די געוויין פון מיין נפש
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שרייזשע
- שר חמש מאות
- תגובות: 792
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
- לאקאציע: ליידער און גלות
די געוויין פון מיין נפש
ווי שטורעמישע וואסערן וואס קלאפען זיך אהן אין א שטיין
קלאפן מיינע געפילן אין מיין הארץ אריין
אינטערדריקט איז מיין וועזן מיינע געפילן דערשטיקט
ווי א וואלקאן בארג וואס האלט זיין פייער פארשטומט
מיין זעהל קאכט און זידהט ער ווייסט עס איז דא בעסער
אבער זיין קול ווערט פאלוירען אין מיין הארץ פיל מיט לעכער
א הארץ פיל מיט ווייטאג פחד און שרעק
ווערטלאז און שילד געפילן וואס נעמט נישט קיין עק
זיין געשריי און באדערפעניש שרייען אזוי הויך
אז מיט מיין צובראכען הארץ פאלט אויך אלץ קרבן מיין מוח
ער זיכט און ער נאגט
צו דערגיין און ערפילען וואס מיין נפש פלאגט
אוי ווי ווייט אבער האט ער פארקראכען
יעדע ביסעלע פרידען האט ער צובראכען
מיין מוח'ל וואס איז געווען מיין איינציגסטע האפענונג
איז געווארן א חלק פון מיין יסורים און פלאג
שכל און רעאליטעיט האבען נישט קיין ווארט
ווען ווייטאג און צער פארנעמן יעדע ארט
מיין פאר'צער'טע זעהל טוט וויינען
אבער מיין צומישטע הארץ קען זיינע באדערפעניש נישט ליינען
ער טוט אים נישט איגנארירען
נאר מען האט אים אויסגעלערנט אז ער טוט ניטאמאל עקזעסטירען
ער איז געבוירן מיט זיין תכונה מיט זיין אייגענעם שניט
אבער מען האט אים אין א קליינע קעסטעלע פארשטיפט
אוי געוואלד וואס האט ער דען געבעטן
אז מען זאל זיין אים לאזן בליען און לעבן
וואקסען און שטרעבן
אבער קוקענדיג ווייט ווייט
זעה איך דארט עפעס ליכטיגקייט
עפעס זעה איך נאך א שיין
א קול וואס זאגט עס וועט נאך גוט זיין
צום ליכט איך דיירעקטיר ווי א פארבלאנדזשטער אין וואלד
מען קלאפט זיך אהן כסדר אין מען פאלט
אבער ווילאנג מיינע פיס קענען נאך גיין
וועל איך זיך צו די קול פון מיין נפש מסייחת זיין
אויפגעבן וועל איך קיינמאל
ביזווילאנג מיין נשמה וועט זיין ביים שומר ישראל

לעצט פארראכטן דורך שרייזשע אום מוצ"ש מארטש 13, 2021 9:55 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
צעקה בקול דממה דקה
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: מיין נפש'ס געשריי
כאטש איז איינער מיט מיר ....
לאמיר כאטש שרייען צוזאמען
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- מיאושדיגער
- שר חמש מאות
- תגובות: 885
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
- לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...
Re: מיין נפש'ס געשריי
אויך מיין נפש'ס געשריי.
שכח שרייזשע. שריי ווייטער.
שכח שרייזשע. שריי ווייטער.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5052
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: מיין נפש'ס געשריי
אוי וויפול טייכן טרערען זענען שוין פארגאסן געווארן איבער די פאר שורות:
נאר מען האט אים אויסגעלערנט אז ער טוט ניטאמאל עקזעסטירען
ער איז געבוירן מיט זיין תכונה מיט זיין אייגענעם שניט
אבער מען האט אים אין א קליינע קעסטעלע פארשטיפט
אוי געוואלד וואס האט ער דען געבעטן
אז מען זאל זיין אים לאזן בליען אין לעבן
וואקסען אין שטרעבן
וויפול מען האט שוין פארלוירן ווייסט איין טאטע אין הימל
איך שריי אין וויין מיט דיר א גאנצע נאכט און ווען עס ווערט ליכטיג לאז אונז וויסן!

האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5052
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: מיין נפש'ס געשריי
פארוואס איז עס נישט דא viewforum.php?f=96 ?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
- עומד מן הצד
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3393
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm
Re: מיין נפש'ס געשריי
זייער ווארעם!, ייש''כ
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 687
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am
Re: מיין נפש'ס געשריי
הערליך הערליך!!!!
Re: מיין נפש'ס געשריי
הייליג
- נשמת השכל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4649
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
- לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...
Re: מיין נפש'ס געשריי
קעפל פארראכטן: מיין נפש'ס געוויין.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
Re: מיין נפש'ס געשריי
שרייזשע האט געשריבן:ייש"כ אלע
ארויסגעברענגט א האקעלע נושא וואס ימים טרערן זענען שוין אויף דעם פארגאסן געווארן און אפאר הערליכע גראמען.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
-
- שר חמישים
- תגובות: 61
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:56 am
Re: מיין נפש'ס געשריי
שטארק!
- שרייזשע
- שר חמש מאות
- תגובות: 792
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
- לאקאציע: ליידער און גלות
Re: מיין נפש'ס געשריי
נשמת השכל האט געשריבן:קעפל פארראכטן: מיין נפש'ס געוויין.
אקעי...
"די געוויין פון מיין נפש"
צעקה בקול דממה דקה
Re: די געוויין פון מיין נפש
הערליך שיין!
צ''ל די געוויין פון אונזערע נפשות..
צ''ל די געוויין פון אונזערע נפשות..
Re: די געוויין פון מיין נפש
זייער צו די פוינט.. אזוי גיט ארויסגעברענגט געפילן נאך מיט שיינע גראמען.
כ'האב עס זייער ליב !
כ'האב עס זייער ליב !
- שרייזשע
- שר חמש מאות
- תגובות: 792
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
- לאקאציע: ליידער און גלות
Re: די געוויין פון מיין נפש
וואקסען, בליען, עקספרעמענטירן
די תכינות אין די אייגענע וועלט עקספלארירן
אהן קיין צמצום און אן קיין גביל
מיט איגענארטיקיייט איז ער פיל
פינקט ווי ווען מען פארט אויף די וועגן
א יעדער מיט א אנדערע ציל און שטרעבן
כאטש די אויסגעטרעטנע וועג איז פאראן
איז דער תפקיד דעפון נאר נישט צו בלאנדשזען אין וואלד אריין
די עלטערע אין קליגע שטייען ביי דיין זייט
צו פארזיכערן אויפן גראדען וועג די גייסט
דיין דעסטענאציע אבער איז פאר דיר מיט פרייהייט באשאנקען
קיינער קען נישט קאנטראלירן ווי די טוסט זיך אויס אויספארעמען
ווי ביטער זענען די רעזולטאטען ווי טיף איז דער קלאג
ווען מען פראבירט יא און מען שטלעט אים אפ
טעג און יארן לויפן פארביי
די נפש ווארט מען זאל איר לאזען גיין פריי
אבער זי קען זיך נישט פון פלאץ רירן
נאך אזויפיל יארן וואס מען זאגט איר זי טוט נישט עקזעסטירן
ווי אין טורמע צעל שמוציג אין קליין
דורך די קליינע פענסטערלע די שטראל שיינט
ווי זיך צו רייצן אין וויי טון מער
ווי גוט איז פרייהייט אין דא אזוי פארקערט
אוי ווי שטארק עס וויל דארט זיין
אבער עס איז אים אומעגליך אהינצוגיין
עס נאגט עס ציהט
עס מאהנט און זיהדט
איז עס צו שפעהט אדער וועט נאך זיין גוט?
