רצוננו לראות עליתינו
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
רצוננו לראות עליתינו
בס״ד
רצוננו לראות עליתינו
געפילן טוען זיך אויסגיסן,
די מחשבות זיי פליסן,
פארציילן איבער מיין געוויסן,
אויף א בעטל אזוי הארט
די רצון די ווילן,
די ברענענדיגע געפילן,
מיט מיינע סטרונעס זיי שפילן,
אויף פארבעסערונג איך ווארט
פארשטעלט די וואלן,
פארלאשן שטראלן,
דורכגעפאלן,
נאך א איסור
איך בין דאך אליינס דער עד,
צו מיר אליינס איך רעד,
ווען שוין גוט זיין עס וועט,
זאג איך מיר מוסר
שוין נעכטן אויך געזאגט,
היינט ווידעראמאל עס פלאגט,
באלד ווידער עס טאגט,
וואס וועט דא זיין
נאר אין טיפערע גריבער,
איבער און איבער,
איך קען שוין דעם חיבור,
רצונות פליסן ווי פון א קראן
אלעס אויסקעם-עס,
דאסמאל מיט אן אמת,
יא אן איך נעם-עס,
אפילו עס איז נישט מסתבר
איך וועל דעם שלעכטן ווייזן,
איך וועל אים אויסקרייזן,
זיינע כוחות פארגאזן,
איך בין זיך מתגבר
רצוננו לראות עליתינו
געפילן טוען זיך אויסגיסן,
די מחשבות זיי פליסן,
פארציילן איבער מיין געוויסן,
אויף א בעטל אזוי הארט
די רצון די ווילן,
די ברענענדיגע געפילן,
מיט מיינע סטרונעס זיי שפילן,
אויף פארבעסערונג איך ווארט
פארשטעלט די וואלן,
פארלאשן שטראלן,
דורכגעפאלן,
נאך א איסור
איך בין דאך אליינס דער עד,
צו מיר אליינס איך רעד,
ווען שוין גוט זיין עס וועט,
זאג איך מיר מוסר
שוין נעכטן אויך געזאגט,
היינט ווידעראמאל עס פלאגט,
באלד ווידער עס טאגט,
וואס וועט דא זיין
נאר אין טיפערע גריבער,
איבער און איבער,
איך קען שוין דעם חיבור,
רצונות פליסן ווי פון א קראן
אלעס אויסקעם-עס,
דאסמאל מיט אן אמת,
יא אן איך נעם-עס,
אפילו עס איז נישט מסתבר
איך וועל דעם שלעכטן ווייזן,
איך וועל אים אויסקרייזן,
זיינע כוחות פארגאזן,
איך בין זיך מתגבר
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: רצוננו לראות עליתינו
גאר שטארק!! און עכטע גוטע גראמען!
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5050
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: רצוננו לראות עליתינו
WowoowoowowowoW
אז מ’קען קען מען!
שיינע גראמען פול מיט תוכן!
אז מ’קען קען מען!
שיינע גראמען פול מיט תוכן!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
-
- שר מאה
- תגובות: 229
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm
Re: רצוננו לראות עליתינו
הערליכע פענע! וואספארא טאלאנט האבן מיר דא!
Re: רצוננו לראות עליתינו
חוח בין השושנים האט געשריבן:גאר שטארק!! און עכטע גוטע גראמען!
Bissli האט געשריבן:WowoowoowowowoWרינדעכיג האט געשריבן:פולווער! כשמו כן הוא!ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:הערליכע פענע! וואספארא טאלאנט האבן מיר דא!
יישר כח מעומקא דליבאי פאר אלע מגיבים,
דאס גיבט די געזאלין (פולווער אין אונזער פאל) צו גיין ווייטער.
- עומד מן הצד
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3393
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm
Re: רצוננו לראות עליתינו
זייער תוכנ'דיג און הארציג,
יישר כח,
יישר כח,
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: רצוננו לראות עליתינו
שפראכלאז!
איך האב שוין לאנג נישט געזעהן עפעס וואס קומט אפילו נאנט צו דעם
איך האב שוין לאנג נישט געזעהן עפעס וואס קומט אפילו נאנט צו דעם
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Re: רצוננו לראות עליתינו
עומד מן הצד האט געשריבן:זייער תוכנ'דיג און הארציג,
יישר כח,
ש׳כח
Re: רצוננו לראות עליתינו
שטומפיג האט געשריבן:שפראכלאז!
איך האב שוין לאנג נישט געזעהן עפעס וואס קומט אפילו נאנט צו דעם
ש׳כח
- אינגערמאנטשיקל
- שר חמישים
- תגובות: 73
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 2:17 pm
Re: רצוננו לראות עליתינו
אמאזינג!!!