א בלוט בלבול!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

א בלוט בלבול!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

זעלזאטניק תקמ''ט לפ''ק
א אונגעצויגענע שטימונג הערשט אין די אידישע קווארטעל,
ס'איז שוין היפש נאנט צו יום טוב פסח, אין אזווי די גלח אין שטעטל איז דאך באוויסט אלטס א וויסטער שונא ישראל, ווייסן שוין די אידן וואס מען האט צו ערווארטן,
טאטי, פרעגט מאיר'ל מיט תמימות, פארוואס זענען אלע אידן אזוי דערשראקן אין אונגעצויגן? פסח איז דאך א יום טוב אין מ'דארף זיין פרייליך,
אוי מיין מאיר'ל, הלוואי ווען די ביסט גערעכט, זאגט ר' קלמן מיט ווייטאג, אבער וואס זאלן מיר טוהן אז מיר זענען נעבך אין גלות, פירט ער אויס מיט א קרעכץ,

ביום ההוא יהי' ה' אחד ושמו אחד, האט די בעל תפילה צוגע'ענדיגט,
די דריי קלאפעס אויפן באלעמער האט געצויגן יעדעמ'ס אויפמערקזאמקייט, די שמש ר' מעכל איז געשטאנען אין צענטער פון בית מדרש מיט א ערענסטע געזיכט,
אככהעמממ, האט ער אויסגעקלארט זיין שטומע (מיר ווייסן אבער די אמת, ער האט נישט געהיסט פאר זייו שטומע, נאר פשוט פון נערוועיזקייט)
אזווי מיר שטייען דא ערב פסח, אין מיר אלע געדענקען נאך וואס האט פארסירט יענע יאר האט ער צוגעלייגט מיט א טרייסל,
האט די רב געבעהטן אז יעדער זאל זיין אויף די וואך, אין סיי וועלעכע פארדעכטיגטע אקטיוועטעהטן זאל מען גלייך באריכטן, אין אזוי אויך זאל מען מרבה זיין בתפילה אין בעהטן ביים קל חי אז אלעס אריבערגייען בשלום,,,
א שטילקייט האט ארומגענומען די גאנצע שוהל, אזש מען האט געקענט שניידן די לופט מיט א מעסער,
די עולם איז זיך שטילערהייט צוגאנגען, קיינער האט נישט גערעדט קיין ווארט.

דריי וואכן פריער אין קלויסטער,
ברענג מיר א קינד! אבער שוין!!! דו הערסט וואס איך רעד ??? קוק מיר נישט אן אזוי? האט דער גלח געליאמערט אויף זיין פרעזענדליכע דינער,
קיינער וויל נישט געבן זייער קינד, וואס זאל איך טוהן?
גייט מיר נישט אן!
אפשר זאל מען נישט פאקטיש הארגענען די קינד?
קומט נישט אין באטראכט! ווילאנג מען זעהט נישט קיין טויטע קינד וועט קיינער עס נישט נעמען ערענסט, מעגסט מיר גלייבן, איך בין די גרעסטע עקספערט אין בלוט בולבולים,
אבער וואס זאל איך טוהן? פרעגט די באדינער א פארלוירענער, פשוט פארכאפן א קינד?
יא!
בלוט זאל זיך גיסן אבער סדר וועט זיין, האט דער ציושעטער גלח אויסגעפיערט מיט פאטאס" אין זיין דמיון האט ער שוין פאנטעזירט ווי די ווילדע המון לאזט זיך מיט א ווילדקייט אויף א היציגע פראגראם איבער די אידישע קווארטעל,,, הע העה הע האט ער געלאכט מיט א פולן מויל, נישט באמערקנדיג די שטיקעל פלייש וועלעכע האט זיך ארויסגעגליטשט פון זיין אפענע מויל אין זיך באקוועם געמאכט אויף זיין גלאנציגע בערדל.

די מעשה קלינגט מסתם היפש באקאנט,
כמעט יעדער מעשה ביכל פון מנחם מענדל האט געהאט א שלל פון בלוט בולבולים, איינס האט זיך גע'ענדיגט מיט א נס, דאגען דער צווייטער האט זיך גע'ענדיגט מיט א שוידערליכע בלוט באד, אין האט מיר איבערגעלאזט מיט שווערע נאכט קאשמארן,
מיין שעלה איז נאר, וואס איז די היסטארי' פון בלוט בולבולים? וואן האט זיך עס אונגעהויבן? ווי סאך פון די מעשיות וואס ווערן פארציילט זענען טאקע געשעהן? (האבן וואורקליך פאסירט...)
אדרבה, קומט אריין מיט אייער וואיסנשאפט אין דערקוויקט די ציבור...
חג כשר ושמח. מיט א רואיגע געמיט, סך הכל דארפט איר ווארטן א מינוט לענגער אין די לייען. עגבערט אייך נישט, מ'רעדט נישט פון קיין לעבן אדער טויט פראגע...
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: א בלוט בולבול!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

אין פארגעסט נישט פון די לייק קנעפל...
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
מעקלער
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 3:56 pm

Re: א בלוט בולבול!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעקלער »

מיסטער, צוריק צום בוטשער, אידן ווארטן אויף די רייע,
אוועטאר
קווארטאליסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2022 12:07 am
לאקאציע: Lee - Penn

Re: א בלוט בולבול!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קווארטאליסט »

די עצם רויע פאקטן פונעם טיפישן בלוט בלבול מאכט פערפעקט סענס אין יענע תקופה, די דערפישע פויערן זענען געווען אומוויסנד טו עי לעוול (האסט זע געקענט איינרעדן אז טשולענט איז עגפלענט פאמעדשאמידשאנען און וואט נאט.....), סאו די שאלה איז בסך הכל אויב די השתלשלת הדברים האט פאסירט אקוראט ווי מנחם מענדל, אדער גאר מיט עטליכע אנדערע קנייטשן וואס מאכן עס ווייניגער אינטערעסאנט און היפש מער ריאליסטיש...
פאר אלע גראפיקס וואו שמחה צעטליך, איווענט אינווייטס, סמעדריש אנאסן, פראפעשינעל לאגאו'ס און כל מיני דעזיין פראדשעקט'ס אדג.
שנעלע פראפעסניאלע סערוויס פאר עפארדעבל פרייזן
איר קענט טעקסטן צו 347-309-7796
אדער אימעיל׳ט [email protected]
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: א בלוט בלבול!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

עס קוקט אויס ווי בוטשער ווייל דא מאכן א בלוט באד....
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: א בלוט בלבול!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: א בלוט בלבול!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

כ'האדיר געלייקט..
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”