די תכינות אין די אייגענע וועלט עקספלארירן
אהן קיין צמצום און אן קיין גביל
מיט איגענארטיקיייט איז ער פיל
פינקט ווי ווען מען פארט אויף די וועגן
א יעדער מיט א אנדערע ציל און שטרעבן
כאטש די אויסגעטרעטנע וועג איז פאראן
איז דער תפקיד דעפון נאר נישט צו בלאנדשזען אין וואלד אריין
די עלטערע אין קליגע שטייען ביי דיין זייט
צו פארזיכערן אויפן גראדען וועג די גייסט
דיין דעסטענאציע אבער איז פאר דיר מיט פרייהייט באשאנקען
קיינער קען נישט קאנטראלירן ווי די טוסט זיך אויס אויספארעמען
ווי ביטער זענען די רעזולטאטען ווי טיף איז דער קלאג
ווען מען פראבירט יא און מען שטלעט אים אפ
טעג און יארן לויפן פארביי
די נפש ווארט מען זאל איר לאזען גיין פריי
אבער זי קען זיך נישט פון פלאץ רירן
נאך אזויפיל יארן וואס מען זאגט איר זי טוט נישט עקזעסטירן
ווי אין טורמע צעל שמוציג אין קליין
דורך די קליינע פענסטערלע די שטראל שיינט
ווי זיך צו רייצן אין וויי טון מער
ווי גוט איז פרייהייט אין דא אזוי פארקערט
אוי ווי שטארק עס וויל דארט זיין
אבער עס איז אים אומעגליך אהינצוגיין
עס נאגט עס ציהט
עס מאהנט און זיהדט
איז עס צו שפעהט אדער וועט נאך זיין גוט?
צעקה בקול דממה דקה
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5052
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: די געוויין פון מיין נפש
Wow איים ספיטשלעס!
האסט ארויסגעלייגט מיינע געדאנקען, איך האב נישט וואס צוצולייגן.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
- דורך געטראכטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 550
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm
Re: די געוויין פון מיין נפש
שרייזשע מיין ברודער שריי
מיטן אייגענעם לעבן א טענהריי
מיר שרייען מיט דיר
מיר זוכן די זעלבע טיר
יעדע געשריי גייט העכער
ארויסקריכן פון די לעכער
אינאיינעם וועט מען גרייכן
איבערגיין די טייכן
די נפש ערוואכן
פון פריש אנהייבן לאכן
שרייזש געב נישט אויף
יעדע שריי גייט ארויף
מען וועט אונז נישט קענען איבערשרייען
נאר מיטן שופר של משיח באפרייען
מיטן אייגענעם לעבן א טענהריי
מיר שרייען מיט דיר
מיר זוכן די זעלבע טיר
יעדע געשריי גייט העכער
ארויסקריכן פון די לעכער
אינאיינעם וועט מען גרייכן
איבערגיין די טייכן
די נפש ערוואכן
פון פריש אנהייבן לאכן
שרייזש געב נישט אויף
יעדע שריי גייט ארויף
מען וועט אונז נישט קענען איבערשרייען
נאר מיטן שופר של משיח באפרייען
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
- שרייזשע
- שר חמש מאות
- תגובות: 792
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
- לאקאציע: ליידער און גלות
Re: די געוויין פון מיין נפש
פארלוירן צומישט
מחשבות פארנעפלט פארווישט
שרעק און ווייטאג
צוקלאפט און פלאג
מיין הארץ וויל שוין אויפגעבן
אבער מיין מח לאזט אים נישט לעבן
ווייל כאטש מיין יסורים האבען אים מצליל געווען צו פארדרייען
איז אבער אין זיינע טיפע קעמערלעך נאך דא עפעס וואס קען די הליוך ילך נישט פארדייען
ווי שטילע דטראלן אין א טינקלע פאלאץ
שיינט נאך עפעס טיף אין מיין הארץ
די טינקעלקייט איז אבער צו דיק אין שווער
