בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..! חלק ב' ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..! חלק ב' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

אה, הייליגער יום טוב פסח! די הייליגער סדר נאכט! נישט אומזינסט זאגן אונז די ספרים הקדושים, סדר נאכט - סדר א גאנץ יאר, טאקע ביי דעם דאזיג ליל אשר ישועות בו מקיפין, קומט ארויס די נאטורן פון יעדן בר נש אויפן אויבערפלאך, וואס פארמירט איהם פארן יאר,

פארהאן איז דער איידל אידל, א וואוילער מהות, אויף פעיראל א גאנץ יאר, אלס קינד ביי ענגליש איז ער אלס געווען סטודענט פונעם מאנאט, ער קומט אהיים צום סדר מיט קענטיגע התרגשות, ווארט אויס ביז יעדער איז גרייט, און הייבט אן אפרעכטן דעם נאכט, הערט אויס יעדן אייניקל'ס דבר תורה פונעם פאפיר ארויס, ביים אפיקומן פארהאנדלונגען מאכט ער זיכער יעדעס קינד איז ארויס א גליקליכער, כאטש אויפן חשבון פון חצות, און שוין... חסל סידור פסח,

דאן האמער די ריכטיגע סחורה! די סארט וואס האבן רעטייערט א מינוטקאלע פאר די צייט, דעיע וואס באוויינען דעם היינטיגן דור, דער וועט אייביג שרייען אויפן בעל תפילה אז ער כיפערט, ווען די עולם זאגט תחנון פארפירט ער הלמאי?! ס'דאך היינט דעם יארצייט פונען רבין רבי זלמן יוסף פון לובלין זיע, ווען מזאגט נישט איז ער ווידער בייז, און שרייט אן די בחור'לעך וואס ריקן תיקון איבער כבוד ביהמ"ד, וכו' ואכמל"ב, על כל פנים ביי איהם קומט אויך פסח, און אגאנץ דאווענען קאכט ער שוין מיט התלהבות אויף די בעל תפילה וואס האט נישט מאריך געווען ביים אההאההא בעפאר ברכו, נאכן דאווענען שלאגט ער פאר פארן אינגען איידעם צו לערנען נועם אלימעילך אויפן סדר נאכט, שוין, ענדליך איז ער שוין אינדערהיים, רייסט ער אויף אין א ווילדן אטאקע אויף זיין טאכטער, אזש פוטין אינעם ווייטן מאנסי כאפט א פחד, ס'טע געהערט אזאנס?! (-די צווייטע אלף זאגט מען מיט א קמץ) זי ברענגט'מער דא א זרוע שוואך געקאכט! איי די היינטיגע ליידאקעס, דער פעניעט אויף יעדנס געהירן כדי די קליינע קינדערלעך זאלן דייקא יא איינשלאפן, ענדליך ביי קידוש גייט מכות אכזריות פאר יעדן טראפל גרעיפדזשוס און פאר יעדער וואס קען זיך נישט איינהאלטן פון לאכן, די גאנצע סדר נאכט גייט צו מיט אויסטערלישע טעראר באגלייט מיט דברי מוסר והדרכה פונעם ראש המסובין וואס צוגייט אין הארץ פון די רעדנער, ווער רעדט נאך ביי מוציא מצה... קיין לעק ליקוויד איז נישט געווען אויפן גאנצן גאס ווען דער האט פארטיילט די מצות אין א געטריפלטן שאפינג בעג, דינא קשיא האט געבוזשעוועט דארט, ביי שולחן עורך ברויך יעדע אייניקל אויך עסן די געהלעכל פונעם איי, ש'טא אזא זאך כ'האב עס נישט ליב! ס'טע געהערט אזאנס? די רעשטע פון די סעודה איז מען געפלויגן מ'ברויך דאך כאפן חצות, הגם דער האט עס שוין פארפאסט ווען ער איז געגאנגען הכנת'ן ביי מגיד צווישן די לפיכך אנחנו און חייבים לאזדנדיג יעדן אויף דאטשע,
זיין הקפדה איז גרויס אויף די הוללות אין אזא פארכטיג נאכט,

