שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג קאמפיין -נישט געלט-

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ביצה שנולדה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2023 5:55 pm

שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג קאמפיין -נישט געלט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביצה שנולדה »

א גוטן חודש!

מען דארף גרויס רחמים! זאכן דארפן זיך געבן אן ערנסטן ריק... מען האלט שוין נאכאמאל ב"ה ביי בין הזמנים און בחורים און מיידלעך ווארטן פאר די באשערטע, ס'איז אזוי שווער ווי בחורים קומען אהיים זמן נאך זמן און עלטערן זיך ליידער...

אין די עבר איז שוין געשריבן געווארן טויזענטער תגובות בנוגע די ענין, אבער איך וועל פראבירן צי שרייבן אביסל זאכן וואס קענען אויפטוען פון אלע זייטן, די עלטערן, שדכן, בחור אדער א פשוטע יונגערמאן.

טאטע:
טייערע טאטע!
אויב די מיינסט אז דיין בחור וויל נאכנישט א חתן ווערן האסטו א גרויסע טעות... אפילו דיין בחור זאגט עס דיר נישט אין פנים אריין זאלסטו וויסן אז דיין עלטערע בחור מיטשעט זיך יעדן טאג.

רוחניות'דיגע נסיונות אפגערעדט אז ער מיטשעט זיך. די נסיון פון טעכנעלאגיע רייסט שטיקער, יעדן טאג וואס עס גייט אריבער אין ער איז נאכנישט א חתן ווערט די נסיון שווערער און שווערער! אפי' די מיינסט אז מען מיינט נישט דיין בחור, ער האט ליב צי לערנען, ער איז אן ערליכער און ס'מאכט נישט קיין סענס אז ער זאל האבן אזאנע נסיונות, וועיק אפ! נישטא אזא מציאות. א מענטש איז נאר א מענטש און ס'איז זייער שווער זיך צי האלטן קעגן די שווערע כוואליעס בפרט פאר א בחור וואס ס'איז ממש נישט דא מיט וועם ער זאל זיך קענען דורכשמועסן ווייל אלעס איז באהאלטענע מלחמות און קיינער ווייסט נישט.

גשמיות'דיגע פראבלעמען פעלן ליידער אויך נישט. דיין בחור פיהלט נישט באקוועם אין שוהל, איינער געט אים צי א גרויסע דאזע פון חיזוק, דער צווייטער געט אין גלילה און דער דריטער איגנארירט אים אינגאנצן... ווען עס קומט צי שמחות פיהלט ער ווי ער האט נישט זיין קאמפעני, ער האט מורא אז איין געשמאקע פעטער וועט אים אנטוהן א שטריימל... בקיצור ס'איז נישט גרינג.

ווען איינער טראגט דיך אהן א שידוך וואס שמעקט דיר נישט, געב אים נישט קיין עדעטאאד, זאג אים א גרויסן ש'כח פארן טראכטן פון מיר, אויב די האסט נאך עפעס קום צוריק. מאך יענעם פיהלן גוט.

אויב די זעהסט אז ס'רוקט זיך נישט, קריך אביסל אראפ פון בוים... ס'איז א שאד אז זאלסט דארפן ווארטן צוויי יאר און נאכדעם אראפקריכן. אויב די דארפסט אביסל פארקוקן אויפן לבוש, היט, רעקל, ווייסע זאקן אדער שייטל, פרעג דיין דעת תורה. ס'איז גאנץ מעגליך אז ער וועט דיר זאגן צי טוהן די שידוך.
(זייער אסאך וואס מען לאזט זיך נארן אז סאיז א אידישקייט פראבלעם. רוב מאל איז עס די אייגענע כבוד, נישט דער באשעפער'ס און נישט די זון'ס.)

שדכן:
חשובע שדכן! פארשטיי אז מען עפרישיעט זייער דיין ארבעט, ס'מאכט זיך אמאל וואס מענטשן פירן זיך נישט אויף שיין און אנשטאטס צי זאגן יישר כח זאגט מען א פסק, אבער סאיז נאר א מיעוט. גיי אהן מיט דיין עבודת הקודש און די זכותים וועלן דיר באגלייטן בזה ובבא.
-די שטעלסט אויף אידישע דורות.
-די מאכסט פריילעך אין אידישע שטובער.
-די ראטעוועטסט בחורים פון אלע פראבלעמען און נסיונות.
-די מאכסט אנדערע טראכטן און אנטראגן שידוכים.

