אין חסידישע ספרים וועסטו כמעט נישט טרעפן פרישות און סיגופים פאר פשוטי עם. טאמער עפעס פונקט פארקערט, האב הנאה, און געדענק אז די תענוג איז א אור השם, ריין רוחניות, (די אנדערע זייט האט נישט קיין תענוגים בכלל, אפילו ביי עבירות ואכמ״ל) די מעשיות וואס דו האסט געליינט איבער די פרישות און סיגופים פון די חסידישע רבי׳ס איז נישט קיין ראי׳ פאר דיר ווייל דאס קען זיין תלוי אין טויזענטע אנדערע סיבות ותנאים.

בזמן הגמ׳ זעהט מען קלאר די מהלך פון הנאה פון די וועלט, בזמן הראשונים איז דא יש ויש, בפרט אויף ענינים שבין איש לאשתו וואס ביי די ראשונים איז דאס געווען ממש נאר לקוים העולם. שפעטער האט זיך דאס אוועקגעשטעלט אז נאר דורך פרישות קען מען אנקומען, ביז די התגלות פון בעש״ט וואס האט אוועקגעשטעלט די זאך אז יעדע איד קען זיין דבוק אין בורא עולם בכל זמן, ובכל מקום ובכל דבר (אוודאי נישט עבירות אדער מותרות לשם תאווה און נישט פאר הרחבת הדעת). די מהלך שטייט פון בעש״ט, מאור עינים, בית אהרן, ועוד ועוד.

אפילו ביי די בעלי מוסר, איז אויך געווען גענוג וואס האבן דייקא נישט געארבעט אויף די מהלך, נאר פונקט פארקערט, האב הנאה, דאנק השי״ת און און לעב א הייליג און מלא תענוגים׳דיגע לעבן כדוגמא ביי נאווארדוק
אני הוא הנער, נער המדבר
באראטונג
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:20 pm

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא און זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באראטונג »

ענינא דיומא
שנים שצלו פסחיהם אחד אכלו לשום מצוה ואחד אכלו לשום אכילה גסה זה שאכלו לשום מצוה צדיקים ילכו בם זה שאכלו לשום אכילה גסה ופושעים יכשלו בם
אוועטאר
עפעס אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 3:10 pm
פארבינד זיך:

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא און זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אזוי »

טייערע ברודער אויף ביידע זייטן פון די פארענטשע

לאמיר זיך אויס קלארן אביסעלע, אונזערע רבי'ס און וועג ווייזער פון אלע פריעדיגע תלמידי הבעל השם איז געווען אז מען דארף ארבייט ארויף דעם גשם וואס מיר לעבן אלץ שטיקער רחניות, און א פארן זינגען און עסן לכבוד שבת איז אן "עבודה" און יא! מען באקומט שכר פאר דעם, און אלעם וואס מיר טוען איבער טאג איז אויב טוט מען עס לעשות נחת לבורא ברוך הוא איז דאס איז אונזער תפקיד דאס צו טהעון און נישט אפווארפן און מיט א געצוויגענע אופן אז מען האט נישט קיין בריריה ווי למשל מען מיז שלאפן א מענטש איז נאר א מענשט.... ניין!!! איב מיין איך דעם באשעפער איז דאס ממש דאס פארוואס איך בין דא אויף דער וועלט און די גשם ווערט רוחני

איז יעצט אזוי איז מען קען נישט זיין קיין איד פון עסן א גאנצן טאג קיפעלעך לע"נ ר' ישעי ב"ר משה און פאקן סיקט'ס מיט שכר פאר יענע וועלט ווייל אז די לעבסט נישט מיטן שלחן ערוך וואס דארט איז די תורה אויסגעשטעלט פארן טאג טעגליכן לעבן און עס איז דא זאכן וואס די מיסט טהון און וואס מען טאר נישט און דאס איז א איד און נאכמער א חסיד איז מען ריקט זיך נישט אוועק א קיצו של יו"ד... נאר די ארום די חסידישקייט דאס איז די היץ און טעמפיטשער וואס האלט אינז און די גיטע וועגען און מאכט אונזער לעבן זאפטידג און וועג פון די מדריגה פון אהבת השם פון א וועג וואס איך וויל דאס, און נישט איך מיז דאס