שוין, נעקסט, דא האמיר דעם פרייליך אידל, ער זינגט זיך אונטער דעם וועג אהיים פון שוהל אויפן אויבער קול, בצאת ישראל ממצרים באם באם באם! גייט צו צום סדר מיט התלהבות, די קידוש זיינער, אה! זאל קומען די פינקע קיטל און עדות זאגן... ביי ורחץ פארגייט ער שוין ממש אין א טאנץ, און ביי כרפס האלט ער שוין ביי א קאדאטשקע, הייליג, הייליג! ביי מגיד איז די הויעכפונקט, פראווענדיג פייערדיגע הקפות מיט די בנים ובני בנים רינגס ארום די טיש, מיט די טארבע איבערן אקסל, סטייטש? כאילו הוא יצא! איי, די סיפור יציאת מצרים... ביי שולחן עורך איז געפראוועט געווארן א חסידיש זיץ, און ווען די וותיקין אידן זענען שוין געגאנגען אין שוהל האבן זיי נאך ארויסגעהערט לעבעדיגע קלאנגען, איי, נון בוי דיין טעמפל שירה...

קעי, הא איז נעקסט?

נאכער איז דא דער איד וואס שלאפט נישט רואיג זינט מוצאי פורים, אמער ער ברויך כאפן חצות ביים סדר, יא יא, די סארט וואס שטייען אויף פריה צו גיין שלאפן פריה צו אויפשטיין פריה... זיין פסח ארדער האט ער שוין גע'בינגא'ט נאך איידער חאמישאסער, פסח דאווענט ער ביים זמן, (איי, יו"ט מעג מען נישט? נא, עשה דוחה לא תעשה, ער ברויך כאפן חצות, ניין?) קינדער צום סדר רופט ער נישט, ווער ברויך דען די שלעפ ווער? ער מאכט שוין קידוש אויפן וועג אהיים פון שוהל, און מיט קענטיגע פארגעניגן קוקט ער ביים פענסטער, ווי אידן קומען אהיים פון שוהל ווען ער האלט שוין נאכן באוויליגט ווערן, נא, שמחות יו"ט פאר א איד...

דאן איז דא דער ס'נאך דא א האלבע שעה צום זמן טיפ, זיין נשמה אין א געווענליכע פרימארגן קריגט ער היבש שפעט, זיין צופרי פראצעדור נעמט אריין ש"י טבילות, א ציגארל צוויי, דריי, און עטליכע שאלן קאווע, און שטייטצעך א חסידיש ספר, ווי א ראפינירטער ציל שיסער העט ער אייביג כאפן חצות אויפן האר, אזש ס'לאזט זיך פרעגן בריסקע רב'ס קשיא ווען איז די חלות חפצת חצות, שוין, ביי איהם איז פסח, מקודם גייט ער זיך ווינטשן שנה טובה ביי אלע באבעס, דערנאך פארגייט ער אין א תורה'דיגע שמועס מיטן נייעם איידעם, ווייזנדיג זיינע קענטעניסן, ווען זיין איידעם פרובירט דאס זעלביגע, (נא קענט עטס רעדן גראד...) דערנאך ברויך א ציגארעטל צו אנהייבן מיט א דעת צלולה, און אט! די פראגראם איז אריין אין קראפט! און וואונדער איבער וואונדער חצות האט ער געמאכט!

דאן איז דא דער סוחי סטיל אינגערמאן פון 27 יארע צום גיטן, ער גייט שוין נישט זיצן ביי זיין שוויגער ביים סדר נאכט האלא, ער איז אלל סעט עט האום האלא, דער ברויך דווקא די ראזעווע מצות פון קיט"ל, זיין פרענד האט איהם בפירוש געזאגט אז ראזעווע איט איז, און יא די אייער לאקשן ביי שולחן עורך גלייכט ער טאקע אויך שטארק, נאר סוף סדר כאפט ער זיך אז ער האט נאכנישט געזינגען כל מקדש...

פיין, גענוג מוסר געלערנט, נעמט ארויס די גמרות.

viewtopic.php?p=4209578#p4209578
לעצט פארראכטן דורך איך בין זייער סיריעס אום דינסטאג מארטש 28, 2023 10:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

זאגט טאקע דער פסוק ווייטער..

הים ראה וינוס.. דאס זענען די אידן וואס יאגן זיך..

הירדן תסוב לאחור.. די שלעפערס.. אייביג אונטערשטעליג..

ההרים תרקדו.. די אידן וואס טאנצן מיט א התלהבות..