בחור:
בחור טייערע! מען טראכט פון דיר! ס'איז דא אסאך אידן וואס פראבירן צי טוען פאר דיר און טראגן אהן גוטע זאכן!
די פראביר צי טוען דיין השתדלות מיטן זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים און קבלות טובות. בעהט די הייליגע באשעפער זאל דיר אפהיטן פון אלע נסיונות, הבא לטהר מסייעין אותו!
(פארשטייט זיך, פראביר זיך אויפצופירן נארמאל ווען די ביסט אין פאבליק אזוי ווי די וועסט זיך אויפפירן ווען די וועסט זיין א יונגערמאן אי"ה בקרוב...)

יונגערמאן:
יעדער קען אהנטראגן א שידוך מען דארף נישט האבן קיין שום עקספיריענס. רעדט זיך דורך מיט איינער וואס קען אביסל די משפחות וואס די ווילסט עס אהנטראגן צי וויסן אויב עס שטומט, אפי' אויב יענער זאגט דיר אז זיי ועלן נישט מסכים זיין איז גארנישט, פרעג נאר צי עס שטומט.
איך קען אסאך שנה ראשונה יונגערלייט וואס האבן שוין אהנגעטראגן און אויסגעפירט שידוכים. די האסט חברים וואס דארפן שידוכים, דיין ווייב האט חבר'טע'ס וואס דארפן שידוכים, זעכער זענען דא זאכן וואס שטומען!

ועל כולם:
יעדער פיהלט די משפחות, בחורים און מיידלעך וואס דארפן שידוכים, טו עפעס למעשה! טראג אהן שידוכים אדער נעם זיך אינטער צי זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים, לערנען א געוויסע לימוד אדער אן אנדערע קבלה פאר לכל הפחות חודש ניסן, און די זכות וועסטו האבן אלעס גוטס! המתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה, יעדער דארף פונעם רבש"ע געוויסע זאכן, ווען די אייבערשטער זעהט אז מען איז זיך מרחם אויף זיינע קינדער און מ'איז מתפלל פאר זיי באגיסט ער מיט שפע ברכה און הצלחה!

בשורות טובות!
הערות והארות?! שרייב א תגובה ⬇️
לעצט פארראכטן דורך ביצה שנולדה אום דאנערשטאג מארטש 23, 2023 9:39 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ביצה שנולדה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2023 5:55 pm

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביצה שנולדה »

איך פערזענליך האב זיך אינטערגענומען צי זאגן פאר די חודש יעדן טאג די יום תהלים. ווי אויך האלט איך אינמיטן אנטראגן א שידוך.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ביצה שנולדה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:21 pm
איך פערזענליך האב זיך אינטערגענומען צי זאגן פאר די חודש יעדן טאג די יום תהלים. ווי אויך האלט איך אינמיטן אנטראגן א שידוך.
זאלסט שטארק מצליח זיין
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע: נישט דאהי

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

אז מען רעדט פון שידוכים וויל איך א עצה, איך האב אנגעטראגן א שידוך פאר א איד וואס יעדער וואס קען די צוויי משפחות האט מיר געזאגט אז עס איז מוראדיג, אבער דער איד האט מיר געזאגט אז עס קען נישט ארבעטן ווייל זיי גייען מיט א אנדערע לבוש ווי אים, סאיז מיר געווען א פלא ווייל איך קען יענע משפחה, און איך האב נישט געדענקט אזוי... האב איך זיך נאכאמאל נאכגעפרעגט און איך בין געווען גערעכט, רוף איך צוריק דעם איד אום איך זאג אים אז זיי גייען יא מיט יענעם לבוש וואס ער זוכט, זאגט ער "עס וועט נישט ארבעטן" און ער האלט מיר נישט ביים זאגן פארוואס..
וואס טוט מען אין אזא פאל?
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

ביצה שנולדה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:21 pm
איך פערזענליך האב זיך אינטערגענומען צי זאגן פאר די חודש יעדן טאג די יום תהלים. ווי אויך האלט איך אינמיטן אנטראגן א שידוך.
אשרי חלקך!
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע: נישט דאהי