איז די וועג איז צו עס האלטן עס געבעלענסט, ווייל אסאך מאל קוקט עס אויס סתירה'דיג איז רוב פון די טאג לעבן און וועלט פון חסידות און אביסל פון די טאג א מסור ווי מען רייסט אביסל אריין אז ניין נישט אלעס אזוי פשוט און פריילך ווי די מיינסט

איז ווען א איד פילט געבראכן ביי זיך אז נעם א חסדיש ספר אדער הער א גוט ווארט און הייב דיר דארט וועט מען נישט די באופן תמידי פארהאלטן און ענדערש הייבן מיט דיין פשוטן לעבן

ווען די זעסט אז די ביסט עפעס צו צפרידן מיט דיר אדער ביסט קאלט און גארנישט קלעבט צו דיר הער עפעס מסור און קלאפ דיר נישט אזוי פיל און ריקן און טוה עפעס פאר ריעל דעמעלט נעם נישט די חיזק צו קענען גייען שלאפן ווייל די אייבישטער האט גאר ליב ווען איך עס קוגל און אזוי ווייטער

איז דער הפותח האשכול האט געפילט לכאורה אז דער עולם דא וויל מען הערן עפעס וואס קלינגט אז די ביסט יא חשוב ביים אייבשטער און פאר אריין מיט א סטעק נאר טראכט פון בורא ברוך הוא

און די וואס ברעגן ספרי מוסר פילען ווי שוין ווייטער איז מען מחזק און באסטן די וואס שלאפן און הערן נישט און זייער לעבען דאס ביסעלע אז מען דארף טהון שווערע זאכן אויך צו זיין א איד
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא אין זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:04 pm
[quote=מתעלם
על דרך עבודה, אין חסידישע ספרים וועסטו כמעט נישט טרעפן פרישות און סיגופים פאר פשוטי עם. טאמער עפעס פונקט פארקערט, האב הנאה, און געדענק אז די תענוג איז א אור השם, ריין רוחניות, (די
כווייס אז דאס איז א גאנגבארע שפראך היינט, אבער סאיז פשוט שקר מוחלט.

יעדע בלאט אין באר מים חיים איז געבויט אויף קדש עצמך במותר לך. יעדע חסידישע ספר וואו מקוקט אריין רעדט פון דעם. עבודת ישראל, מאור ושמש, קדושת לוי, בני יששכר, פול פול מיט אזהרות אז מ'זאל זיך נישט נאכגעבן דעם גוף און זיך מקדש זיין באכילה.

אין אלע חסידישע פלעצער האט מען געריסן שטיקער פונעם גוף. חב"ד, סלאנים יעדע דריטע ווארט, גור, בעלז, טשערנאביל, וואו נישט?

אין די אנהייב ספר התניא רעדט ער בחומר הדבר. סאיז דא אסאך באקאנטע שארפע מאמרים פון אלטן רבין אז תענוגי הגוף איז די גרעסטע שטער פאר עבודת השי"ת. לדוגמא אין ליקוטי תורה חוקת.

היינט איז א נייע וועלט, ער וויל נאכגעבן אלע תאוות פארן גוף אבער ער וויל ניטאמאל האבן די שלעכטע פילינג נאכדעם, מאכט מען עס פאר א שיטה, עפ"י חסידות דארף מען פרעסן פיצא.

איך האב אויך ליב גוטע מאלצייטן אבער כווייס אז כ'ווער נאכנישט פאר דעם א חסיד'ישער איד.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא אין זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

בניהו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 9:46 pm
טעמפל שירה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 9:31 pm
בניהו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 9:05 pm
צו געזונט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 9:03 pm
פיין. גיימיר אנהויבען האקען סטעיק מיט פיצא
ענדשוי איט! זיין תגובה איז אגב איבערגעטייטשט א שטיקעל מאור עינים אין אידיש.
מראה מקום ביטע?
די מאור עינים רעדט דערפון כמה פעמים איבערן גאנצן ספר. דאס איז איינס פון די יסודות אין חסידות, כמבואר בכמה ספרים מהבעש״ט.

