משוגע מעטארע!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Blue Red
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 23, 2023 9:55 pm

משוגע מעטארע!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Blue Red »

9:00 - מיין 6 יעריגע מיידעלע קומט צו צו מיין בעט מיט אזא שמייכל "א גוטן טאג טאטי, פילסטוך גוט??" "א גוטן טאג שעפעלע, יא איך שטיי שוין אויף"...
יא יא... 9:30 קומט מיין 4 יעריגער מיר וואונטשן א לוסטיגן טאג מיט זיין בלאנדע דיפיטידא פאה'לעך און רויטע בעקעלעך, און איך גלעט אים מיט מיינע צושטרויבעלטע צעפ און פארגלאטע אויגן... ס'בוווווווווווווווווווושות!!!

יוש... וויפיל אזייגער איז?? 9:52?? זמן קריאת שמע, העלא?!?! כ'האב אנגעהויבן ליינען פונקט :53 ווען עס איז סוף צווייטע זמן. אנגעטון ווי א לא בעטערי ראבאט... די שטרימפ איז נישט געווען א גוטע פאר... די ציין געפוצעכטס האט מיר צוריקגעגעבן אביסל סעלף קאנפידענס... די פיאות האבן איך נאס געמאכט און געקרייזלט, 'וויסוואסכמיין, איך בין שוין ביזי אינדערהיים מיט ארבעט פאר אפאר שעה'... נאכן אנעטון די רעקל האט זיך ארויסגעשטעלט למפרע אז די היט איז געווארן געפרעסט אונטער די רעקל פאר בעיוטי פערפעסעס... און דער פערדסקאפ האט ארויסגעשטורמט צום שול...

די וועטער אינדרויסן האט מיך אנגעקוקט שטרענג, כאילו פאר די וותיקין מנין האט ער געשמייכעלט, רעד מיך איין... די רויטע הענטעלע ביים גאדער האט שוין אנגעהויבן טיילן פעטש, האב איך אויסגעסטרעדזשט מיינע שטעקענעס צום מאקסימום נאר מיך צו איבערצייגן אז היינט איז מיין טאג... די שמייכל פון די דרייווער ווען ער האט זיך גענומען פייפן און אנגעהויבן פארן מיט א שמייכל... זאלסט מאכן א שארטס סטאפ און דיין קאפי זאל זיך אויסגיסן אויף דיין בארד... אזוי... אריין אין דיין האלז... אזוי... אויף דיין ציצית... אאאזוי... א גראבע ברוינע ים סוף... אויש ס'איז א גוי... גם זו לטובה