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:53 pm
אז מען רעדט פון שידוכים וויל איך א עצה, איך האב אנגעטראגן א שידוך פאר א איד וואס יעדער וואס קען די צוויי משפחות האט מיר געזאגט אז עס איז מוראדיג, אבער דער איד האט מיר געזאגט אז עס קען נישט ארבעטן ווייל זיי גייען מיט א אנדערע לבוש ווי אים, סאיז מיר געווען א פלא ווייל איך קען יענע משפחה, און איך האב נישט געדענקט אזוי... האב איך זיך נאכאמאל נאכגעפרעגט און איך בין געווען גערעכט, רוף איך צוריק דעם איד אום איך זאג אים אז זיי גייען יא מיט יענעם לבוש וואס ער זוכט, זאגט ער "עס וועט נישט ארבעטן" און ער האלט מיר נישט ביים זאגן פארוואס..
וואס טוט מען אין אזא פאל?
וואס איך האב געהאט געטראכט איז אפשר עס איבערגעבן פאר א גרויסע שדכן.
איז דא בכלל גרויסע שדכנים וואס נעמען ערנסט suggestions?
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
אוועטאר
כותל מארגענשטערן
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2023 7:45 pm

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כותל מארגענשטערן »

זייער קלאסיש געשריבן.

די נקודה אז יעדער קען עפעס טוען צי העלפן די פראבלעם איז הונדרעט פופציג פראצענט אמת.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:55 pm
הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:53 pm
אז מען רעדט פון שידוכים וויל איך א עצה, איך האב אנגעטראגן א שידוך פאר א איד וואס יעדער וואס קען די צוויי משפחות האט מיר געזאגט אז עס איז מוראדיג, אבער דער איד האט מיר געזאגט אז עס קען נישט ארבעטן ווייל זיי גייען מיט א אנדערע לבוש ווי אים, סאיז מיר געווען א פלא ווייל איך קען יענע משפחה, און איך האב נישט געדענקט אזוי... האב איך זיך נאכאמאל נאכגעפרעגט און איך בין געווען גערעכט, רוף איך צוריק דעם איד אום איך זאג אים אז זיי גייען יא מיט יענעם לבוש וואס ער זוכט, זאגט ער "עס וועט נישט ארבעטן" און ער האלט מיר נישט ביים זאגן פארוואס..
וואס טוט מען אין אזא פאל?
וואס איך האב געהאט געטראכט איז אפשר עס איבערגעבן פאר א גרויסע שדכן.
איז דא בכלל גרויסע שדכנים וואס נעמען ערנסט suggestions?
איך ווייס נישט וועגן שדכנים אבער דוכט זיך עס איז דא גאנצע ארגאניזאציעס באזירט אויף דעם
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:53 pm
אז מען רעדט פון שידוכים וויל איך א עצה, איך האב אנגעטראגן א שידוך פאר א איד וואס יעדער וואס קען די צוויי משפחות האט מיר געזאגט אז עס איז מוראדיג, אבער דער איד האט מיר געזאגט אז עס קען נישט ארבעטן ווייל זיי גייען מיט א אנדערע לבוש ווי אים, סאיז מיר געווען א פלא ווייל איך קען יענע משפחה, און איך האב נישט געדענקט אזוי... האב איך זיך נאכאמאל נאכגעפרעגט און איך בין געווען גערעכט, רוף איך צוריק דעם איד אום איך זאג אים אז זיי גייען יא מיט יענעם לבוש וואס ער זוכט, זאגט ער "עס וועט נישט ארבעטן" און ער האלט מיר נישט ביים זאגן פארוואס..
וואס טוט מען אין אזא פאל?
וואס איז שייך צו טון? אז ער וויל נישט וויל ער נישט

ענדערש אינוועסטיר דיין ענערגיע אין א צווייטן אדער א אנדערע שידוך.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
שמואל כהנא
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 11, 2022 1:28 pm
לאקאציע: ארץ אשר עיני השם אלוקיך בה

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל כהנא »

יישר כח
די עצם זאך אז שידוכים איז א נושא איז גאר גוט
יא!
האסט פרובירט אנצוטראגן א שידוך און ס'גייט נישט
געב נישט אויף פרוביר נאכאמאל
וואס קוקסטו? שטייט דא גארנישט!
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

