די פיפטע קשיא איז... נרצה...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
די פיפטע קשיא איז... נרצה...
ווי א ביין און האלז... ווי א געפילטע פיש ביים א וואכנאכט... ווי א פנים חדשות ביים לעצטן שבע ברכות...
יעדע יאר ווער מיר פון פריש די זעלבע קשיא און און איך האב עס נישט מיט וועמען אויסצישמועסן, ווי פונקטליך זאל מען לייגן די נרצה? וואס פוקטליך דארף מען טוען מיט עס? ווי קען מען עס איינקעשן?
שוין פון אלס קינד, נאך פאר כ'האב פארשטאנען וואס ס'מיינט 'פאנטערן די מרור' האב איך שוין באמערקט די פאראדאקס, בשעת אלע פון די סימיני הסדר האבן געהאט שיינע פיקטשערס און אסאך 'עקשן', איז די נרצה געבליבן אויסגעשפילט, יעדע הגדה האט געטרייט צי טוען עפעס אנדערש, איינער האט געלייגט א פיקטשער פון ירושלים, אבער איך האב נישט פארשטאנען וואו ס'קומט אריין, איין הגדה האט געהאט א בילד וואו די טאטע טאנצט מיט די קינדער, און איך בין נישט געווען צופרידן, מיין טאטע טאנצט מיט אונז שוין ביי והוא שעמדה אויף א ליייגע מאגן, דאן וואס זאל איך טוען? וועגן דעם זאל איך נישט האבן קיין נרצה? אנדערע האבן געלייגט צוויי אויפגעהויבענע הענט, דאס האט שוין גראדע יא געמאכט סענס, זיי הייבן הענט! זיי ווייסן אויך נישט וואס צי לייגן ביי נרצה, געוען הגדה'ס האבן געלייגט הלל מיט נרצה צואמען, דאס האט מיר שוין ממש געמאכט פארלירן מיין טאמפור, הלל מיט נרצה זענען צווי עקסטערע זאכן, הלל איז מען גיסט אן די פערטע כוס און מען זאגט הלל! און נרצה... וואס דארף מען יעצט טוען? מ'האט שוין געגעסן אלע דריי מצות, מהאט שוין געטרינקן אלע פיר כוסות, מהאט שוין געעפנט און פארמאכט די טיר, שוין אויסגעגאסן די גרום-צארן אויף די גוים, און וואס יעצט? ווער דארף די נרצה אזוי שפעט ביינאכט?
מיט די יארן איז די קשיא מיטגעוואקסן מיט מיר, און איך האב געשוויגן, וואס פארשטייען מיר, נישט אלעס קען מען פארשטיין...
ביז כ'האב מיר באקענט מיט אשר אנשיל...
נישטא עפעס ספעציעל און אשר אנשיל וואס זאל דיר מאכן זיך אפשטעלן אויף אים, ער איז און די מיטעלע פערציגערס, שוין חתונה געמאכט איין קינד, און זיין צווייטע איז שוין א כלה, ער האט א איידלע איינגדרייטע בערדל, מיט אפאר פרישע ווייסע הארעלעך, ער האט א ברייטע גארטל ביי שחרית, און א דינע גארטל ביי מעריב, בקיצור א מענטש צווישן מענטשן...
אלעס גיבט זיך אבער א דראמאטישע טויש פון א טאג נאך פסח... שוין ביי אחרון של פסח ביי מנחה, האב איך קלאר געקענט באמערקן אז עפעס אינעווייניג הייבט אן קאכן... מ'האט גלייך געקענט ביימערקן סימנים פון אנגעצויגענקייט און זיינע טיפע אויגן, אבער וואס א טאג איז אריבער האט מען שוין זיך נישט געקענט באהאלטן פון זיין אנגעצויגענקייט... קאנטרי! דאס איז געווען די שליסל ווארט וואס האט אים געמאכט ממש שפרינגען, ער איז געווען פארנומען קודם צי ערלעדיגן א גוטע זומער הייזקעלע וואס זאל האבן די זכיה צי אקאמעדירן אזא תורה וגדילה ווי אים, אבער דאס איז נאר געווען די אנהויב, וואס איז מיט א גוטע קאר? נישט סתם עפעס א דינעלי אדער יוקאן (געוואנדן און וועלעכע קאנטרי ער גייט...) עפעס וואס זאל פאסן, בקיצור ער מיט זיין רעביצין ציגלייך לויפן ארום פון סטאר, צי סעיל קוים וואס ער קען אטעמען,
ווען שבועות איז אנגעקומען האט ער שוין אויסגעקוקט מיט צען יאר עלטער, ער בלייבט אויף אפולו די צווייטע נאכט שבועת, אבער איך מיין אז ס'איז וויבאלד ער קען שוין ממילא נישט שלאפן פון אנגעצויגענקייט, פון היטער'ס ביז סוועטערס א גריל און א לייף גארד אלעס מוז קלאפן, אלעס מוז שטומען, יעדן טאג ווען ער וואקט דורך די גראסערי נעמט ער מיט פון דארט א באקס, ער פאקט און פאקט איבער, איין מאל און נאכאמאל, מ'קען נישט רעדן מיט אים עפעס אנדערש אויסער פון קאנטרי, און אפולו דאס דארף מען מאכן שנעל...
