פסח אין אלט שטאט

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

פסח אין אלט שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

(ניגון מיין קינד טרעף מיר - מיכאל שניצלער)
ערב פסח בין השמשות,
אידן זענען שוין אין די בתי מדרשות,
אין עיר הק' ירושלים,
ביים בארנוב רב ביי אים,
מ'ווארט אויף מעריב און הלל,
--דער רב פירט זיך יאר יערליך,
נאך תפלות מנחה אזוי ערליך,
צום כותל מעריב ער גייט,
דארט ווי דער וואנט שטייט,
זאגט דעם סדר קרבן פסח און מתפלל,
=שוין לאנג נאך די שקיעה,
א ווינדער א פליאה,
דער רב איז נאך אלץ נישט צוריק,
מ'שיקט דעם גבאי'ן געבן א קוק,
=ער האט דעם רב אין אלט שטאט געפינען,
טרערן טוען פון די אויגן רינען,
רבי וואס האט פאסירט?
די רבי דערציילט איך האב דא אין די גאס שפאצירט,
*אן אראבער, א טרייבער,
מיט שעפסן און ציגן, ארום אים זענען געליגן,
די שעפסן שרייען מעה מעה,
האב איך מיר דערמאנט אז ביום הזה,
יעדער איד מיט שעפסל א קרבן פסח באקריגן,
*דא אין ירושלים, כשהמקדש הי' קיים,
יעצט ערב פסח האט יעדער געברענגט,
ווען איך האב דעם קול פונעם שעפסל געהערט,
מיינע טריט אהין זיך געקערט,
דאס הארץ צום קרבן פסח האט זיך מיר געבענקט,
=רועדים וזוחלים, פסח שהי' אבותינו אוכלים,
בזמן שבית המקדש הי' קיים
של שפסח על בתי אבותינו במצרים,
=שנאמר ואמרתם זבח פסח הוא לשם,
יאר יערליך מיר בענקען מיט קלעם,
מיר גרייט זיך צו גיין אויף דעי דרכים,
ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: פסח אין אלט שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

זיייעער זיייער גוט!
איך האב עס געזינגען אזוי פאר מיר צוזאמען מיט די ניגון .. און איך בין פשוט צוגאנגען ...
הערליך! גוטע גראמען!
און ס'נאך גוט געגאסן.....
זייער שיין!
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15480
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: פסח אין אלט שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

האסט מיר געקאסט א קרעכץ, שכוח פאר די התעוררות
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: פסח אין אלט שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

גאר שיין!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: פסח אין אלט שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

זייער שיין
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”