צל עובר האט געשריבן:איך קויף עס שטייצעך נישט בכלל...
איך האף אז איך גיי דיר נישט דארפן זאגן אין עטליכע יאר פון יעצט: זעסט איך בין געווען גערעכט? ווייל דעמאלס וועט דאס שוין זיין זייער זייער ווייטאגליך.
עס איז נאר א שאד אז דער עולם פרובירט נישט צו נוצן זייער אייגענע שכל און אריינטראכטן אביסל טיפער, און דאס שוין יעצט ארויסהאבן.
דאס וואס טראמפ איז געווען פאר פיר יאר, איז געווען ווי א באנדאזש, אבער ער האט נישט געקענט אויפטון צופיל פונדאמענטאלע זאכן אין אזא קורצע וויילע, מיט נאך אזוי פיל שטערונגען פון אינעווייניג און פון דרויסן. ווען ער זאל ווען ממשיך זיין ווייטער די קומענדיגע פיר יאר, וואלט ער געקענט מאכן א ריכטיגע תיקון.
און טאקע פאר דעם זענען די דעמאקראטן געווען אויסן צו טון אלעס, און ווען איך זאג אלעס מיין איך טאקע אלעס, יעדע טריק פון די בוק, אלע טאאלס אוועילעבל, זיכער צו מאכן אז טראמפ בלייבט נישט אין אפיס די קומענדיגע פיר יאר, וויסנדיג אז זיי זענען עלול צו דערלייגן זייער לאנג יעריגע הארוואניע אנצוקומען צו זייער ציהל, וואס איך האף אונז וועלן נישט זען בקרוב.