וואס זאגט איהר מיינע ליבע פריינד צו דעם.
נסתרים דרכי השם.
מצד אחד א וואקעלדיגער עליה אין הכנסה. (גראדע די וואך מער ווי פאריגע) מצד שני אומערווארטעטע שאדן.
1,500
די ראדיעטער און נאך באשטאנטיילן אינעם הולך על ארבע הנקרא אוטומאביל געגאנגען פייפן פון איין מינוט אויפן צווייטן,
165
פאר א סוער מענטש. א בעקאפ אינדערהיים נישט מיר נישט דיר נישט א 2 אינטשעס וואסער.
12,000 עסטימעט
די דאך פאלט איין פון די שווערע מצב אויבן. די רעגן איז אויף מיין בני ביתעס בעט צוזאמען מיט די שיטראק.
די עקספערטן זאגן קענסט לייגן א נייע קרום ביצה פאר צוויי אלפים פלוס, אבער רעקאמענדירן א פולע מייסע אויב איך ווייס וואס איז גוט פאר מיר. (מכירו הייתי לשעבר ועכשיו ביותר) [שוין געהערט הנ"ל מכמה מומחים לפני 5 יאהר ולא שמעתי להם].
אתמהה.
אבער!!
רִבּוֹן הָעוֹלָמִים יָדַעְתִּי, יָדַעְתִּי, יָדַעְתִּי,
כִּי הִנְנִי בְּיָדְךָ, בְּיָדְךָ, בְּיָדְךָ לְבַד,
כִּי הִנְנִי בְּיָדְךָ, בְּיָדְךָ, בְּיָדְךָ לְבַד,
כַּחֹמֶר, כַּחֹמֶר, בְּיַד, בְּיַד הַיּוֹצֵר
וְאִם גַּם אֶתְאַמֵּץ בְּעֵצוֹת וְתַחְבּוּלוֹת, וְתַחְבּוּלוֹת.
וְכָל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל יַעַמְדוּ לִימִינִי, לְהוֹשִׁיעֵנִי וְלִתְמֹךְ נַפְשִׁי,
מִבַּלְעֲדֵי, מִבַּלְעֲדֵי עֻזְּךָ וְעֶזְרָתְךָ,
אֵין אֵין אֵין עֶזְרָה וִישׁוּעָה,
אֵין אֵין אֵין עֶזְרָה וִישׁוּעָה.