קלאנגן איבער פלייש סקאנדאל, פאלטש.

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובה דורך ביקסאד »

נאך אלעם איז א וואונדער אויף צייטליך'ס עד ראיה !
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובה דורך ביקסאד »

בכלל וואלט ווען געווען כדאי אז דער עולם זאל וויסן אז פאר די קריג האט נישט פאסירט,
אז א חסידישער איד זאל עסן פלייש נישט גלאט, פונקט וואו מען האט נישט געגעסן שטאפ.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

ווער עסט נישט גלאט?
תרנגולת

תגובה דורך תרנגולת »

געדולד האט געשריבן:איך שטיי און איך וואנדער מיך ווי אזוי דער עולם מאכט גלייך אוועק די הכשר.

די גרעסטע באווייז אז עס איז דא א שטרענגע קאנטראל אויף די רעסטוראנט, אז מען האט מינוטן שפעטער שוין געהאט א פונטקליכער חשבון וואס דא איז פארגעגאנגען, און וויפיל מען האט געקויפט. דאס אז עס איז דא א ווידיא איז א מורא'דיגע חומרא, וואס מאכט מיר פון יעצט אן צו טראסטן טארטיקובער הכשר.

לאמיר עס אויסשמועסן אביסל ברייטער.

עס איז דא בערך 10 הכשרים אויף וואס דער עולם פארלאזט זיך שטארק. עס איז מעשים בכל יום אז איך און דו גייען אריין אין געשעפעטן וואס טראגן די השגחות, און מען קויפט איין אין גרויסן.

יעצט לאמיר אייך פרעגן: קענט איר דען די סטאנדארן פון די גוטע הכשרים אויף וואס דו פארלאזט זיך? יעצט ביי די פרעקנפעטער סקאנדאל, איז דער לאך געווען אז עס איז נישט דא קיין משגיח תמידי. יעצט זייט מוחל, אז איר האלט אז מען טאר נישט עסן די טארטיקובער, דאן קויפט נישט ביי גאטליב, אדער ביי גאסטע צו ביי קאפעי און לי, קיינער פון זיי האט נישט קיין משגיח תמידי. תפארת בעקעריי האט א משגיח תמידי? שמילליואטש האט א משגיח תמידי? בית רחל אדער ויואל משה האט א משגיח תמידי? די ליסטע איז גאר לאנג. קיין איין סטאר וואס פארקויפט עסן האט נישט קיין משגיח תמידי (א איד הייסט נישט קיין משגיח תמידי, א משגיח תמידי הייסט איינער וואס באקומט באצאלט פון די הכשר).

עס איז דא אפאר קעיטערערס וואס האבן יא, אבער איך ווייס נישט ווער עס צאלט זיי.

איי וועסטו פרעגן פארוואס לייגט מען נישט אריין? ווייל די סיסטעם פון השגחה דא אין ניו יארק, איז אז די השגחה איז אויף יעדע פלאץ איינמאל א וואך און צומאל אפאר מאל א וואך (איך האב געפרעגט א שיינע פאר חברה, אנגעהויבן פון התאחדות ביזר' שמואל בערגער). די משגיחים האבן נישט קיין באשטימטע צייט ווען זיי קומען, זיי האבן די שליסלעך פון די רעסטוראנט( עס האט מיר פארציילט איינער א חבר פון די אנער פון די געז סטעישן נעבן קרית יואל, אז ער האט איבערגעקוקט זיין ווידיא איין טאג, און האט געזען ווי ר' ברוך טייטלבוים קומט אריין און פארברענגט דארט גאר לאנג, און קוקט אלעס איבער גאר שטרענג) . און יא, מען טרעפט פראבלעמען און מען פאררעכט עס ב"ה. איך האב אמאל גערעדט מיט איינער פון עדה החרדית הכשר זאגט ער מיר, די קונץ איז נישט אז מען טרעפט נישט קיין פראבלעמען, מען דארף טרעפן סקאנדלן און מען פארעכט עס, נאר אזוי קען ארויסקומען די ריכטיגע תיקונים. איר עולם דארפט טרעפן ווי מער סקאנדלן, און דאס מאכט אונז פאר א שטארקע הכשר.

