פאר וועם באלאנגט די סיידוואלק אין די סיטי ?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2900
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: גוזל את הרבים!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

חיים יצחק האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 10:59 pm
פסח שפירט זיך שוין און די גאסן!!! ממש מען פילט עס במלוא מובן המילה..

יעדע צווייטע געשעפט וואס פארקויפט עפעס זאל זיין זאקן, וועש, שיך, אה און אויך גראסעריס… האט פארנט פון געשעפט א ריזיגע טרעילער גרעסער ווי די עצם געשעפט ..


גענוג שווער מיט די פארקינג א גאנץ יאר!!

( אלע קארני תגובה׳ס ווי למשל מאףף ארויס פון שטאט כאפ איך יעצט אויס)
נישט נארמאל וואס דא גייט פאר !!! איינער מיט אן עצה???
ווען די גייסט אראפ ברעכן אלע עקסטענטשן’ס פון די גראסערי’ס וואס האבן גע’גנב’ט רשות הרבים כאילו לא היה. העל איך כאפן א שמועס מיט דיר...
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: פאר וועם באלאנגט די סיידוואלק אין די סיטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

זריזין מקדימין משמשים שטעלן שוין אויף זייערע חמץ שאטער'ס אויפן גאנצן סיידוואלק אויף די פארנומענסטע גאסן אלעס נאר "לכבוד הציבור"...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: פאר וועם באלאנגט די סיידוואלק אין די סיטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

ווען איר טרעפט איינע פון די עסקנים וואס הייסן גיין וואוטן, האלטס אים פאר פארוואס ער קען נישט פויעלן ביי די באאמטע עפעס צו טון איבער די אנשיקעניש פון די טרעילארס.

הייסן זיי אונז גיין וואוטן פאר אונזערע אינטערעסן אדער פאר די אינטערעסע פון יחידים אז זיי זאלן קענען ענג מאכן פאר די ארענטליכע איינוואינער?
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: פאר וועם באלאנגט די סיידוואלק אין די סיטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 1:30 am
yingerman business האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 1:28 am
דו סיידוואלק איז נישט קיין נכסי יחיד אויב איינער וויל עס ניצען נישט קיין חילוק פארוואס דארף ער האבן רשות פון דו איינוואוינער ספלעין פשוט גניבה
קודם כל רעדט מען דאך פון די פארקינג ספאט פארנט פון געשעפט....
חוץ מזה איבער די סיידוואלק
אויב די שטאט פלאנצט דארט א בוים איז עס אקעי?
א דעליווערי מעג דארט אנקומען? אדער דער טרעילער דרייווער דארף עס גראד אריין פירן אין געשעפט די גאנצע סקיט?
מ׳קייט איבער אינעם וויליאמסבורגער אשכול איינמאל און נאכאמאל די זעלבע אויסגעדראשענע טענות…

ער שטעלט דאך צו סערוויס…

נישט מעגליך אן דעם…

פארוואס מעג דער בית מדרש יא?..

וכו׳

ס׳איז דא א פשוט׳ער תירוץ. ווען די סטארס וואלטן עס נישט עביוזד וואלט זיך קיינער נישט געקימערט דערמיט.

ס׳האט נאך קיינער נישט געמאכט קיין מערכה מיט בתי מדרשים וואס מאכן א סוכה פון ערב ביז אסרו. ס׳האט נאך קיינער נישט באשייגעצט א גראסערי מענעדזשער פארן לאזן א סקיט פארוויילן אויפן סיידוואלק א האלבע שעה נאכן דעליווערי.

עפעס איז דא געשען די לעצטע פאר יאר, אפשר טאקע וויבאלד אונז האב מיר געשוויגן, און פלוצלינג האבן איין גראסערי נאכן צווייטן אנגעהויבן פארגעסן צו ערעינדזשן דעם פיק-אפ מוצאי פסח פאר זייערע קאנטעינערס, געוויסע סטארס ווייסן שוין די קאסטומערס יאר-ראונד אז די פאולענד ספרינג פעלעט ליגט אויף די סיידוואק.. יעדע פאר חדשים טוישט זיך נאך א סטאר דעם פלעסטיק ארומנעמער צי א גלאזערנע היקף קבע, און ס׳גייט א רויעך, שטחים ווערן אנעקסירט און אונז ברויך מיר שווייגן, פארוואס? אה ווייל ס׳איז נישט מעגליך צו האלטן סעסעמי סטיקס ערב פסח נעבן די טשיז סנעקס… קאם אן!

פירטס ענק אויף ווי מענטשן, נעם דיין קאנטעינער פון ז׳ ניסן ביז ערב פסח, מאך נישט די סיידוואלק דיין פערמענענט סטאר, וועסטו זען אז מענטשן וועלן זיין אויף דיין זייט ווען דו וועסט דארפן בהכרח נוצן דעם דרך הרבים פאר אפאר מינוט און טאקע ווייל דו שטעלסט צו סערוויס.

ווען דער בית המדרש וועט לייגן דעם טענט צו מאכן מנינים פערמענאנט וועט זיך טון די זעלבע בייזערייען. די שטאט איז נישט דיין פערד, אונז פארשטיי מיר זייער גוט די חילוק פון די וואס מוזן און די וואס ווילן מוזן.
אוועטאר
yingerman business
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 2:32 pm

Re: פאר וועם באלאנגט די סיידוואלק אין די סיטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yingerman business »

נעקסט וואס נאך קען מען שעלטן?
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: פאר וועם באלאנגט די סיידוואלק אין די סיטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

yingerman business האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 2:00 am
נעקסט וואס נאך קען מען שעלטן?
זעה איך שוין ווי איך האלט דא מיט די חברה
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: פאר וועם באלאנגט די סיידוואלק אין די סיטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

צ/ק

פאר כל דאלים גבר
און פאר כל דאלים גבר
און פאר כל דאלים גבר ,
אנדערע זאגן אויכעט פאר נא... וויזוי הייסט ער נאר .... אה.. כל דאלים גבר.
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: פאר וועם באלאנגט די סיידוואלק אין די סיטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

, צ''ק
נישט פאר מיר.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”