איך פערזענליך האב געטראכט א געדאנק פון א שידוך.
די מחותנים שטימען 'נישט', אבער די מדובר און מדוברת שטימען 'יא'.
איך וועל פראבירן אז מזאל עס קענען אויספירן למעשה. איך בין נישט קיין שדכן.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:53 pm
אז מען רעדט פון שידוכים וויל איך א עצה, איך האב אנגעטראגן א שידוך פאר א איד וואס יעדער וואס קען די צוויי משפחות האט מיר געזאגט אז עס איז מוראדיג, אבער דער איד האט מיר געזאגט אז עס קען נישט ארבעטן ווייל זיי גייען מיט א אנדערע לבוש ווי אים, סאיז מיר געווען א פלא ווייל איך קען יענע משפחה, און איך האב נישט געדענקט אזוי... האב איך זיך נאכאמאל נאכגעפרעגט און איך בין געווען גערעכט, רוף איך צוריק דעם איד אום איך זאג אים אז זיי גייען יא מיט יענעם לבוש וואס ער זוכט, זאגט ער "עס וועט נישט ארבעטן" און ער האלט מיר נישט ביים זאגן פארוואס..
וואס טוט מען אין אזא פאל?
פרעג אים פאר זיין מאמע'ס נאמען און האב אים אינזין ביי אתה חונן
וקול התור נשמע בארצנו

איך פיעל נישט צו זיין טויגליך אין שדכנות אבער איך בין אין קאנסטענט קאנטאקט מיט עטליכע שדכנים פאר וועם איך גיב איבער פארשלאגן וואס פאלן מיר ביי.
וקול התור נשמע בארצנו
בקע לגלגולת
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

קלאנג האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 9:20 am
איך פיעל נישט צו זיין טויגליך אין שדכנות אבער איך בין אין קאנסטענט קאנטאקט מיט עטליכע שדכנים פאר וועם איך גיב איבער פארשלאגן וואס פאלן מיר ביי.
טריי איינמאל כאטשיק איך האב אויך געמיינט אז איך קען נישט איך האב געטרייט און געזען אז עס איז נישט אזא בעת ווי מען מיינט...
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14499
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג קאמפיין -נישט געלט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

רוב מוסדות האבן א ליסט פון אלע מיידלעך (צוועלעף און דריינצענטע קלאס), קויפט אז ליסטע און הייסט אן צו טוהן, די רבי זי"ע האט געזאגט מען דארף טוהן נישט אויפטוהן
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

קלאנג האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 9:17 am
הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:53 pm
אז מען רעדט פון שידוכים וויל איך א עצה, איך האב אנגעטראגן א שידוך פאר א איד וואס יעדער וואס קען די צוויי משפחות האט מיר געזאגט אז עס איז מוראדיג, אבער דער איד האט מיר געזאגט אז עס קען נישט ארבעטן ווייל זיי גייען מיט א אנדערע לבוש ווי אים, סאיז מיר געווען א פלא ווייל איך קען יענע משפחה, און איך האב נישט געדענקט אזוי... האב איך זיך נאכאמאל נאכגעפרעגט און איך בין געווען גערעכט, רוף איך צוריק דעם איד אום איך זאג אים אז זיי גייען יא מיט יענעם לבוש וואס ער זוכט, זאגט ער "עס וועט נישט ארבעטן" און ער האלט מיר נישט ביים זאגן פארוואס..
וואס טוט מען אין אזא פאל?
פרעג אים פאר זיין מאמע'ס נאמען און האב אים אינזין ביי אתה חונן
אנטשולדיגט.
רעב איד.

איהר פארשטייט נישט?

לאמיר אייך מסביר זיין אויף אידיש .

און לצורך הענין בין איך דער וואס זאגט אז עס וועט נישט ארבייטן.

א.) איך קען מיין תכשיט, ער איז זייער א חשוב'ע בחור, אבער אויך א גרויסע שטאקיגע תמים.
יענער האט א חשוב'ע מיידל.
אויבן אויף קלאפט עס א מחי'ה.

אבער, יענער, טאקע א דערהויבענער איד, אבער זיין פיסק איז אביסל צו לויז, און קען זיך צופיל צווערטלען אויף מנהגי ישראל, נישט חלילה ער איז מזלזל, נאר ווייסט דאך ער האט זיך אסאך געדרייט ביי הרה"ק זצ"ל וואס האט געהאט א שטארקע סענס אויף יומער, און אויך ביי החסיד המפורסם וואס מיט זיין פולישער שפראך, האט עס אויסגעזען ווי א מאכט אוועק.

יעצט, הגם ער איז נאכאלץ זייער חשוב און ערליך, און באמת נאך אפילו מער ווי מיין משפחה מיטגלידער, אבער פונקט דעם קינד, מיט זיין מאס תמימות, קען ער נישט דארט אריין גיין.

איז וואס ווילסטו? כ'זאל דיר זאגן אז יענער איז א לץ? ער איז דאך נישט.
אז מיין זוהן איז א תם ומתמם? שמעקט מיר נישט צו רעדן דערפון.