יעצט נאך אזא מעשה, זעט יעדער די שטרענגע סטאנדערן פון טארטיקובער הכשר. זאגט מיר אליין: וויפיל רעסטראנטס האבן אינסאטלט קעמערס גלייך צום בעל המכשיר? עס איז א מורא'דיגע אויפטו.

פארוואס מען נעמט נישט קיין משגיח תמידי איז נאר צוליב א געלט מאנגל. ווייל עס איז שוין געווען הכשרים וואס האבן עס געוואלט איינפירן, באט זיי האבן נישט געקענט, ווייל אנדערע הכשרים האבן עס נישט געוואלן איינפירן, און זיי קענען נישט ארויפלייגן א טשארדש אויף זייער קאסטומער, וואס א דאנק דעם וועט ער זיין טייערער פון זיין קאפיטישאן. אויב אבער "אלע" הכשרים וועלן פארלאנגן משגיחים תמידים, דאן וועט עס זיין אסאך גרינגער אויסצופירן.

נאך די פינקל מעשה האב איך שוין היבש מאל געטראפן מענטשן ביי די גארבידשס פון בוטשער סטארס, און איבערגעקוקט די באקסעס, זיי האבן קוקט אויס געווואלט כאפן א פרישע סקאנדאל. יעצט נאך די מעשה, זייט זיכער אז איר וועט קוקן אויף א פראנקפיטער פעקל וואס א רעסטוראנט עפענט פאר אייך, און אזוי וועט איר אייך פארהיטן און אנדערע אידן פון מכשולות.

100% גערעכט
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובה דורך ביקסאד »

קרעמער האט געשריבן:ווער עסט נישט גלאט?

יאך וועל דיר פרעגן בעסער, ווער יא ?

איר ווייסט בכלל וואס גלאט באדייט ?
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

יא (מאך מיך נישט פאר אזא מן הארץ). און איך גלייב אז אלע היינטיגע געשעפטן פארקויפן נאר גלאט.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובה דורך ביקסאד »

דאן לעבט איר אין עולם הדמיון, רוב כשר פלייש ד"מ צווישן 75 און 90 פראצענט בשר בקר איז נישט גלאט,
ווענד זעך וואו אזוי עס געלונגט, יעדן טאג אנדערש, דאס איז אויסער בשר עגל וואס דארט איז כמעט אלעס גלאט.
ועמך כולם צדיקים
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובה דורך KCSP »

אויב מעג איך איבער האקען, עס האט געהייסן עפעס א פראטעסט האט געדארפט זיין היינט נאכט פארנט פינעם געשעפט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

ביקסאדער חריף,
דער שאלה פון גלאט איז א סוגיא פאר זיך, אבער איך וואלט געזאגט אז אייער תגובה איז בגדר הוצאת לעז על רוב רובם של אחינו בנ"י הכשרים המדקדקים בכשרות, און איינער וואס זיכט להכריע את עצמו ואת כל העולם לכף זכות אזוי ווי די גמ' זאגט ברויך זייער גוט אריינטראכטען פאר מ'שרייבט אזעלכע ווערטער.

מחמיר זיין פאר זיך איז איין זאך, אבער זאגען אז רוב פלייש איז נישט גלאט איז א היבשער שפרונג.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דאנערשטאג מארטש 19, 2009 2:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

געדולד, יישר כח פאר אייער תגובה, גאר גוט און איידל ארויסגעברענגט.

ביקסאד, אפשר זענט איר קלאר מסביר ווי עס שטעקט די חילוקים צווישן מעלת כבודו און קרעמער זז"ג?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובה דורך דארפסמאן »

קוקענדיג די קליפ קען איך מיך נישט בארוהיגען ווי די מעניטשער הייבט אויף א מעסער, דאס איז די גרעסטע בייוואז אז עפעס איז נישט אונארדענינג,

איך מיין אויב מען וואלט נישט געמאכט אזא גרויסע ויצעקו וואלט מען (פאראכטען) און עס וואלט געווען אפען די אנדערע טאג
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8046
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: קלאנגן איבער פלייש סקאנדאל, פאלטש.

תגובה דורך Thank you »

למעשה וואס איז געווען דארט די סוף המעשה?
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: קלאנגן איבער פלייש סקאנדאל, פאלטש.

תגובה דורך shalsheles »

כי זוכר כל הנשכחות…
13 יאר אלט..
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”