פארשטייט זיך אז מען רעדט נישט ווען מען עסט איבער די גבולים. די מדובר איז ווען מען עסט זיך צו זעטיגן, מיט פיצא, ברויט אדער סטעיק. והיינו טעמא מיט דיין בני בית, קינדער, הויז, קאר וכל דברים גשמיים.
אין פרשת פנחס דאכצעך איז דא א הערליך ארוכות איבער דעם
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא אין זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

להודיע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:52 pm
בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:04 pm
[quote=מתעלם
על דרך עבודה, אין חסידישע ספרים וועסטו כמעט נישט טרעפן פרישות און סיגופים פאר פשוטי עם. טאמער עפעס פונקט פארקערט, האב הנאה, און געדענק אז די תענוג איז א אור השם, ריין רוחניות, (די
כווייס אז דאס איז א גאנגבארע שפראך היינט, אבער סאיז פשוט שקר מוחלט.

יעדע בלאט אין באר מים חיים איז געבויט אויף קדש עצמך במותר לך. יעדע חסידישע ספר וואו מקוקט אריין רעדט פון דעם. עבודת ישראל, מאור ושמש, קדושת לוי, בני יששכר, פול פול מיט אזהרות אז מ'זאל זיך נישט נאכגעבן דעם גוף און זיך מקדש זיין באכילה.

אין אלע חסידישע פלעצער האט מען געריסן שטיקער פונעם גוף. חב"ד, סלאנים יעדע דריטע ווארט, גור, בעלז, טשערנאביל, וואו נישט?

אין די אנהייב ספר התניא רעדט ער בחומר הדבר. סאיז דא אסאך באקאנטע שארפע מאמרים פון אלטן רבין אז תענוגי הגוף איז די גרעסטע שטער פאר עבודת השי"ת. לדוגמא אין ליקוטי תורה חוקת.

היינט איז א נייע וועלט, ער וויל נאכגעבן אלע תאוות פארן גוף אבער ער וויל ניטאמאל האבן די שלעכטע פילינג נאכדעם, מאכט מען עס פאר א שיטה, עפ"י חסידות דארף מען פרעסן פיצא.

איך האב אויך ליב גוטע מאלצייטן אבער כווייס אז כ'ווער נאכנישט פאר דעם א חסיד'ישער איד.
וואס מיינט קדש עצמך במותר לך? וויפול איז נויטיג און וויפול איז איבריג? מ׳דארף צו דעם האבן א רבי ווייל די חסידישע ספרים שרייבן נישט קיין פונקטליכע גיידליינס און ס׳איז נישט מעגליך ווייל יעדער איז אנדערש. טאקע פארדעם האב איך פריער געשריבן אז כך קבלתי מרבותי, און איך ראט דיר צו טוהן די זעלבע. קלאפ אויף דיין רבי׳ס טיר און פרעג וואס יא און וואס נישט, איך קען דיר כמעט צוזאגן אז דו וועסט הערן די זעלבע ווי וואס מען שרייבט דא

דאס איז נישט קיין ״גאנגבארע שפראך היינט״. מורי ורבי שלאפט צוויי-דריי שעה א נאכט, לערנט יומם ולילה און און אויסגעקאכט אין יעדע חסידישע ספר. יעדע רבי, משפיע און מורה דרך באופן כללי גייט דיר זאגן די זעלבע!
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא און זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

הערליכע נקודה. די קעפל, די תוכן, אלעס. שכח.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא אין זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 1:14 pm
להודיע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:52 pm
בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:04 pm
[quote=מתעלם
על דרך עבודה, אין חסידישע ספרים וועסטו כמעט נישט טרעפן פרישות און סיגופים פאר פשוטי עם. טאמער עפעס פונקט פארקערט, האב הנאה, און געדענק אז די תענוג איז א אור השם, ריין רוחניות, (די
כווייס אז דאס איז א גאנגבארע שפראך היינט, אבער סאיז פשוט שקר מוחלט.

יעדע בלאט אין באר מים חיים איז געבויט אויף קדש עצמך במותר לך. יעדע חסידישע ספר וואו מקוקט אריין רעדט פון דעם. עבודת ישראל, מאור ושמש, קדושת לוי, בני יששכר, פול פול מיט אזהרות אז מ'זאל זיך נישט נאכגעבן דעם גוף און זיך מקדש זיין באכילה.

אין אלע חסידישע פלעצער האט מען געריסן שטיקער פונעם גוף. חב"ד, סלאנים יעדע דריטע ווארט, גור, בעלז, טשערנאביל, וואו נישט?

