sheetrock האט געשריבן:משה צימערינג האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:קלאָצקאָפּ האט געשריבן:חלה לכבוד שבת האט געשריבן:וויפיל משפחת גיין אין קאנטרי דעס יאר פון וויליאמסבורג?
מיינע סאורסעס זאגן צווישן 7640 און 7644, מ'ווייסט נאכנישט פונקטליך.
שמעתי אז 7649. פון ווי האסטו דיין אינפאו?
וואס עפעס?
ציווישן 2,000 און 20,000.
ס׳קען אויך זיין אז אפאר וועלן פארן אהין און צוריק עטליכע מאל
מ'ברויך מיר קראנטע באווייז
חלה, שטיי אוועק פון די לצים דא זיי וועלן דיר גענצליך פארדרייען די קאפ מיט זייערע פאלשע נאמבערס. לאמיר דיר געבן א פשוטע וועג מברר צו זיין די פונקטליכע נאמבער פון משפחות וואס פארן היי יאר אין קאנטרי פון וויליאמסבורג.
איז אזוי, מען נעמט די נאמבער פון משפחות וואס וואוינען יעצט אין וויליאמסבורג, דערנאך רעכענט מען אראפ די מספר פון משפחות וואס פארן נישט אין קאנטרי היי יאר (פאר סיי וועלכע סיבה) איינמאל דו האסט זיי אראפגערכענט פון די פריערדיגע נאמבער דריקסטו שנעל די איקוואלס קנעפל אויפן קאלקיולעיטער און עס שפייט ארויס א פונקטליכע נאמבער פון די וואס פארן יא אין קאנטרי.
ביטע קום צוריק מיט די קראנטע רעזולטאטן און אדרבא לאמיר זעהן אויב איינער דא איז אפילו געווען קרוב לאמת