גבעות כבני צאן.. די גלייכע אידן.. כצאן אחר הרועה..

פרעגט דער פסוק.. מה לך הים וגו'.. וואס איז פשט אין אלע מיני הנהגות..

עאיז דער תירוץ.. מלפני אדון חולי ארץ.. אלע מיינען איין איינציגער באשעפער.. ובלבד שיכון לבו לשמים!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ר' אבנר
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 3:27 am
לאקאציע: אין צענטער פון מחאה

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' אבנר »

און חולי איז טאקע א בחינה אז זי זעלבע ווי די טראציגע חילי איז מקובל צום באשעפער אזוי אויך גאנץ כלל ישראל
אוי באשעפער לייז אונז שוין אויס.......
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

גוט גוט!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

העי, דו ביסטאך גארנישט אזוי סיריעס...

שיין אראפגעלייגט פארשידענע טיפן, גיימער פרובירן צו זיין פון די שענערע חברה...
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 8:10 am
;l;p- ;l;p- ;l;p-

זאגט טאקע דער פסוק ווייטער..

הים ראה וינוס.. דאס זענען די אידן וואס יאגן זיך..

הירדן תסוב לאחור.. די שלעפערס.. אייביג אונטערשטעליג..

ההרים תרקדו.. די אידן וואס טאנצן מיט א התלהבות..

גבעות כבני צאן.. די גלייכע אידן.. כצאן אחר הרועה..

פרעגט דער פסוק.. מה לך הים וגו'.. וואס איז פשט אין אלע מיני הנהגות..

עאיז דער תירוץ.. מלפני אדון חולי ארץ.. אלע מיינען איין איינציגער באשעפער.. ובלבד שיכון לבו לשמים!
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 5:03 am
נאר סוף סדר כאפט ער זיך אז ער האט נאכנישט געזינגען כל מקדש...
פאר דעים ברויך מען א געהעריגע ;l;p- :grin:
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

WOOF
דאס איז אן ארטיקל!!!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

;l;p- זעיער גוט

עפשר שרייבסטי ווי אזוי עס האט אויסגעזען א סדר אין די צייטן פין קאראונע
ביי די יונגערמאנטשיקל
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

אייזן גוטער ארטיקל, צו לאכן און שטוינען, געשמאק און ציענד צו ליינען ביזן ענדע,

ס'איז דאכצעך אייער ערשטער ארטיקל דא אויפן וועלטל, ניין?

שטילערהייט גערעדט האסט מיר פעסט איבערראשט...
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
פלעגט גיין שלאפן פרי
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2022 4:15 am

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעגט גיין שלאפן פרי »

מנהלים נעמטס אראפ דעם באם באם באם דער וואס האט געמאכט דעם ניגון פלעגט עס נישט לאזען צולייגען
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 8:10 am
;l;p- ;l;p- ;l;p-

זאגט טאקע דער פסוק ווייטער..

הים ראה וינוס.. דאס זענען די אידן וואס יאגן זיך..

הירדן תסוב לאחור.. די שלעפערס.. אייביג אונטערשטעליג..

ההרים תרקדו.. די אידן וואס טאנצן מיט א התלהבות..

גבעות כבני צאן.. די גלייכע אידן.. כצאן אחר הרועה..

פרעגט דער פסוק.. מה לך הים וגו'.. וואס איז פשט אין אלע מיני הנהגות..

עאיז דער תירוץ.. מלפני אדון חולי ארץ.. אלע מיינען איין איינציגער באשעפער.. ובלבד שיכון לבו לשמים!
שיין געפלאכטן ווי א געזאלצענע עציץ שאינו נקוב אום שבועות!
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

enjoy האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 8:33 am
גוט גוט!
'ענדזשוי'ד?
נו'דאך גוט!
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 8:53 am
העי, דו ביסטאך גארנישט אזוי סיריעס...

שיין אראפגעלייגט פארשידענע טיפן, גיימער פרובירן צו זיין פון די שענערע חברה...
הער, איך פאר מיך בין ווייטער געבליבן סיריעס.
וועלכר יאנאש גייט זיין פון די שיינע חברה?
די ניק אדער?..
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

בערגשטיין האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 9:36 am
איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 5:03 am
נאר סוף סדר כאפט ער זיך אז ער האט נאכנישט געזינגען כל מקדש...
פאר דעים ברויך מען א געהעריגע ;l;p- :grin:
סייסט? דו זינגסט יא כל מקדש ביים סדר??🙃
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

eller האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:52 am
WOOF
דאס איז אן ארטיקל!!!
שכח.