ביי די שמאלע דורכגאנג נעבן די שול איז מיר קעגן געקומען א קערידזש און נאך אפאר מאל שפילן פענאקיא בין איך איינגעגאנגען אויף א שלום און צוריקגעטרעטן...
ענדליך אין שול אריין... ביליאן בחורים... וואסע נייעס ס'בין הזמנים... די חברה פאצען מיר ארום דא... ריזיגע קופקעס אויסגעשטעלט ווי רייעט פאליס... העלא??? רוק דיך אוועק פון דא, לאמיך דורכוואקן... שוין ענדליך דורכגעשטיפט 1 בלאקאדע, שוין האסטו... א 2טע גרופע בחורים באטראכטן און דיסקאסן די ערשטע גרופע בחורים... מ'קען וויינען... "ביסט טויב, בלינד, שטים און קרעציג??? איך וויל דזשאסט דורכוואקן... פליז, ביטע, עקסיוזמי"... אאאקעי אקעי דער לא לנו האט עס געמאכט...
ביי די מקוה פראפעלערס שטייען אפאר יודן פאר'דביקות'ט און פארקוקט כאילו נישט מיר מיינט מען, איך גיי אריין אינעם רייד מיט א רואיגקייט ווען איך באקום א קוועטש פון אונטען און צוקוועטשט 2 פאטעטאס אויף 1 דריי...
די פלאר איז געווען פאטשי... און קיין 1 גענוצטע האנטוך איז היינט נישטא צו געפינען צו אביסל טריקענען די פלאר ביי מיין מקום קבוע, נישט אויף דער ערד און נישט אין די קענס... האסטו מיר... דער גוי גייט ארום יעצט אלעס צאמנעמען ווי א וואויל קינד... בהמה דו, שגץ דו, גוי גמור...
די זייף גליטשט א גאנצן צייט ארויס פון די הענט, שוין געהערט אזאנס... אבער נאך 3 מאל וואס מיין שכן האט עס מיר צוריק געטרענספערט מיט זיין פיס, האט ער ביי די 4טע מאל עס פשוט מער נישט באמארקט... ביי די סטעפס האב איך היינט די צווייטע מאל געשפילט פענאקיא און איך האב ווייטער נאכגעגעבן ווי א גוט קינד...
ביי די קאפי איז געווען חאגע... איך גיי צו צו אנהייבן די פראסעס פון נעמען די האט קאפ און אריינגיסן קאפי ענד סא אן אבער א חשובער אורח מנופץ האט זיך אריינגעכאפט, אבער ביי יעדע זאך עקסטער קוקט ער מיר אן ווי צו בעטן רשות צו ער קען עס טאקע טון פארדעם אדער... אדער וואס??? גיי שוין, לייג שוין, גיס שוין, דארפסט אפילו נישט לאזן די באטל מיל אפן פאר מיר, דזשאסט מאך די אפ דיין שווארצקייט און יאווע אפ... שששששא ההההההא, בלאט פרעשור.
צום מנין בין איך אריינגעקומען ווען די עקן פון אלע טישן זענען שוין טעקן... יעדער וואטשט נישט צו טרעפן מיין בליק און זיך נישט דארפן ח"ו איינדרייען די פיסלעך איך זאל מיך קענען דורכקוועטשן... נאנא, כעל ארבעטן אויף מיר... איך געב אים א קלאפ אין פלייצע און ווייז מיט די צווייטע פינגער אויף אריין, א צדיק'ל ממש, ער האט אויסגעדרייט זיין גאנצע וויזויהייסטעס און איך קוועטש מיך דורך, און דו ווייסט וואסעגעשען... יא... די שיידלעך זיינע האבן געטראסקעט... יעדער קומט צו לויפן אויפהייבן און איך נעם עס איבער און מאך עס צוריק גראד אויף זיין בייטל ווייל ס'אידאך נארמאל, איך האב היינט די ערשטע מאל אנגעזעצט... איך קען נישט מער....................................
ביים צווייטן משולח איז עס געשען ווען איך האב געוואלט לייגן די מטבע קארטל ביי 1 באלי פון 1$ און עס געלייגט ביי ד 4 באליס פון 100$... מיר קוקן זיך אן ווי צו זאגן "אהא... און יעצט וואס?" און איך שאקל אזוי "נאנא אהא נאנא אהא נא" (איך קען מיך נישט מוחל זיין, ס'גוט נעם עס, זאכן גייען היינט דרום, נעם עס נעם עס) און ער האט מיר געבענטשט מיט קריאת שמע ליינען...


דאס איז א סקריפט ווי אזוי מיין טאג קען מארגן אויסקוקן אויב איך גיי נישט שלאפן די מינוט!!!
יוש ס'איז 3:07. סא, אן איבעקוקן די שרעקליכע שטותים וואס כ'האב דא צוזאמענגעמאלנט, שיק!
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: משוגע מעטארע!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך !want to be good »

אפגעקומען מיט שרעק....
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: משוגע מעטארע!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

ווען האסט עס אנגעהויבן שרייבן?.....
אהההה די שלאפסט יעצט......
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: משוגע מעטארע!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

זאגסט דאך זייער גוט 😀

שרייב נאך!
אוועטאר
יעך פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:19 am
לאקאציע: אין הימעל

Re: משוגע מעטארע!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך פארשטיי »

א שיינע חלום האב איך געהאט....

קיפ איט אן קאמינג
אַכָּבֵּ"י
הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה הָשָׁתָא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְנֹ"א
גרויס
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 2:06 pm

Re: משוגע מעטארע!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס »

סאפער געשׁריבען ;l;p- :grin:
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: משוגע מעטארע!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

מ’דארף זיכער מאכן דיך צו האבן אויף יעדע נאכט דעי צייט.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: משוגע מעטארע!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

פיין געלאכט!
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: משוגע מעטארע!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

די ביסט פיין
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: משוגע מעטארע!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

:lol: :lol: :lol:
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”