זאג איך אזויפיל, אז עס וועט נישט גיין.

ב.) או יאמר.
יענער איז א דערהויבענער איד, אבער אביסל צו סענסעטיוו.
איך קען איהם שוין 45 יאהר, אלעס פיין אלעס וואויל.

אבער מיין תכשיט, ווייסט דאך, ער האט אביסעלע פון דער שמינית שבשמינית, און געבט אריין פאר זיינע הורים ומורים אין באבע'ןס באבע אריין.

יענער וועט עס נישט פארטראגן, הגם, אז יענעם'ס טאכטער איז אביסל שטערקער, אבער, גלייב מיר עס וועט נישט טויגן.

וואס זאל איך דיר יעמט זאגן? מיין זוהן איז א מחוצף? ער איז דאך נישט, ער האט נאר אבסיל שארפקייט.

יענער איז א סענסעטיווער בעבי? כ'קען עס נישט זאגן, כ'האפ נאך אז ביי מיינע אנדערע קינדער וועלן מיר זיך נאך משדך זיין, איז פארוואס זאל איך זיי בארעדן?

ג.)
כ'האב זיך אמאל אונטערגעהערט ווי יענער רעדט אויפן טעלפון, געשעפטליך, הער, ער איז א פאלנער גנב.
זאל איך יעצט נעמען זיינ'ס א קינד? בשום אופן!

זאל איך רעדן דערפון? אוודאי נישט!

ד.) ווייסט דאך מיין תחום פון עסקנות בנושא פלוני ואלמוני, איז זאלסט וויסן אז איך בין געווען אריינגעמישט ביי דעם קינד.

ס'נישט פאר מיר. גלייב מיר.

איך רעד נישט ווייטער.

דארפסט נאך דוגמאות.

אמאל מעג מען גלייבן א טאטע.

גראדע האב איך אליין ביי געוואוינט אזא מעשה
דער שדכן האט נישט נאכגעלאזט, געפרעשורט געפערליך, אבער כאפענדיג א שמועס מיט מיין קינד, ארום דער נושא א שטיק צייט שפעטער, האב איך אזוי הנאה געהאט ווען איך האב געזעהן ווי גערעכט איך בין געווען.
פרטים לא יבואו.....

אבער דער פונקט דארף צו זיין פשוט.
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

פארווייטאגט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 1:04 pm

איך האב שוין ב"ה געטון שידוכים און איך פארשטיי פינקטליך פון וואס די רעדסט. זעהט אויס אז די האסט נישט גוט פארשטאנען וואס איך מיין צו זאגן. א שדכן וואס זעהט אז פלוני וויל נישט א שידוך אן א געהעריגע הסבר קען בלויז מתפלל זיין אז די אייבערשטער זאל יענעם חונן דעת זיין צו טון וואס איז ריכטיג. און טאמער איז די שידוך נישט פאסיג זאל עס טאקע נישט צושטאנד קומען.
וקול התור נשמע בארצנו
יוד
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

פארווייטאגט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 1:04 pm
קלאנג האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 9:17 am
הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:53 pm
אז מען רעדט פון שידוכים וויל איך א עצה, איך האב אנגעטראגן א שידוך פאר א איד וואס יעדער וואס קען די צוויי משפחות האט מיר געזאגט אז עס איז מוראדיג, אבער דער איד האט מיר געזאגט אז עס קען נישט ארבעטן ווייל זיי גייען מיט א אנדערע לבוש ווי אים, סאיז מיר געווען א פלא ווייל איך קען יענע משפחה, און איך האב נישט געדענקט אזוי... האב איך זיך נאכאמאל נאכגעפרעגט און איך בין געווען גערעכט, רוף איך צוריק דעם איד אום איך זאג אים אז זיי גייען יא מיט יענעם לבוש וואס ער זוכט, זאגט ער "עס וועט נישט ארבעטן" און ער האלט מיר נישט ביים זאגן פארוואס..
וואס טוט מען אין אזא פאל?
פרעג אים פאר זיין מאמע'ס נאמען און האב אים אינזין ביי אתה חונן
אנטשולדיגט.
רעב איד.

איהר פארשטייט נישט?

לאמיר אייך מסביר זיין אויף אידיש .

און לצורך הענין בין איך דער וואס זאגט אז עס וועט נישט ארבייטן.