אין די אנהייב ספר התניא רעדט ער בחומר הדבר. סאיז דא אסאך באקאנטע שארפע מאמרים פון אלטן רבין אז תענוגי הגוף איז די גרעסטע שטער פאר עבודת השי"ת. לדוגמא אין ליקוטי תורה חוקת.

היינט איז א נייע וועלט, ער וויל נאכגעבן אלע תאוות פארן גוף אבער ער וויל ניטאמאל האבן די שלעכטע פילינג נאכדעם, מאכט מען עס פאר א שיטה, עפ"י חסידות דארף מען פרעסן פיצא.

איך האב אויך ליב גוטע מאלצייטן אבער כווייס אז כ'ווער נאכנישט פאר דעם א חסיד'ישער איד.
וואס מיינט קדש עצמך במותר לך? וויפול איז נויטיג און וויפול איז איבריג? מ׳דארף צו דעם האבן א רבי ווייל די חסידישע ספרים שרייבן נישט קיין פונקטליכע גיידליינס און ס׳איז נישט מעגליך ווייל יעדער איז אנדערש. טאקע פארדעם האב איך פריער געשריבן אז כך קבלתי מרבותי, און איך ראט דיר צו טוהן די זעלבע. קלאפ אויף דיין רבי׳ס טיר און פרעג וואס יא און וואס נישט, איך קען דיר כמעט צוזאגן אז דו וועסט הערן די זעלבע ווי וואס מען שרייבט דא

דאס איז נישט קיין ״גאנגבארע שפראך היינט״. מורי ורבי שלאפט צוויי-דריי שעה א נאכט, לערנט יומם ולילה און און אויסגעקאכט אין יעדע חסידישע ספר. יעדע רבי, משפיע און מורה דרך באופן כללי גייט דיר זאגן די זעלבע!
אויב ס'איז א פערזענליכע הוראה אפשר איז עס נישט קיין נחלת הכלל.
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא אין זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:04 pm
מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:10 am
בניהו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:43 pm
מתעלם האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:49 pm
ס'איז א קאמפלעצירטע נושא, און ס'איז זיכער געווען מקומות אזוי און מקומות אזוי.

צד א'. דוקא ווי ווייניגער צו הנאה האבן פונעם עסן. עסן שנעל. זאלצן. אריינקוקן אין א ספר בשעת'ן עסן.

צד ב'. ואכלת ושבעת וברכת. עס די מינימום וואס דו דארפסט צו האבן כח צו דינען דעם אייבירשטן, אבער האב הנאה דערפון און דאנק דעם אייבירשטן.

לכו"ע טאר מען נישט עסן סתם לשם תאוה. מותרות. לשם זיך ענדזשויען. מ'ווערט מגושם. ס'איז אן הלכה מפורשת.

בעולם התיקון וועט מען יא דאס קענען טוהן. ובזמן שישראל שרויים על אדמתן זעט אויך אויס אז מ'האט געקענט הנאה האבן וויפיל מ'האט געוואלט, און נישט מגושם געווארן. ומתפנקי ורווי.
ווי האט מען געהאלטן פון עסן שנעל און זאלצן פאר אן אפיציעלע דרך?
אין אסאך פלעצער. ביי די בעלי מוסר זיכער, קוק אין מסילת ישרים. אבער ביי חסידיש'ע פלעצער טרעפט מען זיכער אויך אזוי. (הגם מ'טרעפט קלאר פארקערט אויך לגבי די נושא פון עסן במתינות - א זייטיגע ענין). אפגערעדט אז אפילו אויב כ'וועל עס נישט אלץ טרעפן געשריבן אלץ א כלליות'דיגע מהלך, איז זיכער אז אסאך צדיקים האבן עכ"פ פאר זיך אזוי געטוהן.

בראשית שנות החסידות ווען סיגופים, דרייערליך, משבת לשבת, איז געווען דער נארם, איז זייער שווער צו זאגן אז ס'איז געווען אן עבודה פון "הנאה האבן פון די עסן און לויבן דעם אויבערשטן". אז דער הייליגער קדושת לוי האט אויסגעגאסן די יוהך, אז גדולי הדורות האבן נישט צוגערירט קיין מאכל ווילאנג זיי האבן נאך געפילט א משיכה דערצו, שטימט שווערליך מיט די מהלך.