איינמאל טיף אינמיטן זומער האב איך פונקט געדארפט עפעס אויפפיקן פון זיין קאנטרי, איך האב ממש אנגעהויבן שוויצן... איך האב מיר שוין געקענט פארשטעלן וואו נערוועז אשר אנשיל גייט זיין, איך האב מיר פרובירט ארויסצידרייען, אבער ס'געווען א זאך וואס מ'האט געמוזט ערלעדיגן, כ'בין געווען זיכער אז ער וועט זיין אזוי נערוועז עז איך וועל שוין אייביג ארויפגיין אויף זיין ספעם ליסטע, וואו איבערראשט בין איך געווארן ווען איך האב אים באמערקט אונעם ליידיגן פעלד לעבן די סווימינג פול, ער איז דארטן געשטאנען מיט א משניות'ל שאקלענדיג זיין אינגסטע טאכטער אויף א סווינג און מירמעלט זיך רואיג אונטער א ניגון, וואו כאילו די גאנצע וועלט איז גאגאנגען אויף פענסיע... איך בין געווען צי איבעראשט.... און מיט א חוצפה גיי איך צי אים פרעגן 'ילמדינו שוין פון פסח אטעמט איר נישט און אלעס דרייט זיך ארום זומער, קאנטרי, קאנטרי, און זומער, פונקט יעצט ביסטו אזוי רואיג וואו כאילו לא היה? וואספארא איטרעסאנטע רואיגקייט איז דיר פונקט יעצט באפאלן?'
אשר אנשיל האט לאנגזאם פארמאכט זיין משניות, פארראכטן זיין קנאבל בארד, און מיט א שמייכל מיר ערקלערט, ''קאנטרי איז מיין וויקעישען, ווען איך גיי אויף וויקעישן מוז אלעס קלאפן, איך מיז אלעס האבן, און זאכן מוזן שטומען אויף הונדערט פראצענט, ס'איז שווער, מען דארף שוויצן, מען דארף ארבעטן, אבער וואס טוט מען נישט פאר א געלונגענע וויקעישן? יעצט אבער... יעצט בין איך אויף וויקעישן... פאר די יעצטיגע מינוט שוויץ איך שוין א לאנגע צייט, יעצט קען מיר קיינער נישט אוועקנעמען מיין רואיגקייט... יעצט לויף איך נישט ארום... יעצט קויף איך גארנישט... יעצט ערלרדיג איך גארנישט... יעצט בין איך אויף וויקעישן... אלע הכנות וואס כ'הב געשוויצט ביז אהער איז, אז יעצט זאל איך קענען רואיג זיצן מיט די פוס ארויף, איך בין אויף וואקאציע... וויקעישן... אההה...... כאפסטו?''
אאאפפפפסס....
אוי ווי איך כאפ.....
פארוואס עס איך מצה ווייל איך בין הינגעריג?... פארוואס טרינק איך וויין ווייל איך בין דארשטיג?... פארוואס עפן איך די טיר ביי שפוך חמתך ווייל איך בין הייס?... אודאי נישט! ס'איז אלעס נאר א מיטל צי ווערן- יא באוויליגט פארן אייבערשטער! אוי געוואלד וואו האב איך עס נישט געכאפט ביז יעצט?... איך וויל זיין באוויליגט פארן איבערשטער!
נרצה! די הויעכפונקט פון די סדר נאכט!!!
די גאנצע עבודה פון די גאנצע סדר נאכט, איז נאר צי קענען זיצן דריי אזייגער ביינאכט אויפן קויטש, מיט צוויי שלאפעדיגע קינדער און די זייט, און זאגן די הייליגע ווערטער פון שיר השירים, אני לדודי ודודי לי... איך בין באוויליגט צי דער אייבערשטער און דער אייבערשטער איז באוויליגט צו מיר... אהה... שחולת אהבה אני... אנגטראפט מיט וויין פלעקן אויפן קיטל... און שווארצע ברעקלעך מצה איבעראל... אבער געוואלד! איך בין באוויליגט פארן אייבערשטער! אודאי טוט מען גארנישט! ווייל טוען האסטו געדארפט ביז יעצט! יעצט איז מען בלויז איינגעטינקען בי איבער די נאז מיט באוויליגקייט... שישי עלי מעי! שישי עלי מעי! פרייד'ס אייך! טאנצט און די גאסן און שרייט'ס הויעך איך בין באוויליגט פארן אייבערשטער! שמאלו תחת לראשי וימינו תחבקינו........
עד שבאו תלמידיהם ואמרו רבותינו הגיע זמן קריעת שמע של שחרית... אהה... דאס האבן זיי געטון דארטן אגאנצע נאכט...
וויסט וואס כ'וועל דיר זאגן נאכמער, נאך די גאנצע שמו''ע וואס זאגט מען 'רצה השם אלוקינו בעמך ישראל...' עכט איז מיר נישט אזוי וויכטיג רפאינו, און ברך עלינו גייט מיר אויך נישט אזוי ווייט אן, ווייסט וואס יא? רצה... נרצה... ווער עס טוט די אלע זאכן איז באוויליגט פארן אייבערשטער...
און יא, איך וועל טאנצן מיט מיינע קינדער דאס יאר ביי נרצה, אבער נישט חסל סידר פסח, נאר א אנדערע ניגון...
אוי... ואני ואני קירבת אלוקים, קרבת אלוקים לי טוב, זיין נאנט צי דיר, און די צי מיר, יעדע ריר, אן א שיעור, ווייל קרבת אלוקין לי טוווווב...
(געשריבן געווארן און גרויס איילעניש אונטרן איינדרוק פונעם געדאנק ואל יתפוס אדם בשעת נרצה...)

Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
הנאה געהאט
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח

- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
פששש... אזוי גוט געזאגט!
---
קריטיק אלערט: דיסלייק די קעפל און די שייכות מיט די ארטיקל.
אה... אין מרצין לו לאדם בשעת נרצה... איך ציה צוריק...

אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17155
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
געוואלדיג!!
נרצה.. ווער עס האט ארויס די נקודה.. איז באוויליגט ביים אייבערשטן..
א בחינה ווי די עבודה פון חודש תשרי צו צוקומען צום אתה הראת.. ועבדת את העבודה הזאת בחודש הזה..

געזען אז שקר האט געשריבן האב איך קודם געלייקט און הערשט נאכדעם געליינט,
דער שרייבט מורא'דיג!!
יא יא זייער א שטארקע געדאנק! שכח נהניתי מאוד!
דער שרייבט מורא'דיג!!
יא יא זייער א שטארקע געדאנק! שכח נהניתי מאוד!
Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
די קעפל שייכות איז אויף די ערשטע חלק פונעם ארטיקל, אויף די קשיא וואס נרצה איז, אויף דעם שרייבט ער 'די פיפטע קשיא איז וואס טוט מען מיט נרצה?'
- מאניש בנבנשתי
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5405
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
- לאקאציע: אין מיין גוף
Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
הערליך שיין.. א מעסטער פיעס..
איך גלייך דיין הומעריסטישן געדאנקן סטייל..
שכויעך..

אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
כהאב מיך שוין אנגעגרייט טישוס נאכ'ן ליינען די פאריגע ארטיקלען פון שקר, למעשה ליגט עס נאך נעבן מיר...
אבער די הארבע קשאי האסטו מיר פארענטפערט!
נרצה וועט האבן אן אאנדערע באדייט דאס יאר....
שכח @שקר!!!