א.) איך קען מיין תכשיט, ער איז זייער א חשוב'ע בחור, אבער אויך א גרויסע שטאקיגע תמים.
יענער האט א חשוב'ע מיידל.
אויבן אויף קלאפט עס א מחי'ה.

אבער, יענער, טאקע א דערהויבענער איד, אבער זיין פיסק איז אביסל צו לויז, און קען זיך צופיל צווערטלען אויף מנהגי ישראל, נישט חלילה ער איז מזלזל, נאר ווייסט דאך ער האט זיך אסאך געדרייט ביי הרה"ק זצ"ל וואס האט געהאט א שטארקע סענס אויף יומער, און אויך ביי החסיד המפורסם וואס מיט זיין פולישער שפראך, האט עס אויסגעזען ווי א מאכט אוועק.

יעצט, הגם ער איז נאכאלץ זייער חשוב און ערליך, און באמת נאך אפילו מער ווי מיין משפחה מיטגלידער, אבער פונקט דעם קינד, מיט זיין מאס תמימות, קען ער נישט דארט אריין גיין.

איז וואס ווילסטו? כ'זאל דיר זאגן אז יענער איז א לץ? ער איז דאך נישט.
אז מיין זוהן איז א תם ומתמם? שמעקט מיר נישט צו רעדן דערפון.

זאג איך אזויפיל, אז עס וועט נישט גיין.

ב.) או יאמר.
יענער איז א דערהויבענער איד, אבער אביסל צו סענסעטיוו.
איך קען איהם שוין 45 יאהר, אלעס פיין אלעס וואויל.

אבער מיין תכשיט, ווייסט דאך, ער האט אביסעלע פון דער שמינית שבשמינית, און געבט אריין פאר זיינע הורים ומורים אין באבע'ןס באבע אריין.

יענער וועט עס נישט פארטראגן, הגם, אז יענעם'ס טאכטער איז אביסל שטערקער, אבער, גלייב מיר עס וועט נישט טויגן.

וואס זאל איך דיר יעמט זאגן? מיין זוהן איז א מחוצף? ער איז דאך נישט, ער האט נאר אבסיל שארפקייט.

יענער איז א סענסעטיווער בעבי? כ'קען עס נישט זאגן, כ'האפ נאך אז ביי מיינע אנדערע קינדער וועלן מיר זיך נאך משדך זיין, איז פארוואס זאל איך זיי בארעדן?

ג.)
כ'האב זיך אמאל אונטערגעהערט ווי יענער רעדט אויפן טעלפון, געשעפטליך, הער, ער איז א פאלנער גנב.
זאל איך יעצט נעמען זיינ'ס א קינד? בשום אופן!

זאל איך רעדן דערפון? אוודאי נישט!

ד.) ווייסט דאך מיין תחום פון עסקנות בנושא פלוני ואלמוני, איז זאלסט וויסן אז איך בין געווען אריינגעמישט ביי דעם קינד.

ס'נישט פאר מיר. גלייב מיר.

איך רעד נישט ווייטער.

דארפסט נאך דוגמאות.

אמאל מעג מען גלייבן א טאטע.

גראדע האב איך אליין ביי געוואוינט אזא מעשה
דער שדכן האט נישט נאכגעלאזט, געפרעשורט געפערליך, אבער כאפענדיג א שמועס מיט מיין קינד, ארום דער נושא א שטיק צייט שפעטער, האב איך אזוי הנאה געהאט ווען איך האב געזעהן ווי גערעכט איך בין געווען.
פרטים לא יבואו.....

אבער דער פונקט דארף צו זיין פשוט.
איך בין מיט אייך ווען ער זאגט "גלייב מיך ס'איז נישט פאר מיך" איך בין מיט @קלאנג ווען מ'דרייט זיך ארויס מיט לגיונות העשוי להיגלות ווי אז זאגען אז די לבוש שטימט נישט
ס'מאכט דעם אנטראגער פוהלען ווי מ'האלט אים פאר א בהמה
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: שידוכים בין הזמנים ניסן תשפ"ג קאמפיין -נישט געלט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

ס'איז ממש א שרעק מען האלט שוין די לעצטע טעג פינעם בין הזמנים און ווי שדכנים זאגן איז ממש די זאך סטאק, מען פירט קוים אויס א שידוך דא דארט
מען דארף א ערנסטע אויפוואכונג

אנפילן 2-3 סטעדיומ'ס מיטן גאנצען היימישן עולם און אריינגעבן א באאסט אינעם שידוכים מארקעט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”