אדרבה, זאג דו מיר וואו אין "חסידות" ס'ווערט מבואר דוקא דער מהלך. כ'ווייס אז ר' אביגדור מיללער זצ"ל איז געגאנגען מיט די מהלך, און לכאורה רוב ראשונים זענען געגאנגען אזוי. אבער כ'רעד דוקא ביי חסידים. און איך מיין אמת'דיג מיין בקשה.

אוודאי, ווען א מענטש איז נישט דערביי, האט נישט קיין פשט ער זאל גיין העכער ווי זיין מדריגה און זיך פייניגן. און אוודאי איז דעמאלטס דא א מהלך פון הנאה האבן און לויבן דעם באשעפער. די שאלה איז צו דאס איז דער דרך שיבור לו האדם, אדער ער זאל צילן אויף נאך העכערס.
על דרך עבודה, אין חסידישע ספרים וועסטו כמעט נישט טרעפן פרישות און סיגופים פאר פשוטי עם. טאמער עפעס פונקט פארקערט, האב הנאה, און געדענק אז די תענוג איז א אור השם, ריין רוחניות, (די אנדערע זייט האט נישט קיין תענוגים בכלל, אפילו ביי עבירות ואכמ״ל) די מעשיות וואס דו האסט געליינט איבער די פרישות און סיגופים פון די חסידישע רבי׳ס איז נישט קיין ראי׳ פאר דיר ווייל דאס קען זיין תלוי אין טויזענטע אנדערע סיבות ותנאים.

בזמן הגמ׳ זעהט מען קלאר די מהלך פון הנאה פון די וועלט, בזמן הראשונים איז דא יש ויש, בפרט אויף ענינים שבין איש לאשתו וואס ביי די ראשונים איז דאס געווען ממש נאר לקוים העולם. שפעטער האט זיך דאס אוועקגעשטעלט אז נאר דורך פרישות קען מען אנקומען, ביז די התגלות פון בעש״ט וואס האט אוועקגעשטעלט די זאך אז יעדע איד קען זיין דבוק אין בורא עולם בכל זמן, ובכל מקום ובכל דבר (אוודאי נישט עבירות אדער מותרות לשם תאווה און נישט פאר הרחבת הדעת). די מהלך שטייט פון בעש״ט, מאור עינים, בית אהרן, ועוד ועוד.

אפילו ביי די בעלי מוסר, איז אויך געווען גענוג וואס האבן דייקא נישט געארבעט אויף די מהלך, נאר פונקט פארקערט, האב הנאה, דאנק השי״ת און און לעב א הייליג און מלא תענוגים׳דיגע לעבן כדוגמא ביי נאווארדוק
איך געדענק נישט אזוי איון ספרי חסידות. אדרבה ווייזט מיר אן.

אמת אז אין שפעטערדיגע מוסר'דיגע פלעצער טרעפט מען אזוי. דו מיינסט מסתמא סלאבאדקע מער ווי נאווארדהוק.
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא און זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

און נישט פארמישן מיט די ענין פון העלאת ניצוצות. ס'האט נישט קיין שייכות אהער, כמובן.
חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

תגובה דורך חיים זילבער »

מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 1:55 pm
און נישט פארמישן מיט די ענין פון העלאת ניצוצות. ס'האט נישט קיין שייכות אהער, כמובן.
אינטרעסאנט, דו טוסט טאקע אמת׳ע סגופים?
אויב יא ביסטו דער צווייטער וואס איך קען.
דער ערשטער בין איך געווען אין מיין יוגנד, איך וויל נישט אריין גיין אין מיין עבר, נאר דאס יא זאלסטו וויסן, אז קרבת אלוקים האב איך נישט געשפירט, אפשר אביסל גאווה...

וואס וויל איך זאגן דערמיט, צוויי זאכן: 1. סיגופים איז נאר פאר איינצעלע אין יעדע דור (לכל הפחות אין אונזער דור). 2. אז די חלק פון קרבת אלוקים פאר זיך אליין איז די גרעסטע ראיה אז עס ארבעט און עס איז גוט צו מחבר זיין יעדער גשמיות׳דיגער זאך צום באשעפער.

