בענקעדיג

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

בענקעדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס״ד


שטיין אויף א באנק
זיך שפירן העכער
זיצן אויף מיליאנען
צו פילן זיכער
בענקן צו רייכטום
און לעבן בעסער
נישט שפירן באנג
זיך פירן גרעסער
ספענדן באנקעטן
ווי ווען געלט וואסער
ברעכן בענק
נאר פאר די מעשר
דרייען א וועלט
טישן און בענק
זיך אראפגעשטעלט
אין ברייט און לענג

-

קוועטשן די באנק
פון עכטע ווערד
אנשטאט באנק-נאטן
וואס בלייבט אין דר'ערד
עס קען בלויז באנקראטן
פאפירענע געלט
גרייט אן א באנק
אויף יענע וועלט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע: אונטערן באנק

Re: בענקעדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
ארטיקל אן עכטס.
וואו ענדע גייט רעכטס!
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
אוועטאר
פה מפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: בענקעדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

קורץ און שארף!

די אויספיר איז אייזן

די קעפל איז גאלד
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: בענקעדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

פה מפיק האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 2:40 pm
קורץ און שארף!

די אויספיר איז אייזן

די קעפל איז גאלד
רט.

הונדערט פראצענט
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: בענקעדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

א גאנצע שיעור אריינגעקוועטשט אין אפאר שורה'לעך! קריספי און קלאר! קורץ און שארף! יישר כח ענדע!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: בענקעדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

הערליך! תוכן'פילע וווערטער!
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: בענקעדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

Bissli האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 4:35 pm
א גאנצע שיעור אריינגעקוועטשט אין אפאר שורה'לעך! קריספי און קלאר! קורץ און שארף! יישר כח ענדע!
גאר גוט,
אוי די נסיון פון געלט....

תורה נעמט מען אויף יענע וועלט.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: בענקעדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שיין שיין, ש'כח ענדע.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: בענקעדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

הייליג און גוט ווי אלעמאל
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: בענקעדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

טינט האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 2:15 pm
הייליג און גוט ווי אלעמאל
טענק יו,
געשריבן די נאכט ווען סיליקאן וואלי איז צוזאמגעפאלן, נישט זיכער איינער האט געכאפט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פה מפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: בענקעדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

ענדע צדיק! האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 2:23 pm
טינט האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 2:15 pm
הייליג און גוט ווי אלעמאל
טענק יו,
געשריבן די נאכט ווען סיליקאן וואלי איז צוזאמגעפאלן, נישט זיכער איינער האט געכאפט.
זארג נישט... די שורות דערציילן אלעס
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”