אברך האט געשריבן:ר' יום טוב קומט אריין קלאר.
גראדע טרעוועל סטאקס ווי RCL, CCL, WYNN זענען אויך שטארק (איך בין גראדע געגאנגען היינט שארט RCL..).
און אנדערע ווערטער, די סעקטארס וואס האבן געהאט די שטארקע ראלי די לעצטע פאר חדשים צב"ש טעק און עלעקטריק קאר פירמעס פאלן און די סעקטארס וואס האבן נישט געמאכט קיין נייע הויכן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג גייען ארויף, עס איז מער א ראטעישן ווי א קרעש.
טרעוול סטאקס, בעיקר די עירליינס, האבן באקומען א שטארקע שטופ ווייל אין די נייע סטימיולוס ביל איז דא א שיינע סכום וואס גייט גיין זיי צו העלפן