ווילסט ראיות פון חז״ל און די תורה הקדושה, לערן חובת הלבבות. ווילסט ראיות פון חסידישע ספרים, לערן זיי וועסטו טרעפן גענוג און נאך.
אין חסידות איז געווען צוויי עיקר מהלכים: 1) על פי קבלה. 2) און דערנאך איז דא אונזער דרך וואס רוב רובו פון חסידישע וועלט פירט זיך לויט זיי - פון מעלה זיין די גשמיות אין רוחניות: שלאפן, עסן, רעדן, לאכן, וויינען אא״וו יעדע איינצעלע גשמיות׳דיגער זאך.
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא און זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

איך בין נישט עוסק אין סיגופים. און ס'איז בכלל נישט קיין חילוק וואס איך טוה. לאמיר פאקוסירן אויפן אמת און צילן אהין אנצוקומען. און כאטש וויסן וואו אונז שטייען מיר לגבי די אמת.

און מ'רעדט נישט דא פון סיגופים. מ'רעדט דא פון א מהלך פון לייגן ווי ווייניגער פאקוס אויף גשמיות. כמאן דשדי אחוריה כתפיה. ווי א דבר עראי. און וויסן אז ס'איז בעצם עפעס וואס נעמט אוועק פונעם שלימות פון א מענטש. נאר מ'מוז עס האבן לפי ההכרח. און צוגיין דערצו ווי אן אומגעוואונטשענע זאך. ווען איך עס זאל מיר נישט אנגיין וואספארא עסן ס'איז, וואספארא טעם ס'האט, די איינציגסטע ציל זאל זיין שלא להנאת גופי נאר שיהיה לי כח לעבודת הבורא.

איך ווייס אז ס'איז דא אן אנדערע מהלך. און מיר פערזענליך ציט מער די אנדערע מהלך. אבל האמת אהוב מכל.

מעלה זיין די גשמיות טוט מען דורך עסן לשם שמים. ג' קליפות הטמאות ווערן אויך נתעלה דורך דעם וואס מ'עסט עס "נישט"!

איך קען אידן וואס גשמיות רעדט ממש גארנישט צו זיי. און זיי האבן טאקע נישט צופיל פון דעם. און זיי האבן גענוג אסאך קרבת אלוקים. איך זעה נישט די ראי' וואס דאס דארף ברענגען.
חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

Re: יא! דו קענסט עסן פיצא און זיין נאנט מיטן אויבערשטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 3:18 pm
איך בין נישט עוסק אין סיגופים. און ס'איז בכלל נישט קיין חילוק וואס איך טוה. לאמיר פאקוסירן אויפן אמת און צילן אהין אנצוקומען. און כאטש וויסן וואו אונז שטייען מיר לגבי די אמת.

און מ'רעדט נישט דא פון סיגופים. מ'רעדט דא פון א מהלך פון לייגן ווי ווייניגער פאקוס אויף גשמיות. כמאן דשדי אחוריה כתפיה. ווי א דבר עראי. און וויסן אז ס'איז בעצם עפעס וואס נעמט אוועק פונעם שלימות פון א מענטש. נאר מ'מוז עס האבן לפי ההכרח. און צוגיין דערצו ווי אן אומגעוואונטשענע זאך. ווען איך עס זאל מיר נישט אנגיין וואספארא עסן ס'איז, וואספארא טעם ס'האט, די איינציגסטע ציל זאל זיין שלא להנאת גופי נאר שיהיה לי כח לעבודת הבורא.

איך ווייס אז ס'איז דא אן אנדערע מהלך. און מיר פערזענליך ציט מער די אנדערע מהלך. אבל האמת אהוב מכל.

מעלה זיין די גשמיות טוט מען דורך עסן לשם שמים. ג' קליפות הטמאות ווערן אויך נתעלה דורך דעם וואס מ'עסט עס "נישט"!

איך קען אידן וואס גשמיות רעדט ממש גארנישט צו זיי. און זיי האבן טאקע נישט צופיל פון דעם. און זיי האבן גענוג אסאך קרבת אלוקים. איך זעה נישט די ראי' וואס דאס דארף ברענגען.
שוין, אויב אזוי זע איך נישט קיין גרויסע חילוקי דעות צווישן אונז.
נאר דאס יא, איך בין נישט ממליץ צו שלינגען עסן גאנצערהייט, איך בין אריין דערפאר אין שפיטאל.
אזוי אויך נישט אריינלייגן צו סאך זאלץ ס׳איז ממש סכנות נפשות, ס׳קען צעלייגן דיין נירן - ונשמרתם!

כל טוב
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”