ס'איז נישט קיין חסרון צו האבן חסרונות
- מיניטשער וועלט
- שר האלפיים
- תגובות: 2427
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm
Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
שטארק הנאה געהאט!
- יעך פארשטיי
- שר חמש מאות
- תגובות: 569
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:19 am
- לאקאציע: אין הימעל
Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
נישטא קיין ווערטער שכח
אַכָּבֵּ"י
הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה הָשָׁתָא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְנֹ"א
הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה הָשָׁתָא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְנֹ"א
Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
מאסיוו!!!!
הערליכע געדאנקן! געשריבן מיט א פעדער פון קאקאש קעיק!!
יישר כח
הערליכע געדאנקן! געשריבן מיט א פעדער פון קאקאש קעיק!!
יישר כח
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
אודאי האבעך פארשטאנען. מיט אזא מעסיוו ארטיקל, קומען מיט מעסיוו עקספעקטעישנס אז די קעפל זאל פאלן אין פלאץ ווי א סמארט קאר אין א טייט פארקינג ספאט
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
- מקובל אלוקי
- שר האלף
- תגובות: 1272
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm
Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
ע"פ תורת הקבלה איז ממש דאס די מושג פון נרצה!
ברוך שכיוונת!
ברוך שכיוונת!
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
- קענסט מיר נישט
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3452
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
- לאקאציע: ביד השם
- פארבינד זיך:
- גאלע
- שר חמש מאות
- תגובות: 538
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2022 4:22 pm
- לאקאציע: שבת ביים קידוש
Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
הערליך! הערליך! יישר כח!
איך גלייך זייער דיינע תוכן'דיגע געדאנקען מיט דיין גאלדענעם פעדער!

- כאלעט'ל
- שר האלפיים
- תגובות: 2218
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
- לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק
Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
@שקר נחמתני. יא, דיין ארטיקל פארגרינגערט מיר צוצוגיין צום סדר! כאניש קאנאנונג ווער איר זענט אבער א גרויסן שכח.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4023
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
גא"מ, געלייגט אויפ'ן חזקה אז אן ארטיקל פון אים איז פון העכסטן קוואליטעט. און ניין ר' שקר, האסט מיר נישט אנטוישט, און איך האב זייער הנאה געהאט פון דיזן ארטיקל. איך גלייך שטארק דיין סטיל פון שרייבן, און אפגערעדט דער פוינט וואס דו ברענגסט ארויס. (און לייק פאר דיין לעצטע איינגערינגלטע שורה.)
ש'כח, און ביטע שרייב נאך!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
זעמיר נישט אנגעקומען עס צו ליינען פארן סדר, אבער דאך האט זיך עס געלוינט צו ליינען.
באמת גאר א שטארקע פוינט, און הערליך און קלאר ארויסגעברענגט! א גרויסן יישר כח!
שרייב ביטע נאך.

באשיינפערליך האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 amאיין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
שכח פאר די קאמפלעמענט און איבער דע קאקאש קעיק בין איך נישט זיכער וואס דאס איז
וויס איך נישט אויב די מיינסט עס ערנסט אבער אודאי! וויסטו דען נישט אז אלע מיינע תגובות שטומען על פי פשט רמז דרוש סוד? א שאלה?!מקובל אלוקי האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 10:26 amע"פ תורת הקבלה איז ממש דאס די מושג פון נרצה!
ברוך שכיוונת!
יישר.היסטאריש האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 02, 2023 5:31 amגא"מ, געלייגט אויפ'ן חזקה אז אן ארטיקל פון אים איז פון העכסטן קוואליטעט. און ניין ר' שקר, האסט מיר נישט אנטוישט, און איך האב זייער הנאה געהאט פון דיזן ארטיקל. איך גלייך שטארק דיין סטיל פון שרייבן, און אפגערעדט דער פוינט וואס דו ברענגסט ארויס. (און לייק פאר דיין לעצטע איינגערינגלטע שורה.)
ש'כח, און ביטע שרייב נאך!
אגב לייקן פארן ליינען איז קעגן תקנות המקום... נאך איימאל וועט מען מיזן אלאמירן יאנאש...
לעצט פארראכטן דורך שקר גמור אום מאנטאג אפריל 17, 2023 1:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: די פיפטע קשיא איז... נרצה...
גא"מ,
פארענפערט אן אלטע פאר'געסנע קשיא שכוח.
כ'קען נאר זאגן שקר ווייס איך נישט גמור דאס יא.