האסט עפעס מיט עללערי?
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

געלייענט און הנאה געהאט!
געלייקט און געקאמענט.
שיין געשריבן, פליסיגע שפראך.
לעצט פארראכטן דורך את פתח לו אום זונטאג מארטש 26, 2023 11:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
יין רב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:19 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין רב »

זייער שיין צענימען די זאך!
אבער די גרעסטע משוגעת האסטו אויסגעלאזט, דער וואס פעניעט ארום ווייל מארגן גייט ער קענען זאגן פאר זיינע חברים אז האט געזאגט לשנה הבאה 4 am
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

ביזטזעכער? האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 11:04 am
;l;p- זעיער גוט

עפשר שרייבסטי ווי אזוי עס האט אויסגעזען א סדר אין די צייטן פין קאראונע
ביי די יונגערמאנטשיקל
גוטע איידיע, קוקט אויס ווי ס'קומט.

דארף מיר אים נאך ענדיגן אויספרעגן, ליגנט ווילעך דעך נישט שרייבן.

אחר חצות האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 12:00 pm
אייזן גוטער ארטיקל, צו לאכן און שטוינען, געשמאק און ציענד צו ליינען ביזן ענדע,

ס'איז דאכצעך אייער ערשטער ארטיקל דא אויפן וועלטל, ניין?

שטילערהייט גערעדט האסט מיר פעסט איבערראשט...
ייש"כ פאר די זאפטיגע קאפלימענטן.

יא, ס'איז מיין ערשטער ארטיקל דא. האסט א פראבלעם? איך נישט!

שאג מיר פ"וו ביזט אזוי איבערראשט?

פלעגט גיין שלאפן פרי האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 12:34 pm
מנהלים נעמטס אראפ דעם באם באם באם דער וואס האט געמאכט דעם ניגון פלעגט עס נישט לאזען צולייגען
באם וואס דו ביסט!
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 11:55 pm
ביזטזעכער? האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 11:04 am
;l;p- זעיער גוט

עפשר שרייבסטי ווי אזוי עס האט אויסגעזען א סדר אין די צייטן פין קאראונע
ביי די יונגערמאנטשיקל
גוטע איידיע, קוקט אויס ווי ס'קומט.

דארף מיר אים נאך ענדיגן אויספרעגן, ליגנט ווילעך דעך נישט שרייבן.
קיק מיר שטארק ארויס דערויף

(די אלע אנדערע האסטי יא אויסגעפרעגט ? )

צהאמיר זעיער שטארק הנאה געהאט
שיינעם פעדער אין געשמאקע שפראך
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 11:53 pm
געלייענט און הנאה געהאט!
געלייקט און געקאמענט.
שיין געשריבן, פליסיגע שפראך.
נו'וואדע, פסח אידאך את-פתח-לו'ס יום טוב!
דענמאלס פייערט ער פתח-לו'ס אין גרויסן!
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 11:58 pm
אחר חצות האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 12:00 pm
אייזן גוטער ארטיקל, צו לאכן און שטוינען, געשמאק און ציענד צו ליינען ביזן ענדע,

ס'איז דאכצעך אייער ערשטער ארטיקל דא אויפן וועלטל, ניין?

שטילערהייט גערעדט האסט מיר פעסט איבערראשט...
ייש"כ פאר די זאפטיגע קאפלימענטן.

יא, ס'איז מיין ערשטער ארטיקל דא. האסט א פראבלעם? איך נישט!

שאג מיר פ"וו ביזט אזוי איבערראשט?
כ'בין שוין נישט...
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

יין רב האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 11:53 pm
זייער שיין צענימען די זאך!
אבער די גרעסטע משוגעת האסטו אויסגעלאזט, דער וואס פעניעט ארום ווייל מארגן גייט ער קענען זאגן פאר זיינע חברים אז האט געזאגט לשנה הבאה 4 am
המממ, וואסישייעך? האסטעך יעצט צונומען די זאך אין דריי ווערטער..
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”