אז די שטראלן זאלען מיר ווייזן די ריטיגע וועג
עס טוט נאר מיין צער מאכן גרעסער
ווייל עס איז געניג אז איך זאל זעהן עס איז דא אין מיר אזויפיל בעסער

- מאניש בנבנשתי
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5405
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
- לאקאציע: אין מיין גוף
Re: די געוויין פון מיין נפש
זייער שיין די פראבלעם געטוהן אויסשמועסן
אבער עס זאל דיר נישט פארדריסן
אז איך לאז די טינט פון מיין פעדער דא פליסן
צו בארואיגן דיין געוויסן
ווילאנג ווילסטו זיין אזוי צוריסן
אפשר שוין צייט זאלסט אליינס וויסן
אז די וועלט קען פון דיר גאר שטארק געניסן
דיינע טאלאנטן טוהן זיך דא גיסן
דיינע גוטע חלקים זאלסטו נישט אויסשליסן
אדרבה פרעג גרוינעם, חצקל און ניסן
בוי דערמיט אויף א געשמאק לעבן א זיסן
לאז דיך נישט ווערן אראפגעריסן
אויב האט דיר איינער צוביסן
און דו ווילסט דיך פארשליסן
און דיין הארץ צום באשעפער אויסגיסן
האב איך אמאל געהערט פון אונטער די קוליסן
אז א וואלד איז געאייגענט צו שמועסן
מיטן באשעפער דעם זיסן
און ער וועט דיר באגיסן
מיט א ריינעם דעת, א רואיגע געוויסן.

אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
- שרייזשע
- שר חמש מאות
- תגובות: 792
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
- לאקאציע: ליידער און גלות
Re: די געוויין פון מיין נפש
נישט קיין נאמען נישט קיין איך
נאר א שאטן וואס דרייט זיך אין זיכט
עס זיכט אבער עס ווייסט נישט וואס
די נפש נאגט די הארץ קלאגט
ווי א ווילד פייער וואס מען האט געטון איגנארירן
טוט די נפש ברענען און פארפירן
די הארץ אין מח דארפן ווערן טרענירט
צו די קול פונעם נפש זיך צו הערן גוט
מען קען פון איר באדערפניש נישט אנטלויפן
איר אמת אין איר תכינה קען מען נישט פארטוישן
זי בלייבט נישט רואיג זי איז קיינמאל שטיל
ז ווייסט וואס זי וויל און צו איר אמת זי ציהלט
ווען די מח און הארץ טוען איר נישט פארשטיין
שלעפט זי זיי מיט אין איר ביטער געוויין
זי קלאגט אין וויינט
זי פארפירט אין שרייט
ווייל זי ווייסט ווי ווייט
זי וואלט ווען דעגרייכט
ווען מען וואלט איר אנגעקוקט אינגערהייט

שרייזשע, דאס איז אזוי טיף, רוישיג, א פלאקער, און איבער אלעם א רעכענונג.
ש'כח פאר די וויכטיגע רייד.
ש'כח פאר די וויכטיגע רייד.
- ראש המערכה
- שר חמש מאות
- תגובות: 679
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
- לאקאציע: Upstate
Re: די געוויין פון מיין נפש
נייס נייס! ווי העוו טעלענט!
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14572
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: די געוויין פון מיין נפש
לא איש דברים
דאס הארץ בלאזט שברים
אן דיבורים
כ׳שפיר וואו אום פורים
וואלט דען געהאלפן כדורים
פאר אזעלכע שיכורים
מיר זענען בני אמונים
אונזער שטומען דערציילט סיפורים
אמת׳דיגע תירוצים
אפילו אן חרוזים
מי בעל דיבורים
דאס הארץ בלאזט שברים
אן דיבורים
כ׳שפיר וואו אום פורים
וואלט דען געהאלפן כדורים
פאר אזעלכע שיכורים
מיר זענען בני אמונים
אונזער שטומען דערציילט סיפורים
אמת׳דיגע תירוצים
אפילו אן חרוזים
מי בעל דיבורים